א גרוס פון יענע וועלט

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דו רעדטסט.

היעלה על הדעת אז די התעוררות קעגן וואטסעפ קען גורם זיין מער שלום בית פראבלעמען ווי וואטסעפ זעלבסט?

די זעלבע גייט מיט די אנגעצויגענקייט פון עלטערן וכו'.

זיכער אז ס'קען ברענגען מער פראבלעמען.

ווי האט יענער געזאגט, רבנים שרייען אז די אינטערנעט איז גורם 70 פראצענט שלום בית פעלער און גיטין. זאגט יענער ס'איז נישט די אינטערנעט, נאר די מערכה קעגן אינטערנעט ודו"ק.

א מערכה דארף ווערן געפירט מיט שכל, ישוב הדעת, נישט מיט געפילן.


יענער רעדט שטותים.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

יעדער רעדט אמאל שטותים, איך אויך.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

בוידעם האט געשריבן:עס איז ווייט נישט קיין עקסטרעמיזעם.

און ווי געזאגט, אויב פארשטסייטו נישט די חילוק פון שלום בית ביז א אויפקלערונג איבער וואטסעפ, איז די וויכוח דא פערטיג מצידי.

גוט שבת.

גיב מיר דיין אדרעסס איך וויל שיקן צו דיין ווייב און קינדער א בראשור מיט דיינע חטאים
שיק שוין מיט דיין טאטע'ס און שווער'ס אדרעסן אויב עס איז נישט שווער איך וואלט זיי אויך געוואלט מהנה זיין מיט די בראשור

יעצט פארשטייסטו בעסער?

אגב מיין עיקר נקודה האסטו פארפעלט דאס אז עס האט קיין דעת תורה און א ערליכע איד האט נישט וואס אריינצוקיקען דערין.

א מערכה וואס ווערט געפירט דורך יחידים איז עקסטערמיזם בתפארתו וואס כ''ק מרן מסאטמר האט פארדאמט כידוע

ובזה יצאתי ידי חובתי
א'מונה ב'טחון ג'עלט
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

ביסט נישט באקאנט מיט די פאקטן. עס ווערט דייקא נישט געפירט דורך עקסטערמיסטן, סאטמאר רבי שליט"א האט געגעבן די ווארעמסטע שטיצע פאר דעם.

דיין פוינט פארשטיי איך בכלל נישט, ווי כאילו די פרוי פון דעם אינגערמאן וואס איז פארנומען 90% פונעם טאג מיט וואטסעפ, דארף צוקומען צו א בראשור צו כאפן דעם פראבלעם.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

;l;p-
בוידעם האט געשריבן:זייער נישט פשוט. וואס קען זיין שלעכט מיט אביסל ארויסברענגן די מציאות הדברים פון וואטסעפ?

אזוי אויסגעהאלטן ווי אלע הוגה דעות אויף וואטסעפ איז עס נאך זיכער, דארט זוכסטו נישט די הסכמה פון רבנים.

כ'רעד נישט אריין אין די נושא צו ס'איז יא גוט צו נישט דעם קונטרת אבער דיין פוינט איז א גוטס
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

בוידעם האט געשריבן:ביסט נישט באקאנט מיט די פאקטן. עס ווערט דייקא נישט געפירט דורך עקסטערמיסטן, סאטמאר רבי שליט"א האט געגעבן די ווארעמסטע שטיצע פאר דעם.

דיין פוינט פארשטיי איך בכלל נישט, ווי כאילו די פרוי פון דעם אינגערמאן וואס איז פארנומען 90% פונעם טאג מיט וואטסעפ, דארף צוקומען צו א בראשור צו כאפן דעם פראבלעם.

א וודאי בין איך נישט באקאנט ווייל קיינער איז נישט באקאנט חוץ די געוועזענע בעל עבירה און זיינע מיטארבייטער.

וואס איז די סיבה אז די רבי שרייבט נישט בכתב עברתי על הגליון וכו' למעשה האט דאס קיין הסכמה פון א דעת תורה בכתב גענוי ווי די שלום בית חיבור וואס איך האב פריערט דערמאנט

קודם לכל אויב די שלום בית איז גוט ווייסט נישט דאס ווייב אז עס איז אן עוולה, א וודאי שטערט איר עס באט די בין אדם למקום מוז נישט זיין אז זי פארשטייט.

פאר די וואס זענען מיר חושד אז איך האב א געוויסע אג'נדע בין איך מוסר מודעה אז יא און דאס איז מונע צו זיין פון חרוב לייגן יונגעלייט און זיי דערווייטערן פון אידישקייט און צוברעכן שטובער בין איש לאשתו ובין אב לבנו דורך עקסטערמיזם און אייגענע שריט

צום שלוס: איך האב זיך ביז יעצט איינגעהאלטן פון עס שרייבן, מען קען מאכן א בראשור אויף 'אייוועלט' פונקט אזוי מיט אירע פראבלעמען בעיקר מיט די אישי קעסטל פאר די וואס ווייסען און נאך פראבלעמען, מיט עקסטערמיזם קען מען אלעס אסרן אפילו טעקסט..... מען דארף האבן א דעת תורה צו יעדע מערכה.
לעצט פארראכטן דורך Amazing אום פרייטאג יולי 24, 2020 4:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

בוידעם האט געשריבן:ביסט נישט באקאנט מיט די פאקטן. עס ווערט דייקא נישט געפירט דורך עקסטערמיסטן, סאטמאר רבי שליט"א האט געגעבן די ווארעמסטע שטיצע פאר דעם.

דיין פוינט פארשטיי איך בכלל נישט, ווי כאילו די פרוי פון דעם אינגערמאן וואס איז פארנומען 90% פונעם טאג מיט וואטסעפ, דארף צוקומען צו א בראשור צו כאפן דעם פראבלעם.

ער רעדט פון שליט"א אדער זי"ע?
לפנות בוקר
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

@ עמעזינג, גראדע איז די בראשור נישט אזוי ווייט געווידמעט אויף די בין אדם למקום פראבלעם, נאר ענדערש די מענטשליכקייט פראבלעם, און דאס ווייסט די ווייב אן א בראשור.

עס איז מיר זייער אינטערסאנט וויאזוי דו האסט פרעמאטעט א שלום בית ביכל אן א הסכמה, געשריבן געווארן דורך א עקסטרעמיסט.... און וויאזוי דו האסט פלוצלינג געמאכט א 360 דעגרי טורן אין די נושא פון הסכמות.


צום שלוס, עס האט א דעת תורה. און ווי עס שיינט האט די ביכל געצילט אין פינטל, און דאס איז וואס עס מאכט טאנצן.

נ.ב. איך האב וואטסעפ, מיר האט עס געגעבן א שאקל ביז צו די געדערעם.
רצונינו לעשות רצוניך.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

לפנות בוקר האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:ביסט נישט באקאנט מיט די פאקטן. עס ווערט דייקא נישט געפירט דורך עקסטערמיסטן, סאטמאר רבי שליט"א האט געגעבן די ווארעמסטע שטיצע פאר דעם.

דיין פוינט פארשטיי איך בכלל נישט, ווי כאילו די פרוי פון דעם אינגערמאן וואס איז פארנומען 90% פונעם טאג מיט וואטסעפ, דארף צוקומען צו א בראשור צו כאפן דעם פראבלעם.

ער רעדט פון שליט"א אדער זי"ע?


איך האב פארשטאנען אז ער רעדט פון מהרי"י שליט"א. קען זיין אז נישט.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

העלא.
כ'האב פריער געשריבן געציילטע שורות בנוגע דעם 'גרוס פון יענער וועלט' כ'האב עס געשריבן ביים אשכול פון 'התעוררות איבער וואצעפ' נישט וויסענדיג אז עס איז בכלל דא די אשכול פון יענער וועלט. אשר ע''כ שטעל איך דא אריין מיינע שורות.

אפגעפליקט.
כ'בין זייער נישט סובל ווען מ'נעמט די טאטעס/אינגעלייט אויף א רייד.
איך וואלט סתם אזוי געשוויגן (אזויווי איך שרייב אין מיין אונטערשריפט). פשוט ווייל איך בין א טראפ עלטער פון א נארישע צעטל וואס זאל מיר אוועקנעמען דעם קאפ און מאכן טראכטן + עקסיידעט, וואס גייט זיין די ביכל? אפשר דעס? אפשר יענס?.
נאר וואס דען היות איך בין אביסל אין די ליין פון גראפיק + מארקעטינג און כ'ווער אפגעשטעלט דורך א געוואלד מיט חברה און יעדער פרעגט מיר צו כ'האב א אהנונג וואס דאס גייט זיין, דאס האט מיר געמאכט שרייבן די שורות, ווי נאריש דעס איז אז א אינגערמאן פון 26 יאר קען מיר אנקאלן פרעגן צו כ'האב א מושג וואס דאס גייט זיין. האב איך אים געפרעגט ר' איד ווי אלט ביסטו, אז דעס מאכט דיר מיך קאלן מיט אזא נארישע שאלה? האסט אזא מח קטן אז ווען איינער האט אפגעמאכט צו מאכן פורים מיטן ציבור אז די זאלסט עס נעמען אזוי פערזענדליך?!
כ'גיי נישט דא אריין אין די נושא פון סמארטפאונס/וואצעפ. אויב גייט זיך עס רעדן פון די נושא, נאו פראבלעם, ס'קען אנקומען אויף די פאסט, און יעדער וועט עס ליינען, און מ'וועט זעהן וואס זיי ווילן און שוין, מדארף נישט פארדעם איבערדרייען די בתי מדרשים/מאגעזינען/טעגליכע אויסגאבעס/קול מבשר/ועוד. ס'העלפט נישט גארנישט צו צום קאמפיין ווען די עולם האלט זיך געשאפנט. פארקערט ס'איז אידיש געלט אין גארביטש

ובזה יצאתי ידי חובתי

איים רעדי פאר קאמענט'ס.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

מצד מארקעטינג איז עס געוואלדיג, ווי דו אליין שרייבסט אז מענטשן האבן דיר אפגעשטעלט פרעגן איבער דעם. דאס איז דאך די ארבעט פון גוטע מארקעטינג. וואלסט דאס געדארפט וויסן, אויב ביסטו אין די ליין.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

בוידעם האט געשריבן:מצד מארקעטינג איז עס געוואלדיג, ווי דו אליין שרייבסט אז מענטשן האבן דיר אפגעשטעלט פרעגן איבער דעם. דאס איז דאך די ארבעט פון גוטע מארקעטינג. וואלסט דאס געדארפט וויסן, אויב ביסטו אין די ליין.

מארקעטינג חלק איז זייער פיין. ס'האט מיר געפאלן וואו גרויסע טאטע'ס זענען געווארן משוגע נייגעריג וואס עס איז. סאיז געווען א וואונדער וואו א ערוואקסענע מענטש קען זיך פארלירן און ווערן איבערגערדט פון א בלויזע צעטל.

אגב. ווער מאכט די מארקעטינג? ווייסט איינער?
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

דאס איז מארקעטינג. וואס איז דיין טענה פונקטליך?
רצונינו לעשות רצוניך.
מענטש צווישן מענטשן
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטש צווישן מענטשן »

אן אריינגיין אין די נושא, איך פארשטיי באמת נישט פארוואס א אינגערמאן וואס איז זיך מודה ומיתוודה אויף זיינע חטאים זאל ווערן אנגערופן א געוועזענע בעל עבירה
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

בוידעם האט געשריבן:דאס איז מארקעטינג. וואס איז דיין טענה פונקטליך?

וואו ערוואקסענע ווערן אנגערייצט פאר באבקעס
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

פשטא האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:דאס איז מארקעטינג. וואס איז דיין טענה פונקטליך?

וואו ערוואקסענע ווערן אנגערייצט פאר באבקעס


ברוכים הבאים צום עולם הגשמי.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

צ"ק סופער דזאב
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

האמיר פריער געליינט דעם אינטערוויו, נאכנישט אנגעיאגט ס'גאנצע, אבער דער שרייבט זייער קלאר ארויס דעם פראבלעם, מ'קען דאס זייער גוט פארשטיין, אפגעזען צי דאס איז מיט אן אגענדע צי נישט...


איך האב מער אנגעהויבן שעצן 'אייוועלט' נאכן אדורך ליינען דארט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

ס'איז זייער ציפעדיג!

ס'פילט זיך נישט ווי ס'איז געשריבן מיט האס..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

אלטער האט געשריבן:

איך האב מער אנגעהויבן שעצן 'אייוועלט' נאכן אדורך ליינען דארט!

נעקסט קומט א קונטרס אקעגן די וועלט, כמיין אייוועלט..
'ומאתים לנוטרים את פריו'
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

ניין און יא האט געשריבן:
פרינדזשעס.. האט געשריבן:קען איינער ביטע ארויפלייגן די PDF?
ייש"כ למפרע.

גאמ

גא"מ
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

מאתים האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן:

איך האב מער אנגעהויבן שעצן 'אייוועלט' נאכן אדורך ליינען דארט!

נעקסט קומט א קונטרס אקעגן די וועלט, כמיין אייוועלט..

קען זיין, איך קען אויך שרייבן וויפיל צייט ס'פטרלענט... אבער די אטמעספערע וואס דא איז דא, איז זייער ריין און אויסגעהאלטן!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

בוידעם האט געשריבן:אגב, נישטא אזא זאך וואטסעפ אן סטאטוס.

ס'איז דא א טירד פארטי עפפ, וואס בלאקירט סטעטוס,
The Divided States Of America
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

פרוביר אויך האט געשריבן:צ"ק סופער דזאב
The Divided States Of America
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: א גרוס פון יענע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

יש בו האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:אגב, נישטא אזא זאך וואטסעפ אן סטאטוס.

ס'איז דא א טירד פארטי עפפ, וואס בלאקירט סטעטוס,

קענסט שטעלן א לינק?
מען דארף מודיע זיין משומר, ער ווייסט נישט דערפון??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”