געאגראפיע און נאך פון די וועלט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 878
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm
~ האלאנד א
האלאנד איז א קליין אבער גאר באקאנטע לענדל אין אייראפע. עס געפינט זיך אין צפון אייראפע, נעבן בעלגיע און העכער דייטשלאנד.
עס איז טאקע קליין, אבער פארמאגט גאר אסאך איינוואוינער, זיבעצן מיליאן, דאס מאכט עס פאר גאר א צאמגעדריקטע לאנד, ענג אין פלאץ.
טאקע כדי צו געווינען נאך פלאץ, האבן זיי ווי באקאנט אויסגעטריקענט אסאך שטחים פונעם ים, און עס געמאכט פאר א ארט ווי מען קען וואוינען. די ערטער זענען באשיצט דורך גרויסע מעכטיגע דאמבעס וואס באשיצן עס פון די ים וואסערן אז זיי זאלן עס נישט פארפלייצן און צוריק איינעמען אירע צוגענומענע שטחים.
אויף די דאמבעס געפינען זיך היינט הייוועי'ס וואס באהעפטן די חלקים פון האלאנד. זיי זענען נאכנישט גענדיגט מיט דעם און פלאנען נאך אויף נאך וואסער שטחים עס צו טריקענען און צונעמען נאך פלאץ צו וואוינען.
האלאנד איז גאר א רייכע לאנד.
איינע פון זייערע באקאנטע איינקונפטן איז די בלומען אינדוסטריע מיט וואס האלאנד איז גאר באקאנט. א אפטע נאטורליכע פאנאראמע אין האלאנד איז, א ריזיגע קאלירפולע בלומען פעלד אויף ווי ווייט די אויג קען נאר זען, מיט א הויכע מייעסטעטישע ווינט מיל אין צענטער איינגעטונקען אין בלומען. כמעט יעדער קען א בילד פון דעם פרעכטיגן איינדרוקספולע האלאנדישע פאנאראמע. דאס איז פון זייערע סימבאלן.
האלאנד איז אויך גאר א לינקע ליבעראלע לאנד.
רוב האלאנד איז פלאך און באוואקסן.
די וועטער דארט איז זייער שיין. כמעט גייט עס נישט אראפ אינטער די פרירונגס פונקט אין די ווינטער (32), און כמעט גייט עס נישט ארויף העכער 85 אין די זומער. מיר ווייסן שוין פארוואס.

~ האלאנד ב
אמסטערדאם איז א וועלט באקאנטע שטאט, און פון די מערסט באזוכטע שטעט איבער די וועלט, צען מיליאן טוריסטן א יאר. אויך ווערט עס פארעכענט אלץ די צווייט בעסטע שטאט ווי צו וואוינען.
אמסטערדאם איז געווען פאר מערערע יארן די צענטער פון די וועלטס האנדל. פון אירע פארטן ביים ים זענען ארויסגעפארן שיפן איבער די גאנצע וועלט מיט סחורה, און דאס האט זייער רייך געמאכט די שטאט, עס ארויפברענגענדיג אלץ די רייכסטע איבער אייראפע פאר מערערע יארן.
א גרויסע טייל דערפון איז אויך געקומען פון דעם וואס שוין פאר פינף הונדערט יאר צוריק זענען זיי געווען פריי און אפן צו אלעם, אנדערש ווי רוב אנדערע אייראפעישע לענדער וואס זענען נאך געווען פאנאטישע קריסטישע גלויביגע, ווי מען זעט אין שפאניע וואס האט דעמאלטס פארטריבן אלע אידישע בירגער אין נאמען פון רעליגיע און נאך אסאך לענדער וואס האבן דאן אנגעמאכט צרות פאר אידן.
ווי אויך האבן זיי אריינגעלייגט אסאך כוחות צו האלטן די שטאט ריין און מסודר, א זעלטנהייט פאר יענע צייטן. און זיי פלעגן אפילו אויפהאלטן ספעציעלע וואוילטעטיגע צדקה ארגאנאזאציעס, מיטן נאמען 'חסד לאומים חטאת', סתם א ווערטל...
זייענדיג גאר א פלאכע שטאט פארט מען דארט גאר אסאך אויף ביציקלעך. אריבער צוויי מיליאן ביציקלעך געפינען זיך דארט, און איבער פופצן טויזענט ביציקלעך ווערן יערליך ארויסגעשלעפט פון די וואסערן וואס לויפן דורך אינמיטן שטאט...
אידן אין האלאנד זענען געשטאנען רוב צייט גאר גוט. די רעגירונג האט זיך ע''פ רוב אנגענומען פאר זיי און זיי פארטיידיגט, זייענדיג א ליבעראלע לאנד.
דערפאר טאקע זענען אהינגעקומען מערערע אידן פון אנדערע אייראפעישע לענדער צו זוכן א רוהיגע נארמאלע לעבן. באקאנט גאר שטארק איז די אמסטערדאמע קהלה (עס איז יעצט פארהאן אן אשכול דערויף), וואס זענען אהין געקומען נאך גירוש ספרד.
אויך באקאנט איז ר' מנשה בן ישראל פון אמסטערדאם, און ר' אלעזר רוקח פון אמטערדאם בעל מעשה רוקח און זיידע פון די בעלזע צדיקים.
בשעת די צווייטע וועלט מלחמה האבן די האלאנדים ע''פ רוב זיך גאר שטארק אנגענומען פאר די אידן, און זיך אפילו מוסר נפש געווען פאר זיי מיט זיי באהאלטן און נאך. אריבער זעכצן טויזענט אידן זעען געראטעוועט געווארן דורך ווערן באהאלטן ביי האלאנדישע גוים.
גאר באקאנט איז אננא פראנק מיט איר טאג בוך, וועלכע האט געלעבט באהאלטן אין אמסטערדאם פאר עטליכע יאר ביז זי איז געווארן געכאפט דורך די דייטשן און אומגעברענגט. היינט איז זי א אינטערנאציאנאלע פיגור.
פון די אנדערע זייט זענען איבער אכציג פראצענט אידן פון האלאנד געווארן אומגעברענגט עקה''ש. גאר א גרויסע נומבער קעגן אנדערע לענדער.
היינט צוטאגס וואוינען דארט צוויי און פופציג טויזענט אידן, רוב דערפון אין אמסטערדאם.

~ האלאנד ג
האלאנד פארמאגט אויך עטליכע טראפישע אינזלען אינעם קאריבישן ים וואס זענען אינטער איר רשות.
למעשה זענען די לענדער מער ווייניגער זעלבסטשטענדיג מיט א אייגענע רעגירונג, אבער אין פאקט געהערט עס פאר האלאנד.
מיר וועלן בקיצור דערמאנען די אינזלען.
'קוראסאו': קוראסאו איז א אינזל הארט העכער דרום אמעריקע ביי ווענעזועלא. עס ציט אסאך טוריסטן צו די הויפט שטאט וואס איז גאר שיין און היסטאריש, ווי אויך צו די הערליכע ים קאראלן מיט וואס די וואסערן ארום זענען רייך.
קוראסאו פארמאגט אויך גאר א רייכע אידישע היסטאריע. אייגענטליך איז דארט געווען די ערשטע אידישע קהילה אין גאנץ אמעריקע! אין יאר תי''ג זענען אהין אנגעהויבן צו קומען ספרדישע אידן פון אמסטערדאם און זיך דארט באזעצט, עפענעדיג די ערשטע בית המדרש איבער דער זייט פון די וועלט!
אפאר יאר שפעטער זענען געקומען נאך עטליכע אידן, מיטברענגענדיג די ערשטע ספר תורה אויפן קאנטינענט וואס מען האט דערנאך גענוצט אלע יארן אינעם בית המדרש. דעם ספר תורה ניצט מען נאך ביז היינט צוטאגס.
ארובא: אויך אן אינזל דארט נעבן קוראסאו. ציט אויך גאר אסאך טוריסטן, זעקס הונדערט טויזענט טוריסטן א יאר, אין די צייט וואס עס וואוינען דארט קוים הונדערט טויזענט מענטשן.
אזוי ווי אין קוראסאו, וואוינען שוין דא אידן פאר הונדערטע יארן, און היינט צוטאגס וואוינען דארט בערך הונדערט אידן. צוויי לעצטיגע פרעזידענטן, אייגענטליך ברודער'ס, זענען געווען אידן.
סאן מארטן: דער אינזל געפינט זיך נעבן פורטא ריקא, דאס איז מער נענטער צו אמעריקע. עס געפינט זיך אויף אן אינזל וואס איז צוטיילט האלב פאר פראנקרייך און האלב פאר האלאנד (לעצטנס האט מען געהערט דערפון ווען א האריקען האט דארט שטארק אדורכגעריסן פאר א יאר צוריק, איך געדענק נישט וועלכע).
דאס לענדל איז גאר קליין, פון די קלענסטע איבער די וועלט, און עס איז אויך פון די מערסט צוזאמגעדריקטע איבער די וועלט, כאטש עס וואוינען דארט ווייניגער ווי פופציג טויזענט מענטשן.
די עירפארט זייערע איז טאקע פון די קלענסטע איבער די וועלט, און די ערעפלאן דארף שוין האלב לאנדן נאך איבער די וואסער. אזוי אויך הערשט דארט כמעט שטענדיג א שווער אנגעלייגטע פארקער, וויבאלד די שאסייען דערהייבן נישט די פילע אויטאס וואס די היזיגע און געסט נוצן צו גיין פון איין פלאץ צום צווייטן.

- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21066
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17148
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
יישר כח רבי טוב!
נאר לעצטנס באמערקט דעם הערליכן אשכול!
היות ס'איז שוין דא צו סאך פעידזשעס, און עס איז מיר שווער צו ליינען אויפ'ן סקרין, האב איך מיר געמאכט א פדפ.
ומיגו דזכי לנפשיה זכי נמי לאחריני.
אינטערעסאנטע פאקטן

אוראייניקל האט געשריבן:יישר כח רבי טוב!
נאר לעצטנס באמערקט דעם הערליכן אשכול!
היות ס'איז שוין דא צו סאך פעידזשעס, און עס איז מיר שווער צו ליינען אויפ'ן סקרין, האב איך מיר געמאכט א פדפ.
ומיגו דזכי לנפשיה זכי נמי לאחריני.
אינטערעסאנטע פאקטן
אוראייניקל האט געשריבן:אייראפע
דאנקען שעהן יישר כח
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21066
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
פאקטן איבער נידערלאנד (האלאנד) :
גרויס אין שטח 25813.6 סקווער מייל
זיי טיילן גרעניץ מיט פיר לענדער דייטשלאנד/בעלגיע/פראנקרייך/ענגלאנד
סהייסט נידערלאנד כשמו כן הוא ווייל נאר 50 פארצענט לאנד איז מיט 1 מעטער די ים שטאפל און בערך 21 פארצענט מענטשן וואוינען אויף פלעציר וואס איז אינטער די ים שטאפל
אין די שטאט ראטערדאם געפינט זיך די גרעסטע פארט פון אייראפע און צווייט גרעסטע פון די וועלט נאך טשיינע
זיי זענען די צווייט גרעסטע און אגריקולטער עקספארט נאך אמעריקע
זיי זענען די זעקסטע פריילעכסטע לאנד
ביי די ערשטע וועלט מלחמה זענען זיי געווען נייטראל און ביי די צווייטע זענען זיי געווען אינטער דייטשלאנד
די שטאט הייטען איז די מערסט פארזיכערסטע פלאץ אין די וועלט
די לאנד באשטייט פון 12 שטעט
סאיז דא דארט בערך 18 מיליאן ביציקלעך
מיט א פאפוילעשאן פון 17 מיליאן מענטשן
סרעגנט דארט יעדע חודש און מגייט דארט מיט רעגן קאוטס נישט מיט קיין שירעמעס צוליב די ווינטען
די העכסטע פלאץ איז 2828 פיס
די נידריגסטע איז 23 פיס אינטער די ים שטאפל
זייער פאלקס ליד איז די עלטסטע אין די וועלט מהאט עס שוין געשריבן אין יאר 1568 למספרם
זיי זענען די העכסטע מענטשן אין די וועלט די נארמאלע הויכקייט איז זעקס פיס
זיי זענען די גרעסטע אין עקספארטן טוליפ בלומען
זיי זענען די אויסטרעפער פון סידיס אין די ווי דיס
זיי זענען די מערסטע אקטיווע מענטשן אין די וועלט
אין אמסטערדאם זענען דא 1281 בריקן
KLM AIRLINE איז די עלטסטע נאצינאלע עירליין
די מייקראסקופ איז געמאכט געווארן דארט
זיי האבן די אייצוגסטע שפיטאל פאר אדיקשען אין אייראפע
סזענען דא דארט 2485.4 מייל פון טייכן אין וואסערן
זיי זענען די צווייט מערסטע קאווע טרינקערס
די קאמפעני Philips קומט פון דארט אויך TNT און Shell
זיי פארקויפן די מערסטע טשיז
זיי האבן די עלטסטע יאר ראטע פון לעבן 81 יאר
זיי האבן געמאכט די ערשטע ארטיפישעל הארץ
אויך די ערשטע בייק לעין וואס ארבעט דורך סאולער סיסטעמס
זיי האבן עלעקטריק טרעינס וואס נעמט די כח פון ווינט מילס

- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
יישר כח @טוב!!
און @נארמאלי פאר די קאמפאט
און @נארמאלי פאר די קאמפאט
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 878
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm
אלבעניע
אלבעניע איז אן אומבאקאנטע לענדל אויפן באלקאנישן האלב אינזל אין דרום אייראפע.
אלבעניע האט א היסטאריע פון אסאך איבערדרייענישן און אומסטאבעליטעט אין די לעצטערע יארן. אנגעהויבן פון נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך דארט אויפגעשטעלט א קאמוניסטישע רעגירונג אינטער די פירערשאפט פון איינער 'אנווער הוזשא'.
דער האט איינגעפירט א קאמוניסטישע רעזשים, אפשפארענדיג אלע קלויסטער'ס און מעטשעטן. אין אנהייב האט ער פרובירט זיך צו האלטן גוט מיט רוסלאנד און כינע וואס האבן אויך געפירט קאמוניסטישע רעגירונגען, אבער שפעטער האט ער אנגענומען אן אייגענע צוגאנג צו די קאמוניזעם, אוו דאן האט ער זיך גענצליך צוקריגט אויך מיט די פאר קאמוניסטישע לענדער, און געווארן א איינזאמע לאנד אויפן גלאוב.
ערשט אין יאר תשמ''ה האט דער הוזשא אפגעפייגערט נאך פערציג יאר רעגירן און חרוב מאכן די לאנד. און ערשט אין תשנ''ב האט די לאנד זיך ארויסדערזען פון די קאמוניזעם.
די מצב איז אבער נישט צופיל געווארן בעסער, און עטליכע פאקטארן און דורכפעלער האבן צוגעברענגט א טיילווייזע בירגער קריג אינעם לאנד ווי פילע אומשולדיגע בירגער זענן געהארגעט געווארן. די דערנעבנדיגע איטאליע אויפן אנדערן זייט ים האט געמוזט זיך אריינמישן און אפשטעלן די געשלעגן.
ערשט אין יאר תשנ''ט האט זיך עס סטאבעלעזירט און עס אנגעהויבן צו פונקציאנירן אלץ א געהעריגע פרייע לאנד.
געאגראפיש איז אלבעניע, אזויווי אלע באלקאנישע לענדער, זייער שיין, זייענדיג באצירט מיט הערליכע בערג און טייכן, רוב לאנד איז בערגיג. ווי אויך האט עס שיינע ים ברעגעס צום אדריאטישן ים.
אלבעניע איז פון די איינציגסטע אייראפעישע לענדער וואס רוב בירגער זענען מוסלעמענער. זיבעציג פראצענט זענען מוסלעמענער, און נאר דרייסיג פראצענט זענען קריסטן.
אין פאקט אבער זעט זיך אן די שטארקע השפעה פון די קאמוניסטישע יארן מיט דעם וואס די רעליגיע איז זייער שוואך, און רוב רעליגיעזע ערשיינען בכלל נישט אין זייערע קלויסטער'ס און מעטשעטן.
אידן האבן גאר א אינטערעסאנטע היסטאריע בשעת די צווייטע וועלט מלחמה, ווען פילע אידן זענען דארט אנגעקומען פון אנדערע לענדער און געווארן באהאלטן דורך די ארטיגע מוסלעמענער פון די דייטשן.
בעצם איז עס די איינציגסטע לאנד אין אייראפע ווי די צאל פון אידן איז געווען נאכן קריג ווי פארן קריג!
היינט צוטאגס וואוינען דארט כמעט נישט קיין אידן. א בית חב''ד איז יא דא דארט, אינטער די פירערשאפט פון ר' יואל קאפלאן וואס איז די רב פון אלע באלקאנישע לענדער.

יישר כח
יישר כח שאהן העניטי און נו גוט נו שוין.
- צוקער וואסער
- שר האלף
- תגובות: 1581
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21066
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
פאקטן איבער אלבעניע:
סאיז גרויס 17863.1 סקווער מייל
זיי טיילן גרעניץ מיט פינף לענדער Montenegro, Serbia, Kosovo, Macedonia, Greece
3 מיליאן מענטשן וואוינען דארט
מער אלבעניע מענטשן וואוינען אינדרויסען פון לאנד צווישען 7 און 10 מיליאן
סאיז דא נאר 4 ערפארטס וואס נאר איינס איז אינטערנעשנעל
נאר 420 מייל פאר טרעינס
און 11184 מייל פון ראודס אבער נאר 4349 מייל זענען אויסגעפלאסטערט
זיי גלייבן און רוחות ושדים און ביי יעדע אומפארענדיגטע הייזער הענגן זיי ארויס געשטאפטע קעפ פון חיות צו עס פארטרייבן
מטאר נישט ניצן קיין ספיד באוטס
אין 1991 איז געווען אומלעגאל צו האבן א קאר
זיי זענען זייער שלעכטע דרייווערס צוליב די קרופשן פון די פאליציי וואס מען קען שנעל אינטערשמירן
70 פארצענט פון די לאנד איז בערגיג
זיי גלייכן צו וואקן אין די נאכמיטאג שעות און לכבוד דעם זענען פארמאכט אסאך ראודס
די יארגאנג צו ערווארטן איז 78 יאר
די העכסטע פלאץ איז 9068 פיס
די נידריגסטע פלאץ איז אייניג מיטן ים שטאפל
עס געפינט זיך דארט די עלטסטע לעיק פון גאנץ אייראפע
זיי האבן א נידריגע פארצענט ארבעטסלאזע מענטשן
זיי האבן די גרעסטע אויל רעזווארן פון גאנץ אייראפע
די גרעסטע חלק פון זייער אינקאם קומט פון סערוויסעס צוליב טויריזם זיי האבן הערליכע ים ברעגס
זיי האבן די שנעלעסטע און ביליגסטע אינטערנעט פון גאנץ אייראפע
100 פארצענט לעקטער קומט פון היידרעלאגיע די מערסטע פון איבעראל
זיי האבן איין נאבעל פרייז געווינער
זיי זענען זייער גרויס אין weightlifting ספארטס מיט אסאך געווינערס

קראאטיע
קראאטיע איז איינע פון די זיבן לענדער וואס האבן זיך געשאפן נאך די צוטיילונג פון די גרויסע לאנד 'יוגאסלאוויע'. די צורה דערפון איז גאר מאדנע, ווי א האלבע לבנה, עפעס אזוי.
די לאנד פארמאגט גאר אסאך אינזלען אויפן אדריאטישן ים. בכלל האט עס גאר אסאך ים ברעג.
אינמיטן די ים ברעג האקט זיך עס אפ און מיט א קליינע שטיקל שטח פון באסניע א. ה. וואס שניידט אריין, זוכענדיג צו האבן אויך אביסל צוטריט צום ים וואס איז זייער א וויכטיגע זאך פאר א לאנד, און דאס מאכט אז א טייל פון קראאטיע איז ווי א לאנד פאר זיך. דאס איז אויך דא אין אנגאלע אין אפריקע, עיין שם, און אויך אין ארמעניע.
קראאטיע איז הונדערטער יארן געווען אינטערגעווארפן אינטער די אונגארישע מלוכה, שפעטער איז עס אריבער צו די אטמאנישע הערשאפט, און אביסל בעפארן קריג האט זיך עס אנגעשלאסן אין די פאראייניגטע לאנד 'יוגאסלאוויע'.
ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט זיך דארט געשאפן אזא נאצי קאליברירער רעגירונג אזויווי אין פראנקרייך מיט די ווישי רעגירונג, און די חברה זענען געווען שרעקליכע רוצחים און רשעים, נאך ערגער ווי די נאצי'ס.
זיי זענען די איינציגסטע נאצי מיטארבעטער וואס האט אליינס אויפגעשטעלט לאגערן אזוי ווי די נאצי'ס, ימ''ש! זיי האבן אויסגעהארגעט טויזענטער אידן וואס האבן דארט געוואוינט מיט א שרעקליכע אכזריות. פון פערציג טויזענט אידן, זענען דרייסיג טויזענט דערפון געווארן געהארגעט ביים קריג צווישן די קראאטן און די דייטשן.
מיין באבע ע''ה וואס האט דארט געוואוינט פלעגט צומאל רעדן איבער די אכזריות פון די קראאטן, אנדערש פון זייערע סלאוואנישע שכנים וואס זענען געווען גאר גוט צו די אידן. זיי האבן זיך אויסגעצייכנט אין בארבארישקייט און אכזריות אויף א שרעקליכע פארנעם, ימ''ש.
נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז קראאטיע געבליבן א טייל פון יוגאסלאוויע, ביז נאך דאס פאלן פון די אייזערנע פארהאנג וואס דאן האט זיך עס אפגעטיילט און געווארן א לאנד פאר זיך, נישט בעפאר א ביטערע בלוטיגע קריג מיט זייערע בלוט שונאים די סערביען.
היינט צוטאגס שטייען זיי גאר גוט רעלאטיוו צו די באלקאנישע לענדער, און זיי האבן גאנץ א גוטע עקאנאמיע.
עס וואוינען דארט בערך פיר מיליאן מענטשן.
רוב דערפון זענען קריסטן, אבער אזוי ווי די ארומיגע לענדער פארמאגן זיי אויך א באדייטענדע צאל מוסלעמענער.
עס וואוינען היינט צוטאגס בערך דריי טויזענט אידן, רוב דערפון אין די הויפט שטאט 'זאגרעב'.
יעצט אביסעלע איבער די געאגראפיע פונעם לאנד:
קראאטיע איז צוטיילט צווישן א פלאכע טייל, אין צפון ווי עס גרעניצט זיך מיט אונגארן און איז א טייל פון די אונגארישע פלאכענישן (אין קאפ און אויף די ערד...), ווי מיר האבן שוין געזען ביי אונגארן. און דערנאך א בערגיגע טייל ביים ים ברעג אין מערב.
די בערג זענען בעצם א טייל פון די אלפן קייט, יא, די אלפן בערג זענען נישט נאר אין עסטרייך און שווייץ און איטאליע, א לאנגע קייט ציט זיך ארויס פון דארט צו דרום גערופן 'די דינרישע אלפן', און לויפט אראפ כמעט די גאנצע מערב טייל פונעם באלקאנישן האלב אינזל, און אינדערמיט שניידט עס אויך אדורך קראטיע, מיט פראכטפולע מייעסטעטישע בערג.
קראאטיע פארמאגט אויך עטליכע גאר שיינע וואסערן וואס ציען צו זיך אסאך טוריסטן יאר יערליך, זיי זענען גערופן 'די פליטביצא טייכן'. דארט געפינען זיך אויך מערערע הערליכע אויגפארכאפנדע וואסערפאלן, די העכסטע דערפון פאלט א הייעך פון 225 פיס.
קראאטיע פארמאגט אויך איבער טויזענט אינזלען צושפרייט אינעם אדריאטישן ים, גרעסערע און קלענערע, מערערע דערפון שטארק באוואוינט.
קראאטיע פארמאגט אויך מערערע היסטארישע שטעט און פאלאצן פון די צייטן פון די יוונים און רומיים און שפעטער.

ארמעניע
ארמעניע איז געאגראפיש אין אזיע, אבער היסטאריש און פאליטיש ווערט עס פאררעכנט א טייל פון אייראפע.
ארמעניע איז גאר א בערגיגע לאנד, די נידריגסטע ארט איז העכער ווי טויזענט דריי הונדערט פיס! דאס איז העכער ווי די געווענטליכע הייעך אין די קעטסקילס און פיל העכער ווי קרית יואל וואס איז אויף די העכסטע פלאץ בערך 900 הונדערט פיס, און 1300 פיס איז די נידריגסטע ארט אין לאנד, דאס איז זייער הויעך.
די העכסטע בארג איז הויעך איבער דרייצן טויזענט פיס. די העכסטע בארג למשל אין ניו יארק איז בערך פינף טויזענט פיס.
ארמעניע האט גאר א רייכע לאנגע היסטאריע. אין פאקט, אויב איז אמת אז דארט געפינט זיך די הרי אררט, איז דארט די ערשטע באוואוינטע פלאץ אין די וועלט.
אינטערעסאנט, אז ארכיאלאגישע גרובינגען האבן דארט געפינען די עלטסטע וויין פאבריק אין די וועלט! דאס שטימט גאר שיין מיט דעם אז נח האט תיכף זיך גענומען ארבעטן איבער טרויבן און וויין ווי נאר ער איז ארויס פון די תיבה, אויב אזוי איז דארט די ערשטע יקב אין די וועלט!
פאר אפאר הונדערט יאר, אין די צייטן פונעם ערשטן בית המקדש, איז דא געווען א גרויסע שטארקע מלוכה מיטן נאמען 'אררט', טאקע אויפן נאמען פונעם בארג, און עס ווערט דערמאנט אין ירמיהו הנביא איבער א נבואה פאר 'ממלכות אררט מני ואשכנז'.
מערערע ארכיאלאגישע איבערבלייבענישן פון יענע מלוכה זענען געפינען געווארן אין די לעצטע יארן, און די הויפט שטאט 'יראווען' איז דאן געגרינדעט געווארן און שטייט נאך ביז היינט.
שפעטער איז ארמעניע געווארן אינטערגעווארפן אינטער רוים, דערנאך די ביזאנטישע, דערנאך די אטמאנישע אימפעריע.
ביז אין יאר תרע''ה ווען די ארמעניער האבן רעוואלטירט אקעגן די אטמאנישע הערשאפט, דאן האט טערקיי אדורכגעפירט א שרעקליכע בלוט פארגיסונג צו אינטערדריקן די אויפשטאנד, אומברענגענדיג צווישן זעקס הונדערט טויזענט און א מיליאן צוויי הונדערט טויזענט ארמענער.
דערנאך איז ארמעניע געווארן איינגעשלינגען אינטער די ברייטע לאפעס פונעם רוסישן בער, איר נאנטער שכן, און אזוי שוין געבליבן אזוי ביז ווען די מעכטיגע שרעק אנווארפנדע קאמוניסטישע רעזשים איז צופאלן ווי א פאפירענעם טיגער - בער, דאן איז עס געווארן א זעלבסטשטענדיגע לאנד, אין יאר תשנ''א.
ביי די קריסטן פארמאגט ארמעניע גאר א גרויסע חשיבות זייענדיג די ערשטע לאנד אין די וועלט וואס האט אפיציעל אנגענומען די קריסטישע גלויבן, דאס איז פאר בערך טויזענט און אכט הונדערט יאר צוריק, נעבעך...
דעריבער פארמאגן די ארמענער א פערטל אין אלט שטאט ירושלים, 'רובע הארמני' – די ארמענישע פערטל. וויבאלד ביי די קריסטן איז ירושלים גאר א חשובע שטאט, נאכדערצו אז לשיטתם ליגט דא זייער יאשקע.
יעדער וואס איז געווען אין אלט שטאט ירושלים איז שוין לכאורה געווען דארט אין דעם פערטל. דאס קומט אויס ווי מען קומט אריין פון שער ציון ביי קבר דוד המלך, און אביסל נאך שער יפו פון די אנדערע זייט.
עס וואוינען דארט נאר בערך צוויי טויזענט מענטשן, די ווייניגסטע פון אלע אנדערע פערטלעך אין שטאט, דאס איז וויבאלד אז רוב שטח דערפון איז א קלויסטער און מאנאסטיר ארומגענומען מיט א חומה, ווי מען קען זען גייענדיג פון שער יפו צו שער ציון.
ארמעניע פארמאגט נישט קיין איבריגע רוהיגקייט סיי אין די לאנד זעלבסט און סיי מיט די שכנים ארום. די רעגירונג איז היבש קארופטירט, און צוויי יאר צוריק האט א פרעזידענט געדארפט רעזיגנירן פון אמט צוליב פראטעסטן.
ווי אויך זענען זיי איזולירט פון די שכנים טערקיי און אזערבעזשאן צוליב רייבערייען איבער שטחים.

הוספה לאונגארן
די אנגארישע מיניסטער וואס געפינט זיך יעצט אין מדינת ישראל לכבוד די 75 יאר אפצייכענונג פונעם אושוויץ לאגער, האט זיך בארימט ביי איר רעדע אז בודאפעסט פארמאגט די דריט גרעסטע אידישע באפעלקערונג אין אייראפע. און האט די צווייט גרעסטע שול איבער די וועלט.
ווי אויך אז אונגארן איז גאר שטארק פארזיכערט פאר אידן און אידן דארפן זיך גארנישט פארכטן צו גיין אויפן גאס מיט גאנצן אידישן טראגע.
קען זיין.
ווי אויך אז אונגארן איז גאר שטארק פארזיכערט פאר אידן און אידן דארפן זיך גארנישט פארכטן צו גיין אויפן גאס מיט גאנצן אידישן טראגע.
קען זיין.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 878
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm
יישר כח
יישר כח הרב צוקער וואסער פארן שקויעך.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 878
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm
סלאוואניע
סלאוואניע איז איינס פון די לענדער וואס האבן אמאל צוזאמגעשטעלט יוגאסלאוויע.
אין יאר תש''נ האבן זיי מורד געווען אין די פאראיין און זיך אפגעטיילט פאר א לאנד פאר זיך, אבער די יוגאסלאווישע האבן נישט מסכים געווען און אינוואדירט מיט א גרויסע ארמיי דאס לאנד. די יו. ען. האט זיך אריינגעמישט און תיכף אפגעשטעלט די מלחמה.
די גאנצע מעשה האט גענומען צען טעג, דערפאר ווערט דער מלחמה אנגערופן 'די צען טאגיגע מלחמה'...
סלאוואניע פארמאגט די בעסטע עקאנאמיע פון אלע מזרח אייראפעישע לענדער. זייער עקאנאמיע איז גאר שטארק מצליח, און איז גאר נאנט צו די רייכע מערב אייראפעישע עקאנאמיעס.
טוריזעם איז א גרויסע אינקאם פארן לאנד, דריי מיליאן טוריסטן קומען דארט אריין פער יאר, א מיליאן מער וויפיל איינאוואוינער אינעם לאנד.
א חלק פון די טוריזעם גייט פאר סקיען. סלאוואניע האט די העכסטע בארג אין מזרח אייראפע, וואס בעצם איז עס א טייל פון די אלפן בערג. דאס איז אין צפון מערב פונעם לאנד.
די שפיץ פון די בערג ווערט גערופן 'טריגלאוו', און איז די שטאלץ פונעם לאנד און פיגורירט אויף זייער סימבאל און אויף זייערע מטבעות. עס גרייכט א הייעך פון איבער ניין טויזענט פיס.
אויך האבן זיי אסאך גרויסע הערליכע קאראסטישע מערות אין דרום פון לאנד וואס איז גאר אינטערעסאנט און ווערט באזוכט דורך אסאך טוריסטן יאר יערליך.

אוקריינע
אוקריינע! וויפיל אידישע היסטאריע ליגט דארט איינגעזאפט אין די ערד פון דעם ריזיגן לאנד, צום גוטן און צום אנדערע זייט.
אוקריינע איז באמת א לאנד וואס איז כמעט איינס מיט איר נאנטן שכן רוסלאנד אין אלע הינזיכטן, אין קולטור, אין שפראך, און אין אלעס, חוץ דאס אז זיי זענען אויף מעסער שטעך שוין לאנגע יארן, בפרט לעצטנס נאך דאס איינעמען קריימיע דורך רוסלאנד. און אפשר דאס אז זיי זענען אויף מעסער שטעך איז אויך רוסיש גערעדט...
אוקריינע איז אדורך גאר אסאך מהפיכות אין אירע יארן. פאר טויזענט יאר צוריק איז עס גאר געווען א מעכטיגע אימיפעריע וואס האט שולט געווען איבער רוסלאנד! אבער שפעטער איז עס געווען פאר לאנגע יארן אינטער פוילן, ביז די ת''ח ות''ט יארן, ווען די קאזאקן זענען ארויס אין א אויפשטאנד אראפצו-ווארפן די פוילישע יאך פון זיך, דאס האט געקאסט אסאך אסאך אידישע נפשות מיט בלוטיגע רציחות רח''ל כידוע.
שפעטער, נאכן ערשטן וועלט מלחמה, זענען זיי געווען אינטער רוסישע הערשאפט פאר לאנגע יארן. דאן איז אויך פארגעקומען א שרעקליכע הונגער אינעם לאנד, ווי א האלב פונעם באפעלקערונג איז געשטארבן! און אלעס דורך סטאלינ'ס צורידערטע פלענער ימ''ש.
ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז אוקריינע ארויס כמעט די מערסטע געשעדיגט פון אלע לענדער. די נאצי'ס האבן אויסגעהארגעט בערך פינף מיליאן אוקריינער. דאס איז צוליב א געוויסע טייל אין זייער ריינע ראסע שיטה, האלטנדיג אז די אוקריינער פאלק איז מער פון די נידריגע וואס דארפן זיין פארקנעכטעט פאר די ריינע ראסע, ימ''ש.
דעריבער האבן רוב אוקריינער אויך געהאסט די נאצי'ס און שטארק מלחמה געהאלטן קעגן זיי, בעיקר דורך פארטיזאנישע גרופעס איבער די לענג פונעם גאנצן לאנד.
שפעטער איז אוקריינע געווארן א געהעריגע טייל פונעם רוסישן טייוול, און עטליכע פירער זענען אפילו געקומען פון אוקריינע, און אוקריינע איז געווען פון די גאר שטארק סאוויעטישע לענדער געשטימט פארן מאמע רוסלאנד.
אין יאר תשנ''א נאכן צוזאמפאל פונעם סאוויעטישן פאראיין, איז אוקריינע געווארן א לאנד פאר זיך, אבער פאר אוקריינע איז עס געווען גאר א ביטערע געווינס, זייער עקאנאמיע איז דאן געפאלן אין די ערד און נאך נידריגער, און די גאנצע מצב אינעם לאנד איז געווען חורבן.
ערשט צען יאר נאכן באקומען זעלבסטשטענדיגקייט האבן זיי אנגעהויבן זיך צו שטעלן אויף די פיס, אויך מיר פיס, הינערישע פיס... אבער עטוואס האבן זיי אנגעהויבן זיך צו סטאבעליעזירן און קומען צו זיך, און פון דאן ביז היינט ארבעטן זיי שווער זיך אויפצובויען עקאנאמיש און מערב וועלטיש.
אבער רוהיגקייט איז נישט געקומען אזוי שנעל. דריי מאל זענען פרעזידענטן געפלויגן פון בענקל נאך קוים זיך ארויפזעצן. בעיקר האט עס אויך מיט דעם וואס אוקריינע איז גאר שארף צוטיילט, מזרח אוקריינע איז כמעט גענצליך פרו רוסלאנד, און מערב אוקריינע איז פרו אוקריינע, נו, איז ווי קען מען גיין צום טיש אזוי?!
אלע געדענקן ווי אין יאר תשע''ג האט אויסגעבראכן גרויסע אומריען אין לאנד, און מען האט אנידערגעזעצט דעם רוסיש געשטימטן יאנעקאוויטש, און אויף זיין פלאץ אויפגענומען דעם אייראפעיש געשטימטע פרעשענקו.
פאר א יאר צוריק איז געווארן אויפגענומען זעלענסקי, די ערשטע אידישע פרעזידענט אין לאנד, ער האלט זיך מער צענטראל און פרובירט יא צו טיילווייז פארהאנדלען מיט רוסלאנד.
אבער די עיקר טוישונגען זענען פארגעקומען אין מזרח אוקריינע ווי רוב זענען רוסישע, ווען זיי האבן באשלאסן צו גרינדען אן אייגענע לאנד מיטן נאמען 'נאבא-רוסיא'.
רוסלאנד האט אריינגעשיקט אין געהיים פון זייערע סאלדאטן ארויסצוהעלפן אינעם קאנפליקט, און ביז היינט איז די מצב גאר אנגעצויגן און עס איז נאכנישט געווארן באשטימט גארנישט איבערן צוקונפט. אריבער פינף טויזענט זענען שוין געהארגעט געווארן אינעם קריג.
די הויכפונקט פון דעם קאנפליקט איז דאס אפיציעל איינקאסירן קריימיע דורך רוסלאנד. עס איז פארגעקומען א איין זייטיגע פאלקס - וואלן ביים ארטיגן באפעלקערונג און זיי האבן געשטימט זיך אפצורייסן פון אוקריינע, און רוסלאנד האט עס תיכף אינוואדירט און איינגענומען פאר זיך. עס איז גאר א קריטישע שטח און איז ווערט גאר אסאך אין פילע הינזיכטן. זינט דאן איז רוסלאנד אינטער סאנקציעס פון די מערב וועלט.
אוקריינע'ס עקאנאמיע וואקסט זייער שיין די לעצטערע יארן, אבער רוב געלט גייט פאר די זעלבע פאר ביליאנערן, 'אליגארכן' אויפן ארטיגן שפראך, אין די צייט וואס די אלגעמיינע באפעלקערונג איז נאך זייער ארים און צוריקגעשטאנען אין אלע הינזיכטן. א נארמאלע ארבעטער באקומט באצאלט פופציג סענט א שעה, שיין געצאלט! און דא רעדט מען פון א אייראפעישע לאנד.
א שיינעם טייל פון די עקאנאמיע שטייט אויף אגריקולטור. אוקריינע איז א פלאכע לאנד אין מערסטנס טייל, מיט ריזיגע לאנגע שטחים פון ליידיגע פעלדער, דאס ניצט זיך זייער גוט צו פלאנצן ווייץ, פון וואס אוקריינע איז פון די גרעסטע עקספארטירער איבער די וועלט.
אוקריינע איז די צווייט גרעסטע לאנד אין אייראפע, נאך פראנקרייך. עס איז בערך אזוי גרויס ווי טעקסעס.
די איינציגסטע ערנסטע בערג אין דעם ריזיגן לאנד איז ביים דרום מערב שפיץ, דאס זענען די באקאנטע קארפאטן בערג. דארט געפינט זיך היינט צוטאגס די שטאט מונקאטש און ארום.

אוקריינע ב
אידן וואוינען שוין אין אוקריינע פאר הונדערטער יארן. גאר אסאך גוטס איז דארט פארגעקומען פאר די אידן, און אויך גאר אסאך פארקערטע איז דארט געווען.
די ת''ח ות''ט יארן איז איינגעקריצט אין די אידישע היסטאריע מיט רויטע טינט, ווען פופציג טויזענט אידן זענען אויסגעשחט'ן געווארן מיט מיתות משונות איבער גאנץ אוקריינע.
אסאך שפעטער, אין יאר תר''פ, ביים גרויסן רעוואלוציע ווי גאנץ אוקריינע האט געבוזשעוועט מיט אלע סארטן באנדעס וואס האבן פרובירט איבערצונעמען די מלוכה, זענען אויך די אידן געווען די שעיר לעזאזל פון אלע צוגלייך און כמעט הונדערט טויזענט אידן זענען געהרג'ט געווארן אן קיין שום דין וחשבון, רח''ל.
די אלע צרות האבן צוגעברענגט אז אידישע קינדער זאלן נעבעך אפלאזן דעם אייבערשטן און זיין תורה הקדושה, און גאר אסאך פרייע אידישע באנדעס און גרופעס האבן זיך דארט געשאפן. טאקע גאר אסאך בארימטע ציונים האבן דארט אנגעהויבן זייער קאריערע, צווישן זיי עטליכע ראשי ממשלה.
אנדערע אידן זענען אנטלאפן פון די בלוטיגע ערד, בפרט נאך די תר''פ שחיטות. א גרויס טייל דערפון צו די גאלדענע אמעריקע, און א טייל קיין ענגלאנד און ארגענטינע צו זוכן בעסערע גליקן.
און ווער רעדט שוין ביי די צווייטע וועלט מלחמה ווען די אוקריינער רוצחים האבן געהארגעט אידן רעכטס און לינקס, און פון צוויי א האלב מיליאן אידן וואס האבן דארט געוואוינט זענען פארבליבן בערך אכט הונדערט און פופציג טויזענט אידן, יעדע איינס א נס פאר זיך. מען שאצט אז עס זענען פארהאן צווישן צוויי און דריי טויזענט מאסן מארד גרובן אויסגעשפרייט איבער מערב אוקריינע, ימ''ש.
די שפיץ פונעם אוקריינישן מערדערישע שחיטה איז געווען אין קיעב, באקאנט אלץ 'באבי יאר', ווי פופציג טויזענט אידן זענען ערמארדעט געווארן אויפן פלאץ. דריי און דרייסיג טויזענט אין צוויי טעג! און שפעטער נאך פופצן טויזענט.
נאך די צווייטע וועלט מלחמה זענען די אלע פארבליבענע אידן געפאלן אינטער די הערשאפן פון די סאוויעטן, וואס האבן אינטערדריקט יעדע רעליגיעזע באוועגונג, דאס האט דערווייטערט און געמאכט פארגעסן גאר אסאך אידן פון זייער אידישקייט, און רוב האבן זיך אויסגעמישט מיט נישט אידן און אינגאנצן דערווייטערט געווארן.
אבער פון די אנדערע זייט, מעז יצא מתוק, און אוקריינע איז איינגעקריצט מיט גאלדענע אותיות אין די אידישע היסטאריע אלץ די וויגעלע פון חסידות.
די קליין שטעטל מעזיבוז אין צענטער אוקריינע איז דאס ארט פון וואו חסידות איז ארויס איבער רוב אייראפע. מיט די צייט איז חסידות אריבער מער קיין גאליציע פוילן, און אוקריינע האט בעיקר געהערט פאר די צוויי גרויסע חסידות'ן: טשערנאביל און רוזין ותולדותיהן.
היינט צוטאגס געפינט זיך אין אוקריינע נאך אסאך חסידישע שטעט וואס האבן אמאל געהערט פאר פוילן און ראמעניע און אונגארן, צווישן זיי: לעמבערג, וויזשניץ און קאסוב, מונקאטש, אונגוואר, טשערנאוויץ, חוסט, בישטינא, בעלזא און נאך אסאך.
אבער ווען מיר רעדן פון די ריכטיגע אוקריינישער אידנטום, רעדן מיר בעיקר אין די צענטער, ווי עס געפינט זיך: בארדיטשוב, זיטאמיר, טשערקאס, שדה לבן, פרובישט, אוסטראה און נאך און נאך.
ווען די אייזערנע פארהאנג איז געפאלן האבן זיך געפינען א האלבע מיליאן אידן אין אוקריינע. רוב דערפון זענען ארויף קיין ארץ ישראל און נאך פלעצער.
היינט צוטאגס וואוינען דארט בערך א הונדערט טויזענט אידיש אפשטאמיגע. אסאך קומען צוריק צו אידישקייט.
גרעסערע אידישע קהילות זענען דא אין קיעוו, לעמבערג, דנייעצק, בארדיטשוב, אדעסא, זיטומיר, אומאן.
ליידער זענען גאר אסאך אויסגעמישט געווארן. אין די חב''ד חדרים זענען ניינציג פראצענט אידן, נאר אידן דורך די מאמע, אבער די טאטע איז א גוי!.... ה''י.
והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם, ובאו האובדים והנדחים והשתחוו לה' בהר הקודש בירושלים, וקבצנו מארבע כנפות הארץ לארצינו.