ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יוי!
פארוואס ווייזטו מיר די שרעקעדיגע בילדער אזוי נאנט צום שלויפן גיין...?
'איך זעה דעם געטא פאר די אויגן' האט כאניש געקלערט צו זיך...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ייש"כ ייש"כ! מאסיוו!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אריינגעברענגט אין געטא...

יישר כח וואלטיער.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אוי! פארשלעפט צו דעם אזכרה יעצט ערב פורים..

ביסט אייזן! קיפ איט קאמינג!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

אין מילים.
איך בין ממש נארוואס צוריק געקומען פונעם ווארשעווער געטא.

שכח דיר וואלטיער!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

Wow די ערשטע מאל וואס איינער פירט מיר אריין לייוו פאר א טור אין ווארשעווער געטא מיט די גאנצע געפיל,
ווי אזוי קומט מען ארויס פון דארט?
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

בעל מנוחה האט געשריבן:Wow די ערשטע מאל וואס איינער פירט מיר אריין לייוו פאר א טור אין ווארשעווער געטא מיט די גאנצע געפיל,
ווי אזוי קומט מען ארויס פון דארט?

מדארף ווארטן אויף נעקסטע דינסטאג זיך ארויס צו זען... אדער אפשר גאר וועט ער אונז גאר טיפער אריין פירן?
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

די ביסט געוואלדיג!
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

ווי קען מען הערן די מוזשיצע אזכרה ?
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

מצה בעקערי האט געשריבן:ווי קען מען הערן די מוזשיצע אזכרה ?

גא"מ.
ברויך מען אהערשלעפן אונזער נגינה מייסטער

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פינג.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ארחיקה נדד האט געשריבן:
מצה בעקערי האט געשריבן:ווי קען מען הערן די מוזשיצע אזכרה ?

גא"מ.
ברויך מען אהערשלעפן אונזער נגינה מייסטער

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פינג.


אזכרה הגדול געזינגען דורך רבי דוד ביק הי"ו און נאך בעלי מנגנים ביי די יארצייט סעודה פון אמרי שאול זי"ע שנת תשע"ה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

רייכער איד האט געשריבן:די ביסט געוואלדיג!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:גוט מארגן גוט דינסטאג!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יא!
גוט מארגן גוט דינדטאג
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איט'ס סטיל טאסדעי...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

מארגן מיטוואך, אי"ה
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ייש"כ פארן אריינטשעקן!
מיר ווארטן מיט שפאנונג!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

וואלטיער האט געשריבן:מארגן מיטוואך, אי"ה

א עקסטערע שכח פארן ספעשל אריינטשעקן צו לאזן וויסן ווען די פארזעצונג קומט! מיר ווארטן מיט שפאנונג!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

היינט געליינט די גאנצע ...
יוש איז דאס געשמאק, אויסגעווען א האלבע וועלט, באזוכט און פאלאצן קאסטעלן פעלדער און וועלדער שטעט אין דערפער הייסע קאלטע און קעלטערע
מענטשן הארטע ווייכע געפרוירענע מיואש'דיגע צושטורעמטע קאמפסגרייטע ריזיגנירטע צושאקלטע
אלע הארץ קעמערלעך אין זייערע געפילן

מוראדיג! אויפגעשפילט לעבעדיג מיט געשריבענע ווערטער מייסטער שרייבער
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

וואלטיער האט געשריבן:מארגן מיטוואך, אי"ה

מאסיוו מאסיוו!!!

מיר ווארטן מיט שפאנונג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

היום יום שלישי נדחה, און מיר קוקען ארויס מיט שפאנונג אנגסט און האפענונג!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

איתמר לעוו הינטערגרונד געשיכטע/היסטאריע 3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

סוף יולי- 1942

די זומער מאנאטן האבן נישט געברענגט קיין פארלייכטערונג, נאר פארקערט. זינט נאך פסח צייט האבן די נאציס נאך מער פארשטארקט זייער דרוק אויפן געטא. א פאניק און צומישעניש האט געהערשט אין די לופט. טעגליך האבן די נאציס אריינמארשירט אינעם געטא, ארויפגעצווינגען פרויען אין קינדער אויף טרעקלעך, אדער זיי מארשירט מיט די שפיצן פון זייערע געוועהר, און זיי אפגעפירט, קיינמאל ווידער געזעהן צו ווערן. אין נאר די לעצטע יאר איז די געטא געווארן ליידיגער מיט בערך הונדערט טויזנט מענטשן, נאר פון הונגער און קרענק. די רידערדיגע געטא איז פלוצלינג שטילער געווארן. מענטשן האבן זיך באהאלטן אין די שטיבער, און געציטערט ארויסצוגיין אויפן גאס. דאס האט נאר געברענגט צו מער קרענק און הונגער, ווייל די האנדל און שמוגל אונטערנעמונגען האבן זיך מער ווייניגער אפגעשטעלט.

וויאזוי האט מען געקענט ארויסגיין אויפן גאס ווען מען האט געוואוסט אז די דייטשן באקוקן פאפירן, און די וועלכע האבן נישט קיין ארבעטס-קארטע ווערן אוועקגענומען? יעדן טאג זענען הונדרעטער אפגעטראגן און פארשוואונדן געווארן. מען האט זיי געפירט אויסער די געטא, צו די ווארשעווער גדאנסק באן סטאנציע. נעבן די סטאציע איז געווען אויפגעשטעלט אן "אומשלאגפלאץ". געווענליך איז עס געווען א פלאץ וואו מען האט געהאלטן ווארע און לאסט ביז די באן וואגאנען האבן עס געקענט אפטראגן. יעצט איז עס געדינט צו טראנספארטירן אן אנדערע סארט לאסט, און צו א באזונדערע פלאץ, בערך פופציג מייל אוועק פון ווארשע.

אום תשעה באב יענע יאר, תש"ב, נאך עטליכע חדשים פון אומארגאניזרטע דעפארטאציעס פון פרויען און קינדער, איז געקומען די באפעל. עס געווען צייט פאר א מער מעטאדישע, ארגאניזירטע אויסראטונג פונעם געטא. מענער, פרויען, און קינדער, אפילו די וועלכע האבן געהאט ארבעטס-קארטעס. די ריטמישע קלאנגען פון קנאקעדיגע נאצי שטיוול האבן זיך געהערט אין די פרי שטונדען, ווי רייעס עס.עס. סאלדאטן און אוקריינער שטיצע איינהייטן האבן אריינמאשירט אינעם געטא, שטאלצערהייט, זייער געוועהר ריין און גרייט. זיי האבן אנגעהויבן ביי איין גאס. אויסגעליידיגט די הייזער מיט צוואנג, און זיי מארשירט אונטער די דראונג פון טויט צום אומשלאגפלאץ. ווער האט עס האט נישט קאאפערירט איז דערשאסן געווארן אויפן ארט. אין די שלאף שטיבער, אויף די טרעפ, אויפן גאס, אין אלע ערטער אויפן וועג זענען געלעגן דערשאסענע קערפער פון די וועלכע האבן זיך געוואגט קעגן צו שטעלן, אדער זיך נישט גענוג געיאגט. די פראטאקאל האט געפאדערט אפצוטראגן פינף ביז זעקס טויזנט געטא איינוואוינער אין א טאג, און עס איז געווארן איינגעהאלטן מיט אן אפעטיטליכע פונקטליכקייט. מיט געלעכטער און שפאט פון די טרייבער מיט די לאנגע געוועהר.

גאס נאך גאס. טויזנטער נאך טויזנטער. יונגע און אלטע. רייכע, ארעמע, קראנקע און ארבעטס-פעהיגע. ביז די טאגס קוואנטום איז געווארן ערפילט.

איתמר לעוו האט אויך געמוזט מאכן טוישונגען זיך צו גרייטן אויפן ארגסטן. אין די לעצטע וואכן האט ער שוין נישט געשריבן קיין ארטיקלען, קיין נייעס, קיין פראפאגאנדע. אנשטאט איז ער איז געווען פארנומען מיטן באהאלטן די אלע דאקומענטן וואס וואלטן איין טאג געוויזן אויף זיין עקזיסטענץ. ער האט האט געוואוסט פונעם "עונג שבת" גרופע, אונטער די פירערשאפט פון איינער אמנואל רינגלבלום, א פרייער אקאדעמיקער פונעם פועלי ציון באוועגונג, וועלכע האבן געשריבן און געזאמלט באווייז איבער די טעגליכע אקטיוויטעטן פון די איינוואינער אינעם געטא. זיי האבן די דאקומעטאציע באהאלטן אין גרויסע מילך אייזען-קאניסטערן און דאס באהאלטן אין עטליכע ערטער אינעם געטא. זיי האבן זיך געגרייט צו זייער אייגענע פארניכטונג, אבער זיי האבן דאך געוואלט איבערלאזן באווייזן פון זייערע לעבנס. איתמר האט זיך אויך אונטערגענומען צו העלפן באהאלטן דאקומענטאציע, און ער איז געגאנגען יעדן טאג צום יעצט נוצלאזע דרוקער-פרעסע קעלער, און צוזאמען מיט זיינע פריינט באהאלטן האנט-געשריבענע און געדרוקטע פאפירן אין די מילך קאניסטערן.

יעדן טאג, פארן גיין, האט ער גערעדט צו קיבא'ן און צו זיינע עלטערן. די אנווייזונגען זענען געווען איינפאך. אויב זענען די עס.עס. איינהייטן געקומען צו די גאס וואו זיי האבן געוואוינט, האבן זיי געדארפט אלעס איבערלאזן, חוץ קיבא'ס פוילשע קען-קארטע, און נאכפאלגן קיבא'ן ארויס פונעם הויז דורך די הינטער טיר און הויף. קיבא איז געווען באקאנט מיט די פארבארגענע וועגן צווישן די שמאלע ווארשעווער הינטערגעסלעך, און ער האט געזאלט פירן זיינע עלטערן צום פרעסע קעלער. דערנאך האט קיבא זיך געזאלט שיידן פון זיינע עלטערן, נעמען זיין קען-קארטע, און זיך יאגן צו איינע פון די שמוגלער-לעכער אינעם מויער, דארט ווי ער פלעגט שווערצן עסן יעדן טאג, און פארשוואונדן ווערן צווישן די פוילישע באפעלקערונג. איתמר און זיינע עלטערן האבן נישט געהאט קיין פוילשע קארטעס, און דעריבער האבן זיי נישט געקענט פארלאזן דעם געטא. מען וואלט זיי גלייך אפגעשטעלט אין דערשאסן ווי נאר זיי וואלטן נישט געקענט ערצייגן א פוילישע בירגער קארטע. סיי ווי האבן זיי זיך נישט געקענט ארויסשמוגלען אין זייער עלטער. זיי האבן נישט געהאט וואו צו גיין, וואו זיך צו באהאלטן.

צוערשט האט קיבא פראטעסטירט אז ער אויב עס קומט דערצו וויל ער נישט גיין אן זיינע עלטערן, אבער איתמר האט אים קלאר געמאכט אז עס זיין פליכט פון כיבוד אב ואם צו אנטלויפן און איבערלעבן. זיינע עלטערן האבן פון אים אויך געמאנט אז ער מוז טוען אזויווי איתמר האט באפוילן.

אויך האט איתמר געהאלטן א וואך אויג אויפן אידישן פאליציי-מאן, קויפמאן. ווילאנג קויפמאן איז געווען רואיג, האט ער אויך געקענט זיין. ער האט געוואוסט אז אויב קויפמאן וועט דערשפירן פון זיינע אויבער-אפיצירן אז זייער גאס קומט דאס נעקסטע צו ווערן אפגעליידיגט, וועט קויפמאן זיך נעמען זוכן א וועג אוועקצונעמען זיין מאמע און געשוויסטער פון דארט. און כאטש קויפמאן'ס עלעגאנטע מאמע האט נאך יעדן טאג געמוטשעט אז זי ווילן ווערן איינפלאצירט אין א בעסערער געגנט, צווישן די אנדערע אידישע פאליציי פאמיליעס, האט איר זוהן איר געמוזט אפזאגן אז עס איז נישטא קיין פלאץ. איתמר האט יעדע נאכט באטראכט די קויפמאן משפחה אקטיוויטעטן אין זייער הויז, צו זעהן אויב עפעס טוישט זיך אין קויפמאן'ס האלטונג, אבער עס איז אלץ געבליבן נאר מיט ווערטער פון זיין מאמע, און נישט געפאניקטע אקטן.

איתמר האט זיך אביסל געאיילט יענעם פרי מארגן, ווייל ער האט געהאט א וויכטיגע אויפגאבע וואס האט נישט געקענט מער ווערן אפגעשטופט. פאר ער האט פארלאזט זיין הויז האט ער ווידעראמאל גערעדט צו קיבא'ן איבערן פלאן, דאס מאל אפילו אינעם געגנווארט פון מאטל, קויפמאן'ס יונגערער ברודער. ס'האט שוין נישט געהאט קיין זין צו באהאלטן די אקטיוויטעטן און פלענער. זיי האבן זיך אלע געפונען אינעם זעלבן סכנה. ווען קיבא האט איבערגעזאגט אז ער פארשטייט דעם פלאן גוט, האט זיך איתמר געיאגט צום זאל וואו ער האט געזאלט יענעם טאג אויפטרעטן.

ווען ער איז אנגעקומען צום זאל, איז אריין דורך די הינטער טיר ווייל אפיציעל איז די בנין געווען פארשפארט דורך די דייטשן. עס איז שוין געווען פארזאמלט א באדייטנדע צאל יונגעלייט, און געשמועסט צווישן זיך. די פארזאמלטע זענען געווען פירער און פארזיצער פון עטליכע פאליטישע ארגאנאזאציעס ווי השומר הצעיר, די בונד, דרור, און נאך אנדערע קאמוניסטישע און ציוניסטישע גרופעס. אויף די פלאטפארמע איז געשטאנען זעליג מעכלאוויטש, און ווען ער האט דערזעהן איתמר'ן האט ער אים געווינקען ארויפצוקומען נעבן אים. זיי האבן שוין געוואלט אנהייבן דעם זיצונג, און איתמר איז געווען באשטימט אלץ דער ערשטער רעדנער. מען האט אויסגעוועלט איתמר'ן ווייל זיינע באשרייבונגען זענען געווען באקאנט ביי אלע וועלכע האבן געקענט לייענען אידיש אין די מערערע באוועגונגען און ארגאניזאציעס. ער האט אפילו גענאסן פון א אנהענגערשאפט צווישן די וועלכע האבן ממש ליב געהאט זיין שרייב שפראך.

איתמר האט זיך אויפגעשטעלט אויפן פלאטפארמע, און זיך גענומען רעדן אין אידיש.

"מיינע טייערע אידישע ברידער," האט ער אנגעפאנגען.

"פו פולסקו!" האבן עטליכע פון די פארזאמלטע געשריגן, "אין פויליש!"

אנדערע, הייס ציוניסטיש געשטימט, האבן געפאדערט ער זאל רעדן אין עברית, ווי די מאדע איז געווען אין זייערע ארגאניזאציעס.

"ניין," האט איתמר שארף געזאגט, און אפגעהאקט אלע פראטעסטן, "נישט אין פויליש. נישט אין עברית. אין אידיש. אין מיין מאמע לשון. אין אונזער מוטער שפראך וואס מיר האבן אזוי פארלאזט און פארשעמט, ביז עס איז געקומען אן פיינט און עס גענומען אויסרייסן מיט אונז אינאיינעם. נאר אט די שפראך איז גוט פאר אונז היינט."

כאטש עס זענען געווען עטליכע וואס האבן נאך אלץ נישט פונקטליך פארשטאנען וואס איתמר האט געזאגט ווייל זיי זענען געקומען פון גענצליך אסימילירטע הייזער, זענען זיי אבער פארשוויגן געווארן ווען די אנדערע פארזאמלטע האבן געפאדערט אז זיי זאלן זיך האלטן שטיל. איתמר האט געווארט פאר א גענצליכע שטילקייט, און דערנאך אנגעהויבן רעדן, צושטאט און קלאר.

"עטליכע חדשים צוריק האבן מיר נאר גערעדט וועגן שמועות. פונעם לאדזשער געטא. פונעם לובלינער געטא. היינט, ווער ברויך שמועות. די רעכענונג איז געשריבן אין דייטש, און די קאסטן מוזן באצאלט ווערן אין אידיש בלוט. ווען איר זענט געגאנגען אין די גאסן אינעם לעצטן ווינטער, האט איר געזעהן די ארעמע טויטע, פוס שווארץ און הארט פון עפרירונג. איר האט געזעהן פארהונגערטע מאמעס אין צוריסענע לאטעס, דרייענדיג זיך אויפן גאס אן קיין ריכטונג, אן קיין ציל, איינע אזא מאמע מורמלענדיג צו די פארפרוירענע פיצל אין אירע הענט, אן קיין זין. איר האט געזעהן די לעבנסלאזיגע גופים פון אויסגעדארטע קינדער אויף די קערפער-וועגענער, טאג נאך טאג, האט איר געמיינט אז מיט נאך איין פאלקס-קיך, מיט נאך אביסל ברויט פון איבער די מויער, וועט מען קענען דורכמאכן די ווינטער. איר האט געמיינט אז איר דארפט נאר אפהאלטן דעם מלאך המוות ביז דער זומער קומט. דער זומער איז געקומען, און דער מלאך המוות האט באקומען פולע הערשאפט אויפן געטא. די באפעל איז געקומען אז יעדן טאג מוזן עטליכע טויזנטער אידן ווערן געטראגן צום אומשלאגפלאץ, נעבן די באנען, צו ווערן אומגעזידלט צו "צוואנגס-ארבעטס לאגערן" אין די אסט. מיר ווייסן וואו זיי ווערן געפירט, און וואס עס ווערט געטוען מיט זיי."

אינעם זאל האט געהערשט א גענצליכע שטימעניש, די מיילער פון די פאזאמלטע פארשפארט מיט קייטלעך פון וואר-רייד. איתמר האט געקוקט אויף זיי אלע, פון רעכטס צו לינקס, איבערן גאנצן זאל, און געמאכט אויגן קאנטאקט מיט אלע פירער פון די פארזאמלטע פאקציעס. עס איז נישט געווען אויף וועם צו לייגן די שולד, אבער ער האט געוואלט אז אלע זאלן דאס שפירן פונקט אזוי.

"שבועות צייט זענען די דייטשן געקומען מיט זייער פראפעסיאנאלע פראפאגאנדע פילם גרופע," האט ער ווייטער געזאגט, זיין טאן ווערנדיג העכער און שארפער מיט יעדעס ווערט, "זיי זענען געווען אנגעטוען אין זייערע גלאנצנדע מונדירן, און געצווינגען די איינוואוינער פון געטא אנצושטעלן פאר זיי א פארשטעלונגען פונעם טאג טעגליכן לעבן אינעם געטא. מאכן פאר זיי שוי שפילן. א ברית. א לויה. מקווה. אן עלעגאנטע סצענע אין א רעסטאראן. אלעס אנגעשטעלט, געצווינגענערהייט, ווי א צירקוס, פאר זייער פראפאגאנדע מאשין. און איר האט זיך געקענט קעגן שטעלן, איר דרייסטע יונגן און פאליטישע ארגאניזאציעס? איז פאר די דייטשן אנגעגאנגען צי די געצווינגענע האבן פיאות צי א געקעמטע טשופ? צי ער האט זיך אויסגעצייכנט אין ליטעראטור אין א פרעסטיזשפולע אוניווערסיטעט צי געווען א מלמד אין חדר? זיי האבן אייך אלע פאראורטיילט צו טויט. עטליכע פון אייך זענען דורכגאנגען די אנגעשטעלטע סצענעס און איר האט גארנישט געקענט טוען. די איראניע פון דעם אלעם איז אז די געצווינגענע שוי שפילער זענען פאראייביגט געווארן דורך די נאצישע פילם. זיי זענען נישט פארייביגט געווארן מיט אידישע משפחות, קינדערלעך און דורות. נאר זייערע פנים'ער וועלן פארבלייבן, אויב טוט איר גארנישט צו ראטעווען די אידן. אלץ וואס וועט פארבלייבן איז אידיש פנימער רעדוצירט אלץ היסטארישע ארכיוון."

ער איז נאכאמאל געבליבן שטיל פאר א מאמענט. קיינער האט זיך געוואגט אריינצורעדן.

"יעקל בראדי, אונזער פריינט" האט ער זיך פלוצלינג פייערדיג צושריגן מיט ווייטאג, "איז אהיימגעגאנגען צוויי טעג צוריק נאך זיין צוואנגס-ארבעט, האפנדיג צו זעהן זיין ווייב און טאכטער. זיי זענען שוין נישט דארט געווען. עדות האבן געזאגט אז מען האט זיי פארכאפט אויפן גאס, און געטראגן צום אומשלאגפלאץ. דער שטאלצער, געלערנטער, און פאטריאטישער יעקל האט זיך וויליגערהייט אויפגעגעבן א טאג דערויף. זיך געשטעלט צום אומשלאגפלאץ. זיך געלאזט אז זיי זאלן אים לייגן אויף די וואגאנען, פון גרויס יואש. זאנוויל גראס איז געווען ביי אונז אין קעלער, ביים דרוקער-פרעסע, ווען ער האט געהערט אז עס מען האט אפגעפירט זיין גאנצע גאס. פון זיין הויז זענען גענומען געווארן זיינע עלטערן, זיין זיידע און באבע און דריי ברידער און א שוועסטער. און אזוי גייען זיי פון גאס צו גאס. זיי ליידיגן דעם געטא אין זייער מעטאדישע פונקליכקייט, און מיר זענען אלע צופארן צוליב פאליטישע דיפערענצן.ווי געאייגנט אז מען האט אונז אנגעפאנגען אפצופירן תשעה באב, ווייל מיר האבן נישט צוגעהערט צו דעם איכה, און מיר האבן נישט דערהערט אירע לעקציעס."

איתמר האט צוריק אראפגעלאזט זיין טאן, און פארענדיגט מיטן סיבה פונעם צוזאמקום.

"עס איז געקומען צייט צוזאמצושטעלן די אלע פאליטישע פאקציעס. די אלע זעלבסט-אינטערסירטע גרופעס און אומפעהיגע פארטייען. השומר הצעיר, די בונד, דרור, און אפילו אלע וואס זענען דא און און נישט פארבינדן מיט א באזונדערע גרופע. היינט שטעלן מיר צוזאם די "אידישע קאמף ארגאניזאציע". אונטער איין פירערשאפט, אונטער איין ציל. זיך צו גרייטן א אויף א קאמף אפצושטעלן דעם דייטש. צו שאפן און זאמלען געווער. צו ווערן אן ארמיי. די פליכט פון די פירער איז צו שטעלן איין פארזיצער, איין גענעראל, צו פירן די מערכה, און פאר אונז אלץ סאלדאטן זיי אויסצופאלגן. איך וועל זיך צושטעלן אלץ א סאלדאט, גרייט אויסצופאלגן די באפעלן. דער באשעפער זאל אייך אלע אפהיטן, בעת איר קעמפט פאר יעדעס טראפל אידיש בלוט."

איתמר האט פארענדיגט זיינע רייד, און זיך אראפגעזעהן פונעם פלאטפארמע. קיינער האט נישט גערעדט פאר עטליכע מינוט, ביז דער נעקסטער רעדנער האט זיך אויפגעשטעלט רעדן.


נאך עטליכע שעה פון פארהאנדלען, ארגאניזירן, און פלאנירן, האבן זיך פארזאמלטע צולאזט און געגאנגען צו זייערע היימען. איתמר איז געגאנגען מיט א ווארעמע געפיל ווייל ער האט געשפירט אז ער האט עפעס אויפגעטוען. ער האט געטוען זיין טייל אינעם פאראייניגן די יונגע קעמפער אינעם געטא, און ער האט געהאפט אז עפעס וועט מען נאך קענען ראטעווען ווי נאר מען האט געזאמלט גענוג וואפן.

ווען ער האט זיך דערנענטערט צו זיין גאס איז ער באנומען געווארן מיט אן אומבאקוועמע געפיל. אן אבנארמאלע שטילקייט האט איבערגענומען ווי נענטער ער איז געקומען. ווי נאר ער האט זיך ארויפגעדרייט אויף זיין גאס האט ער עס געזעהן. די פראוויזארישע באריקאדן וועלכע האבן אפגעהאקט די וועג צו זיין שטראסע פון זיין הויז. די צוויי נאצישע וועכטער וועלכע זענען געשטאנען וואך ביי די באריקאדע. די ליידיקייט און שטילקייט וואס איז געקומען פונעם גאס. איתמר האט זיך גענומען שנעל אטעמען אין פאניק. ער האט צוריקגעטראטן צו די פארשאטנטע טייל פונעם גאס, און זיך שנעל אוועקגעדרייעט און אוועקגעיאגט אינעם ריכטונג פונעם פרעסע קעלער.

"מיינע עלטערן! וואו זענען זיי?" האט איתמר געפרעגט דעם יונגערמאן וועלכער איז געשטאנען אלץ שומר ביים באהאלטענעם אריינגאנג צום קעלער. ער האט שווער געאטעמט, זיין הארץ האט נישט אויפגעהערט צו קלאפן אויף אן אבנארמאלן טעמפא, און די שווייס אויף זיין גוף איז געווען דיק און דערשטיקנד.

"די קעלער איז ליידיג. עס איז קיינער געקומען," האט דער יונגערמאן געענטפערט פארוואונדערט.

איתמר האט געשפירט ווי א שווארצקייט נעמט איבער זיין באוואוסטזיין, און זיינע פוס האבן זיך אים געוואקלט פון שרעק, אבער ער האט נאך אלץ געפאדערט אז יענער זאל אים ווייזן. צוזאמען האבן זיי גערוקט די זעק וועלכע האבן באהאלטן דעם עפענונג, און איתמר איז אראפגעלאפן אין א צורידערטע אנגסט, שרייענדיג "מאמי", "טאטי", אבער דער קעלער איז געווען ליידיג.
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

צווייטער טייל פונעם קאפיטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

היינט נאכט האף איך ארויפצולייגן דעם צווייטן טייל פון דעם קאפיטל, און אזוי פארענדיגן די הינטערגרונג געשיכטע פון איתמר לעוו, און צוריקגיין צו דעם געשיכטע פון מיכאל אלישייב.
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

גאר אינטרעסאנט און היסטאריש פונקליכקייט, להפליא צוזאמגעשמאלצן, אלשייב קען עטוואס ווארטן... ער זאל זיך נאר נישט צופראסקען מיט קיינעם אין אונזער אנוועזנהייט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א פחד!!!

ייש"כ פארן צוזאגן צוצוענדיגן ווי שנעלער!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”