פארוואס שטיצט איר טראמפ?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
פארוואס שטיצט איר טראמפ?
אזוי ווי עס איז געווען א שטיקל דין ודברים אין דעם.
קען איך באשטיין צו וויסן וואס די מציאות איז.
וואס איז די עיקר סיבה?
ביטע נאר טראמפ שטיצער!

לעצט פארראכטן דורך וואס טוט זיך אום מאנטאג יאנואר 20, 2020 1:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
איך שטים נישט ח"ו, בלויז געשריבן מיין מיינונג.
ווען איך שטים ווען, וואלט איך געשטימט אויף עקאנאמישע פאליסיס, און לויפט אלס רעפאבליקאנער, ווייל די אנדערע 5, פלאס זיין פערסאנאנליטי סעלפישנעס פאררעטערישקייט און פארדרייטן מח, מאכן אלע אז איך זאל אים פיינט האבן, משא"כ די צוויי זאכן, הגם איך שטיץ עס נישט, האב איך אים נישט פיינט וועגן דעם.
אסאך אנדערע רעפאבליקאנער וויל איך יא זעהן פארלירן, בלויז פארן לויפן אין די פארטיי וואס ענעיבלט טראמפ.
און בד"וו, די איינציגסטע זאך אין אמעריקע וואס שטייט צווישן איינער וואס וואלט קאמפיינט קעגן אידן, און דעם בענקל, איז בלויז פאליטיקעל קארעקטנעס.
אויב חס ושלום דער דאנאלד באווייזט אויסצורייסן פאליטיקעל קארעקטנעס, זענען אידן אויף געהאקטע צרות.
ווען איך שטים ווען, וואלט איך געשטימט אויף עקאנאמישע פאליסיס, און לויפט אלס רעפאבליקאנער, ווייל די אנדערע 5, פלאס זיין פערסאנאנליטי סעלפישנעס פאררעטערישקייט און פארדרייטן מח, מאכן אלע אז איך זאל אים פיינט האבן, משא"כ די צוויי זאכן, הגם איך שטיץ עס נישט, האב איך אים נישט פיינט וועגן דעם.
אסאך אנדערע רעפאבליקאנער וויל איך יא זעהן פארלירן, בלויז פארן לויפן אין די פארטיי וואס ענעיבלט טראמפ.
און בד"וו, די איינציגסטע זאך אין אמעריקע וואס שטייט צווישן איינער וואס וואלט קאמפיינט קעגן אידן, און דעם בענקל, איז בלויז פאליטיקעל קארעקטנעס.
אויב חס ושלום דער דאנאלד באווייזט אויסצורייסן פאליטיקעל קארעקטנעס, זענען אידן אויף געהאקטע צרות.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7240
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס
פעיק נוז האט געשריבן:פארוואס נאר צוויי אפציעס?
איך האב געטראכט פון דעם, און עכט נאר געוואלט פיקן איינס, ווייל איך מיין ס'בעסער דייקא צו זען די עיקר סיבה.
די אלע אנקעטעס מיט מערערע אפציעס, ווערן למעשה א זשאק..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3540
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
איך ווייס נישט אויב איך גיי וואוטן פאר טראמפ, איך האב נישט געשטימט פאר אים אין 2016.
אבער אויב איך גיי וואוטן פאר אים גייט דאס נישט זיין פאר קיין איינע פון די אויבנדערמאנטע סיבות. עס וועט ליבערשט זיין מיין אויפברויז מיט די דעמאקראטן.
איך בין דעמאקראט געשטימט ווען ס'קומט צו עקאנאמיע און סאציאלע סערוויסעס. דער ארגינעלער דעמאקראט איז א ביישפיל פון זיך אננעמען פאר ארבייטער און מיטל קלאס רעכטן, (קוק מיין אינטערשריפט) און לדאבינו איז דאס שוין היינט נישט אויף די שפיץ אגענדע פון די דעמאקראטישע פארטיי. לעבנס פינאנץ צו קענען לייגן ברויט אויפן טיש, איבערזיכט אויף מאכטפולע פינאנציעלע אינסטיטוציעס, דאס איז עפעס וואס איז אמאל געווען די וויגעלע פון די דעמאקראטישע פארטיי. היינט איז עס פארבליבן אלס בלויז איין מינדעוויכטיגע סימבאלישע אישו אין א שטורמישער ים.
ביזדערווייל האט דער מיטל קלאס פארדינער באקומען מער פון טראמפ. די נייע טעקס ריפארם גיבט פיל מער צוריק פאר קינדער געבענטשטע פאמיליעס וואס פארדינען 50-75 טויזנט א יאר. (אמת, די דעמאקראטן האבן שווער געארבעט מיט סענעטאר רוביא דאס אריינצולייגן, אבער איך גלייב נישט אז זיי זעלבסט וואלטן דאס דורגעפירט...)
דאס איז בעת וואס די דעמאקראטן זענען פארנומען טאג איין און אויס מיט בעפארצוגן די רעכטן פון אלערליי פאני גרופעס. ביזי מיט קלימאטן טויש ריסוירטש. מיט אנטי רעליגיע אנטשויאונגען. אומפאראנטוואטליכע ריזיקאלישע אימיגראציע און בעיל רעפארם געזעצן קענטליך געשריבן דורך א קוראזשפולע קאלעדזש סטודענט אקטיוויסטקע....
אדער אפילו מיט וויכטיגע אישוס ווי גאן קאנטראל, פריזאן ריפארם, אבער די עיקר טוען זיי פארזען. זיי בעפארצוגן ספעציעלע אינטרעסן גרופעס פאר די פשוטע טעגליכע געברויכן פון די אלגעמיינע באפעלקערונג.
נישט אז די רעפאבליקאנער זענען בעסער, ספעציפיש בין איך שטארק קעגן די טראמפ דרוק אויף די פעדעראל רעזערוו אומנויטיג צו שניידן די אינטרעסן ראטעס. אבער איך זע נישט וויאזוי איך קען מיך נאך אידענטיפיצירן מיט די היינטיגע דעמאקראטישע פארטיי אידיאלאגיע.

- שר מאה
- תגובות: 118
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 9:16 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 954
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am
צל עובר האט געשריבן:איך שטים נישט ח"ו, בלויז געשריבן מיין מיינונג.
ווען איך שטים ווען, וואלט איך געשטימט אויף עקאנאמישע פאליסיס, און לויפט אלס רעפאבליקאנער, ווייל די אנדערע 5, פלאס זיין פערסאנאנליטי סעלפישנעס פאררעטערישקייט און פארדרייטן מח, מאכן אלע אז איך זאל אים פיינט האבן, משא"כ די צוויי זאכן, הגם איך שטיץ עס נישט, האב איך אים נישט פיינט וועגן דעם.
אסאך אנדערע רעפאבליקאנער וויל איך יא זעהן פארלירן, בלויז פארן לויפן אין די פארטיי וואס ענעיבלט טראמפ.
און בד"וו, די איינציגסטע זאך אין אמעריקע וואס שטייט צווישן איינער וואס וואלט קאמפיינט קעגן אידן, און דעם בענקל, איז בלויז פאליטיקעל קארעקטנעס.
אויב חס ושלום דער דאנאלד באווייזט אויסצורייסן פאליטיקעל קארעקטנעס, זענען אידן אויף געהאקטע צרות.
צל, ארויס פון דא!
קרעדיט: לכאורה
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
וואס טוט זיך האט געשריבן:פעיק נוז האט געשריבן:פארוואס נאר צוויי אפציעס?
איך האב געטראכט פון דעם, און עכט נאר געוואלט פיקן איינס, ווייל איך מיין ס'בעסער דייקא צו זען די עיקר סיבה.
די אלע אנקעטעס מיט מערערע אפציעס, ווערן למעשה א זשאק..
דאן האב איך געשטימט פאר:
טרעיד
פארעין פאליסי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3677
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
ווען טראמפ זאל נאר וויסן... ער פרובירט די גאנצע צייט זיך אויפצוטון ווי גוט זיינע פאליסיס זענען, אפשר קען אים איינער מודיע זיין אז דער עולם זוכט סך הכל ער זאל ווערן מער פאליטיש אומקארעקט און אנטי עסטעבלישמענט?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
-
- שר האלף
- תגובות: 1215
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm
פאליטיש אומקארעקט, איז די גרעסטע סכנה פארן היימישען ציבור.
נאך דאס פעלט אונז אויס, א פאלעטישען וועט גיסען פעך און שוועבעל אויף אינז, אינטערן מאנטעל פון, פאליטיש אומקארעקטניס..
איך מיין דאס איז זיין גרעסטע חסרון, א פאלאטישען קען רעדן היינטיגע טעג וואס מען וויל, קעגן וועם מען וויל אן קיין קאנסעקווענסעס,

keep your words tasteful, you may have to eat them later
- אדם א מענטש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3723
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm
צל עובר האט געשריבן:די עכטע סיבה פארוואס רוב טראמפיסטן שטיצן אים, איז פשוט, זיי שפירן אז ער פארטרעט זייער טרייב.
און די היימישע שעמען זיך עס ארויס צוזאגען
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
oahmentchאצלgmail.com
איך מיין, אז זאגן "נישט פאליטקלי קארעקט" טראנסילירט זיך אין דעם, אין אנדערע ווערטער. אפשר אנטי עסטאבלישמענט אויך.
ווייל אפילו א טראמפיסט ווען ער טראכט אריין כאפט גאנץ שנעל אז אידן אין אמעריקע סורווייוון בלויז וועגן עס איז דא זאכן וואס עס פאסט נישט צו זאגן.
על כל פנים זעהט מען קלאר אין דעם אשכול אז מען שטיצט נישט טראמפ וועגן פאליסי, דאס איז שטותים, מען שטיצט אים וועגן פערסאנאנליטי און רעטאריק.
אזוי ווי איך שרייב שוין פאר יארן.
דאונט ווארי, ער ווייסט דאס גאר גאר גאר גאר גוט.
פאר א סיבה איז ער געלאפן אין 2018 קעגן דעם קאראוואן, אנשטאט אלע אנדערע זאכן מיט די עקאנאמיע.

גרשון האט געשריבן:ווען טראמפ זאל נאר וויסן... ער פרובירט די גאנצע צייט זיך אויפצוטון ווי גוט זיינע פאליסיס זענען, אפשר קען אים איינער מודיע זיין אז דער עולם זוכט סך הכל ער זאל ווערן מער פאליטיש אומקארעקט און אנטי עסטעבלישמענט?
דאונט ווארי, ער ווייסט דאס גאר גאר גאר גאר גוט.
פאר א סיבה איז ער געלאפן אין 2018 קעגן דעם קאראוואן, אנשטאט אלע אנדערע זאכן מיט די עקאנאמיע.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5672
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
און איך האב עכט געמיינט אז די אשכול איז געמאכט געווארן אז טראמפ שטיצער זאלן מסביר זיין פארוואס זיי שטיצן טראמפ. באלד וועל איך עפענען אן אשכול "פארוואס איך האס טראמפ", און די טראמפ שטיצער וועלן מסביר זיין וואס צל עובר, יש ברירה און לכאורה כאפן יא אדער נישט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2049
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm
Think and Thank האט געשריבן:און איך האב עכט געמיינט אז די אשכול איז געמאכט געווארן אז טראמפ שטיצער זאלן מסביר זיין פארוואס זיי שטיצן טראמפ. באלד וועל איך עפענען אן אשכול "פארוואס איך האס טראמפ", און די טראמפ שטיצער וועלן מסביר זיין וואס צל עובר, יש ברירה און לכאורה כאפן יא אדער נישט.
איך האב פארשטאנען אז עס איז געמאכט פאר טראמפ שטיצער צו "שטימען" פארוואס זיי שטיצן טראמפ, אז דאטא ליבהאבער און מבינים מכל הסיגים זאלן עס קענען אנאליזירן.
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5672
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
און דאך האסטו געשריבן א תגובה קוים ניין מינוט נאכדעם וואס די אשכול איז געעפנט געווארן וואו די ביזט מסביר דיין מיינונג פארוואס די טראמפ שטיצער שטיצן אים. דו האלטסט אז דאס העלפט די ציל פון די אשכול? דו האלטסט אז דער פותח האשכול האט געעפנט די אשכול צו וויסן וואס די טראמפ האסער האלטן איז די סיבה פארוואס די טראמפ שטיצער שטיצן אים?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5419
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:פאליטיש אומקארעקט, איז די גרעסטע סכנה פארן היימישען ציבור.
נאך דאס פעלט אונז אויס, א פאלעטישען וועט גיסען פעך און שוועבעל אויף אינז, אינטערן מאנטעל פון, פאליטיש אומקארעקטניס..
איך מיין דאס איז זיין גרעסטע חסרון, א פאלאטישען קען רעדן היינטיגע טעג וואס מען וויל, קעגן וועם מען וויל אן קיין קאנסעקווענסעס,
איך בין זיכער אז די אויפשטייג פון האס לעצטנס איז א תוצאה פון די נייע אטמאספערע אין לאנד אז מען קען זאגן, טראכטן, שרייען, און בוליען וועמען מען וויל. טראמפ האט עס אריינגעברענגט און היינט איז דאס שוין די שפראך איבעראל. עס איז גוטע ערד פאר די בליאונג פון אלע סארטן ראדיקאלע שטרעמונגען און בכלל ווייאלענס.
שויתי ה' לנגדי תמיד
-
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5419
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
Think and Thank האט געשריבן:און דאך האסטו געשריבן א תגובה קוים ניין מינוט נאכדעם וואס די אשכול איז געעפנט געווארן וואו די ביזט מסביר דיין מיינונג פארוואס די טראמפ שטיצער שטיצן אים. דו האלטסט אז דאס העלפט די ציל פון די אשכול? דו האלטסט אז דער פותח האשכול האט געעפנט די אשכול צו וויסן וואס די טראמפ האסער האלטן איז די סיבה פארוואס די טראמפ שטיצער שטיצן אים?
פארוואס נישט? די עולם דא גייט דאך פארן זאגן די מיינונג אן קוקן אויף די עטיקס דערפון....
שויתי ה' לנגדי תמיד
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5672
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
Goodmorning האט געשריבן:די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:פאליטיש אומקארעקט, איז די גרעסטע סכנה פארן היימישען ציבור.
נאך דאס פעלט אונז אויס, א פאלעטישען וועט גיסען פעך און שוועבעל אויף אינז, אינטערן מאנטעל פון, פאליטיש אומקארעקטניס..
איך מיין דאס איז זיין גרעסטע חסרון, א פאלאטישען קען רעדן היינטיגע טעג וואס מען וויל, קעגן וועם מען וויל אן קיין קאנסעקווענסעס,
איך בין זיכער אז די אויפשטייג פון האס לעצטנס איז א תוצאה פון די נייע אטמאספערע אין לאנד אז מען קען זאגן, טראכטן, שרייען, און בוליען וועמען מען וויל. טראמפ האט עס אריינגעברענגט און היינט איז דאס שוין די שפראך איבעראל. עס איז גוטע ערד פאר די בליאונג פון אלע סארטן ראדיקאלע שטרעמונגען און בכלל ווייאלענס.
זאגן און אפילו שרייען - האט מען אלעמאל געקענט, סיז אין די קאנסטיטושען. בוליען, שטופן און שלאגן קומט פון דעם אז ווען מען טוט עס פרובירט מען אים נישט צו כאפן, און ווען מ'כאפט אים יא לאזט מען אים ארויס נאך שנעלער ווי ער איז אריינגעקומען.
אבער איין מינוט, וואס איז בכלל די פראבלעם פון בוליען און שלאגן?! ס'דאך בלויז א מיסדמינאר!