א דאפעלטע רעטונג!!! -קאמענטארן-

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

יש לו מנה האט געשריבן:אי''ה ביי די קומענדיגע וועלעך שרייבן א אין קורצן פון פריער

א דאנק , זייער עֶפּרִישִׁיעֶטעֶד
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

זייטס מיר מוחל.

די וואך וועט נישט זיין קיין פארזעצונג.

איי עם סארי. האופ טו סי יו נעקסט וויק.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

פליז!
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

בלא בלא בלא האט געשריבן:פליז!
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

א שאד
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

חבל על דאבדין
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אין קורצן פון פריער:

משה שמואל און רפאל אנטלויפן אינמיטן די נאכט פון טרעזינשטאט קאנצעטראציע לאגער, רפאל ווערט געשאסן ביים אנטלויפן.
א פארשלייערטער פערזאן שטאט אפ א באזוך אינמיטן די נאכט, אין די סי איי עי הויפט קווארטירן, זיינע מאטיוון זענען פארהוילן.
די סי איי עי באקומט א נייע קוואל אין מאסקעווע, זיין קאוד נאמען איז פארפרוירענע אייז.
זעמעלע און יצחק'ל לערנען אין אינווערסיטעט ווען איין טאג באקומען זיי א פארשלאג וואס וועט זיי טוישן דאס לעבן.
'די אידישע גרופע' א מייסטער פלאן געוועבט דורך מסירות נפש אידן אין רוסלאנד וויאזוי צו פארשפרייטן ג-ט'ס תורה.
ברוך א משפיע אינערהאלב 'די אידישע גרופע' ווייסט נישט אז ער ווערט נאכגעפאלגט.
לעצט פארראכטן דורך יש לו מנה אום זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 7:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

זיבעטע פארזעצונג:

.....

אביסעלע געדולד!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

יש לו מנה האט געשריבן:זיבעטע פארזעצונג:

.....

אביסעלע געדולד!

די ביסט זייער גוט
פארוואס דארפסטו אונז אזוי אנרייצן ?
איך קען נישט האבן טענות ווי לאנג עס איז א מתנת חינם לייג אריין אדווערטייזמענט אביסל וועל איך קענען האבן טענות (פארשטייט זיך מיט רשות פון אררענדאר)
דזשאסט קידינג
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

זיצען מיר דא מיט שפאנונג אינאיינעם...
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

יש לו מנה האט געשריבן:זיבעטע פארזעצונג:

.....

אביסעלע געדולד!

געדולד עקספייערט
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

יש לו מנה, ביטע, מיר קענען שוין נישט אויסווארטן
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

איך בעט ענק אלע איבער, איך בין נישט אוועק געלאפן.

כ'בין זייער ביזי די יעצטיגע טעג, (ניין איך בין נישט קיין אתרוג סוחר) אי''ה מחר אויב די צייט וועט ערלויבן.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

ייש"כ פון פאראויס
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

זיבעטע פארזעצונג!

דזשארדזשיע 1938 למספ'

זעמעלע האט שטאטליך צוזאמגעלייגט זיין תפילין, ער געקוקט אויף זיין זייגער און געזעהן אז ער האט נאך א גוטע פופצן מינוט ביז די באזע וועט אויפשטיין, א קילע ווינט האט מילד געגלעט זיינע מידע ביינער און געפענט זיינע פארשטייפטע מוסקלען, ער האט געלאזט די פרימארגן מיט איר קלארע שמעק אריינדרינגען טיף טיף און זיין קערפער.

די יעצטיגע צייט אין טאג איז געווען זיין בעסטע, נאכן פארברענגען צוויי יאר אינעם מיליטערישן באזע האט ער געוואוסט פון ערפארונג, אז אויב ער וויל אביסעל רואיג צייט צו פארברענגען מיט זיך זעלבסט, איז עס נאר אינדערפרי פארן מיליטערישן רוטין הייבט זיך אן, און ער האט נישט געהאלטן ביים מוותר זיין דערויף.

די קול פון פארטריקענטע בלעטער ווערן צוטרעטן האט אים געזאגט אז איינער קומט צו גיין אין זיין ריכטונג, ער האט געהאפט אז ס'איז נישט עפעס א לאנגווייליגער וועכטער וואס האט נישט וואס צו טוהן און זעהנדיג אים האט ער באשלאסן צו קומען אביסעל שטופן די צייט און אפשר אויכעט שפילן קארטן, זיין אנגעצויגענקייט האט אבער נאכגעלאזט ווען ער האט געזעהן אז ס'איז אלען דולעס.

אלען דולעס איז געווען א שפיאנאזש אנאליסט, פינעף און פערציג יאר אלט, א הויכער מאן, מיט א קאלטע כאראקטאר, אבער א צוגעלאזענע פערזענליכקייט, זיין ארבעט איז געווען צו טרענירן די פרישע אגענטן וויאזוי אפצוליינען און אנאלאזירן שפיאנאזש באריכטן, און ארויסלערנען א באדייט פון יעדע ברעקל באווייז.

כאטש ס'איז געווען אסאך יארן צווישן די צוויי, האבן זיי אבער געטראפן א געמיינזאמע שפראך צווישן זיך, זעמעלע האט ארויפגעקוקט אויף אלען אלס זיין שטאנד און זיין פערזענליכקייט, און אלען האט גאר שטארק געגליכן דעם יונגען קאדעט, דאס שארפע כיטרע קאפ און גלייכצייטיג נישט פארלירן דעם ישוב הדעת, האט גאר שטאררק באיינדרוקט אלען, און ער איז געווען זיכער אז זעמעלע האט א גרויסע צוקונפט אין די שפיאנאזש וועלט.

אלען האט געגריסט זעמעלע, און זיינע אויגן זענען געפאלן אויף די תפילין וואס זעמעלע האט אקוראשט גענדיגט צוזאמלייגן, ער האט זיך געשפירט גענוג נאנט מיט זעמעלע אים צו פרעגן וואס דאס איז, און זעמעלע האט אים גערן געגעבן צו פארשטיין וואס דאס איז, ער האט זיך אריינגעלאזט אין א שטיקעל שמועס מיט אלען איבער אידישקייט פון וואס אלען איז גאר שטארק באיינדרוקט געווארן, די פאקט אז זעמעלע האט אפילו דא אין באזע ווייטער געהיטן אויף זיין רעליגיע מיט א שטארקייט, האט געברענגט אין אים א שטארקע רעספעקט צו די אינגערמאן.

''איז דיר נישט שווער צו זיין דער איינציגסטער איד אינעם גאנצן לאגער?'' האט אלען געוואלט וויסן.

זעמעלע'ס געזיכט איז פארטונקעלט געווארן, און ער איז שטארק פארטראכט געווארן, אלען האט געזעהן אז ער האט ארויפגעטרעטן אויף א הינער אויג האט ער זיך אנטשולדיגט, און געוואלט פארזעצן צום קומענדיגן נושא, אבער זעמעלע אין זיין פארחלומ'טקייט האט נישט געהערט אלענ'ס אנטשולדיגונגס, און ער האט אנגעהויבן דערציילן מיט א פארקלערטע מינע די גאנצע היסטאריע, פון ווען ער האט זיך באקענט מיט יצחק בינדער, זייער טעגליכע שיעור אין מאנהעטן, און דערנאך אין קאלעדזש, וויאזוי יצחק האט ארויסגעהאלפן ביי זיי אין שטוב מיט געלט, און אזוי דערהאלטן די משפחה נישט אויסצוגיין פון הונגער.

אלען האט זיך צוגעהערט מיט א שטארקע אינטערעסע.

און זעמעלע האט פארגעזעצט, ''און אנפאנג ווען מיר זענען געקומען האבן מיר ביידע עס זייער געגליכן, די מיסטריעזע וועלט פון שפיאנאזש איז עפעס וואס האט אונז ביידע זייער געצויגן, און מיר האבן געמאכט גאר אסאך פארשריט, נאך איין אהאלב יאר, ווען מ'געבט די געלעגענהייט פאר אלע קאדעטן אויסצואוועלן צו זיי ווילן פארזעצן זייער טרענירונג צו ווערן א פולשטענדיגער אגענט, אדער ענדיגן ווי זיי האלטן יעצט און פארלאזן די מיליטער, האט יצחק געקליבן צו ענדיגן זיין טרענירונג, און צוריקגיין אין אינווערסיטעט.''

''אין אנהייב האב איך נישט געקענט פארשטיין וואס האט געברענגט פאר יצחק צו פארלאזן דאס מיליטער, ווען כ'האב אים געדרוקט פאר א ענטפער, האט ער מיר געגעבן צו פארשטיין אז צו בלייבן דא מיינט זיין א פולשטענדיגער קנעכט פאר די מיליטער, אזאך וואס ער וויל בשום אופן נישט זיין.''

כ'האב מיך פרובירט צו טענה'נען מיט אים אז ס'איז נישט אזוי ווי די סאלדאטן וואס מ'קען אייביג אריינרופן אין דינסט ווען די מיליטער דארף זיי, ווידעראום מיר באקומען א באשטימטע צאל שטונדן פער יאר וואס מיר דארפן טוהן ארבעט פאר די מיליטער, צו איז דאס ברעכן קאודס אדער אפילו ארויסגיין אויף א מיסיע, אבער מיר זענען זעלבסט שטענדיג.''

''יצחק אבער האט אנדערש געהאלטן'' האט זעמעלע פארגעזעצט ווען זיין שטימע האט זיך שוין אויסגעקלארט און זיינע אויגן האבן דירעקט געקוקט אין אלענ'ס פנים אריין, ''ער איז געווען איבערצייגט אויף אונז ביידע אז די מיליטער גייט אונז נאך אסאך נוצן, זיין טענה איז געווען אז די קאמוניסטישע רוסלאנד וואקסט אויס צו זיין א גרויסע געפאר פאר די פאראייניגטע שטאטן, און די מיליטער מאנגעלט און פערזאנען וואס קענען א פליסיגן רוסיש און זענען אויך טראסטבאר, במילא האט ער געהאלטן אז אונז וועט מען אסאך נוצן, צוליב אונזערע קענטעניסן אין די רוסישע שפראך.''

''איך מוז מודה זיין'' האט זעמעלע צוגעלייגט נאך א קורצע שטיל שווייגעניש, ''אז טיף אין הארץ האב איך אויך געוואוסט אז יצחק איז גערעכט, אבער כ'האב מיך נישט געקענט ברענגען צו פארלאזן די שפיאנאזש וועלט.''

אלען האט געשמייכעלט, ער האט גוט געוואוסט וואס ס'מיינט פאר איינעם וואס געוואוינט זיך איין צו לעבן ווי א שפיאן, איז זייער שווער עס אפצולאזן, און ער האט נישט געדרוקט ווייטער אויף זעמעלע.

זיי האבן זיך ווארעם געדרוקט די הענט, און זיך צושיידט, זעמעלע האט נאך עספיעט אנצוקומען אין צייט צו זיין קאמפעני.

און אלען איז צוריק צו זיין טעגליכע רוטין.

------

מאסקעווע. רוסלאנד. 1938 למספ'.

ברוך האט געשפאנט מיט שנעלע טריט נישט פארדעכענדיג עפעס, אין זיין קאפ איז ער איבערגעגאנגען די גאנצע שיעור וואס ער דארף היינט געבן.

די שיעור האט ער געדארפט געבן פאר א נייע גרופע וואס האלט קוים ביי זייער דריטע שיעור, ער האט געוואוסט פון ערפארונג אז די ערשטע שיעורים זענען אייביג די קריטישסטע, אויב מאכן זיי אפ צו בלייבן, האט מען פארדינט נאך אפאר אידישע נשמות אריינצוברענגען תחת כנפי השכינה, אבער אויב נישט איז צרות, נישט איינמאל האט מען געדארפט אוועקשיקן סטודענטן ווייט אוועק צו אנדערע שטעט אויס מורא אז זיי זאלן נישט ווערן געמסר'ט, דורך געוועזענע פריינט וואס האבן אין די ענדע אפגעלאזט די גרופע.

טאקע דערפאר האט מען געמאכט אזא שטרענגע סיסטעם אז נאר נאכן מיטהאלטן די סיסטעם פאר אפאר יאר קען מען קומען צו לעבעדיגע שיעורים, אבער אפילו אזוי איז שוין געווען פעלער ווי סטודענטן האבן אלעס אפגעלאזט, במילא האט מען געדארפט זיין זייער פארזיכטיג.

זיך איינדרייענדיג אויפן כאברויסק גאס, האט ער באמערקט א פארשוין וואס איז געזיצן נישט ווייט פון אים מיט ליידיגע פלעשער וואדקע ארום אים און הויך געגרעבצט, דער פארשוין איז אים נישט געפאלן, זיינע אויסגעשארפטע חושים האבן אים געווארענט זיך צו היטן פון די מאן.

ווען ער איז יענעם דורכגעגאנגען האט ער געשפירט יענעם'ס בליקן אים שטעכן אין רוקן, ברוך איז קיין נאר נישט געווען און ער האט פארשטאנען אז ער וועט דא דארפן מאכן פארשידענע שטיקלעך זיך ארויסצוזעהן פון דעם פלאנטער.

ווען ער האט זיך דערווייטערט פון יענעם, האט ער געגעבן א שפרינג אריין אין א הויף אויפוועקענדיג אפאר הינדלעך, ער איז געווען פארזיכטיג נישט צו מאכן קיין גרודער, אין די בעק האט זיך דער הויף געגרעניצט מיט נאך א הויף און ער איז איבערגעטאנצן די צוים צו יענע הויף און פון דארט איז ער ארויס צו א צווייטע גאס.

ער האט גוט געוואוסט אז אפילו יעצט האט ער זיי אויסגעשפילט איז ער נאכנישט ארויס פון געפאר, ס''ה האט ער עס אפגעשטופט מיט אפאר מינוט, ער האט מיט זיינע אויגן געזוכט א טעקסי וואס זאל אים העלפן אנטלויפן פון געגענט, זיין ווארטעניש איז אבער געווען אומזינסט, ס'איז נישט געווען קיין איין טעקסי אין די געגענט.

אן קיין סאך ברירות האט ער אנגעהויבן שפאנען מיט שנעלע טריט, פרובירענדיג זיך צו דערווייטערן וואס מער פון די געגענט, שטילעהייט האט ער געהאפט אז יענע פארשוין איז טאקע געווען א פשוטע שיכור פון גאס, אבער גאנץ אינערליך האט ער געוואוסט אז ס'איז שטותים, און ער דארף מאכן פליטה, אבער שוין.

זיינע אויגן האט ער געהאלטן אפען אויפן גאנצן ארום, זיכער צו מאכן אז ער ווערט נישט נאכגעפאלגט.

און דאן האט ער זיי באמערקט.....

פארזעצונג קומט אי''ה.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

א דאנק, מאסיווע ארבעט
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

מעכטיג
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

איך ווארט שוין אויף די נעקסטע
יאיר ויזרח
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 7:10 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר ויזרח »

גאר גוט עס יוזשעל!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

א פדף אויף ביז אהער
אטעטשמענטס
פ ד ף אויף ביז אהער.pdf
(138.55 KiB) געווארן דאונלאודעד 64 מאל
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ש'כח @ניין און יא
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

מחר בעז''ה
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

וואס?
נאך א קאפיטל
WOWE ערב יו"ט
מעכטיג, א גוטע סופרייז לכבוד יו"ט
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

גראדע קומט גאנץ א געשמאק שטיקעל
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א דאפעלטע רעטונג!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

איך קען קוים ווארטן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”