ג' וישלח - דשוירסי סיטי, זיי רעדן אידיש!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

ג' וישלח - דשוירסי סיטי, זיי רעדן אידיש!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

די שוהל אין ראדין איז שא שטיל, דער גאנצער עולם שלינגט מיט דארשט די דברי התעוררות היוצאים מלב טהור פונעם רבן של ישראל דער הייליגער חפץ חיים זי"ע.

דער רב רעדט ארום פון א לעצטערע פאסירונג, א שרעקליכער ערד צוטערניש האט פאסירט אין יאפאן, און טויזענטער גוים זענען געשטארבן, און דער הייליגער חפץ חיים רופט דעם עולם צו תשובה און תיקון המעשים.

נאכן דרשה גייט צו איינער פון די תלמידים און פרעגט ילמדינו רבינו, די ערד ציטערניש האט דאך פאסירט אין יאפאן ווי עס וואוינט נישט קיין איין איד, וואס האט דאס מיט אונז?

האט דער הייליגער חפץ חיים גענטפערט דעם תלמיד:
ווען ס'זאל זיך אויפשטעלן איינער אין די גרויסע מארק אין ווארשא און האלטן א דרשה אין אידיש צו וועמען טראכסטו אז ער רעדט?
אוודאי צו אידן, ענטפערט דער תלמיד.

איי, פרעגט דער חפץ חיים, אין די מארק איז דא אסאך מער גוים ווי אידן?
און אלע גוים שטייען ארום און ארום, און רעדן פון דעם מענטש וואס רעדט, וואסערע קליידער ער האט אן, און וואספארא שיינע קול ער פארמאגט?
אבער ער רעדט דאך אידיש, זאגט דער תלמיד.

אט צו דעם וויל איך צוקומען, זאגט דער גרויסער מנהיג, הקב"ה שיקט א געשעעניש, און יעדער זעהט עס, אידן און גוים צוגלייך, די גוים זעהן די ארום און ארום, אבער מיר אידן ווייסן וועלכע שפראך דער בוכ"ע רעדט.

די געפילן זענען נאך פארפרוירן... עס זענען נישטא קיין ווערטער… כל לבב דוי וכל ראש לחלי… על שבר בת עמי.... לקתה בכפלים.... איה שוקל ואיה סופר…

רבותי! די גרינוויל רוצחים, די טעראריסטן האבן גערעדט אידיש!!!!

נישט קיין צוהאקטע אידיש.
א היימישע חסידישע וויליאמסבורגע אידיש!!!!!

עס זענען נישטא די ווערטער ארויס צו ברענגען די געפילן.... די צער פון די משפחה… די קלאפ פאר די קהילה… די פחד פון אידן איבעראל…

עס זענען געווען העפטיגע דעבאטעס אויב דאס איז געווען א געצילטע אטאקע.

רבותי! דאס איז קלאר א געצילטע אטאקע!!!
א געצילטע אטאם באמבע!!!


געצילט אונז אויפצוועקן פון שלאף!!!


איך קען נישט שיקן קיין טרייסט ווערטער פאר די משפחה און נאנטע, ווייל איך האב נישט די ווערטער, נאר השי"ת אליינס קען זיי טרייסטן, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים. אבער מיינע ווערטער זענען געצילט פאר די ערשיטעטע אידן וואס זענען נישט ממש בני משפחה נאר פילן די צער מיט גאנץ כלל ישראל הקרוב אל החלל.

מיר האבן געמיינט אז אויב וואוינען מיר אין אמעריקא, א דעמאקראטישע לאנד וואס איז לוחם אנטקעגן אנטיסעמיטיסם און טעראריזם, זענען מיר פארזיכערט און באשיצט, און מיר זענען שוין געווארן אפילו צוגעוואוינט און באקוועם דא.

ביז דינסטאג נאכמיטאג ווען די שמועות מחדידות האבן אנגעהויבן אריין צוקומען, און שפעטער ביינאכט ווען די שוידערליכע דעטאלן זענען ארויסגעקומען.

אוי איז דאס א געצילטע אטאקע… דירעקט געצילט צו אונז… אונז צו דערמאנען אז השי"ת פירט די וועלט, און מיר זענען נאך אלס אין גלות…

און לאמיר נישט פארגעסן, דער זעלבער טאטע אין הימל וואס פירט אונז און האט אונז געהיטן ביז יעצט, דער וואס האט אונז געגעבן און וועט געבן ווייטער בני חיי ומזוני, ער איז דער זעלבער וואס האט אונז נעכטן געשיקט דעם מעסעדש, און ער איז דער זעלבער וואס וועט אונז בקרוב אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות!!!


לאמיר זיך דערמאנען וואס דער צדיק הדורות רשכבה"ג מ'צאנז זי"ע האט געזאגט ווען עס האט אין זיין משפחה פאסירט א טראגעדיע, ווען זיין זוהן הרה"ק ר' מאיר נתן איז ליידער נפטר געווארן בדמי ימיו, האט דער הייליגער צאנזער רב געזאגט בין הדברים:

מ'כפאט א קלאפ, אבער ווען מ'דרייט זיך אויס זעהט מען דארט שטייט א גוטער פריינד!!!

אונז גלייב מיר אז עס איז חסדים! אונז דאנק מיר אויף ביז היינט און מיר בעטן אז פון היינט און ווייטער זאל נאר זיין חסדים גלויים, און מיר בעטן פון השי"ת אז ער זאל שיקן די כוחות זיך צו קענען צוזאם קלייבן.

לאמיר צוענדיגן מיט דעם באקאנטן זמר, אביסל צוגעפיצט צום יעצטיגן זמן.

כשם שמברך על הטוב
כך מברך על הרעה
דיינע מחשבות נעם נאר צונויף
און זעה איך בין אלעמאל דא
דער זעלבער וואס האט דיר געגעבן ביז דאן
אלע טעג און נעכט
די געלט איז אויך געוועזן מיין
נישט נאר די שטיינער די שלעכטס.




אראפ געשטעלט
א שיינע וועלט
טראכט דער בורא דער גביר.
זיי טוען געניסן
איך וויל זיי זאלן וויסן
און נישט פארגעסן פון מיר.
ער נעמט פיל השפעות און ווארפט עס אראפ
ער איז אונז אזוי מהנה
דער מענטשעלע נעמט עס און שטעלט זיך נישט אפ
טראכטן אין די חסד זיינע

א געוואלדיגע רחבות ווערט דא דערקענט
די וועג טוט פאר אונז לייכטן
אונז שטייען און כאפן מיט ביידע הענט
פארנומען נישטא צייט צו טראכטן.

פלוצלינג א שרעקליך געוויין
פון אויבן עס פאלט א שטיין
אן אטאקע א שיסעריי
אויף אידן צוויי
אוי האט מען זיך אויפגעכאפט
די מצב איז ביטער שווער
א רעש א טימל עס ווערט
שטיינער עס פאלט
עס ווערט א געוואלד
צום בורא לויפט מען באלד.


כשם שמברך על הטוב
כך מברך על הרעה
דיינע מחשבות נעם נאר צונויף
און זעה איך בין אלעמאל דא
דער זעלבער וואס האט דיר געגעבן ביז דאן
אלע טעג און נעכט
די געלט איז אויך געוועזן מיין
נישט נאר די שטיינער די שלעכטס.

.


קינדער עס איז נישט גרינג
פון הימל איז נאר א ווינק
דער פאטש און גלעט
הונגער און זעט
ער איז דער וואס גיט

פארגעס נישט נאר אייביג געדענק
ער איז דער איינער וואס שענקט
אט קומט דער זמן
ליכטיג וועט זיין
צוריק זעהן דעם מארגן שיין


כשם שמברך על הטוב
כך מברך על הרעה
דיינע מחשבות נעם נאר צונויף
און זעה איך בין אלעמאל דא
דער זעלבער וואס האט דיר געגעבן ביז דאן
אלע טעג און נעכט
די געלט איז אויך געוועזן מיין
נישט נאר די שטיינער די שלעכטס.
(קרעדיט: מיכאל)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

WOW WOW WOW
וואס כ'זעה נאר דא...
וויאזוי זאגט ער.. @טשולענט רעדט אידיש..
זייער הארציג און אמת

ס'איז א גרויסע כבוד צו צוריק האבן אונזעראלטען ידיד @טשולענט.. ליידער אויף נישט אזא גוטע נושא
אבער דאך איז האב מיר אים דא צוריק.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימות המשיח »

דאס איז די אמתע חיזוק!!!!

איך האב ממש נישט קיין ווערטער....
אַ געשעפט האָב איך............
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

מיין געדאנק אויף קדושי גריוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

נאכדעם וואס טשאלענט האט אויפגעוואכט די עולם, בין איך מוסיף כיהודה ועוד לקרא, מיינע צוויי סענטס וואס ליגט אויף מיין געוויסן.


אין ליכט פון די הארצרייסנדע טראגעדיגע פון קדושי גרינוויל הי"ד, וואס האט באטראפן כלל ישראל ווי א מעכטיגן דינער אינמינטן העלן טאג, וואו אומער איבער די גאנצע וועלט ווי אידן האבן געהערט די געשיכטע האט דאס געכאפט א טיפן טרייסל אין די טיפעניש פון הארץ, יעדער איינער איז געווארן אויפגעשאקלט און צושוידערט, ס'האט בארירט אלע סטרונעס פון הארץ.

אזא טראגעדיע ווי עס איז ליידער פריצייטיג פארשניטן געווארן צוויי אידישע קרבנות אויף אזא ברוטאלישן פארנעם, וועקט דאס אויף דאס אינערליכע געפילן וואס יעדער איד פארמאגט אין הארץ, טראץ וואס אינעם טעגליכן לעבן קען דאס אידישע געפיל זיין טיילווייז פארשלאפן, אבער מיט אזא שאקל ווערט יעדער איינער אויפגעשאלקט און דערציטערט.

יעצץ ווען די וואונד איז נאך אפען, דאס פארגאסן בלוט קאכט און זידט, די טרערן זענען נאכנישט פארווישט קומט ארויף אין די מחשבות שטורעמישע געדאנקען און געפילן וואס דאס האט מיט אונז.

בתוך עמי אנכי יושב, א נאטיץ וואס זאל נישט פארמעקט ווערן איידער עס ווערט 'כיסוי הדם' אויף די פארגאסענע בלוט, אזוי ווי עס גייט אויפן וועלט, מען קערט זיך צוריק צו טאג טעגליכן שטייגער און נייע צרות מאכן פארגעסן די אלטע צרות, און דאס מארגן מאכט פארגעסן דעם נעכטן.

מען נישט יענעם, מ'מיינט נישט א געוויסע ארט, זאך אדער פלאץ, מען מיינט יעדער איינער פון אונז, און ווי דער מושל המשל האט שוין געזאגט אז מען פארשטייט נישט פון געווארפענע מטבעות דארף מען ווארפן שטיינער.
נאכן באקומען אז מעכטיגע זעץ אזא הילכיגע קלאפ ווייסט יעדער איינער אז עפעס דארף מען טון, די געשאסענע פייל דארף אנגעקומען צום ציל.

קיינער ווייסט נישט קיין חשבונות של מעלה, אונז פארמאגן נישט נביאים וואס זאלן אונז אנטפלעקן וואס דער אויבערשטער וויל פון אונז, אבער א געוויסע געדאנק וואס לויפט דורך אין די מחשבות, וואס מען קען ארויסברענגען.
נאכן הערן די ביטערליכע הארצרייסנדע הספדים, איז מיר ארויפגעקומען אין געדאנק א געוויסע מחשבה.

כלל ישראל האט באגלייט צוויי הייליגע קדושים וטהורים וואס זענען אויסגעוועלט געווארן צו זיין קרבנות עולה פאר כלל ישראל.

ווען מען טראכט אריין וואס דאס באדייט א אידיש קינד ביי די ערשטע שטאפלן פון זיין לעבן, איידער ער גייט אויפבויען א אייגן שטוב, אויפשטעלן אידישע דורות. איידער מען גייט אויפהאדעווען אידישע קינדער נאמנים לה' ולתורתו, שעפן אידיש נחת פון די קינדער.

אן קיין מעלדונג און קיין ווארענונג איז מען זיי געקומען רופן פון הימל, דער מסבב כל הסיבות דארף זיי האבן דארט, איר האט שוין געענדיגט אייער ציל אויף די וועלט, איר קומט ארויף אויבן אין הימל לעולם שכולו טוב, ליהנות מזיו השכינה.
אבער פאר אונז וואס דער אויבערשטער וויל יא האלטן אויפן וועלט, אונז האבן נאכנישט באקומען קיין איינלאדענונג, ווייל דער אויבערשטער וויל אונזער עבודה אויף די וועלט.

אויב דער אויבערשטער האט אונז נישט אויסגעוועלט צו זיין דארט, ווייל דער אויבערשטער וויל אונזער עבודה אויף די וועלט.

ווי חשוב איז יעדע קלייניקייט וואס מען טוט, ווי חשוב איז יעדע אנשטרענונג וואס מען טוט פאר כבוד שמו יתברך, דער אויבערשטער האט הנאה פון יעדע זאך וואס מען טוט.

ווי שטארק דארף מען דאס שפירן, אז אויב בין איך דא, איז א סימן אז איך דארף נאך דא זיין, און איך דארף נאך אויפטון דא, דער אויבערשטער וויל מיין עבודה.

און אויב דער אויבערשטער וויל מיין עבודה, ווי קען מען ווערן פארמישט מיט זייטיגע זאכן וואס טוט נישט ערפילן אונזער ציל, און אונזער ארבעט אויף וואס אונז ווערן געהאלטן דא.
אבער דער עיקר איז א צווייטע געדאנק, ווען ס'קומט צו טראכטן ווי מענטשן האבן פלוצלינג פארלוירן דאס טייערסטע וואס זיי פארמאגן.

א אשת חיל...

א קינד...

די מח קען נישט באגרייפן און די געפילן קענען נישט פארטראגן די שווערע צוזאמבראך וואס ברענגט פאר א מענטש, מען האט זיך נישט געראכטן אויף גארנישט, די טאג האט זיך אנגעהויבן ווי געווענליך... מען איז ארויס פונדערהיים ווי געווענליך... אבער ביינאכט אויפן וועג צוריק, איז דאס בילד ליידער שוין געווען אינגאנצן אנדערש...

דער מנחם ציון ובונה ירושלים זאל טרייסטן די צובראכענע משפחות, אבער פאר אונז וואס אונז שפירן מיט זייער ווייטאג און פיין, אבער נאך אביסל וועט מען פארגעסן און מען גייט ווייטער פארזעצן מיטן לעבן, וואס קענען אונז לערנען.
אינעם לעבן האט יעדער איינער זיינע שווערעקייטן, זיינע פראבלעמען, ס'איז א גרויסע וועלט און ליידער פעלט נישט פאר קיינעם קיין פראבלעמען...

וויפיל מאל טראכט א מענטש פארוואס גייט מיר אזוי שלעכט... פארוואס וואלט נישט געווען בעסער ווען ס'גייט אנדערש ווי יעצט...

מען איז שטעניגט פארנומען צו טראכטן אויף וואס מען האט נישט... אויף וואס ס'פעלט... אבער אסאך מאל פארגעסט מען צו געבן א קלער, וואס האב איך יא... וויפיל פארמאגט איך...

דער אויבערשטער געט געזונט... ווייב... קינדער... פרנסה...
יעדער ריר אין לעבן מוז מען צו קומען צו הויפענעס סייעתא דשמיא, און דער אויבערשטער געבט דאס אלעס ווי א געטרייע טאטע, וואס איז מלא רחמים...

אפילו נישט אייביג זענען אונז ווערד צו אנטהאלטן די אלע גרויסע חסדים, אבער דער אויבערשטער איז גוטער ער געבט השפעות מלא חפניים...

וויפיל מאל א טאג שטעלט מען זיך אפ צו טראכטן אויפן פולן גלעזל... אויף וואס מען האט יא...

וויפיל מאל זאגט מען פארן באשעפער 'טאטע שכח!' איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר...

און עס שטייט אין ספרים הקדושים אויב מען דאנקט אויף וואס מען האט, טוט דאס ערוועקן די השפעות אויף יענע וועלט, דער אויבערשטער זעט אז דער מענטש דאנק שיקט ער אים נאך און נאך ער זאל ווייטער קענען דאנקען דער באשפער אויף אלע חסדים...

ויה"ר שמי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די, ונקום נקמת דם עבדיך השפוך, עדי נזכה לביאת הגואל לגאולה כללית וגאולה פרטית בב"א.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:און עס שטייט אין ספרים הקדושים אויב מען דאנקט אויף וואס מען האט, טוט דאס ערוועקן די השפעות אויף יענע וועלט, דער אויבערשטער זעט אז דער מענטש דאנק שיקט ער אים נאך און נאך ער זאל ווייטער קענען דאנקען דער באשפער אויף אלע חסדים...

ויה"ר שמי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די, ונקום נקמת דם עבדיך השפוך, עדי נזכה לביאת הגואל לגאולה כללית וגאולה פרטית בב"א.

גאר א שטארקע נקודה

גאר גוט ארויסגעברענגט
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

נתעוררתי אז אין די בלאט איז דא אן ארטיקל די וואך מיט אן ענליכע געדאנק.
אן עקסטערע יישר כח פאר ידידי @ניס קראכער פארן ארויסהעלפן.
אטעטשמענטס
[974]תולדות_עם_ישראל_וישלח (1).pdf
(84.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 114 מאל
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”