וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

געבוירן א קינד שיין און זיס
פון די מעכטיגע וואכנאכט באלד ווערט א שמועס
וואס גייט מען מאכן עפעס א חידוש
זאל גאר איבערשטייגן די פאריעריגע קידוש

ביים שווער און שטוב ס'איז צי נעבי
ביי מיר אינדערהיים די טרעפיק צי העווי
אה איך ווייס גיט ער א געשריי
מאכן און א טענט עלן מיר געבן א טריי

לאנגע שורות געביגלטע אינגעלייט
שלענגלן זיך שיין אויף יעדע זייט
א סארווער לויפט צי יעדעם באלד
בשר ודגים וכל מטעמים הייס אדער קאלט

פון די אלקאהאל דרינקס הייפערט מען ווערט
אייז קאלטע ביר די שמחה פארמערט
ענדליך צום בעל שמחה מטוט זיך יאגן
שיינע ברכות איהם וואונטשן און זאגן

מוויל דאך זיין אינגאנצן וואויל
מזאגט שמע ישראל און המלאך הגואל
און מזאגט וויפיל נעגעלעך אויפן דאך
זאל זיין אזויפיל מלאכים אויפן וואך

אבער געוואלד טוט איינער מאנען
מה ראית לשנות בין הבנים
עס איז דאך נישטא קיין נעגל אויפן דאך
ווער וועט שטיין די קינד אויפן וואך

איך שטעל זיך אפ טראכטן מיט ווינדער
וואס גייט פאר מיט די אידישע קינדער
סאיז דאך א געפערליכע סיטועישן
סאיז ממש א שרעקליכע דיסקרימינעישן

יעדעמס דאך איז אנדערש געבויעט
אן אנדער צאל נעגל יעדער האט
וואס איז נעבעך שולדיג דער קליין אינגל
אז די בויער האט געלייגט האלץ אנשטאט נעגל..
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שיין!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:שיין!!


א קאמפלימענט פונעם ראש הקהל אלייין - אה סאיז מיר אנגענעם, שכח.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

Very nice
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זיס און אייגנארטיג.
שיינע שורות, זייער הנאה געהאט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

שטומפיג האט געשריבן:זיס און אייגנארטיג.
שיינע שורות, זייער הנאה געהאט.

עצה טובה ווער א בדחן (טאמער ביסט נאכנישט)

ריעלי נייס!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פירורים
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 12:33 am
לאקאציע: ביים גמרא
פארבינד זיך:

Re: וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פירורים »

זייער שיין וואס איז די אדרעס כבין הינגעריג??!!
ביי די וועי א טענט האט געווענדליך יא נעגל דזשאסט 'ילד'סינג
פירורים פירורים מצטרפים ללחם גדול
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין, הנאה געהאט!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

געוואלדיג
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ערשט יעצט אריינגעוואנדערט אהער. שיינע געדאנק און גוט ארויסגעברענגט!

לאות הכרת הטוב וועל איך דיר ברענגען מיינס א געדאנק מענין לענין באותו ענין...

וויפיל נעגל אויפן דאך.jpg
וויפיל נעגל אויפן דאך.jpg (85.14 KiB) געזען 814 מאל


איך האב געציילט אינעם בילד 13 נעגל. פארוואס האט דער גראפיקער ארויפגעשליידערט 13 נעגל אויפן דאך? ווייל ער ווייסט אז וויפיל נעגל - אזוי פיל מלאכים.

און יא! ער ווייסט וואס ער רעדט! עס זענען טאקע דא 13 מלאכים. דער רמ"א ברענגט אין תורת העולה חלק ג פרק כא (ע"פ ספר העקדה), אז ס'דא 7 טעג און 6 נעכט יעדע וואך. שבת איז כולו אור, ממילא האט עס א דין ווי איינס. יעדע טאג/נאכט איז דא נאך א מלאך וואס שטייט שמירה. אלעס צוזאמען 13 מלאכים. אזוי זאגט דער הייליגער רמ"א.

יעצט, ווען ס'קומט א וואך-נאכט ווערן די 13 מלאכים צוטומלט! ס'איז לילה כיום יאיר! תמהין ושיילין, משרתיו שואלים זה לזה: פליאה דעת ממני, איז עס טאג אדער נאכט? ווער דארף שטיין גאַרד? קומען זיך אלע 13 צוזאם און דעבאטירן דעם ענין ביז אור הבוקר... דערווייל היטן אלע 13 דעם הויז... לקיים מה שנאמר: וויפיל נעגל אויפן דאך (13) אזוי פיל מלאכים אויפן וואך (13)...
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: וויפיל נעגעלעך אויפן דאך - אזויפיל מלאכים אויפן וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

זייענדיג אזוי פארנומען מיט דעבאטעס דארף מען זעהן אז זיי זאלן נישט עובר זיין אויפ'ן אל תרגזו בדרך...


שיינע צעטל געדאנק, קריעטיוו!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”