"א רחמנות אויך אויפ'ן רבונו של עולם..."

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 27, 2019 11:06 am

"א רחמנות אויך אויפ'ן רבונו של עולם..."

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טלה ונעשה איל »

גענומען און איבערגעזעצט פון דא

פון: הער שלמה זלמן פייבעלאוויטש

ווען איך האב פארלאזט פוילין דעם צווייטען מאל, איז דאס געווען בחצות הלילה, עס האבן מיר באגלייט חברים און ידידים צום באן סטאנציע אין ווארשע, אזוי אויך פולישע רעגירונגס באאמטע. ביים זיך געזעגענען, ווען איך בין געשטאנען נעבן דעם באן, איז צוגעקומען צו מיר א פרוי און א געבעהט און איר מויל: זי האט א שוועסטער אין ירושלים וואס איר מאן ארבעט אין "תנובה" אויפ'ן יחזקאל שטראז, און איר אלטער פאטער פארט צו איר אויף אט דעם באן, און זי בעהט אז איך זאל אים אריין נעמען אין מיין וואגאן כדי ער זאל זיך געפונען אין א געזעלשאפט פון א אידן. איך האב ווי פארשטענדליך צוגעשטימט. איך בין ארויף צוזאמען מיט איר אויפ'ן באן און מיר האב אריבערגעפירט איר פאטער מיט אלע זיינע צוגעהערן - זיין קליינע באגאזש, צו מיין וואגאן.

ווען איך בין שפעטער אריין אינעם וואגאן און איך האב באטראכט דעם איד, האב איך געזעהן פאר מיר א געזוכט פארגעהלט ווי וואַקס, א ווייסע באָרד, פארטרויערטע אויגן, און אינגאנצן איז ער א שטיק טרויער. ווען איך האב אנגעהויבן אים צו פרעגן ווער און וואס אא"וו, איז ער געבליבן שטיל און גארנישט געענפערט. בין איך אויך שטיל געבליבן. נאך א שטיק צייט האט ער מיר געבעהן איך זאל אים העלפן עפענען זיין רענצל. אינעווייניג האב איך געזעהן א שופר, לייכטער, א 'הבדלה', טלית און תפילין, אפאָר ספרים אפאָר העמדער, און נאך אפאָר זאכן. ער האט ארויסגענומען א נועם אלימלך און אריינגקוקט דערין. איך האב נישט געוואלט אריין גיין אין א שמועס מיט אים ווייל איך האב געשפירט אז דאס איז נישט צו זיין ווילן.

איידער איך האב מיך אויסגעלייגט אויפ'ן באנק צו שלאפן (נאכ'ן קריג, זענען די פוילישע וואגאנען נאך נישט געווען אויסגעשטארט באקוועם צום שלאפן), האב איך מיך גענומען עפעס צו טרינקן און איך האב אים געפרעגט אויב ער איז גרייט עפעס צו טרינקן, האט ער געשאקלט זיין קאפ אלץ צייכן פון צושטימונג. איך האב אים אנגעגאסן א גלעזל. נאכדעם וואס ער האט געטרינקן, האט ער אנגעהויבן צו שמועסן מיט מיר און ער האט מיר פארציילט און קורצן אז ער איז פון גאליציע, א בעלזער חסיד, א טעג-זאַטער, אבער אויך אן אומגליקן-זאַטער. און ער האט געשילדערט פאר מיר אלעס וואס איז אריבער אויף אים אונטער די הערשאפט פון היטלער. וויאזוי ער האט פארלוירן זיין ווייב און עטליכע פון זיינע קינדער און וויאזוי ער איז געראטעוועט געווארן, און יעצט גייט ער ארויף צום "ארץ החיים". פלוצלינג האט ער אויפגעהערט און פארשטילט געווארן. ער האט נישט פארגעזעצט. ער איז געבליבן זיצן פארטרויערט. נאך א דעפּרעסנדע שווייגעניש פון עטליכע סעקונדן, בין איך ארויס געגאנגען פון וואגאן. ווען איך בין צוריקגעקומען האב איך אים געטראפן אויסגעלייגט אויפ'ן באנק. אויך איך האב מיך אויסגעלייגט אויפ'ן צווייט'ן באנק, אבער איך האב נישט געקענט צומאכן אן אויג, און אלע מיינע געדאנקן האבן זיך קאנצערטריט אין דעם מאן וואס איז אקעגן מיר און אין אלץ וואס איך האב געהערט פון אים.

פארטאגס ביים זון אויפשיין, האב איך מיך געשטעלט דאווענען איידער עס וועלן אריינקומען אינעם באן נישט-יודישע רייזנדע. דער מאן קעגן איבער מיר האט זיך נישט אויפגעשטעלט אדער זיך גערירט, כאטש וואס ער איז נישט געשלאפן, און נאכ'ן דאווענען האב איך ארויסגענומען פון מיין זאַק עפעס צו טרינקן און עסן. איך האב אים געפרעגט צו ער וויל עפעס טרינקן. ער האט נישט געענפערט. נאך עטליכע שטונדן האב איך אים ווידעראמאל געפרעגט, און ער האט מיר געשאקלט מיט'ן קאפ אז ער איז גרייט צו טרינקן. און אזוי אפאר מאל דורך אויס דעם טאג האט ער געטרינקן אביסל. אבער ער האט נישט ארויסגערעדט א ווארט פון מויל. ער האט אריינגעקוקט אביסל אין ספר, געזיצן, און געשוויגן. זיין שווייגעניש איז געווען פארכטיג און האט געווירקט אויף מיר א שרעקליכע דעפרעסיע. איך האב נישט געוואוסט אוואוּ זיך אהין צו טוהן.

נאך חצות האט ער זיך אנגערופן און געזאגט:

נאך אלעס וואס איז אריבער אויף מיר און נאך אלעס וואס מיינע אויגן האבן געזעהן, און דער באשעפער האט זיך נישט דערבארעמט און נישט געשוינט - וועל איך נישט דאווענען צו אים, איך וועל אויך אים אויפרעגן.

איך האב געשוויגן און גארנישט געענפערט. א קרעכץ האט אויסגעבראכן פון מיין הארץ און איך האב גארנישט געזאגט. אויך ער האט זיך צוריקגעקערט צו זיין שווייגעניש. פארנאכטס, עס איז שוין כמעט טונקל געווארן, האב איך אנגעהויבן צו מסדר זיין מיינע צוגעהערן צו אראפגיין אין פראג (ער האט פארגעזעצט קיין פאריז), און אט האט ער מיר פלוצלינג געבעהטן אים צו העלפן אראפשלעפן דעם רענצל, ער האט ארויסגענומען דעם טלית און תפילין, זיך ארום געוויקלט מיט'ן טלית, געלייגט תפילין און זיך געשטעלט דאווענען. איך בין שאקירט געווארן פון דעם פלוצלימ'דיגע ענדערונג. אבער, איך בין שטיל געבליבן און גארנישט געזאגט. נאך ער האט געענדיגט דאווענען, האט ער זיך אנגערופן און געזאגט:

אין אמת'ן אריין דארף איך נישט דאווענען. אבער, צו דען דארף נישט און קומט זיך נישט רחמנות פאר'ן כל-יכול? וואס האט ער יעצט אויף דעם וועלט? ווער איז אים איבער געבליבן? און אויב האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר און איך בין געבליבן ביים לעבן, איז ער בארעכטיגט אז איך זאל זיך דערבארעמען אויך אויף אים, האב איך מיך דעריבער אוועק געשטעלט און געדאוונט.

ער האט פארענדיגט זיינע רייד און טרערן זענען געפלאסן פון זיינע אויגן און ער האט אנגעהויבן צו וויינען אויפ'ן קול.

"אוי, א רחמנות אויך אויפ'ן רבונו של עולם" - - -.




דאס איז דער כח פון אמונה.
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

עיין מורא'דגע ווערטער אין חת"ס מה לו לאב שהגלה את בניו אוי להם לבנים שגלו, די קינדער האבן פארלוירן, אבער וואס האט דער אייבעשטער כביכול פארלוירן, זיינע קינדער דאווענען און לערענען און דינעם דעם הייליגם באשעפער, מה לו לאב - וואס האט כביכל פארלוירן פון דעם - שהגלה את בניו.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

טלה ונעשה איל האט געשריבן:.

זייער רירנד! א דאנק
דער יוד האט ליידער מטיח געווען דברים כלפי מעלה, אבער דן זיין קען אים נאר דער רבוש"ע אליין...
עס וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וואס איז געווארן מיט זיינע קינדער (איך שאץ אז זיי זענען נישט ערליך)
"רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיר אליין!"
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
ווילי זיידע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילי זיידע »

זעהר א הייקעלע ענין, איך העט ווען זיך געפארכטן צו ארויסלעהגען אזוי א אשכול, ענינים פון שאלות אויף אמונה אפילו די אויספיער איז האלב גוט, איז בעסער אפצושטיין דערפון,

אויך די קעפעל הערט זיך אפיקורסיש
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”