דער נישט צושטערטער חתונה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג יולי 21, 2020 5:19 pm

ביי אונז ניו יארקע איינוואוינער ווייסט מען שוין היינט צוטאג זייער גוט וואס דאס הייסט צושטערן א חתונה, מען ברויך נאר אינמעלדן פאר אונזערע אויסגעשפיגענע מוסרים איבער א צוזאמקום און די רעשט איז היסטאריע,

איך קום דא אבער צו אייך מיינע טייערע פריינט מיט א בקשה, ווער עס האט סיי וועלכע אינפראמאציע וויאזוי צו צושטערן א חתונה מיט אסאך באטייליגטע, אנע מאסקעס, אן סאושעל דיסטענסינג, זאל זיך מעלדן צו מיר,

לאמיך אייך מסביר זיין פארוואס איך האב באשלאסן צו טון אז אקט און צושטערן א היימישע שמחה,

יעדע יאר ווען דער שמייכלדיגער זיסער זומער קומט אן, לאזט זיך אראפ א ליכטיגקייט אויף דער וועלט,
עפעס אזא סארט רעליסמענט שפירט זיך אין די לופט, א רואיגקייט וואס גיבט צו צו די באוואקסענע ביימער וועלכע שפרייטן אויס א שאטן און שאפן א קלארע ווינטעלע,

דער גאנצער בריאה האט הנאה פון די ווארימע טעג,
-די קינדערליך וועלכע זענען געזעצן איינגעשפארט אין פלעי רום און געפארן מיט קארעלעך אויף די פארקעי פלאהר שפרינגען ארויס פון די הייזער און מען רייסט ארום מיט די בייקס און סקוטער'ס ברחובות העיר,
-די מאמעס וועלכע האבן במשך'ן ווינטער געהאט די קינדער אויפן קאפ פון ווען מען איז אהיימגעקומען פון חדר ביז ווען מען איז צוריקגעגאנגען האבן ענדליך א רואיגע מינוט ווען מען קען ארויסשיקן די קינדער שפילן אינדרויסן,
-דער רויכערער ברויך שוין נישט שטיין און פרירן פאר קעלט מיטן ציגארעטל, מען זעצט זיך ארויס געשמאק תחת כיפת הרקיע,
-די וועגן זענען נישט אנגעלייגט מיט אייז וועלכע מאכן עס זאל ווערן אנגעלייגט מיט מענטשן,
-ווער רעדט נאך פון די קעצעלעך און זייערע חברים די אלע עקלדיגע חברה, זיי באלעקן זיך מיט די ווארימע וועטערס ווען די גארבידזש סעודות מיט אויסגעלעקטע ביינער און שריים טשולענט פון שבת איז א פלעזשור!

ווי נעמט מען די פאסיגע ווערטער צו שילדערן די גשמאקע געפיהל פון זיך ארויסזעצן שבת נאכמיטאג אויפן פארטש, אויפן באקוועמען וויגנדער בענקל, זאגן תהלים, פרקי אבות, און ליינען א אינטערסאנטער ביכל, ווען אין די זייט שמייכלט מיט א טעללער רויטע זאפטיגע מעלאונע און א פריזינג קאפ סעלצער, אההה… עונג שבת! מעין עולם הבא,

איין סעיף אינעם זומער סעזאן איז אבער דא וואס איז נישט אינגאנצן געשמאק, נעמליך דאס אז די פיצי נערווירנדע קריכעדיגע זענען אויך זייער באקוועם אין די פיינע וועטערס,

איינע פון די תפקידים פון א מאן, וואס מען לערנט אויס ביי די היינטיגע מאדערענע חתן שיעורים, איז וויאזוי צו הענדלען דער סיטואציע ווען פון די צווייטע שטוב הערט מען דעם שופר'דיגער געשריי 'וועעעעעך…!!!!!! א חתונה פון מורישקעס!!!!!!.....'

דער מאן גלייכט אויך נישט אינגאנצן זיך צו באשעפטיגן מיט די סארט זאכן, אבער ער ברויך דאך אהערשטעלן דער שטארקער כאראקטער אינדערהיים, גייט ער אריין, און מען הייבט אן קעיר נעמען פון די סיטואציע,

געווענליך ביי דעם פונקט זענען זיך שוין רוב מורישקעס צולאפן, און די וועלכע דרייען זיך נאך יא ארום, דרייען זיך גאר שנעל און קעגן זייער פיצל קערפער קען מען זיי כמעט נישט נאכקוקן,

עס זענען דא פארשידענע מנהגים שונים וויאזוי מען נעמט אזאנס אין די האנט אריין, געוויסע וועלן אויף די מינוט ארויפשמייסן ביידע שוך אויפן מורישקע באפעלקערונג געזעמל אנדערע וועלן גיין מער בדרכי נועם און שפריצן אזא סארט ספעציעל געאייגנטע ספרעי וואס שענקט א נאטורליכע פגירה פאר די חברה, א דריטער וועט כאפן דעם וואקיום קלינער און זיי אריינטרייבן אהין בקולות וברקים, אזוי איז יעדער פארנומען מיט זיין דרך אין עבודת המורישקעס, (יש נוהגין צום ערשט צו טרייבן אביסעלע שפאס פון די פארלוירענע אשת חיל וואס ווארפט זיך פאר פחד איינגעשפארט אין א קלאזעט)

דאס יאר אבער האב איך געהאט א נצחון! יא, מהאמיר זיך עטליכע חדשים אנגעליטן פון די חתונה צושטערונגען, און מהאמיר א נייע וואפן אין די האנט! פשוטו כמשמעו מען גייט צושטערן די חתונה און אהיימשיקן די פארזאמלטע!

ויהי ערב ויהי בוקר, די ערשטע חתונה אויסברוך איז פארגעקומען! פופציגער יר"ה איז מכובד געווארן צו קומען מיט די כלי זיין און מסדר זיין די סיטואציע!

ווי ערשטוינט איז די רעביצין געווען ווען איך האב צוגעטרעטן מיט א רואיגקייט, און אנדערש ווי אלעמאל האב איך זיך איידעלערהייט אראפגעבויגן צו די הויפט מחותנים אויפן סצענע, און איינגעמאלדן אז לויט די עקזעקיוטיוו ארדער וואס דער מרא דאתרא דא האט ארויסגעגעבן איז נישט ערלויבט קיין מורישקע חתונות אינעם גאנצן אומגעגנט!

דער חוצפה'ניאק אבער, דרייט זיך אויס צו מיר מיט א גלאטן פרצוף, און זאגט מיר אריין 'דו געדענקסט נעכטן ווען דו האסט ברוטאל צוטרעטן א שווארצן מורישקע צום טויט??? דאס איז געגאנגען וויירעל אין סעקונדעס! מיר זענען דא אויף ראיאטן!! שטיי ווייט ווייל באלד טרעפסטו עטליכע פון אונז טאנצן אויף דיין שיך, עס אנפירקלען, און דערנאך אונטערצינדן אינמיטן שטאט!!!!

'בלעק מורישקעס מעטטער!!!' הערט זיך דער שטילער צולאזטער געשריי פון די אויפגעברויזטע מורישקע געמיינדע, 'דיפאנד די פופציגער פעמילי!! נאו דזשאסטיס נאו פיעס!!!',

אין איין קלאזעט האב איך אפילו געטראפן א פופציגער-שיך-פרייע זאנע מיט בלאקאדעס ארום און ארום,

איך האב פרובירט זיי מסביר זיין אז זייער פארזאמלונג האט א דין ווי א לוי', אבער מיינע ווערטער האבן געטראסקעט אויף טויבע אויערן,

בקיצור, דער מצב איז כאאס, איך בין הילפלאז!!

איינער האט דיבלאזיא'ס נומער???
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג יולי 21, 2020 5:23 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
ווי אלעמאל!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יולי 21, 2020 5:25 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol:

יויש ביזטו פיינע ווארע!!!

פופציג, ביסט קונציג!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך ניין און יא » דינסטאג יולי 21, 2020 5:28 pm

:lol: :lol: :lol: U made my day
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
א pdf פון די ארטיקלען און גראמען - נעשה ע"י פעיק נוז
------
נישט איינגעשריבנע ניקס קענען קאמענטירן דא
noinyes@gmail.com

אוועטאר
חכם באמת
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 11:19 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך חכם באמת » דינסטאג יולי 21, 2020 5:33 pm

יוהש האסטו מיך געמאכט לאכן, קיט איט אפ איך ווארט פאר נאך
(אפשר עפענסטו אויך אויף א וועבסייט אזוי ווי שמעלקע פאר 15 דוללער א וואך)

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג יולי 21, 2020 5:49 pm

wow! דער פיפציגער דערליווערט און דערליווערט לייק נעווער בעפאר! איינמאל און נאכאמאל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יולי 21, 2020 5:55 pm

ס'ערשטע מאל איך פארשטיי פארוואס מוריטשקעס זענען שווארץ...

בעל מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך בעל מנוחה » דינסטאג יולי 21, 2020 6:10 pm

יויש ביסטו גוט
קיפ איט אפ!
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה

אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך מארגן » דינסטאג יולי 21, 2020 8:04 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר

Morgenivelt@gmail.com

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דינסטאג יולי 21, 2020 8:09 pm

איך זעה פופציגער ווייסט מען אז ס'גייט זיין וואס צו ליינען... גיימיר מאכן צייט!!

דער איז דער וועלט'ס שרייבער!
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

העלאו
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך העלאו » דינסטאג יולי 21, 2020 8:11 pm

זייער גוט

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך יולי 22, 2020 2:46 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-


נישט פאר דיר, נאר פאר די מורישקע, יא יענע...

דאמירן בעלמא
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 10:46 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים קאמפיוטער

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך דאמירן בעלמא » מיטוואך יולי 22, 2020 12:48 pm

פופציגער האט געשריבן:איינער האט דיבלאזיא'ס נומער???


דערלעבט, דעבלאזיא ווערט א עקטערמינעטאר!!
גאנץ א גוטער דזשאב געטראפן...
גוטע אוועטער געזוכט, ביטע אין אישי

אוועטאר
געשמאק און זאפטיג
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:14 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך געשמאק און זאפטיג » מיטוואך יולי 22, 2020 2:17 pm

דאמירן בעלמא האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:איינער האט דיבלאזיא'ס נומער???


דערלעבט, דעבלאזיא ווערט א עקטערמינעטאר!!
גאנץ א גוטער דזשאב געטראפן...


גאנץ א גוטער קריעטיוו אדווערטייזמענט...

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך בלא בלא בלא » מיטוואך יולי 22, 2020 2:31 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:איך זעה פופציגער ווייסט מען אז ס'גייט זיין וואס צו ליינען... גיימיר מאכן צייט!!

דער איז דער וועלט'ס שרייבער!
העלא?

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך יולי 22, 2020 4:42 pm

;l;p-

פופציגער, האלט אן ווייטער מיט דיין פרישקייט...

אוי האסטו מיר געמאכט (וואס מ'טאר נישט אין די ניין טעג...)
ווילסטו פוילן, שאפן, קריגן, באקומען, בעטן, פאדערן, שטייגן, וואקסן, בליהען, שטראלן, מצליח זיין? .......... "נאר מיט שמחה"!

מפתח 'נאר מיט שמחה'..

מיין אימעיל אדערס: bh3503220@gmail.com

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך יולי 22, 2020 4:45 pm

:grin: :grin:
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך פופציגער » מיטוואך יולי 22, 2020 5:13 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:;l;p-



אוי האסטו מיר געמאכט (וואס מ'טאר נישט אין די ניין טעג...)

אויוויי.. נישט געמיינט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
אלופי אדום
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך אלופי אדום » מיטוואך יולי 22, 2020 9:12 pm

פיין פיין


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מיין לופי'לע........

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך יולי 22, 2020 9:42 pm

טענק יו 50גער.

אזוי גאר!
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך אזוי גאר! » דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:18 am

די האסט מיר צושטערט מיין טאג!!!
:grin: :grin: :grin: :grin: :lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- :P :P :P :wink: :wink: :wink: :smile: :smile: :smile: :o :o
איך נישט

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:45 am

50ער עז יוזשעל... פיינע נייעס, האלט עס ארויף!!

אוועטאר
תהילים זאגער
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:39 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך תהילים זאגער » דאנארשטאג יולי 23, 2020 11:02 am

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:

Haklal
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג יולי 23, 2020 12:58 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:;l;p-

פופציגער, האלט אן ווייטער מיט דיין פרישקייט...

אוי האסטו מיר געמאכט (וואס מ'טאר נישט אין די ניין טעג...)

אוועטאר
פופציגער
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: דער נישט צושטערטער חתונה

תגובהדורך פופציגער » דאנארשטאג יולי 23, 2020 3:21 pm

יישר כח פאר די ווארימע קאמפלימענטן!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot און 3 געסט