שעמט'ס ענק רשעים! קאלטבלוטיגע רוצחים!!! יעצט באווייזן ענק זיך???!!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

שעמט'ס ענק רשעים! קאלטבלוטיגע רוצחים!!! יעצט באווייזן ענק זיך???!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

דאס מאל האבן זיך די רויבער'ס פארלייגט אויף שמערל דער וואסערטרעגער.

אנגעהויבן האבן זיי מיט די פארמעגן, וועלדער און פעלדער, קיהען אקסן און וואס ס'האט נאר געוואקסן... אלעס האבן זיי בארויבט.

שמערל איז געלאפן צום פריץ ער זאל עפעס טוהן, דער פריץ הערט איהם אויס ווי ער שפירט מיט איהם מיטלייד, נאכן אויסהערן ענטפערט ער אז דערווייל האט ער נישט קיין צייט פאר דעם...

די רויבער'ס זעהן אז שמערל אינטרעסירט נישט דעם פריץ, גייט מען ווייטער...

אויף צומארגנ'ס האבן זיי פארכאפט זיין פרוי מיט דריי פון זיינע צען קינדער.

שמערל איז געלאפן צום פריץ און מיט בכיות נוראות פארציילט וואס ס'האט פאסירט.
דער פריץ ענטפערט קאלט בלוטיג אז ער וועט מאכן א ספעציעלן זיצונג און מ'וועט זעהן וואס צו טוהן...

אריבער אפאר טעג, שמערל קומט ווידער צום פריץ, ער זאגט איהם אז ביים זיצונג האט מען מחליט געווען מ'וועט מאכן נאך א זיצונג...
שמערל האט אנגעהויבן וויינען און שרייען, וואס זיצונג ווען זיצונג, שיק אריבער אפאר סאלדאטן און געענדיגט מיט דעם...
דער פריץ רירט'צעך נישט, ער זאגט מ'וועט זעהן, כ'ווייס נישט צו מ'קען, כ'וויל זיך נישט אנהייבן מיט זיי... אפשר ווארטן אביסל...
ווען שמערל איז ארויס האט ער נאך אנגיאגט צו הערן דעם פריץ'ס געלעכטער פון אינטערן טיר...

די רויבער'ס זעהן אז סי'גייט זיי גוט, שיקן זיי פאר שמערל א מעסעדזש אז פאר הונדערט טויזנט גולדן באפרייט ער זיי.
שמערל איז ארומגעגאנגען אין די גאנצע שטאט פראבירן שאפן די געלט. די עוילעם האט'צעך געמאכט ערנסט און מיטגעוויינט מיט איהם, אבער גענטפערט אז זיי האבן נישט, א טייל האבן געגעבן געצווינגענערהייט אפאר פרוטות, אבער ער איז מיט גארנישט ארויסגעקומען....
יעדער האט איהם געטרייסט און בארוהיגט, אבער אינטערן רוקן האט מען זיך אויסגעלאכט און הנאה געהאט... וועמען גייט אן וואס טוהט'צעך מיט שמערעלע...
און שמערל האט עס גוט גוט באמערקט...

די רויבער'ס זענען מודיע שמערל'ען, אז יעדע וואך וואס גייט פארביי שחט'ן זיי נאך איינער פון די געפאנגענע.
שמערל ווערט נישט מיואש, ער לויפט ווידער צום פריץ, ער פאלט איהם צו די פיס ער הערט נישט אויף צו וויינען... און סי'בארירט נאך אלץ נישט דעם פריץ, ער דרייט'צעך ארויס מיט אלע מינע תירוצים אן קיין הענט און פיס.

אפאר טעג שפעטער האבן די רויבער'ס פארכאפט די איבעריגע זיבן קינדערלעך וואס זענען נאך געבליבן מיט שמערל'ן.
שמערעלע וויייסט נישט וואס צו טוהן פון צער, ער איז מחליט זיך אליין אריינלייגן אינעם ענין, ער איז ארויס צום דערנעבנדיגן וואלד, אפשר וועט ער עפעס געוואר ווערן....
נישט אדורך לאנג, ער האט געטראפן די באהעלטעניש פון די רויבער'ס, ס"ה דריי חברה מיט אביסל געווער...
ער לויפט צום פריץ, ער שרייט און קוויטשעט: מאך עפעס, שיק איינעם, זיי זענען גארנישט...
דער פריץ ענטפערט רוהיג און קאלט אז מ'פלאנט און מ'גייט טוהן אבער מיט אנדערע וועגן..., מ'וועט זעהן...
דער פריץ האט אפילו געהאלטן א דרשה פאר אלע איינוואוינער'ס אז די זאך טאר נישט אריבערגיין בשתיקה, מ'וועט טוהן אלע מעגליכקייטן ראטעווען שמערל'ס פאמיליע...
אבער למעשה האט ער גארנישט געטוהן.
שמערל האט זיך געבעטן ביי אלע פריצים און שרים פון די גאנצע געגנט, יעדער האט'צעך ארויסגעדרייט....
שמערל איז שוין געווען אינגאנצן מיואש.

איין טאג האט איינער פון די שרים אפגעקויפט אט דעם וואלד. סי'געקומען די צייט מ'דארף אפשניידן אלע ביימער.
שמערל איז געלאפן צו איהם, הייב אן פון דעם שטיקל ווי די ראבער'ס געפינען זיך.... וויסנדיג אז אויפן וועג דארף ער זיי פארשיקן \כאפן.
דער שר ענטעפרט קאלט, כ'אמיך מיינע פלענער, סי'נאכנישט די צייט וכו' וכו'

אפאר חדשים שפעטער איז ער ענדליך אנגעקומען צו דעם שטיקל וואלד.
שמערל איז געווען אין די הימלען, ענדליך גייט ער טרעפן זיין פאמיליע, אבער אפשר נישט...
דער שר איז אנגעקומען מיט עטליכע סאלדאטן, מיטן ציל 'ריין צו מאכן' דעם שטיקל וואלד. ווי נאר די ראבער'ס זענען געוואר געווארן האבן זיי געמאכט א פליטתינו..

שמערל מיט די סאלדאטן האבן אנגעיאגט צו זעהן פון דערווייטנ'ס ווי זיי אנטלויפן אינאיינעם מיט איין קינד, זיי האבן אויך געזעהן ווי זיי רצח'ענען איהם...
און ביי די באהעלטעניש האט מען געפינען די קערפער'ס פון זיין גאנצע פאמיליע... רח"ל ל"ע ול"ע.

מיטאמאל געבט א שריי איינער פון די סאלדאטן, איך האב געטראפן!!
ביי א דערנעבנדיגע צימער האט מען דערזעהן דעם קליינעם בעיבי, מיט איין פיס און צוויי שניטן דרויף און נאך דריי פינגער'ס... צובראכענע ביינער, קוים לעבט ער... זעהט נישט אויס ער וועט איבערלעבן דעם וואך...

[align=center]........[/align]אפאר טעג שפעטער האט מודיע געווען די פריץ מ'מאכט א ריזיגע פאראדע, די גאנצע דארף גייען פראווען די געוואלדיגע הצלה פון שמערל'ס משפחה, די זיסע קינד וואס מ'האט געפינען... ביים מסיבה וועט מען באלוינען דעם גרויסן שר און אלע פריצים ארום וואס האבן געהאט אזויפיל מיטלייד מיט שמערל וואס וועט'צעך הארציג מוזן באדאנקען פאר אלע...
...
שמערל איז ארויף אויפן בימה מיט נארוועזע טריט, אריינגעקוקט אין די פריץ'ס אויגן, אזוי ארומשפאצירט פון איין אויג צום אנדערן, אריבער צו די אויגן פון די ברייטע אויבן אן...
ווען פלוצלינג איז ארויסגעקומען א געשריי פון טיפעניש פון הארץ:

שעמט'ס ענק רשעים! קאלטבלוטיגע רוצחים!!! יעצט באווייזן ענק זיך???!!!

שמערל איז אראפ פון בימה און ארויס פון זאל....
[align=center]. . . . . . . . . .[/align]
מורי ורבותי, די משל איז אפי' נישט קיין משל צום נמשל.... במה דברי אמורים?

עבדים היינו להיטלער ימ"ש באוישוויץ. פון דעם נידעריגן חיה רעה גיימיר נישט שמועסן יעצט. כ'וויל רעדן וועגן די אלע קאלטבלוטיגע רוצחים פון איבער די גארער איידעלע וואוילע וועלט.
.........
שטייען אפאר לעבעדיגע שטעקענעס מיט אביסל הויט און ביינער און ארבעטן ביטער שווער פארן דייטש. פלוצלינג צופייפט'צעך די פייפער, שוין צום צענטן מאל היינט פארן אריבער די עראפלאנען וואס באמבעדירן די דערנעבנדיגע פארבריקן פון די דייטשן, די דייטשן צופלויגן זיך אויף אלע זייטן עד יעבור זעם, פארשטייט'צעך איבערלאזנדיג די אידעלעך אינטערן אטאקע...,
די אידן ווערן נישט פארלוירן, זיי הייבן אן ווינקען פאר די עראפלאנען, זיי מאכן סימנים, מיט איין ציל: אין די דערנעבנדיגע בנין דערשטיקט מען און מ'פארברענט יעדן טאג לכה"פ צען טויזנט קדושים הי"ד. יעצט זענען אנגעקומען די אינגערישע אידן, די נאמערן שטייגן און שטייגן, סי'קומט אן ביז צוועלעף טויזנט אין איין טאג(!!!). זיי ווייזן איין זאך:
קומט'ס צופלאצן דעם פארשאלטענעם ארט. מיט איין באמבע איז די זאך פארטיג!
זיי קענען נישט פארשטיין פארוואס מ'באמבעדירט מען נישט די שינעס וואס ברענגען טויזנטע אידן יעדן טאג צו זייער לעצטן ארט?
זיי שטייען מיט ווייען און שרייען, איינער צינדט אן א שטיקעלע פייער זיי זאלן באמערקן דעם פלאץ, אבער די פייער זעהט מען גארנישט, ווייל די גרויסע פייער פון די קאלעך אויוונ'ס פארשטעלן דאס, די רויעך קומט אן ביז צום כסא הכבוד.
אבער גארנישט געשעהט נישט. ווי נאר עס ענדיגט'צעך די אטאקע גייען אן די דייטשן ווייטער מיטן טויט פלאן.

[align=center]........[/align]
ס'האט'צעך אנגעהויבן די ביטערע ייסורים פון אונזער פאלק, די דייטשן ימ"ש האבן געלאזט אנטלויפן פון דייטשלאנד ווער ס'וויל נאר. ווילאנג זיי האבן נאך מורא געהאט פון די וועלט האבן זיי דאס צוגעלאזט. אבער קיין איין לאנד האט נישט געוואלט ארייננעמען קיין אידעלע, מ'האט געמאכט ריזיגע אסיפות, און אלץ איז ארויסגעקומען פון אזא מין סארט אסיפה אז מ'גייט מאכן נאך איינס...
יעדער האט געשריגן מ'דארף זיי ארייננעמען, אבער א צווייטער זאל עס טוהן....., און ווען פאר איינעם איז געלאנגען זיך אריבערשווערצן, האט מען איהם צוריקגעשיקט בכבוד גדול און מיט א הארציגן שמייכל צום טויט גרוב.
סי'געווען קלאר פאר יעדן וואס מיינט א איד אינטער די דייטשן, נאך די קריסטאל נאכט האט שוין קיינער נישט געדארפט קיין הסביירים.
אבער ס'האט פאר קיינעם נישט אינטרעסירט וואס מ'מאכט פאר זייער אלטער שונא, די אידישע פאלק.

........

ייזכר לטובה האי גברא רבא צדיק יסוד עולם, הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצוק"ל, ער האט קיין מינוט נישט גערוהט. ער האט געשיקט בריוון קיין אמעריקא ענגלאנד קיין רוים צום ותיקן און צו וועם נישט, ער האט געשריגן, געוויינט, ערקלערט, אבער יעדער האט'צעך ארויסגעדרייט... מ'וויל זיך נישט אריינמישן... מ'קען נישט... וכו' וכו' ואכהמ"ל בזה.
ווען סי'האט'צעך איהם געמאכט צו שליסן א געלט אפמאך מיט אייכמן ימ"ש, א זאך וואס האט געהאלפן ביי איהם אין לאנד אויף צוויי יאר!!, האט ער געשיקט בריוון צו די גאנצע וועלט שאפן געלט. און יעדער האט'צעך אויסגעלאכט פון אונז אידן.
די ציונים אין א"י האבן געהאט געלט ווי וואסער, זיי האבן שוין – נאך צענדליגע בריוון און געשרייען פון הגרמ"ד זצ"ל –געשיקט 'לכאורה' א שליח קיין מצרים וועגן דעם אפמאך, און דארט האבן איהם די בריטיש'ע אפגעשטעלט און פארכאפט אויף א חודש בערך..., און מ'דארף געדענקען אז אין די'ע תקופה, יעדן טאג מיינט נאך ארום 10,000 קרבנות אין אושוויץ אליין...
אבער גארנישט האט נישט געהאלפן, יעדער איז געבליבן קאלט, און הנאה געהאט ווי אונז ליידן, ווי מ'הארגעט אונזערע ברודער'ס, טאטעס מאמעס, זיידעס און באבע'ס, יונגע קינדערלעך און הייליגע רבנים.
צוויי אידן זענען אנטלאפן פון אושוויץ, זיי האבן איבערגעגעבן פאר ר' מיכאל בער זצ"ל דעם באוואוסטן "דו"ח ורבה וצלר" - פונקטליכע אינפארמאציע ארום אלעס וואס טוהט'צעך אין דעם גיהנום אושוויץ, אזוי אויך א פונקטליכע מאפע וואו ס'איז, און די פלאץ וואו ס'געפינט'צעך די ריזיגן מזבח...
אבער קיינער האט'צעך נישט גערירט. די ליסטע פון די תירוצים האט'צעך נישט געענדיגט.

[align=center]........[/align]
נאך איין זאך לאמיר ענטפערן פאר דער וואס וועט פרעגן אז לכאורה זיי האבן אונז דאך למעשה געראטעוועט.
פרעג איך ענק: ווען איז ענגלאנד ארויס אנטקעגן דייטשלאנד? – נאכן באמבעדירן גאנץ לאנדאן, און מורא האבנדיג אז זיי קומען אייננעמען דאס לאנד... אמעריקא? – נאך וואס יאפאן וואס האבן געארבעט פאר די דייטשן האבן באבמעדירט אין אמעריקא.
זיי האבן זיך געשלאגן פאר אונז? זיי זענען געצווינגענערהייט ארויס זיך קעמפפן פאר זייערע אייגענע צוועקן. ס'האט קיין שייכות מיט אונז אידן

........

און דא רעדט מען פון די 'פיינע גוטהארציגע איידעלע לענדער' וואס האבן זיך נאר נישט וויסנדיג געמאכט פון אונזערע טרערן און די ווייטאגליכע געשרייען, וזכו שמלאכתם נעשית ע"י אחרים רח"ל...
אבער ווי קען מען אנהייבן שריייבן וועגן וואס איז פארגעגאנגען אין ליטא רומניא הונגערן וכו'...
אין ליטא למשל זענען איבערגעבליבן נאכן מלחמה 3.6 פראצענט פון די אידן (!!) לעבעדיג. איבער צוויי הונדערט טויזנט זענען גערצח'עט געווארן, און רוב פון דעם דורך די ארטיגע פאלק... נאך פאר די דייטשן. און גראדע, אין די'ע טעג איז דא וואס פלאנען דארט אריינלייגן אין געזעץ אז ליטא האט נישט צוגעלייגט א האנט צום ביטערן שואה"....
אין רומעניע האט מען באוויזן אזעלכע בראטאלישע רציחות און מיתות משונות וואס אפילו די סאדיסטן דייטש האט עס פארעעקלט... וואס דרך אגב איז דעס איינע פון די ניסים דארט אין ראמעניע, וואס האלב פון די לאנד האט מען כמעט נישט געטשעפעט אדאנק די כבוד מלחמה ציווישן די ארטיגע רוצחים און די דייטשן אין די וועג וויאזוי צו הארגענען...
אזוי אויך איז געווען די מצב אין הונגערן איטאליע און נאך. ואכהמ"ל בזה. דערמאנען נאר אויך דעם פארשאלטענעם 'הייליגע' ותיקן ימ"ש, וואס האבן זיך ארויסגעדרייט אגאנצן צייט, און אין הונגערן האבן זיי פלוצלינג געזאגט אז זיי קענען ראטעווען אידן, אבער נאר ווער עס שמדט'צעך פארדעם רח"ל...

[align=center]......[/align]
לאמיר צוגייין צום רוסיש'ן קאלטן בער, דער רשע סטאלין ימ"ש, וואס האט זיך ערליך פארדינט דעם טיטל פון 'גרעסטער פאלק מערדער אין היסטאריע'.
ער האט שוין אנגעיאגט צוריק אייננעמען גאנץ רוסלאנד, אלע חלקים וואס די דייטשן האבן פון איהם צוגענומען. די רוסישע מיליטער זענען שוין אריין אין פוילין, זיי שטייען שוין נעבן וורשא, און דא האבן זיי זיך אפגעשטעלט פאר עטליכע חדשים, פשוט געשטאנען און געקלאצט און זיך נישט גערירט.
ווען זיי זענען ווען ממשיך די וועג, וואלטן זיי ביז א וואך צוויי אדער מער אנגעקומען קיין אושוויץ און אונז באפרייט. אבער וועגן ביליגע פאליטישע פלענער שאכהמ"ל בזה, האבן זיי זיך נישט גערירט.
און אין רוסלאנד האט מען געוויסט מער ווי אלעמען וואס די דייטשן קענען און ווער זיי זענען... דארט איז דאך פארגעקומען זייערע ערשטע גרעסטע רציחות...
ענדליך ענדליך האט'צעך דער בער אנגעהויבן רירן, מ'דארף דאך פארן ווייטער... מ'דארף נעמען נקמה פונעם דייטש אויף זייערע רציחות אין רוסלאנד. און אויפן וועג פארט מען דאך אריבער אושוויץ... נו, לאמיר אריינגיין כאפן א בליק...
זיי קומען אן, זיי "באפרייען" די ביטערן לאגער, און זיי "ראטעווען" די אלע ארעסטאנטן... וועמען האבן זיי געטראפן??
מערסטנ'ס צוויי טויזנט קראנקע צובראכענע האלבע אזויגערופענע מענשטן... וואס א טייל פון דעם זענען אויך געשטארבן שפעטער..., זיי האבן 'געראטעוועט' אויך אביסל רויעך און א טייל פון די שיך און קליידער וכדו' פון די אידן וואס די דייטשן האבן נאכנישט אנגעיאגט צו אוועקפירן מיט זיי קיין דייטשלאנד, אדער פארברענען...
עטליכע טעג פארדעם זענען די דייטשן אנטלאפן נישט פאר ווען זיי האבן מיטגענומען אלע ארעסטאנטן מיט זיי ביי די באוואוסטע פארשאלטענע טויט מארש, וואס א דריטל פון די'ע זענען נישט אנגעקומען...
די פאר קראנקע וואס מ'האט נישט געקענט מיטשלעפן האט מען איבערגעלאזט, און ס'האט געדארפט אנקומען א ספעציעלע גראפע דייטשן זיי אויך צו רצח'ענען, אבער זיי האבן שוין נישט אנגעיאגט.
סטאלין ימ"ש האט נישט ארויסגעלאזט די שרקליכע בילדער פון דעם גיהנום, אפי' עס וואלט אפשר אנגעצינדן אביסל די געפילן פון די וועלט. די ערשטע בילדער און באשרייבונגען איז נאר ארויס צום וועלט דריי פיר חדשים שפעטער פון בערגן בעלזן דאכו און נאך. אזוי אויך האט סטאלין ימ"ש ער נישט געלאזט דערמאנען, נישט יעצט און נישט דורכאויס די גאנצע קריג, די נאמען "איד", מ'דארף נאר רעדן פון די רוסישע פאלק און פון זייערע קרבנות, אונז האמיר גארנישט מיט די אידן.
גראדע, דער רוסישער אפיציר וואס האט 'באפרייט' אוישוויץ איז געווען א איד, מגלגלין זכות ע"י זכאי.

[align=center]. . . . . . . . . .[/align]
רבותי, מ'קען שרייבן און שרייבן אויף די'ע פארווייטאגטע נושא, און וואס כ'האב שוין יא געשריבן איז געווען אין איילעניש אן איבערגיין, מיטן ארויסברענגען דעם ענין אז ווען דער באשעפער וויל באשטראפן דעם איד ערוועקט'צעך דעם באוואוסטן הלכה פון עשו שונא ליעקב אין נישט קיין חילוק וועלעכע גוי, און אויף יעדן גוי פסקנ'ט דער גמרא 'אסור לילך יחידי עם נכרי בדרך שמא יהרגנו'..., מ'קען ברענגען ראיות און קלארע באווייזן אויף כמעט אלע לענדער, טראץ דעם באשווייגן דעם ענין די נאך מלחמה יארן.

אבער, לאמיר צוגיין צום פוינט:

אין די'ע טעג פראווען אין ארץ ישראל קרוב צו פופציג מנהיגים פון מדינות איבער די גארער וועלט די: "יום השחרור ה-75 של אושוויץ"...,
פרעג איך ענק, קעמיר איינער מסביר'ן פאר א גוט יאר לשמחה מה זו עושה? וואס מאכט דעם טאג פאר אונז אידן? אהה??

און דא קומט אונזער ווייטאגליכע פארשעמטע פארצער'טע אומגעהערטע הארציגע געשריי:
שעמט'ס ענק רשעים! קאלטבלוטיגע רוצחים!!! יעצט באווייזן ענק זיך???!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ס'זעהט אויס גאר אינטערעסאנט, איך מיין איך גיי עס סעיווען פאר שבת,

איינער קען אפשר מאכן א pdf?
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אווער נייט קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אווער נייט קוגעל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

גאר שטארק הנאה געהאט
הערליך באשריבן

עס ברענגט ארויף די בלוט אין קאפ

מיר קענען נאר וויינען און בעטן, "יוודע בגוים לעינינו"
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

wow
וואט א קעפל
איך בין שנעל ארייינגעלויפן מורא האבנדיג אז אויב דאס איז די קעפל לכאורה די ארטיקל איז נאך סאך בעסער און ביז צוויי מינוט וועט מער נישט זיין קיין זכר....

מוועט דארפן איבערליינען בעיון
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נאר מיט שמחה, גאר גוט און שטארק!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דברים כדרבונות, א דאנק אייך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

זייער שטארק און אמת'דיג!
אבער לאמיתת הדבר ביטע שרייב אויך דעם זעלבן ארטיקל (נאר מיט ערגערע טיטלען און פראזן) אויף אונזערע א.ג. 'אידישע פארטרעטער' וואס ביי זיי רעכט מען אפ יעצט דעם צערעמאניע, און זיי זענען געווען די גרעסטע שטער פון ראטעווען אידן, נישט מיט שב ואל תעשה נאר מיט קום ועשה! עיין במן המיצר ועוד.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

זייער גוט געשריבן,

איך וויל נאר צולייגן דא א מעשה וואס איך האב געזעהן אין די נייע ביכל פון ר' לייבוש ליש שליט"א פארוואס נישט דו? פארציילט ער דארט וואס ער האט געהערט פון די בעל המעשה אליינס (איך געדענק נישט די נאמען) וואס יענער איז געווען אין בונקער אין פרעשבורג צוזאמען מיט ר' מיכאל בער זצ"ל אין סטראפקוב'ער רב זצ"ל ועוד, און ר' מיכאל בער איז געזיצן דארט אין א ווינקל און געוויינט און געוויינט טאג און נאכט ער האט ליידער נישט געקענט צוזוך קומען ווער נאך ווי ער האט געוואוסט וויפיל מ'וואלט ווען געקענט טוהן, און אזוי איינמאל גייט ער צו צו דער וואס פארציילט די מעשה און ער פרעגט אים די גלייבסט אין דעם באשעפער זאגט יענער יא, זאגט ר' מיכאל בער איך ניקס! און ער גייט צוריק צו זיין פלאץ, אביסל שפעטער עודך, די גלייבסט אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט זאגט ער יא זאגט ר' מיכאל בער איך ניקס! און ער גייט צוריק צו זיין פלאץ און אזוי איז געווען אפאר מאל און פאר יענעם איז עס געווען זייער אינטרעסאנט, וואס ער וויל דא פון אים, ביז ר' מיכאל בער איז צוגעקומען צו אים און פרעגט אים די גלייבסט אז ס'איז דא א באשעפער, זאגט ער יא זאגט ר' מיכאל בער איך ניקס! איך זעה!!! דאס הייסט נאך די אלע זאכן וואס ער האט מיטגעהאלטן האט ער אבער געזעהן אז יש לנו אב זקן און ער פירט אלעס און ער האט אלעס געטוהן און אפי' אונז פארשטיי מיר נישט זיינע דרכים ס'איז נסתרים דרכי ה' ווייסן מיר אין מיר גלייבן אז דער גרויסער הייליגער באשעפער אונזער גרויסע טאטע האט א פונקטליכע חשבון אויף אלעם וואס ער טוט. זיעועכי"א

און בנוגע דעם פייערונג אין מדנ"י איז די רשעות פיל גרעסער ווי די האסט עס אראפגעלייגט ווייל ווי פראווען זיי די געדענקמאל ביי די ציונים וואס זיי זענען נאך די מערסטע שולדיג און די מיליאנען קרבנות, ווייל נישט נאר אז זיי האבן גארנישט געטוהן נאר זיי האבן געשטערט אויף יעדע אופן וואס נאר מעגליך און זיי האבן אונטעגעשטעלט פיסלעך פאר ר' מיכאל בער אז ער זאל גארנישט קענען טוהן.

ס'בלייבט נאר איבער צו בעטן דעם אויבערשטען יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך.... והשב לשכינינו (סיי די גוי'שע און סיי די אידיש אפשטאמיגע רשעים) שבעתים אל חיקם חרפתם אשר חרפוך ה' ובא לציון גואל אמן.

יעצט נאכן שרייבן זעה איך אז חבירינו @אונגארישע הייזער האט שוין אביסל ערווענט וואס איך האב דא געשריבן אין די צווייטע שטיקל,
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הנשא שופט הארץ השב גמול על גאים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

מוראדיגע און אמתדיגער ארטיקעל.
שכויעך נאר בשמחה פארן עפענען די אויגען, ווען מרעדט זיך איין אז די אלע וועלט פירער האבן אונז אזוי ליעב.


אז מרעדט שוין יא טאר מען נישט פארגעסן פון די פעלקער וואס האבן יא געהאלפן די יודן
רומעניע ווי דער קעניג אליין האט זיך אנגעטוהן א געלע לאטע
דענמארק ווי מהאט געראטעוועט די יודן מיט די פישער שיפלעך
אלבעניע מיין איך האבן אויך די גוים נישט געלאזט טשעפענען זייערע יודישע שכנים
ועוד זאלן די היסטאריקער ציווייזען
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ש'כוח 'נאר מיט שמחה', אבער דיין ניק שטומט נישט מיט דיין ארטיקל

חושב מחשבות... האט געשריבן:ס'זעהט אויס גאר אינטערעסאנט, איך מיין איך גיי עס סעיווען פאר שבת,
איינער קען אפשר מאכן א pdf?

איך מיין מ'טאר דאס נישט ליינען שבת קודש.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

זייער שטארק און אמת
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שטארק שטארק הנאה געהאט. נאך ווי גערעכט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

מטעמים האט געשריבן:שטארק שטארק הנאה געהאט. נאך ווי גערעכט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

א קנאק פון אן ארטיקל כהאב אזוי רחמנות געהאט אויף דעם שמערל....
אמת׳דיגיטלי דיבורים און צום פינטל
כהאב טאקע מגיב געווען אין די אשכול פון די צערמאניע איבער די עקל און גרויל פון די צינוסטישע מה יפית שפיל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

הערליך שיין געשריבן. מלא טעם און געפיל.

פון א געוויסער שטאנדפונקט האסטו א פוינט. מער אויף צו זאגן אז זיי זאלן פארט נישט פארגעסן אז זייערע פארגייער האבן געהאט א טייל אין אונזער פאלק'ס ליידן, זיי זאלן נישט גיין מיט אזא אויפגעהויבענע קאפ.

פארגעס אבער נישט אז בעצם בלאזן היינט ב"ה אנדערע ווינטן אויף דער וועלט, די היינטיגע פירער זענען נישט די זעלבע וואס האבן די שחיטה צוגעלאזט אדער גאר געהאלפן, און כאטש א טייל פון זיי וואלטן לכאורה נישט אזוינס נאכאמאל צוגעלאזט.

דרך אגב, די גאנצע דין ודברים איז אלעס נאר צווישן אונז גערעדט, זיי זאלן אבער אוודאי קומען אפילו ווען זיי מיינען עס טאקע נישט, און זיי האבן נאך די זעלבע אידעאלאגיעס און פוילקייט ווי זייערע פארגייער, כאטש לפנים באוויין אונזער פאלק'ס חורבן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גאר שטארק, א דאנק פארן ארויסברענגען!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

Goodmorning האט געשריבן:איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.

הו הו גייסטו כאפן, שטרעק אויס די באקן...
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.

הו הו גייסטו כאפן, שטרעק אויס די באקן...

יאפ, רעדי טו גא.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

Goodmorning האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.

הו הו גייסטו כאפן, שטרעק אויס די באקן...

יאפ, רעדי טו גא.

ברויך מען ווארטן פאר די שלעגערס...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

Goodmorning האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.

הו הו גייסטו כאפן, שטרעק אויס די באקן...

יאפ, רעדי טו גא.


:i" :i" :i" :i" :i"

גענוג?...

דער אמת איז, אז ס'איז אינו דומה. דו רעדסט פון זיך איינשטעלן צו ראטעווען אנדערע. פאר זיי איז עס אבער נישט אזוי געווען. אדרבה, זיי זענען דאך סיי ווי געווען אין מלחמה, עס וואלט זיי נישט געקאסט קיין פרייז. איך בין כמעט זיכער, אז ווען אידן וואלטן געהאט די מעגליכקייטן וואס זיי האבן דאן געהאט, וואלטן אידן יא געהאלפן, אן נאך ווי.

פארגעס אויך נישט אז מיר אידן זענען בדרך כלל די נרדפים, און טאקע פון די גוים. יעצט ברויכן מיר זיי גיין ראטעווען, דאס איז עפעס וואס קען מעגליך זיין אביסל שווער, משא"כ די אומה"ע.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

Goodmorning האט געשריבן:איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.

א טיפע נקודה, שוין געטראכט עטליכע מאל דערוועגן, כאטש אפשר נישט סענסיטיוו צו ארומרעדן צווישן דור שלשים ורבעים פונעם חורבן. ס'זענען שוין פאקטיש פארגעקומען גרויסע הריגות אויף דער וועלט (אין אפריקע) זינט דער צווייטער וועלט מלחמה. ווי ס'קוקט אויס וועלן זיך די וועלט פירער בקרוב צאמנעמען דארט...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

גרשון האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך האף מען גייט מיר נישט פארשטיינערן, אבער איך קלער טייל מאל אויב למשל עס וואלט ווען ארויסגעקומען א גזירה אנטקעגן למשל שווארצע אדער אומלעגאלע אימיגראנטן, וועמען מען טרעפט שיסט מען אין גאס אדער דארף גיין אין א לאגער, וואלט איינער פון אונז זיך ווען איינגעשטעלט זיי צו העלפן? קען מען פארשטייען ווי שווער עס איז געווען פאר א גוי צו העלפן אידן אדער בכלל צו שטארק אנגיין פון אידישע צרות.

א טיפע נקודה, שוין געטראכט עטליכע מאל דערוועגן, כאטש אפשר נישט סענסיטיוו צו ארומרעדן צווישן דור שלשים ורבעים פונעם חורבן. ס'זענען שוין פאקטיש פארגעקומען גרויסע הריגות אויף דער וועלט (אין אפריקע) זינט דער צווייטער וועלט מלחמה. ווי ס'קוקט אויס וועלן זיך די וועלט פירער בקרוב צאמנעמען דארט...


כ'האב שוין גראדע אויך אסאך געטראכט דערוועגן. אבער כאמור, דארט זענען זיי סיי ווי געווען אין די געגנט, זיי זענען סיי ווי געווען אין קריג. ס'איז אינגאנצן אנדערש ווי זיך אריינמישן אין א ווילד פרעמדע קאנפליקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”