אנקעטע איבער שטיצע/קעגנערשאפט צו פרעזידענט טראמפ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארוואס ביסטו אין שטיצע פון אדער אין קעגנערשאפט צו טראמפ?

איך שטיץ טראמפ צוליב דעם וואס ער איז א רופובליקאנער
32
48%
איך שטיץ טראמפ טראצדעם וואס ער איז א רופובליקאנער
15
23%
איך בין קעגן טראמפ צוליב דעם וואס ער איז א רופובליקאנער
6
9%
איך בין קעגן טראמפ טראצדעם וואס ער איז א רופובליקאנער
13
20%
 
סך הכל שטימען: 66

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א פיינע שרייבער דער גרשון, וועלקאם!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Could be
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Could be »

די נאמען "קאנסערוואטיוון" פאר די היינטיגע רעכטע לאגער אין אמעריקע איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן, גאר א גרויסע פראצענט פון היינטיגע רעכטע בויען זייער אידיאלאגיע ארום די נושא פון individual liberty אריינגערעכט פילע וואס האלטן (בעיקר אויף די מער Libertarian זייט) אז מען ברויך טוישן די מהלך צו דראגס וואס לייגן נישט אריין אנדערע אין א געפאר, ווי אויך נאך פארשידענע social issues.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Goodmorning האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:צוויי קליינע דוגמאות איבער קאסערוואטיזם, אין חילוקים צווישן די פאראייניגטע שטאטן און איר שכן אין צפון, קאנאדע:

דער מעטרישער סיסטעם: דער סיסטעם איז געשאפן געווארן אין פראנקרייך מיט 200 יאר צוריק. ס'איז א מאדערנער סיסטעם פון רעכענען, און פיל פראקטישער ווי דער ביז דעמאלטסדיגער וועג. 1) ווייל ביז דעמאלטס איז פאקטיש נישט געווען איין וועג וואס יעדער האט געניצט, נאר יעדעס לאנד האט געהאט אנדערע מאסן. 2) ווייל ווייל ס'ארבעט לויט'ן דעצימאל סיסטעם, וואו יעדע זאך גייט ביז צען, הונדערט, טויזנט, צען טויזנט, אא"וו. אין קאנטראסט, אינעם אימפעריעל סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן זענען די מאסן אן קיין שום סיסטעם. צב"ש א קילאמעטער באשטייט פון טויזנט מעטער; אין א מייל זענען דא 5,280 פיס. 3) ווייל ס'איז זייער גרינג צו פארגלייכן איין רעכענונג מיט א צווייטער. לדוגמא, ווען דו האסט א קיוביק סענטימעטער וואסער (length), האסטו אויך איין מיליליטער וואסער (volume), און אויך איין גראם וואסער (weight). אין קאנטראסט, דארף איך דיר נישט ערקלערן אויב דו האסט שוין אמאל געוואלט עפעס פארגלייכן.

דער מעטערישער סיסטעם איז מיט די יארן געווארן מער און מער פאפולער, ביז היינט צוטאגס ווען די גאנצע וועלט ניצט דעם סיסטעם. נישט ממש, מיט'ן אויסנאם פון די פאראייניגטע שטאטן. מיט 40-50 יאר צוריק האבן ביידע, קאנאדע און די פאראייניגטע שטאטן, דורגעפירט א געזעץ צו אדאפטירן דעם מעטרישן סיסטעם, אבער בשעת וואס אין קאנאדע האט זיך דער עולם גאנץ שנעל צוגעוואוינט דערצו, איז עס אין אמעריקע געווען א דבר שאין רוב הציבור יכול לעמוד בו, און מ'איז שנעל צוריקגעלאפן צום אלטן. קאסערוואטיזם.

געלט: אין דער צייט וואס די קאנאדישע וואלוטע לויפט די זעלבע ווי דער אמעריקאנער, איז קאנאדע שוין לאנג פטור געווארן פון דער נערווירנדער, אומניצליכער איין צענט מטבע, אין דער צייט וואס אמעריקאנע שטייער צאלער דערלייגן כמעט א צענט אויף יעדע פראדוצירטע פעני. נאך זאכן וואס מ'וואלט געמעגט נאכמאכן פון זייער וואלוטע איז פלאסטישע געלט, וואס האלט זיך אסאך לענגער און מ'קען עס נישט פעלשן, און מעטאלענע איין דאלער מטבעות, וואס מ'האט שוין פרובירט עטליכע מאל אבער דער עולם קען זיך נישט צוגעוואוינען דערצו. קאנסערוואטיזם.

זיך האלטן מיט אונזערע חשבונות איז א גרויסע נארישקייט. וואס איז די בענעפיט?

אוודאי איז עס א נארישקייט. ס'איז פשוט אז דער עולם גלייכט נישט קיין נייע זאכן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מטעמים האט געשריבן:א פיינע שרייבער דער גרשון, וועלקאם!

יישר כחכם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

געשטימט אויף די לעצטע.


קיפ איט אפ @גרשון. ווי אפרישיעט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

גרשון האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:נישט קיין אטאקע נאר אויס צו קלארן א נישט גוט געשריבן שורה וואס גיבט די אימפרעשן אז עס איז דא צוויי מיינונגן דארט ווי עס איז נישט.


טאקע נישטא קיין צוויי מיינונגען, די קאנסערוואטיוון זענען די וואס האבן באשלאסן זיך צו רופן קאנסערוואטיוו, און די פראגרעסיוון האלטן אויך אז זיי זענען קאנסערוואטיוו, פאר עפעס א סיבה טענה'סטו אז זיי זענען נישט?

די פראגראסיוון האלטן אז זיי זענען קאנסערוואטיוו? היכי דמי?


מיט "זיי" מיין האב איך געמיינט די קאנסערוואטיוון.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

Could be האט געשריבן:די נאמען "קאנסערוואטיוון" פאר די היינטיגע רעכטע לאגער אין אמעריקע איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן, גאר א גרויסע פראצענט פון היינטיגע רעכטע בויען זייער אידיאלאגיע ארום די נושא פון individual liberty אריינגערעכט פילע וואס האלטן (בעיקר אויף די מער Libertarian זייט) אז מען ברויך טוישן די מהלך צו דראגס וואס לייגן נישט אריין אנדערע אין א געפאר, ווי אויך נאך פארשידענע social issues.


דאס איז א חלק פון די קאנסערוואטיזם פון אמעריקאנער (וואס איז נאך געבליבן)...

דער עולם איז געבליבן סטאק ביים אמאל ווען אמעריקע איז בעיקר געווען צוטיילט צווישן "קאנסערוואטיוון" און "מתנגדים צו קאנסערוואטיזם", און די לעצטע האט מען גערופן "ליבעראלן" צוליב זייער התנגדות צו באגרעניצונגען וואס קאנסערוואטיזם ברענגט מיט זיך.

דער מציאות איז אבער אז פראגרעסיוויזם ברענגט מיט זיך באגרעניצונגען פונקט אזוי, און צוליב דעם איז דער טערמין "ליבעראל" נישט קיין אקוראטע דיסקריפציע פון דאס פארקערטע פון "קאנסערוואטיוו".

על כל פנים, ווילאנג די מציאות איז נאך געווען אז אמעריקאנער זענען געווען אזוי קאנסערוואטיוו, און התנגדות צו קאנסערוואטיזם איז געווען די עיקר מערכה פונעם לינקן לאגער, האט נאך געהאט א שטיקל פנים צו זען די צוויי זייטן אלס "קאנסערוואטיוון און ליבעראלן", אבער היינט ווען די עיקר מערכה פונעם לינקן לאגער איז צו ברענגען מער פראגרעס, און די עיקר מערכה פונעם רעכטן לאגער איז צו אפהאלטן די פראגרעס צוליב די באגרעניצונגען וואס פראגרעסיוויזם ברענגט מיט זיך, וואלט געווען אסאך מער אין פלאץ צו זען די צוויי זייטן אלס "פראגרעסיוון און ליבעראלן", און פאר א דיסקריפציע פון די צוויי פארקערטע מיינונגען קען מען נוצן "פראגרעסיוון און קאנסערוואטיוון" (כאטש וואס ביי רוב היינטיגע מתנגדים צו פראגרעסיוויזם איז זייער עיקר התנגדות נישט צוליב קאנסערוואטיזם, נאר צוליב ליבעראליזם).
לעצט פארראכטן דורך טעאריע וואס לעבט אום דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 6:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
קעש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש »

:grin: trump is the best president
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

לויט די אנקעטע איז טראמפ שטערקער צווישן איי-וועלט דעמאקראטן ווי צווישן איי-וועלט רעפובליקאנער.

אין די צייט וואס 66.7% רעפובליקאנער שטיצן אים, שטיצן אים אזויפיל ווי 71.4% דעמאקראטן.

אויך זעט מען פון דעם אנקעטע אז 65% פון איי-וועלט ניקס זענען רעפובליקאנער (נישט רעגעסטרירט, נאר בשיטה).

דער עולם קען נאך שטימען, אפשר וועלן זיך די רעזולטאטן זיך נאך טוישן, אבער דאס איז דערווייל.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”