אנקעטע איבער שטיצע/קעגנערשאפט צו פרעזידענט טראמפ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארוואס ביסטו אין שטיצע פון אדער אין קעגנערשאפט צו טראמפ?

איך שטיץ טראמפ צוליב דעם וואס ער איז א רופובליקאנער
32
48%
איך שטיץ טראמפ טראצדעם וואס ער איז א רופובליקאנער
15
23%
איך בין קעגן טראמפ צוליב דעם וואס ער איז א רופובליקאנער
6
9%
איך בין קעגן טראמפ טראצדעם וואס ער איז א רופובליקאנער
13
20%
 
סך הכל שטימען: 66

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

אנקעטע איבער שטיצע/קעגנערשאפט צו פרעזידענט טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

לעצטנס איז געווען דא אן אנקעטע צווישן טראמפ שטיצער, פארוואס זיי שטיצן טראמפ.

צו מיר האט אויסגעקוקט גאר מאדנע אז גאר א קליינע פראצענט האבן געשטימט פאר די אפציע פון "ווייל איך בין א רעפובליקאנער".

ווייל לאמיר זיך נישט נארן, 70-80 פראצענט פון חרדי'שע אידן אין אמעריקע האבן געשטימט פאר רעיגען אין 1980 און 1984, פאר טאטע בוש אין 1988 און 1992, פאר דאול אין 1996, פאר זוהן בוש אין 2000 און 2004, פאר מ'קעין אין 2008, און פאר ראמני אין 2012.

סאו וואספארא ליצנות איז צו זאגן אז די סיבה פארוואס זיי שטימען יעצט פאר טראמפ איז נישט ווייל ער איז א רעפובליקאנער???

ווען ער וואלט געווען אזוי נישט פאליטיקעל קארעקט און אזוי אנטי-עסטאבלישמענט אבער ער וואלט געלאפן א דעמאקראט וואלטן פליצלונג רוב חרדי'שע אידן געלאפן שטימען פאר'ן דעמאקראט צום ערשטן מאל אין לאנגע יארן???

נאכמער, רוב רובם פון חרדי'שע רעפובליקאנער האבן אים ניטאמאל געשטיצט אין די פריימערי, טראצדעם וואס ער איז שוין דעמאלס געווען די ווייניגסטע פאליטיקעל קארעקט און די מערסטע אנטי-עסטאבלישמענט פון אלע קאנדידאטן...

זיינע אנדערע פאליסיס מיט וואס ער איז אנדערש פון אלגעמיינע רעפובליקאנער האט ער דאך שוין אויך געהאט אין די פריימערי, און דאך האט אים דער עולם נישט געשטיצט, און די מיט וואס ער איז ענליך צו אלגעמיינע רעפובליקאנער האט דאך דער עולם ווייטער ליב בלויז ווייל זיי זענען רעפובליקאנער...

אלזא, האבן מיר באשלאסן אז די איינציגסטע אנקעטע וואס וועט אונז באמת דערציילן וויפיל פראצענט פון טראמפ שטיצער צווישן חרדי'שע אידן שטיצן אים ווייל ער איז א רופובליקאנער, און וויפיל פראצענט שטיצן אים אויסשליסליך צוליב זיינע אייגנשאפטן, איז אן אנקעטע וואס פרעגט דעם עולם צו מ'שטיצט אים "צוליב דעם" וואס ער איז א רופובליקאנער, אדער "טראצדעם" וואס ער איז א רופובליקאנער.

און אזויווי באמת איז די זעלבע אינטערסאנט צו וויסן וויאזוי ס'איז צווישן חרדי'שע טראמפ קעגנער, וויפיל פראצענט פון טראמפ קעגנער זענען קעגן אים ווייל ער איז א רופובליקאנער, און וויפיל פראצענט זענען קעגן אים אויסשליסליך צוליב זיינע אייגנשאפטן, דערפאר לייגן מיר אויך די פראגע פאר די קעגנער צו מ'איז קעגן אים "צוליב דעם" וואס ער איז א רופובליקאנער, אדער "טראצדעם" וואס ער איז רופובליקאנער.

אזוי האבן מיר צוגעשטעלט וואלן פאר יעדן איינעם... זאלן די חסידים שטימען פאר איינע פון אויבערשטע צוויי אפציעס, און די מתנגדים פאר איינע פון אונטערשטע צוויי אפציעס, און קאמענטירן קען יעדער כרצון איש ואיש...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך שטיץ נישט לויט פארטיי בכלל.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

סאו שטים נישט דא.

די אנקעטע איז בלויז געמאכט פאר די וואס זייער סטאטוס איז נכלל אין איינע פון די פראגן.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איך שטיץ? איך וואוט פאר וועמען מען הייסט צו וואוטן.... אצינד שטיץ איך טראמפ ווייל ער מאכט פאן וכו' בלא בלא בלא.. ווען עס וועט קומען למעשה וועל איך וואוטן פאר וועמען מען וועט הייסן.
באם! סארי @טעאריע האקט
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:סאו שטים נישט דא.

די אנקעטע איז בלויז געמאכט פאר די וואס זייער סטאטוס איז נכלל אין איינע פון די פראגן.

נישט געשטימט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

איך בין זיכער אז ס'איז דא גאר אסאך אזעלכע, אבער כ'האב ספעציעל נישט אריינגעלייגט א נייטראלע אפציע ווייל גאר אסאך מענטשן ווילן נישט רעאליזירן אז זיי זענען נישט נייטראל (מיינונגען האבן זיי א גאנצן טאג, האבן זיי זענען נייטראל...) און ס'וואלט נישט ארויסגעקומען דעם אמת.

משא"כ יעצט מוז יעדער (וואס שטימט) באשליסן צו ער באלאנגט ענדערש אהער אדער ענדערש אהין, ווייל די אלע וואס רעדן זיך איין אז זייער סטאטוס איז נישט נכלל אין די פראגעס - אדער אויב זייער סטאטוס איז טאקע נישט נכלל אין די פראגעס - האבן נישט קיין אפציע דא.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

כ'מיין אז ס'פעלט א שטיקל קלארקייט. ס'דא אסאך מענטשן וואס שטימען אויף פאליסי. זיי ווילן בשום אופן נישט די נייע סאושעל ארדער, זיי ווילן בשום אופן נישט אפענע גרעניצן, זיי ווילן בשום אופן נישט העכערע שטייערן, זיי ווילן טעקס קרעדיטס פאר העלטקעיר ספענדינג נישט א ריזיגע נייע וועלפעיר פראגראם, וכדומה וכדומה. סאו פארשטייצעך אז קלינטאן, אבאמא, אבאמא וכו' זענען נישט געווען קיין אפשען. הייסט דאס געשטימט לויט פארטיי? ער שטימט דאך צוליב פאליסיס, און אויב וואלט דער דעמאקראטישער קאנדידאט געלאפן אויף א פלאטפארמע (אן עכטע פלאטפארמע, נישט די פראפאגאנדע פלאטפארמע) צו שניידן שטייערן, איינפירן טעקס קרעדיטס פאר העלטקעיר וכדומה, וואלט ער דאך געשטימט פאר'ן דעמאקראט. גראדע שטעלצעך ארויס אז די דעמאקראטן זענען בשיטה קעגן זיינע שיטות, ממילא וואוט ער אלעמאל (אדער כמעט אלעמאל) פאר'ן רעפובליקאנער, וועלכער שטייט פאר זיינע שיטות אין פאליסי. אבער וואוטן וואוט ער פאר פאליסי, נישט פאר פארטיי.

כ'מיין אז די סברא וועט פארענטפערן א גרויסע טייל פון די קשיא פונ'ם פותח האשכול.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

אנקעטע: האט איר שױן גע׳עפענט א טראמפ אנקעטע אױף אײװעלט??

אױב נישט, פארװאס טאקע נישט?? װאו מײנסטע ביסטע?? הע??

צום פותח האשכול: ס׳קוקט מיר אױס אז איר פלאנט קלאר צו װערן אין עפעס אן ענין, כ׳כאפ נאך נישט פונקטליך אין װאס (מקוצר המשיג) אבער עפעס אן אמת׳ן בילד פלאנט איר גײט ארױסקומען דא, בינעך מגלה דעתי ברבים אז איר האט א מיאוס׳ן טעות מיטן לײגן אזױפיל געװיכט אױף אן אנקעטע אָטאַ דאהי.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך ווייס נישט וועלכע פון די אונטערשטע צוויי צו שטימען.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן: פאר זוהן בוש אין 2000


איך האב דעמאלס פארשטאנען צו פאליטיק פונקט ווי היינט, אויף אזויפיל געדענק איך, אז איך האב דעמאלס ארומגעפרעגט פאר וועמען צו וועלען, און דער תשובה איז געווען נישט פאר בוש. (אפשר על גור? כ'געדענק נישט), 2004 שוין יא, איך רעדט פון 2000.

צל עובר האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלכע פון די אונטערשטע צוויי צו שטימען.


איהר קענט פראבירן דאסמאל צו שרייבן נאר אמת. :roll:

מ'פארציילט אויף א קבוצה אידן קומענדיג קיין אמעריקא נאכ'ן קריג אן קיין פאפירן, זענען געקומען זיך איינשרייבן ביים אנקומען.
שטייט איינער ביים פענסטערל, פילט אויס אלע פרטים, עס קומט צום געבורטס טאג, דרייט ער זיך אויס און פרעגט, "יענקל! פינף יאהר עלטער אדער פינף יאהר אינגער? "
שרייבן דאס אמת איז פאר קיינעם נישט איינגעפאלן.
(אינגער האט געקענט שנעלער באקומען ארבייט, און גרינגער צו באקומען ערלויבעניש אריינצוקומען, עלטער האט נישט געדארפט ארבייטן, ועוד.)
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

איך שטיץ טראמפ ווייל ער איז א גוטע פרעזידענט!

יא, פאני אין עקט קינדיש. אבער קלוגע החלטות.

וואלט געווען אזא פרעזידענט נישט קינדיש, וועלן מיר דעמאלטס זען.
אבער למעשה, לכאורה וואלט איך נאכאלץ געוואוט פאר אומקאמבענט, ווי לאנג ס'איז נישטא קיין עכטע לויז צו ווערן פון אים.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

איך פארשטיי בכלל נישט וואס די אנקעטע וויל ארויסברענגן. היימישע יודן זענען בדרך כלל נישט פארטייאיש. מען שטימט פארן מעסיגן קאנדידאט אדער א קאנדידאט וואס האט זיך בעבר ארויסגעשטעלט צו זיין גוט פאר יודן, סאו די גאנצע אנקעטע איז אירעלעוואנט.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

א גוטן האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט וואס די אנקעטע וויל ארויסברענגן. היימישע יודן זענען בדרך כלל נישט פארטייאיש. מען שטימט פארן מעסיגן קאנדידאט אדער א קאנדידאט וואס האט זיך בעבר ארויסגעשטעלט צו זיין גוט פאר יודן, סאו די גאנצע אנקעטע איז אירעלעוואנט.

אזוי דארף זיין.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:אנקעטע: האט איר שױן גע׳עפענט א טראמפ אנקעטע אױף אײװעלט??

אױב נישט, פארװאס טאקע נישט?? װאו מײנסטע ביסטע?? הע??

צום פותח האשכול: ס׳קוקט מיר אױס אז איר פלאנט קלאר צו װערן אין עפעס אן ענין, כ׳כאפ נאך נישט פונקטליך אין װאס (מקוצר המשיג) אבער עפעס אן אמת׳ן בילד פלאנט איר גײט ארױסקומען דא, בינעך מגלה דעתי ברבים אז איר האט א מיאוס׳ן טעות מיטן לײגן אזױפיל געװיכט אױף אן אנקעטע אָטאַ דאהי.

סא וועלכער ענין האט דיין אנקעטע געדארפט אויפקלערן? האסט נישט קאפירייטעד די טראמפ אנקעטעס... :wink:
שויתי ה' לנגדי תמיד
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

Goodmorning האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:אנקעטע: האט איר שױן גע׳עפענט א טראמפ אנקעטע אױף אײװעלט??

אױב נישט, פארװאס טאקע נישט?? װאו מײנסטע ביסטע?? הע??

צום פותח האשכול: ס׳קוקט מיר אױס אז איר פלאנט קלאר צו װערן אין עפעס אן ענין, כ׳כאפ נאך נישט פונקטליך אין װאס (מקוצר המשיג) אבער עפעס אן אמת׳ן בילד פלאנט איר גײט ארױסקומען דא, בינעך מגלה דעתי ברבים אז איר האט א מיאוס׳ן טעות מיטן לײגן אזױפיל געװיכט אױף אן אנקעטע אָטאַ דאהי.

סא וועלכער ענין האט דיין אנקעטע געדארפט אויפקלערן? האסט נישט קאפירייטעד די טראמפ אנקעטעס... :wink:

רײט, כ׳װײס אױך נישט פונקטליך, און אװדאי האביך נישט געפלאנט צופיל קלוגער צו װערן דורך דעם..

אדרבה זאל יעדער עפענען א טראמפ אנקעטע, דאס װאס איך זאג, ס׳אינטערעסאנט צו זעהן יעדעמ׳ס טװיסט.. נישט קײן שלעכטע טרענד גראדע..
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Think and Thank האט געשריבן:כ'מיין אז ס'פעלט א שטיקל קלארקייט. ס'דא אסאך מענטשן וואס שטימען אויף פאליסי. זיי ווילן בשום אופן נישט די נייע סאושעל ארדער, זיי ווילן בשום אופן נישט אפענע גרעניצן, זיי ווילן בשום אופן נישט העכערע שטייערן, זיי ווילן טעקס קרעדיטס פאר העלטקעיר ספענדינג נישט א ריזיגע נייע וועלפעיר פראגראם, וכדומה וכדומה. סאו פארשטייצעך אז קלינטאן, אבאמא, אבאמא וכו' זענען נישט געווען קיין אפשען. הייסט דאס געשטימט לויט פארטיי? ער שטימט דאך צוליב פאליסיס, און אויב וואלט דער דעמאקראטישער קאנדידאט געלאפן אויף א פלאטפארמע (אן עכטע פלאטפארמע, נישט די פראפאגאנדע פלאטפארמע) צו שניידן שטייערן, איינפירן טעקס קרעדיטס פאר העלטקעיר וכדומה, וואלט ער דאך געשטימט פאר'ן דעמאקראט. גראדע שטעלצעך ארויס אז די דעמאקראטן זענען בשיטה קעגן זיינע שיטות, ממילא וואוט ער אלעמאל (אדער כמעט אלעמאל) פאר'ן רעפובליקאנער, וועלכער שטייט פאר זיינע שיטות אין פאליסי. אבער וואוטן וואוט ער פאר פאליסי, נישט פאר פארטיי.

כ'מיין אז די סברא וועט פארענטפערן א גרויסע טייל פון די קשיא פונ'ם פותח האשכול.

דו האלטס אז ס'זענען בכלל דא מענטשן אין דער וועלט וואס שטימען פאר א פארטיי צוליב דעם סימבאל וואס די פארטיי האט זיך אויסגעוועלט? אוודאי איז יעדער דא פאר פאליסי. די מחלוקת איז וועמענ'ס פאליסיס זענען בעסער פאר'ן אלגעמיינעם בירגער (ווי געוויסע האבן זיך גע'טענה'ט לעצטנס אויף אייוועלט). די וואס האלטן אז אין אלגעמיין זענען די לינקע אידעאלאגיעס מער פראגראסיוו, זיי זענען "די לינקע", און די וואס קלערן אז פרא-ביזנעס און קאנסערוואטיווע מיינונגען זענען בעסער פאר דער מענטשהייט, זיי זענען "די רעכטע".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

איך האב גארנישט מיט רעפובליקען אדער דעמוקראטס, איך שטיץ איהם ווייל איך האב הנאה פאר איהם
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

גרשון האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:כ'מיין אז ס'פעלט א שטיקל קלארקייט. ס'דא אסאך מענטשן וואס שטימען אויף פאליסי. זיי ווילן בשום אופן נישט די נייע סאושעל ארדער, זיי ווילן בשום אופן נישט אפענע גרעניצן, זיי ווילן בשום אופן נישט העכערע שטייערן, זיי ווילן טעקס קרעדיטס פאר העלטקעיר ספענדינג נישט א ריזיגע נייע וועלפעיר פראגראם, וכדומה וכדומה. סאו פארשטייצעך אז קלינטאן, אבאמא, אבאמא וכו' זענען נישט געווען קיין אפשען. הייסט דאס געשטימט לויט פארטיי? ער שטימט דאך צוליב פאליסיס, און אויב וואלט דער דעמאקראטישער קאנדידאט געלאפן אויף א פלאטפארמע (אן עכטע פלאטפארמע, נישט די פראפאגאנדע פלאטפארמע) צו שניידן שטייערן, איינפירן טעקס קרעדיטס פאר העלטקעיר וכדומה, וואלט ער דאך געשטימט פאר'ן דעמאקראט. גראדע שטעלצעך ארויס אז די דעמאקראטן זענען בשיטה קעגן זיינע שיטות, ממילא וואוט ער אלעמאל (אדער כמעט אלעמאל) פאר'ן רעפובליקאנער, וועלכער שטייט פאר זיינע שיטות אין פאליסי. אבער וואוטן וואוט ער פאר פאליסי, נישט פאר פארטיי.

כ'מיין אז די סברא וועט פארענטפערן א גרויסע טייל פון די קשיא פונ'ם פותח האשכול.

דו האלטס אז ס'זענען בכלל דא מענטשן אין דער וועלט וואס שטימען פאר א פארטיי צוליב דעם סימבאל וואס די פארטיי האט זיך אויסגעוועלט? אוודאי איז יעדער דא פאר פאליסי. די מחלוקת איז וועמענ'ס פאליסיס זענען בעסער פאר'ן אלגעמיינעם בירגער (ווי געוויסע האבן זיך גע'טענה'ט לעצטנס אויף אייוועלט). די וואס האלטן אז אין אלגעמיין זענען די לינקע אידעאלאגיעס מער פראגראסיוו, זיי זענען "די לינקע", און די וואס קלערן אז פרא-ביזנעס און קאנסערוואטיווע מיינונגען זענען בעסער פאר דער מענטשהייט, זיי זענען "די רעכטע".

אז לינקע אידעאלאגיעס זענען פראגראסיוו, אויף דעם זענען נישטא אנדערע מיינונגן, די מיינונג פארשידענהייטן זענען נאר אויב עס איז בעסער פאר די מענטשהייט אדער נישט.

מיינסט מסתמא צו זאגן אז די וואס קלערן אז לינקע אידעאלאגיעס זענען בעסער פאר דער מענטשהייט, זיי זענען "די לינקע", און די וואס האלטן אז קאנסערוואטיווע מיינונגען זענען בעסער פאר דער מענטשהייט, זיי זענען "די רעכטע".

מיט דער פאלשע נאמען פראגרעסיוו וואס מיינט "progress" דערקלערן זיי אז "נאר" זיי טוהען אויף און גייען פאראויס און מאכן פראגרעס, אבער אלע אנדערע זענען די פארקערטע פון פראגרעס, א שטער צו פראגרעס, און זענען צוריק געשטאנען און זענען א גרויסע סכנה פאר די מענטשהייט.

דאס איז עס אין דער גויאישע גאס. אין דער אידישע גאס ווידער איז עס די זעלבע נאר מיט אנדערע נעמען אבער מיט די זעלבער בלאף און פאלשקייט. געווען אמאל א "אידישע" צייטונג וואס האט אויס געשמאדט א גרויסע חלק כלל ישראל, עס האט געטראגן דער זעלבע פאלשע פראגרעסיוו נאמען "פארווערטס", וואס מיינט אז זיי גייען פארויס "forwards" און מאכן פראגרעס, און נישט "backwards" צוריק צו וועגס. עס דערקלערט אז פרייע אסימילירטע אידן זיי גייען פאראויס (ווי, אין שאול תחתית) און אז פרומע אידן גייען צוריק צו וועגס צו מענטשן פרעסערס.

טאג איז ביי זיי נאכט, און נאכט איז ביי זיי טאג, וויאזוי זינגט נאר ר' יונתן שווארץ "אז מען טאר נישט ווערען צומישט".
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

קומט נישט דא אריין דיין אטאקע.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

נישט קיין אטאקע נאר אויס צו קלארן א נישט גוט געשריבן שורה וואס גיבט די אימפרעשן אז עס איז דא צוויי מיינונגן דארט ווי עס איז נישט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

זארג נישט האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:כ'מיין אז ס'פעלט א שטיקל קלארקייט. ס'דא אסאך מענטשן וואס שטימען אויף פאליסי. זיי ווילן בשום אופן נישט די נייע סאושעל ארדער, זיי ווילן בשום אופן נישט אפענע גרעניצן, זיי ווילן בשום אופן נישט העכערע שטייערן, זיי ווילן טעקס קרעדיטס פאר העלטקעיר ספענדינג נישט א ריזיגע נייע וועלפעיר פראגראם, וכדומה וכדומה. סאו פארשטייצעך אז קלינטאן, אבאמא, אבאמא וכו' זענען נישט געווען קיין אפשען. הייסט דאס געשטימט לויט פארטיי? ער שטימט דאך צוליב פאליסיס, און אויב וואלט דער דעמאקראטישער קאנדידאט געלאפן אויף א פלאטפארמע (אן עכטע פלאטפארמע, נישט די פראפאגאנדע פלאטפארמע) צו שניידן שטייערן, איינפירן טעקס קרעדיטס פאר העלטקעיר וכדומה, וואלט ער דאך געשטימט פאר'ן דעמאקראט. גראדע שטעלצעך ארויס אז די דעמאקראטן זענען בשיטה קעגן זיינע שיטות, ממילא וואוט ער אלעמאל (אדער כמעט אלעמאל) פאר'ן רעפובליקאנער, וועלכער שטייט פאר זיינע שיטות אין פאליסי. אבער וואוטן וואוט ער פאר פאליסי, נישט פאר פארטיי.

כ'מיין אז די סברא וועט פארענטפערן א גרויסע טייל פון די קשיא פונ'ם פותח האשכול.

דו האלטס אז ס'זענען בכלל דא מענטשן אין דער וועלט וואס שטימען פאר א פארטיי צוליב דעם סימבאל וואס די פארטיי האט זיך אויסגעוועלט? אוודאי איז יעדער דא פאר פאליסי. די מחלוקת איז וועמענ'ס פאליסיס זענען בעסער פאר'ן אלגעמיינעם בירגער (ווי געוויסע האבן זיך גע'טענה'ט לעצטנס אויף אייוועלט). די וואס האלטן אז אין אלגעמיין זענען די לינקע אידעאלאגיעס מער פראגראסיוו, זיי זענען "די לינקע", און די וואס קלערן אז פרא-ביזנעס און קאנסערוואטיווע מיינונגען זענען בעסער פאר דער מענטשהייט, זיי זענען "די רעכטע".

אז לינקע אידעאלאגיעס זענען פראגראסיוו, אויף דעם זענען נישטא אנדערע מיינונגן, די מיינונג פארשידענהייטן זענען נאר אויב עס איז בעסער פאר די מענטשהייט אדער נישט.

מיינסט מסתמא צו זאגן אז די וואס קלערן אז לינקע אידעאלאגיעס זענען בעסער פאר דער מענטשהייט, זיי זענען "די לינקע", און די וואס האלטן אז קאנסערוואטיווע מיינונגען זענען בעסער פאר דער מענטשהייט, זיי זענען "די רעכטע".

מיט דער פאלשע נאמען פראגרעסיוו וואס מיינט "progress" דערקלערן זיי אז "נאר" זיי טוהען אויף און גייען פאראויס און מאכן פראגרעס, אבער אלע אנדערע זענען די פארקערטע פון פראגרעס, א שטער צו פראגרעס, און זענען צוריק געשטאנען און זענען א גרויסע סכנה פאר די מענטשהייט.

דאס איז עס אין דער גויאישע גאס. אין דער אידישע גאס ווידער איז עס די זעלבע נאר מיט אנדערע נעמען אבער מיט די זעלבער בלאף און פאלשקייט. געווען אמאל א "אידישע" צייטונג וואס האט אויס געשמאדט א גרויסע חלק כלל ישראל, עס האט געטראגן דער זעלבע פאלשע פראגרעסיוו נאמען "פארווערטס", וואס מיינט אז זיי גייען פארויס "forwards" און מאכן פראגרעס, און נישט "backwards" צוריק צו וועגס. עס דערקלערט אז פרייע אסימילירטע אידן זיי גייען פאראויס (ווי, אין שאול תחתית) און אז פרומע אידן גייען צוריק צו וועגס צו מענטשן פרעסערס.

טאג איז ביי זיי נאכט, און נאכט איז ביי זיי טאג, וויאזוי זינגט נאר ר' יונתן שווארץ "אז מען טאר נישט ווערען צומישט".

בוכשטעבליך איז פראגראסיוו דאס פארקערטע פון קאנסערוואטיוו. קאנסערוואטיוון גלייכן דעם אלטן מהלך פשוט ווייל מיט דעם זענען זיי אויפגעוואקסן און זיי ווילן נישט הערן פון עפעס אנדערש; פראגראסיוון זענען דא צו מאכן טוישן, זיי זוכן אויפצוקומען מיט נייע מהלכים אא"וו. ס'איז נישט נאר אן אידעאלאיגע, נאר אויך א נאטור. א קאנסערוואטיוו וועט האלטן אז מ'דארף מחנך זיין מיט די זעלבע מעטאדן ווי מ'האט אים מחנך געווען אלס קינד, און א פראגראסיוו וועט פרובירן אויפצוקומען מיט פרישע עצות און וועגן. ווער איז גערעכט? אמאל ער און אמאל ער.

איך זע אבער א סתירה אין דיינע ווערטער: דו פאנגסט אן אז יעדער איז מודה איז די לינקע זענען פראגראסיוו, און צוויי פאראגראפן שפעטער שרייבסטו אז זיי באקליידן זיך מיט א "פאלשן" נאמען פון פראגרעס. זענען זיי פראגראסיוו אדער נישט? אלא מאי ווילסטו ארויסברענגען אז כאטש בוכשטעבליך זענען זיי טאקע פראגראסיוון, האלטסטו אז זיי טוען נישט אויף, זיי מאכן נאר שאדן, און הלזאת יקרא פראגרעס?

אלזא, ווען איך האב געשריבן אז נאר די לינקע האלטן אז זייערע שיטות זענען פראגראסיוו, האב איך געמיינט טאקע דאס וואס דו שרייבסט, אז די רעכטע וועלן מוחה זיין ווען איינער זאגט אז די לינקע זענען פראגראסיוו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צוויי קליינע דוגמאות איבער קאסערוואטיזם, אין חילוקים צווישן די פאראייניגטע שטאטן און איר שכן אין צפון, קאנאדע:

דער מעטרישער סיסטעם: דער סיסטעם איז געשאפן געווארן אין פראנקרייך מיט 200 יאר צוריק. ס'איז א מאדערנער סיסטעם פון רעכענען, און פיל פראקטישער ווי דער ביז דעמאלטסדיגער וועג. 1) ווייל ביז דעמאלטס איז פאקטיש נישט געווען איין וועג וואס יעדער האט געניצט, נאר יעדעס לאנד האט געהאט אנדערע מאסן. 2) ווייל ווייל ס'ארבעט לויט'ן דעצימאל סיסטעם, וואו יעדע זאך גייט ביז צען, הונדערט, טויזנט, צען טויזנט, אא"וו. אין קאנטראסט, אינעם אימפעריעל סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן זענען די מאסן אן קיין שום סיסטעם. צב"ש א קילאמעטער באשטייט פון טויזנט מעטער; אין א מייל זענען דא 5,280 פיס. 3) ווייל ס'איז זייער גרינג צו פארגלייכן איין רעכענונג מיט א צווייטער. לדוגמא, ווען דו האסט א קיוביק סענטימעטער וואסער (length), האסטו אויך איין מיליליטער וואסער (volume), און אויך איין גראם וואסער (weight). אין קאנטראסט, דארף איך דיר נישט ערקלערן אויב דו האסט שוין אמאל געוואלט עפעס פארגלייכן.

דער מעטערישער סיסטעם איז מיט די יארן געווארן מער און מער פאפולער, ביז היינט צוטאגס ווען די גאנצע וועלט ניצט דעם סיסטעם. נישט ממש, מיט'ן אויסנאם פון די פאראייניגטע שטאטן. מיט 40-50 יאר צוריק האבן ביידע, קאנאדע און די פאראייניגטע שטאטן, דורגעפירט א געזעץ צו אדאפטירן דעם מעטרישן סיסטעם, אבער בשעת וואס אין קאנאדע האט זיך דער עולם גאנץ שנעל צוגעוואוינט דערצו, איז עס אין אמעריקע געווען א דבר שאין רוב הציבור יכול לעמוד בו, און מ'איז שנעל צוריקגעלאפן צום אלטן. קאסערוואטיזם.

געלט: אין דער צייט וואס די קאנאדישע וואלוטע לויפט די זעלבע ווי דער אמעריקאנער, איז קאנאדע שוין לאנג פטור געווארן פון דער נערווירנדער, אומניצליכער איין צענט מטבע, אין דער צייט וואס אמעריקאנע שטייער צאלער דערלייגן כמעט א צענט אויף יעדע פראדוצירטע פעני. נאך זאכן וואס מ'וואלט געמעגט נאכמאכן פון זייער וואלוטע איז פלאסטישע געלט, וואס האלט זיך אסאך לענגער און מ'קען עס נישט פעלשן, און מעטאלענע איין דאלער מטבעות, וואס מ'האט שוין פרובירט עטליכע מאל אבער דער עולם קען זיך נישט צוגעוואוינען דערצו. קאנסערוואטיזם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

זארג נישט האט געשריבן:נישט קיין אטאקע נאר אויס צו קלארן א נישט גוט געשריבן שורה וואס גיבט די אימפרעשן אז עס איז דא צוויי מיינונגן דארט ווי עס איז נישט.


טאקע נישטא קיין צוויי מיינונגען, די קאנסערוואטיוון זענען די וואס האבן באשלאסן זיך צו רופן קאנסערוואטיוו, און די פראגרעסיוון האלטן אויך אז זיי זענען קאנסערוואטיוו, פאר עפעס א סיבה טענה'סטו אז זיי זענען נישט?
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:נישט קיין אטאקע נאר אויס צו קלארן א נישט גוט געשריבן שורה וואס גיבט די אימפרעשן אז עס איז דא צוויי מיינונגן דארט ווי עס איז נישט.


טאקע נישטא קיין צוויי מיינונגען, די קאנסערוואטיוון זענען די וואס האבן באשלאסן זיך צו רופן קאנסערוואטיוו, און די פראגרעסיוון האלטן אויך אז זיי זענען קאנסערוואטיוו, פאר עפעס א סיבה טענה'סטו אז זיי זענען נישט?

די פראגראסיוון האלטן אז זיי זענען קאנסערוואטיוו? היכי דמי?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

גרשון האט געשריבן:צוויי קליינע דוגמאות איבער קאסערוואטיזם, אין חילוקים צווישן די פאראייניגטע שטאטן און איר שכן אין צפון, קאנאדע:

דער מעטרישער סיסטעם: דער סיסטעם איז געשאפן געווארן אין פראנקרייך מיט 200 יאר צוריק. ס'איז א מאדערנער סיסטעם פון רעכענען, און פיל פראקטישער ווי דער ביז דעמאלטסדיגער וועג. 1) ווייל ביז דעמאלטס איז פאקטיש נישט געווען איין וועג וואס יעדער האט געניצט, נאר יעדעס לאנד האט געהאט אנדערע מאסן. 2) ווייל ווייל ס'ארבעט לויט'ן דעצימאל סיסטעם, וואו יעדע זאך גייט ביז צען, הונדערט, טויזנט, צען טויזנט, אא"וו. אין קאנטראסט, אינעם אימפעריעל סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן זענען די מאסן אן קיין שום סיסטעם. צב"ש א קילאמעטער באשטייט פון טויזנט מעטער; אין א מייל זענען דא 5,280 פיס. 3) ווייל ס'איז זייער גרינג צו פארגלייכן איין רעכענונג מיט א צווייטער. לדוגמא, ווען דו האסט א קיוביק סענטימעטער וואסער (length), האסטו אויך איין מיליליטער וואסער (volume), און אויך איין גראם וואסער (weight). אין קאנטראסט, דארף איך דיר נישט ערקלערן אויב דו האסט שוין אמאל געוואלט עפעס פארגלייכן.

דער מעטערישער סיסטעם איז מיט די יארן געווארן מער און מער פאפולער, ביז היינט צוטאגס ווען די גאנצע וועלט ניצט דעם סיסטעם. נישט ממש, מיט'ן אויסנאם פון די פאראייניגטע שטאטן. מיט 40-50 יאר צוריק האבן ביידע, קאנאדע און די פאראייניגטע שטאטן, דורגעפירט א געזעץ צו אדאפטירן דעם מעטרישן סיסטעם, אבער בשעת וואס אין קאנאדע האט זיך דער עולם גאנץ שנעל צוגעוואוינט דערצו, איז עס אין אמעריקע געווען א דבר שאין רוב הציבור יכול לעמוד בו, און מ'איז שנעל צוריקגעלאפן צום אלטן. קאסערוואטיזם.

געלט: אין דער צייט וואס די קאנאדישע וואלוטע לויפט די זעלבע ווי דער אמעריקאנער, איז קאנאדע שוין לאנג פטור געווארן פון דער נערווירנדער, אומניצליכער איין צענט מטבע, אין דער צייט וואס אמעריקאנע שטייער צאלער דערלייגן כמעט א צענט אויף יעדע פראדוצירטע פעני. נאך זאכן וואס מ'וואלט געמעגט נאכמאכן פון זייער וואלוטע איז פלאסטישע געלט, וואס האלט זיך אסאך לענגער און מ'קען עס נישט פעלשן, און מעטאלענע איין דאלער מטבעות, וואס מ'האט שוין פרובירט עטליכע מאל אבער דער עולם קען זיך נישט צוגעוואוינען דערצו. קאנסערוואטיזם.

זיך האלטן מיט אונזערע חשבונות איז א גרויסע נארישקייט. וואס איז די בענעפיט?
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”