ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

איך בין אמעיזיד
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 14)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

סעפטעמבער 1988

אלישייב'ס שווער פארדינטע אפרוה אין בוכארא האט זיך נישט געצויגן צו לאנג. נאך קוים צעהן טעג פון פרייהיט איז געקומען אן בריוו מיט אן אפיציעלע פאסטמארק פון די ארמיי, וואס מישא האט תיכף געעפנט. אינעווייניג איז געלעגן א בריוו וואס האט קלאר ערקלערט אז זיין אורלויב איז פארקורצט געווארן, און אים באפוילן זיך צו שטעלן פאר זיינע מיליטע אויבערהארן אין מאסקווע ביי א באשטימטן טאג. "א פארזוימונג צו ערשיינען אויף דעם באשטימטן צייט", איז געשטאנען שטרענג, "וועט פאראורזאכן אין די באלדיגע ארעסט אין א מיליטערישע טורמע". מישא האט זיך ווידער געגרייט צו געזעגענען פון זיין פאמיליע, און דאס איז פאר אים געווען א שווערע געשעפט. די שווערסטע איז געווען זיך צו געזעגענען פון גבריאל'ן, ווייל מישא האט געוואוסט אז ער לאזט ווידער איבער דעם לאסט צו פארזארגן פאר די הויז ווערטשאפט אויף זיינע יונגע פלייצעס. ער האט אבער נישט געהאט קיין צוויי ברירות, און דעריבער האט ער שווער געארבעט צו מאכן דעם געזעגענונג ווי גרינגער פאר די משפחה, און אזוי פארמינערן עקסטער צער פאר זיינע עלטערן און געשוויסטער.

א וואך נאכן קריגן דעם באפעהל צו ערשיינען בעפאר זיינע הויפטן אין די מיליטערישע הויפטקווארטירן, איז ליוטענאנט מישא אלישייב אדורך די קרעמלין מויער, און אריין געטראטן אינעם קלאפעדיגע הארץ פון סאוועטישע מאכט און אויטאריטעט. אויף דעם היסטארישן ערד זענען רוסישע טוריסטן געשטאנען אין לאנגע רייעס צו קריגן איינטריט צו טייל פון די הערליכע פאלאצן, קירכעס און ארכיטעקטאנישע וואונדער.

אלישייב איז נישט געווען אין גוסטע צו באוואונדערן האלץ און שטיין, שטאל און אייזן, טראץ זייער קונצליכע געבוי, און איז גלייך געגאנגען אינעם ריכטונג פון די אנדערע געביידעס. די אפגעטיילטע געגנט איז געווען פארבאטן פאר טוריסטן און ציווילע לייט, און איז נאר געווען אפן פאר רעגירונגס לייט, פאליטיקער, מיליטערישע באאמטע, און געהיימס-פאליציי אפיצירן. צוויי מאל איז מישא אפגעשטעלט געווארן דורך באוואפנטע זיכערהייטס סאלדאטן, וועלכע האבן פארלאנגט פון אים זיינע באפעהלס פאפירן, כדי פעסט צו שטעלן אז ער געהערט טאקע אין דעם געגנט פונעם קרעמלין. אפילו ווען זיי האבן שוין פעסטגעשטעלט אז ער האט די זיכערהייטס רשות זיך צו דרייען דארט, האבן אים די סאלדאטן נישט אגעוויזן אין וועלכן ריכטונג ער וועט טרעפן זיין ספעציפישע בנין . זיי האבן געהאלט אז אויב ער איז אין דעם טייל פונעם קרעמלין, איז ער זיכער גענוג פעהיג צו קענען אויסמאכן זיין וועג אליין.

מישא האט געטראפן דעם מיליטערישן הויפט קווארטיר בנין צווישן די מער מאדערנע סטרוקטורן וועלכע זענען געבויעט געווארן אסאך שפעטער ווי די צארישע פאלאצן. כאטש די אלטע בנינים האבן געשיינט מאיעסטעטיש אין יעדן ווינקל, זענען זיי געווען צו פארצייטיש און אלט מאדיש פארן באנוץ פון מיליטער און אינטעליגענץ אגענטורן פון די מעכטיגע סאוועטן פארבאנד.
פארנט פונעם רעכטעקיג בנין איז נישט געווען קיין שומר, אבער אינעווייניג אינעם בנין איז געווען א געווירבל פון סאלדאטן, אפיצירן און באאמטע. נאכן ווייזן זיינע פאפירן פאר די זיכערהייטס באאמטע ביים אויפנאמס-טישל, האט מען אים אנגעוויזן דעם טרעפן וואס ער האט געדארפט נעמען אנצוקומען צום ריכטיגן ביורא אין דעם ריזן געביידע.

ער האט אנגעקלאפט אויפן באטרעפנדע טיר. ווען ער האט געהערט דעם באפעהל פון אינעווייניג, "אריין", איז ער אריין מיט זיינע אקסלען גראד און אויסגעברייטערט ווי עס פאסט פאר אן אפיציר פון די סאוועטן פאלק'ס ארמיי. ער איז געבליבן שטיין פארנט פונעם שרייב טיש, און שארף סאלוטירט דעם גענעראל וואס איז געזעצן הינטער דעם.

"ליוטענאנט מישא אלישייב, אפיציר פון ארמיי פוסטרופע, מעלדט זיך צום דינסט," האט ער פארמאל זיך אנגעגעבן.

"ליוטענאנט אלישייב, זעצט אייך אוועק," האט געענטפערט נישט דער גענעראל, נאר א צווייטער פארשוין וועלכער איז געזעצן אויף דער זייט אין ציווילע קליידער. המממם, נישט קיין מיליטער מאן, האט אלישייב אפגעלייטעט ווען ער האט זיך אוועק געזעצט, אבער דאך א מענטש מיט מאכט, אז ער נעמט איבער די אטאריטעט אין די פערזענליכע ביורא פון אן ארמיי גענעראל.

"וויאזוי איז געווען דיין רייזע, סאלדאט? איך פארשטיי אז דו קומסט גלייך פון די אוזבעקן, אויב האב איך קיין טעות," האט זיך דער גענעראל פריינטליך פאראינטערעסירט.

"מיין רייזע איז געווען אן קיין שטערונג. יא, איך קום פון בוכארא, אין אוזבעקיסטאן."

"גוט, גוט. צו ווייסטו פארוואס איך האב דיר אהער גערופן טאוואריש ליוטענאנט? ווייל מיר זוכן אלץ ניי אפיצירן, פון די בעסטע און די קלוגסטע, יונגע בלוט, איבערצונעמען די פליכטן פון וויכטיגע אמט פאזיציע'ס אין די מיליטער. דיין נאמען איז ארויפגעשווימען," האט דער גענעראל געזאגט.

ער איז געווארן פארטראכט פאר א מאמענט, און געקוקט צווישן דעם ליוטענאנט און דעם אנדערן פארשוין, אהין און צוריק, ער האט אויסגעגלאט זיין ווייסע דיקע האר מיט זיינע פינגער, און מישא האט געטראכט אז דער גענעראל האט די אויסזעהן, און די באנעמונג, פון א געשליפענעם פאליטיקאנט. ער האט געוואוסט וואו און ווען צו קלויבן זיינע ווערטער. מישא האט פארשטאנען אז ער גייט דא ווערן סערווירט א הייסן טעלער בלאף דורך דעם גענעראל און זיין ציווילן גאסט. עפעס וועלן די צוויי אום פרובירן צו פארקויפן, וואס וועט נאר סערווירן זייערע אינטערעסן.

"מיר האבן דיר אויסגעקליבן פון צווישן צענדליגער נעמען פון אפיצירן וועלכע האבן ארויס געוויזן איניציאטיווע, געטריישאפט, און האבן נישט קיין מורא געהאט צו נעמען ריזיקעס," האט דער גענעראל זיך ענדליך געקליבן אין זיינע געדאנקן. "און דו ביזט דער גענויער סאלדאט, געאייגנט פאר די אמט. לויט ווי דו ווייסט, האבן מיר מיליטערישע באזעס אין אונזערע סאטאליט לענדער, כדי צו האלטן די פרידן אין די לענדער, און מאכן זיכער אז די רעגירונגען און ציווילן אין די אלע סאוועטישע לענדער האלטן זיך צו די פעדערעציע פארשריפטן. מיר האבן א באזונדער שטארקער מיליטעריש אנוועזנהייט אין די דויטשע דעמאקראטישע רעפובליק, אין מזרח דויטשלאנד. מיר אפפערן דיר די פאזיציע פון אפיציעלע מיליטערישער ליעזאן צו די דויטשע זיכערהייטס אינסטאנצן, אין אונזער צווייג אין מזרח בערלין. דיר צו געבן א קלארערע בילד פון די אמט'ס פליכטן, און די פונקטליכע דעטאלן וואס דאס אמט פארלאנגט, גיב איך איבער דאס ווארט פאר מיין גוטער פריינט, קאמעראד וולאדימיר קריוטשקאוו."

פון אנהייב האט מישא נישט דערקענט די פנים פונעם צווייטן פארשוין אינעם שטוב, אבער ווי נאר ער האט געהערט דעם נאמען זענען די פאזל שטיקלעך געפאלן אין פלאץ. קרויטשקאוו איז נישט געווען א נאמען באקאנט צווישן דעם המון עם, אבער פאר די וועלכע האבן נאכגעפאלגט די פאליטיק פונעם לאנד, אזוי ווי אלישייב, האט די נאמען יא געטראגן אסאך געוויכט. אינעם שטענדיגן מאכט קאמף וואס איז געווען סאוועטישע פאליטיק זענען געווען פארשידענע נעמען וועלכע פלעגן ארויפשווימען איבער די רעשט, אלס די וועלכע האבן געצויגן די פופע סטרונעס. זיי זענען געווען די שאך שפילער און אינטריגע אגענטן אין די וועלט פון פאליטיק.

איינס פון די נעמען איז געווען וואלדימיר קריוטשקאוו. אלס דער וויצע פארזיצער פון אויסן-פאליטיק, איז ער געווען אויפן שפיץ פיראמידע פון קאנדידאטן איבערצונעמען די לייצעס פונעם אמטירנדע טשעירמאן פון ק.ג.ב. וויקטאר טשעבריקאוו. מישא האט געוואוסט פון יענעמ'ס רעפוטאציע אלס א הארצלאזיגע אידעאלאג, און קאלטער אגענט. קריוטשקאוו איז געווען דער פאראנטווארטליכער וועלכער האט אויסגעפירט די ביטערע אונטערדרוקונג פון די אנטי-קאמוניסט אויפשטאנד אין בודאפעסט, אונגארן, אין 1956.

מר. קריוטשקאוו האט זיך אויפגעשטעלט, און געוואנדן צום טיר. "א דאנק, גענעראל, איך וועל איבערנעמען פון דא. ליוטענאנט, ביטע פאלג מיר נאך."

אלישייב האט געקוקט צום גענעראל פאר רשות צו פארלאזן דעם ביורא, און ווען דער גענעראל האט געשאקלט מיטן קאפ, האט ער זיך אויפגעשטעלט און נאכגעפאלגט דעם אויסן-פאליטיק מינסטער. ווען ער האט סאלוטירט דעם גענעראל בעפאר'ן פארלאנגן דעם צימער, האט דער גענעראל אים געווארנט, "גיב זיך אכט, און היט דיר דיין רוקן," און מישא האט געקענט שווערן אז ער האט געהערט זארג אין יענעמ'ס קול.

שווייגנדיג האט מישא נאכשפאצירט קריוטשקאוו'ן. צוזאמען האבן זענען זיי געגאנגן א היבשן מהלך, צוריק דעם גאנצן וועג וואס מישא איז דורך געגאנגען א שעה פריער, און צוריק ארויס דורך דעם נארד-עסטן מויער טויער פונעם קרעמלין. גלייך אינדרויסן פונעם קרעמלין מויער האט זיך געפונען דער 'רויטער סקווער', א געגנט פון עטוואס צען עיקער, מיט פארשידענע קירכעס, קאטעדראלן, און פאלאצן. די מערסטע באצויבערנד פון אלס סטרוקטורן איז געווען די 'סוויטוי וואסילי' קאטעדראל, מיט ניין קאפעלן, אלע מייעסטעטיש מיט לעבעדיג קאלירטע ציגל און שטיין.

א גרופע פון זעקס סאלדאטן האבן מארשירט מיט זייער געווער אין די פארמאלע מארש סטייל, זייער געשטיוועלטע פיס האבן געקנאקט אויף די געפלאסטערטן ערד, איינס - קנאק - צוויי - קנאק - דריי - קנאק ...קריוטשקאוו האט בכלל נישט קיין אכט גענומען איבער די שיינהייט פון די אלטע בנינים, אדער די מייעסטעטישע סימבאלן פון רוסישע מעכטיגקייט און רום, נאר האט זיך געוואנדן אינעם ריכטונג פונעם לענין מאוסאלעום.

די בנין איז פונקט געווען פארמאכט פאר רייניגונג, אבער דער וועכטער, דערקענענדיג דעם געערטן אויסן-פאליטיק מיניסטער, האט זיי ביידן דורך געלאזט. אן עלטערע באבושקע פונעם רייניגונג שטאב האט פונקט געקערט די שטיינערנע אריינגאנג פונעם מאוסאלעום, און האט געפאכעט מיט איר בעזים אין איר פויסט אז מען האט צושטערט איר ארבעט. זי האט זיך אויך אינטער געמורמלט אין רעגעניש, א רייע עטנישע קללות אויף קריוטשקאוו און אלישייב.

אינעווייניג אינעם גרויסן קבר קאמער האט געהערשט א פיינליכע שטילקייט, און א געדאמפטן טונקלקייט. אונטער א באלויכטענעם גלאז, אין צענטער פונעם צימער, איז געלעגן די איינ-באלזאמירטן טויטע קערפער פון דעם רוסישן פירער וולאדימיר איליטש לענין. זינט זיין טויט אין 1924, איז זיין גוף געלעגן קאנסערווירט אין דעם קבר קאמער, אפן ווי א מוזעאום פאר די באפעלקערונג צו באזוכן, און איז נאר געווארן אוועק גענומען ווען דער ספעציעלער שטאב האט געדארפט בעארבעטן און פרעזערווירן דעם באלזאמירטן גוף. צי דאס איז באמת געווען לענין'ס קערפער, צי סתם א וואקסענעם פיגור אין פארעם פון לענין, האט מישא נישט געקענט באמת וויסן, אבער עס איז אים פארט דורכגעלאפן א ציטער, און אביסל עקל, צו זיין אין דעם מעגליכן געגנווארט פון דעם מערדערישן רעוואלוציאנער און באלשעוויק פירער.

קריוטשקאוו האט זיך אפגעשטעלט שטילערהייט געציילטע פיס פונעם גלאזערנעם קאסטן, און האט איינגעבויגן זיין קאפ מיט רעספעקט. דערנאך האט ער צוריק געטראטן צו מישא'ן, און איז ענדליך געקומען צום פונקט פון דעם גאנצן שפיל זיינעם.

"דער פליכט פונעם פאליטיקאנט און דער סאלדאט זענען גאנץ אייניג. עס איז צו פרעזערווירן די מאכט פונעם שטאט, און צו באשיצן דעם איינפאכן בירגער פון זיין אייגענעם אידיאטישקייט. דער פשוט'ער מענטש אין סאוויעטן פארבאנד ווייסט נישט אליינס וואס עס איז גוט פאר אים. עס איז די אויפגאבע פון די רעגירונג אים פעסט צושטעלן און קלאר מאכן וואס איז גוט פאר אים, און דער סאלדאט פירט אויס די באפעלן," האט קריטשקאוו פילאזאפירט.

גערעדט ווי א טיפישן פאליטיקאנט, האט מישא סארקאסטיש געטראכט.

"אין די לעצטערע יארן," האט יענער ווייטער גערעדט וויכטיג, "זענען פארגעקומען צופיל טוישונגען דורך נייע פאליטיקאנטן, און דאס איז נישט גוט פאר'ן געזונטהייט און מעכטיגקייט פונעם סאוועטן פארבאנד. דער פארזיצער פונעם פארבאנד, מיכעיל גארבאטשעוו, מיט זיינע נייע פרייהייטן און פראיעקטן ווי פערעסטרויקע און גלעסנאסט, האט אנגעמאכט א גרויסן חורבן. דו הערסט מיר גוט צו, סאלדאט?"

מישא האט געשאקלט מיטן קאפ, ער האט קלאר פארשטאנען אז ער דא געווארן אנטוויקלט אין שטאט'ס געהיימניסן. עס איז אים בכלל נישט געפאלן. ער האט זיך נישט געזוכט קיין עקסטערע פראבלעמען און קאפ וויי.

"גוט. אלזא, עס איז דא א פאקציע אינעם קאמוניסטישן פארטיי וואס פאסט אויף אויף די ריכטונג אין וואס דאס לאנד פאליטיק פירט אונז, און מיר זענען נישט צופרידן דערמיט. די מינוט וואס גארבאטשעוו האט געגעבן די פרעסע פרייהייט צו קריטיקירן די רעגירונג, האט דאס אויפגעפלאצט אין זיין פנים. ער איז געווען דער ערשטער צו ווערן באשולדיגט אין דעם קאטאסטראפישן טשערנאבלער נוקלעאר אויפרייס אין 86'. די צייטונגען באשולדיגן אים נאך פאר די עקאנאמישע גרוב אין וואס מיר געפונען זיך. דומקאפף וואס ער איז, ער האט זיך עס אליינ'ס אנגעמאכט.

דא קומסטו אריין, טאוואריש סאלדאט. דער שוואכסטער לינק אינעם קאמוניסטישן פעסטונג איז דער דויטשער דעמאקראטישע רעפובליק - מזרח דייטשלאנד. שטורמישע ווינטן פון ווידער שפרעכונג און דעמאקראטיע בוזשעווען דארט, און מיינע אנאליסטן זאגן אז אויב וועט קומען א רעוואלט קעגן קאמוניזם וועט זיך עס דארט אנהייבן. איך פערזענליך האלט אז דאס וועט קומען פון פוילן, אזויווי מיר האבן געזעהן אין 1980, און 1981, אבער אנדערע האלטן אז איך בין נישט גערעכט דערמיט, און אז שוואכקייט קומט דירעקט פון דויטשלאנד. דאס טויג נישט, און מיר מוזן נעמען טריט דאס צו פארמיידן. מיר מוזן האבן א ספעציעלער אגענט אויפ'ן פלאץ, אן אינטעליגענץ אפיציר וועלכער קען אונז אינפארמירן וועלכע פון די דייטשע אפיצירן, פאליטיקאנטן, און עליטע פערזענליכקייטן זענען אויך פאר'סם'ט מיט די געדאנקן. און דא הייבט זיך אן דיין מיסיע."

מישא האט אים דא איבערגעהאקט, "איר זוכט אן אינטעליגענץ אפיציר זאל שפיאנירן אויף זיינע אויבער אפיצירן. איך בין אן איינפאכן סאלדאט, און די קונץ פון שפיאנאזש איז נישט נאר פרעמד פאר מיר, נאר אויך אומווערדיג און אפגעפרעגט. איך באדויער אז איר האט באקומען פאלשע אינפארמאציע, אבער איך בין נישט דער קאנדידאט וואס איר זוכט."
קריוטשקאוו איז אינגאנצן נישט געווארן אפגעפאטשט פון מישא'ס אפזאג.

"לאז מיר ארויסגיין אויף די פרישע לופט, סאלדאט. פילייכט וועט א קיל ווינטל דיר קלאר מאכן דעם קאפ."

אינדערויסן האט א קילע שפרו-רעגן איבערגענומען דעם רויטן סקווער. די פיצקעלע טראפעלעך האבן מיטגעברענגט מיט זיך א פייכטע שטיקעניש.

"ליוטענאנט אלישייב," האט קריטשקאוו ווידער אנגעהויבן, "דו ביסט יא די קאנדידאט וועם מיר זוכן. פאר עטליכע סיבות. איינס - דיין פאלקאוונק האט דיר גערוהמט אלס אן אנטשלאסענער און פעסט שטייענד כארקטער. צוויי - דיינע פארהער צייכענעס האבן געוויזן אויף אן ערשט קלאסיגער קאפ, פונקט געפאסט פאר אן אינטעליגענץ אגענט, און, -דריי- איך האב געהערט אז דו קענסט בעסער שווייגן ווי אנדערע."

איך האב געמיינט אז די קאמאנדיר האט פארבאטן גערעדע איבער דעם טעמע, האט מישא געטראכט פארביטערט.

"שווייגעניש איז נויטיג פאר דאזיגע אונטערנעמונג ווייל עס איז נישט סאנקציאנירט דורך די רעגירונג אדער מיליטער. די שפיאנאזש אגענטורן ווייסן נישט פון דעם, און עס וועט מוזן בלייבן א געהיימניס. מיר האבן נישט געקענט נעמען די צושטימונג פון די שפיאנאזש אפטיילונגען אינעם קרעמלין, ווייל מיר ווייסן נישט ווער עס איז געטריי צו גארבעטשעוו. קאנטער-שפיאנאזש קען נאר זיין אפעקטיוו ווען ס'איז נישט דא קיין פעדימער וועלכע מ'קען צוריק נאכגיין צום פירער פונעם אפעראציע."

"עס זעהט מיר אויס אביסל צו שפעט אריינצושטעלן א קאנטער-שפיאן אין א מצב וואס איר אליינס האט אנגעדייטעט איז שוין זייער הייקל. עס קען נעמען יארן אנצוקניפן די נויטיגע פארבינדונגען מיט די סוביעקטן וועם מען דארף נאכקוקן. יעצט אריינצושטעלן איינעם צום ערשטן מאל קוקט אויס ווי א פארנאכלעסיגונג."

"און ווער זאגט אז מער שטעלן יעצט אריין איינעם צום מאל?" האט קריוטשקאוו צוריק געווארפן.

"אויב האט איר שוין אריינגעשטעלט אגענטן, פארוואס בין איך דא?"

"מיר האבן שוין געהאט אריינגעשטעלט קאנטער-שפיאנאזש אגענטן, סיי אין די סאוועטישע מיליטער באזעס, און סיי אין די דויטשע געהיימס פאליציי, די שטאזי. צוויי פון מיינע חברה האבן זיך דערטראנקן פאריגע וואך אינעם טייך שפרי נאכן פארשווענדן א גאנצע נאכט אין אלקאהאל. דאס איז די אפיציעלע ווערסיע."

"און די אומאפיציעלע ווערסיע?" האט מישא געפרעגט, זיינע פארדעכטענישן אין זיין קול.

"זיי זענען ערמארדעט געווארן. דורך זייערע אייגענע מענטשן. זיי האבן פארנאכלעסיגט זייערע פארזיכטיגקייט, און איינער האט אנטפלעקט דעם צווייטן. מיר ווייסן נישט גענוי ווער עס האט זיי הינגעריכטעט, אבער די באווייז צייגט אז אונזערע חברה האבן זיי אראפגערוימט פון וועג. איך בין פולקאם באוואוסט אז איך שטעל איין דיין לעבן. אויב ווערן דיינע קאמעראדן געוואויר אז דו שפיאנירסט אויף זיי, וועסטו אויך קענען זיך וואונטשן פרידן מיט די פישעלעך אינעם טייך שפרי."

קריוטשקאוו האט געלאזט זיינע ווערטער איינזינקן, און דערנאך צוגעלייגט, "מיר האבן דיר ספעציעל אויסדערוועהלט אז דו זאלסט קענען דינען דיין מוטערלאנד."

"איך זאג זיך אפ פון דעם נישטיגן עהרע."

"דו האסט נישט קיין אויסוואל אין דעם אנגעלעגנהייט."

"איך רעד בכלל נישט קיין דויטש!"

"דו וועסט זיך צולערנען. אויך, די דויטשע איינגעשטעלטע אינעם ליעזאן דעפארטמענט רעדן א קלארן רוסיש."

"די גאנצע זאך איז וואנזיניג," האט מישא זיך אונטערגעברימט.

"גענוי," האט קריוטשקאוו זיך צוגעכאפט צו זיינע ווערטער. "עס איז וואנזיניג דיר אויפצונעמען אלץ א קאנטער-שפיאן. דו ביזט צו הויך. צו ברייט. צו היציג. צו קעמפעריש. און דיין פנים קען מען נישט שנעל פארגעסן. דו האסט די אויסזעהן ווי עפעס וואס געבט שלעכטע חלומות פאר קליינע קינדער. דו ביזט אזוי נישט געאייגנט פאר שפיאנאזש, אז קיינער וועט דיר נישט פארדעכטיגן. עס איז צו וואנזיניג, אזויווי די זאגסט."

"טרעפט ענדערש איינער וואס האט זיך דאס אויסגעוועלט."

"ניין, טאוואריש יעוורעי. פרייע אויסוואל איז אן אילוזיע. עס עקזיסטירט נישט אין רוסישן ווערטער בוך. דו וועסט ווערן א קאנטער-אינטעליגענץ אגענט, אונטערן שלייער פון אן ארמיי ליעזאן צווישן די דויטשע פארש אגענטורן און די סאוועטישע ארמיי, ווייל מיר האבן דיר אויסגעקליבן. איך האב דאס נישט געוואלט אויפברענגען פריער, אבער אויב דו קאאפערירסט נישט וועל איך דאס מוזן קלאר מאכן. דיין אפזאג וועט ברענגען שווערע קאנסעקווענצן פאר דיר, און פאר דיין פאמיליע. דו ווייסט גוט וואס מיר האבן די מעגליכקייט צו טוען מיט דיין פאמילע. טראכט זיך ריכטיג איבער, בעפאר דו געבסט דיין אנטווארט."

מישא איז פארשוויגן געווארן פון דעם דראונג. ער האט זיך אלץ געפארכט פאר דעם וואוילזיין פון זיין משפחה, און קריוטשקאוו האט געוואוסט וויאזוי דאס צו נוצן אים צו האלטן אין א צוואנג. פארוואס קריוטשקאוו האט נישט געקענט אויפנעמען אן אידעאלאגישער מאן - מיט א דורשט פאר שפיאנאזש - זאל טוען דאס זעלביגע אנשטאט אים, איז אים נישט קלאר געווען. שווייגעניש? יעדער קען שווייגן ווען די דראונג קעגן רעדן איז גענוג שטארק.

מישא האט זיך גענומען ארום שפאצירן אינעם צענטער פונעם רויטן סקווער, טיף פארטראכט. די שפרו-רעגן טראפן האבן זיך אנגעקלעבט אויף זיין וואלענעם מאנטל, און אויף זיינע אויגן ברעמען. ער האט זיך נישט געשוצט פון זיי. ווען ער איז ענדליך געקומען צום באשלוס, האט ער גערעדט צו קריוטשקאוו מיט א פעסטן טאן און מיט דרייסקייט.

"מיניסטער, איר האט מיר זייער קלאר געמאכט די פאזיציע אין וואס איך געפין זיך, און מיין הילפסלאזיגקייט דערין. איך וועל אננעמען דעם פאדערונג, אבער אויף צוויי באדינגונגען. איינס- מיין פאמיליע זוכט צו פארלאזן בוכארא, און זיי ווילן עמיגרירן קיין ארץ ישראל. איר וועט זיכער מאכן אז זיי באקומען וויזעס אזוי שנעל ווי מעגליך, און עס זאלן נישט זיין קיין שטערונגען אדער ביוראקראטישע פראבלעמען. צוויי- איך וויל וויסן דעם עכטע סיבה פארוואס מען האט מיר "אויסגעוועהלט" פאר דעם מיסיע, און נישט די לעכערליכע אויסרייד וואס איר האט מיר פריער פארקויפט. אייערע זיסע רייד איבער מיין כאראקטער האט געהאט גאנץ א קנאפע ווירקונג אויף מיר."

"ליוטענאנט, איך האב געמיינט אז איך האב דיר קלאר געמאכט, אז דו ביסט נישט אין קיין שום פאזיציע צו מאכן פאדערונגען."

"מיניסטער קריוטשקאוו, איר האט אויך קלאר געמאכט פריער אז מיין כאראקטער איז "אנטשלאסן" און "פעסטשטייענד". דאס זענען מיינע באדינגונגען, און אויב זענט איר אויך אנטשלאסן מיר אפצוזאגן, וועלן מיר מוזן אויסקוקן ווי די צוויי ציגן אויפן שמאלן בריק. ביידע וועלן צום ענדע פארפאלן ווערן אין די וואסערן."

ענדליך האט קריוטשקאוו צוגעשאקלט מיט זיין קאפ אין צושטימונג צו מישא'ס פארהאנדלונג.

"דאס זענען אננעמבארע באדינגונגען. דיין פאמיליע וועט קריגן וויזעס קיין איזראעל ווי נאר דיין ערשטען פולן רעפארט וועט קומען צו מיין טישל. אויב וועסטו סיי וויאזוי פארראטן דעם מיסיע, וועלן זיי קריגן טיקעטן צו א גאר אנדערן ארט. און וועגן דיין צווייטן פארלאנג, וועל איך דיר קלאר מאכן פארוואס מיר האבן דיר אויסגעוועהלט. איך האב דיר ערקלערט אז אויב וועסטו אנטדעקט ווערן דורך די אנדערע אפיצירן וועסטו נישט איבערלעבן די נאכט. איך האב נישט געקענט נעמען איינעם וועמענס טויט וואלט אנגעברענגט אן אויספארשונג. דו האסטו נישט אזעלכע פארבינדונגען. דיין נאמען איז געווען אויף א קורץ-ליסטע פון מיליטערישער מאנשאפט פון די סאלדאטן, וועמענ'ס לעבנ'ס זענען פריי, פריי צו טאן דערמיט סיי וואס מיר ווואונטשן זיך. דיין נאמען איז געווארן ארויפגעלייגט דורך איינעם מר. פירסאוו, אן אלטער באקאנטן מיינער. איך ווייס נישט וואס דו האסט געטאן אנצוקומען אויף די ליסטע, אבער מיין שפעטערע אנפראגן האבן אנגעוויזן אויף דיין פאסיגן כאראקטער, און פון דעם ליסטע האב איך דיר ארויסגעוועהלט. דיין לעבן איז ווייניגער ווערד ווי די שטויב ארום לענין'ס קערפער."

מישא האט געהאט פארשטאנען אז פירסאוו איז נישט פארטיג געווארן מיט אים ווען ער האט פארלאזט דעם סיבירער באזע, אבער ער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן אז די ווערק פונעם סאדיסטישער מאן וועט אים נאך באגלייטן. ביז מזרח דייטשלאנד, נישט ווייניגער. קריוטשקאוו האט אים ארויסגעצויגן פון זיינע געדאנקן.

"דיינע באפעהלס פאפירן וועלן געשיקט ווערן צו דיין קוואטיר אין מאסקווע, און דו וועסט זיך ארויסלאזן אין די נעקסטע פאר טעג. פאק דיינע זאכן ווי דו זעסט פאר נויטיג. אלץ ארמיי ליעיזאן צו די אינטעליגענץ געמיינדע וועסטו קריגן באפעלן דירעקט פון די ארמיי. די ארמיי ליעזאן דעפארטמענט אין די דויטשע דעמאקראטיש רעפובליק איז אונטער פאלקאווניק ליעלקאוו. ער איז דער אויפזעער פון אלע ליעזאן אפיצירן, סיי די אפיצירן וועלכע פארטרעטן די סאוועטישן ארמיי צו די ד.ד.ר. ארמיי אפטיילונגען, און סיי די וועלכע פארטרעטן די ארמיי צו די רעגירונגס און געהיימס פאליציי אפטיילונגען. דו וועסט באריכטן אלע דיינע ליעזאן אקטיוויטעטן צו פאלקאווניק ליעלקאוו, אבער איך האב געמאכט זיכער אז דיין ארבעטס לאסט זאל נישט זיין צו גרויס, אזוי אז דו זאלסט האבן גענוג צייט פאר דיינע אנדערע פליכטן."

קריוטשקאוו האט געווארט אז מישא זאל רעאגירן צו זיינע ווערטער, און מישא האט געשאקלט מיטן קאפ.

"אלץ קאנטער-אינטעליגענץ אגענט וועסטו באקומען אומאפיציעלע באפעלן פון פון מיין ביורא. דו וועסט אנגיין מיט דיינע טעגליכע מיליטערישע פליכן מיט א פונקטליכקייט צו פארמיידן פארדאכט אויף דיין ראלע. דו וועסט האבן דירעקטע צוטריט צו די ד.ד.ר. געהיימס-פאליציי אגענטור, די שטאזי, דורך דיין אייגענע קאנציליי וואס געפונט זיך אינעם שטאזי הויפטקוואטיר אין בערלין. זעה אז דו זאלסט מאכן שטארקע קאנטאקטן מיט זיי, און זעה וואס די פאליטישע מיינונגען קאכן זיך צווישן זייערע אגענטן. דיין האנדלער אין בערלין וועט זיין אן אויסגעצייכנטער ק.ג.ב. אפיציר מיטן ראנק פון מאיאר. זיין נאמען איז וולאדימיר וולאדימיראוויטש פוטין. ער איז א פוקטליכער אגענט, קלוג און קאלט, אויסגערעכנט, און א גוטער האנדלער פון יונגע אגענטן. ער נוצט דעם דעק-נאמען מיסטער אדאמאוו, און דו וועסט אים קענען און אדערסירן נאר מיט דעם נאמען. ער איז פון די איינציגסטע ק.ג.ב. אגענטן וועם מיר קענען פארטרויען, און ער איז מיר א פערזענליכע פריינט. מיסטער אדאמאוו איז אייגנטליך סטאנציאנירט אין דרעסדען און האט זיין אייגענע שטאב און ביורא דארט, אבער ער וועט דיר אפירזוכן אין בערלין צו געבן ווייטערדיגע אנווייזונגען, און צו זיין דיין מענטאר און קאנטאקטמאן."

מישא האט ווידער געשאקלט מיטן קאפ, און קריוטשקאוו האט ווייטער גערעדט.

"דו וועסט מיר שוקן צייטליכע רעפארטן, מיט נעמען, דעטאלן, און דיינע אייגענע בעאבאכטונגן. ווען איך וועל זעהן אז דו שוקסט מיר ווערדפולע און נוצליכע באריכטן, וועל איך ארויסהעלפן דיין פאמיליע. מאך זיכער אז דו אנטוישט מיר נישט."

קריוטשקאוו האט זיך גרייט געמאכט צו גיין, אבער אלישייב האט זיך שנעל אנגערופן, "איך וויל צולייגן נאך איין באדינגונג."

דער מיניסטער איז געווארן אומגעדולדיג און געזאגט "נישטא מער קיין באדינגונן. דו וועסט טוען ווי מען הייסט דיר."

"דאס וואס איך פארלאנג וועט אויך האבן א פראקטישע נוצן פאר אייך. מיר האבן שוין פעסטגעשטעלט אז מיין פאזיציע וועט זיין ריזיקאליש און געפארפול. אויב וועלן מיר די אנדער אפצירן אונטערברענגן, דאן וועט די גאנצע אונטערנעמונג צופאלן. איר וועט מוזן אנהייבן פון די ערשטע שריט, שוקן נאך אן אפעראטיוו צו טוען די זעלביגע, און דאן וועט איר שוין האבן פארלוירן אסאך צייט און פארשריט. דעריבער קען מיין פארלאנג אויף אייך גוט צונומקומען, אז איך זאל זיין ערפאלגרייך אין מיין אונטערנעמונג. פארלאנג איז אז איך זאל מיר קענען אויסקלויבן אליינס, מיין אייגענע סארדשענט, וואס זאל מיר שטיין צו די רעכטע האנט און מיר היטן דאס רוקן. אבער דאס מוז זיין איינעם וועם איך קען געטרויען."
וואס איז די נאמען פון דעם סארדשענט?" האט זיך קריוטשקאוו געבראכן פון די לאגישע רייד.

"זעלנער וואסילי קאטשענקא," האט מישא געענטפערט.

"ער איז א סארדשענט?" האט קריוטשקאוו געפרעגט.

"נאכנישט. דערווייל איז ער ספעציאליסט אין א סנייפער-בריגאדע" האט מישא שמייכלנדיג געענטפער, אנגעבנדיג מיט זיין ענטפער אז קריוטשקאוו וועט דארפן ערלעדיגן אז וואסילי וועט דערהויבן ווערן צו די ראנק פון א סארדשענט בעפאר ער ווערט אפגעשוקט צוזאמען מיט מישא'ן אויף די מיסיע. קריוטשקאוו'ן איז עס נישט גאפאלן אז מישא האט אים אריינגעדרייעט צו שפילן פונקטליך וויאזוי ער האט געוואלט, אבער ער האט עס באשלאסן איבערצוהיפן.

"קאטשענקא זאגסטו? דער נאמען איז מיר קענטליך."

"גענעראל אנאטאלי קאטשענקא איז זיין פעטער," האט מישא געענטפערט.

קריוטשקאוו האט צוגעשאקלט מיטן קאפ אין צוגעלאזנקייט. "דער גענעראל איז א געטרייער פארטיי מאן. איך האף אז זיין פלימעניק האט די זעלבע ערנסטע פארשטאנד. גוט. איך גיין איין דערויף. עס וועט ערלעדיגט ווערן אז דער "סארדשענט" זאל ארויספארן צוזאמען מיט דיר. אבער אלעס וואס מיר האבן היינט דא גערעדט מוז בלייבן א געהיימנוס אפילו פון דיין סארדשזענט. ער וועט מוזן גלייבן אז דו ביסט דארט אויף ארמיי ליעזאן געשעפטן, צו דינען צווישן דויטשע און די ארמיי, צו ברענגן צוזאמענארבעט צווישן ביידע, און נישט אז דו שפיאנירסט אויף די אפיצירן. קאטשענקא וועט זיך ווייטער טרענירן מיט די אנדערע סאלדאטן. קלאר?" האט קריוטשקאוו שטרענג פארלאנגט.

און ווי נאר מישא האט צוגעשאקלט אין פארשטענדניש, האט קריוטשקאוו זיך אויסגעדרייט און אוועקשפאצירט.

-פארזעצונג קומט אי"ה-
לעצט פארראכטן דורך וואלטיער אום דינסטאג אקטאבער 27, 2020 4:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קורצע אנמערקונג פונעם שרייבער)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

-קורצע אנמערקונג פונעם שרייבער-

אזויווי די סעריע/נאוועל איז געשריבן געווארן אלץ א היסטארישע פיקציע (א געבאקענע מעשה באזירט אויף, און ערליך געהאלטן צו, היסטארישע פאקטן), וועלן די ליינער דערקענען עטליכע נעמען פון היסטארישע ערטער און פיגורן. איך האב זיך פרובירט צו האלטן ווי ווייט מעגליך צו דעם היסטארישן אמת, כאטש אונזער העלד, מיכאל אלישייב, האט נאר עקזיסטירט אין מיינע פאנטאזיעס. די לייענער וועלן דערקענען, צום ביישפיל, די פיגורן פון וולאדימיר קריוטשקאוו און וולאדימיר פוטין. פוטין האט געדינט אין די ק.ג.ב. אין דרעזדען, דויטשע דעמאקראטישע רעפובליק, און זיין דעק נאמען איז טאקע געווען "מיסטער אדאמאוו". די באזעס אויף וועלכע אלישייב דינט אויס זיין מיליטער דינסט האבן אויך אלע עקזיסטירט, און "דעדאוושינע" איז אן עכטע, און שאנדפולע, פראקציס פון פייניגונג וואס גייט נאך אפילו היינט אן אין די רוסישע מיליטער. עס זענען דא נאך אסאך אנדערע היסטארישע רעפערענצן, און איך האף אז איר האט הנאה צו לייענען די געשיכטע פון אונזער העלד דורך די לינז פון היסטאריע.

יהודה וואלטער
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

Huh
כקעמערניש דעם אטעם כאפן!

טיפסטע דאנקען!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

.
לעצט פארראכטן דורך שמו אום מיטוואך אקטאבער 28, 2020 12:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

;l;p- ;l;p-
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

וואף! עפעס א אויסטערלישע כח הדמיון מיט אזא פונקטליכקייט אויף יעדן דעטאל, אפגעליינט דעם קאפיטל אין איין אטעם!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

דאס איז זייער גוט כשלעצמו
און ווען מען לייגט צו היסטארישע פאקטן האט עס 100% דאפלט ווירדע טענק יא ווערי מאטש גיי אן
;l;p-
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

איך לעק אפ יעדע ווארט דיינע, יישר כח!!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

ממש א זעלטענעהייט
איך בין ווידער ערשטוינט פון דיין מורידידגע טעלאאנט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

היום יום שלישי!
וואלטיער, מיר ווארטן מיט שפאנונג!
ביי אונז אין בוכארא אדער גאר דויטשלאנד איז קיינע וואלן היינט!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

ארחיקה נדד האט געשריבן:היום יום שלישי!
וואלטיער, מיר ווארטן מיט שפאנונג!
ביי אונז אין בוכארא אדער גאר דויטשלאנד איז קיינע וואלן היינט!

יאך בין איינשטימיג מיט דיינע רייד
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 15)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

דורך לאנגע שטרעקעס פון הערליכע לאנד, קליינע דערפלעך, גרויסע שטעט, ליידעגע פעלדער, און לעבעדיגע וועלדער, זענען די סאלדאטן געפארן אויף זייער וועג פון מאסקווע צו זייער נייעם היים - מזרח דייטשלאנד. ניינצן אפיצירן און זייערע אונטער-אפיצירן, אריינגערעכנט ליוטענאנט מישא אלישייב און סארדזשענט וואסילי קאטשענקא, זענען געזעצן אינעם טיי קאבינע פונעם באן וועלכע האט זיי געפירט דעם לאנגן וועג. די גערויש אינעם קאבינע איז געווען אויערן באטויבענד. אלע האבן געשמועסט און געלאכט גוטמוטיג, זייערע געמוטער אויפגעלייגט און זארגלאז. עס האט געדארפט נעמען כאטש צוויי טעג אנצוקומען צו זייער רייזע ציל, וואו זייער פליכט איז געווען זיך איינצומעלדן צום ארמיי הויפטקוואטיר, אדער צו די ליעזאן אפטיילונג פון די דייטשע שטאזי, געוואנדן לויט זייערע באפעהלס פאפירן.

מישא און זיין סארדזשענט האבן ביידע פארענדיגט זייער טיי אין שווייגעניש, און זיי זענען ארויס פונעם קאבינע צו זיכן א רואיגערן ארט אויפן באן. זיי האבן געדארפט די שטילקייט זיך צו קענען קאנצענטרירן אויף זייערע שטודיעס. זיי האבן זיך געמאכט באקוועם אויף א געפאלסטערטע באנק אינעם שלאף קאבינע און זיך אריינגעטאן אין זייער אייגענע ארבעט. נאך אין מאסקווע האט מישא באקומען דירעקטע באפעלן זיך צו באקענען מיט ספעציפישע טעמעס בכדי זיך אנצוגרייטן אלץ אינטעליגענץ אפיציר אין די מזרח דויטשלאנד אינטעליגענץ אפטיילונג. ער האט זיך געדארפט פוקטליך באקענען מיט די דויטשע שפראך, דויטשע קולטור און היסטאריע, און אויך דער שפראך פונעם אמעריקאנער. דאס איז געווען נויטיג צוליב די מערקווירדיגע פאזיציע פון דויטשע פאליטיק: דויטשלאנד איז געווען צוטיילט און צוויי- מזרח און מערב- מיטן מזרח טייל געהערנדיג צום סאוועיטן פארבאנד און קאמוניזם, און די מערב טייל געהערנדיג צום פרייען וועלט. בערלין אליינס איז אויך געווען צוטיילט אין צווייען, מיט א באפעסטיגטן מויער געבויעט עטליכע יאר נאכן ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג, אין 1961. ביידע זייטן בערלין זענעו געלעגן אינעם מזרח קאמוניסטישע זייט. כדי צו פארמיידן בערלינער און דייטשער איינוואוינער פון פארלאזן די מזרח טייל פאר א בעסערע לעבן אינעם קאפיטאליסטישער מערב, האבן די סאוועטן מיט די הילף פון די הערשער אינעם ד.ד.ר. פארענדיגט דעם מויער געבוי ארום מערב בערלין, און אזוי אפגעהאלטן דעם עקאנאמישע צוזאמפאל פונעם קאמוניסטישע זייט.

מישא איז איצט געווען זייער אריינגעטאן אין די היסטאריע וואס ער האט געליינט אין די ביכער וואס מען האט אים צוגעטיילט, און די דעטאלן האבן אים פאצינירט.
"האסט געליינט די דאזיגע דאקומענט?" האט מישא פלוצלונג געפרעגט וואסילי'ן, צייגענדיג אויף א דאקומענט באטיטלט געהיימס רעפארט, ליעזאן אפיצירן- נו. 2445. "דאס איז נויטיגע לייען מאטעריאל פאר אלע אפיצירן און ליעזאן באאמטע צו וויסן זייער אויפגאבן און אויך באגרענעצונגען ווען אין צוזאמענארבעט מיט די דייטשע שטאזי."
"איך בין נישט קיין ליעזאן, איך זוך נישט קאנטאקט מיט געהיימס פאליציי, און איך האב גארנישט מיט די שטאזי. איך האב עס נישט געלייענט," האט וואסילי געענטפערט אן קיין טראפ נייגער.

מישא האט אבער געזיכט אנצודרייען דעם אומנייגעריגן וואסילי.

"אבער אלץ מיין סארדזשענט דארפסטו וויסן אלע מיינע פליכטן און אויפגאבעס, און אזוי מיך האלטן אין די ראמען. די דאזיגע הסכמה פון קאאפעראציע איז געווארן אונטערגעשריבן דורך ק.ג.ב. הויפט יורי אנדראפאוו און שטאזי הויפט מיניסטער עריק מילקע אין די 1970'ס," האט מישא אים איינגעמאלדן, און זיך גענומען לייענען הויעך, גלייך פונעם דאקומענט. "לויט די אפמאכונג איז דא פארשידענע סיבות פאר די צוזאמענארבעט פון די צוויי שפיאנאזש אגענטורן און די סיבות זענען ווי פאלגענד 1. צו באקעמפן אידיאלאגעשע טויש אדער רעוואלוציע 2. צו אנטדעקן און אפשטעלן די קעגנערישע פלענער פונעם שונא 3.מיטצוטיילן די רעזולטאטן פון פאליטישע און מיליטערישע שפיאנאזש צווישן די אגענטורן."

וואסילי איגנארירט מישא'ס פראווו אויף א דיסקוסיע און געשוויגן. מישא האט זיך נישט דערשראקן פון וואסילי'ס קעגנערשאפט צום טעמע, און ווייטער געצויגן דעם שמועס.

"איך פארשטייץ, וואסילי, אז די זיכערהייט פונעם לאנד איז אנגעוויזן אויף אינפארמאציע זאמלונג און שפיאנאזש, און אז די ק.ג.ב. אפיצירן דארפן זיך טרענירן און מיטארבעטן מיט די שטאזי אויף דעם פונקט. אבער וואס איז זייער קעגנערשאפט צו אידיאלאגישע דעבאטעס אדער פאליטישע שמועס? אויב איז די אידיאלאגיע פון קארל מארקס און סאציאליזם אזוי שטארק און ריכטיג, דאן פארוואס זענען זיי אזוי נערוועז צו ווערן אפגעפרעגט? יעדע טעאריע אדער אידעאלאגישע טענה מוז קענען אננעמען אביסל קעגנערשאפט אויב זי באהויפטעט צו זיין די איינציגסטער ווארהייט."

"דאס זענען געפארפולע זאכן צו טראכטן, נאך אפגערעדט פון שמועסן," האט וואסילי שארף געווארנט מישא'ן "מיר זענען דא צו טוען אונזערע פליכטן, אלץ ארמיי איינגעשטעלטע אויף בארג צו די דשי.די.אר., און מיר זענען נישט דא אפצופרעגן אונזערע באפעלן אדער די רעכטיגקייט פון רעגירונג'ס פראטאקאל. איך בין דא צו טרענירן א גרופע שארפשיסער אין די טאקטיקן פון אינער-שטאט שארפשיסעריי, אין פאל מען וועט דארפן שטעלן שארפשיסער אויף די שטאטס געביידעס צו פארמיידן ציווילע אומרוה. דאס אלעס. איך בעט דיר, פיר מיר נישט אריין אין געפארפולע געשפרעכן. איך בין א סאלדאט, נישט קיין פילאזאף."


"אך, וואסילי," איז מישא געווארן אנטוישט אין זיין ענטפער, "הינטער דיינע קאלטע אויגן ליגט אן ערשט קלאסיגן מח, און דו האסט נאך אזא פארשטאנד ווי די קלוגסטע פון די רוסישע פאליטיקאנטן. דאך האסטו פארקויפט דיין רעכט צו טראכטן אליין, אדער זאגן דיין מיינונג, פאר די פאלטשע זיכערהייט וואס שווייגעניש וועט דיר ערלויבן. קוק מיר אין פנים און זאג מיר קלאר אז די האסט קיינמאל נישט אפגעפרעגט די אנגענומענע פאליטיק פונעם פארבאנד. דו קענסט אזא פראסטן ליגנט נישט זאגן. דעריבער זאג מיר באמת וואס דו טראכסט, א פריינט צו א פריינט."

אויפגעבנדיג מיט א קרעכץ זיין אומוויליגקייט צו רעדן, האט וואסילי געפרעגט מישא'ן אומגעדולדיגטערהייט, "וואס ווילסטו פון מיר הערן?"

"פילאזאפיע, רעליגיע, אדער פאליטיק. צום ביישפיל, וואס זענען דיינע געדאנקן איבער די נייע רעגירונגס רעפארמען? אונזער געליבטער סאוועטישער פארזיצער מיכעיל גארבעטשאוו, האט אריינגעברענגט די פראגראמען פון "גלעסנאסט", צו עפענען דעם סאוועטן פארבאנד צו מזרח איינפלוסן. אויך האט ער איינגעפירט "פערעסטרויקע" פאר עקאנאמישע און פאליטישע איבעראבעטונג. דאס האט געגעבן דעם איינפאכן בירגער די רעכט טיילצונעמען אין וואלן, קריטיקירן די רעגירונגס באאמטע, און צו דינען זיין רעליגיע. וואס האלטסו, וועלן די טוישן אנהאלטן? איז דאס ענדלעך די סוף צו די אינטערדריקונג פונעם פאלק? אין קורצן, מיר קענען רעדן פון סיי וועלכע טעמע, אבער עס מוז זיין סקאנדאליש," האט מישא פארענדיגט מיט א שמייכל.

און זיי האבן טאקע געשמועסט. געשמועסט און דערציילט און געלאכט און געוויצלט. וואסילי האט דערציילט פאר מישא'ן פון זיינע קינדער יארן אין די יוראל-געבערג, און מישא האט דערציילט פון זיין ערציונג אין בוכארא. זיין פאמיליע, האט ער ערקלערט, האט נישט פארלאזט בוכארא אין די פארגאנגענע יארן ווען די רעגירונג האט אויפגעמאכט די טויערן פאר די אידישע באפעלקערונג זיך צו קערן קיין ארץ ישראל, צוליב זיין טאטנס פאזיציע אין די אוזבעקיסטאנער רעגירונג. כאטש אלץ א פאסט באאמטער אין דעם קליינעם קאנציליי האט מר. אלישייב נישט געהאט קיין צוטריט צו קיין רעגירונגס סודות, אבער פאר די זיכערהייטס באאמטע איז דאס געווען גענוג אים צו אנטזאגן פון רשות צו אימיגרירן מיט די אנדערע בוכארער אידן.

עס זענען געווען אסאך וועלכע האבן נישט באקומען ארויסגאנג-וויזעס, מייסטנס צוליב אויסגעטראכטע סיבות, צום ביישפיל, אז זיי האבן פארמאגט שטאטס סודות, און דערפאר טארן זיי נישט פארלאזן די לאנד. מישא'ן איז אבער געבליבן א שלעכטן טעם אין מויל צוליב אן אנדערע סיבה. רוב פון די אנדערע וועלכע מען האט נישט געלאזט פארלאזן האבן עפנטליך און העפטיג פראטעסטירט דעם אומרעכט, און האבן געקריגן דעם אומפיציעלן נאמען פון "רעפיוסניקס". זיי זענען געווען אקטיוויסטן און דיסידענטן, און זיי האבן געלאזט זייער רעגעניש זיך הערן דורכן פראטעסטירן פארנט פון רעגירונס געביידעס. טייל מאל האט דאס געווירקט אויף די ביוראקראטן ארויסצולאזן די אקטיוויסטן אבער מישא'ס פאטער, ר' יוסף, איז געווען א שטילער, איידעלער מאן, און ער האט קיינעם געדרוקט פאר די רעכט צו פארלאזן אוזבעקיסטאן פאר ארץ ישראל. ער האט זיך מיט קיינעם געקריגט, און זיין נאכגעביגער נאטור האט געבראכט דערצו אז אפילו אין די 1980'ס האבן זיי נישט געקענט פארלאזן דאס לאנד. מישא'ן האט אייביג געעגבערט זיין טאטן'ס פאציפיזם, ווארום זיין אייגענע ווילדע נאטור האט נישט געקענט דילדן דאס שטילקייט און געהארכזאמקייט, אבער ער אזויפיל רעספעקטירט זיין טאטע אז ער האט אים קיינמאל פארגעהאלטן דערויף.

מישא האט אויך אראפגעלייגט פאר וואסילין די שוועריקייטן פון זיין אן אפגעהיטענער איד אין די סאוועטן פארבאנד. די דראמאטישע דעטאלן פון אינטערערדישע תורה לערנען, באהאלטענע שחיטה אין די קעלערן פון ארטיגע אידן, און געפארפולע ריזיקעס צו נוצן א מקוה להלכה האבן געהאלטן וואסילי'ן געשפאנט.

"אויך מיט די אלע רעפארמען וואס זענען געווארן איינגעפירט אין די לעצטע יארן דורך קאמעראד גארבעטשאוו, איז נאך אלץ געפארפול צו אנטפלעקן אזעלכע אקטיוויטעטן," האט וואסילי געווארנט מישא. "פון וואו נעמסטו די זיכערקייט מיר צו פארטרויען אזעלכע געהיימניסן?"

"אמת. איך ווייס נישט דיין הארץ, און איך קען נישט נישטערן דיינע געדאנקן. אבער אפילו אין די סאוועטן קען א מענטש נישט לעבן אין אזא פאראנויע, אן קיין האפענונג פון געטריישאפט פון זיינע נאנסטע פריינט. דעריבער, זאג איך דיר קלאר. איך וועל קיינמאל פארראטן אונזער פריינטשאפט. אויך קענסטו געטרויען אז אונזער ברודערשאפט, דיין וואוילזיין, און דיין לעבן, זענען טייער ביי מיר. איך וועל דאס אייביג היטן מיט אלעס וואס ג-ט האט אין מיר געגעבן."

וואסילי האט זייער ערנסט אנגענומען די ווערטער פון זיין פריינט. 'יעוו', האט ער געזאגט מיט הארץ, רופנדיג מיכא ביים קורצן דעריוואט פונעם צונאמען "יעוורעי" וואס זיינע מיליטערישע פריינט האבן אים באקרוינט, "דו ווייסט וויאזוי צו מאכן א מענטש פילן אומבאקוועם מיט דיין אייפער און געטריישאפט. אבער די האסט צוריק מיין טרייהייט."

און די בונד צווישט די פריינט האט זיך פארשטארקט.

***
דער אפיציר און זיין סארדזשענט זענען געזעצן שטיל נאך א וויילע און שטודירט, ווען קאטשענקא האט זיך פלוצלינג אנדערופן צו אלישייב'ן, "דו ביזט גוט מיט רעטענישן?"

"נישט ספעציעל," האט מישא געענטפערט, "פארוואס פרעגסטו"?

"ווייל איך האב עפעס א רעטעניש וואס איך קען נישט לעזן, און גוטער פריינט וואס דו ביזט מיר, יעוו, האב איך געוואלט וויסן אויב דו קענסט מיר דאס לעזן."

די ווערטער האבן געטראפט מיט א געזונטע פארציע סארקאזם, און מישא איז געבליבן שטיל נישט וויסנדיג וואו וואסילי צילט מיט זיינע ווערטער.

"דו רעדסט נישט קיין ווארט דויטש, ריכטיג?" האט וואסילי געפרעגט.

"ריכטיג," האט מישא געענטפערט.

"דו האסט קוים גראדואירט אלץ אפיציר."

וואסילי האט געלאזט די ווערטער הענגן אלץ א פאקט.

"און דו האסט נישט קיין ערפארונג אין אינטערנאציאנאלע באציאונגען."

נאך א פאקט.

"און דו האסט נישט קיין דיפלאמאטישע כאראקעטער. פארקערט. דו ביזט דירעקט א קעמפער."

מישא איז געבליבן שטיל, שוין זעענדיג וואו וואסילי צילט.

"און אין די פעלד פון ליעזאן פראקטיק דארף מען דווקא א געשליפענע צונג, און א חנופה'רישע שפראך."

מישא האט ווידער געשוויגן, און וואסילי איז ענטליך געקומען צו זיין רעטעניש.

"וואספארא אידיאט וואלט דיר אויפגענומען אלץ א ליעזאן אפיציר? וואס איז די ריכטיגע אורזאך פאר אונזער רייזע צו די ד.ד.ר.?"

וואסילי איז געווען קיין נאר. ער האט פארשטאנען אז מישא איז נישט אויפריכטיג מיט אים. מיט זיינע פראגעס האט ער פארגעהאלטן מישא אויף די היפאקריטיע פון זיינע רייד קעגן זיינע אקטן. מישא האט זיך אנגעגעבן אלץ א געטרייע פריינט, אבער פארהוילן פון זיין חבר וויכטיגע אינפארמאציע.

מישא האט געענטפערט מיט די איינציגסטע אויסרייד וואס ער האט געהאט.

"פרעג מיר נישט קיין פראגן, וועל איך דיר נישט דארפן ליגנד זאגן."

מיט די ווערטער האט ער באשטעטיגט וואסילי'ס פארדאכטן, אז מישא איז געווארן געשוקט צו די ד.ד.ר. פאר אנדערע פליכטן אויסער זיינע ליעזאן אויפגאבעס. עס האט האט באשטעטיגט פאר וואסילי'ן אז מישא קען נישט רעדן דערוועגן, און אז ער וויל אים נישט ליגנד זאגן דעריבער בעט ער אז וואסילי זאל פארקוקן זיינע פארדעכטענישן, און אליינס פארענטפערן זיין רעטעניש.

וואסילי האט געשוויגן זיין אנטוישונג און געשלינגן זיין פארדרוס. מישא האט זיך געפארכט אז ער האט חרוב געמאכט דעם הייקעלען פריינטשאפט מיט זיין סארדזשענט. אבער האט ער נישט געהאט קיין אנדערע אויסוואל. זיין מיסיע האט אים געשטעלט אין געפאר, און מיטצוטיילן די דעטאלן פונעם מיסיע וואלט געשטעלט וואסילי'ן אין דעם זעלבן געפאר, סיי פון קריוטשקאוו'ן און סיי פון די אנדערע סאלדאטן. מישא האט דאס נישט געקענט נעמען אויף זיין געוויסן.

אן אומבאקוועמליכע שטילקייט האט געהערשט אינעם קאבינע, ווי ביידע האבן פארדייעט דעם אויסטויש פון ווערטער. מישא האט געוואלט צולייגן נאך ווערטער צום שמועס, אבער ווען ער געקוקט אויף וואסילי האט ער געזעהן אז יענער האט איינגעדרימלט מיט א רואיגן אויסדרוק אויף זיין פנים, כאילו נישט אים האט געמיינט דעם גאנצן אומאנגענעמען אויסטויש.

-פארזעצונג קומט אי"ה-
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יישר כח! מיר האבן שוין געווארט, און דו האסט אונז נישט געלאזט צולאנג ווארטן...
ס'האצעך געלוינט
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:יישר כח! מיר האבן שוין געווארט, און דו האסט אונז נישט געלאזט צולאנג ווארטן...
ס'האצעך געלוינט

גא״מ
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואף!!
מייסטערהאפטיג!
יישר כח!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

פ.ד.ף. פון די ערציילונג ביז דא
דער בוכארער זעלנער
לעצט פארראכטן דורך קליינע טאטע אום מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 9:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

קליינע טאטע האט געשריבן:פ.ד.ף. פון די ערציילונג ביז דא
דער בוכארער זעלנער

בטעות ארויף א ווארד פייל
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

שמו האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:פ.ד.ף. פון די ערציילונג ביז דא
דער בוכארער זעלנער

בטעות ארויף א ווארד פייל

דער בוכארער זעלנער
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

היום יום שלישי!
ווארט מיר מיט שפאנונג!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 16)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

דאנעצק, אוקריינע

"פארוואס האבן מיר זיך אפשגעשטעלט?" האט מישא געפרעגט, הייבנדיג זיינע אויגן פון די רוסיש-דויטש איבערזעצונג האנט-בוך, אין וועלכע ער איז געווען טיף אריינגעטאן אין די לעצטע עטליכע שעות.

די טאוולן אינדרויסן פון די באן קאבינע פענסטער האבן אנגעגעבן אז מען האט זיך אפגעשטעלט אין דאנעטסק, אוקריינע. דער קאנדאקטער האט זיי נישט צו לאנג געלאזט ווארטן נאר אויסגערופן הויך אין יעדן קאבינע: "די באן וועט איצט זיין אפגעשטעלט אין דעם סטאנציע פאר א שעה, ווילאנג די באן וועט אונטערגיין א גענעראלן מעכאנישן אינספעקציע דורך דעם ענדזיניר. ביטע זייט געדולדיג. מיר וועלן פארזעצן אין א קורצע צייט, א דאנק."

וואסילי האט פארמאכט זיין אייגענעם בוך – א היסטאריע פון שארף-שיסעריי – און זיך געהויבן ארויסצוגיין פון באן צו כאפן אביסל די פרייע לופט. ער האט זיך אויסגעגראדט זיין ארמיי היטל און געפרעגט מישא'ן צי ער וויל אים נאכפאלגן. מישא האט אוועקגעלייגט זיין טאשקע וועלכע האט ענטהאלטן זיינע תפילין און זיך אויסגעגליכן זיין יוניפארם און היטל. ווען ער איז געווען א פרישער ארמיי רעקרוט, א נידעריג ראנקיגער זעלנער, האט ער נישט געקענט מיטנעמען פערזענליכע חפצים צו טרענירונגס באזע אין סיביר. אבער איצט אלס אפיציר האט מען אים ערלויבט מער פרייהייט, דעריבער האט ער געקענט מיטנעמען זיינע תפילין מיט זיך, ווען ער האט פארלאזט בוכארא נאך זיין באזוך אהיים. די תפילין האט ער באקומען פון א חבד'סקער אקטיוויסט וואס האבן געטוען לטובות די אידן אין בוכארא.

צוזאמען זענען זיי ארויפגעטראטן אויפן סטאנציע פלאטפארם, און זיך אומגעקוקט אויף די פאר'חרוב'טע געבוי פון פארשימלטע העלצער און אלטע אייזערנע שינעס. אויף דער זייט, אנגעלאנט קעגן די וואנט, איז געלעגן אן אור-אלטן שילד אין אוקראינער אלפאבעט, מיטן שטאטס נאמען און סטאנציע אינפארמאציע אנגעפירקלט מיט ביליגע פארב. ווארשיינליך האבן עס די לאקאלע פארטיי צענזור-באאמטע נישט באזייטיגט, ווען זיי האבן פארבאטן דאס באנוצונג פון לאנדס שפראכן. אלע עטנישע שפראכן זענען געווארן פארבאטן אויף אן אפיציעלע קאפאציטאט, אויסער רוסיש.

זיי האבן אראפ שפאצירט פונעם פלאטפארם, און זיך אומגעקוקט. עס איז געווען א געמיטליכע טאג, אומגעווענליך מילד פאר א אקטאבער טאג. ווילדע הינטן האבן זיך געווארעמט אונטער די זון, נאך וואכן קילערע וועטער. ווי אינטערעסאנט, האט מישא געקלערט, אז אינעם אזיאטישע בוכארא איז געווען א בריליאנטענעם זון, מיט ווארעמע וועטער און הערליכע געוואוקס נאר געציילטע טעג פריער, און דא אינעם מזרח אייראפע, נישט צו ווייט אויפן מאפע, איז גרוי און קיל.

מישא און וואסילי האבן געמיטלעך שפאצירט, נעבן דעם סטאנציע, צווישן אלטע כאטקעס, און פארלאזטע געביידעס. פאר איינפאכע נייגער צו אבזערווירן די צושטאנד אין וואס די לאקאלע בירגער געפונען זיך, זענען זיי אריינגעגאנגען צווישן גאסן. פון איין גאס האבן זיך געצויגן מאדנע קלאנגען. עס האט זיך געהערט ווי א איינצעלנעם קוויטשעדיגע שטימע, באגלייט מיט די קלאנג פון א פעריאדישן זעץ אויף אייזן. ווען זיי האבן ביידע גענומען א לינקן דריי דורך א שמאלן געסל האט זיך אנטפלעקט פאר זיי זייער א נעבעכדיגן סצענע.

אין א קליינעם הינטער הויף איז געשטאנען אן עלטערער פארמער -לויט זיינע ארבעט'ס קליידער- און פארנט פון אים צוגעדריקט צו א אייזערנעם טיר האט זיך געוואקלט די דערשראקענער פיגור פון א קליינער אינגל, אפשר פינף אדער זעקס יאר אלט. די פנים פונעם קליינטשיקן איז געווען ווייס פון שרעק, און זיין אינטערשטע ליפ האט געטרייסלט מיט שטימע געוויין.

דער עלטערער מאן וועלכער האט געהאלטן דעם נעבעכדיגן קינד אין אזא ענגן מצב, איז געווען רויט ווי אן אוקריינער צוויקל פון רעגעניש, און גאנץ מעגליך פון קראנקליכע און אויפגעבלאזענע בלוט שיפן אויף זיין פנים. זיינע אויגן זענען געווען ווילד מיט צארן, און זיין מויל האט געשימפט באליידיגונגען אויפן קינד. נאך יעדעס אויסברוך האט ער געזעצט זיין פיס קעגן דעם טיר הינטערן קינד, און די אייזן האט געקלינגען אינטערן שטויס קראפט.

קאטשענקא האט אבזערווירט אז זיין פריינד נעבן אים שפרינג באלד ארויס פון די הויט צוזעהענדיג די ברויזנדע סצענע. ער האט געוואלט אפשטעלן סיי וואס פארא אויסברוך פון מישא, בעפאר ער וועט נאך ערגער מאכן די מצב. ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט אפצושטעלן מישא אין זיין גאנג און ער האט אים געזאגט שטילערהייט מיט א ווייכע שטימע, ווי איינער וואס בארואיגט א גערעגטן אויפגעשאקלטער מאן.

"יעוו, בארואיג זיך. דו קענסט דא גארנישט טוהן. נישט דיינע געשעפטן."

"נעם אוועק דיין האנט, און שטער מיר נישט! אויב איך וועל זיין געצווינגען וועל איך דיר קעמפן ערשט. ענדערש זאלסט זיין אויף מיין זייט און מיר צוהעלפן," האט מישא ארויסגעזידט.

וואסילי האט אוועקגענומען זיין האנט, אבער ער האט ווייטער גערעדט סאנפטיג.

"דו קענסט נישט צורעכט מאכן אלע אומרעכטן אויף דער וועלט. דו וועסט נאר זיך אליינס לייגן אין געפאר. פארמאך דיין אויגן, און פארמאך דיין גוט הארץ. לאמיר צוריק גיין צום באן."

מישא איז געווען ווי פארטויבט צו וואסילי'ס ווערטער. מיט דריי שנעלע טריט האט ער זיך געווארפן אינעם ריכטונג פונעם פעלד ארבעטער, אים געגעבן א כאפ ביים קארג, און אים געשטופט צו א ציגלנעם וואנט. דער פארמער האט זיך געוואקלט ווי א פארכאפטן גאנז, אבער קעגן דעם גרויסן סאלדאט זענען זיינע געראנגלנישן געווען אומווירקזאם. מישא האט פאר א סעקונדע אפגעלאזט אביסל זיין שטיקעדיגע צוואנג אויף יענעמ'ס קארג.

"עררכ….קענ ששט אטעמען," האט דער פארמער זיך דערקוטשעט ארויסצוברענגען געציילטע ווערטער.

אפלאזנדיג דעם צושאקלטן פארמער, האט מישא געוואנדן זיין אויפמערקזאמקייט צום שרעק-פארשטימטן אינגל. דעם פארמער האט ער געהאלטן אין אן ענגן ווינקל, נישט נאר מיט פיזישע מאכט, נאר אויך מיט א שטימע צוזאג, גאראנטירט אין די רעגעניש פון זיינע אויגן, וועלכע האבן פאראויס געזאגט געוואלדטאטן אויב יענער וואלט זיך געוואגט צו רירן.

"ווי אזוי הייסטו, יונג?", האט ער זיך געוואנדן צו קליינטשיגן.

"רו... רוסטא פלושענקא," איז געקומען די שוואכע ענטפער פון וואקלדיגע ליפן.

"איז דאס דיין זוהן?" האט מישא שטרענג געווארפן צום פארמער.

"וואס איז דאס דיינע געשעפטן?" האט יענער זיך געוואגט.

וואסילי האט ארויסגעאטעמט אומגעדולדיגערהייט פון צווישן געשפיצטע ליפן, און אינפארמירט דעם פארמער מיט קלארע ווערטער: "איך אין דיינע שטיוול וואלט זיך נישט געטריצט מיט א גערעגטן אפיציר דריי מאל דיין וואוקס."

"יא, דאס איז מיין זוהן," האט יענער אנגענומען קאטשענקא'ס ווערטער, און איינגעגעבן.

"וואס האט זיך דער יונג אזוי פארזינדיגט?" האט מישא אים פארגעווארפן.

"וואס?" האט דער פארמער נישט פארשטאנען.

"וואס האט זיך דער יונג אזוי פארזינדיגט, אז דו ביזט גרייט געווען אים צו שיקן צום טייוול מיט דיין האס?"

"דאס קינד איז ווי אן אייזל. מען מוז אים ברעכן, ביז ער לערנט זיך ווער דער אויבעהאר איז, און וויאזוי מען ערווארט פון אים צו טוען זיין ארבעט."

"דאס קינד," האט געבייזערט מישא אויף דעם פארמער'ס ענטפער, "איז נישט דיין אייזל אדער שקלאף. דו ביזט זיין לערנער, און פולקאם פאראנטווארטליך פאר אים ביז ער קען זיך אליינס דערלערנען ווי אזוי צו טוען זיינע פליכטן אויפן פארעם."

"פארעם?" האט דער מאן געפרעגט צעמישט.

מישא האט אים נישט דערהערט, נאר זיך געוואנדן צום אינגל. "איך בין א סאוועטישער ארמיי אפיציר, ליוטענאנט מישא אלישייב. מיין סארדשענט און איך זענען געווענדעט קיין בערלין וואו מיר וועלן זיין סטאנציאנירט ביז די באפעהל וועט קומען אז מיר מוזן ווידער וואנדערן. דיין באשיצער האט פארנאכלעסיגט זיין פליכט צו דיר, דעריבער קענסטו מיר רעכענען אלס א פריינט און באשיצער."

ער האט געווארפן שארפע בליקן אינעם ריכטונג פונעם פאטער, אים צו ווארענען אז זיינע ווערטער זענען ערנסט, און טראגן געוויכט, אבער צום יונג האט ער גערעדט ווייעך.

"אויב געפינסטו זיך סיי ווען אין א ענגן ארט, אדער די שפירסט זיך אומבאשיצט, שרייב צו מיר אין בערלין, צו די סאוועטישע ארמיי באראקן, און דאן וועלן זיך די וואס האבן דיר אומרעכט געטוען, זיך אנטרעפן אין מיין צארן."

מישא האט געוואוסט אז זיין צוזאג איז כמעט א ליידיגע, ווייל אזא ארעם אומבאהאלפן קינד איז נישט מסתבר אז ער וועט האבן די מעגליכקייט צו שוקן בריוון. ער האט נאר געהאפט אז די אפפער וועט שטעלן דעם טאטן אין א פארזיכטיגע פאזיציע, און ער וועט זיין מער באהיטן נישט צו טשעפן דאס קינד.

פון הינטער אלישייב און קאשטענקא האט זיך געהערט א קלאנג,, און ווען די אויסדריק אויפן פאטער האט זיך פלוצלינג געטוישט פון שרעק אויף הויעך-מוט, איז מישא געווארן פארדאכטיגט. ווען ער האט זיך אויסגעדרייט צו זעהן וואס האט יענעם געגעבן מוט, האט ער געזעהן אז פון צווישן די ברעטער און די זייטיגע סטרוקטורן, זענען ערשינען אייצנלנע מענער אין ארבעט'ס קליידער. ווי אן אומפאסנדע גרופע האבן זיי זיך געשטעלט צוזאמען צו פארעמען א וואנט, אין זייערע הענט האבן זיי געהאלטן פארשידענע ארבעט'ס געצייג - לאנגע דיקע צווענגלען, האמער, און אנדערע מכשירים געאייגנט פאר באן שינעס פאררעכטונגען. עס האט דאן געכאפט מישא'ן פארוואס דער פאטער פונעם יונג איז געווען צומישט. נישט קיין פארמער איז ער, נאר א סטאנציע ארבעטער, און דא איז אנגעקומען א מחנה פון ארבעטער פונעם זעלבן פאך. זיי זענען געקומען זוכן זייער אייגענעם, און יעצט האבן זיי איינגערינגלט אלישייב און קאטשענקא, און זיי ענג געמאכט. איין מינוט פארדעם האבן מישא און וואסילי געהאט די אויבער האנט, אבער באדויערליך האט זיך אלעס שנעל געטוישט. יעצט זענען מישא און וואסילי געווען די וועלכע האבן זיך געמוזט זארגן.

פרובירנדיג זיך ארויס צוזעהן פון דעם אונגינסטיגן מצב, האט מישא זיך אנאנסירט, "מיר זענען פארטיי באאמטע, און דאס איז אן אפיציעלע געשעפט וואס באטרעפט אייך נישט. גייט צוריק צו אייער ארבעט. מיר וועלן נישט צורירן שלעכט צו אייער פריינט."

די ליגנד אז ער איז א פארטיי באאמטער האט מישא געזאגט ווייל ער האט געמיינט אז די אנדערע וועלן פארלירן אינטערעסע, אדער כאטש זיך אפרוקן פאר די אוטאריטעט פון די רעגירונג. ער האט געהאפט אז די געוויכט פון זיינע ווערטער וועט באאייפלוסן די אוקריינער לייט צו נעמען אפאר טריט אויף צוריק.

די ווערטער האבן געהאט די פארקערטע ווירקונג. די אוקריינער זענען, שוין פאר הונדערטער יארן, אונטערדריקט געווארן דורך די רוסן, און די פאלאקן. די אנדערע צוויי נאציאנען האבן גערעכנט די אוקריינער אלס אונטער מענטשן. אויך די לעצטערע יארן פון ק.ג.ב. און רעגירונגס אונטערדריקונג האבן אפעקטירט א פיינטשאפט פון די אוקריינער קעגן די פארטיי באאמטע, און ספעציעל האבן די יוניפארמען נישט אנגעברענגט א רעספעקט אין זיי, נאר פארקערט. די יוניפארם האט צורייצט זייער קעגנערשאפט. די ארבעטער זענען געווען ערמוטיגט אז זייער נומערן זענען העכער פון די צוויי געפאנגענע סאלדאטן, און זיי האבן זיך צוגעריקט נענטער, מאכנדיג שמאלער דעם ענגן ארט. זיי האבן געהויבן זייערע ארבעט'ס געצייג עטוואס העכער, אין בעפארברייטונג צו אן אטאקע.

אלישייב'ס מח האט געארבעט צען פאכיג, צופייערט פון די אדרענאלין וואס זיין קערפער האט אים געשאנקן צו בעהאנדלען דעם געפאר וואס האט זיך געשטעלט פאר אים. אלע סיסטעמען אין זיין גוף וועלכע זענען נישט געווען נוצליך יעצט, האבן זיך פארשטייטערט, און נאר די סיסטעמען וואס ער האט געברויכט צום קאמף האבן פונקציאנירט מיט א הונדערט פראצענטיגן ווירקזאמקייט. די לופטקאנאלן אין זיינע לונגען האבן זיך געעפנט צו פארנעמען נאך אקסידשען, כדי צו טראגן די אקסידשען צו זיינע מוסקלען אין זיין מח, זיי זאלן פונקציאנירן שנעלער און בעסער. זיין הארץ האט געפאמפט זיין בלוט שנעלער, און זיין בלוט דרוק האט זיך ערהויערט. א טויש אין זיין מעטאבאליזם האט מאקסימירט זיין בלוט גלוקאס, אויך צו העלפן זיין מח צו אנאליזירן און רעאגירן אין סעקונדן. זיינע חושים זענען געווען שארף, און זיינע יעדעס צעל אין זיין גוף אלערט.

ער האט זיך געגרייט זיך צו באשיצן, אינאיינעם מיט קאטשענקא. ער האט געהאפט אז קאטשענקא לייענט גוט זיינע שטילע באוועגונגען און קערפערשפראך, און ווייסט אין וועלכע ריכטונג ער וועט אטאקירן. עס וואלט נישט גונסטיג געווען אויב זיי ביידע פאררעכענען זיך מיט זייער אטאקע, און ווערן איבערגענומען צוליב א באקס אדער א שטויס וואס טרעפט נישט אין ציהל, נאר כאפט איינער פון זיי אליינ'ס אין קאפ.

קאטשענקא, ביז דערווייל, האט געלייענט די סיטואציע אלס א פארלוירענעם קאמף, נישט קיין חילוק צי זיי זיגן, צי נישט. אויב דארף מען זיך שוין שטעלן פאר א מיליטערישן געריכט צו ערקלערן זייער אייגענעם אינפעהיגקייט, אנגעברענגט דורך קלעפ-וואונדן, אדער די עקזיסטענץ פון ציווילע לייט אין שפיטעלער מיט לעבנ'ס דראענדע וואונדן, וועט זיי נישט טויגן. דעריבער, אנשטאט זיך גרייטן צום קאמף, האט ער געלייגט צוויי פינגער צווישן זיינע ציינער, און פון צווישן זיינע ליפן ארויסגעבלאזן א שארפן פייף. דער שרילן פייף איז אביסל פארשטימט געווארן אין דעם ענגן ארט, פארלוירן אין די דיקע ברעטער, באריקאדן און הויפנס ברוכווארג ארום און ארום.

דאך האבן די אייזנבאן ארבעטער געוואוסט אז דער סאלדאט האט גערופן פאר הילף. צו די "הילף" האט געקענט הערן דעם רוף, און צו זיי וועלן נאך אנקומען, איז נאך אומקלאר געווען. קיינער האט נישט געוואלט נעמען די נעקסטע שריט ערשט, אלע האבן געוואלט זעהן אויב די געווינס שאנסן וועלן בלייבן אין זייער גונסט.

געציילטע מינוטן האבן זיך אויסגעצויגן ווי צעהן יובלות, און ווען די הילפס-טרופן האט זיך נישט באוויזן, האבן זיך אלע צוגעריקט אביסל נענטער, גרייט צום קאמף. מישא און וואסילי האבן זיך צוגעריקט רוקן צו רוקן – אזוי האבן זיי געהאט בעסערע קאמפס פעהיגקייט.

א קאלט ווינטל וואס האט אריינגעבלאזן דורך די זייטיגע ברעטער האט געברענגט מיט זיך פרישע לופט פאר די קאמפס-גרייטע. עס האט אויך מיטגעברענגט מיט זיך די קול פון א דינעם פייף, די ענטפער צו קאטשענקא'ס הילפס-רוף. וואסלי האט צוריק געפיפן צו העלפן זייערע רעטער גענוי פעסטשטעלן ווי זייער פאזיציע געפינט זיך.

טריט האבן זיך דערהערט אין די הינטער געסליך, און ווי די טריט האבן זיך דערנענטערט, האבן די באן ארבעטער פארלארן זייער מוט זיך צו קעמפן. דריי זעלנער זענען ענדליך ערשינען, און צו מזל האבן זיי יא געהאט זייערע וואפנס אויפן זייערע פאסיקעס.

"וואס האט דיר אזוי לאנג אויפגעהאלטן, פעטראוו?" האט וואסילי געפאדערט, דערנאך האט ער געהויבן זיין שטימע אין די שטייגער וואס נאר א סארדזשענט קען, און שארף אדרעסירט די ארבעטער.

"גייט צוריק צו אייער ארבעט, איר קענט קיין געווינער נישט ארויסקומען פון אזא געפעכט. אויך וואלט איך אייך געראטן צו האלטן אן אויג אויף אייער פריינט דא, דער פאטער פון דעם יונג. אויב וועט אונזער אילוסטרע ליוטענאנט זיין געצווינגן צו ווידער באזוכן דעם מיסט גרוב פון א שטאט כדי צו באשוצן דעם יונג, דאן וועט זיך עס נישט אויסלאזן גוט פאר קיינעם."

נאך די ווערטער האבן זיך די סאלדאטן ארויסגעריקט פונעם הינטער געסל, צוריק דורך די וועג וואו זיי זענען אריינגעקומען. זיי האבן נישט געוויזן זייער רוקנס, נאר צוריק געטראטן שטייטלעך, מיט זייערע פנימער צו די די ארבעטער, כדי נישט צו פארלירן די אויבערהאנט. די זעלנער וועלכע האבן געהאט וואפנס אויפן יוניפארם האבן לייכטערהייט געהאלטן זייערע הענט דערויף די גאנצע צייט, אלס סיי א פארזיכערונג און סיי א ווארענונג.

אלע האבן אפגעאטעמט ווען זיי האבן זיך צוריק געזעהן אויפן סטאציע פלאטפארם. וואסילי האט באקאנט געמאכט די דריי זעלנער פאר אלישייב'ן אלס סארדזשענט פעטראוו, זעלנער אבראמאוויטש, און זעלנער זאבלאטני. די דריי האבן פרובירט צו סאלוטירן דעם לויטנאנט, אבער מישא האט דאס אפגעשאקלט און זיי אנשטאט געגעבן די האנט. ער האט זיך באדאנקט פאר זייער הילף, און אויסגעדריקט א וואונטש צו קענען איינמאל צוריק באצאלן די סאלדאטן אויב וועלן זיי זיך אמאל טרעפן אין נויט.

פעטראוו האט אנגעגעבן אז ער איז גאר דער "בעאבאכטער" פאר וואסלי אין זייער גרופע שארף-שיסער.יעדער שארף-שיסער האט געהאט א בעאבאכטער מיט וועם ער האט טרענירט אינאיינעם. ער און וואסילי האבן אפט גענוצט פארשידענע פייף קולות צו קאמוניקירן, און דעריבער האט ער געוואוסט צו קומען צו הילף מיט די אנדערע צוויי.

מישא האט זיך ווידער באדאנקט, כאטש פאר וואסילי'ן האט אויסגעזעהן ווי מישא שלינגט אראפ דאס געדאנק אז די הילף איז נישט געווען ממש נויטיג, און אז ער וואלט זיך געקענט אן עצה געבן קעגן די ארבעטער זעלבסט, אן קיין הילף. זיי ביידע האבן זיך צוריק געקערט צו זייער קאבינע.

"וואס איז דיין פראבלעם, אז דו קענסט זיך נישט אוועקהאלטן פון פראוואקאציע פאר גאנצע צעהן מינוט!?" האט וואסילי אים פארגעווארפן ווי נאר זיי זענען געווען אליין.

"געב אכט, וואסילי, אויף דיינע רייד. דו אדרעסירסט דיין העכער-אפיציר."

"העכער-אפיציר?! העכער אין אידיאטישקייט, דאס איז זיכער!" האט וואסילי צוריקגעשטורעמט.

"דאס קינד האט געדארפט שוץ, און איך האב עס געזעהן אלץ מיין פליכט אריינצוטרעטן," האט מישא זיך פארטיידיגט, וויסנדיג אז וואסילי'ס רעגעניש קומט נאר פון זארג און פריינטשאפט.

"עס איז נישט דיין פליכט צו פאררעכטן אלע וועלטס אומרעכטן!" האט וואסילי צוריקגעווארפן.

"וואסילי, דו קלינגסט מיר ווי א שולע לעהרער, אדער גאר ווי מיין מאמע. און אז זייער רייד, און צומאל די ציפעדיגע פעטש אויף מייינע באקן, האבן נישט געהאט א ווירקונג, דענק איך אז אלע דיינע זידלונגען וועלן זיך טרעפן ווי אלע בעפאר זיי."

"מאמע רוסיא. מיט דיינע אקטן קענסטו אפילו אן אפגעהיטענעם נזיר צום טרינק טרייבן. איך ברויך א וואדקע, בעפאר איך פארליר מיין זין," האט וואסילי אפגעיאגט פונעם קאבינע ווי א באלאסטיגטער.

-פארזעצונג קומט אי"ה-
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יוי!!!
דו ביסט אייזן ריזיג!!
שלינגעך מיט דארשט יעדעס ווארט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

דו נעמסט מיר אויף א ראלער קאסטער
ביסט נישט נאמאל
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

wowowow
אטעם פארכאפנד!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

קליינע טאטע האט געשריבן:פ.ד.ף. פון די ערציילונג ביז דא
דער בוכארער זעלנער


צוגעלייגט די לעצטע קאפיטל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”