פעיק נוז האט געשריבן:Waukesha האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:Waukesha האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:סאו דאס ווייזט אז די קאנסערוואטיוון זענען פראו שקלאפן?
ניין זיין פוינט איז געווען אז די דעמעקראטן זענען נישט געוועהן פראו. איך האב צוגלייגט אביסל צו דעם אויף צו ווייזען אז זיין פוינט איז נישט 100% ריכטיג ווייל האלב פון די פארטיי איז געגאנגן צו Breckinridge
זיין תגובה איז ארויף געגאנגען אויף וואס @עולם האט געשריבן, אויפצוווייזן פאר @גדולה, וואס האט געשריבן אז קאנסערוואטיוון זענען פראו שקלאפן. אויף דעם האט @עולם געשריבן, אז די רעפובליקענ'ס זענען געווען די וואס האבן באפרייט די שקלאפן. אויף דעם האט @טעאריע געפרעגט אויב ער ווייסט ווער עס איז געלאפן קעגן לינקלאן.
#חדגדיאחדגדיא
איך האב פארשטאנען אז ער באציעט זיך צו דעם זייטיגען נאטיץ.
און די זייטיגע נאטיץ האט זיך באצויגן צו די הנחה אז קאנסערוואטיוון זענען פראו קנעכטשאפט.
ס'איז געשמאק צו זען ווי מ'פרובירט אריינצולערנען פשט אין מיינע ווערטער...
כ'האב אייגנטליך ציטירט וואס עולם ומלואו האט געשריבן, ווייל פון זיין תגובה האט געשיינט אז ער קען נישט די היסטאריע, און דאס איז וואס כ'האב געוואלט קלארשטעלן.
און נאכדעם וואס מ'האט דא דערמיינט "א טייל" פון די היסטאריע, וועל איך פארציילן “די גאנצע”...
-
פון די אכצן דרייסיגער יארן ביז די אכצן פופציגער יארן (למספרם) זענען געווען אין די פאראייניגטע שטאטן צוויי גרויסע פארטייען, די "דעמאקראטישע פארטיי" (א צענטער-לינקע פארטיי), און די "וויג פארטיי" (א צענטער-רעכטע פארטיי).
אין יענע יארן איז די אישו פון קנעכטשאפט געווען גאר א ברענעדיגע, אבער ס'איז נישט בלויז געווען א "אידעאלאגישע", נאר אויך א "פראקטישע", ווי די דרום איינוואוינער פאר וועם ס'איז שטארק צוניץ געקומען די קנעכט האבן עס שטארק געוואלט אנהאלטן, אבער רוב צפון איינוואוינער האבן נישט האבנדיג דעם נסיון געקענט קוקן גראד אויף די זאך, אויך האבן אסאך פון זיי געטראפן סיבות פארוואס ס'לוינט זיך דוקא נישט צו האבן קנעכט אין אמעריקע.
צוליב דעם וואס ס'זענען געווען סיי רעכטע און סיי לינקע, סיי אין צפון אין סיי אין דרום, זענען געווען מימינים ומשמאלים אין ביידע פארטייען, און גרויסע שטרייטן זענען אנגעגאנגען אינערהאלב די פארטייען אויף וואסערע שטעלונג צו נעמען.
ביי די דעמאקראטישע קאנווענשאן אין 1848 האט א קאנדידאט וואס האט געוואלט זיין נייטראל אויף די נושא ארויסגעכאפט די נאמינאציע אין די לעצטע מינוט פון דער געוועזענער אכטער פרעזידענט מארטין ווען ביורען וואס האט געקעמפט פאר א פארטיי פלאטפארמע וואס זאל צושטערן קנעכטשאפט. צוליב זייער אומצופרידנהייט מיט די אויסגאנג האבן זיך א גרופע דעמקראטן אין שפיץ פון ווען ביורען געעפענט א נייע פארטיי וואס זיי האבן גערופן די "פרייע באדן פארטיי", וואס דאס איז געווען די ערשטע פארטיי וואס איז אפציעל אוועקגעשטעלט געווארן צו קעמפן קעגן קנעכטשאפט.
אין 1852 ביי די וויג קאנווענשאן איז געלונגען פאר אנטי-קנעכט אקטיוויסטן פון די צפון שטאטן ארויסצושטויסן דער אמטירנדער פרעזידענט פון די פארטיי מילאַרד פילמאָר פון וועם זיי זענען געווען אומצופרידן מיט זיין פרא-קנעכט שטעלונג וואס ער האט גענומען, טראצדעם וואס ער איז געווען זייער פאפולער ביי די וויג וויילער פון די דרום שטאטן, א שטרייט וואס האט למעשה אינגאנצן צוברעקעלט די פארטיי.
אין 1854 איז געגרינדעט געווארן די רעפובליקאנער פארטיי דורך אנטי-קנעכט אקטיוויסטן פון ביידע זייטן, זייער פרעזידענט קאנדידאט אין 1856 איז געקומען פון די דעמאקראטישע פארטיי, און די וויצע פרעזידענט איז געקומען פון די וויג פארטיי/ אויך די "פרייע באדן פארטיי" האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט זיי צו שאפן איין גרויסע צענטריסטישע פארטיי וואס איר הויפט פאקוס זאל זיין צו קעמפן קעגן קנעכטשאפט.
אין 1855 האבן די איבריגע פון די וויג פארטיי געגרינדערט א פארטיי וואס זיי האבן גערופן די "אמעריקאנער פארטיי", וואס איז געווען א רעכטע פארטיי וואס איז געווען פרא-קנעכט.
אין די 1856 וואלן האבן די צענטער-רעכטע דעמאקראטן אנגעצויגן 45.3%, די צענטריסטישע אנטי-קנעכט רעפובליקאנער האבן אנגעצויגן 33.1%, און די רעכטע פרא-קנעכט אמעריקאנער האבן אנגעצויגן 21.5%.
אין 1860 איז שוין די מצב געווארן אזוי אנגעצויגן אז אויך די דעמאקראטישע פארטיי איז צוטיילט געווארן אין צוויי באזונדערע פארטייען אין די אלגעמיינע וואלן.
בסך הכל זענען געלאפן אין יענע וואלן פיר גרעסערע פארטייען. 1) די צענטריסטישע אנטי-קנעכט "רעפובליקאנער פארטיי" האט באקומען 39.8%, 2) די צענטער-לינקע אנטי-קנעכט "צפון דעמאקראטישע פארטיי" האט באקומען 29.5%, 3) די צענטער-לינקע פרא-קנעכט "דרום דעמאקראטישע פארטיי" האט באקומען 18.1%, און 4) די רעכטע פרא-קנעכט "קאנסטיטוציענאלע פאראיין פארטיי" (א פארטיי וואס איז געווארן צוזאמגעשטעלט פון די "אמעריקאנער" און די "אפאזיציע" פארטייען, ביידע רעכטע פרא-קנעכט פארטייען) האט באקומען 12.6%.
-
די סיבה פארוואס קאנסערוואטיוון האבן געוואלט אנהאלטן קנעכטשאפט איז זייער פשוט. זייער גאנצע אידעאלאגיע איז געבויט אויף דעם אז מ'זאל נישט משנה זיין פון די סטאטוס-קווא, און צו שטערן סיי וואסער פראגרעס ס'זאל נאר זיין אפילו ווען ס'פעלט אויס. און פאר די זעלבע סיבה ווערן זיי אזוי ווילד ווען זיי הערן נאר ווי מ'רעדט פון צושטעלן העלט קעיר, איינצוימען ביקסן, איינפירן געזעצן וואס זאלן זיכער מאכן אז ווען א מענטש ארבעט גייט ער אהיים מיט א מענטשליכע געהאלט, איינצוימען דיסקרימינאציע וכדו' יעדע זאך וואס גייט ברענגען א טויש אפילו צום גוטן איז קעגן זייער מהלך.