אלה זכרונות חוח...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

אלה זכרונות חוח...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אין דעם אשכול וועל איך אי"ה ברענגען פארשידענע זכרונות פון מיינע יוגענט יארן. טייל פון זיי טשיקאווע, קאמישע, באלערנדע, אדער סתם מערקווירדיגע ערפארונגען.
כ'וועל אוודאי נאר שרייבן אמת'ע געשיכטעלעך, גראד ארויס פון די אלטע פארשטויבטע זכרון קעמערלעך.

אלעס וואס כ'שרייב דא - איז פון די מ' און נ' יארן.

כ'האף איר וועט אמאל הנאה האבן פון עפעס וואס כ'שרייב דא. יעדער איז ווילקאמען צו לייענען און הנאה האבן. איך וועל זייער הנאה האבן אויב מ'לאזט דעם אשכול נאר פאר מיר צו שרייבן דא. אלע קאמענטארן קען מען אריינשרייבן אין מיין אלטן באליבטן אשכול...
לעצט פארראכטן דורך חוח בין השושנים אום זונטאג מארטש 08, 2020 1:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

שה אחד בין שבעה זאבים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

א טאטע מיט א באנטש יונגלעך האב איך געקענט, וואס דער טאטע האט געהאט א ספעציעלע הנאה צו גיין אין גאס אויף היי ספיד, און זיינע אלע יונגלעך זענען אים נאכגעלאפן כלחוך השור. א מחזה געווען.

דער טאטע מיט זיינע בנים זענען געווען צווישן טשאבי און האסקי, אויסער איינער וועלכער איז מסתמא געווען אדאפטירט... דער טאטע האט יענעם זונדל גערופן (אויך ברבים אין שול) שמואל'י טוטפּיק, על שם זיין דארקייט. מאדנע מענטש.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

לא מדובשך ולא מ...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ווען האבן אונז זיך ערלויבט צו עסן בייגלעך (בעיגלס)? נאר ווען ס'איז געווען צו טרעפן 8 פאר א דאלער. געווען צייטן אמאל.

ויהי היום, כ'בין געווען 14 יאר אלט, און כ'האב זיך ערלויבט צו קויפן א פרישערן בעיגל פאר א קוואדער (פון מיין געלט). מיט פרייד עס איך עס, אבער... די שמחה האט נישט לאנג געדויערט, טרעפנדיג אינעווייניג א אפגעבאקענע 'בין', מיט די פליגלען און די גאנצע געמויזעכץ.

מיין טאטע האט עס גענומען צום בעקערי, און האט באקומען דערפאר 4 בעיגלס אומזיסט... ורבתה השמחה.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די וויידלען זענען מעכב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

בינעך געווען אמאל אין א שולכל אין בארא פארק, וואו דער רב האט ביי של"ס תורה געוואלט עפעס נאכזאגן פון הרב ראזענבלום ר"י שערי יושר, האט יענער רב אים אויסגערימט, אבער זיך נישט געקענט באהערשן פון צו צולייגן: 'אבער איין חסרון האט ער, אז ער גייט ליידער נישט מיט א שטריימל'. והדברים נוקבים...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

רוח סערה עושה דברו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

א הערליכע זוניגע טאג איז עס געווען. דריי טעג נאך מיין בר מצוה. מ'איז אהיים פרי לכבוד זונטאג. ווי נאר כ'האלט א בלאק אוועק פון חדר, לאזט זיך אראפ א זון-שויער וואס כ'האב נאכנישט בייגעוואוינט. ממש יעלו שמים ירדו תהומות. געגאסן, געכלאפעט און די ווינט האט געבוזשעוועט.

מיין הוט האב איך תיכף איבערגעדרייט און זיך גענומען אהיימלויפן. דאס איבערדרייען די הוט האט נישט קיין סאך געהאלפן, ווייל די ווינטן האבן געשטופט די רעגן פון אונטן ארויף. כ'קום אן אהיים מיט מיין חרוב'ע הוט. אה, פארגעסן צו דערציילן אז ס'האט אויפגעהערט רעגענען 10 סעקונדעס פאר כ'בין אנגעקומען אהיים...

מיין מומע איז פונקט געווען ביי אונז אין שטוב און זעט מיר מיט מיין חורבן, הייבט זי אן גיסן זאלץ אויף די וואונדן: מיין מוישי'ס הוט איז נאך ווי ניי! ער האלט שוין 6 חדשים נאך זיין בר מצוה...

כ'בין גלייך ארויס צו קרויס הוט-סטאר, און זיי האבן מיר עס 'איבערגעמאכט' פאר אומזיסט. ביז היינט וויל איך נאך פארשטיין פון וואו כ'האב דעמאלטס פארשאפט אזא דאזע שלימזלות...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

משמח חתן עם הכלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מיין ליטווישע משגיח אין ישיבה האט אמאל געפרעגט א גרופע בחורים ליל-שישי, זעענדיג ווי זיי לערנען חסידישע ספרים: היתכן חסיד'ישע בחורים לערנען 'אגרא דכלה'?...

אוי וויפיל כ'באוויין די פאקט אז כ'בין פונקט יענע ליל שישי נישט געווען ביים חבורה. חבל על דאבדין.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

להזהיר הגדולים על הקטנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'האב פארברענגט אמאל אלס קינד זומער אין ארץ ישראל. תשעה באב ביים קינות זאגן איז מיר געווארן לאנגווייליג, בינעך ארויס שפילן אין הויף. איז געווען דארט צום מזל א באָפּקעס בוים. קינד און קייט האבן געקליבן באָפּקעס אינאיינעם.

מ'האט עס נאכדעם אריינגעווארפן אין שול דורך די אפענע פענסטערס... דער גבאי איז ארויסגעקומען שרייען אויף אונז און יעדער איז אנטלאפן. די קינדער האבן מיר פארציילט אז דאס איז דער מנהג יעדע יאר, די קינדער ווארפן און דער גבאי שרייעט.

די טאטעס זעלבסט לערנען אויס די קינדער צו ווארפן באָפּקעס, און ווען דער גבאי קומט זאל מען זיך אנטלויפן באהאלטן... זעט אויס אז פאר די טאטעס איז אויך געווען לאנגווייליג...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

עושה מעשה זעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ווען כ'בין געווען אין כיתה ב' איז געווען אין מיין כיתה א ווילד יונגל, וואס האט פון אלעס געטריבן שפאס (אין וועלכע כיתה איז נישטא אזוינס?). אמאל האט ער אויסגעשאסן א פענסטער, און מ'האט ערווארטעט אז דער מנהל וועט אים בא'קנס'ענען כדבעי.

זעענדיג אז ער האט איבערגעצויגן דאס שטריקל, איז ער אריין צום מנהל וויינענדיג אז ער האט חרטה... דער מנהל האט אים אריינגעברענגט אין קלאס און מסביר געווען ווי הארב דער חטא איז געווען.

צום סוף האט ער אויסגעפירט:
דער יונגל הייסט דאך מ... ז... ל... קען מען טייטשן זיין נאמען אזוי: כאטש ער פירט זיך אסאך מאל אויף ווי ז'מ'ל' (זעמל), דאך ער האט מ'ז'ל' אז ער האט דאס מאל געוויזן חרטה, וועגן דעם זאג איך ל'ז'מ' (לאז אים) און ער דארף נישט אהיימגיין.

דעמאלטס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט: ראשי תיבות. בו ביום האבעך זיך געמאכט א רשימה פון אלע קינדער'ס ראשי תיבות פון די נעמען, און די קומענדיגע חדשים האבעך יעדן נערווירט מיט אלע מיני דרשות אויף זייערע ראשי תיבות...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

ה' נ' א'!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

די לעצטע טאג פון כיתה ו' איז עס געווען, פאר קאנטרי. מ'דרייעט זיך און מ'פריידט זיך, ס'נישט געווען ממש וואס צו טון, אויסער א שיינע געזעגענונגס דרשה פונעם מלמד. דער פראיעקט פונעם נאכמיטאג איז געווען: אויפרייניגן דעם קלאס צימער.

אינמיטן קומען צו צו מיר דריי יונגלעך מיט א שאלה: זיי שרייבן א ש'כוח בריוו צום מלמד, און ווילן וויסן וויאזוי מ'שרייבט אין לשה"ק 'הִנֵה'? זאג איך זיי: ה' נ' ה'. זיי פראטעסטירן אבער: דאס איז דאך הַנַה! ס'מוז האבן א י' אדער צוויי, ווייל ס'האט א חירק מיט א צירי! כ'וויל זיי ווייזן דאס ווארט אין סידור אדער חומש, אבער צו מזל האט מען שוין נעכטן אהיימגענומען די ספרים.

בלית ברירה זענען זיי געגאנגען פרעגן דעם מלמד זייער שאלה. דער מלמד, וועלכער האט גאנץ פיין געטויגט צו זיין דזשאב, אבער בכלל נישט צו שרייבן, האט זיי געענטפערט מיט זיכערקייט: ה' נ' א'! נו אז דער 'רבי' זאגט, איז ער דאך זיכער גערעכט... און איך בין געבליבן חוזק.

אויב הערט איר ווי איינער זאגט ביי הבדלה 'הנא' אדער 'היניי' אנשטאט 'הנה', זאלט איר מיר נישט בלעימען...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

שוך באקסעס אנשטאט שאפינג בעגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

געווען אין אונזער געגנט א אלטע בחור, אין די זעכציגערס, נעבעך נישט מיט אלעמען. ער האט געוואוינט ביי זיין אלטע 90 יעריגע מאמע, און כ'בין נישט זיכער ווער ס'האט וועמען באדינט.

ער פלעגט ארומגיין זיך בעטן ביי מענטשן מ'זאל אים לאזן פוצן זייערע שיך פאר א קוואדער. ער האט אויסגערופן אין גאס shine shine! און אזוי האט אים יעדער גערופן: shine shine. ביז היינט ווייסעך נישט וויאזוי ער האט געהייסן.

די מעכטיגע קינדער פון אונזער גאס האבן געוואוסט צו זאגן, אז shine shine האט א קאלעקציע פון שוך באקסעס. טויזנטע פון זיי זענען אנגעהויפנט אין זיין מאמע'ס בעיסמענט. וואלט ער געוואוסט וואס ווארט אויף ניו יארק, וואלט ער ענדערש געזאמלט שאפינג-בעגס... אבער אין צווייטן קלער, אפשר האט ער פאראויס געזען עפעס וואס מיר ווייסן נאכנישט?...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

בז לכל אדם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

א נייע שכן האט זיך אריינגעצויגן אויף אונזער גאס. כ'האב געוואלט מקרב זיין זייער יונגל וואס איז געווען אביסל יונגער פון מיר, האבעך אים געטראפן אין גאס בשעת מאכן א רייד פאר זיין קליינע ברודערל אין זיין געלע און רויטע Cozy Coupe.

פרעג איך אים די געווענליכע ערשטע שאלה: וויאזוי הייסטו? זאגט ער מיר: זעסט נישט אז ס'שטייט אונזער נאמען אויפן Cozy Coupe?

אפגעשמיסן פרעג איך אים: אבער וואס איז דיין ערשטע נאמען? זאגט ער: האסט זיך צוגעגרייט א ליסט פון שאלות?

כ'האב אפגעפיצט פון דארט. דאס איז געווען די לעצטע מאל וואס כ'האב גערעדט מיט אים. ביז היינט איז ער נאך אזוי, כ'קען אים פונדערווייטנס.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

גענאשט זילבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אלס יונגל פלעג איך כסדר אריינגיין אין באנק, און אויסטוישן א צוואנציגער אויף קוואדערס און דיימס. אהיימקומענדיג האב איך דורכגעקוקט דעם גאנצן הויפן, ארויסגעזויגן פון דארט די זילבערנע, און צוריק איינגעטוישט די איבריגע אין באנק, און ארויסגענומען נאך. וחוזר חלילה.

ס'געווען בענק וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין זילבערנע, אבער chase האט אייביג געהאט (אין יענע יארן...).
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

כולם אהובים כולם ברורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מיין טאטע פלעגט מיר כסדר נעמען דאווענען מנחה אין א שול פון רוסישע אידן, גאנץ שוואכע עלעמענטן נעבעך. יעדע מאל האט ער מיר געזאגט: איך נעם דיך דא זאלסט זען מענטשן וועמען דער אייבערשטער האט זייער ליב! זיי זעען אויס ווי זיי זעען אויס, זיי פירן זיך ווי זיי פירן זיך, אבער דער אייבערשטער האט זיי זייער ליב!

זייער א קלוגע שריט געווען. ס'האט געלאזט א שטארקע השפעה אויף מיר עד היום הזה.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

לאז נישט א 11 יעריג יונגל בעיביסיטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

איין פרייטאג 1:00 נאכמיטאג זענען טאטע-מאמע נישט געווען אינדערהיים. כ'האב געבעיביסיט אלע קליינע חברה'לעך, געווען בלויז 11 יאר אלט. איז מיר איינגעפאלן א קינדערישע געדאנק: היות מ'האט לעצטנס געקויפט א ריזיגע סעט פון נייע דישעס און עס שיין אויסגעלייגט אויפן קאונטער, וועל איך עס גיין טובל'ען. מ'גייט מאכן א סורפרייז! כ'האב מיטגענומען אלע געשוויסטערלעך, אריין אין מקוה וואס האט זיך נארוואס געעפנט. קיינער איז נישט דארט געווען, אויך נישט א מקוה איד.

כ'האב נישט געוואלט אריינגיין אינעם גרויסן בור און נאס מאכן די שיך, זאקן און הויזן, האבעך ענדערש אויפגעהויבן די דעקל פונעם בור-השקה און דארט גע'טובל'ט כלי נאך כלי. היות ס'נישט געווען אנגעפולט ביז אויבן, האבעך זיך שטארק געדארפט אריינבייגן, און כ'בין 100 מאל כמעט אריינגעפאלן. די קליינע האבן געמוזט זיצן שטיל אויפן באנק און קוקן. אזוי האבעך גע'טובל'ט גאפל נאך טעלער.

ס'האט געדויערט א גוטע האלבע שעה אדער מער. און מישאן עקאמפלישט! א מעגא סורפרייז! ארויסקומענדיג פון דארט מיט אלע מיינע געפעק, באפאלן מיר אלע שכנים: וואו ביסטו געווען?? ביסטו אקעי?? כ'האב געוואלט די ערד זאל זיך עפענען אונטער מיר...

וואס איז געווען די מעשה? דער טאטע זז"ג האט פרובירט אהיימצורופן פון א פובליק פאון, און ווען קיינער האט נישט אויפגעהויבן, האט ער געקאלט א שכן זאל גיין זען וואס טוט זיך אין שטוב, ווען קיינער האט נישט געעפנט האט יענער איינגעשפאנט נאך אפאר וואלונטירן און געעפנט א העפטיגע זוך אקציע נאך די פארלוירענע משפחה. אינצווישן זענען זיך צאמגעלאפן מיין זיידע און מיינע פעטערס, און די בושה איז געווען גרויס.

וויפיל גרעסער איז געווען מיין צער, ווען כ'האב שפעטער געהערט פון מיין טאטע, אז ער האט שוין אלעס גע'טובל'ט נעכטן...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

ווי ווייט גשם בענטשן איז משפיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אמאל אסרו חג סוכות, ווען חדר האט זיך אנגעפאנגען שפעט, האב איך געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע אין איינע פון די סאטמארע בתי מדרשים. כ'קום דארט אריין און כמעט קיינער איז נאכנישט דארט געווען, הער איך ווי א איד (כ'געדענק אז אויף זיין טלית בייטל איז געשטאנען ראשי תיבות מ.מ.ל. כ'ווייס עד היום נישט ווער ער איז) קרעכצט צו זיך אליין, "מ'האט קוים געבענטשט גשם און שוין פיל איך אזוי מגושמ'דיג"...

פאר עפעס א סיבה (כ'ווייס נישט וועלכע) איז מיר עס געבליבן אין זכרון.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

די אויבערשטע רעדלעך האבן זיך געדרייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

היות איך בין געווען דער איינציגסטער וואס האט עס געזען, האט מען מיר אויסגעפארשט.

געווען איז עס אין קאנטרי, ווען כ'בין געווען 5 יאר אלט. כ'בין געזעצן ביים געיט וואס נעמט ארום די ענדלאזע שטחים גראז פון די קאנטרי און כ'האב רואיג געקוקט אויף די קארס וואס פליען דורך אויפן געדרייטן ראוד, ווען פלוצלונג פליעט אדורך א גארבידזש טראק, און עס דרייעט זיך איבער זייטוועגס פאר מיינע אויגן.

צום קול פונעם זעץ איז זיך יעדער צאמגעלאפן, און גלייך בין איך געווארן א וויכטיגע שלישקע. יעדער האט געוואלט הערן פון מיר וואס כ'האב געזען און וויאזוי ס'איז געשען. אפילו די פאליס האט מיר אויסגעפרעגט. איך האב געזאגט פאר יעדן די זעלבע זאך: ס'איז געפלויגן זייער שנעל, שנעלער פון אלע אנדערע קארס, און ס'האט זיך איבערגעדרייט, און די 'אויבערשטע' רעדלעך האבן זיך נאך אלץ געדרייעט...

כ'האב זיך געוואונדערט פארוואס יעדער וויל עס הערן מפורש יוצא פון מיין מויל, זיי קענען נישט אליינס כאפן וואס איז געשען?
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

הכסף יענה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ס'איז פארגעקומען א געפערליכע חוצפה'דיגע אקט, בין כותלי הישיבה. דער משגיח האט געסטראשעט ברבים, אז ווער ס'וועט געפינען ווערן שולדיג ווערט ארויסגעווארפן.

ער האט מיר אריינגערופן אין זיין אפיס און מודיע געווען קלאר אז אלע סימנים ווייזן אויף מיר, כאטש ער איז שאקירט און קען נישט גלייבן אז (חוח) זאל טון אזא זאך. כ'האב געלייקנט שטיין און גיין. אבער ער האט מיר אהיימגעשיקט אויף דערווייל.

אפאר שעה שפעטער איז דער אמת ארויפגעשווימען, מ'האט געכאפט דעם אמת'ן פארברעכער, און דאס מאל אויף 100%. מ'האט מיר צוריקגערופן אין ישיבה אריין, און מיר מסביר געווען אז אמאל געשעט א טעות. ווייטאגליך.

יעצט פרעג איך דעם משגיח זייער א פיינפולע שאלה: האט מען שוין יענעם באנדיט ארויסגעווארפן פון ישיבה? אויף דעם איז געקומען זיין חוצפה'דיגע ענטפער: נאכנישט, מ'האלט עס אינמיטן אויסארבעטן...

ווי מ'פארשטייט אליין, איז יענע בחור'ס טאטע געווען א גרויסער נדבן פאר די ישיבה, און מ'האט דעם טראבל מעיקער קיינמאל אפילו נישט פארגעהאלטן אויף זיין חוצפה! וכדי בזיון וקצף.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

ואלה מוסיף על הראשונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

במשך הזמן איז מיר שוין אויסגעקומען צו ברענגען אפאר מעשהלעך וואס באלאנגען אין דעם אשכול, ממילא על'עך זיי צוצייכענען.

די דייטשע זייגערס

גערוך אישו

הספד אויפן מייזל

קאשמארן

מוסר פון טאטע צו קינדער

מפחד בלילות

מלמד'ס פאסיק
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

אנטיסעמיטישע איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אלט זייענדיג 13 יאר, אויפן וועג אהיים פון חדר צופיס, האט דורכגעריטן נעבן מיר א יונגער שייגעץ אויף זיין בייק, און מיט גרויס געלעכטער אראפגעפליקט מיין הוט פון קאפ. עס איז ארייגעפאלן אינעם פיצעלן פראנט-גארטן פון אחד מגויי הארצות וואס האט דארט געוואוינט.

זיך איבערבייגן די געיט עס ארויסצונעמען, איז געווען אוממעגליך. פון אריינקלאפן צו יענעם גוי צו בעטן רשות ארויסצונעמען מיין הוט, איז קיין רעדע נישט געווען. יענע שקצים דארט זענען געווען געמיינע. ס'נישט געווען נאך אידן פונקט דעמאלטס אויפן גאס, האבעך געמוזט מיט גרויס געוואגטקייט נעמען די ריסק און אריינקריכן, מיטן תפילין בייטל אין האנט, אין יענעמ'ס גארטן, האפענדיג אז קיינער וועט נישט זען. וכך הוה, כ'בין ארויס פון דארט בשלום.

דער גוי אויפן בייק, האט ביז היינט 18 שעה א מעת-לעת אויסטערלישע בויך שמערצן, אלס שטראף פאר די צער וואס ער האט מיר געשאפן. בינעך זיכער...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

דער מזרח האט זיך אויסגעדרייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

איין פרייטאג צונאכטס, אנקומענדיג אין שול, בין איך שאקירט געווארן צו זען אז דער מזרח זייט פונעם שול איז מער נישט וואו ס'פלעגט זיין ביז יעצט. עפטער אלל איז עס נישט אזא קאממאן ערשיינונג אז דער ארון קודש זאל אריבערטוישן צו דרום זייט... מזרח פלעגט זיין צו די נידעריגע סטריט נומערן (למשל 50, 49, 48) און יעצט איז עס אויסגעדרייעט צו די הויכע עוועניו נומערן (למשל 14, 15, 16).

מיין טאטע האט מיר מסביר געווען פארוואס מ'האט דאס געטון. פון דעמאלטס ווייס איך אז די גראדע בארא פארק איז א קרומע שטאט, און אז די קרומע פלעטבוש איז גראדער.

#נישטא א גראדערע זאך ווי א שיעפע בארא פארק
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

קידוש אין פריזער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מיין בר מצוה קידוש איז געווען חל להיות בשבת (ווען דען?), מ'האט גערופן געסט און דער עולם האט זיך ווארעם אנגערופן: פעטערס, קאזינס, בחורים פון מיין כיתה. אלעס איז געקומען.

די וואך פארן קידוש איז פונקט געווען זייער א ביזי וואך ביי אונז אינדערהיים, ממילא האט מיין מאמע איינגעקויפט אלע צרכי הקידוש באלד אנהייב וואך און עס אריינגעלייגט אין פריזער אויף ביז ערב שב"ק. מה עשה הקב"ה? אינמיטן וואך האט זיך דער פריזער צובראכן און מ'האט אלעס אריבערגעפירט צום שכן. זאלן זיך די זאכן קילן ביי זיי אפאר טעג.

ערב שב"ק כחצות היום, קלינגען אונז צום שכן אז מ'וויל ארויסנעמען די קידוש זאכן פון זייער פריזער, אבער אין קול ואין עונה. קיינער ענטפערט נישט דעם טעלעפאן. הכלל, איז מען געוואויר געווארן פון די יאכנעס, אז יענע משפחה האט פון-איין-מינוט-אויפן-אנדערן געפאקט פעק און אוועקגעפארן אויף שבת.

מיר זענען געבליבן מיט אלע געסט, אן א קידוש.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

קארדלעס טעלעפאונס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

נאך אזוי פרי ווי אין די 80'ער יארן למספרם, האט מיין ענגליש טיטשער אונז געוואוסט צו פרעדיקטן: ביז יאר 2000 האפן די וויסנשאפטלער אויפצוקומען מיט קארדלעס טעלעפאונס...

וואלט ער דערלעבט שנת Y2K...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

א שיכור ביים טיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

6:00 פלעגט הב' חוח'ל עפענען די טירן פון די ישיבה. קיינער פלעגט נישט אנקומען פאר 6:45, אויסער דער געטרייער גבאי חוח'ל. ער האט דעמאלטס צוגעשטעלט דאס קעסל וואסער, ס'זאל זיין הייס ווען דער עולם קומט אן.

איין טאג קום איך אן צום ישיבה געביידע, מיט די שליסלען אין די הענט, און כ'ווער שאקירט צו טרעפן א שיכור שלאפן ביים פתח הישיבה, מיט זיינע צעבראכענע ביר באטלעך ארום אים. כ'האב געציטערט זיך אנצוהייבן מיט אים, און די טיר פון ישיבה איז געליבן פארשפארט. ווען ס'איז שוין געווען גענוג א גרויסער עולם דארט, האט מען ארומגערינגלט דעם פלאץ און זיך גענומען טאנצן דארט כמשוורתא דפוריא, ביז דער ערל האט זי ערוועקט און זיך אוועקגעוואַקלט פון דארט...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

דעם אלטן גוי'ס הבטחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

געהאט א שכן אַן עלטערע גוי, ער האט געהייסן צו זיין ארום 75 יאר אלט, א רעטייערטע פאליציי מאן. אין זיין גאראדזש האט ער געהאט א אלטע קאר, די הערליכע סארט, שיין געדרייעט העכער די רעדער. ס'ליגט מיר אין קאפ אז ס'איז געווען פון 1928. אפאר מאל א וואך איז ער ארויסגעפארן מיט דעם קאר. ס'האט געמאכט קולות.

ער האט באמערקט ווי איך קוק אויף אים און אויף זיין קאר ביים אריין און ארויספארן, פלעגט ער מיר צוזאגן אז ער וועט מיר נאך איין טאג געבן א רייד. איין טאג האט ער געפאקט פעק און זיך אוועקגעצויגן פון דארט. ביז היינט פייגער איך נאך צו האבן א רייד אין א 1928 קאר...
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

המחליף טיקעט בזייגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

אלץ קינד האב איך באקומען פון מיין טאטן א טיקעט צום גרויסארטיגן סיום הש"ס. ס'האט געקאסט 25 דאלער. די עקסייטמענט איז געווען זייער גרויס במשך וואכנס לאנג. א טאג פאר דעם סיום הש"ס, האט מיין פעטער זיך אנגערופן אז ער האט נישט א טיקעט. מיין טאטע האט אים אוועקגעגעבן מיינס, טראץ מיינע פראטעסטן.

אלס פארגיטיגונג האבעך באקומען א זייגער, א 'קאלקולעיטאר wאטש'. אפאר וואכן דערויף, האט מיין נייע זייגער געכאפט א שפריץ וואסער ביים וואשן דישעס, און איז געווען קאפוט. כ'בין דעמאלטס געוואויר געווארן אז Water resistant איז א בלויזע עדווערטייזמענט. אפשר איז שוין היינט אנדערש.

טאטע לעבן, כ'וואלט ענדערש געוואלט בלייבן מיט די זכרונות פונעם סיום הש"ס, ווי פונעם צעבראכענעם זייגער.

במאמר המוסגר: כ'בין נאכדעם צוריק צו מיין אלטע באליבטע זייגערל וואס מ'האט געדארפט טעגליך אנציען (winding). אין כיתה ט' איז עס גע'גנב'עט געווארן פון מיר אין חדר. כ'ווייס נישט ווער ס'האט עס געדארפט האבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”