די טאפלטע אטאקע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זעץ
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 3:36 pm

די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעץ »

ערשטער קאפיטל


אין דער "קאסעם פראווינץ" אין דרום איראן, זיצט זיך "אבו חוסען אכמאלאלא" אין זיין דריי שטאקיגן פאלאץ אויף א רויטן געפלאכטענעם טעפיך, און נאגט ארויס די לעצטע טראפן פון זיין נארגילא, ווען צו זיין זייט זיצט זיך זיין עלעף יעריגס אין זינגט זיך אונטער א לידל.

זײַן פאטער אכמאלאלא איז א באקאנטע פיגור דארט אינעם געגנט אבער נישט צוליב זיינע גוטע טאהטן וואס ער טוט פאר די דארטיגע איינוואוינער, ווארום ער טוט דאס זעלטן.

די מענשטהייט וואס קענען אים זענען מער פון די וואס פארשטייען שוין די באדייט פון פחד, און טייל מאל שוין אויך געשפירט אויף די אייגענע הויט וואס עס מיינט ווייטאג.
אכמאלאלא איז געווען א זעלטענע פיגור וואס מען געפינט ווייניג. דאס ווארט גוטסקייט איז ניטאמאל געווען א צוגעקומענע קרוב פאר אים.
ארום אים האט יעדער געוויאוסט איין זאך, ווער עס דינט נישט זיינע אינטערעסן קען זיך געזעגענען פון די זוהן. ער האט שוין אפגערוימט פון וועג עטליכע צענדליגער מענטשען, יעדער פאר א אנדערע סיבה, אבער האט קיינמאל געדינט א טורמע טערמין, ניטאמאל א משפט, די פאליציי אין די געגנט האט געציטערט פון דעם בארבארישן אכמאלאלא ווי פונעם טייוול און איז געווען קעגן אים ווי א מייזל קעגן א גרופע לייבן. אכמאלאלא האט געהאט אונטער זיך א שטאב מיט באדינערס און משרתים וואס האבן זיך גערירט פאר זיין אטעם, און געשטאנען גרייט אויף יעדע באפעל פון זייער בעל הבית, ציטערנדיג ווי פליגן.

זיין געלט קוואל איז געקומען פון דעם דערנעבענדיגן אויל פעלד וואס האט ארויסגעגעבן טויזענטער פעסער אויל א טאג און האט אנגעפילט זיין קאסע מיט שווערע ביליאנען יערליך.
אכמאלאלא זיצט זיך א אינדערהיים אנגעפאשעט ווי א היפאפאטימעס. ער האט נארוואס פארציקט א גאנצע קאטשקע פאר מיטאג און קען זיך קוים רירן, אבער זיין מוח וועבט שנעלע פלענער וואס פארמירט אטאמישע באשלוסן.

דאס לעבן דא אינעם קאסעם פראווינץ אלס שרעקווארפענדען פערזאן שמעקט עם זייער אבער איז עם שוין גאנץ נמאס געווארן. ער האט טאקע דא א ריזיגע פלאץ מיט די מערסט לוקסריעזע איינרוכטונגען, צענדליגע וועכטער באוואכן דעם הויז פיר און צוואנציג שעה א טאג, ער האט א הערליכע גארטן מיט א ריזיגע וואסער ווי עטליכע שיפן שטייען גרייט פאר זיין שוואוילטאג. ער האט טאקע כמעט אלעס אבער דאך נישט אלעס. אכמאלאלא'ס געדאנקן זענען ווילד געלאפן און אטאמישע פלענער האבן זיך געוועבט ביי עם אין קאפ. ער האט באשלאסן אז ער וועט זיך נישט אפהאלטן פון גארנישט אז זיין תאווה זאל פארפילט ווערן. און ווען עס איז דא א זאך וואס אכמאלאלא וויל, פאסירט עס אטאמאטיש. און אויב איינער שטייט אין וועג מאכט אכמאלאלא זיכער אז דער יענער שטייט מער נישט ביז אייביג, פון דענסמאל און ווייטער ליגט ער...

און אזאלעכע פלענער האט זיך געוועבט ביי אים אין קאפ. ער האט געוואוסט אז אזא זאך קומט נישט צופיס. ער וועט דארפן אריינלייגן א שיין ביסל ארבעט צו דערגרייכן די יעצטיגער חלום זיינע, אבער ער איז געווען קאמפס גרייט. ער מוז נאר האבן די ריכטיגע מענטשן יעצט און זאכן וועלן זיך נעמען פארן ווי א באן.

ער האט ארויסגעלאזט א ברום פון זיין אויליג'ן פיסק און ביז א סעקונדע האט זיך א דערשראקענע באדינער באוויזן.

"גיי צום פאליציי שעיף" באפעלט ער דעם וואקעלדיגן מכמודי, "און זאג אים אז ער זאל זיין ביי מיר אין צוויי שעה פון יעצט פאר א דרינגענדע זיצונג".
אין א אויגנבליק איז מאכמודי ארויסגעלאפן און האט זיך גלייך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום פאליציי סטאנציע אפירצוזוכן דעם שעיף און אים איבערגעבן דעם איינלאדענונג.
אין דער זעלבע צייט האט אכמאלאלא געשיקט אן אימעיל צום הויפט פון די אינערליכע שפיאנאזש אגענטור אינעם דערנעבנדיגן "חוסען פראווינץ" וואס איז גאר א גרויסע געגענט און האט אונטער זיך א ריזיגע באפעלקערונג, מיט א גאר שטארקע פאליציי'שער קראפט כמעט ווי אן אייגענער מיליטער. און אים געבעטן אויב ער קען זיין ביי אים אין הויז אויף צוויי שעה ארום פאר א גאר וויכטיגע און העכסט קלאסעפאצירטע מיטינג, און ער זאל אויך מיטברענגען מיט זיך דעם דארטיגן פאליציי שעיף, אכמאלאלא האט דווקא אויסדערוועלט די דריי מענטשען פאר זיינע פלענער צוליב די שטארקע געלט תאווה אין וואס זיי האבן זיך אויסגעצייכנט.

ביז עטליכע מינוט איז ווי ערווארטעט צוריקגעקומען א אימעיל רעפליי פון "אבו חייטון" - דער שפיאנאזש הויפט, אז ער מיט'ן פאליציי שעיף וועלן זיין ביי אים אין צייט.
גלייך ווען דער פאליציי שעיף, "חוסעין על באקון", האט באקומען דעם מעלדונג פון מאכמודי איבער דעם מיטינג מיט אכמאלאלא האט ער נישט געוואוסט וואס צו טראכטן. ס'איז נישט געווען די ערשטע מאל וואס אכמאלאלא רופט אים אראפ, אבער געווענליך ווייסט ער שוין פאר דעם אז עס קומט א קאנווערט מיט כאבאר איבער דורך לאזן זיינ'ס א שווינדל און פארמאכן די אויגן פון די פאליציי פאר א וויילע, אבער יעצט א מיטינג? אומגעראכטן? ס'האט אים אויסגעזען גאנץ שרעקעדיג. אבער נישט גיין איז אים ניטאמאל געקומען אויפ'ן געדאנק, ער האט בכלל נישט געזוכט זיך אנצוהייבן מיט דעם שעדליכן הונט, ער האט גענומען אלע אפציעס אין באטראכט און אריינגלייגט ביי זיך אין קעשענע זיין גאן איז זיך געמאכט גרייט צום מיסטעריעזן מיטינג.

צוויי שעה שפעטער האט דער שעיף אריינשפאצירט צו אכמאלאלא אינדערהיים. זיין שטרענגע מינע וואס ער האט פראבירט ארויפצוזעצן אויף זיין געזיכט איז גלייך צורינען נאכן זען די שארפע אויגן פון דעם פלייש באצירט'ן אכמאלאלא און ער האט פארשטאנען אז דא קומט עפעס דראסטיש.

נאך א מינוט איז דער הויפט פון די אינערליכע שפיאנאזש אנגעטור אבו חייטון אנגעקומען מיט זיין שיין אויסגעקעמטן טשופ און שמייכל'דיג'ן פנים וואס האט געשריגן פעסטקייט און צוזאמען מיט אים דער באקאנטער פאליציי שעיף פון דער חוסען פראווינץ וואס האט נישט אויסגעזען ווי ער האט אמאל איבערגעהיפט א פרישטאג, אבער קעגן דעם אכמאלאלא זענען זיי אלע דריי געווען ווי הינער אינעם שטייג.

אכמאלאלא האט נישט לאנג געלאזט ווארטן נאר זיי געהייסן זיך אראפזעצן נעבן אים און האט גלייך געשאסן די באמבע.

---

די דריי מענטשען וואס זענען דארט געזיצן זענען געבליבן מיט אפענע מיילער אן א פינטעלע רויטקייט אויף זייערע באקן, נישט אזוי ווייט איבער די געוואגטע זאך וואס אכמאלאלא וויל, צו זיינע קאפריזן זענען זיי שוין געווען געוואוינט. עס איז אבער קלאר געווען פאר זיי אז דאסמאל איז נישט שייך זיי זאלן אים קענען צופרידן שטעלן.

אויף אזאנס האבן זיי זיך שוין נישט גערישט...
פאזעצונג קומט אי"ה...
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

די דאנק וועט נאכקומען ווען די פארזעצונג וועט קומען צו די גליקליכע ענדע...

גיי אן!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

זייער אינטערעסאנט
אבער פון ווי קומט די מעשה?
ערגעץ לויפט יעצט די מעשה און פארזעצונגען
די ערשטע צוויי האב איך שוין געליינט
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

אייוועלט שרייבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט
אבער פון ווי קומט די מעשה?
ערגעץ לויפט יעצט די מעשה און פארזעצונגען
די ערשטע צוויי האב איך שוין געליינט

עס קומט פון דא
אטעטשמענטס
unnamed.png
unnamed.png (283.24 KiB) געזען 2170 מאל
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
מנחה מעריב'ל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחה מעריב'ל »

גאנץ גוט...

כ'האף נאר אז ער וועט ענדיגן אויך. נישט מיר לאזן סטאק מיט דעם כאכמאלאכאלאלאגא (כ'מיין אזוי הייסט ער, יא?)
אוועטאר
אלטע מלמד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע מלמד »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
[email protected]
סלאווא אוקראיני
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

מנחה מעריב'ל האט געשריבן:גאנץ גוט...

כ'האף נאר אז ער וועט ענדיגן אויך. נישט מיר לאזן סטאק מיט דעם כאכמאלאכאלאלאגא (כ'מיין אזוי הייסט ער, יא?)

:lol:

יאפ סקוקט אויס פיין... מיר ווארטן מיט שפאנונג
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
וויאזוי קען מען זיך אויפשרייבן צו טראמבאן?
זעץ
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 3:36 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעץ »

אייוועלט שרייבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט
אבער פון ווי קומט די מעשה?
ערגעץ לויפט יעצט די מעשה און פארזעצונגען
די ערשטע צוויי האב איך שוין געליינט

די פארזעצונג איז געלאפן אין טראמבאן,
לאור וואס זיי האבן אויפגעהערט לע"ע מיט זייער אויסגאבע, טו איך ווייטער פארזעצן מיט דעם פאזעצונג דא אויפ'ן וועלטל
פאזעצונג קומט אי"ה...
זעץ
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 3:36 pm

פארזעצונג #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעץ »

ווען די דריי הויכראנגיגע פארשוינען האבן פארלאזט אכמאלאלא'ס וואוינונג האבן זיי ביי זיך אין הארץ געוואוסט אז דאס וואס אכמאלאלא האט ארויפגעלייגט אויף זייער קאפ אנצופירן איז ווייט ווייט פון גרינג און אויך זייער שעדליך.

אויב וועט זיין פלאן זיך אויסארבעטן קען דאס זיין פאטאל, שעדליך, און ווייטגרייכנד. אבער די רייץ נאך די טויזענטער'ס וואס ער האט זיי צוגעזאגט און די אויסנאמליכע פחד וואס זיי האבן געהאט פאר אים האט געפירט צו די באשלוס א שאקל צו טאן דעם קאפ ארויף און אראפ צו אכמאלאלא'ס פלאן, און נישט אויף רעכט צו לינקס ווי זיי וואלטן ווען געזאלט טאן.

כאטש וואס פון אנפאנג ווען אכמאלאלא האט ארויסגעשאקלט די ערשטע פאר ווערטער פון פיסק האבן זיי אלע געשפירט ווי די הימל נידערט אראפ אויף זייערע קעפ, זיי זענען געווען זיכער אז דאס מאל האט ער איבעגעטריבן. אבער נאך אנדערטהאלבן שעה רעדן און דיסקוסירן אלע פלענער און אפציעס, זענען זיי שוין געווארן איבערגענומען פון אכמאלאלא'ס עקסטאז, און פארשטייט זיך פון זיינע געלט צוגעזאגעכצער, און זענען געווען פולקאם גרייט אריינצושפריגען אין די מיסיע, און איינמאל פאר אלעמאל געבן א גוטע פראסק פאר די אמעריקאנע מיליטער.

אכמאלאלא אליינס האט זיך געפאטשט דאס בייכל פאר פרייד און זיך געגרייט אויף דער דאזיגער מינוט ווען זיין פלאן וועט פארווירקליכט ווערן, און ווי וואנזיניג עס הערט זיך האט ער פשוט און גראד זיך פארגלוסט אין אן אמעריקאנעם "אפאטשי" - די טייערסטע און בעסטע מלחמה העליקאפטער!

דאס איז וואס ער וויל יעצט און איז גרייט אדורך צו פירן.

פאר די פארנאטישע איראנע חברה האט ער געפלוידערט וועגן א פראסק פארן אמעריקאנעם שטן, און ווי א יעדער איינער וועט רעדן פון די איראנער שטארקייט און געוואגטקייט, אבער ער האט מיט די אמעריקאנע גארנישט געהאט און ער האט געוואוסט אז ער איז ווי א זייפן בלאז אנטקעגן זיי, ער האט פשוט געגלוסט אין אזא העליקאפטער, צולייגנדיג א שורה אויף זיין תאווה ליסטע צו ערפילן.

ער האט פון אנפאנג אן געהאלטן אז עס וועט זיין גרינגער דאס צו מאכן רעאליטעט ווי די דריי האבן עס אראפגעלייגט פאר אים, אבער אפילו עס וועט זיין שווערער און אפקאסטן מער געלט ווי געפלאנט גייט דאס פלאן ווייטער מיטן פולן קראפט.

די נעקסטע זאך וואס אכמאלאלא האט געטון איז געווען א ברייטע לחיים אויף די אנהויב פון זיין אקציע ווי עס האבן זיך אויך באטייליגט זיינע צוויי זון.

זיין עלטסטע איין אין צוואנציג יעריגע זון "אבו חוסען אכמאדין", מיט זיין אינגערע עלעוו יעריגע זון "אבו חוסען באהירי", ווי ער האט זיי מיטגעטיילט זיינע פלענער וואס ער וויל עררייכן, און פונקטליך וויאזוי דער העליקאפטער גייט אנקומען צו דעם פארשטופטן קאסעם פראווינץ, מיט גרויס צופרידנהייט אויף די גוטע אנהייב.

דער אינגערע זון האט געשטורעמט פאר פרייד פון דעם פלאן און קוים געקענט ווארטן ווען דער העליקאפטער וועט לאנדן ביי זיי אין הויף, אבער דער עלטערער אכמאדין איז געבליבן זיצן מיט א ברייט צועפענטע מויל און שאקירט פון זיין פאטערס געוואגטקייט.


צווייטער קאפיטל

"א שווארצע מיטל יעריגער מאן" זאגט מיסיס סמיט פארן פאליציי אויספארשער צום דריטן מאל, "ער האט אנגעהאט העל ברוינע שיך מיט א גרויע טאשקע אין די הענט" לייגט זי צו מיט א טאן פון זארג.

דער אויספארשער איז שוין מיד צו איבער הערן דעם זעלבען סטעיטמענט, פון די זיבן מענטשען וואס ער האט שוין אויסגעפארשט היינט, האט יעדער איינער גענוי די זעלבע אינפארמאציע, די זעכציג יעריגע פרוי וואס ער פארשט יעצט קוקט אויס זייער דערשראקן און באזארגט אבער זי האט גארנישט וואס צוצוגעבן סיידן די אינפא. וואס ער ווייסט שוין.

זינט היינט אינדערפרי ווען עס איז אריינגעקומען די קאל צו די קאליפארניע פאליציי דעפארטמענט איבער א פארדעכטיגטער פארשוין ביי די לאקאלע נורסערי סקול געביידע אויף די "נערססי גאס" אין לאס אנזשעלעס קאלעפארניע האט ער שוין געפארשט זיבן עדות וואס האבן אריינגריפן אין די זעלבע האלבע שעה איבער צוגעבן אז עס איז דא א פארדעכטיגע "סאספעקט" אין די אומגעגענט פון די סקול, אבער מער פון דעם אז ער איז געווען מיטל יעריג און שווארץ מיט ברוינע שיך און א גרויע האנט טאשקע איז ער נאך גארנישט דערגאנגען.

און זיין דרייצן יעריגע קאריערע האט ער שוין באוויזן אויפצוברעכן געפארפולע באנדעס און צו ברענגן שרעקעדיגע פארברעכער צו גערעכטיקייט, אבער די פעלד אין וואס ער האט זיך אויסגעצייכנט איז טאקע געווען דאס אפירזוכן שפורן פון מענטשן וואס האבן דאס זייער גוט באהאלטן, ער איז געווען א עקספערט אין זען זאכן וואס איז באהאלטן פאר אויגן פון געווענליכע מענטשן, זיין געפיל האט אים געזאגט אז דער היינטיגע אויספארשונג איז עפעס ספעציעל. דאס אז ער איז געווען אזוי אויפפאלד פארדעכטיגט אז זיבן אנדערע מענטשן האבן דאס אויפגעכאפט און באריכטעט אבער דאך אזוי באהאלטן און קאמפליצירט אזש אלע סעקיורעטי קעמרעס וואס ער האט שוין עספיעט איבער צוקוקן זענען געווען אדער גענוי אויף די פארקערטע ריכטונג פונעם וועג וואו ער האט געריכטעט זיינע טריט, אדער האט עס געהאט א מעכאנישער פעלער 'פונקט' אויף דעם פרייטיג, און דאס האט נישט איבער געלאזט קיין שפורן פון דעם געזוכטן.

ער האט שוין חרטה געהאט פארן אריין ברענגען דעם אלטשיקן מיסיס סמיט איר אויסצופרעגן ווייל עס האט אויסגעזען ווי זי האט ממש נישט וואס צו טון איבערן טאג און געפינט זיך זייער גוט אין זיין אפיס איבער א פרישע מאשין קאפי.

זי האט זיך נישט אפגעהאלטן פון ארויסגעבן אירע צושטורעמטע זארגן איבער דעם פארדעכטיגטן פארשוין וואס האט זיך געדרייט היינט אינדערפרי נעבן די סקול ווי איר נעבער'ס אייניקל לערנט, ווען מיט אירע זעכציג יעריגע אויגן פול מיט טרערן פארענדיגט זי דערציילן די געשיכטע אירע וואס זי האט צוגעזען - שוין צום דריטן מאל.

זיין נייגער איבער דעם פארשוין און זיינע מאטיוון זענען געוואקסן פון מינוט צו מינוט אבער ער האט ממש נישט געקענט דערטאפן וואס און ווער דאס איז.

אויף יעצט אבער, ווייסט ער נאך גארנישט חוץ זיין אויסזען, וואס איז ווי א פליג אין א בארג זאלץ ווען עס קומט צו אינפראמאציע איבער א אויספארשונג אויף אזא איבער געקלוגטן פארשוין וואס האט באוויזן אויפצו וועקן פארדאכטן פאר אזויפיל מענטש,ן אבער פון די אנדערע זייט פארווישט יעדן שפור וואס מען קען ווען האבן פון אים.

זיינע נערווען זענען כמעט אראפגעלאפן פון אים, ער האט געוואוסט אז דא ליגט עפעס טיפער אבער נישט געקענט דערשנאפן וואס.

פארנט פון דעם אלטן רעדנ'דיגע מיסיס האט ער פרובירט צו ווייזן א שטאלצע אומבויגזאמע מינע ווי א געניטע אויספארשער וואס שרעקט זיך נישט פאר גארנישט, אבער אן ערפאלג. רייען פאול, דער בארימטער אינווסטעגעטער איז געווען באזארגט ווי א פיש'ל און נעץ.

מיט א אומגעדולדיגן מינע אויפן פנים האט ער ארויסבאגלייט די באבע וואס האט שוין אויך עספיעט צו פארציילן איבער איר טאכטער'ס וואקאציע פלענער, און אירע אייניקלעג'ס שולע דערגרייכונגען, און ער האט קוים געקענט ווארטן צו זיין אליין מיט זיינע געפילן און זיך געהעריג אריינטון אינעם קעיס, ער האט געוואוסט אז ער דארף דא נעמען אסאך אפציעס אין באטראכט, ער האט איר הייס פארשפראכן אז ער גייט אלעס טון צו פארזיכערן די רואיגקייט פון די לאס אנזשעלעס איינוואוינער.

מיסיס סמיט האט זיך הערצליך באדאנקט און איז אריין און דעם ווארטענדע קאר סערוויס.

גלייך נאכן צומאכן די טיר פונעם קאר האט זי, מיטן דרייווער, אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער.
פאזעצונג קומט אי"ה...
מנחה מעריב'ל
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחה מעריב'ל »

דער פארט פיין... קיפ איט אפ
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

זייער אינטערעסאנט איך ווארט אויף די קומעדיגע די האב איך שוין געליינט
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

יישר כח, זייער אינטערעסאנט
איך וואלט עפרישיעיטעט אויב מ'קען שרייבן אינעם קעפל ווען מ'שרייבט די נעקסטע פארזעצונג
בריגלער
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 7:09 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריגלער »

זעץ! דו זעצט אריין קיפ אפ.
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

ווען גייט עס ווייטער ביז דא האב איך שוין לאנג געליינט איך ווארט אויף די קומעדיגע
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
זעץ
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 3:36 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעץ »

די קומענדיגע פארזעצונגען וועט אי''ה זיין א יעדע דאנערשטאג.
מיר האפן אייך נישט צו אנטוישן.
פאזעצונג קומט אי"ה...
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

זעץ האט געשריבן:די קומענדיגע פארזעצונגען וועט אי''ה זיין א יעדע דאנערשטאג.
מיר האפן אייך נישט צו אנטוישן.

א גרויסן שכח איך ווארט מיט שפאנונג
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

זעץ האט געשריבן:די קומענדיגע פארזעצונגען וועט אי''ה זיין א יעדע דאנערשטאג.
מיר האפן אייך נישט צו אנטוישן.

וואס איז געשען?
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

אייוועלט שרייבער האט געשריבן:
זעץ האט געשריבן:די קומענדיגע פארזעצונגען וועט אי''ה זיין א יעדע דאנערשטאג.
מיר האפן אייך נישט צו אנטוישן.

וואס איז געשען?
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

האללא? וואס איז די פארשפעטאונגס דא?
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

דער האט זיך פארמאכט פונקט ווי די טראמבאן...
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

די ערשטע צוויי האב איך אויך געקענט לייגן דאס איז נאך געווען און טראמבאן ווייטער האב איך נישט און עס קוקט אויס אז ער אויך נישט
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

איך האב גערעדט מיטן טראבאן זיי פלאנען זיי צוריק צו קומען!
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

אייוועלט שרייבער האט געשריבן:די ערשטע צוויי האב איך אויך געקענט לייגן דאס איז נאך געווען און טראמבאן ווייטער האב איך נישט און עס קוקט אויס אז ער אויך נישט

ניין ניין. איך קען דעם שרייבער. ער האט דאס געשריבן דארטן אויך. כ'ווייס נאר נישט פארוואס ער האט זיך אפגעשטעלט...
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: די טאפלטע אטאקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

באטעמטקייטן האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן:די ערשטע צוויי האב איך אויך געקענט לייגן דאס איז נאך געווען און טראמבאן ווייטער האב איך נישט און עס קוקט אויס אז ער אויך נישט

ניין ניין. איך קען דעם שרייבער. ער האט דאס געשריבן דארטן אויך. כ'ווייס נאר נישט פארוואס ער האט זיך אפגעשטעלט...

פשוט מאד, דאס וואס איז שוין געווען פאבליצירט דארט איז געווען גרינגער אהערצולייגן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”