ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

וואלטיער האט געשריבן:דאס איז נאר די ערשטע טייל פון קאפיטל 25. איך האב געוואלט לייגן דעם גאנצן קאפיטל אויף איין מאל, אבער עס איז נאכנישט געווען פארטיג, און איך האב נישט געוואלט פייניגן אידישע קינדער אומזונסט. איך האף ארויפצולייגן דעם צווייטן טייל אין בערך צוויי שעה. האלט אייך געשפאנט.

קומט נאך עפעס היינט ?
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

אֵיי עֶפּרִישִׁיעֶט יאָ וועֶרִי מאָטש
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

וואלטיער האט געשריבן:דאס איז נאר די ערשטע טייל פון קאפיטל 25. איך האב געוואלט לייגן דעם גאנצן קאפיטל אויף איין מאל, אבער עס איז נאכנישט געווען פארטיג, און איך האב נישט געוואלט פייניגן אידישע קינדער אומזונסט. איך האף ארויפצולייגן דעם צווייטן טייל אין בערך צוויי שעה. האלט אייך געשפאנט.

;l;p-
ביסט א צדיק!
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

יישר כח גדול, מיר ווארטן מיט (קנאפע) געדולט אויפן צווייטן האלב
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

הושענא, שתי שעות, הושענא...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער (קאפיטל 25- צווייטער טייל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

מאנטאג נאכמיטאג האט זיך אלישייב צוריקגעקערט צו זיין באזע ביורא נאך ברונער'ס ארעסט. ער האט זיך אראפגעזעצט שווערליך אין זיין בענקל, געפלאכטן זיינע פינגער הינטער זיין גענאק, און געהויבן זיין קאפ פארטראכטערהייט. ער האט געאיבערגעשפילט אין זיין קאפ די ארעסט, און ברונער'ס רעאקציע דערצו.

אלעס וואס האט זיך אפגעשפילט אינעם ביבליאטעק איז געווען קאנטראלירט דורך די ק.ג.ב., און זיי האבן אויסגעפירט זייער מיסיע מיט אזא פונקליכקייט אז עס האט געלייגט אלישייב אין א שטיקל פאראנויע. אדאמאוו איז נישט דארט געווען, אבער מישא האט פארשטאנען אז ער האט געשפינט און געצויגן אלע פעדימער פון דערווייטנס. פון אלישייב'ס זיץ אינעם גרויסן ביבליאטעק הויפט צימער האט ער געהאט אן אויסגעצייכנטע בעאבאכטונגס-פונקט צו אבזערווירן אלעס. עס האט געמוזט זיין אז אדאמאוו האט פארויס דערציילט זיין אנוועזנדהייט פאר די ק.ג.ב. אגענטן ווייל זיי האבן אים נישט געשטערט, און זיך נישט דערנענטערט צו אים, אפילו נאכן ארעסט.

אלישייב איז טאקע געקומען מיט זיין וואונד פארדעקט מיט שמירעכץ, זיין אויגן פארדעקט מיט גרויסע גלעזער ראמען, א היטל וואס האט געשאטנט רוב פון זיין פנים, א שאל וואס האט פארטינקלט די שטריכן, און א מאנטל וואס איז שלעכט געזוצן אויף זיינע אקסלען כדי צו באהאלטן זיין מיליטערישן געבוי. ער איז דארט געווען גענוג פרי, און געהאט צייט צו נעמען אלטע היסטארישע צייטונגען פון זייער באזונדערע אפטיילונג. ער איז געזעצן דארט א לאנגע צייט, אבער קיינער פון די שטאב האט אים נישט געיאגט צו מאכן פלאץ פאר אנדערע. אלישייב האט אנגעהויבן טראכטן אז אפילו די שטאב וואס איז געשטאנען הינטערן בוך-קאסע טישל איז ענטשטאנען פון אגענטן.

נאנט צו צוועלף האט זיך אראפגעזעצט אונטערן אסט-פענסטער א מאן מיט א רויטן מאנטל קראגן. ער האט זיך אויפגעפירט זייער נאטורליך און רואיג, און ער האט געצויגן קיין אויפמערזאמקייטפון די ארומיגע. ער האט זיך גענומען לייענען פון א ברוינע, לעדערנע בוך וואס ער האט פריער ארויסגענומען, און נישט ארויסגעקוקט פונעם בוך און זיך נישט אומגעקוקט, ווי איינער וואס האט נישט קיין שום זארגן אויסער דעם בוך וואס ער ליינט.

ער איז געווען זייער אן עלעגאנטן מאן, מיט פנים שטריכן וואס האבן אים נישט אריינגעשטעלט אין די טיפישע סלאווישע, טארטאר, אדער קאזאקן פאמיליעס. אין קורצן, ער האט נישט אויסגעזעהן "רוסיש". מישא האט הנאה געהאט אז זיי האבן אויסגערעכנט יעדע קליינע איינצלהייט, ביזן אויסקלויבן אן אגענט וואס האט אויסגעזעהן ווי אן מענשט פון די מערב וועלט, אבער נישט צו "אמעריקאניש".

די ביבליאטעק איז געווען שטיל ווי ערווארטעט, אבער עס זענען געווען עטליכע מענטשן, לייענער, פארשער, סטודענטן, און שטאב, וועלכע האבן זיך געדרייעט אינעם הויפט צימער. מישא האט געדולדיג געווארט הינטער זיין צייטונג אויף ברונער'ס אנקום. פונקט אויפן צייט האט ברונער זיך באוויזן דורך די טירן, זיך נערווערהייט אומגעקוקט, און דערנאך געמאכט אויגן קאנטאקט מיטן אגענט אין די רויטע קראגן. ברונער האט זיך דערנענטערט צו אגענט, און זיך אפגעשטעלט פארנט פון יענעם'ס זיץ. מישא האט נישט געקענט זעהן דעם זיצנדיגע אגענט ווייל ער איז געווען פארדעקט דורך דעם שטייעדיגן ברונער, און ער האט נישט געקענט הערן וואס האבן געפלוסטערט איינע צום צווייטן, אבער ברונער האט געמוזט זיין באפרידיגט מיט די ווערטער ווייל ער האט געשאקלט מיטן קאפ, און זיך צוגעשלעפט א דערנעבנדיגע בענקל וואס איז געווען ליידיג.

צווישן די צוויי איז געלעגן א קליינע דינע טישל, און ברונער און דער אגענט האבן שטילהייט גערעדט צווישן זיך העכער דעם טישל. אזויווי עס איז געווען א ביבליאטעק, און שטילקייט איז אלץ געווען ערווארטעט, האבן די צוויי צוטיילט זייער שמועס צווישן פלוסטערן און שרייבן. דער אגענט האט ארויסגענומען א שטיקל פאפיר, א בליי, און א מעקער, און שנעל געשריבן עפעס דערויף, און דערנאך עס גערוקט אויפן טיש צו ברונער'ן. ברונער האט אויסגעמעקט דאס וואס דער אגענט האט געשריבן, און דערנאך געשריבן דערויף זיין אנטווארט. די פסיכאלאגישע שטיק האט געארבעט אויף ברונער ווייל ער האט געשפירט אז עס בלייבט נישט קיין באווייז פון זיין שמועס מיטן "אמעריקאנער", ווייל אלעס וואס זיי האבן געשריבן, האט דער צווייטער גלייך געמעקט און איבערגעשריבן דערויף. דאס האט אים געמאכט שפירן פארזיכערט אז עס זיינע ווערטער און אקטן ווערן נישט רעקארדירט. ער האט נישט געוואוסט אז עס איז געווען זינלאז. דער מאן מיט וועם ער האט זיך געשריבן איז געווען א ק.ג.ב. אגענט וואס האט געקענט געדענקן אלעס אפילו ווען עס איז אויסגעמעקט געווארן, און אז די דאקומענטן אדער פילם וואס ער האט אין זיין טאש איז געווען גענוג באווייז קעגן אים.

נאך עטליכע מינוט פון נוצן דעם פאפיר אהין און צוריק, האט דער אגענט געפרעגט עפעס פון ברונער'ן, און עס האט געמוזט זיין אז ער האט אים געפרעגט צי ער האט געברענגט די אינפארמאציע צו ווייזן זיי געטריישאפט אין אויסטויש פאר אן עקסטראקציע, ווייל ברונער האט געשאקלט מיטן קאפ, און געטאפט זיין מאנטל טאש צו ווייזן אז ער האט עפעס דערין. דער "אמעריקאנער" האט געשמייכלט צו ברונער, געשאקלטן מיטן קאפ, און געהויבן איין האנט אזויווי איינער וואס רופט זיין קעלנער אין א טייערע רעסטוראנט. ברונער האט נישט פארשטאנען וואס דער צייכן איז געווען, אבער ער האט זיך אומגעקוקט צו זעהן וועם דער אגענט האט גערופן. צוויי "סטודענטן" האבן זיך אויפגעשטעלט פון זייערע ערטער מיטשלעפנדיג זייער שולע טאשקעס, א שטאב ארבעטער מיט א שווארצע אנצוג האט זיך ארויסגערוקט פון הינטער דעם בוך-קאסע טיש, און צוויי רואיגע לייענער האבן צוגעמאכט זייערע ביכער, און זיך אלע דערנענטערט צו ברונער און דער אגענט.

ברונער'ס אויגן האבן זיך שנעל גערוקט אהין אין צוריק צווישן די מענטשן וואס האבן זיך דערנענטערט. ער האט געכאפט אז עס קען נישט זיין קיין צופאל אז אויף די זעלבע סעקונדע האבן זיך אלע באשלאסן צו דערנענטערן צו אים. ער האט זיך שנעל אויגעשטעלט, און פרובירט דורכצולויפן צווישן צוויי פון די אגענטן, אבער איינס פון די "סטודענטן" האבן אים געגעבן א כאפ ביים מאנטל, עס געגעבן א געזונטן שלעפ, אז ברונער האט צוריקגעטראסקעט אויף אראפ. ברונער האט זיך שנעל אויפגעכאפט און אויפגעשטעלט, אבער עס איז נישט געווען וואו צו אנטלויפן. ער איז געווען ארומגערונגל מיט די ק.ג.ב. אגענטן, און אלע פון זיי האבן ארויסגעצויגן זייערע וואפן און זיי געהאלטן פארנט פון ברונער'ס פנים. ברונער איז אריין אין א פאניק, און זיך שנעל געדרייעט אויף צוריק צו זוכן פאר דעם "אמעריקאנער" אגענט, וויסנדיג שוין אז יענער איז דאס נישט געווען.

דער אגענט מיטן רויטן קראגן האט זיך דערנענטערט צו ברונער און אים רואיגערהייט געזאגט, "הענט הינטער די רוקן. דו ביזט אונטער ארעסט פאר קרימינאלע און שפיאנאזש אקטיוויטעטן קעגן די ד.ד.ר. און די סאוועטישע פאראיין."

"איך ארבעט פאר אייך! איך בין איינער פון אייערע אגענטן! פרעגט זיך נאך אין מאסקווע!" האט ער פרובירט צו איבערצייגן דעם אגענט אז ער ארבעט באמת פאר די סאוועטן.

"פאר אונז, און אויך פאר די אמעריקאנער. הענט הינטער די רוקן, ביטע," האט דער עלעגאנטער מאן געזאגט מיט די זעלבע רואיגע שטימע.

"נישט ריכטיג! איר קענט רעדן צו אגענט קאבאוויטש, און מאיאר וועלקאוו, אין מאסקווע! זיי וועלן אייך אלעס פעסטשטעלן! איך בין אייער'ס א מענטש!" האט ער געשריגן זיין אומשולדיגקייט צו אלע ארומיגע.

דער עלעגאנטער אגענט האט נישט געטוישט זיין אויסדרוק און האט זיך נישט געקומערט אויף ברונער'ס געשרייען פון טרייהייט צו מאסקווע. ער האט געווינקן מיט א פינגער צו די אנדערע אגענטן, און זיי האבן אראפגעברענט ברונער אויף דער ערד, און אים געבונדן. יענער האט נישט אויפגעהערט צו שרייען די גאנצע צייט ווי איינער וואס ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים, און איז באשולדיגט געווארן אומזונסט. די אגענטן האבן אים ארויסגעפירט אינדערויסן, און דורך די גלאזערנע טירן האט מען געקענט זעהן ווי זיי האבן זיך אלע אריינגערוקט אין א רייע אויטאס וועלכע זענען פלוצלינג ערשינען, און פונקט אזוי פלוצלינג פארשוואונדן געווארן.

מישא האט דאס אלעס מיטגעהאלטן פון זיין פלאץ און זיך נישט גערירט אפילו נאכן ארעסט. ער איז נאך געזיצן אינעם ביבליאטעק נאך א וויילע, און אבזערווירט ווי אלע אינעם ביבליאטעק זענען זיך ווייטער געגאנגן מיט זייערע געשעפטן, אווי גארנישט האט נארוואס פאסירט. די מענטשן זענען געווען געוואוינט נישט צו פרעגן צופיל פראגן און נישט זיך אריינצומישן וואו מען האט זיי נישט גערופן. אלישייב האט געווארט צו פילן דעם פאראנטפארטליכקייט וואס אדאמאוו האט געוואלט אז ער זאל פילן, אבער מישא האט גארנישט געפילט. ער האט זיך געוואונדערט פארוואס ער האט גארנישט געפשירט, און צו עס וועט נאך אמאל קומען, וויסנדיג אז ברונער זיצט אין תפיסה און ווערט מעגליך געפייניגט, אבער אויף דעם מאמענט זענען די געפילן נישט געקומען.

מישא האט זיך באקוועם געמאכט אין זיין בענקל, און ווידעראמאל איבערשפילט די גאנצע געשעעניש אין זיין קאפ, זוכענדיג וואס ער האט זיך געקענט ארויסנעמען, פאררעכטן, איבערטוען, און זיך אויסלערנען וואס זאל אים קענען צונוץ קומען שפעטער. פאקטיש איז ער נאך געווען אונטער די אויפזוכט און קאנטראל פון אדאמאוו און דער ק.ג.ב. פארזיצער קריוטשקאוו, און ער האט געוואוסט אז זיי קענען אים יעדע מאמענט אנטראגן נאך א מיסיע.

ער איז געווען נאנט צו א דרימל ווען וואסילי איז אריינגעקומען אין ביורא, אומערווארטעט. מישא האט געוואלט קוקן אויפן זייגער צו זעהן וויפיל עס האט געוויזן, נישט וויסנדיג פארוואס וואסילי איז ערשינען אין א שטונדע וואס ער האט געהאט טרענירונגען, אבער איין בליק אויף וואסילי'ס פנים און מישא האט זיך גענצליך ערוועקט.

"וואס האט פאסירט?" האט ער שטרענג געפאדערט פון וואסילי'ן.

וואסילי האט נישט גלייך געענטפערט. זיינע פנים האט געטראגן א שרעקליכע אויסדרוק, זיין נאז פאררויטלט, זיינע אויגן פייכט, און זיינע באקן ראזע פון היץ, ווי איינער וואס האלט זיך צוריק פון וויינען. מישא האט נאך קיינמאל נישט געזעהן זיין פריינט מיט אזא אויסדרוק אויף זיין פנים.

"וואסילי, וואס גייט פאר?"

מישא האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין בענקל, און דערנענטערט צו וואסילי'ן.

"איך בין געווען אזוי אומגערעכט. וויאזוי האב איך געקענט מאכן אזא פעלער?" האט וואסילי גערעדט צו מישא'ן, אבער געפרעגט זיך אליין, זיין קאפ געבויגן.

"רעד צו מיר, וואסילי, וואס האט פאסירט?" האט ער ווידער געפרעגט.

וואסילי האט קורץ געענטפערט די פראגע וואס ער האט קוים געהערט, "וויגא פארושקאוו איז יעצט געפונען געווארן".

"ווער?"

"פארושקאוו. דער זעלנער פון איינהייט-13,וואס האט אונז אפגעווארט אין די טינקל צו ווארענען איבער די בראטווע אטאקע," האט וואסילי געענטפערט שטילערהייט.

מישא'ס אויגן האבן זיך ברייט צועעפנט אין זארג, "וואס הייסט מען האט אים געפונען?"

"וויאזוי האב איך געקענט מאכן אזא ריזן פעלער?" האט וואסילי ווידער געפרעגט, "איך האב געמיינט אז דער אפמאך וואס זיי האבן אונז געאפפערט וועט זיין גענוג. אבער עס איז נישט געווען אזוי."

מישא האט געלייגט א האנט אויף וואסילי'ס פנים צו זעהן צו ער רעדט פון פיבער. וואסילי'ס אויגן האבן זיך ענדליך פאקוסירט, און ער האט זיך גענוג אריענטירט צו קענען קוקן מישא אין די אויגן.

"וואסילי. וואס הייסט מען האט אים געפונען?" האט מישא ווידער געפרעגט, דאס מאל מער לאנגזאם, ווי מען רעדט צו איינעם וואס איז אדורך א טראומע.

"ער איז נישט ערשינען היינט צופרי צו טרענירונגען. זיינע איינהייט מיטגלידער האבן געמיינט אז ער איז איינפאך פארשלאפן. ווען ער האט אויך פארפעלט מיטאג-מאל האבן זיי אים אנגעפאנגן זוכן. מען האט אים יעצט געטראפן. אינעם הייצונגס צימער פון די זעלנער באראקן. צוהאקט."

"וואס הייסט צוהאקט? אויף ווי ווייט צוהאקט?" האט מישא געפאדערט.

וואסילי האט געשוויגן, און מישא'ס פארדאכט איז געווארן באשטעטיגט אין די פאניק אין וואסילי'ס אויגן. וואסילי האט געשאקלט מיטן קאפ, אז מישא'ס מסקנה איז געווען גערעכט.

מישא האט נישט געדארפט פרעגן "ווער". אזויפיל איז קלאר געווען.

"וואו איז ער יעצט?" האט מישא שטילעהייט געפרעגט. זיינע אקסלען האבן זיך געטרייסלט אין אויפרעגעניש.

"איך גלייב אז מען האט אים געטראגן צום באזע שפיטאל, אבער איך מייין אז עס שוין געווען צו שפעט."

אלישייב האט שנעל אויסגעשטרעקט זיין האנט צום דריי-טעלעפאן אויף זיין טיש, געגעבן א בליק אויפן בולעטין-ברעט וואו אלע באזע נומערן זענען געווען אויסגעלייגט, און געדרייעט די נומערן.

"ליוטענאנט מישא אלישייב, ליעיזאן ביורא," האט ער זיך פארגעשטעלט אויפן טרייבל, "האט מען אריינגעברענגט זעלנער וויגא פארושקאוו?"

ער האט געווארט אויף אן ענטפער פונעם אנדערן זייט, און ווען ער איז נישט געווען צופרידן פון זייער ענטפער האט ער אראפגעזעצט דעם טרייבל.

"זיי ווילן נישט זאגן?" האט וואסילי געפרעגט.

מישא האט נישט געענטפערט, נאר געגעבן א כאפ זיין יוניפארם מאנטל און הוט, און האט זיך ארויסגעיאגט פון זיין ביורא, מיט וואסילי'ן הארט אויף זיינע טריט.

פארנט פונעם שפיטאל האבן אלישייב און קאטשענקא באגעגנט עטליכע זעלנער פון איינהייט 13. זיי זענען געשטאנען מיט געשרומפטע אקסלען און געבויגענע קעפ. ווען אלישייב און קאטשענקא האבן זיך דערנענטערט האבן זיי זיך גערוקט פונעם אריינגאנג צו מאכן פלאץ. אלישייב האט געזוכט אין זייערע אויגן צו ער זעהט האס אדער באשולדיגונג געוואנדן צו אים, אבער ער האט נאר געקענט טרעפן טרויער און טראומע.

אינעם באזע "שפיטאל", וואס איז נאר ענטשטאנען פון א קליינע פאדערצימער און עטליכע הינטערצימערן מיט בעטן, האבן אלישייב און קאטשענקא באגעגנט א דאקטאר, צוויי מיליטערישע פאליציאנטן אין די ראנקן פון קאפיטאן און ליוטענאנט, און צוויי קראנקן-שוועסטער. דער קאפיטאן איז געשטאנען ביים טיש געבויגן, און גערעדט הויעך איבערן טעלעפאן, שפילנדיג זיך מיט די טעלעפאן-קאבל.

"פיר זעלנער, יא," האט ער געזאגט אינעם טרייבל.

א שטילקייט, דערווייל וואס ער האט אויסגעהערט יענעם אויף די אנדערע זייט.

"יא, סור, אלע פיר האבן געזאגט די זעלבע, אז דער זעלנער פארושקאוו האט זיך אנגעטרונקן נעכטן נאכט, און עס האט אויסגעזעהן ווי די נערוון האבן אים געכאפט. ער האט געהאלטן און איין קלאפן זיין קאפ אין וואנט, ביז ער האט זיך גענצליך צובלוטיגט דעם קאפ, און דערנאך האט ער זיך צושטויסן מיט אלע מעבל. זיי האבן געמיינט אז ער האט זיך בארואיגט און געגאנגן שלאפן, אבער זעהט אויס האט ארויסגעוואנדערט פון זיין שטוב, און זיך מער צוהאקט אונטן אינעם הייצונגס צימער."

א שטילקייט, די אנדערע זייט האט גערעדט.

"יא, סור," האט דער קאפיטאן געענטפערט, און דערנאך נאכאמאל, "יא, סור."

א שטילקייט.

"זיין אייגענע איינהייט זעלנער? ניין, נישט פון זיי האב איך די באווייז און באריכטן. זיי ווילן נישט רעדן. פיר אנדערע זעלנער האבן געאפפערט זייער עדות, און דאס האב איך גענומען."

אלישייב האט שוין גענוג געהערט. ער האט פארשטאנען וואס דער קאפיטאן באריכטעט צו זיינע מיליטערישע פאליציי אויבעראפיצירן. אז פארושקאוו'ס האט זיך, אין אן אנגעטרונקענעם וואנזיניגקייט, זיך אליינס צוהאקט און צוקלאפט. דער קאפיטאן האט פארדעקט די אמת מיט די פאלטשע עדות פון עטליכע פון די באלקאנסקי'ס בראטווע זעלנער.

אלישייב'ס געפילן האבן זיך געגעבן א דריי פון שאק צו צארן אין סעקונדן. ער האט געגעבן א כאפ דעם טרייבל, ארויס פון די הענט פון דעם העכער-ראנקיגן קאפיטאן, און עס צוריקגעזעצט אינעם האלטער מיט א מעכטיגן קנאק.

"וואו איז ער?" האט ער געפרעגט איבער פארושקאוו.

דער קאפיטאן האט אים אנגעקוקט מיט צומישעניש פאר א רגע, אבער ווען ער האט געזעהן אז אלישייב איז נאר א ליוטענאנט האט ער זיך עררעגט. "דו ביזט אינגאנצן פאררוקט? דו האסט די דרייסטקייט אנצורירן א העכערע אפיציר פון די מיליטערישע פאליציי, אינמיטן אן אויספארשונג?"

"אויספארשונג?! וואספארא אויספארשונג?! דו נעמסט אן די ווערטער פון די מערדער, און דו מאכסט דאס אלץ אן אפיציעלע באריכט?!"

"ווער ביזטו, פונקטליך?" האט דער קאפיטאן געפרעגט גערעגטערהייט.

"איך בין ליוטענאנט אלישייב, דער אפיציר וואס וועט אראפברענגן אהער די גאנצע מיליטערישע-פאליציי הויפטקוואטיר פון מאסקווע, אויב ווער איך נישט יעצט אנגעוויזן וואו זעלנער וויגא פארושקאוו געפונט זיך!"

דער קאפיטאן האט געוואלט אנלערנען דעם ליוטענאנט, און געוואלט אריינרופן שטיצע פון אנדערע מיליטערישע פאליציאנטן. אבער דער דאקטאר האט געזעהן וואס עס גייט פאר און האט זיך שנעל אריינגעמישט. ער האט געוואלט פארמיידן א געשלעג צווישן די צוויי אפיצירן, אדער גאר אן ארעסט פון דעם ליוטענאנט פארן אנגריפן א העכערע אפיציר. ער האט אויך געוואוסט אז דער ליוטענאנט איז גערעכט, אז די וואונדן און קלעפ האט זיך דער זעלנער נישט געקענט אליינס אנמאכן. אבער ער איז געצווינגן געווארן דורך דעם קאפיטאן און זיין מיליטערישע פאליציי אפטיילונג אונטערצושרייבן די פאלטשע באריכט, און עס האט אים נישט אויסגעפעלט אז דער ווילדער ליוטענאנט זאל אנדרייען אן ערנסטע אויספארשונג וואס וואלט אים, און אלע אנדערע אינעם שפיטאל, אריינגעלייגט אין פראבלעמען.

"דארט, ליוטענאנט, אין יענעם צימער," האט דער דאקטאר אנגעוויזן, און מיט זיינע אויגן געבעטן דעם ליוטענאנט אז ער זאל נישט איבערדרייען אין דעם שפיטאל. אלישייב האט זיך באדאנקט פארן דאקטאר, און אפגעלאזט דעם קאפיטאן.

מישא איז אריין אינעם אנגעוויזענעם צימער. ער האט לייכטערהייט אוועקגערוקט דעם פורהאנג וואס איז געהאנגן ביים זייט פונעם בעט. אויפן בעט איז געלעגן די קערפער פון זעלנער וויגא פארושקאוו. אלישייב האט דאס נאר געוואוסט ווייל עס איז געלעגן א צעטל נעבן דעם בעט מיט דעם נאמען, און נישט ווייל ער האט אים געקענט דערקענען פון זיין פנים. עס כמעט נישט געווען וואס צום דערקענען. זיין פנים איז געווען שווארץ פון אויסגעטרונקטע בלוט אויף די אויבערפלאך פון זיין געזוכט, און בלוי און ברוין פון צוגאסענע בלוט אונטער די הויט. זיין נאז און באק ביינער זענען געווען קענטיג צובראכן אונטער די הויט, און זיין האר איז געווען פארהארטעוועט פון בלוט און שווייס. גלייך אונטער זיינע אויגן, אויף די צוהאקטע באקן, האט מען געקענט זעהן ערטער וואו די בלוט איז זיך צורינען אין דינע פלוסן, ווי די לעצטע טרערן פון פארושקאוו'ס בעטנדיגע אויגן האבן געמאכט קליינע זאלציגע וואסערליניעס ווען זיי זענען אראפגערינען.

אלישייב האט געשפירט ווי א פויסט כאפט אן זיין הארץ אין זיין ברוסטקאסטן, און צודרוקט און צוקלעמט זיין הארץ ביז עס האט אויפגעהערט צו קלאפן. ער האט געמיינט אז ער וועט קיינמאל מער נישט קענען כאפן זיין אטעם, און זיכער קיינמאל נישט קענען אוועקרוקן דעם בילד פון פאר זיינע אויגן. דער זעלנער וואס האט אים געראטעוועט דורך זיין ווארענונג איז געלעגן אין א צו'מזק'טער, אן ערמארדעטער, אויף א קאלטע שפיטאל בעט. די שולד געפילן האבן זיך געזעצט אין זיין האלז, און אים געשטיקט. ער האט געביסן זיינע ליפן אפצוהאלטן זיינע טרערן, אבער ער האט נישט געקענט. זיי זענען אריבערגערינען זיינע אויגן און זיך געגאסן אראפ זיינע באקן, אין א שנעלן שטראם. ער האט זיך גענומען אטעמען שנעל אין זיין געוויין, און א פיזישע שוואכקייט האט אים אינגאנצן איבערגענומען.

"פארגעב מיר," האט ער געוויינט צום קערפער, "איך בעהט דיר, פארגעב מיר."

ער האט טיף אריינגעאטעמט זיין געוויין, און דערנאך ווייטער גערעדט.

"פארן דיר נישט שוצן, פארגעב מיר. פאר דעם וואס מען האט דיר אוועקגענומען דיין לעבן פאר ראטעווען מיינס, איך בעהט דיר, מיט דאס וואס עס איז פארבליבן פון מיין הארץ, פארגעב מיר."

ער איז געשטאנען אזוי און געוויינט פאר עטליכע מינוט, זיינע געבעטענישן פון פארגעבונג אומגעענטפערט. ער האט געשפירט א שוואכע האנט אויף זיין אקסל, און ער האט געהערט וואסילי'ן זאגן, "ס'איז נישט דיין שולד, יעוו, דו האסט עס נישט געטוען."

מישא האט אפגעשאקלט וואסילי'ס האנט פון זיין אקסל, אראפגעשלונגן זיינע טרערן, און גערעדט צום יונגן אומשולדיגן זעלנער אויפן בעט, "איך וועל נקמה נעמען פאר דיר. איך וועל נישט פארשווייגן דיין מארד. איך שווער דאס צו דיר, אויף מיין עהרן ווארט אלץ אפיציר, אז איך וועל נקמה נעמען פאר דיר. נישט היינט, נישט מארגן, נישט ווען דיינע איינהייט ברידער-קעמפער זענען נאך אין געפאר. אבער איין טאג."

און אלישייב האט געהויבן זיין רעכטן האנט צו זיין שטערן אין א שארפן סאלוט. הינטער אים האט וואסילי נאכגעפאגלט, און אויך סאלוטירט דעם זעלנער. זיי זענען געשטאנען אזוי, מיט די הענט געהויב, פאר מער ווי צוויי שעה, ביז דער שפיטאל פלעגער זענען אריינגעקומען צו נעמען דעם קערפער צום באגראבן.

,פארזעצונג קומט אי"ה-
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

WOW!!
דו האסט אונז נישט אנטוישט, וואלטיער!
א ריזן דאנק!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א דאנק וואלטיער.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

WOWOWOWOWWO
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ריזיג!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

WOW ש'כח
האמיר שוין וואס צו טוען ניטל :-)
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

Wowowo
מעכטיג געשפאנד
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

פאר די קומענדיגע צוויי וואכן אי"ה וועט נישט זיין קיין אפדעיט אין די פארזעצונג. (ביזי טיימס)
וואלטיער.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

Wow
מעכטיג.
בינוני
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בינוני »

wow amazing thanks a mill
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

זעע די צוויי וואכן זאל נישט אויסקוקן ווי די צוויי שעה פון נעכטן....


קענט וועיט!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ארחיקה נדד האט געשריבן:WOWOWOWOWWO
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

ש'כח נאכאמאל! יעדע פארזעצונג איז עפעס אויסטערליש גיט! קיפיט אפ!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יעצט ניטל אדארך געליינט מתחילתו ועד עכשיו!

הערליך און שפאנענד!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

הערליך הערליך
כאף אז ביזי טיימס מיינט גוטע צוועקן
כאף אז נאך 2 וואכן וועט קומען אזא זאפטיגס (ס'זאל זיך האבן געלוינט די ווארטן)
mee
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:18 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mee »

?
\
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

mee האט געשריבן:?
וואלטיער האט געשריבן:פאר די קומענדיגע צוויי וואכן אי"ה וועט נישט זיין קיין אפדעיט אין די פארזעצונג. (ביזי טיימס)
וואלטיער.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

אוי מילא אונז אבער מישא זאל בלייבן אזוי איינגעזאלצן צוויי וואכן א רחמנות אויף אים
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

היינט יא ??
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

נאך א וואך ??
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”