סטאנדארט, אמאל - צוואנציג יאר צירוק - און היינט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

Haklal האט געשריבן:גענומען א שאויער אפשר 2 מאל א וואך אין מקוה, נישט מער

why did this changed
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

fiena nieas האט געשריבן:
מיכאל שניצלער האט נאך געהאט די פיצי גלעזער פונקטליך די סייז פון זיין אויגן .

היינט האט ער גרויסע?
אונז געדענק מיר ווען ער האט "נאך" געהאט די גרויסע, וואויננדיג אין קרית יואל, און דער איינציגער זינגער ביי אלע חתונות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

פראהביטש האט געשריבן:פעטשעס אויף די הויזן: א נארמאלע זאך.

יא פונעם מלמד יעדן דאנערשטיג. :lol:
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

א שיך גלייך ביים קויפן האט מען עס פארשטארקעט מיט טעבס, אזאנע שטיקליך פון פארנט און פון הונטן עס זאל נישט ווערן אויס געריבן, ר' לייבוש ענגל האט נישט ארויסגעלאזט קיין שיך אנע טעבס, מיט אזא ערנסטקייט פלעגט ער אריינהאקן די דריי קליינע נעגלעך... און אז די שוך האט געפענט א מויל פון אונטן האט מען עס געטראגן צום שוסטער איבערצומאכן, א שוך האט מען נאר אוועקגעווארפן ווען עס איז באמת געווען גארביטש.

(אגב, טייל אינגלעך זענען געגאנגען מיט אייזערנע טעבס, וואס האט געקלאפט ביים גיין, כמיין אז נאר די הויזן טראגען אינגלעך זענען געגאנגען מיט די אייזערנע טעבס)

מקען נאך היינט דאס באקומען ?
אטעטשמענטס
טעבס
טעבס
640x960.jpg (49.17 KiB) געזען 1478 מאל
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

ווען פוד סטעמפס איז געווען עובר לסוחר.
ווער געדענקט נאך ווען מ''ד פלעגט זיצן אין גרויסן בית המדרש צווישען מנחה מעריב.
און טיילן די פס מוצעס.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נאכנישט געווען קיין כאר'ס
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

fiena nieas האט געשריבן:נישט געווען קיין סידיס כמעט.

די רויט לייט איז געווען אנדערש מיט don't walk איז נאך געשטאנען מיט ווערטער ...

קול מבשר איז נישט געווען.

דער בליק איז געווען פול פורס איך כאפ מיך יעצט אז זיי זענען געווען די ערשטע צו לייגן בילדער ...

די טווין tower איז נאך געשטאנען...

מענשטן זענען נאך ארימגעגאנגען מיט קוטשמאס...

ס'איז געווען גאר קאלט אין ווינטער.

סיכות זעמיר געזעצן מיט קאטס ווייל ס'געווען פריזינג!!!

מיכאל שניצלער האט נאך געהאט די פיצי גלעזער פונקטליך די סייז פון זיין אויגן .


ראנג אשכול, די אשכול איז איבער פאקעט בוק אישוס ווי אוזי די סטאנדערט האט זיך געטוישט די לעצטע 20 יאר
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

צווייפעל האט געשריבן:א שיך גלייך ביים קויפן האט מען עס פארשטארקעט מיט טעבס, אזאנע שטיקליך פון פארנט און פון הונטן עס זאל נישט ווערן אויס געריבן, ר' לייבוש ענגל האט נישט ארויסגעלאזט קיין שיך אנע טעבס, מיט אזא ערנסטקייט פלעגט ער אריינהאקן די דריי קליינע נעגלעך... און אז די שוך האט געפענט א מויל פון אונטן האט מען עס געטראגן צום שוסטער איבערצומאכן, א שוך האט מען נאר אוועקגעווארפן ווען עס איז באמת געווען גארביטש.

(אגב, טייל אינגלעך זענען געגאנגען מיט אייזערנע טעבס, וואס האט געקלאפט ביים גיין, כמיין אז נאר די הויזן טראגען אינגלעך זענען געגאנגען מיט די אייזערנע טעבס)

מקען נאך היינט דאס באקומען ?


יא, שיך ריפער איז געווען אמאל א בליענדע ביזנעס, אז די שיך האט זיך צוריסען אדער געלעכערט האט מען עס געפיקסט,
כמעט יעדע גאס האט געהאט א שיך ריפערמאן, לעצטענס איז די פאך כמעט אינטערגעגאנגען, מען קויפט ענדערש א נייע ווי איידער פיקסען.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

מ׳האט אריינגעלײגט 35 צענט אין די סאדע מאשין, מ׳האט געדריקט ׳אסאך אײז׳, ס׳איז ארױסגעפאלן א קאפ, ס׳האט זיך אנגעפילט א האלבע קאפ אײז, דערנאך איז געקומען װאסער, דערנאך אײן אונס בלעק טשערי...
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

yoy האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:גענומען א שאויער אפשר 2 מאל א וואך אין מקוה, נישט מער

why did this changed

קיינער האט קיינעם נישט אזוי געזיכט נאכצוטאנצן
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

נ"ט איז קיין באגאעבוס נישט געווען
די צייטונגען זענען געווען צוריקגעשטאנען מיט 100 יאר פון היינט, זייער מאדערנקייט פון היינט האט היבש געטויש די אטמאספער.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

רצון טוב האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:גענומען א שאויער אפשר 2 מאל א וואך אין מקוה, נישט מער

why did this changed

קיינער האט קיינעם נישט אזוי געזיכט נאכצוטאנצן

איך ווייס נישט, אבער אין בארא פארק און אין לאנדאן (קען זיין נאך, אבער דארט האב איך עס געזען) אין סאטמאר איז שוין צוואנציג יאר צוריק געשטאנען נישט גיין אין מקוה בעפאר מען גייט אין שויער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ווילי זיידע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילי זיידע »

רוב לייטן האבן כלל נישט פארמאגט קיין קארן, די וואס יא, האבן רוב געקויפט גענוצטע קארן, פילע פלעגן גיין צום אוקשען, דא אין די נעווי יארד האט מען געקאנט אפקויפן גענוצטע קארן פון די טרעפיק פאליעס אדער סעניטעישען אינספעקטאר, די פארגעשריטענע לייטן פלעגן פארן מיט א ספעציאליסט קיין פילאדעלפיע און צוריקקומען מיט פיינע קארן מיט פלושענע זיצן, פאר בלויז א שיבושל, און והנה ער איז געווען א מענטש, היינט פאסט גארנישט ווינציגער ווי א נייע קאר פאר יעדע ראצער וואס ווייס נאכנישט צורעכט מאכן זיין היטל אויפן קאפ.
א סעלעפאן ווען עס איז ערשינען, האט בעלאנגט אך ורק פאר גרויסע ביזנעס לייטן און אנפיערער פון די מוסדות די גרויסע, היינט געפינט זיך אמווייניגסטנס צוויי דריי אין יעדע פראסטע משפחה, אפילו פשוטע כולל לייט.
אן אנצוג אדער בעקישע פלעגט מען קויפן ווען עס איז געווארן אינגאנצן צעריסן אדער ס'האט שוין ארויסגעפלאצט פון אלע זייטן, א הוט איז מען געגאנגען פון ווען מ'האט עס געקויפט אזוי אז עס איז אריינגערינען ביז אינמיטן די שטערן, ביז עס איז געווארן גרין אדער ברוין, וועלכע עס איז אנגעקומען שפעטער, היינט מוז יעדער קליינטשיקער בחור באקריגן יעדעם פסח א נייעם אנצוג און א נייעם הוט יעדע צווייטע יום טוב טאג,
א שטריימל האט מען געקויפט א נייעם נישט בעפאר מען האט חתונה געמאכט דעם ערשטן קינד, און דאס איז אויכעט נאר געוועזען די רייכערע, די פראסטערע פלעגן גיין זיך איבערפארבן דעם אלטן שטריימל און אביסל צאמקעמען די האר, אזוי איז מען געגאנגען ביז די שפיצן זענען זיך צעפאלן, אסאך יודן זענען געבליבן מיט'ן זעלביגן שטריימל פון זייער חתונה ביז זייער לעצטיגן טאג, היינט קויפט מען שטריימל ווי מ'האט אמאל געקויפט פראנזן.
אין א גראסערי ארדער פלעגט מען אמאל קויפן בלויז די וויכטיגע זאכן וואס מ'האט געדארפט, און די פיינערע מענטשן האבן געקויפט גוטע אויבסט און ממתקים נאר פאר שבת, די פשוטערע האבן זיך דאס אויך נישט נאכגעגעבן, היינט קויפט יעדערער אפילו די פראסטערע אלע מיני ממתקים און נאשן פון אלע סארט אפילו אינמיטן די וואך, אנאמאליקער וועכענטליכער צאמקויף איז געווען פיל ווינציקער ווי א היינטיקער פשוטער דינסטיג ארדער.
נאכנישט געווען טשאקאלאד סטארס מיט פענצי טייערע בעיקעריס, דאס איינקויפאכץ איז אריבער אלע גרעניצער.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

מקוואות האבן נישט געהאט קיין טורן סטייל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ווילי זיידע האט געשריבן:נאכנישט געווען טשאקאלאד סטארס מיט פענצי טייערע בעיקעריס, דאס איינקויפאכץ איז אריבער אלע גרעניצער.

אמאל איז געווען א גראסערי און פרוכט סטארס
היינט איז דא א גראסערי מיט טשאקלאד/אייזקריעם/סטארס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

גיי צריק מיט נאך צען יאר 30 יאר צריק.
יעדער האט געהאט א silver cross קערידש היינט באגעבא.
יעדער איז געגאנגען אין קאנטרי.
יעדער האט געמאכט תנאים אין א זאל א ברייטע סעודה.
(ווען ברך משה האט ריינגעפירט אז מזאל מאכען ביי אים אינדרהיים איז מען נאכדעם געגאנגען אין א זאל מיט אלע קעקיס אין מינטשערס)
בר מצווה האט מען געריופען אלע פעטערס קאזינס.
א דירה האט יעדער געהאט א רחווית נישט געהאט 10 קינדער מיט 2 בעדראמס
הצד השווה אז מאיז אייביג זיך געפירט ווי בני מלכים...
Sorry for my misspellings
ווילי זיידע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילי זיידע »

מי יודע האט געשריבן:
ווילי זיידע האט געשריבן:נאכנישט געווען טשאקאלאד סטארס מיט פענצי טייערע בעיקעריס, דאס איינקויפאכץ איז אריבער אלע גרעניצער.

אמאל איז געווען א גראסערי און פרוכט סטארס
היינט איז דא א גראסערי מיט טשאקלאד/אייזקריעם/סטארס


און פרוכט געשעפט האבט מען געקויפט א פונט פערפוילטע עפל פאר קאפאוט, און א פונט פרישע עפל צום עסן, 2 טאמאטען און דריי אוגערקעס, עטוואס פאפריקעס, אויף וויפיל מ'האט געברויכט, היינט קויפט מען נישט טשאקאלאדן אנשטאט פרוכט, מקויפט ביידע, אבער די טשאקאלאדן און טייערע קעיקס און מינענטשערס איז דענטסמאל כלל נישט פארהאנען געוועזען, די זעלביקע מיט די אייס קרעים סטארס, ס'פלעגט אמאל נישט צו זיין, זיי האבן אנגעפאנגען צעביסלעך, ווייל די וועלט איז געווארן שפענדעריש, דערנאך די פילע רעסטאראנען, און דערנאך די טשאקאלאדע געשעפטן, און עס ענדיקט זיך נישט דא, די גאנצע ביזנעס פון קויפן פארפארטיגטע עסן מיט די טעיק אוט ביזנעס פאר טייער געלט איז נישט געווען אויף אזוי א מאסשטאבליכן פארנעם, מ'האט געקענט קויפן אין מיעל מארט א האלב אפגעברוילטן הינדל, מיט א דיקן קראמפלי לאטקע פאר אפאר גרייצער, היינט איז דאס א מולטי מיליאן דאלער ביזנעס בלויז ביי די היימישע, מיט הונדערטער אויסוואלן, לטמיך נישט אנפאנגן רעדן פון סושי ווייל איך בין נישט בכוח יעצט צו גיין צום סינק אויסברעכן,
לעצט פארראכטן דורך ווילי זיידע אום זונטאג מאי 19, 2019 6:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

ווילי זיידע האט געשריבן:רוב לייטן האבן כלל נישט פארמאגט קיין קארן, די וואס יא, האבן רוב געקויפט גענוצטע קארן, פילע פלעגן גיין צום אוקשען, דא אין די נעווי יארד האט מען געקאנט אפקויפן גענוצטע קארן פון די טרעפיק פאליעס אדער סעניטעישען אינספעקטאר, די פארגעשריטענע לייטן פלעגן פארן מיט א ספעציאליסט קיין פילאדעלפיע און צוריקקומען מיט פיינע קארן מיט פלושענע זיצן, פאר בלויז א שיבושל, און והנה ער איז געווען א מענטש, היינט פאסט גארנישט ווינציגער ווי א נייע קאר פאר יעדע ראצער וואס ווייס נאכנישט צורעכט מאכן זיין היטל אויפן קאפ.
היינט לוינט זיך נישט צי נעמען א אלטע קאר סמאכט נישט קיין סענס.
א סעלעפאן ווען עס איז ערשינען, האט בעלאנגט אך ורק פאר גרויסע ביזנעס לייטן און אנפיערער פון די מוסדות די גרויסע, היינט געפינט זיך אמווייניגסטנס צוויי דריי אין יעדע פראסטע משפחה, אפילו פשוטע כולל סענטס.
סאיז היינט א necessary.
אן אנצוג אדער בעקישע פלעגט מען קויפן ווען עס איז געווארן אינגאנצן צעריסן אדער ס'האט שוין ארויסגעפלאצט פון אלע זייטן
נישט אמת מהאט געקויפט ביי ggפאר $99
, א הוט איז מען געגאנגען פון ווען מ'האט עס געקויפט אזוי אז עס איז אריינגערינען ביז אינמיטן די שטערן, ביז עס איז געווארן גרין אדער ברוין, וועלכע עס איז אנגעקומען שפעטער, היינט מוז יעדער קליינטשיקער בחור באקריגן יעדעם פסח א נייעם אנצוג און א נייעם הוט יעדע צווייטע יום טוב טאג,
א שטריימל האט מען געקויפט א נייעם נישט בעפאר מען האט חתונה געמאכט דעם ערשטן קינד, און דאס איז אויכעט נאר געוועזען די רייכערע, די פראסטערע פלעגן גיין זיך איבערפארבן דעם אלטן שטריימל און אביסל צאמקעמען די האר, אזוי איז מען געגאנגען ביז די שפיצן זענען זיך צעפאלן, אסאך יודן זענען געבליבן מיט'ן זעלביגן שטריימל פון זייער חתונה ביז זייער לעצטיגן טאג, היינט קויפט מען שטריימל ווי מ'האט אמאל געקויפט פראנזן.
אין א גראסערי ארדער פלעגט מען אמאל קויפן בלויז די וויכטיגע זאכן וואס מ'האט געדארפט, און די פיינערע מענטשן האבן געקויפט גוטע אויבסט און ממתקים נאר פאר שבת, די פשוטערע האבן זיך דאס אויך נישט נאכגעגעבן, היינט קויפט יעדערער אפילו די פראסטערע אלע מיני ממתקים און נאשן פון אלע סארט אפילו אינמיטן די וואך, אנאמאליקער וועכענטליכער צאמקויף איז געווען פיל ווינציקער ווי א היינטיקער פשוטער דינסטיג ארדער.
נאכנישט געווען טשאקאלאד סטארס מיט פענצי טייערע בעיקעריס, דאס איינקויפאכץ איז אריבער אלע גרעניצער.
Sorry for my misspellings
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

ווילי זיידע האט געשריבן:רוב לייטן האבן כלל נישט פארמאגט קיין קארן


זײדי
דײן שפּראך איז גינגאלד
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:גיי צריק מיט נאך צען יאר 30 יאר צריק.
יעדער האט געמאכט תנאים אין א זאל א ברייטע סעודה

ווייס איך נישט וואס דו דענקסט... "יעדער"? א "ברייטע סעודה"?
פאר ארום 30 יאר צוריק איז געווען א נארמאלע ערשיינונג צו מאכן תנאים אינדערהיים! די שידוך שליסן און תנאים איז געווען אין איין נאכט!
און ניין מ'האט נישט סערווירט קיין ברייטע סעודה, ניטאמאל א קליינע סעודה, ס'איז געווען צוגעגרייט לעקיך און בראנפן, מ'האט אויפגעהויבן דאס גארטל און געליינט תנאים, זיך געוואונטשן פרייליך מזל טוב, און מ'איז זיך צוגאנגען אין א פרייליכע שטימונג.

יא ס'איז געווען א צאל מענטשן וואס האבן יא געמאכט אין א זאל, אבער נישט "יעדער"!
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:גיי צריק מיט נאך צען יאר 30 יאר צריק.
יעדער האט געמאכט תנאים אין א זאל א ברייטע סעודה

ווייס איך נישט וואס דו דענקסט... "יעדער"? א "ברייטע סעודה"?
פאר ארום 30 יאר צוריק איז געווען א נארמאלע ערשיינונג צו מאכן תנאים אינדערהיים! די שידוך שליסן און תנאים איז געווען אין איין נאכט!
און ניין מ'האט נישט סערווירט קיין ברייטע סעודה, ניטאמאל א קליינע סעודה, ס'איז געווען צוגעגרייט לעקיך און בראנפן, מ'האט אויפגעהויבן דאס גארטל און געליינט תנאים, זיך געוואונטשן פרייליך מזל טוב, און מ'איז זיך צוגאנגען אין א פרייליכע שטימונג.

יא ס'איז געווען א צאל מענטשן וואס האבן יא געמאכט אין א זאל, אבער נישט "יעדער"!

דאס האט זיך געטוישט ווען די ברך משה האט נישט געלאזאט מאכען א סעודה ווען מהאט געליינט ביי אים די תנאים אבער דעלמאס האט זיך אנגעפאנגען די מינושערס אין פענסי קעקיס
Sorry for my misspellings
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

איך רעד פון ליינען תנאים "אינדערהיים" און דו רעדסט פון ליינען תנאים ביים "ברך משה"
טענו בחיטין והודו לו בזכר קדשו
ווילי זיידע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילי זיידע »

כאב נישט קיין ניק, נאך איין מזל אז דו האבסט נישט קיין ניק, דו שיינסט נאך צו זיין אין די ווינדלעך.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

וואך נאכט אין די אלטע היים:
בילקעס, געפילטע פיש, פאטעיטע קוגל. (אווערנייט וואס?!)
א קנאפע מנין אידן פון די בני המשפחה האבן זיך געוואשן און געבענטשט, דאס איבעריגע האבן זיך באגעניגט מיט פירות, מזונות, טעם פרי שליוואוויץ און זיסע סאדא וואסער.

אפשערן/חאלאקע:
איין טארט און איין פעשל וויין פאר לחיים.
Dodo
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:24 pm

אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dodo »

מען איזה געפארן צו קעמף אין געלע באס
עס איזה נישט געוועהן וויזיטינג סאנדעי
פרייטאג פלעגן די עלטערע אידן ארויס קימען רויט ווי א בוריקע פין ראדני שוויץ
עס איזה נאר געוועהן jj דרינקס אין מים חיים קען סאדע
Freeman שיך
רץ כצבי, ר' לייבל וויינשטאק
א טלית האט מען געטוישט צוויי מאל אין לעבן
ביי הצלה פארטי האט נאר געטיילט הצלה סטיקערס
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”