אוי מה היה לנו

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

אוי מה היה לנו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

די געמיטער זענען אראפגעלאזט, די טרויער זיצט אויפן אויבען אן און איז מקבל פנים א יעדעם, די אויגען ווערן באדעקט מיט א שיכט פון הייסע זויערע וואסער וואס פליסט ארויס ווי בלוט פון א אפענע וואונד, די מוח איז צומישט און פונקעצירט נישט ווי נארמאל, און לאזט נישט קאנצעטרירן, ס'איז זייער שווער זיך צו צאמקלויבן און קומען צו זיך פון די שוידערליכע פאסירונג וואס האט אויפגעטרייסעלט און איבערגעלאזט א טיפן שטעכעדיגע וואונד אין די הארץ פון א יעדע איד; פון די שוואכסטען כאראקטערס וואס ווערן אויפגעטרייסעלט פון א נישטיגע זאך ביז די שטערקסטע מענטש וואס זעהט קוים טרערן ביום חופתו.

א אידישע גראסערי, פיל מיט כשר'ע עסן און פראדוקטן איז געשטאנען גרייט צו סערווירן די תורה טרייע אידן פון די שטעטעלע דשערסי סיטי, די זייגער קלאפט עטוואס נאך 12 אזייגער די געשעפט גייט אן ווי נארמאל און באדינט די ערליכע אידן וואס קומען אנקויפן זייערע געברויכן, די געגענט איז א שטילע, מ'הערט נישט צופיל גרידער, א רואיגקייט זיצט געמיטלעך אויף די אנוואוינער וואס האבן שוין כמעט פארגעסן וואס ס'מיינט א לי עוועניא /13 עוועניא, זיי לעבן זיך דעם טאג אינאיינעם מיט די קנאפע 100 משפחות.

צוויי רשעות'דיגע רוצחים וואס זענען געווארן געהייערד דורך די מלאך המוות זעצן זיך אריין אין א גע'גנב'עטע יא העל טרעקעל און לייגן אריין אין זייער מאשינקע אנצוקומען צו אט די אומשילדיגע געשעפט, זיי פליען אהין מיט די געמיינע ציל פון רציחה לשם רציחה, ווי די מלאך המות אליין טוען זיי אריינשטורעמען אין די געשעפט מיט אויסגעשטערעקטע רציחה'דיגע רייפלעך און אן קיין רחמנות ציען זיי דעם שיסער ווען ס'פליעט ארויס איין קוילן נאכן צווייטען אן קיין אפשטעל, ניין! די אנקויפער זענען קיינמאל נישט געקומען אין בארירונג מיט די רוצחים און האבן זיך קיינמאל נישט אנגעטשעפעט אין די געמיינע פערשוינען, ס'האט אבער קיין סאך נישט געהאלפן און זיי האבן געשאסן אן קיין רחמנות פארן בלויזן חטא פון זיין א תורה טרייע איד. אוי מה היה לנו....

די רוצחים זענען אנגעגאנגען מיט זייער רציחה פאר אפאר שטונדען ווען גאנצע רונדעס פון קוילן זענען געווארן אויסגעקוילערט און גע'הרג'ט אלע מענטשן וואס האבן זיך געפינען אין געשעפט, די שיסערייען זענען געגאנגען אהין אין צוריק ביז מ'האט זיי דערשאסן צו זייער ערליך פארדינטע מיתה משונה. ויהי אחר הרעש, די געשעפט איז געווארן טויט שטיל מ'הערט גארנישט ארויס מ'זעהט נישט קיין שום עקטיוועטעטן, מ'האט אנגעשפאנט די ספעציעלע איינהייט וואס זענען טראנירט אריינצוגיין אין אזעלעכע פלעצער אינטער אזעלעכע אומשטענדן, אוי וויי זיי באשטעטיגן וואס די שכל האט געזאגט "די מענטשן אינעווייניג זענען נישט בין החיים" אוי לאמיר האפן אז זיי זענען נישט משלנו, ווער ווייסט אפשר פינקט היינט האבן אפאר ערלים באשלאסן צו גיין קויפן כשר'ס, א רגע אבער זי איז נישט אינדערהיים ווי איז זי..לאמיר נישט טראכטן ווייטער....און ווי איז משה'לע..אוי מה היה לנו

זיצט זיך א אינגערמאן און ווארט אז זיין אשת חיל זאל אהיימקומען פון געשעפט און ער ווארט און ווארט פרובירט צו קלינגען אבער אין קול ואין עונה ער ווייסט נישט וואס ס'שפילט זיך אפ מיט זיין געטרייע אשת חיל ער האפט פארן בעסטן און האט מורא פאר ערגסטען, מיט צער און פחד דרייט ער זיך ארום און ווארט צו הערן וואס מ'געפינט אינעווייניג, עס גייט דורך לאנגע שעות פון שטילקייט מער ווי די שאס פון די רציחה הערט זיך גארנישט ארויס פון די געשפעט, די פחד איז אויפן העכסטען שטאפל, 4 אזייגער איז שטיל געווארן די בלוט באד די אינגערמאן ווארט צו הערן וואס מ'האט געפינען דארט, עס קומט ליידער די ידיעה אז זיין פחד האט געהאט ווארהאפט און עס זענען דא אומגעקומענע, אבער אפשר איז זי נישט פון דיע, אפשר האט זי זיך אויסבאהאלטן ערגעץ ווי , די פאליציי לאזט אבער נישט אריין און מ'קען נישט אידענטעפעצירן די אומגעקומענע, עס גייט דורך נאך א שעה און נאך א שעה אוי "ברוך דיין האמת" זי איז ליידער פון די אומגעקומענע און האט אויסגעהויכעט די נשמה על קידוש השם, אוי מ'האט זיך נישט געקענט געזעגענען. או מה היה לנו.

א מאמע זיצט ביים תהילים און פארגיסט טרערן אז איהר חשובע בחור זאל זיך אומקערן געזונט און שטארק, ער איז נאכנישט קיין חתן ער האט נאכנישט אנגעהויבן זיין לעבן, זי האפט צו הערן גוטע בשורות און זיך פאראיינוגען מיט איר זיהן, א יעדע מינוט פילט ווי א שעה און די זארג נעמט נישט קיין סוף אוי וואס וועט זיין מיט משה ווי אזוי געבט ער זיך א עצה מיט די רוצחים, שוין אזוי פיל שעה אינאיינעם מיט די וועלט פארברעכער, ווער ווייסט וואס.....אוי טאטע העלפ מיר ער זאל זיך אומקערן איך האב נישט קיין כוח....שיק אים אהיים און שיק אים זיין ריכטיגע שידוך אינאיינעם און ער זאל שוין קענען אויפשטעלן א בית נאמן בישראל ...נאך די לאנגע שווארצע דינסטאג נאכמיטאג איז געקומען א ידועה אז די מענטשן אינעווייניג האבן נישט איבערגעלעבט...אוי אוי אוי אוי וואס איז מיט דיר משה איך האף אז די באהאלטס זיך אויס ערגעץ ווי, 9:30 אויפדערנאכט קומט אריין די ידועה אוי אוי ברוך דיין האמת.. משה'לע אזא יונגע ביימעלע איך האב דיר אזוי שטארק געוואלט זעהן חתונה געהאט מיט א משפחה'לע און וואס איז געשעהן מיט דיר..אזוי פריצייטיג און אזוי טראגיש ווער האט זיך דאס געקענט פארשטעלן אין וויסטען חלום..משה'לע מיין הארץ בינקט צו דיר איך קען נישט פארגעסן פון דיר און איך קען נישט גלייבן וואס דא האט פאסירט, די ביסט ארויס אינדערפרי און די קומסט שוין קיינמאל נישט צוריק..אוי ווי געוואלד..

די קליינע תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, זענען געווען פארכאפט אין שאק פון שיסעריי פאר שעות לאנג מורא האבענדיג פאר זייער לעבן , זיי האבן נישט געוויסט וואס די קומענדיגע מינוט גייט ברענגן, די מאמע'ס זיצן אינדערהיים און ווארטן צו זעהן זייערע קליינע אוצרות זאלן זיך אומקערן אהיים אומגעשעדיגט און נישט פאלן קיין קרבן צו די רוצחים, נאך לאנגע אנגעצויגענע מינוטן האט מען אהיים געלאזט די קינדער אנגעפילט מיט פעק און זעק פון טראמע און שרעק, די קינדער קומען אן אהיים און פלאצן אויס אין א געוויין און הייבן אן שילדערן זייער איבערלעבעניש וואס זיי זענען אריבער און קענען נישט צו זיך קומען פון שרעק, און קענען נישט ענדיגן אויספלאדערען וואס זיי האבן געזעהן געטראכט און געמיינט, זיך געלייגט שלאפן מיט א ציטער און נישט געקענט אנשלאפן פאר שרעק, זיי פרובירן עס צו פארשטיין מיט זייער קליינע ריינע מוחות, אבער אפילו די גרויסע אלט געזעצענע מוחות פארשטייען עס אויך נישט, כמעט וואס זיי שווערן אז זיי גייען מער נישט אין חדר , די מאמע'ס קענען קוים קוים בארואיגן נאכדעם וואס זיי זענען אליין אין שאטן פון שרעק און שוידער.

די הארץ רייסט אין וויינט אויף די פאסירונג, נסתרים דרכי השם, מיר פארשטייען נישט פארוואס דאס האט פאסירט און פארוואס פינקט זיי, ס'איז אבער ביטער ביז גאר, די בלבול הנפש אין די היינטיגע וועלט איז שוין גענוג גרויס אן די אלע טראגעדיעס, די טערעפיסטן עצה געבער און פסיכאלאגן וכל שום דאית ליה זענען פיל פון אינדערפרי ביז אין די שפעטע נאכט שטונדען זיך אפצוגעבן מיט די הינדערטער מענטשען וואס שטייען אין די רייעס און פלאגן זיך אנצוגיין מיט זייער לעבען יעדער מיט זייערע אייגענע איבערלעבענישן און שוועריקייטן, די וועלט היינט איז פיל מיט הסתרה, די מענטשהייט דראפעט זיך צו דערהאלטן נאך א טאג און נאך א טאג, ווען ס'געשעהט נאך אזא טראגישע פאסירונג ווערט נאר די הסתרה שטערקער, עס נעמט אוועק די גיסטע פון מענטשן און איז א ביטערע פיל אראפצושלינגן..

צרות אחרונות משכחות את הראשונות, פאר צוויי דריי וואכן צירוק האט פאסירט א שוידערליכע שטעכעריי אין די עיר התורה מאנסי, ווען א חשובע מרביץ תורה איז געשטאכן געווארן אויפן וועג צו זיין טעגליכע שיעור אין טאשנאד בית מדרש, די גאנצע חרדישע אידענטום איז אריינגעפאלן אין טיפן שאק פון די פאקט אז אין צענטער פונעם שטאט מאנסי האט געקענט פאסירן אזאונס, ליידער איז אבער מקוים געווארן די מאמר פון צרות אחרונות משכחת את הראשונות, נאך אזא שוידערליכע פאסירונג וואס איז אריבער אויף אונז אין די שווארצע דינסטאג וועט זיין זייער שווער צו ארויפברענגן אויפן אויבערפלאך די מאנסי שטעכעריי ווען די דראמאטישקייט גרויזמאקייט און ליידער די פאקט אז ס'האט אפגעקאסט 2 אומשילדיגע נשמות נעמט איבער די אויבערפלאך פון די מוח און די פריערדיגע פאסירונג ווערט נאר א משל א קעגן די נעכטיגע.

ברוך דיין האמת, מיר גלייבן באמונה שלימה אז די אויבערשטער איז די מקור הטוב והחסד און מאתו לא תצא הרעות, א יעדע זאך האט א פינקטליכע חשבון פארוואס דאס האט געדארפט פאסירן , עס איז זיכער אז אינטער די נעכטיגע פאסירונג איז דא א שלייער ווי עס ליגט באהאלטן חסדים, דאס האט מען געקענט זעהן ווען א גאנצע חדר פון אומשילדיגע תינוקות של בית רבן זענען געווען א שפאן אוועק פון די מלאך המוות אליין , א שול פיל מיט אינגעלייט האבן געהאלטן אינמיטן פראווענען א סעודת הילולא לעילו נשמת די הייליגע בת עין און זענען געווארן אפגעהיטן פון די מלאך המוות, איי פארוואס די גראסערי יא, מיר פארשטייען נישט אבער מיר גלייבן יא, אז דאס איז פאר אונזער טובה. אוי הראינו ד' חסדיך

די באשעפער זאל אונז אלע טרייסטן און אונז העלפן ארויסקריכן פון שרעק און זארג, און ער זאל העלפן די באטראפענדע משפחות זאלן זיך קענען שטארקן און ווערן אויפגעראכטן ווי שנעלער, און די תינוקות של בית רבן זאלן זיך קענען ערהוילן און נישט דארפן צושטעלן קיין פרנסה פאר די טערעפיסטן , און ער זאל אונז אלע שטארקן מיר זאלן נישט מורא האבן צו קענען גיין אין גאס און נישט מורא האבן צו שיקן אונזערע קינדער חדר, און די באשעפער זאל העלפן אז ס'זאל שוין נישט קומען קיין צרה וואס זאל מאכן פארגעסן די צרה, נאר אונז טרייסטן מיט די גאולה שלימה..
לעצט פארראכטן דורך גם אתה יכול אום דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 1:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חד יומא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חד יומא »

מורא'דיג ווערטער
איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש פשוט אני »

דברים היוצאים מן הלב! גם, די האסט מיר געברענגט טרערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”