ענדיג זייער פאניק

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ביזסט זיכער?
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 10:25 pm

ענדיג זייער פאניק

תגובה דורך ביזסט זיכער? »

ווי באקאנט איז פארגאנגענע י"ב כסליו אוועקגעריסן געווארן פון די וועלט א יונגע מאמע פון 5 קליינע קינדער האשה הח' מרת יוטא לאה שטיינמעטץ ע"ה נאך וואס זי האט זיך געפלאגט פאר 18 חדשים מיט די ביטערע מחלה ל"ע אויף א זעלטענעם אופן וואס מאכט זיך גאר גאר ווייניג.
אין די לעצטע 18 חדשים איז די שטוב געווארן צופארן זייער שטארק די קינדער זענען נישט געווען אינדערהיים געהעריג זיי האבן נישט געהאט נישט קיין טאטע און נישט קיין מאמע, די מאמע איז אריין און ארויס פון שפיטאל די טאטע איז געווען ביזי צו באגלייטן די מאמע און שאפן די געלט צו באצאלן די אלע זאכן,די קינדער זענען געווען צושפרייט צווישן משפחה און גוטע פריינט, און ווי זיי זענען מעיד זעהט מען אויף די קינדער וואס זיי זענען אדורך.
די גאנצע צייט האבן די קינדער און די גאנצע משפחה געהאפט אז אט אט וועט די מאמע אהיימקומען געזונט און פריש און זיין צוריק ביי די כחות, אבער ליידער אור ליום י"ב כסלו איז אנגעקומען די שווערע בשורה אז דער גוטע באשעפער האט אנדערש געוואלט און די חשובע פרוי האט ליידער אויסגעהויכט די נשמה און די קומענדיגע אינדערפרי איז פארגעקומען די הארצרייסענדע לוי' ווי די חשובע מאן און די טאטע און שווער האבן זיך געזעגנט.
די נפטרת איז ארויף אויבן און זי איז זיכער גלייך אריין אין גן עדן מיט אלע אירע מצוות און מעשים טובים און גמילות חסד וואס זי האט אלס געטוהן, אבער די משפחה איז געבליבן דא אונטן אליינס און זיי זענען צובראכן, און זיי ווייסן נישט ווי זיך אהינצוטוהן.
איין זאך איז זיכער אז מ'דארף צוריקשטעלן די שטוב אויף די פוס, נאכדערצו וואס די חשובע נפטרת האט אריינגעברענגט א גרויסע חלק פון די פרנסה אין שטוב, און נאך אסאך אנדערע הוצאות וואס קומען יעצט אריין אשר אכהמ"ל ודי, איז וועגן דעם האבן עסקנים זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין און מ'האט ארגאנאזירט א בליץ קאמפיין אויף די וואך דינסטאג און מיטוואך פרשת ויגש מיטן ציהל צו שאפן דעם אסטראנאמישן סכום פון 600,000$.
אשע"כ בעט מען ווער עס קען זאל זיך אנרופן ווארים און געבן לכה"פ 36$ פאר יעדע יתום ס"ה 180$, און ווער עס קען נישט אזויפיל זאל געבן וויפיל ער קען ובלבד שיכוין לבו לשמים.
זיך צו משתתף זיין צום קאמפיין גייט צו https://www.dryveup.com/steinmetz/6356
אדער רופט 845.273.8008,
אזוי אויף קענט איר טעקסטן די ווארט DONATE צו די אויבנדערמאנטע נומ. און פאלגט נאך די סיסטעם

**

ס'איז שוין דא אן אשכול איבער דעם קאמפיין,
viewtopic.php?f=25&t=41141
ביטע שרייבן בלויז דארט.

נישט פארגעסן זיך משתתף זיין ביד רחבה וברוח נדיבה

האחראי
יא איך בין זיכער!! געפעלט דיר נישט? קיינער האט דיר נישט געפרעגט
פארשפארט

צוריק צו “צדקה וחסד”