מיינע מעשיות

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

מיינע מעשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

המשך פון דא און פון דא

און יעצט לאמיר ממשיך זיין כטוב יד השי"ת עלי ועל דמיוני לטובה אמן.

דער קינד קוקט מיך אן מיט גרויסע אויגן. ס'קוקט מיר אויס אז ער פרובירט צו ארייננעמען וואס איך זאג אים וועגן די זכי' וואס יעדעס ווארט פון דאווענען איז. אבער איך האב מיך געקווענקלט צו ער פארשטייט וויאזוי עס צו אויספירן אויף למעשה. איך האב מיך געוואונדערט וואס אזאנס עס קומט יעצט פאר אין זיין קליינעם קעפעלע. ווי געשמועסט האב איך געזעהן פאר מיר א קינד וואס איז קלוג, פארשטייט, נאר פארדרייט.

איך האב געוואוסט אז נישט קיין חילוק ווי קלוג א קינד איז, אויב ער ווערט פארדרייט דורך זיינע אייגענע אפמאכענישן וועגן די וועלט, גייט ער זיך אנשטויסן אין פראבלעמען, און זאכן גייען נישט זיין גוט.

מיין שאלה איז געווען, וויאזוי בין איך אים מסביר אויף אזא אופן אז ער זאל עס פארשטיין. איך האב געוואוסט ביי מיר אז איך ווייס כמעט גארנישט בנוגע תורת הנפש. אבער מיין רצון נישט צו זעהן דאס וואס קען חלילה געשעהן, האט מיר געשטופט צו פרובירן.

איך האב געהאט אפגעמאכט ביי מיר צוויי זאכן. איינס אז די זאך וואס טרייבט דאס קינד צו 'וואוילקייט' איז אומריכטיג אוועקגעשטעלט. מיין ציהל איז געווען אז ער זאל זיך דאס איבערצייגן. איך האב געזעהן, אדער געמיינט אז איך זעה, וויאזוי זיין זעלבסט בילד איז אויף זיך, און אויף די וועלט ארום, אויף יודישקייט. איך האב געזעהן אז אויב גייט ער מיט דעם אפמאכעניש וועגן די וועלט, גייט ער גיין קרום.

איין זאך האב איך יא געזעהן, אז ער האט אפענע אויגן און אויערן אריינצונעמען וואס איך זאג אים. איך האב געציטערט ביי מיר צו איך וועל נישט חלילה קאליע מאכן עפעס. איך האב געהאפט אז דאס וואס איך גיי אים זאגן לויפט צוזאמען מיט דעם וואס ער הערט אלעמאל אין חדר, און אין דערהיים. איך האב נישט געוואלט אז ער זאל פשוט ווערן צעמישט.

די פראבלעם מיט'ן זאגן "מיין טייער קינד, וואס פאר א שטארקע זכי' דו האסט מיט יעדעס ווארט פון דאווענען" איז, אז דאס נעמט נאך נישט אוועק זיינע ביז יעצטיגע איינרעדענישן. איך האב געקענט פון פאראויס זעהן ווי ער נעמט זיך דאווענען, און ווי אין זיין פיצעלע מח באקומט זיך אן הרגשה פון די רושם וואס מיינע ווערטער האבן געמאכט אויף אים, און ער שפירט אביסל א עונג און א תענוג און א חשיבות. אבער איך האב אויך געקענט זעהן ווי די רצון זיינעם צו מצליח אויף זיינע אלטע טערמינען זענען נאך דא אין אים. ער וויל נאך אלץ זיין די זאך וואס ער האט אלץ - אומריכטיג - גע'חלומ'ט צו זיין.

אז ער וויל נאך אלץ אריינשטופן דעם רינדעכיגן קלעצל, אינעם באקסעדיגן לאָך, און ווען ס'גייט נישט ווערט ער גערעגט און ביטער. און דאס איז וואס איך האב געוואלט אז זיין מח'ל - ווי קליין ס'איז נאר - זאל פארשטיין. איך האב געוואלט אז זיין מח'ל זאל פארשטיין אז ער מאכט א טעות. וויאזוי בין איך אים עס מסביר?

איך האב געשפירט אז מיין פעסטקייט וואס איך ווייז אים אז איך האב בנוגע וואס איך פארקויף אים, וועט אריינדרינגען אין אים. איך וועל ווערן פאר אים די שטערקסטע זאך נאכצומאכן. אוי האב איך געציטערט. איך האב געוואוסט אז איך שפיל מיך ארום מיט די לעבן פון א מענטש. אוי איז דאס געווען שרעקעדיג. אוי האב איך געבעטן דעם אייבערשטן אין מיין הארץ.

מיט א שטאלענעם שטארקייט האב איך אים געזאגט: איך בין אזוי צופרידן מיט יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון מיין מויל. איך האב עס געמוזט מאכן אביסל מער און אביסל שטערקער. ווייל כל זמן א מענטש לעבט, איז דא זיין יצר וואס שלאגט זיך מיט דער ידיעה.

איך האב געוואלט אז דאס קינד זאל איינזאפן אין זיך, אין זיין גאנצע ביאינג, זאל ער איינזאפן מיין שטארקייט בנוגע דעם ענין. איך האב געוואלט אז זיינע אינערליכע דיפענסעס זאלן דאס דערהערן. אז ער זאל האבן א שטארקער "שטאלענעם אייזן", און דאס זאל אים אויפבויען.

איך האב געקענט שפירן דאס קלאפן פון מיין הארץ. און איך האב געקענט שפירן דאס קלאפן פון זיין איידל הערצעלע. איך האב אים אריינגעקוקט מיט א פעסטן בליק וואס לויפט נישט אהין און צוריק, און מיט זייער א שטארקע שטארקייט געזאגט, מיט די שטערקסטע איבערצייגונג וואס איך האב נאר געקענט טרעפן אין מיר: איך בין זייער צופרידן מיט יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון מיין מויל בשעת איך דאווען צו די אייבערשטער.

אינעווייניג האב איך שטארק געקווענקלט. אבער זעהט אויס אז פון דרויסן האט זיך עס יא געהערט שטארק. און איך האב געקענט שפירן ווי דאס קינד באקומט א שטארקע ענערגיע. איך האב געקענט שפירן ווי ער ווערט באפעסטיגט אין עפעס. און דאס אליין האט מיך צוריקגעגעבן די כוחות פארצוזעצן.

איך ווייס דאך אז איך בין א וואקלדיגער אין נאטור. און איך האב אזוי נישט געוואלט אז דאס זאל שטערן מיין לערע וואס איך וויל אים אויסלערנען. איך האב אזוי געהאפט צום אייבערשטן אז ער זאל מיר דאס שטארק מאכן.

איך האב געזעהן ווי דאס אטעמען פונעם קינד ווערט שטאטער, איך האב געקענט זעהן ווי ער איז געווארן - כאטש אויף יעצט - באפרייט פון זיינע דיפענסעס וואס האבן אים נעבעך נישט געלאזט צוריה אפילו א מינוט. איך האב געקענט זעהן ווי א נייע וועלט עפנט זיך אויף פאר אים. איך האב געקענט שפירן ווי ער אליין וויל אריינגיין אין דעם נייעם וועלט און עס עקספלארירן.

איך האב געקענט זעהן ווי זיין מח ווערט שארפער און קלארער. איך ווייס נישט צו ער האט פארשטאנען וואס איך דעליווער אים, אזוי ווייט ווי זיין נשמה האט פארשטאנען אז איך זאג אים דא אן אמת'ן געדאנק. ער אליין האט זיך געמוזט איבערצייגן אין די אמת פון מיינע ווערטער. ווייל ער אליין האט זיך געשפירט רואיגער, און קלארער. און בעיקר מער א גרייטקייט צו טון זיינע פליכטן.

איך האב געזעהן אז ער האט קשיות, זיין מח'ל האט שוין אלעס געוואלט פארשטיין.

און איך האב אים געזאגט נאכאמאל: דער עיקר פון א מענטש איז דעס אז ער האט א זכי' צו זאגן די ווערטער פון דאווענען. עס פעלט נישט אויס מער ווי דעם. דאס איז דער עיקר.

איך האב מיך אזוי געוואונדערט צו א קינד קען דאס פארשטיין. אבער ס'קוקט מיר אויס אז יא, ער האט פארשטאנען וואס ס'האט אים געדרוקט ביז יעצט, און וואס ער האט צו טון פון היינט און ווייטער. אבער דא איז אריינגעקומען נאכאמאל זיינע דיפענסעס וואס שטופן אים צו ווערן עפעס וואס ער אליין ווייסט אליין נישט וואס פונקטליך זיי ווילן אז ער זאל ווערן. און איך האב געזעהן ווי ער האט געכאפט די חילוק צווישן וואס איך פרוביר אים צו זאגן, און דער אינערליכער שפיר וואס רודפ'ט אים אויס.

און דאס האט געמיינט זיין בליק צו מיר. זיין בליק איז געווען: וואס טו איך מיט דעם אינערליכן קול וואס דרייט מיר א קאפ. און ווען מיר האבן זיך ביידע אנגעקוקט, האט ער קלאר געוואוסט אז איך ווייס פון זיין אינערליכער קול צו זאגן. און אז דאס איז אזאך פון וואס ער וויל פטור ווערן.

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

זיי ממשיך! מיר האבן זייער הנאה!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אדער יא האט געשריבן:זיי ממשיך! מיר האבן זייער הנאה!

יא? העלעך פרובירן ממשיך צו זיין. והשם הטוב יהא בעזרי, ולשפוע עלי שפע של דמיון מאוד מאוד, ממקום קדוש, למקום קדוש. ודבר של קדושה בא בעמל ויגיעה וטורח. לכן אני מזמין את עצמי לטרוח את דמיוני מאוד מאוד כמה שיכול דמיוני לדמות.

איז אזוי. לאמיר דורכליינען מיין מעשה ביז אהער און לאמיר זעהן וויאזוי מ'פירט דאס ווייטער... איך ווייס נישט ווי ווייט איך קען דאס נאך פירן. עמער זעהן.

אוי טייער קינד, מיין טייער קינד, דו ביסט נישט מיין קינד ממש, אבער מיין הארץ וויל דיך אזוי שטארק העלפן. מיין טייער קינד זיסער. די וועלט איז פול מיט שטרויכלונגען. אבער דאס גיי איך דיר נישט פארציילן. איך וויל דיך נישט אריינשלעפן אין די נעגעטיוו. זאלסט וויסן מיין טייער קינד, - איך גיי דיר עס נישט זאגן, אבער כאטש טראכט איך עס - אז ווען דו וואלסט געוואוסט ווי שווער די לעבן פון א מענטש איז, און וויפיל שטרויכלונגען ס'דא פאר א מענטש וואס וויל גיין אין איר, וואלסטו יעדן טאג פארגאסן טייכן טייכן טרערן פארן הייליגן באשעפער אז דו זאלסט גיין אינעם ריכטיגן וועג. ווייל וויסן זאלסטו מיין קינד, אז צייט איינמאל ס'איז דורך קומט עס נישט צוריק.

זיך אויפוועקנדיג פון מיינע געדאנקען האב איך געזעהן דאס קינד קוקן אויף מיר, ווי כאילו איך זאל זיין דער וואס זאל אים ווייזן דאס וועג אויף ווייטער. דער ספר תהלימ'ל איז מיר אריינגעקומען אין מיינע געדאנקען. איך האב פרובירט שנעל צו טרעפן עפעס א פסוק וואס זאל מיר קלינגען און זאגן "דאס"... תעיתי כשה אובד בקש עבדך כי מצוותיך לא שכחתי. יא. דאס ביסטו טייער קינד. דו ביסט פארלוירן אין דיין מלחמה מיט'ן שטן וואס וויל דיך שטערן און אראפפירן פונעם גלייכן וועג. ווי ס'שטייט דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום, און נאכדעם השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם.

איך האב פרובירט צו ווייזן פאר'ן קינד א רואיגקייט, כגמול עלי אמו, כגמול עלי נפשי, איך האב געוואלט דאס קינד זאל זעהן ווי ווייט די וועג איך וואס 'איך' גיי פארזיכערט מיך, און בארואיגט מיך. איך האב געקענט מערקן ווי דאס קינד וואקלט צווישן וועם צו פאלגן. זאל ער זיך בארואיגן, און מיטגיין מיט וואס איך פארקויף אים, אדער זאל ער ווייטער פרובירן און נישט אויפגעבן אנצוקומען צו עפעס א ציהל וואס דער יצר אליין האט פאר אים אויפגעבויעט נעבעך.

איך האב געוואוסט אז ווער ס'וועט באווייזן צוצושטעלן 'עונג נפשי', דער האט עס געמאכט. אבער איך האב נישט געהאט צופיל אין מיר. איך בין דאך ארעם אין מעשים, ארעם אין נפש, ארעם אין ידיעות, ארעם אין מעשיות פון צדיקים, גארנישט, גארנישט, גארנישט, איך ווייס כמעט גארנישט. איך האב אים געוואלט זאגן: קינד מיינס, דו ווייסט פארוואס איך ווייס גארנישט, ווייל מיך האט אויך דער יצר פארדרייט. און איך האב נישט געהאט וועם איך זאל ערלויבן אריינצוקומען אין מיין וועלטל. איך האב נישט געוואלט קיינעם אריינלאזן. איך האב מיך גע'עקשנ'ט צו בלייבן אזוי ווי איך וויל. און געהאפט אז איך וועל אליינס טרעפן דעם וועג צו מיין פרייהייט. אבער איך האב עס דען געטראפן?

איך האב אים געוואלט זאגן, גיי נישט אויף דעם וועג. אבער איך האב נישט געזעהן אז מיט'ן זאגן "גיי נישט" וועט עס אים פירן גענוג ווייט פונעם קרומען וועג. איך האב איין זאך געקענט טון: פארקויפן מיין שיטה מיט א רואיגע זיכערקייט. איך האב געשפירט ביי מיר אז זיין נפש וועט שוין דערשפירן דעם אמת פון מיין וועג. איך האב נישט קיין אנדערע ברירה. אויב ער ווייסט אז איך קען אים העלפן, און ער וויל ווערן געהאלפן, און ער שפירט גאנץ גוט די פּיין וואו זיין נפש געפינט זיך, וועט ער צום סוף מודה זיין אין א זאך וואס זיין נפש אליין קען דערשפירן אז דאס איז דער אמת.

איך האב גענומען א טיפע אטעם. איך האב אים געוויזן אז אפילו יעצט איז מיר גארנישט נוגע. אלעס איז גוט. איך בין אפילו נישט אזוי איבערגענומען אים צו העלפן. כאטש מיין הארץ האט זיך געוואלט אויסגיסן מיט א גוט'ן געוויין פאר'ן הייליגן באשעפער פון די ענגשאפט פונעם קינד. אבער איך האב געוואוסט אז איך מוז אים ווייזן אז דער שיטה ארבעט.

איך האב געוואוסט אז איך האב נישט צופיל וואס צוצולייגן. נישטא וואס צוצולייגן. דאס איז עס. "יעדעס ווארט פון דאווענען איז א זכי', און דאס איז וואס דארף אונז באפרידיגן, פון דעם דארפן מיר נעמען אונזער באפרידיגונג".

אבער דער יצר שלאפט נישט, און ער רופט זיך אן: אבער איך וויל זיין א זאך, ס'פיהלט זיך נישט. איך האב מיך געגעבן א רוף אן: ס'וועט זיך דיר שפירן.

דער יונגערמאן איז שוין צוריקגעקומען, און איך האב מיך אנגערופן אז ס'איז שוין שפעט. איך וועל אים טרעפן ביי א צווייטע געלעגנהייט, און איך האב אים געשריבן א צעטיל וואס ער זאל עס ליינען פאר ער דאווענט: "איך וויל נישט גארנישט, איך וויל נאר איין זאך: זיך שפירן גליקליך מיט יעדעס ווארט וואס איך האב די זכי' צו דאווענען פאר די אייבערשטער".

איך האב אנגעהויבן צוריק אהיים גיין, און אויפן וועג טראכט איך צו מיר: וואס רבש"ע האב איך מיט דעם קינד, ווער זאגט אז איך האב אים גוט געזאגט, ווער ווייסט צו ס'וועט טאקע זיין גוט, און וואס וועט טאקע זיין מיט'ן קינד. איך האב אנגעהויבן טראכטן וואס דאס קינד קען יעצט אלץ טראכטן, און וויאזוי ער שפירט זיך, און איך האב אנגעהויבן וועבן אין מיין קאפ זיינע ספיקות, און איך האב מיך געוואונדערט צו ער איז עקסיידעט צו נישט. איך האב מיך געוואונדערט צו ער גייט פארציילן פאר זיינע עלטערן, און אויב יא, גייען זיי פרעגן "ווער איז ער, ווער האט אים געפרעגט, ער ווייסט וואס ער רעדט" און איך האב אנגעהויבן טראכטן אז זיי שרייען אן דעם יונגערמאן "נעקסטיים לאז קיינעם נישט צו. אונז געב מיר דיך אוועק אונזערע אויסגעהארעוועטע געלט כדי דו זאלסט לערנען מיט אים. קיינער מער דארף נישט רעדן צו דעם קינד".

א שווייס איז מיר באפאלן... וואס רבש"ע האט מיר אויסגעפעלט די גאנצע זאך. אך...

והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

א הערצליכן דאנק!!
(יעצט קעמען גיין ווייטער ארבעטן)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד.

יעצט לאמיר זעהן וואו איך קען עס נעמען ווייטער. והשם הטוב יעזור אותי לדבר כבוד שמו יתברך.

דעם קומענדיגן צופריה. אלעס האט מיר אויסגעזעהן קלארער. איך האב מיך פארלאזט אויפ'ן אייבערשטן אז ער וועט שוין העלפן אז זאכן זאלן זיך אויסגראדן. און אזוי איז דורכגעלאפן א גוטע פינף וואכן. די גאנצע מעשה איז אוועק פון מיין באוואוסטזיניגקייט.

איין טאג איך גיי אויפן גאס און איך דערזעה אים קומענדיג אקעגן איבער מיר. ער האט אזוי געוואקט מיט איינעם און ער האט אריינגעכאפט זיך אויסצודרייען צו קוקן אויף מיר. איך האב גארנישט געקענט טון. איך האב נישט געקענט צו גיין צו אים און אים באגריסן, און פרעגן "וויאזוי גייט עס דיר" ס'וואלט געווען זייער אויפפאלנד. איך האב דאך ניטאמאל געוואוסט ווער ער איז, וויאזוי ער הייסט, וואו ער וואוינט... יא! איך האב געזעהן זיין נפש שטורעמט, איך האב פארשטאנען אז ער וואלט ווען געוואלט רעדן צו מיר, אז ער האט אסאך וואס מיר צו פארציילן. אבער איך האב געוואנדן מיינע אויגן צום באשעפער אז ער זאל מיר פירן אויפן ריכטיגן וועג.

איך בין אריין אין איינע פון די בתי מדרשים. פשוט, מיין קאפ האט זיך גענומען גיין. און איך האב מיך געוואלט אנכאפן אין עפעס. זאל עס זיין א ספר. אפשר דארט וועל איך טרעפן מיין ישועה. איך טרעף א גליון אויף איינע פון די טישן. אבער ס'איז נישט געווען גענוג צו בארואיגן מיין שטורמישן גייסט. איך האב נישט געקענט נעמען מיין גאנצע מחשבה און עס מצמצם זיין צו א געוויסע חידוש וואס איז איינעם בייגעפאלן.

איך האב געטראפן א דינע גמרא'לע חגיגה. איך האב עס געעפנט ביים אנהייב, נישט ווייל איך האב יעצט געוואלט לערנען, נאר איך ווייס אליין נישט. און דערזעענדיג וועלכע גמ' דאס איז, איז מיין קאפ אוועקגעפלויגן זיך דערמאנענדיג איין שבת נאכמיטאג - אלץ יונג בחור'ל - ווען איך האב באשלאסן צו לערנען חגיגה. און מיינע יארן איז נאכנישט געווען די היינטיגע פירושים, ווער רעדט די יודישע פירוש וואס איז דאך א געוואלדיגע ברכה. איך דערמאן מיך ווי איך האב געזעהן די גמ' ווי א חידה סתימה. ניטאמאל די אותיות פון די גמ' איז געווען ניי.

נאכנישט געווען אזא זאך ווי די דרך הלימוד פון ברסלב. גארנישט געווען דעמאלטס.

באטראכטנדיג די געבוי פונעם דאך, ווי איין שטיקל פאסט זיך אריין אינעם דערנעבנדיגן שטיקל, האב איך געשפירט ביי מיר די פּיין וואס א מענטש דארף דורכגיין אויף דער וועלט כדי צו מצליח זיין. קוץ ודרדר תצמיח לך. בזיעת אפיך תאכל לחם. קוק, האב איך גערעדט צו מיר אליין, אפילו די בענק זענען אפגעריבן ביי די עק. און געב א קוק די פלאר. די וועלט איז נישט קיין שלימות, האב איך באטראכט א אפגעסמאליעטן ציגארעטל ביים פענסטער. מענטשן רייכערן טראץ דעם וואס זיי ווייסן - לויט וויאזוי איך ווייס - אז ס'איז נישט געזונט.

עפעס איינער האט געעפנט די טיר און מיך אויפגעוועקט פון מיינע געדאנקען. איך האב מיך שנעל גראד געשטעלט. "איך בין א נארמאלער מענטש, קוק מיך יעצט נישט אן, לאמיר אפ". איך האב באטראכט די ביים עק אויפגעעפנטער קארנער טעיפ פון די גמ'. און געזעהן די בענדל וואס איז לויז אינדערמיט. אזוי גייט עס. אויב ביסטו מצליח אין דיין לעבן, וואקסטו א תלמיד חכם, טראץ דעם וואס מ'לערנט אין אזא גמ'. און אויב מ'וויל נישט, וועט אפילו די נייעסטע געשמאקסטע גמ' נישט העלפן.

אבער ווער און וואס האט א השפעה אויף ווער ס'וויל, אדער ווער ס'וויל נישט. וואס דארף געשעהן אז א יונגעל, און א בחור'ל זאל האבן א געזונט נפש, גרייט אריינצונעמען אין זיך די הייליגע תורה?

די בית המדרש האט פארלוירן ביי מיר איר אינטערעסע. איך האב מיך אויפגעהויבן און ארויס אויפן גאס. אנגייענדיג מיט מיין טאג טעגליכן לעבן ווייטער.

ווייטער זענען דורכגעלאפן א גוטע פאר וואכן. אין איינע פון די שבת קודש'ס בין איך געווען אין א אנדערע שטאט. דאס איז ביי מיר א געלעגנהייט פאר נייע איידיעס, נייע מענטשן וכו'. ס'זאל זיך חלילה נישט אויסלאזן אז איך זאל גארנישט טרעפן עפעס ספעציעל אינטערעסאנט און ניי. ס'איז אלעמאל אינטערעסאנט. אלעמאל דא וואס צו באטראכטן. אלעמאל דא חידושים.

איך האב געזעהן א אנדערע בית המדרש, און איך האב אריינגעכאפט ווי מער חידושים בנוגע אלעס ארום מיר, און זאכן וואס אנדייטען טיפע באווייזן וואס מ'זעהט נאר ווען מ'קוקט טיפער, און איך האב אויך באמערקט אז די איידיע דערפון איז כאילו אלע משמשים האבן זיך אין די לעצטערע יארן צאמגענומען וויאזוי א ביהמ"ד דארף אויסקוקן.

צום ביישפיהל, ביי די קאווע איז דא אזא האלטער פאר פאום קאפס. די מקווה דארף א קארטל. ביים סינק טעפלעך צוגעבינדן מיט קייטלעך. אין די מקווה א סיין 'אריין' 'ארויס'. עפעס וועגן סמארטפאון. און בעיקר די ספרים זענען די זעלבע סארט ספרים. מתיבתא'ס. ארטסקרול. אונטן ליגן די פריוואטע 'מותר ליקח בלי רשות אבל להחזירו'.

אלעמאל ווען איך קום אין א ביהמ"ד מיט ספרים, זוך איך ביי די שונות פאר אינטערעסאנטע ספרים. עכ"פ, מענטשן זענען אריינגעקומען, געפרעגט וויאזוי איך הייס. אלעס כיוזשיאל ביי יודישע קינדער.

איך זעץ מיך אוועק אין א ווינקל לערנען אביסל חומש רש"י מיט אור החיים הקדוש. איך הער ווי די טיר עפנט זיך. מיין בליק איז אוועקגעפלויגן פון זיך אליין. איך האב גראד באמערקט ווי מיין גאנצע באוואוסטזיניגקייט האט אנגענומען א אנדערע צורה. מיין מח האט אנגעהויבן וועבן איין מחשבה אינעם צווייטן. וואס מיינט איר, דער יונגעל איז דא, דאס מאל מיט זיין טאטע. איך האב געבעטן אין הארץ א תפילה אז דער אייבערשטער זאל מיך פירן אויפן ריכטיגן וועג.

איך קוק אזוי זייטיג אויף זיין טאטען. דער טאטע האט מיר אויסגעקוקט זייער א מסודר'דיגער 'נפש'. מער א מענטש פאר זיך. אבער דער יונגעל, אינגאנצן אנדערש. בעת אויפן טאטן זעהט מען נישט אז 'נפש' זאל אים אזוי איבערנעמען.

איך וואונדער מיך אייביג וויאזוי א מענטש קען לעבן אזוי. וואס מאכט אז דער מענטש זאל בלייבן רואיג. קומט, גייט, רעדט, ארבעט, פארט וויקאציע, שבת, יו"ט, פסח, אלעמאל די זעלבע זאך. סטאביליטעט. אפילו ווען ער איז ביי וויקאציע איז ער עפעס נישט אזוי איבערגענומען מיט 'נפש'. און דער קינד איז עפעס אזוי שטורמיש און טיף. טיף.

והשם הטוב יעזור.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

אדער יא האט געשריבן:זיי ממשיך! מיר האבן זייער הנאה!
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:זיי ממשיך! מיר האבן זייער הנאה!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:זיי ממשיך! מיר האבן זייער הנאה!

גא"מ
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ.

איך וועל עס פרובירן צו נעמען ווייטער. און וועלמיר זעהן ווי ווייט איך קען עס נאך נעמען, און דער הייליגער באשעפער יהא בעזרי.

מיט מיין רעכטן האנט האב איך אנגעכאפט פעסט דעם חומש אור החיים, מיין גאנצע קערפער איז מיר געווארן שטייפער, איך האב נישט געוואוסט צו איך זאל מיך רירן רעכט'ס אדער לינק'ס, סאו איך בין געבליבן פארפרוירן, איך האב מיך פארלאזט אז השי"ת וועט שוין אריינשיינען אין מיין הארץ וואס צו טון. איך בין געשטאנען און מיט א רואיגקייט געקוקט אויף מיין הארץ צו זעהן וויאזוי ס'גייט יעצט וועלן טון.

איך האב פרובירט צו קוקן די ווערטער, אבער ס'האט זיך נישט געמאכט קיין מובן פאר מיין געדאנק. די ווערטער וואס איך האב יא געזעהן איז געווען: רבש"ע העלף מיר. אבער איך האב דאך פרובירט אנצוהייבן דעם זעלבן שטיקל נאכאמאל און נאכאמאל, און עפעס האט זיך יא פרובירט דורכצושטופן די אלע מחשבות ארום דעם קינד, און מאכן עפעס א פירוש וויאזוי ער וויל מפרש זיין א פסוק. מיין קאפ איז געווען אראפגעבויגן אין די ווערטער, און איך באמערק א שאטן זיך זעצן קעגן מיר.

איך הייב אויף מיינע אויגן, איך האב געשפירט מיין הארץ וואס קלאפט אין מיר, איך האב איינגעשלינגען מיין עקסייטמענט, איך האב געוואוסט אז איך דארף טון מיין פליכט וואס עס איז די רצון השי"ת. איך האב ממש נישט געוואוסט וואס צו טון. איך האב געטראכט צו מיר צו זיין טאטע זעהט וואס זיין קינד טוט יעצט, צו נישט. איך האב געטראכט: איך גיי טון וואס מיין הארץ זאגט מיר, נישט קוקנדיג אויף וויאזוי עס וועט אויסנעמען ביי אנדערע פאר אויגן וואס קוקן אפשר אין מיין ריכטונג.

זיך אנהאלטנדיג אינעם חומש אור החיים קוק איך אים אריין אין די אויגן. די ערשטע זאך האב איך אייביג געוואוסט וועל איך זוכן די פינטעלע יראת שמים אינעם קינדס אויגן. זוכן די הכרה ביים קינד פון הכנעה צו העכער'ס, איך האב עס שנעל געטראפן. איך האב מיך מתענג געווען מיט'ן הייליגן ניצוץ וואס איך האב געטראפן אין זיינע אויגן. איך האב פרובירט אויסצורעכענען זיין דרגא אין הכרת השם. איך האב געהאט עונג אין יענע געציילטע מינוטן. איך ווייס נישט פארוואס, אבער מיר ביידע האבן פשוט נישט גערעדט איינער צום צווייטן.

איך האב געוואלט אז ער זאל אנהייבן, און זיין אנהייב וועט זיין וואס וועט פירן מיין הארץ ווייטער. איך בין געווען גרייט צו נעמען שריט באלד ווי די ערשטע אות וועט ארויסקומען פון זיין מויל. אבער ער האט געקוקט אויף מיר, און געקוקט, און געקוקט.

מיינע אויגן זענען אראפגעפאלן אריין אינעם חומש. איך האב געטראכט ביי מיר: וואסערע זאך קען איך אים פרעגן וואס וועט זיין די מערסטע צום ציהל. איך האב געוואוסט ביי מיר אז דער יעצטיגער שמועס איז נישט אזאך אויף וואס איך האב קאנטראל אויף די תוצאה דערפון. איך האב געוואוסט אז איך קען נאר פרובירן צו טון די בעסטע, אבער זייער מעגליך אז ס'וועט זיך פלוצלינג ענדיגן, און זאכן וועלן זיך נישט אויסלאזן געהעריג.

איך האב פרובירט שנעל צו געבן א קוק אויף אים און כאפן וויאזוי זיין נפש איז יעצט, אפשר וועט דאס מיך געבן די אנהייב. מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ. די רחמנות געפילן וואס איז ארויפגעקומען אין מיר איז געווען פיהל. איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס איך האב רחמנות געהאט. אפשר ווייל איך האב פארשטאנען אז זיין נפש איז אזא סארט וואס ער גייט זיך מוזן אן עצה געבן דערמיט. יא! קען זיין אז ער גייט טרעפן א רפואה פאר זיין נפש. אבער נאך אלץ גייט ער דארפן לעבן דערמיט.

איך האב אין מיין דמיון געקענט פאראויס זעהן מיט צוואנציג יאר, און ס'קען זייער מעגליך זיין אז מיין דמיון האט מיך גענארט, אבער איך האב געזעהן א יונגערמאן וואס קומט זיך אריין אין ביהמ"ד פארקאַַָכט אין זיך, און ער מוז בהכרח עפענען א שומר אמונים פון ר' אהרל'ע ראטה זי"ע, אדער א ליקוטי מוהר"ן, אדער א תניא, אים צו בארואיגן זיין נפש. איך האב געזעהן אז דער קליינטשיגער נפש וואס איך זעה יעצט פאר מיר, גייט מאנען פון אים, גייט אים מוטשענען, גייט אים פגע'נען, גייט אים נישט לאזן צוריה. און אפשר וועגן דעם האב איך רחמנות געהאט.

אדער אפשר האב איך רחמנות געהאט ווייל איך האב געזעהן אז ס'גייט אים נישט. אז ער פרובירט און ס'גייט נישט. א רחמנות געפיל וואס טיילט מיט מיט זיין געפינס אז מלחמת היצר איז נישט גרינג. ס'איז נישט גרינג פאר א מענטש - און אפילו מ'איז נאך א קינד - איז נישט גרינג. די וועלט איז נישט גרינג. און איך האב געוואוסט אז ער האט דאס אויפגעפאסט, און איך האב רחמנות געהאט.

עכ"פ, זיינע אויגן ברעמען האבן מיך געוויזן אז ער טראכט, און ערווארט, און פרובירט פאראויס צו זעהן, וואס איך וויל אים זאגן. און איך האב אים געזאגט: וויאזוי איז עס געווען ביז יעצט?

איך ווייס נישט.

האסט געליינט די צעטיל.

נישט געהעריג.

דו האסט נאך זאכן וואס שטערן דיך?

יא.

איך האב געטראכט צו מיר, יו רבש"ע, וויאזוי ענדיג איך דא. וואס קען איך זאגן אזאך וואס זאל אים אוועקשטעלן איינמאל פאר אלעמאל אזוי אז איך זאל קענען זיין רואיג. איך ווייס באמת נישט וואס צו זאגן. ווער בין איך? ווייל איך וויל העלפן איינעם, מיינט עס צו זאגן אז איך דארף אים העלפן? לאמיר זאגן אז איך בין דורך גאר שווערע נפשיות'דיגע מצבים אין מיין אייגן לעבן, און איך האב רחמנות אויף דעם קינד, און אויף אלע יודישע קינדער וואס מוטשענען זיך, נו, דאס מיינט אז איך דארף יעצט העלפן? ווער אין מיר טרייבט מיך אים צו העלפן? און ווער זאגט אז דאס מיינט געהאלפן? בין איך דען א פראפעשענאל? גארנישט ווייס איך נישט. אבער עפעס אין מיר האט מיר געזאגט: זאג אים עפעס, טו עפעס, לאז אים נישט אפ.

וואס שטערט דיך?

איך ווייס נישט. אפשר שטערט מיך גארנישט. אסאך מאל פיל איך אז זאכן שטערן מיך. אבער אפשר איז יא אלעס גוט.

דו דאווענסט מיט חשק?

דאס קינד האט נישט געהעריג געענטפערט. און איך האב עס נישט ליב געהאט. איך האב געזעהן ווי נאך איינער עפנט די טיר און קוקט אויף מיר, איך האב באמת נישט געוואוסט וואס צו טון, וואס טראכט יעצט יענער, איך האב מיך פרובירט צו האלטן פאוקעסד אויף אונזער שמועס. און איך האב אים געפרעגט: פארוואס טאקע האסטו נישט געליינט די צעטיל?

איך האב עס יא אביסל געליינט

אבער...

איך ווייס נישט.

וואס האב איך געקענט טון? איך האב געוואוסט אז איך קען נישט תורת הנפש, און איך האב אנגעהויבן שפירן ווי איך שטופ אריין מיין נאז אין א פלאץ וואו איך קום נישט דארט.

אפשר פרעגסטו דיין טאטע צו דו קענסט לערנען יעצט מיט מיר. איך האב געוואוסט אז איך שטעל אלעס איין. ווייל אויב זיין טאטע גייט יעצט זאגן ניין. ווייס איך נישט וואס איך קען מער טון.

דאס קינד געט זיך א דריי אויס און זוכט זיין טאטע מיט זיין אויג, ער שטעלט זיך אויף און לויפט צו זיין טאטע.

איך בין געזיצן דארט און געטראכט צו מיר "רבש"ע איך בעהט דיר, ווייז מיר דעם ריכטיגן וועג, אנשטאט זיך מענג זיין מיט א שטיקל אור החיים הקדוש בין איך פארנומען מיט עפעס א אינטערעסאנטע זאך, וואס איז מיט מיר. איך בעהט דיך העלף מיר דא, אויב ס'איז בעסער פאר מיר אז א אנדערער זאל פרובירן צו העלפן דעם קינד, מאך אז די טאטע זאל זאגן ניין."

והשם הטוב יעזור.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

נאאא!!!!
איך פלאץ ..
גאו עהעד...
דאנקע שיין
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר זעהן צו און וויאזוי מ'קען נעמען דעם געשיכטע נאך ווייטער. והשם הטוב יהא בעזרי.

מיינע אויגן האבן אריינגעקוקט אינעם חומש, אבער מיינע געדאנקען האבן יעצט געוואלט זיין ערגעץ אנדערש. איך האב געמיינט אז איך וויל לערנען, אבער באמת טיף אינעווייניג האט זיך מיר יעצט געוואלט ערווארטן וואס ס'קומט. איך שפיר א שאטן וואס דערנענטערט זיך. איך האב געלאזט די מצב זיך אנטוויקלן וויאזוי ס'גייט. איך האב געזעהן דעם שאטן גאנץ א לאנגע צייט שטיין נעבן מיר, איך האב נישט אויפגעהויבן די אויגן. איך האב נישט געוואלט ווייזן אז איך האב דא צופיל אינטערעסע אין די גאנצע זאך.

"זאג נאר יונגערמאן"

איך האב אויפגעהויבן מיין קאפ, כאילו מיט איבערראשונג פון די פלוצלינדיגער קול וואס האט אומערווארטעט דערגרייכט מיינע אויערן. און מיט די גרעסטע מאס תמימות'דיגע אויגן געזאגט "יא" מיט אן ערווארטונג אויף וואס ס'גייט זיך דא ערווארטן. פרובירנדיג נישט אריינצוגיין אין קיין שום דיפענס. זיין אמת'דיג. זאגן דעם אמת. און איך האב געלאזט דעם אייבערשטן ענדיגן מיינע רייד.

ער בלייבט קוקן אויף מיר. נישט ענטפערנדיג קיין ווארט. איך האב געשפירט דאס קלאפן פון מיין הארץ.

וואס האט מיין יונגעל מיט דיר?

איך בין געבליבן אן לשון. איך האב נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. איך האב נישט געוואוסט פון וואו איך זאל אנהייבן די מעשה. איך האב דאך טאקע נישט געוואוסט פון וואו איך האב מיט אים. וואס איך האב מיך געוואלט אנרופן האב איך נישט געפילט פאר פאסיג צו זאגן: איך וויל העלפן דיין קינד. דאס וואלט נישט געווען פאסיג צו ענטפערן. ער וואלט גראד געזאגט: העלף מיר נישט גארנישט, ס'האט דיך קיינער נישט געבעטן.

זאגן אז "ער האט מיך געבעטן אז איך זאל אים העלפן" האב איך געשפירט אז ס'איז נישט אזוי אמת. ווייל פון מיין זייט איז דא אויך געווען א גרייטקייט צו העלפן. ווען נישט מיין גרייטקייט צו העלפן ווייס איך נישט צו ס'וואלט זיך אזוי ארויסגעשטעלט.

ער זאגט אז ער וויל לערנען מיט דיר?

איך האב געשפירט א דערלייכטערונג. אבער איך האב געשפירט א דראנג צו ענטפערן דעם אמת. "ניין, איך האב אים געפרעגט צו ער וויל לערנען מיט מיר"

ער איז געבליבן קוקן אויף מיר, און געטראכט עפעס אין זיין קאפ. "דו האסט שוין אמאל געלערנט מיט קינדער, דו קענסטעך אויס?"

"ניין, איך האב קיינמאל נישט געלערנט מיט קינדער. אבער איך האב אים געפרעגט טאמער ער וויל לערנען מיט מיר." איך האב געלאזט אז ער זאל ווייטער טון מיט מיינע סטעטמענטס וואס ער באגערט.

"ס'איז מיר נישט אזוי ניחא די גאנצע געשעפט דא. איך ווייס אפילו נישט ווער דו ביסט, וויאזוי דו הייסט, דו קוקסט מיר אויס גאנץ א וואוילער יונגערמאן, אבער..."

און ער דרייט זיך אויס צום קינד "וויאזוי האט ער דיך געטראפן"

"איך בין געקומען צו אים רעדן, איך קען אים, ער קען מיך העלפן"

דא איז שוין די טאטע געווארן עמאושענעל. און ער האט ווייעכער געמאכט זיין טאן און געזאגט "ווער זאגט דיך - שעפעלע - אז ער קען דיך העלפן, וויאזוי ווייסטו?"

טאטי טריי אויס איינמאל.

איך האב ביי מיר געטראכט "רבש"ע, איך קען אים העלפן? וואו בין איך דא געווארן אריינגעכאפט, אזא מאדנע סיטואציע". איך האב געשפירט מיין בושה, איך האב געשפירט מיין שוואכע קענטעניס אין אלעס אנבאלאנגט תורת הנפש.

די טאטע דרייט זיך אויס צום קינד. "קענסט לערנען מיט אים, אבער נאר דא אין ביהמ"ד, און עניוועי באלד וויל איך דיך פארהערן, איך האב דיך נאכנישט פארהערט.

די טאטע איז זיך אוועקגעגאנגען ערגעץ. און דער יונגעל קומט און זעצט זיך אוועק מיט אפעטיט. "וואס זאל מען לערנען"

ער האט מיר געזאגט וואס זיי לערנען יעצט אין חדר. איך האב געוואוסט ביי מיר אז א גמ' קען איך סייווי נישט אזוי שנעל כאפן. אבער דאך האב איך געהאפט אז איך וועל קענען כאפן זיין קאפ, און איך וועל קענען כאפן פארשידענע זאכן אין זיין נפש. לערנען מיט א קינד געט מיר אלעמאל - לויט מיין דמיון - פארשידענע אריינקוקונגען אין די אינערליכע אופן וויאזוי די מח פונעם קינד ארבעט. איך קען - לויט מיין דמיון - כאפן די סעלף עסטים פונעם קינד. און די אופן וויאזוי די וועלט נעמט זיך אן ביים קינד. די שייכות וואס ער האט צו זיינע עלטערן. וויפיל ליבשאפט ער באקומט. די מאס חוצפה פונעם קינד. וכו'.

איך האב אזוי מורא געהאט אז איך גיי די גמ' נישט קענען. און אז ער גייט אנהייבן זאגן, און ער גייט 'מיך' דא דארפן העלפן פארשטיין. און איך האב זייער נישט געוואלט אז ס'זאל זיך אזוי ענדיגן. איך האב זייער געוואלט אז איך זאל 'אים' העלפן. אויב ער דארף בכלל געהאלפן ווערן מיט עפעס. יו, האב איך מורא געהאט.

מיר עפענען ביידע די גמ'. די אופן וויאזוי ער עפנט די גמ' איז ביי מיר אויך א צייט אויפצוכאפן פארשידענע זאכן. די צוגאנג זיינעם צו די גמ', גוטמוטיג, אדער צעבראכן און שוואכער גיסטע, קען מיר פארציילן אסאך. דא האב איך גראד באמערקט אז א רצון האט ער א שטארקן. ער וויל. ער שטרעבט. ער פרובירט צו פאוקעסן. ס'איז ביי אים א עסק די גאנצע זאך. ער נעמט עס מיט גאר א שטארקער ערנסטקייט. "אפשר שוין צופיל?", האב איך מיך געוואונדערט. ס'האט זיך מיר געדאכט אז איך זעה אויף אים ווי ער ווערט - אינערליך - אנגעצויגן און שטייף, אזוי ווי ווען איינער כאפט אן זיין לעפל ווי ער כאפט אן א שווערן האמער. איך האב געקענט שפירן זיין ערנסטע ענערגיע אין מיר.

"דעס איז נישט יודישקייט" האב איך געטראכט צו מיר. ער האט עס נישט גוט ארויס. איך האב געקענט מערקן זיין שטערן זיך קנייטשן. "עפעס האט ער נישט גוט געכאפט דא" אוי האב איך רחמנות געהאט. אבער איך האב געטראכט צו מיר "איך האף אז ער וועט זיך נאך וועלן טוישן, איך האף ער וועט זיך נישט טענה'ן מיט מיר, איך האף אז ער איז נאך בייגעדיג"

איך האב געטראכט צו מיר: יא שעפעלע דו האסט אין דיר יראת שמים. אבער נישט דאס איז עס. דאס וועט זיין צו שווער פאר דיר צו דערטראגן. און איך האב געוואוסט אז ס'גייט זיין שווער פאר אים, ווייל איך האב געוואוסט אז ס'דא צייטן ווען ס'פלאצט. ער קען נישט מער. ער געט אויף. איך האב געוואוסט אז ס'איז נישט 'ער'. איך האב געוואוסט אז ער טרעפט זיך נישט מיט זיין נפש בעת ער טוט עבודת השי"ת. ער האט נישט קיין עונג פון עבודת השי"ת. ער וויל עס נישט באמת. ער וויל זיין וואויל. ער וויל פאלגן. דערפאר שטרענגט ער זיך אן, נישט נעמענדיג אין באטראכט זיין אייגענעם 'איך', זיין אייגענעם אינערליכן רצון צו עונג.

והשם הטוב ומטיב יעזור ברוב רחמיו וחסדיו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ. אלעס מיט'ן הילף פונעם הייליגן באשעפער. מודה אני אז די עצם טון קומט פון אים, און איך דארף נאר זיכער מאכן אז ס'זאל נישט אוועקגיין פון אים, און צוריקברענגן וואס עס איז שוין אוועק.

לאמיר פרובירן ווייטער צו שפינען מיין מעשה, און וועל מיר זעהן צו מ'קען בכלל עס שפינען ווייטער, און אויב יא וויאזוי, והשם הטוב יעזור.

איך געב א פרעג דעם קינד: וואס גייט מען יעצט טון? מיין ציהל איז געווען צו זעהן מיט וואספארא אינערליכע ענערגיע ער גייט מיר ענטפערן

זיין ענטפער איז געווען: לערנען. אבער איך האב געזעהן אויף אים אז ס'איז ביי אים ווי איינער וואס ווייסט אז ער גייט זיך אנטון א קלענערע סייז שיך און ער ווייסט אז ס'גייט אים דרוקן.

איך האב אים געוואלט געבן צו שפירן וואס איך פארשטיי וואס לערנען איז. און איך אליין האב געוואוסט אז דאס וואס איך פארשטיי וואס לערנען איז, דאס איז כמעט גארנישט קעגן וואס עס איז באמת, אבער דאך האב איך געשפירט אז זיין מהלך איז אינגאנצן נישט ריכטיג. איך האב אים געוואלט אויפמערקזאם מאכן אויף די וועג וויאזוי ער גייט צו דערצו, אבער איך בין נישט געווען זיכער צו דאס גייט אים אויסדרייען צו הערן מיין וועג. איך האב נישט געהאט קיין איין אהנונג וויאזוי מ'זאגט פאר א קינד אזא סארט זאך. איך האב געטראכט אז אפשר ווען איך גיי עס אים זאגן גייט ער נישט כאפן וואס איך פארשטיי.

ס'איז מיר אלעמאל א וואונדער: וויאזוי איז די וועלט אין די קאפ - אין אונזער מעשה - פון א קינד. ווען איך זאג אים א קאנצעפט, וויאזוי פארשטייט ער וואס איך זאג אים. איך פרוביר צומאל צוריקצוגיין אין מיינע פריערדיגע יארן, און איך פרוביר זיך צו דערמאנען, איבערלעבן, איבערשפירן, נאכאמאל זיין דארט, נאכאמאל שפירן גענוי וואס איך האב דעמאלטס געשפירט. איך וואונדער מיך אז אויב איינער זאל מיך דעמאלטס זאגן אזא סארט קאנצעפט, אזא סארט דעליווערי, און איך דארף בוחר זיין אפצולאזן אדער אפדעטן מיין וועג וואס איך האב מיך ביז דעמאלטס אויסגעלערנט וועגן די וועלט, און איך דארף פארשטיין און בוחר זיין דאס וואס יענער פארקויפט מיך, ווי ווייט וואלט דען יענעמ'ס ווערטער זיך איינגעפעסטיגט אין מיין הארץ? קען זיין אז ס'וואלט סתם איבערגעלאזט א צעמישעניש?

אבער ס'איז נישטא קיין ברירה. מיר מוזן איבערגעבן דאס וואס מיר האלטן פאר ריכטיג, און האפן אז ער וועט דאס ריכטיג אויפכאפן.

איך האב פרובירט. איך פרעג אים: פארוואס נישט 'לערנען'? איך האב געדרוקט די ווארט 'לערנען' מיט אזאנע תנועות לויט וויאזוי איך פארשטיי אז 'לערנען' מיינט.

ער קוקט מיך אן. איך האב קלאר געקענט זעהן ווי פאר אים איז דא יעצט ביידע אופנים. אז ער פארשטייט זייער גוט וואס איך האב געמיינט דערמיט.

קינד: דיין וועג פיהלט זיך נישט עכט.

איך: און אפשר ווייל דו ביסט נישט צוגעוואוינט?

ק: איך וויל קענען די גמ'. און אויך וויל איך זיין א ערליכער יוד.

איך האב אוועקגעלייגט דעם פילאזאפיע אויף א קומענדיגער געלעגנהייט. און איך רוף מיך אן: אקעי לאמיר אנהייבן.

זיין טאן, און חשק איז אראפגעפאלן. זעהט אויס אז ער האט נישט געוואוסט וויאזוי צו גיין אויף מיין וועג. די איינציגע זאך וואס ער האט געטון איז, אז ער האט אפגעלאזט זיין חשק און ברען, זיין רצון, זיין שאיפה, און אזוי ארום געבליבן היבש אויסגעליידיגט פון זיין רצון. נישט דאס האב איך געוואלט פון אים.

איך האב געטראכט: צדיק'ל, קינד, שעפעלע, נישט דאס מיין איך צוזאגן. וויאזוי פארקויף איך דיר מיין וועג, אבער אינגאנצן. וויאזוי קענסטו דאס פארשטיין. צו וויל איך דען אז דו זאלסט לייגן שלאפן דיינע אינערליכע כוחות? איך האב געשפירט גאנץ שלעכט. און אויך - זאג נישט אויס - געשפירט אז איך קען נישט. איך ווייס אפשר די וואס איז נענטער צו די ריכטיגע וועג, אבער צו קען איך עס דען איבערגעבן? נאך דערצו פאר א קינד? אבער רבש"ע פאר וועם דען זאל איך עס איבערגעבן. ווי גוט וואלט געווען ווען דער קינד זאל שוין יעצט כאפן דעם ריכטיגן אינערליכן צוגאנג צו תורה ומצוות. יו, קינד טייערער כאפ וואס איך מיין דיר צוזאגן. הלוואי איך קען אריינקריכן אין דיין קאפ, און פון דארט זעהן וואס דו זעהסט. הלוואי דו קענסט שפירן מיין אוצר וואס איך האב אנגעגרייט פאר דיר.

מיין מוד איז אויך אראפגעפאלן. אבער איך האב פרובירט זיך פרייליך מאכן מיט די האפענונג אז עפעס גוט'ס וועט שוין ווערן.

דאס קינד האט אויפגעמישט צום עמוד וואו זיי האלטן אין חדר. איך האב געזעהן זיין בליק. זיין בליק האט מיר דערציילט אז ער איז שוין נישט אזוי אנטוזיאסטיש ווי ביים אנהייב צו די גאנצע חברותא אונזערע. זיין האפענוג איז ערגעץ אינמיטן ארויסגערינען. אבער ער האט נאך אלץ געשפירט גאנץ א פארזיכערונג מיט מיר. איך האב אים געפרעגט: דו קענסט די גמ'?

ק: יא, איך מיין אז איך קען עס. זיינע געפילן. איך האב געזעהן אין אים גאנצעטע געפילן וועגן די גמ'. איך ווייס - אדער איך דמיון - אז א קינד, נאך דערצו א געפילישע קינד, די גמ' וואס ער לערנט אין חדר האט אין זיך איינגעקריצט טיפע חלקים פון זיין נפש. ס'איז נישט נאר די עצם גמ', ס'איז די מצב אין חדר, די מצב פון די דורכגייאונגען פון זיין נפש וואס ער גייט דורך אין חדר, אינדערהיים, מיט חברים, און מיט'ן אייבערשטן. די אלע אינערליכע מצבי הנפש ווערן איינגעקריצט ווארט ביי ווארט, שורה ביי שורה, עמוד ביי עמוד, רש"י ביי רש"י. און ווען ער זעהט די גמ', באגעגנט ער זיך מיט אט די מצבי הנפש זיינע. און דאס איז וואס איך האב געזעהן אויפן קינד.

איך בין כמעט געווארן איבערוועלטיגט פון די מצבי הנפש זייניגע. איך האב עס געזעהן ווי א האלוועי און חדרים חדרים ארייצוגיין. ס'איז געווען אזוי פיל, אז איך האב געמוזט ארייננעמען א טיפע אטעם. זיך אפגעשטעלט און פרובירט צו פאוקעסן אויף וואס עס איז יעצט.

איך האב געזעהן אז דער קינד האט א שטארקער רצון. ווייל טראץ די אלע מצבי הנפש וואס דערקוטשעט אים, ס'איז נישט גרינג צו זיין א געפילישער קינד, און נאך שווערער צו זיין א געפילישער קינד מיט אומריכטיגע אינערליכע רצונות. אבער דאך האב איך געזעהן ווי ער האט ליב די גמ', און וויל אזוי שטארק זיין וואויל און פאלגן. איך האב געזעהן זיין הארץ ווי עס איז דערנענטערט צו די גמ'. איך האב געזעהן זיין פינגער וואס טייטלט אין די גמ'. זיין פינגער'ל, און די אופן וויאזוי ער האט עס געהאלטן אויפן ווארט, און די קנייטשן מיט די שטערן, און זיין צוגעבויגנקייט צו די גמ', האט מיר אזויפיל פארציילט.

איך האב געטראכט צו מיר: וויאזוי קען אזא קליין הערצעלע אזויפיל התגברות האבן. אזא קינד קען דאך אויסוואקסן אזוי נאנט צום אייבערשטן. ער וויל אזוי שטארק. קינד מיינ'ס, קען זיין אז דו ביסט אפילו מער ווי מיר. די שטן זאל דיך נאר נישט פארכאפן.

והשם הטוב יעזור.
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

נשמה!!
איין זאך קענסטו זיכער.. טייטשן די נשמה שפראך אויף אייוועלט..
יישר כחכם פאר דעם
און פאר דיינע אנדערע טיפע באשרייבונגען
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ

לאמיר פרובירן פארצוזעצן מיין דמיונ'דיגער מעשה, און לאמיר זעהן צו איך קען עס נעמען ווייטער, און אויב יא וויאזוי, והשם הטוב יעזור אותי ברוב רחמיו וחסדיו.

איך האב גראד באמערקט אויפן קינד, אז טראץ דעם וואס ער וויל זאגן די ווערטער פון די גמ', וויל ער אין די בעקראונד אריינכאפן צו פראצעסירן די אלע מצבי הנפש וואס זענען אים ארויפגעקומען אדאנק די גמ'. א געפיליש קינד - לויט מיין יעצטיגער דמיון - טרעפט זיך מיט א אינערליכער נפש וואס האט א לעבן פאר זיך. און אזוי ווי יעדעס קינד פון ווען ער ווערט געבוירן וויל פראצעסירן וואס ער זעהט. ער איז נישט צופרידן צו זעהן וואס ער זעהט, צו הערן וואס הערט, צו שמעקן וואס ער שמעקט... ער וויל עס פראצעסירן צו דערגיין די סיבה דערפון.

ווייל שכל - וואס קומט פון באשעפער - זאגט פאר א מענטש, דאס וואס דו זעהסט, הערסט, שמעקסט... האט א סיבה, און זוך צו פארשטיין די סיבה וואס האט געברענגט דערצו. שכל פארשטייט אז א זאך האט א שכל. און ער וועט ערשט ווערן צופרידן ווען ער פארשטייט - אדער מיינט אז ער פארשטייט - די סיבה צו יעדע זאך, ביז ער פארשטייט עס, וועט ער עס נישט אפלאזן. ער הערט א קול, וועט ער וויסן אז א מענטש רעדט יעצט צו אים. און זיין שכל וועט זוכן צו פארשטיין וואס דער קול זאגט אים. שכל פארשטייט שכל.

עכ"פ, א געפיליש קינד - וואס איז אויך קלוג - וויל אויך פארשטיין די מעסעדשעס וואס זיינע געפילן מיינען אים צו זאגן, די שכל פון זיינע מצבי הנפש. וואס זאגט עס מיר. וואס מיינט עס. צו פאדערט עס פון מיר מעשה? פונקט אזוי ווי ער וויל פארשטיין ווען זיין רבי רעדט צו אים, אזוי וויל ער פארשטיין זיינע געפילן וואס רעדן צו אים. און זיי רעדן צו אים שטארק. און צומאל נעמט עס אים איבער. א ערוואקסענער מענטש פארשטייט שוין, אז ס'איז די געפיל פון די מצב, און ס'מיינט נישט אז דו דארפסט עפעס טון דערוועגן. אבער א קינד איז נאך נישט אזוי קלוג.

עכ"פ, איך האב נישט געוואלט שמועסן מיט'ן קינד וועגן זיינע געפילן, ווייל איך האב מיך פארגעשטעלט אז ווארשיינליך וועט עס נעמען א לאנגע צייט. איך האב פשוט געוואלט דערגיין - לפי דמיוני - דעם קינד'ס אופן פון קענען גמ'. איך האב נישט געקוקט אזוי ווייט צו ער קען די נקודות און די טייטש פון די ווערטער. ווייל ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין, בין איך צומאל מער נייגעריג וויאזוי די אינערליכע פראסעסעס פון א געוויסע קינד לויפט. און נאכמער איך בין נישט דא געווען נאר אים אויסצולערנען לערנען, איך האב געוואלט זעהן די אינערליכקייטן פונעם קינד. און איך האב געהאפט אז מיט דעם וואס איך וועל פארשטיין וויאזוי זיין מח פראסעסט די גמ', וועט דאס מיך שוין ווייטער פירן צו עפעס א נקודה.

צומאל טו איך עפעס, און פון דארט האף איך וועט שוין עפעס ווערן. עכ"פ, איך האב געזעהן אז פארשטיין פארשטייט ער גאנץ גוט, איך האב סייווי נישט געקענט די עמקות פון די גמ' וואס ער האט מיר געזאגט. אויבן אויף האב איך עס געכאפט. אבער די אופן וויאזוי ער האט עס געזאגט, האט מיך געגעבן די געפיל אז ער פארשטייט גאנץ גוט א שטיקל גמ'. ער פארשטייט א קשיא, ער פארשטייט א תירוץ. ער פארשטייט א קאנצעפט. אבער דער עיקר וואס האט מיך געשטערט איז, אז צוזאמען מיט'ן פארשטיין די גמ', האב איך געזעהן אז ער וויל אויך פארשטיין זיינע געפילן, ער לאזט עס נישט אפ. איך האב געזעהן אז חוץ פון פארשטיין וואס ער זעהט אויפ'ן דף, וויל ער אויך אריינכאפן צו פארשטיין זיינע געפילן.

ס'דא אינערליכע געפילן, וואס חלילה א קינד וואס גייט דורך שוועריגקייטן, און שוועריגקייטן מיינט נישט דוקא גאר שווערע מצבים. שוועריגקייטן מיינט: א געפיליש קינד וואס איז געבליבן שטעקן ערגעץ מיט א געפיל וואס ער קען עס נעבעך נישט פארדייען. ער איז צו קליין און איידל דאס צו קענען פארדייען. און פארדייען מיינט אז דער געפיל זאל מער נישט מיינען פאר אים עפעס. פארדייען מיינט אז ס'זאל נישט פאדערן פון אים א דיפענס זיך צו באשיצן. פארדייען מיינט אזוי ווי א ספרינג וואס קומט צוריק צום דיפאלט. איז א געפיליש קינד וואס גייט דורך שוועריגקייטן, זיין שכל פאדערט פון אים צו פארדייען די געפילן, אבער - נעבעך - ער קען נישט.

ער פרובירט שטארק צו פארשטיין וואס ס'שטייט אויפן דף, אבער די זעלבע שכל נוצט זיך אים אויך צו פארדייען זיינע געפילן וואס זענען געבליבן שטעקן אויבן פון די "גת".

יעדעס קינד איז ביי מיר א חידוש. עכ"פ איך האב געזעהן אז איך וויל בעיקר בארואיגן זיינע געפילן.

איך האב געהאלטן אז דער עיקר וואס איך זאל טון איז ווייזן א רואיגקייט בשעת איך לערן מיט אים. דאס הייסט, אז דאס קינד פארשטייט זייער קלאר אז איך ווייס פון זיינע אינערליכע געפילן, און איך זעה זיי, איך האלט מיט מיט זיי, איך שפיר זיי, און וויבאלד איך בין נעבן אים שפירט ער ווי כאילו איינער הערט אים אויס זיינע גאר טיפסטע געפילן. ס'קען זיין אז אין תורת הנפש איז נישטא אזא זאך, איך פארצייל נאר די מעשה.

עכ"פ, איך האב פארדעם געלערנט א פעסטן שטיקל אור החיים הקדוש, איך בין געווען - ב"ה - רואיג. און דאס האט געטון די דשאב. דאס קינד געט זיך פלוצלינג א ליין אן אויפן בענקל און לאזט ארויס א לאנגן אטעם. ווי איינער וואס איז לויז געווארן פון עפעס אינערליך. ער קוקט מיך אן מיט גרויסע אויגן, ווי איינער זאגט: וואס גייט פאר מיט מיר? און ווי ער וואלט געזאגט: איך האב געכאפט אז ס'גייט פאר אין מיר א דיפענס, א רצון צו פראצעסירן עפעס אנדערש ווי די גמ'.

נישט אז ער האט געוואוסט וואס צו טון ווייטער.

וואס האב איך געקענט מער טון ווי קוקן אויף אים מיט א רואיגער פנים, נאנטער צו א שמייכל. און אים ווייזן: דו זעהסט? דו זעהסט וואס ס'גייט פאר? איך האב געוואוסט אז מיין שטארקייט איז גארנישט. איך האב געוואוסט אז איך דארף האפן. האפן צום אייבערשטן.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

כל תנועה ותנועה בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר זעהן צו מ'קען עס נעמען נאך ווייטער. והשם הטוב יתן ויעזור.

מיין בליק איז געווען צום קינד, און אינמיטן הער איך: קום, מ'דארף שוין גיין.

דאס קינד האט זיך אויפגעשטעלט, און געגאנגען צו זיין טאטע.

איך בין געבליבן אליין מיט ביידע גמרות. איך האב נישט געהאט קיין אהנונג די עפעקט פון מיין ארבעט. איך האב געוואוסט אז ס'איז נישטא פאר מיר יעצט צו טראכטן, און איך האב נאר צו טון ווייטער וואס איך דארף.

איך האב מיך ווייטער מעיין אין די גמרא. און איך האב געטראכט צו מיר די חילוק ביי מיר צווישן אמאל און יעצט: אמאל ווען איך האב געעפנט א גמ' איז עס געווען אזוי אנדערש ווי יעצט. אמאל ווען איך האב געעפנט א גמ' האב איך אליין נישט געוואוסט וואו פונקטליך מיין קאפ און מיין הארץ זענען צו וויסן פון וואו עס צוריקצושלעפן צו די גמ'. יעצט ערשיינט אלעס גאנץ אנדערש. די גמ' איז אלעמאל די זעלבע. נאר דא האט מיך השי"ת געהאלפן טריט נאך טריט, און מיר אנגעוויזן אינערליכע קאמפליצירטע מהלכים וויאזוי צו טוישן. מהלכים וואס איך אליין האב נישט געהאט צופיל קאנטראל אז ס'געשעהט מיט מיר. מהלכים וואס איך ווייס נישט צו מ'קען עס איבערגעבן טריט נאך טריט.

זייער זייער אסאך זאכן דארפן דורכגיין אויף א מענטש, אז ס'זאל זיך אים טוישן אינערליך. די דורכגייאונגען מאכן אז דער מענטש זאל בהכרח אלץ אן עפעקט טוישן מער און מער די אינערליכע אופן וויאזוי זיין מחשבה לויפט, און וויאזוי ער פיהלט.

אינטערעסאנט האב איך ווייטער געטראכט: א ערוואקסענער מענטש וואס איז שוין דורך די אלע זאכן, זיין מהלך המחשבה און הרגש האט זיך אויסגעבויט, פארשטייט ער א קינד וואס איז געווען די זעלבע ווי אים אליין? אדער ער טראכט צו זיך: פארוואס קענסטו נישט זיין אזוי און אזוי, זעהסט דאך אז איך קען. האט דער ערוואקסענער פארגעסן אלעס, און ער געדענקט זיך אלץ אייביג געווען גוט און געבויט?

ווי אינטערעסאנט ביסטו לעבן. ווי אינטערעסאנט איז די נפשות וואס לעבן אין דיר. א קינד קוקט אויף א בריוועלע וואס זיין טאטע האט געשריבן אלץ קינד צו זיין חבר, און טראכט מיט א קלאפעדיג הערצעלע: יו, דו ביסט אויך געווען אזוי געפיליש? דו האסט אויך געהאט פרענדס אזוי ווי מיר? און וויאזוי ביסטו היינט אזוי אנדערש ווי מיר, אזוי ווייט אז ס'קוקט אויס אז דו פארשטייסט בכלל נישט צו די סארט זאכן. און דאס קינד ווערט נאנטער צו זיין טאטע דורכדעם, זעענדיג אז זיין טאטע פארשטייט יא טאקע דאס וואס ער אליין פארשטייט אזוי גוט

אבער צו גייט איינער אמאל וויסן וואס איך האב מיטגעלעבט אין מיר אליין? די אלע זאכן זענען באמת אינטערעסאנט, ניין? די בליק פון א קינד, און נאכדעם די בליק ווען מ'איז שוין ערוואקסן. די סוד פון די וועלט קען איך נישט ארויסהאבן, ס'בלייבט סוד. וויפיל זאכן ווערן באגראבן. וויפיל געפילן ווערן באגראבן און קיינמאל נישט פארשריבן.

וואס וועל איך האבן פון די אלע זאכן, האב איך געטראכט צו מיר, לאמיר לערנען. אדרבה, לאמיר זעהן צו איך גיי מיך יעצט קענען אוועקנעמען פון די אלע זאכן און דשאסט לערנען. דאס איז נאך די גרעסטע באווייז אז מ'קען זיך אויסהיילן. און וואס דארף מען מער ווי א געזונטע נפש? וואס דארף מען מער ווי קענען לערנען א שטיקל תורה הקדושה.

פלוצלינג האב איך באמערקט די ווייסע פלעסטיק טישטוך אויפן טיש. דו ווייסע פלעסטיק טישטוך, דו זאגסט נישט דעם אמת. דו זאגסט אז וואס עס קומט דא פאר איז א טעמפארערי זאך, אזוי טעמפארערי ווי דיך. אבער ניין, דא קומט פאר דברים של נצח. נעם נישט אוועק פון מיר מיין האפענונג אז ס'גייט נאך עפעס ווערן פון מיינע יעצטיגע מחשבות. און אז דער אייבערשטער וועט מיך העלפן וועט פון מיינע געדאנקען יא ווערן עפעס. איך קריג מיך מיט דיין סימבאל. א יוד איז נצח. זיינע האפענונגען ווערן נישט מוצאי שב"ק אריינגעדרייט און אריינגעשטיפט אין גאביטש. איך האב געהאפט אז דער אמת איז מיט מיר. כאטש די טישטוך האט מיר געמאכט פילן אנדערש.

די גמ' איז זיכער נצח. רש"י הקדוש איז זיכער נצח. לאמיר זיך טאקע אריינלייגן אין דעם. ווייל דאס בלייבט.

ס'איז נאך געווען אביסל צייט ביז מנחה, און איך זעה דעם קינד שטיין נעבן מיר, זיין טאטע שטייט זיך אזוי פון דערווייטענס.

ק: מיין טאטע וויל דיך עפעס פרעגן.

די טאטע איז צוגעקומען צו מיר, געלייגט זיין רעכטע האנט אויף די אנלאנער פונעם בענקל: פאר אונז גיי מיר ווייטער, מיין יונגעל קען לערנען? וואס זאגסטו צו אים?

והשם הטוב יעזור.
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

נו וואס זאגסטו טאקע?
מיר ווארטן מיט שפאנונג!
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

יעדע זאך וואס איך שרייב איז לפי דמיוני. דאס מיינט אז דאס איז לויט וויאזוי איך האב געמיינט דעמאלטס בשעת מעשה. ס'קען זייער מעגליך זיין אז איך האב א טעות אין די וועג. ובזה יצאתי והשם הטוב יעזור וישמור

איך: ער פארשטייט גוט א שטיקל גמ'.

טאטע: נאר

א: ער איז געפיליש. ער איז א געפיליש קינד.

ט: נאר דעס?

איך האב נישט געקענט געהעריג ארויסברענגען פונקטליך די גאנצע זאך וואס איך זעה אויף אים. איך האב אפילו נישט געוואוסט פונקטליך וואס איך זעה. איך האב נישט געשפירט מיט וואס פונקטליך זיין טאטע קען העלפן דא. און איך האב אויך נישט געוואוסט פונקטליך וויאזוי איך קען העלפן דא. דערפאר האב איך מיך אנגערופן: און ס'שווער צו זיין א געפיליש קינד. איך האב געמיינט צו זאגן: אז ס'גייט אים שווער ווייל ער איז א געפיליש קינד.

ט: וואס מיינט ס'איז שווער?

א: ס'איז נישט גרינג

ט: און וואס קען מען טון?

וואס האב איך געקענט ענטפערן. איך האב דאך טאקע נישט געוואוסט פונקטליך וואס מ'קען טון. זאל איך ענטפערן: און מ'דארף אים אויסרעדן. וועט ער פרעגן: און דו קענסט אים אויסרעדן? וואס וועל איך דעמאלטס ענטפערן, אז איך קען, איך בין בכלל נישט געווען זיכער אז איך קען. דערפאר האב איך געענטפערט: מ'דארף טון וואס מ'קען, אים צו העלפן.

ט: דאס טו איך דאך שוין א לאנגע צייט.

אוי, דאס האט מיך באנומען. דאס הייסט אז ווען איך האב געזעהן דיין יונגעלע יענע שבת אינדערפרי, ווען דו האסט אים אזוי געשלעפט זיין ארבעל אז ער זאל דאווענען, און איך האב רחמנות געהאט אויף אים, איז מיין רחמנות גארנישט געווען אומזיסט. דאס מיינט צוזאגן אז איך האב יא גוט געזעהן.

וואס האב איך געקענט זאגן? איך בין נישט קיין פראפעשענאל. איין זאך וואס איך וויל (און איך האף אז איך וויל) איז אז דיין קינד זאל באפרייט ווערן פון זיינע אינערליכע נפשיות'דיגע יסורים. אזוי ווי ווען איינער זעהט א קינד איז איינגעשפארט אין א שטוב, און אז ער האט צער דערפון, וויל ער עפענען די טיר. און צומאל אפילו ווען מ'זעהט א פליג וואס מיינט אז זיין וועג צו פרייהייט איז דורך די גלאז פון די פענסטער, וויל מען עפענען דעם פענסטער ער זאל זיך ארויסזעהן. די ענגשאפט וואס איך זעה אז דער קינד געפינט זיך טרייבט מיין רצון אים צו העלפן. אבער איך קען?

איך האב אראפגעקוקט אויפן טיש. און געשפירט מיין צער וואס איך האב מיט'ן טאטען. געשפירט די ציפעדיגע ווייטאג פון א טאטע אויף זיין קינד. ווען ער וואלט נישט געזעהן וואלט זיך מיר נאך אביסל אריינגעטראכט דערין, און איבערגעשווענקט מיט טרערן. וואו אין די וועלט קען מען אפשאצן וואס א קינד מיינט פאר זיין טאטע.

איך האב געקוקט אויף אים מיט רחמנות און צוגעמאכטע ליפן. מער ווי דעם האט מיך מיין גייסט נישט ערלויבט צו טון.

ער האט זיך אויסגעדרייט און אוועקגעגאנגען. און איך האב מיך פרובירט צאמצוקלויבן צו טון ווייטער וואס איך דארף.

מנחה איז געקומען. שלוש סעודות האב איך זיי נישט געזעהן.

דורכגעלאפן איז א האלב יאר. די מעשה איז נישט באמת ארויס פון מיין באוואוסטזיין. צומאל פלעג איך אויף דער נאכט טראכטן וויאזוי איך נעם דעם קינד, וויאזוי איך לערן מיט אים. וויאזוי איך הער אויס זיינע דערדרוקענישן. און וויאזוי איך זאג אים וואס איך ווייס וועגן יודישקייט. וואס איך ווייס וועגן די נפש פון א מענטש. וואס איך ווייס וועגן די גרויסקייט פון באשעפער. וועגן די גרויסקייט פון צדיקים. וועגן די גרויסקייט פון יעדע סקונדע אין א יוד'ס לעבן. און בעיקר וואס איך ווייס וועגן די חשיבות פון אים אליין. וואס איך ווייס ווי ווייט ער קען אנקומען אי"ה אויב ער גייט מיין וועג. און וויאזוי זיינע אויגן ווערן אויפגעלאכטן, און א ליכטיגקייט שיינט זיך אריין אין זיין הערצעלע. איך האב געזעהן וויאזוי איך בין אים מסביר די תענוג פון עבודת השי"ת. און וויאזוי ער ווערט פון איינגעמאכטער, פארווייטאגטער, פארשלאסענער, קינד, ווערט ער א אויפגעלייגט קינד וואס איז בטוח בה'. כגמול עלי אמו כגמול עלי נפשי.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר זעהן צו איך קען עס נעמען נאך ווייטער. והשם הטוב יעזור אותי על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם.

ס'דא פענסטער, און ס'דא פענסטער. ס'דא די גאר קליינע פענסטער, און די גאנצע ליכטיגקייט וואס דארף אריינקומען פון די זוהן איז אזוי, אז ארום די פענסטער איז דא אזא צעמענטענעם געבוי, און קודם דארף די זוהן באווייזן דורכצוגיין די געוויקסן וואס באדעקן דעם צעמענטענעם געבוי פון אויבן, און דערנאך, אויב אביסל פון די שטראלן האבן שוין יא באוויזן זיך דורכצושניידן די צווייגעלעך, און זייערע גרינע אנהענגער, וועט דער אייגנטומער וואס איז זיך מענג מיט דעם פענסטער, זיין צופרידן מיט די אפשיין פון א אפשיין פון א שיין, וואס פארציילט אז פון אויבן גאר הויעך איז דא א זוהן וואס שיינט און לייכט.

נאכדעם איז דא די געהעריגע היימישע אנ"ש פענסטערס. אויף דעם טוט די עקרת הבית שפריצן איר ווינדעקס. נאכדעם איז דא די גרויסע ריזיגע פענסטערס אין די באנעמדיגע דאקטערס געביידעס אין מאנהעטן. יענע פענסטערס, זענען א חלק פון די וואנט. אזוי ווייט אז ס'כמעט נישטא קיין וואנט, אלעס איז פענסטער. אפן.

דאס טוט זאגן אז מיר ווילן זיין אפן. דאס טוט פארציילן אז מיר נעמען אריין כל מינע שיכטן פון די מענטשהייט. דערפאר איז עס ברייט, אפן, לעכטיג. נישט נאר ברייט אריינצונעמען די זוהן שטראלן, נאר אויך ברייט אין די לעצטיגע פארגעשריטנקייט. מיר נעמען אריין די גאנצע וועלט.

אט ביי יענע בענק האב איך מיך געטראפן זיצן מיט א קליין ספר'ל וואס איך האב מיטגענומען. מעג די מענטשהייט זיין וויאזוי עס זאל זיין, וועט אבער די ספר'ל אונז האלטן מקושר צו אונז אינדערהיים.

און אזוי בין איך מעיין אינעם ספר'ל, האפנדיג זיך ווי שנעלער צו זעהן אינדערהיים. אויפהייבנדיג מיין קאפ באמערק איך א זיבעצן יעריגער בחור'ל זעצט זיך אוועק אויפן באנק אקעגן איבער. איך האב מיינע אויגן ווייטער געבליקט אינעם ספר, אבער וואס דערמאנט מיך זיין פנים?

אה... איך ווייס ווער. איך האב מיך מער נישט געזעהן מיט א מעגליכקייט צו קלעבן צום באנק. איך האב מיך אויפגעהויבן און אנגעהויבן גיין. נישט קיין חילוק וואו, קודם גיין. געטראפן סטעפס, געגאנגען ארויף, געגאנגען אראפ. אויף די ווענט האב איך באטראכט די אבסטראקט בילדער... אינמיטן הער איך אן אינערליכער קול: נשמה פון וואס אנטלויפסטו, וואס האסטו מורא, גיי צוריק, און זעץ דיך צוריק מיט דיין ספר'ל. דו קענסט נישט אנטלויפן פון א מציאות. די מציאות ארום דיר מאכט דיך טראכטן זאכן וואס דו וואלסט נישט געוואלט. דו וואלסט געוואלט וואוינען ערגעץ אין די אמאזאן דשאנגעל. קיינמאל נישט באגעגענען קיין שום ווייטאג. זעהן די געשמאקע פלענטס, און שפירן די פייכטקייט פון די לופט. יעדע נאכט זיך לייגן שלאפן ערגעץ הויעך אויף א בוים אין א צאמגעקלאפטן הייזקע. און דא מוזטו זעהן די עכטע מציאות פון לעבן.

אבער איז דען נישט בעסער צו לעבן אין די מציאות, און אפילו אויב מ'דארף דערמיט דילן, ווי איידער צו אנטלויפן דערפון?

מיט די מחשבות האב איך אנגעהויבן צוריקצוגיין. "זאל זיין וואס עס זאל זיין"...

איך בין צוריק צום ווייעכן באנק. און מיינע מחשבות האבן זיך אנגעהויבן וועבן אן מיין רשות. "ווער זאגט מיר אז ער איז זיין ברודער, אזאנע שטותים, אלעמאל טראכט איך אזאנע שטותים, יעדע מאל נאכאמאל, לאז שוין אפ ער איז נישט זיין ברודער, האק נישט אין קאפ אריין, לאמיך אפ און שוין". אבער זעענדיג אים נאכאמאל האב איך כמעט קיין ספק געהאט אז ער איז יא זיין ברודער. "ווייטער, ווער זאגט דיר, און אפשר איז ער זיין קאזין. יעדעס מאל מיט דיינע דמיונות" "אבער איך זאג דיר, זעהסט נישט ווי שטארק ער ענדלט, אלעס, אבער אלעס, קוק וויאזוי ער גייט, ממש יעדע ריר, וויאזוי קען זיין, אויב נישט אז ער איז א ברודער" "עה, ס'דאכט זיך דיר נאר..." "וואס ס'דאכט זיך מיר, אפילו די שטומע איז ענליך..." "און אז ער איז זיין ברודער?..." "טאקע ביסט גערעכט, וואס גייט עס מיך אזוי אן..."

אבער מיט דעם אלעם האט ער מיך אריינגעכאפט מיין אטענשאן. איך האב מיך אנגעהויבן וואונדערן אויף זיין נפש. וואס איז ער. אויב איך טראכט שוין יא פון אים, וואס איז ער. די ערשטע זאך וואס איך האב באמערקט אויף אים איז געווען זיין גראדן שארפן בליק. איך האב נישט באמערקט אויף אים אז ער זאל זיין געפיליש, אדער שטורמיש, פארנומען מיט זיינע אינערליכקייטן. איך האב געזעהן אז ער באטראכט, האט ארויס, מאכט החלטה'ס, גייט פון איין זאך צום צווייטן מיט א לייכטקייט. פעסט, נעמט קער.

יא, איך האב געזעהן אויף אים א טיפקייט, ס'האט מיר אויסגעזעהן ווי ער איז זייער פארשטענדליך, האט ארויס, ער האט מיך אפילו אנגעקוקט און זיך ווייטער געקוקט אויף אנדערע זאכן. אזוי אנדערש ווי זיין ברודער, ניין? אבער ווער זאגט מיך אז ער זיין ברודער, חחחח.

איך מיין איך האב באמערקט אז ער קוקט יא אויף מיר אויף אזא אופן אנצוהייבן א שמועס, קען זיין אז ער האט מיך געוואלט עפעס פרעגן. איך האב מיך געשטעלט אין אזא פאזיציע, אז אויב ער גייט נאכאמאל קוקן אויף מיר, זאל ער זיך שפירן באקוועם מיך צו פרעגן.

איך האב געקוקט אהער און אהין, און אויך אינמיטן פערצופאל אויף אים, און ווייטער געקוקט, איך האב אים געוואלט געבן די געלעגנהייט אז ער זאל מיך קענען פרעגן אויב ער וויל. איך האב מער נישט געהאט קיין געדולד צו זיצן נעבן איינעם פאר נאך א וויילע, מיט די געדאנקען אז אפשר וויל יענער עפעס פרעגן און ער קען זיך נישט ברענגען דערצו.

איך: וואס לערנען ענק אין ישיבה?

ער: כתובות

אוי איך האב געשפירט מיינע געפילן. יו, ער איז זיכער זיין ברודער. אינטערעסאנט, ווען זיין ברודער'ל (?) האט גערעדט צו מיר איז עס געווען דורכגעווייקט מיט געפילן. און ווען ער רעדט צו מיר איז עס פעסט, גראד, טיף, און געגאנגען ווייטער.

איך האב איך נישט גראד געענטפערט "יא כתובות". און איך זעה ווי ער באטראכט מיך אזוי טיף. איך האב געקענט זעהן אז ער באשליסט יעצט צו איך בין נארמאל צו נישט.

והשם הטוב יעזור וישמור אותי מאוד מאוד
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך רוף מיך אן צו אים, דו פארשטייסט וואס דו לערנסט?

ער: און אוודאי פארשטיי איך.

א: יעדן תוספות?

ער: יא, יא.

א: זייער גוט, זייער גוט, לערן פלייסיג. און געטראכט האב איך צו מיר: דארפסט דאנקען דעם הייליגן באשעפער אז דו ליידסט נישט אזוי ווי דיין ברודער'ל (?).

ע: איר האט שוין אמאל געלערנט כתובות?

א: איך קען עס נישט. אבער וואס ווילסטו מיר זאגן?

ע: ניין, ס'גוט. ער האט זיך אויפגעהויבן און צוגעגאנגען צום פענסטער באטראכטן עפעס, און איך האב מיך ווייטער אריינגעקוקט אין מיין ספר'ל.

איך האב געהאפט ביי מיר "הלוואי מאכט זיך עפעס א שמועס וועגן זיינע ברודער'ס וכו', און איך ווער געוואויר מער פרטים. איך האב געזעהן ווי ער קומט צוריק, זעצט זיך אוועק אקעגן מיר, נעמט ארויס א ספיירעל, נעמט זיך שרייבן. און איך רוף מיך אן: נישט אלע בחורים זענען זוכה צו שרייבן חידושים.

ע: יא, ב"ה, מיין קאפ ליגט אין לערנען און דער אייבערשטער זאל מיך העלפן אויף ווייטער. גראדע איך לערן אין א פעסטע ישיבה.

איך געב אזא קרעכץ אפ. "נישט יעדער איז זוכה צו דעם".

ע: ווען איך וואלט געווען א מגי"ש וואלט איך די אלע זאכן מסדר געווען.

א: וואס הייסט מסדר געווען?

ע: איך האלט אז מ'קען פארבעסערן דעם גאנצן סיסטעם.

א: וויאזוי?

ע: איך האלט אז דער עיקר פראבלעם מיט ישיבות זענען, אז בחורים שטעלן זיך נישט צו. איך קען נישט פארשטיין, ביסט א בחור, שטעל דיך צו. דריי דיך נישט ארויס.

א: ס'איז זיי שווער, ניין? ס'שווער צו זיין א בחור, ניין?

ע: ווען זיי זאלן זיך צושטעלן, וואלט נישט געווען אזוי שווער. אוודאי, איך זאג נישט, איך פארשטיי אויך אז נישט יעדער האט ליב צו זיין אין א ישיבה, און אז ס'דא אמאל א בחור וואס קען שפירן אז ער טרעפט זיך נישט דאס פלאץ, אבער פארוואס זאל מען זיך נישט צושטעלן צו וואס מ'פארלאנגט. מ'האט ספעציעל אויסגעשטעלט די ישיבה אז ס'זאל זיין צוגעפאסט צו רובא דרובא בחורים, און נאך אלץ איז דא בחורים וואס פשוט זיי שטעלן זיך נישט צו.

א: איך טראכט אז די פראבלעם איז, אז זיי פארשטייען נישט דאס לערנען געהעריג, וואלטן זיי פארשטאנען דאס לערנען, און זיי וואלטן געשפירט א חיות פון לערנען, וואלטן זיי ליב געהאט די ישיבה.

ע: וואו קומט דא אריין ליב האבן די ישיבה. איך האב אויך נישט אלעס ליב וואס מיין ישיבה טוט, און מיט דעם אלעם ווייס איך אז מ'דארף זיך צושטעלן צום סיסטעם, שטעלסט דיך נישט צו, ביסטו די פאל. ווען זיי וואלטן זיך צוגעשטעלט, וואלטן זיי פארשטאנען.

א: יו, ער איז אזוי אנדערש ווי זיין ברודער. (?). מיט אזא פעסטע מיינונג וועגן זאכן. זיין ברודער קומט זיך לכאורה נישט אויס מיט אים. ווער ווייסט, אפשר גאר ווערט ער צעקוועטשט פון זיין חינוך.

אפשר קען איך עפעס טוישן אז ער זאל ווערן אביסל ווייעכער מיט דעם. אפשר קען ער מער פארשטיין אז ס'דא אזא זאך ווי געפילן. איך בין געליבן שטיל און געטראכט מיט א האפענונג ווייעכער צו מאכן זיין פעסטער שטעלונג. איך האב אבער נישט געטראפן וויאזוי איך קען עס ווייעכער מאכן, און איך האב מיך אנגערופן: דאס איז דיין נאטור, און ס'דא אנדערע מיט אנדערע נאטורן.

ע: איך ווייס אויך פון אנדערע נאטורן. איך ווייס אויך אז נישט יעדער איז די זעלבע ווי מיר, איך האב גוט ארויס מענטשן, אבער דאס איז א שוואכקייט פון די סיסטעם. און די שוואכקייט פון די סיסטעם ליגט ביי די בחורים, נישט נאר ביי די ישיבות.

א: קען זיין. זאגסט א נקודה. איך האב געטראכט: נע, איך גיי אים שוין נישט איבערמאכן. איך מיין זייער שטארק אז ער איז פארנומען צו מחנך זיין ברודער. ער האט גוטע מידות, אבער ער דארף פארשטיין אז ס'דא אנדערע נאטורן פון גאר אן אנדערע עולם וואו ער געפינט זיך.

א: חסידישע ספרים לערנסטו אויך?

ע: זיין טאן איז אראפגעפאלן, שפת אמת האב איך ליב צו לערנען.

א: מהר"ל

ע: אויך. וויאזוי ווייסט איר? יא, איך גלייך זייער צו לערנען מהר"ל.

איך האב געטראכט צו מיר: וויאזוי קום איך אן צו רעדן וועגן זיין ברודער'ל? אבער ווער זאגט אז ער איז זיין ברודער. חחח

והשם הטוב יעזור
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

go ahead i'm platzing
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

א: ענק האבן ספרי מהר"ל ביי ענק אינדערהיים?

ע: גראדע נישט. נישט יעדער האט ביי זיך אינדערהיים אלע ספרים. ס'איז גאנץ א גרויסע סעט. אין ישיבה יא. אין ישיבה האמיר אונז די אלע ספרים, ביים פאקן די ספרים כאפ איך אויך אריין א בליק. ער איז זייער טיף מסביר פארשידענע זאכן.

א: דו פאקסט די ספרים אין ישיבה?

ע: יא. ביי ספרים פארשטיי איך אויך וויאזוי אלעס קומט. ס'דא מענטשן וואס פאקן ספרים וואס האבן נישט קיין שום שייכות איינס מיטן צווייטן. א משנה ברורה ליגט נעבן א קדושת לוי. די ש"ס ליגט צעמישט, ברכות צום סוף, און בבא מציעא די ערשטע. מענטשן טראכטן נישט אפילו פאר א רגע: מאך א סדר. עניוועי.

איך האב באשלאסן ביי מיר אז איך גיי עס ארויסזאגן, זאל זיין וואס עס זאל זיין: דו האסט נאך ברודער'ס.

ער געט מיך אזא שארפן בליק אן: יא, פארוואס פרעגט איר?

א: איך האב געטראכט צו מיר: וואס זאג איך אים, פארוואס טאקע פרעג איך? איז איך בין געבליבן שטיל.

ע: פארוואס האט איר געפרעגט אויב איך האב נאך ברודער'ס?

א: איך האב מיך געטראפן עפעס א תירוץ: איך האב געוואלט וויסן צו דו פארשטייסט דיך מיט אים?

ע: יעדעם פרעגט איר צו ער האט נאך א ברודער?

א: הער אויס, האסט מיך פריער געזאגט אז דו האסט א מהלך מיט געוויסע זאכן, האב איך דיר געוואלט...

ע: געוואלט וואס?

א: יו, באשעפער געב מיר אריין די ריכטיגע דיבורים אין מיין מויל. ווער זאגט אז ער איז זיין ברודער? וואס זאג איך אים?

א: מיט א ברודער איז מען נענטער, סאו מ'פארשטייט אים מער, האב איך געוואלט וויסן וויאזוי דו פארשטייסט דיין ברודער.

ע: עפעס מאכט נישט דא קיין סענס. אבער יא, איך האב א ברודער'ל, וואס איז היבש אנדערש ווי מיר. ער איז מער געפיליש. ער רעדט נישט צו סך, גראדע איך האב נישט אזוי ליב געפילן. בקיצור.

א: די ווערטער: "ער איז מער געפיליש" האט מיר געקלינגען אין מיין אויער. איך האב געטראכט צו מיר: דו ביסט אזוי צופרידן אז דו האסט נישט ליב געפילן. אבער ס'דא אנדערע נפשות וואס ממש זייער גאנצע לעבן דרייט זיך ארום זייערע געפילן. דו, אז דו פארשטייסט וויאזוי ספרים קומען אויסגעשטעלט, און וויאזוי דיין גאנצע לעבן קומט צו זיין, ביסטו אזוי צופרידן. אבי אלעס לויפט אין א סדר. אבער ס'דא נפשות וואס זיי כאפן אפילו נישט אז ס'דא אזא עולם. אוי געפילן, וואס דו האסט אלץ אין דיר באהאלטן, און ס'דא מענטשן וואס פילן אפילו נישט דיין אנוועזנהייט אין ארומיגע.

אינטערעסאנט האב איך געטראכט צו מיר, וואס מאכט זיין ברודער'ל. איך גיי סייווי נישט קענען העלפן די גאנצע וועלט. און איך ווייס אפילו נישט וויאזוי מ'העלפט.

אבער ווער זאגט מיר אז ער איז זיין ברודער?

א: דיין ברודער לערנט פלייסיג?

ע: וואס ווילט איר פון מיין ברודער? איר קענט מיך, איר קענט מיין ברודער?

איך האב אנגעהויבן שפירן אז ער האט אנגעהויבן אפשאצן אז איך בין אינטערעסאנט. און אז דא גייט זיך ענדיגן די שמועס, און אז איך גיי פארבלייבן ביי אים אין קאפ, אלץ אומגעלעזט. האב איך מיך ווייטער אריינגעקוקט אין מיין ספר'ל. נאך א פאר מינוט האב איך אים שוין נישט געזעהן.

די זוהן האט אריינגעשיינט צו מיר פון דעם ריזיגן פענסטער. מיין מחשבה איז געלאפן צו די גרינע בלעטער אינדרויסן. צו די מענטשהייט. ס'קומט זיך אריין א פרייליכן זארגלאזן אלגעמיינעם יונגעל. איך האב געטראכט צו מיר: מן הסתם געבן זיך זיינע עלטערן אפ מיט אים, קוק ווי צופרידן ער איז. אבער א יודיש קינד קען דאס סך מער נוצן. פארוואס זאל א יודיש קינד בלייבן צעקוועטשט. און נאכדערצו פון אומריכטיגע יודישקייט. דאס איז זיכער נאר א שטן.

רבש"ע די גאנצע וועלט איז פיל מיט דיינע חסדים, ביי די אלגעמיינע וועלט טרעפט מען ווי די געלערנטע פון זיי געבן זיך אפ מיט זייערע קינדער. זיי וואקסן אויס געזונט גייסטיג און פיזיש לויט זייערע השגות. אוודאי ווען זיי פרעגן מיך וואלט איך זיי געראטן אז דעם טעלעוויזשאן מיט'ן סמארטפאון זאלן זיי אוועקווארפן. ווייל סוף סוף וואקסן זיי א געזונטער גוי. באשעפער מאך אז א יודיש קינד זאל נישט זיין צעקוועטשט. מאך אז א יודיש נפש זאל אויפבליען.

נע, נשמה האב איך געטראכט צו מיר: הער אויף צו מדמה זיין איינס צום צווייטן. ניטאמאל קיין פארגלייך. ביי אונז פארלייגט זיך די שטן אויף יעדן ריר. אונז האב מיר דאך סך א גרעסע אנדריי אין די עולמות עליונים, און אויך אויפן עתיד. וואס איז מיט דיר, אזוי טראכט מען? איך האב אריינגעשטעקט מיינע אויגן אין מיין ספר'ל, און פרובירט צו מטהר זיין מיינע געדאנקען פון דעם פארגלייך.

"א געפיליש קינד, א געפיליש קינד" האט געקלינגען זיינע ווערטער אין מיינע געדאנקען. דאס איז זיכער אמת. יא, געפיליש, ווער ווייסט וואס? צו רעדט ער אפילו צו איינעם? יא, ער רעדט. זיין טאטע ווייסט דאך יא. לאמיר האפן. באשעפער האב רחמנות.

דורכגעלאפן זענען א גוטע פאר חדשים. אין דערצווישן האב איך שוין געטראפן נאך נפשות אויף וועם צו רחמנות האבן, און אויף וועם צו בעטן רחמים וכו'. און די ספעציפישע מעשה איז מיר ארויס פון קאפ.

לאמיר אריבערשפרייזן צו איינע פון די לאנגע ווינטער נעכט ביי ר' אליעזר'ן אינדערהיים.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ביי ר' אליעזר אין קאפ הייבט זיך אן מער און מער אריינצוזעצן דעם געדאנק וואס השי"ת שיקט אים פון אויבן, אז יא, "איך דארף מיך 'ארויפשארצן מיין ארבעל' און ברענגען פרנסה אהיים". די שאלה איז נאר וואו.

ר' אליעזר האט נישט צו לאנג זיך געדארפט ישוב'ן אין דעם ענין, ער האט באלד געטראפן אדווערטייזט: דעליקאט קלאודינג, ווערט געזוכט אן ענערגישער ארבעטער צו ארבעטן ביי אונז אין סטאר. ביטע רופט...

ר' אליעזר, ווען ער האט נאך געהייסן אליעזר, האט ער שוין געוואוסט אז ס'איז דא נאר טון און שוין, און ס'דא נאכמער ווי דעם: פארשטיין מיט וואס און מיט וועם מ'האנדלט. יעדער קען טון. ביי אים האט מען געוואוסט אז ער קען דיר אויך ערקלערן פארוואס דוקא אזוי ווי ער טוט עס. יעדער קען צאמשלעפן טישן פאר'ן מלווה מלכה, אבער וועלכע טיש עס קומט ביי דעם עק, און וועלכע עס קומט דייקא אינדערמיט, מיט דעם צייכנט ער זיך אויס. ווען ער זיך נאך געווען א קליין קינד, און זיין מאמע האט אים געזאגט: לעיזער פאק צאם די פלעירום. האט ער נישט 'סתם' צאמגעפאקט די פלעירום. ער האט אויך אויסגענוצט די צייט צו פארשטיין די אלע טויס וויאזוי זיי פונקציאנירן. און וועלכע פון די טויס זענען - וואס ער האט גערופן - נארישע פלעינע טויס, און וועלכע ס'איז די קלוגע טיפע טויס.

עכ"פ, א קלאודינג סטאר, האט ער באלד געשפירט אז ס'איז נישט אזוי שלעכט. העכסטנס עט ער אויסנוצן די צייט וויאזוי די גאנצע חכמה פון נייען גייט. ער האט געהאפט אז ס'וועט אים געפעלן.

אליעזר האט אריינגעדיילט די נומערן אין זיין פאון, באלד ווי יענער האט אויפגעהויבן האט אליעזר פארשטאנען מיט וועם ער רעדט דא. און מ'האט באשלאסן אז מארגען ניין אזייגער טרעפט מען זיך אין א געוויסע אפיס.

נישט צו לאנג דערויף און אליעזר שטייט אין סטאר, קלאפט, ציהט, שלעפט, מעסט, צייכנט, און צומאל זיך אריינגעכאפט ביים נייען אויך. אליעזר האט שנעל געכאפט זיין ארבעט. אנגעהויבן צו פארשטיין מער און מער פארוואס ווען איך טו אזוי קומט דער בגד אויס אזוי, און פארוואס ווען איך טו אזוי קומט עס אויס אזוי. און אזוי ווייטער און ווייטער.

א האלב יאר איז דורכגעלאפן. ס'איז שוין יעצט קרוב צום פארשפארן די סטאר פאר'ן היינטיגן טאג, אליעזר - אזוי ווי יעדן טאג - גייט דורך דעם סטאר, אנגעהויבן פון טיף אינעווייניג, און ענדיגט ביים אנהייב. דאס טוט ער זיכער צו מאכן אז קיין קאסטומער איז נישט פארבליבן שטעקן ערגעץ צווישן אלע בגדים. האלטנדיג ביים דריטן אייל, זעהט ער א קליין צעטעלע אויפן פלאר.

סתם אזוי וואלט אליעזר זיך נישט אראפגעבויגען צום קליינעם צעטל, ער האט וויכטיגערס וואס צו טון ווייטער, אבער דאס מאל האט ער זיך יא אראפגעבויגן, עס אויפגעהויבן, און געליינט.

והשם הטוב יעזור.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

כ'קען שוניש אזוי..
שיק מיר א אישי ווען ביסט אינגאנצן פערטיג..יעדע מאל כ'ליין אביסל ווערן מיינע נערווען זוי ציימגעצויגן ..כדארף שוין וויסן די ענד..
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

בלעכענער פנים האט געשריבן:כ'קען שוניש אזוי..
שיק מיר א אישי ווען ביסט אינגאנצן פערטיג..יעדע מאל כ'ליין אביסל ווערן מיינע נערווען זוי ציימגעצויגן ..כדארף שוין וויסן די ענד..

געדענקסט נאך עפעס פון חדר?
כדי ליתן רווח...
מלך שהשלום שלו
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

נשמה, א גרויסע שכוח! פארן עפענען שמועסן מיט אונזערע נשמות!..
מלך שהשלום שלו
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”