ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

יום שלישי איט איז!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גוט מארגן גוט דינסטאג!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

איתמר לעוו הינטערגרונד געשיכטע/היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

דער אלטער רייניגער - דער יונגער רעבעל


סוף זומער 1939 - ווארשע

איתמר לעוו איז ווידער אהיים געקומען אין די פריע פארטאג שטונדן. זיין מאמע'ס שאטן האט זיך געזעהן ביים פענסטער, געפארעמט דורך די שוואכע ליכטיגקייט פון אן איינצעלנעם געלן לאמפ. אזוי ווי די פילע אנדערע נעכט ווען איתמר איז געווען שפעט האט זי אים אפגעווארט ביים פענסטער. איתמר האט געוואוסט אז זיין טאטע ווארט אויך אויף אים, און איז נישט געגאנגן שלאפן, אבער זיין מאמע איז געווען די וואס איז אלץ געשטאנען ביים פענסטער צו זעהן אז ער זאל אהיימקומען אומגעשעדיגט.

כאטש איתמר איז שוין געווען א פולער ערוואקסענער, העכער צוואנציג, און נישט געדארפט די שוץ אדער זארג פון זיינע עלטערן, האבן זיי אים עס געגעבן. נישט ווייל זיי האבן אים געצערטלט, נאר ווייל זיי האבן נישט געקענט אנדערש. די שלאף איז נישט געקומען אויף זיי און זייערע הערצער האבן נישט געשטילט ביז זיי האבן אים געזעהן אינדערהיים.

איתמר האט געשפירט עטליכע מאמענטן אומגעוואונטשענע שולד געפילן אז ער האט האט אנגעמאכט אזא צער פאר זיינע עלטערן, אבער ווי רוב יוגנטליכע אין זייערע רעבעלישע יארן האט ער דאס אראפגעשלינגען און אונטערדרוקט בעפאר עס האט אים געקענט צופיל פייניגן. זיין געוויסן איז צומאל געווען ווי א שווערע לאסט, א שטערעניש. די דאזיגע געפילן האבן נאר פארביטערט דעם געשמאקן טעם פון דעם מער שפאנענדע וועלט פון פאליטיק, קולטור,פילאזאפיע, ליטעראטור, און אנדערע טעמעס וואס ער און זיינע חברים האבן פונקט איצט איבער געשמועסט אין שטילע שטימעס, אבער מיט א פרישקייט, ווי זיי האבן שפאצירט אהיים.

זיינע חברים זענען אלע געווען אזוי ענערגיש ווי ער, פול מיט אידעאליסטישע אייפער. רוב זענען געקומען פון חסידישע און היימישע משפחות, כאטש מען האט עס נישט געקענט דערקענען אויף זיי. זיי האבן אלע אויסגעזעהן פריי און מאדערן, פונקט ווי די פולישע יונגטליכע. איתמר זעלבסט איז געקומען פון ווארעמע מאדזשיצער היים, געוואקסן און געווייקט אין תורה וחסידות. אלץ קליין אינגל איז געזעסן אויף זיין יונגן פנים א האניג-זיסע, אידישע חן, און א שמייכל וואס איז געווען סיי תמימות'דוג און סיי דורכגעטריבן. ער האט געהאט א גוטן קאפ און אלעס אויפגעכאפט שנעל, ספעציעל דאס לערנען. ער האט זיך שנעל און גוט געקענט פארהערן, און ער האט געקענט געדענקן און דערציילן לאנגע און אונטערסאנטע מעשיות פון חסידישע הויפן. ער איז אויך, אבער, געווען א שטיקל אויבער-חכם, און אלץ געזוכט צו פארעכטן די עלטערע און קליגערע פון אים. אלץ קליין קינד האט עס ארויסגערופן געלעכטער ביי די ערוואקסענע. אבער ווי עלטער ער איז געווארן האט עס אנגעהויבן שטערן אין זיין לערנען און שטייגן.

ער האט אנגעהויבן אלעס אפצופרעגן, און אפצוווענדן. קודם איז ער געווארן אן עקסטערם פרומער, נאך מער ווי זיינע עלטערן, מלמדים און חברים, אבער דערנאך איז ער געווארן אן עקסטרעמער צו די אנדער זייט. זיינע ספקות און שאלות האבן זיך געהאלטן אין איין פארמערן, אבער עס האט אויסגעזעהן ווי ער וויל נישט דערהערן די ענטפערס וואס מען האט אים געגעבן. ער האט נאר געוואלט אלעס ווידער אפפרעגן. ווען א חבר האט אים אינפאמירט אז סאציאליזם האלט אלע ענטפערס, האט זיך איתמר צוגעכאפט דערצו. ווען דאס האט אים אויך נישט באפרידיגט, ווייל עס האט אים געלאזט מיט א ליידיגע געפיל און צומישטן קאפ, האט ער זיך צוגעכאפט צו א נייע באוועגונג - די השומר הצעיר באוועגונג פון ליטע און פוילן. די באוועגונג איז געווען סיי סאציאליסטיש און סיי ציוניסטיש, און דאס האט זיך אריינגעדרינגען אין זיין יונגען הארץ און געטראפן א היים.

איתמר האט גוט געקענט רעדן און שרייבן, און זיין שפראך איז פליסיג און פאעטיש. ער איז האט געקענט אראפלייגן די פונדאמענט און פאליטיק פונעם השומר הצעיר באוועגונג אויף א זאפטיגן אבער טיפן אופן, וואס האט געווארעמט די מיטגלידער און געצויגן נייע חברה. ער איז געווארן די ליבלינג מיטגליד פונעם ווארשעווער אפטיילונג פירער, מרדכי אניעלעוויטש, און איז שנעל געשטיגן אין די ראנקן. די מוסר רייד פון זיינע עלטערן האבן זיך אראפגעגליטשט פון אים, ווייל ער איז געווען איבערגעצייגט אין די גערעכטיגקייט פון זיין דרך. זיי האבן געבעטן ער זאל כאטש האלטן זיינע געדאנקן און פאליטיק צו זיך, כדי נישט צו באיינפלוסן זיין יונגערן ברודער, און איתמר האט איינגעגעבן. דאס איז געווען די ווייניגסטע וואס ער האט געקענט טוען פאר זיין מאמע, וועלכע איז געווען אויף די אלע נעכט און זיך געזארגט איבער אים.

נישט וועלנדיג אויפהאלטן זיין מאמע'ן ווייטער, האט איתמר שנעל געוואונטשן זיינע חברים א גוטע נאכט/מארגן, ווארעם געקלאפט אויף די פלייצע פון זיין בעסטער חבר, יודא קאגאניעווסקי, און פארשנעלערט זיינע טריט אהיים. ער האט שטילערהייט אויפגעמאכט דעם טיר צו זייער וואוינונג, און אויך צוגעמאכט די טיר שטילערהייט, נישט וועלנדיג אויפווועקן זיין יונגערער ברודער, קיבא, וועלכער איז טיף געשלאפן אויפן ליגע אינעם קליינעם סאלאן.

זומער איז די שטוב געווען שטיקעדיג, און ווינטער האט זיך די קעלט געשפירט אין יעדן ווינקל פון דעם שטוב, אבער די מילדע נעכט פון די שפעט זומער סעסאן האבן געהאלטן דעם צימער אין אן אנגענעמען טעמפעראטור. איתמר האט געווארפן א בליק אויף זיין ברודער'ס שלאפעדיגע פארם אויפן ליגע, זיכער צו מאכן ער האט זיך נישט אויפגעוועקט פון זיין אהיימקום, און איז צופרידנגעשטעלט ווען ער האט געזעהן אז קיבא איז געבליבן שלאפן שיין באקוועמע שלאף. ער האט צורעכט געשטעלט די דינע דאכענע וואס איז געלעגן האלב אראפגעפאלן, אבער קיבא האט זיך נאך אלץ נישט ערוועקט.

איתמר האט לייכט אריבערגעשפרייזט דעם שטוב צו דעם פענסטער ווי זיין מאמע איז געזעצן און ער האט געווארט זי זאל אים איבעגעבן די שטרענגן ווערטער וואס ער האט געוואוסט קומט זיך אים, אבער זיין מאמע האט נאר אראפ געקוקט אויף איר צוזאמגעלייגטע הענט און שטילערהייט געזאגט, "זאג פאר טאטי אז דו ביזט אהיימגעקומען, ער זאל נאך קענען כאפן א קליינע שלאף היינט נאכט."

איתמר'ס טאטע האט זיך שטילערהייט צובייזערט אויף אים פארן אהיימקומען אזוי שפעט, אבער גלייך דערנאך אים געזאגט אז ער זאל זיך שנעל גיין לייגן אז ער זאל נאך האבן כח אויפצושטיין צופרי און גיין ארבעטן. איתמר און זיין טאטע האבן ביידע געארבעט אין א וואקס פאבריק, און עס האט געפאדערט א סך פיזישע כוחות דורכצומאכן דעם ארבעטס-טאג. איתמר פלעגט עטליכע מאל בלייבן שפעט צו פארענדיגן זיין טאטנ'ס ארבעט, וויסנדיג אז ער איז דער אורזאך פון זיין מידיגקייט און שוואכקייט. ווען ער האט זיך געלייגט האט ער געוואוסט אז דעם קומענדיגן טאג וועט ער אויך דארפן בלייבן שפעט ווייל זיין טאטע וועט זיין ערמאטערט, אבער ער האט אויך געוואוסט אז ער וואלט נישט געקענט אויפגעבן זיינע אקטיוויטעטן אינעם באוועגונג.

אין דער פרי מארגן, ווען ער האט זיך קוים ארויסגעצויגן פון בעט, האט ווארשע אים אויסגעזעהן גרוי, פארוואלקנט און מיד. דער צוקונפט אזוי גרוי ווי דער פארגאנגענהייט. אדער, אזוי האט ער געמיינט. ווען די נייע מאנאט האט זיך אנגעהויבן, האבן די דייטשן אריינמאשירט אין פוילן, און די גרויע הימלען האבן זיך קאלירט רויעך-שווארץ און פייער-רויט.





אפריל 1940



די טיר האט זיך ווילדערהייט אויפגעמאכט און איתמר איז אריינגעלאפן אינעם וואוין-צימער פון הויז מיט איין שטורעם, קיבא גלייך הינטער אים, און אין איין האנט האט ער געהאלטן א רעקלאמע צעטל וואס ער האט געפאכעט איבערן קאפ אין רעגעניש.

"קאאפאראציאן !! צוזאמענארבייט !! דער פאררעטערשן פירער אינעם יודנראט האט די חוצפה צו בעטן אונזער קאאפעראציע מיט די נאציס ווען זיי בויען א ריזן וואנט אין ווארשא, ספעציעל איינצושפארן די אידישע בירגער פון ווארשא אין א געטא! זיי ווילן מיר זאלן שטילערהייט צולאזן די ארבעט, און זיך לאזן איינצוימען. פאררעטער! אלע פון זיי, די יודנראט!"

"פאררעטער!" האט קיבא נאכגעפאלגט זיין ברודער מיט אן עטוזיאסטישע פייערליכקייט. ער האט דערנאך צוגעלייגט מיט די ערנסטקייט פון אן ערוואקסענעם, ווי ער וואלט פארשטאנען און געשפילט אין פאליטיק שוין א לענגערע צייט, "די פוילישער פאליציע איז אין ביזעם קעשענע מיט די נאצישע אוטאריטעטן, און זיי שפרינגען נאך די באפעלן פון די דייטשע אפיצירן מיט פרייד. מאמי, קוק נאר די ליפלעט וואס איתמר האט אויפגעהויבן אינדרויסן!"

איתמר האט איבער געגעבן די אינפארמאציע בלאט פאר זיין מאמע. ער האט אויך געגעבן א קליינעם קלאפ אויף קיבא'ס פלייצע, און א שטרענגען בליק דערצו, אז ער זאל זיך אביסל בארואיגן אין זיין יונגן באגייסטערונג. עס איז אים נישט אזוי געפאלן אז דער פערצן יעריגער האט פרובירט זיך אנצושליסן אין אים ווען אימער ער האט זיך געדרייעט אין זיין פאליטישע אקטיוויסטן געזעלשאפט, בפרט ווען זיין מאמע האט אים קלאר געמאכט אז עס האט איר זייער געשטערט. זי האט נישט געוואלט אז איר עלטערער זוהן זאל פארדארבן דעם יונגערן. אבער קיבא איז געווען האט נאר געוואלט נאכפאלגן און נאכשפרינגען איתמר'ן. ער האט אים זייער ארויפגעקוקט און נאכגעמאכט אלץ וואס ער האט געטוען.

דערווייל וואס זיין מאמע האט איבער געבליקט דעם ליפלעט האט איתמר זיך גענומען העלפן אנגרייטן נאכטמאל, און געשניטן א ברויט אויף רעפטלעך. ער האט צוטיילט געקאכטע מייערן אויף טעלערס, און ווייטער געשימפט אויף די אומגערעכטיגקייט וואס גייט פאר אויף די גאסן.

"איך זאג דיר, מאמי, עס וועט זיך נישט ענדיגן נאר מיט דעם אינטערדריקונג און געפענגעניש פון די אידישע באפעלקערונג אין פוילן. עס וועט נאר ווערן ערגער. אסאך ערגער, אזש מיר וועלן זיך אליין נישט גלייבן די אויגן ווען מיר וועלן קוקן אויף וואס עס איז פארבליבן פון אונז," האט ער פראפיצירט. "די יודנראט האט נישט עפנטליך פראטעסטירט ווען מען האט אונז צוגעשפארט די שולעס. זיי האבן זייער קול נישט געהויבן ווען מען האט קאנפיסקירט אלע אידישע לאנד-אייגנטומס. און אויך דארפן מיר טראגן א שאנדפולן צייכן אויף די קליידונג אז דא גייט א 'דשיד' . מיר אלע מוזן טראגן די ארעם-באנד. פארוואס? ווייל דער גענעראל-גאווערנער האנס פראנק האט אזוי באשלאסן, און די יודנראט האט זיך געלאזט? אויב די יודנראט וועט גארנישט טוהן קעגן דעם כאטש זיי זענען די שטעל פארטרעטער פון די ווארשעווער אידנטום, וועלן מיר מוזן טוען עפעס דערצו. מיר, די יוגנט. די סאציאלע קעמפער."

זיין מאמע האט אים דא געוואלט עפעס ענטפערן, אבער זי איז געווארן איבער געהאקט דורך א דינערנדע שטימע פונעם וואוין צימער.

"איתמר, ברענג נישט אהיים דיין פאליטיק. דו ווייסט אז איך בין דערגעגן. קיבא, ברענג אריין די ברויט אויף נאכטמאל," האט איתמר'ס טאטע געפאדערט.

"איך ברענג עס שוין אהין, טאטי," האט איתמר געענטפערט אנשטאט, און זיך צוגעאיילט צו אריינצוברענגן די טעלערס מיט די מאגערע מאל.

קיבא האט שנעל אריינגעכאפט א ברכה, און נאך שנעלער אריינגעכאפט אין מויל, וועלנדיג אין זיין נייגעריגקייט נאכאמאל אנפאנגען דעם שמועס, און דריקן איתמר פאר נאך איינצלהייטן פון די נייעס. די געטא ארבעט איז געווען א העכסט אינטערעסאנטע טעמע פאר קיבא'ן, און ער האט געוואלט וויסן וואס מער, נאך פאר איתמר וועט ווידער פארשוואונדן ווערן אינעם נאכט מיט זיינע חברים.

"איתמר, וואס זאגט יודא קאגאניעווסקי? ער גייט ארגאניזירן עפעס קעגן די נאצישע אנגריפער? ער גייט סאבאטאזשירן די געטא בוי-ארבעט?" האט קיבא געקוועטשט פאר אינפארמאציע, און דערנאך שטילערהייט צוגעלייגט, "איך קען מיטקומען?"

איתמר האט געכאפט שארפע בליקן פון זיינע עלטערן, און ער שנעל אפגעפאטשט קיבא'ס האפענונג.

"קיבא, דו וועסט דא בלייבן און העלפן אפרייניגן פאר די נאכט. דערנאך וועסטו שיין גיין שלאפן און דו וועסט פארגעסן פון אלע ווילדע און אויפגעברויזטע געדאנקן וואס די דייטשע באזעצונג האט דיר געלייגט אין קאפ. יודא און איך, און דו רעשט פון אונזער גרופע, וועלן ארויסגיין ערלעדיגן אז דו, און די אנדערע אידן אין ווארשע, זאלן מער נישט דארפן לעבן אונטער די שטיוול פון דעם פאשיסט."

איתמר האט באמת נישט געפילט די זיכערקייט מיט וואס ער האט געמאכט די ערקלערונג, אבער ער האט געהאפט אז דאס האט אביסל בארוהיגט קיבא'ן. אן ערווארטעטע קלאפ אויף די טיר איז ענדליך געקומען, און איתמר איז צוגעשפרינגען צו זיין זשאקעט, און זיך פלינק איינגעוויקלט דערין. קיבא איז געלאפן צום טיר און עס אויפגעמאכט מיט אזא שנעלקייט אז, יודא, וועלכער איז געשטאנען ביים אנדערן זייט שוועל, האט זיך צולאכט זאפטיג אין געטשעפעט קיבא'ן.

"גוטן אווענד. קיבא קומט נישט מיט אונז, איז ריכטיג, איתמר?"

קיבא'ן איז נישט אנגעגאנגען יודא'ס ווערטער, און ענטוזיאסטיש געשאקלט זיין האנט אין שלום, און געקוקט אויף אים מיט די זעלבע באגייסטערונג מיט וואס ער האט אנגעקוקט די געטא בוי-ארבעט.


"איתמר האט מיך צוגעזאגט, כמעט, אז ער וועט מיר אלץ איבערגעבן דערציילן אלע איינצלהייטן, און נישט אויסלאזן קיין איין פרט פון די אנטוויקלונגען אויפן גאס. מאך זיכער אלעס צו מערקן און געדענקן אלעס, אזוי אז ער זאל מיר קענען געבן א פונקטליכע באריכט. ערנסט גערעדט, יודא, אויב נישט וועל איך זיכער אויפרייסן פאר נייגער!"

"איך זאג צו, איך זאג צו!" האט יודא געלאכט, און געהויבן זיינע הענט אין א געשפילטן קאפיטולאציע. ער האט א קלאפ געטאן קיבא'ן אויפן רוקן און אים געגעבן א לייכטן שטופ אינעם ריכטונג פונעם סאלאן, אים צו דערמאנען אז זיין פלאץ איז אינדערהיים, וואו אלע קינדער אין זיינע יארן דארפן זיין.

איתמר האט ארויפגעצויגן זיינע הענטשוך און זיך אנגעטאן זיין אלטן הוט און שאל. די טינקעלע זשאקעט און העטשוך האבן אים געהאלפן זיך צו האלטן פארהוילן אין די נאכט שעה'ן, ווען א שטרענגע קורפיו איז אנגעגאנגן.

"א גוטן אווענט, זייט געזונט. איך וועל זעהן צוריק צו זיין אויב ווערט עס צו געפארפול."

אינדרויסן האט איתמר זיך געגריסט מיט זיינע אנדערע חברים, רוב קאמוניסטישע און יונגע ציוניסטשע אקטיוויסטן, און אפאר נישט-פאליטיש גענייגטע יוגנטליכע, וואס האבן סתם ליב געהאט צו זיין אין צענטער פון אלעס וואס איז פארגעגאנגען. נאכן גריסן פארמאל 'א גוטן אווענט' פארן פירער פונעם גרופע, איינער זלמן פאלאק, האט איתמר זיך געאיילט מיט די אנדערע צו גיין צו זייער באשטימטע ארט.

צוליב די שפעטע שטונדע האבן זיי זיך געהאלטן צו שאטנס פון די ווארשע בנינים. די סכנה פון ווערן געכאפט יעדע רגע האט נאר צוגעלייגט צו זייער אויפהייטערונג. די נאכט מיסיע איז געווען צו שאפן אינפארמאציע, זעהן וואס די פיינט גרייט זיך פאר, און נעמען דעם טעמפעראטור פונעם מצב - זעהן ווי הייס עס גייט ווערן אין די נאנטע טעג. זייער פיס טריט האבן זיך קוים געהערט, ווי זיי זענען צוזאמען געגאנגען צום געגנט פונעם שטאט וואס האט געווירבלט מיט נאצישע אקטיוויטעטן. די גערוישן פון אויטאס, מיליטערישע טראנספארטן, און סאלדאטן הארט ביי די ארבעט האבן זיך פארמערט ווען זיי זענען געקומען נענטער צו זייער באשטימטע אדרעסע - א דריי שטאקיגע הויז מיט א גונסטיגע אויסזוכט אויפן דאך, פון וואו זיי האבן געקענט זייט אלעס ארום פאר ווייטע שטרעקעס.

זיי זענען צוזאמען געגאנגען צום הונטערשטן טייל פונעם בנין, און גענומען די אייזענע טרעפ פאמעלאך און פארזיכטיג צו רעדוצירן די גערויש פון זייער טריט, און נישט אויפמערקזאם מאכן די פיינט צו זייער אנוועזנהייט. צוקריכנדיג צום עק פון בנין, האבן זיי זיך אלע אויסגעלייגט אויף גלייך אויף די אויבערפלאך פונעם דאך. די בילד וואס האט זיך אנטפלעקט פאר זיי האט זיי אנגערייצט און אויפגערעגט. זייער יונגע בלוט האט זיך צוקאכט אז דער אנגריפער איז אנגעקומען אזוי ווייט אין זייער היימלאנד און זייערע חיילות האבן געארבעט איבערמידלעך צו פארשקלאפן די באפעלקערונג.

די אויטאס און מאשינען האבן געהאלטן אין איין ברענגען און פירן נאך מאטריאל, ארבעט'ס געצייג, און אנדערע נויטיגע זאכן פאר די בוי ארבעט פונעם געטא מויער. א שטאלצער שטורעמבאן-פורער מיט א בלאנקן לעדערנעם מאנטל, און א מיליטערישן הוטל ווי עס פאסט פאר זיין ראנק, האט געגעבן די באפעלן און דירעקטירט דעם פארקער. עס האט אויסגעזעהן אז יענער איז געווען עפעס אן ארמיי ענדזשיניר וואס האט דירעקטירט די פלענער פאר די בוי ארבעט.

"פסססט," האט יודא קאגאניעווסקי גערופן צו זלמן פאלאק שטילערהייט. "קוק אהין, איז נישט דער פארשוין וואס שטייט הינטער דעם ארמיי ענדזשיניר, גרעגאר וואלזשעק, דער זון פון פאן וואלזשעק דער מילך מאן?"

זלמן האט צוריק געשישקעט יודא, אז ער זאל זיין שטיל, אבער צוגעשאקלט מיט'ן קאפ, אז דאס איז ווירקליך גרעגאר.

"דער אומווערדיגער מיטארבייטער! דער נאצי קאלאבאראטור!" יודא האט פרובירט צו האלטן זיין שטימע שטיל, נישט צו ווערן איבערגעהערט אויף דער גאס אונטן, אבער דער רעגעניש איז געווען קלאר אין זיין שטימע. ער איז גראדע אויפגעוואקסן מיט גרעגאר, זייענדיג נאנטע שכנים וואס האבן געשפילט צוזאמען, און אינאיינעם צוריק געזאמלט די ליידיגע מילך באטלעך פאר גרעגאר'ס טאטע, פאן וואלזשעק.

זלמן האט א סיגנאליזירט מיט זיין האנט אז אלע זאלן זיך צוריקן צו אים, און ווען זיי זענען אלע ארום געשטאנען אין א קליינעם רינג ארום אים האט ער זיי אנגעזאגט אין א שטילן קול, "מארגן ווען די ארבעט'ס טאג איז פארביי, און איר וועט זיך אלע אומקערן פון די פאבריקן און פארעמס וואו עט ארבעט, וועלן מיר שטערן די בוי ארבעט פון דעם געטא מויער אויף ווי ווייט מיר קענען. צדוק, דו ביזט דאך א פלינקער און געשיקטער, און ישראל, דו האסט קענטעניס אין אויטא מאטארן. ביי פון ענק וועלן סאבאטאזשירן די נאציס אין זייערע פלענער. מאכן גענוג שאדן פאר זיי, שטערן זייערע פלענער דורך שעדיגן די מאטארן פון זייערע וואגאנען און אויטאס וואס זיי האבן געפארקט אזוי נאכלעסיג ביים עק פון די גאס. מיר וועלן זיך אלע ווידער זעהן מארגן צוזאמען, ווען איר וועט אונז ווינקן אז די סאבאטאזש ארבעט איז פארטיג. זייט אלע פארזיכטיג, ווען איר גייט אהיים.זייט מצליח."

מיט די אנווייזונגען האבן אלע יונגע אקטיוויסטן זיך אויסגעדרייט און שטילערהייט אהיימגעגאנען, נאכאמאל האלטנדיג זיך צו די שאטנס צו פארמיידן ענטדעקונג. איתמר האט זיך גערעגט אז ווידעראמאל האט מען אים אויסגעלאזט פון דירעקט אטיילנעמען אין די סאבאטאזש, אבער ער האט געהאפט אז דער טאג וועט קומען ווען ער וועט קענען זיין אין די צענטער פון די אקציע.




הערבסט- 1941

איתמר לעוו האט פארראכטן זיין ווייסן ארעםבאנד, מיטן בלויען מגן דוד דערויף. פאר רוב אידן אינעם געטא איז דאס געצווינגענע אידן-צייכן געווען א דערנידערונג און א שאנדע. פאר איתמר איז דאס געווארן א סימבאל פון אייגנארטיגקייט און דרייסטקייט. עס האט אים דערמאנט פון טויזנטער יארן אינטערדריקונג אין גלות, אבער דאך זענען זיינע פאלקס העלדן אלץ ארויסגעקומען שטערקער. עס האט אים געשמעקט צו טראכטן אז דאס מאל וועט זיין די זעלבע, און אז ער האט א טייל אינעם קאמף. זיין אידעאליסטישער נאטור האט עס אנדערש נישט געקענט אנקוקן. ער האט קיין אונטערדרוקונג נישט געקענט סובל זיין.

ער איז נארוואס אהיימגעקומען פון זיין צוועלף שעהיגער טאג צוואנגסארבעט אינעם וואקס פאבריק, און ער איז שוין געווען גוט הונגעריג. ער האט געוואוסט אז ער האט מזל אז זיין, און זיין טאטן'ס צוואנגסארבעט איז נישט געווען אזוי שווער ווי פאר אנדערע, ווייל זיי זענען געבליבן מיט זייער ארבעט אינעם וואקס פאבריק. אמת, זייער ארבעט איז געווען געצווינגען, און עס האט נאר געדינט די נאצישע אינטערעסן, אבער עס האט זיי פארט געגעבן די מעגליכקייט צו קויפן ברויט אויפן שווארץ מארק. אנדערע האבן נישט געהאט די מעגליכקייט און זענען געגאנגען שלאפן הונגעריג.

ער האט געוואוסט אז עס איז קוים דא עפעס צובייס אינדערהיים, אבער דאך אים זיין בויך גענודזעט ער זאל זיך צואיילן צום הויז. ער האט געקלאפט אויפן טיר און שטילערהייט אריינגעגאנגן. צו זיין ערשטוינונג האט ער געפונען פרעמדע מענטשן אין דעם סאלאן. מיט זיך האבן זיי געהאט עלעגאנטע רענצלעך, און צומישטע אויסדריקן אויף זייערע פנימער. זיין איבעראשונג האט זיך שנעל געטוישט ווען ער האט זיך דערמאנט אז אינעם רעשט פונעם געטא האט מען יעדן טאג איינגעטיילט נייע משפחות צו וואוינען מיט פרעמדע אידישע פאמיליעס. די פאלאקן וועלכע פלעגן וואוינען אויף די געסער וועלכע זענען ארומגעצוימט געווארן אלץ געטא האבן די נאציס פארשיקט צו קוואטירן אין ווארשע אינדערויסן פונעם געטא. יעדן טאג האבן זיי געברענגט פאמיליעס פון ווארשע און די גלליותדיגע דערפלעך, און זיי אריינגעשטופט מיט מערערע פאמיליעס אין די געטא הייזער. ביז יעצט האט די קליינע דירה געהערט נאר צו די לעוו פאמיליע, אבער עס האט אויסגעזעהן פאר איתמר אז די אפילו די קליינע לוקסוס איז אויך אויסגעלאפן.

אינעם סאלאן איז געשטאנען א מיטל עלטערע פרוי, און מיט זיך האט זי געהאט א יונג בחורל אין קיבא'ס עלטער, און דריי קליינע מיידלעך. א יונגערמאן אין זיינע צוואנציגער יארן, וואס האט קלאר אויסגעזענן ווי איר זוהן, איז אויך געשטאנען דערנעבן מיט רענצלעך אין די הענט.

קיבא און זיין מאמע זענען געווען אינעך קליינעם קיך, און איתמר האט געהערט דעם סאמאוואר קאכן. גלעזלעך האבן געקלינקט אויף אונטערטאץ טעלערס, ווי זיין מאמע האט גרייט געמאכט טיי פאר די נייע איינוואוינער וואס זענען באשטימט געווארן זיך צו איינקוואטירן מיט די לעווס פאר אן אומבאשטימטע צייט.

זיין טאטע איז איז אריינגעקומען אין סאלאן און געזאגט פאר איתמר'ן, "זיי וועלן זיך איינקוואטירן אין דיין שלאף צומער. גיי נעם ארויס דיינע זאכן פון צימער."

ווען דער פרעמדער יונגערמאן האט אויסגעשטרעקט זיין האנט צו געבן שלום פאר איתמר'ן, האט איתמר באמערקט ווי יענעמס ארעם באנד האט אן עקסטערן אויפשריפט אויף זיך. 'יודישע געטא פאליציי' איז געווען ארויפגענייט אין דויטש. דאס הייסט אז יענער איז געווען א יודנראט איינגעשטעלטער. א פארטרעטער פון די נאציס צו האלטן ארדנונג אינעם געטא. א פאררעטער פון אידישן פאלק. כאטש איתמר האט זיך אנטזאגט צו נעמען שלום פון יענעם, האט זיך דער יונגערמאן אנגעגעבן אלץ "קויפמאן".

"פארקויפט-מאן," האט איתמר זיך אונטערגעמורמלט.

"וואס?"

"גארנישט. קום, איך וועל דיר העלפן מיט די רענצלעך."

"דאס איז מיין מאמא," האט קויפמאן אנגעוויזן אויפן פרוי אינעם צומער, "און דאס זענען מיינע געשוויסטער, מאטל, מיריל, זעלדא, און אננא'לע. אייער פאטער האט מיר שוין אנגעוויזן דעם שטוב, דעריבער וועלן מיר אייך מער נישט שטערן, נאר אליינס זיך פארן מיט די רענצלעך. א דאנק."

קיבא האט העפליך געשאקלט מאטל'ס האנט, צופרידן ווי א מורישקע אויף צוקער, אז ער האט ענדליך מיט וועם צו פארוויילן די ענדלאזע טעג. כאטש איתמר האט געהאט א בייזן בליק אויף דעם עלטערן קויפמאן, איז ער דאך געווען צופרידן אז קיבא וועט האבן איינעם זיין עלטער מיט וועם ער וועט קענען דורכמאכן די שרעקעדיגע, הונגעריגע טעג. ער האט זיך געדרייעט צום קיך צו גיין העלפן מאמע'ן מיט די טיי, ווען ער האט געהערט א קלאפ אין טיר. איתמר האט זיך געאיילט אויפצומאכן דעם טיר, און אויפן אנדערע זייט שוועל האט זיך באוויזן אן אומבאקאנטער יונגערמאן.

"קען איך אייך העלפן?" האט איתמר געפרעגט מיט פארדאכטיגטע נייגער.

"איך זוך איתמר לעוו," האט יענער אנגעגעבן אין אידיש, כאטש ער האט נישט אויסגעזעהן היימיש.

"ווער פרעגט זיך נאך?" האט איתמר צוריקגעווארפן אן זיך אידענטיפיצירן.

"איך האב א פערזענליכע אנגעלעגנהייט דורכצורעדן מיט אים," האט יענער נישט געענטפערט איתמר'ס פראגע.

"וואספארא פערזענליכע אנגעלעגנהייט?"

"ביזטו איתמר לעוו?"

"'ס'ווענדט זיך."

"אויף וואס?"

"אויף די סיבה וואס איר זוכט איתמר לעוו."

"איך זוך איך נישט. זיינע ברידער אין די אונטערגרונד זוכן אים."

איתמר האט פארמאכט די טיר הינטער זיך, און געזאגט פאר יענעם, "לאמיר גיין אויף א שפאציר."

זיי האבן אוועקשפאצירט פונעם הויז, און ווען זיי זענען גענוג ווייט פונעם הויז האט איתמר זיך דרינגנד געוואנדן צו פרעמדער, "קום מער נישט צו אונזער היים. מען האט פלאצירט א מיטגליד פון דעם פאררעטערישן אידישער פאליציי ביי אונז. עס קען זיין זייער סכנות'דיג פאר מיין משפחה אויב דערשמעקט ער עפעס."

"פארשטאנען," האט יענער געענטפערט.

"אלזא, וואס וויל די ארגאניזאציע פון מיר? פארוואס האט איר נישט געשוקט יודא קאגאניעווסקי מיר צו קאנטאקטן?"

"יענער האט אראפגעלאזט זיין קאפ, און זיין שטימע, אין באדויערונג. "יודא איז געפאלן."

"געפאלן?" האט איתמר נישט געגלייבט.

"יא. נעכטן נאכט. נעבן די געטא מויער, נאנט צום אקאפאווא גאס, ביים בית החיים. ער איז געווען אויף א מיסיע צו שמוגלען מאטעריאל איבערן מויער, ווען א פוילישע פאליציאנט האט אים דערזעהן און אים געשאסן אויפן ארט. זיין קערפער איז געווארן אוועקגענומען דורך אונזערע פוילישע אונטערגרונד פריינד געציילטע שעה'ן דערנאך. פון היינט און ווייטער בין איך דיין קאנטאקט מיט די אונטערגרונד."

איתמר האט פארמאכט זיינע אויגן אבער טרערן זענען נישט געקומען. ער איז שוין געווען געוואוינט צו שווערע בשורות,
און זיין חבר און קאמפס-ברודער איז נאר געווען נאך איין טויט צום ליסטע פון די וועלכע זענען געפאלן צום דייטשן קריגסמאשין. איתמר האט זיך באדאנקט צו יענעם פארן נעמען די צייט אים צו מעלדן די טרויעריגע בשורה. יענער האט אנגעגעבן אז ער איז נישט געקומען נאר איבערצוגעבן די ביטערע נייעס, נאר ער איז דווקא דעקומען אויף א שליחות. ער האט זיך אנגעגעבן אלץ זעליג מעכלאוויטש, א מיטגליד אינעם בונדיסט באוועגונג פון ליטע, און לעצטנס א שמוגלער פאר די אידישע אונטערגרונג אין ווארשע. יודא קאגאניעווסקי, האט ער דערציילט, איז א נאכט פריער געגאנגן אויף א ספעציעלע מיסיע דורך צו שמוגלען א טייל פון א דרוקער-פרעסע וואס די אונטערגרונד האט גענוצט, אומלעגאל, צו דריקן פאמפלעטן, צייטונגן, און אנדערע פראפאגאנדע ארטיקלען. די אנדער שמוגלער האבן קוים אנגעיאגט צו אנטלויפן אין צייט, אבער יודא און נאך איין אנדערער יונגערמאן האבן פארלוירן זייערע לעבנס אויפן מיסיע.

"פארוואס האט יודא מיר נישט געבעטן זיך צו באטייליגן אויף אזא געפארפולע אונטערנעמונג? ער האט מיר בכלל גארנישט אינפארמירט אז ער איז געווען טעטיג אין א ספעציעלע מיסיע," האט איתמר געפרעגט מיט פארדרוס.

"טאקע צוליב דעם האט מען מיר געשוקט בשליחות אהער. די פארזיצער אין די ארגאניזאציע האבן געשטעלט פאר דיר נייע אויפטראגן. מיר האבן גענוג וואלונטירן אינעם ארגאניזאציע וואס זענען גענוג טעטיג, און טויגלעך אין שמוגלען, סאבאטאזש, און געוועהר זאמלונג. דיין וויליגקייט צו דינען די אינטערעסן פון די ארגאניזאציע ווערט אנערקענט, און שטארק געשעצט. אבער יעצט איז וויכטיגער פאר אונז אז דו זאלסט ניצן דיינע אנדערע טאלאנטן. מיר האבן געהערט אז דו האסט א שארפן פענע, און דו שרייבסט זייער פעהיג."

"איך האב געשריבן איינצלנע ארטיקלען פאר אונזער פאמפלעט, און אויב דאס ווערט גערעכנט, דאן יא, בין איך א שרייבער,"
האט איתמר געענטפערט פארזיכטיג.

"דאס איז וואס מיר זוכן. א שרייבער. די דרוקער פרעסע וואס מיר האבן צונויפגעשטעלט ווערט גענוצט צו פארשפרייטן די נייעס, מאראל, און אנדערע פראפאגאנדע פאר די געטא איינוואוינער."

"ארעסטאנטן," האט אים איתמר פארראכטן. "מיר זענען נישט דא איינוואוינער, נאר ארעסטאנטן."

"אלזא, דו נעמסט אן די אויפגאבע?" האט זעליג געוואלט וויסן.

"קודם, וואס ווילט איר איך זאל שרייבן? וואס פעלט נאך אויס אנטפלעקט צו ווערן וואס איז נאך פארהוילן?"

"מיר האבן שוין א קאריקאטוריסט, און ער האט אן אויסנאם טאלאנט אראפצולייגן איראניע און סארקאסטישע געדאנקן אין מאלעריי און בילדער. אויך האבן מיר איינער וועלכער קען איבערזעצן די רעדעס פונעם ענגלישן פרעמיער מיניסטער טשורטשיל, און אנדערע פיגורן, אויף פויליש. יעצט ברויכן מיר א אידישע שרייבער. עפעס אין אונזער מוטערשפראך, וואס וועט ווארעמען די געדערים, און שפילן פייערליך אויף די הארץ סטרונעס פון אונזערע לייענער."

"אויב דאס וועט צוהעלפן אונזער קאמף, וועל איך טוען וואס מער מעגליך צו העלפן. איך זארג זיך נאר וועגן מיין ארבעטס פאס. איך ווער גענומען יעדן טאג צו צוואנגס ארבעט."

"נישט געזארגט דערויף. מיר קענען דיר איינהאנדלען אן ערלויבניש-שיין, וואס וועט דיר באפרייען פון די צוואנגס ארבעט."

"וויאזוי קענט איר דאס 'איינהאנדלען'?"

"מיט געלט, מיין פריינט, קען מען אלעס איינהאנדלען. די אידישע פאליציאנטן זענען גרינג אונטערצוקויפן. מיר האבן די נויטיגע פארבינדונגען. לאז עס פאר אונז. דיין טייל איז שרייב ארבעט. טרעף מיר מארגן נאכמיטאג, צוויי אזייגער, פארנט דעם בנין וואס פלעגט ענטהאלטן קלמן נייהויזער'ס אלטע זייגער געשעפט."

"קלמן נייהויזער'ס געשעפט? איז ער נישט אן פרומער אגודת ישראל נאכפאלגער?" האט איתמר געפרעגט איבערראשט.

"ער איז דאס," האט זעליג געענטפער.

"און ער העלפט די אונטערגרונד מיטן געבן זיין ארט פאר אונזערע אקטיוויטעטן?"

"ער טוט דאס," האט זעליג ווידער געענטפערט.

"שטעל זיך דאס פאר," האט איתמר געשטוינט אויף די מאדנע אנטוויקלונג. "דריי יאר צוריק וואלט מען אונז נישט געטראפן אין די זעלבע ד' אמות. איינער אן אגודה'יסט, איינער א השומר הצעיר'ניק, און איינער א בונדיסט. מיר וואלטן זיך די בערד אויסגעריסן איינער דעם צווייטן. נאר א געפאר וואס קען אונז אלע אומברענגן, קען אונז אויף צוזאמברענגן. א שאד, און א שאנדע, אויף אונז אז נאר אזוי פארטראגן מיר זיך אלע."

זעליג האט זיך שטיל געהאלטן אויף דעם אנמערקונג, זיין שווייגעניש אן עדות צו די ווארהייט פון די רייד.

"מארגן, צווייע צייט, פארנט פון קלמן נייהויזער'ס זייגער פלאץ," האט איתמר באשטעטיגט נאך א מינוט, און דערנאך גענומען זיין אפשייד.

****

צומארגנס, צווייע צייט, האט איתמר לעוו זיך אפגעשטעלט נעבן זעליג מעכלאוויטש, וועלכער איז געשטאנען און גערייכערט פארנט פון בנין וואס האט אמאל ענטהאלטן קלמן נייהויזער'ס זייגער געשעפט.

יעצט האט די טיר אויף די אונטערשטע שטאק געטראגן א שילד 'ארבייטספארמיטלונג און ארגאניזאציע פאר סאציאלע דינסט', אין פויליש. די שילד ווערטער האבן נישט געטראגן קיין שום געוויכט מיט זיך, און מען האט אינווייניג נישט געקענט קריגן ארבייטספארמיטלונג הילף. עס איז נאר געווען א דעקע צו באהאלטן די אונטערגרונג אקטיוועטן קומעניש און גייעניש וואס איז אדורך דארט. זעליג מעכלאוויטש האט געגריסט דעם יונגערמאן וועלכע איז געשטאנען הינטער א טישל וואס איז געווען אנגעלייגט מיט דאקומענטן און פאפירן, אנגעבליך פאר ארבעט פארמיטלונג. באמת האט יענער געדינט אלץ דער שומר, און ער איז אלץ געווען אויף דער וואך אין פאל איינער איז געקומען נישטערן אדער שמעקן ארום דעם ארט. לעוו און מעכלאוויטש זענען צוזאמען אדורך די ערשטע שטאק, ביזן הונטערשטן טייל, וואו דער שומר האט אוועקגערוקט זעקלעך אלטע צייטונגן צו אנטדעקן א קעלער טיר. ער האט אנגעזאגט פאר זעליג און איתמר אז מען וועט זיי אנצייגן אינעם קעלער וויאזוי צו סיגנאליזירן ווען זיי זענען גרייט ארויסצוגיין, און מען ווען זיי דאן אויפמאכן די טיר פון דרויסן. ווי נאר די צוויי זענען אראפ די קעלער טרעפ, האט דער היטער צוריקגערוקט אלע זעק איבער דעם קעלער טיר, צו פארדעקן די עקזיסטענץ פונעם טיר.

איתמר האט זיך געטראפן אין א ריזיגע קעלער, גרויס און אפן ווי די גאנצע לענג פונעם בנין. די ריזיגע פלאץ איז געווען פול מיט טישן, בענק, פאפירן און ,אויף איין עק, א פרעסע. יונגעלייט און יונגע בחורים זענען געשטאנען ארום דעם פרעסע, און טייל האבן זיך געפארעט ארום דעם, און טייל האבן סתם געשמועסט און דורגערעדט נייע געדאנקן און מיינונגן. זעליג מעכלאוויטש האט פארגעשטעלט איתמר פאר די אנדערע שרייבער און רעדאקטאר, אים ארומגעוויזן דאס פלאץ, און איינגעטיילט א טישל פאר שרייבעריי.

מעכלאוויטש האט געענטפערט אלע איתמר'ס פראגן אויף די טאג טעגליכע ווירטשאפט פון די אפעראציע, און אזוי איז איתמר געווארן באקאנט מיט אלע איינצלהייטן. מעכלאוויטש האט אים אויך צוגעזאגט אז ער וועט אים ברענגן דעם ערלויבניש פאס ווי נאר ער וועט דאס קענען ערלעדיגן.

ווען איתמר איז אהיימגעקומען יענעם אווענט האט ער געטראפן נאך א נייע פאמיליע, א משפחה פון דריי, וואס איז געווארן איינקוואטירט אין זייער היים. זיי זענען באשטאנען פון אן עלטערער איד, א מונקאטשער חסיד וואס פלעגט וואוינען אין דערפל גלייך אינדערויסן פון שטאט, מיט זיין ווייב, און ערוואקסענע טאכטער - אן אלמנה. די שטובער זענען געווארן צו פארשטיפט, און מען האט זיך ווידער געמוזט צוטיילן אז יעדע משפחה זאל האבן כאטש א קליין קערנדל פון פריוואט-לעבן.
דער מוטער פונעם אידישע-פאליציי מאן, קויפמאן, האט געפונען איר קול, און נישט אויפגעהערט זיך צו באקלאגן אז עס איז נישט ריכטיג אז זי איז איינגעשפארט אזוי, נאר זי וואלט ענדערש געגאנגן וואוינען צו א גאס ווי מען האט איינקוואטירט די אנדערע פאליציילייט, אין א מער וואוילהאבנדע געגנט אינעם געטא, מיט גרעסערע הייזער און צימערן. איתמר'ס מאמע האט נאר פרובירט, אין איר גוט הארציגקייט, צו מאכן באקוועם די עלעגאנטע פרוי מיט אירע קינדער, אבער פרוי קויפמאן האט זיך נישט געלאזט צופרידן שטעלן, און געבעטן איר זוהן צו זעהן אויב ער קען זיי אריינזעהן צוזאמען מיט די אנדער פאמיליע מיטגלידער פון די יודנראט און אידישע פאליציי. איר זון האט צוגעזאגט אז ער וועט פרובירן.

ווען איתמר האט געזעהן אז קיבא שמועסט מיט מאטל קויפמאן מיט א זאפטיגקייט, האט ער אים צוגערופן און אים שטילעהייט דערמאנט זיך צו היטן דאס מויל, און נישט ארויספלוידערן זיינע אונטערגרונד-באוועגונג אקטיוויטעטן צו מאטל'ן, ווייל דער יונג קען עס נאך אנטפלעקן פאר זיין עלטערער ברודער, און דאס קען אפקאסטן די גאנצע אפעראציע. קיבא האט פארשטאנען און זיך צוריקגעיאגט צו זיין פריינט, און איתמר איז געגאנגן זעהן אויב עס איז געווען עפעס ברויט אין שטוב, אדער ער וועט מוזן גיין פארשאפן אביסל פון די שמוגלער.
לעצט פארראכטן דורך וואלטיער אום מאנטאג פעברואר 22, 2021 2:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

א מחי'
אזוי זאפטיג און געשמאק!!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

דו בארירסט מיינע סטרונעס!!!
איך האב געציטערט פון אויפרעגונג און פחד לייענעדיג פון די פארפירערישע אפיקורסים וואס האבן נעבעך אפגעלאזט זייערע ווארימע היימען און זייער הייליגע פאלק, און ביים סוף אויסגעוואקסן א רייניגער אין די קאמיניסטישע שטאזי אין די דדר...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

וואאאאאף!!! ווערט בעסער און בעסער!!

פאר אינטערסאנטקייט... די היינטיגע חלק אליינס איז איבער 23K קערעקטערס... אנביליוויבל!!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

ס'איז אנבעליוויבל וואס הער וואלטיער דעליווערט אונז דא יעדע וואך מיט אזא שטאזי דייטשע פונקטליכקייט!

דראמא, געפיל, שפראך, אויסדרוק, האלטן די ליינער געשפאנט, אלעס אויף די העכסטע פארנעם וואס א שרייבער קען צושטעלן!

א ריזיגע ישר כח!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

און צום ערשטן מאל אין צעהן מינוט, האט ארחיקה באפרייט די איינגעהאלטענע לופט פון זיינע לונגען!

מעכטיג!!!!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

הר גריזים האט געשריבן:ס'איז אנבעליוויבל וואס הער וואלטיער דעליווערט אונז דא יעדע וואך מיט אזא שטאזי דייטשע פונקטליכקייט!

דראמא, געפיל, שפראך, אויסדרוק, האלטן די ליינער געשפאנט, אלעס אויף די העכסטע פארנעם וואס א שרייבער קען צושטעלן!

א ריזיגע ישר כח!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

שפראכלאז! כשפאציר יעצט אראפ אין קעלער מיט איתמר.....כשיר זיך ממש אין ווארשא....wow
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

אוי מיי, דער איז געוואלדיג, א דאנק
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

געוואלדיג!!!!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

נפשי חמדה האט געשריבן:געוואלדיג!!!!

;l;p- ;l;p-
מעכטיגע נייעס.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4563
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע: מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

Kollel האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:ס'איז אנבעליוויבל וואס הער וואלטיער דעליווערט אונז דא יעדע וואך מיט אזא שטאזי דייטשע פונקטליכקייט!

דראמא, געפיל, שפראך, אויסדרוק, האלטן די ליינער געשפאנט, אלעס אויף די העכסטע פארנעם וואס א שרייבער קען צושטעלן!

א ריזיגע ישר כח!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17018
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אויסערגעווענליך גוט!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

היינט איז דינסטאג.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17018
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קוקט אויס ווי כאניש'ל האלט שוין ביי עד דלא ידע... אבער

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:גוט מארגן
היום יום שלישי בשבת, שבו וואלטיער נוהג להמשיך הסיפור בבית האייוועלט...



------------

הרב מולכו (דער פלאמבער...) האקט.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

WOW טאקע מאדנע כאפארגעסן...
וואלטיער!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שלמה מולכו האט געשריבן:היינט איז דינסטאג.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

דערווייל איז נאך דינסטאג
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וואלטיער?
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

ארחיקה נדד האט געשריבן:וואלטיער?

ער גייט שוין אנקומען
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ערציילונג און פארזעצונג - דער בוכארער זעלנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דערווייל איז נאך דינסטאג

יא.. ער האט כח דער... נאך אלץ צו זיין דינסטאג...
וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

איתמר לעוו הינטערגרונד געשיכטע/היסטאריע 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

ווארשע-1942 פעברואר

עס איז געווען הארט פאר פורים, אבער דאך האט מען נישט געקענט שפירן א פורים'דיגע שטימונג אינעם געטא. וויאזוי האט מען געקענט טרעפן אפילו א קליין מאס שמחה, ווען די ווארשעווער אידן האבן נאר געוואוסט הונגער, שרעק, און טויט. ווי די מאנאטן אינעם געטא זענען אריבער איז פיל קלענער געווארן די טעגליכע ערנערונג. אפיציעל האבן די דייטשן פארבאטן מער ווי 200 קאלאריעס טעגליך פאר א מענטש אינעם געטא. א צענטל וואס א געזונטער מענטש האט געדארפט אלץ ערנערונג. אן די געשמוגלטע עסן וואלטן די איינוואוינער אינעם געטא אויסגעגאנגען נאך עטליכע וואכן. אפילו מיט די געשמוגלטע עסן איז נישט געווען גענוג, און די וועלכע האבן נישט געקענט צוקומען א זופ-קיך אדער פאלקס-קיך זענען אויסגעגאנגען. אין די פראסטיגע, פארשטופטע געסער פונעם געטא איז קרענק געווען בירגערמייסטער און הונגער דער קעניג.

איתמר לעוו איז אויך געווען הונגעריג, אבער ער האט נישט געהונגערט. זיינע חברים אינעם אונטערגרונד האבן אים געגעבן וואס זיי האבן געקענט, און דאס ביסל פלעגט ער אהיימטראגן צו מיטצוטיילן מיט זיינע עלטערן און ברודער. אזויווי די אנדערע טעג, ווען איתמר האט פארלאזט דעם קעלער, האבן זיך זיינע חברים נאך געפארעט איבער די דרוקער-פרעסע. עס האבן געפעלט גענוג געצייג, פאפיר, און טינט, אבער אזויווי עס איז געווען צו שווער צו באקומען נייע האבן זיי זיך געמוזט ספראווען מיט וואס זיי האבן געהאט.
איתמר האט זיך נישט געיאגט אהיים. ער האט נאך געהאט וויכטיגס אויפצוטוען מיט זיין אונטערגרונד קאנטאקט, זעליג מעכלאוויטש. די גאס איז געווען קאלט, אבער איתמר האט געשלעפט זיינע פוס נישט צוליב די קעלט, נאר צוליב אז גייסטישע פארמאטערקייט. אמת, שרייב ארבעט האט נישט געפאדערט אזויפיל פיזישע ארבעט ווי דאס אין א וואקס-פאבריק, האט עס פארט פארלאנגט צו ברענען אסאך מעטאלע כוחות, און איתמר איז געשפירט א מידיגקייט אין זיינע ביינער און א שווערן געוויכט אויף זיינע פלייצעס.כאטש די מצב אין געטא איז געווארן שווערער און ערגער פון טאג צו טאג, איז זיין אויפגאבע נאך אלץ געווען צו ליפערן געשמאקע פראפאגאנדע און היציגע רעטאריק. דאס איז אים נישט אנגעקומען גרינג. ער האט געוואלט אליינס אויפנעמען ארמס, זיך אנגארטלען מיט וואפן, און גיין קעמפן דעם שונא. ער האט געהאלטן, אזויווי א טייל פון זיינע ברודער אין אונטערגרונד, אז מען מוז קעמפן אפילו אויב עס וועט קאסטן לעבנס. ער האט גע'טענה'ט אז אויב מען בלייבט אומבאוואפנט, און דערשראקן פון אן אפענע קאמף, דאן וועט זיין א צייט וואס עס וועט זיין צו שפעט צו ראטעווען לעבנס. עס וועט גארנישט פארבלייבן צו ראטעווען.

אבער די אונטערגרונד פירער, בפרט אינעם פרעסע, האבן אים געהאלטן געקייטלט מיט זייערע באפעלן איינצוצוימען די רעוואלוציאנערישע אינסטינקטן, און נישט בעטן מען זאל אים לייגן אויפן פראנט. זיי האבן אים געהאלטן אין איין דערמאנען אז עס זענען געווען פילע סארטן סאלדאטן,און נישט אלע זענען געווען באוואפנט, נאר א טייל האבן געמוזט אונטערבלייבן און שרייבן די פאפירן. כאטש זיינע פרעסע אויבערהארן האבן אים נישט געלאזט שרייבן זיינע אייגענע געדאנקן, צום ביישפיל אז אלע איינוואוינער, קינדער און ערוואקסענע, זאלן טרעפן א וועג צו שמוגלען און זאמלען וואפן, האט זיך אבער איתמר נישט געקווענקלט צו רעדן פייערדיג און העצעריש צווישן די השומר הצעיר מיטגלידער. זיי האבן געשלינגן יעדעס ווארט, און אים ווידער געזאגט אז עס וואלט געווען א גרויסער שאד צו פארלירן אזא געשליפענע צונג צו א דייטשער קויל, אויב וואלט ער ארויס אויף די גאס קעמפן.

איתמר האט אבער געהאלטן אז די אונטערגרונד איז צוווארפן אין צופיל פאקציעס. ער האט זיי אלע געוואלט צוזאמברענגן, און פארעמען א מיליטער וואס זאל קענען באקעמפן די נאציס. זיינע פריינט האבן אים גערופן וואנזיניג און קינדיש, און זיינע קעגנער האבן אים גערופן פאנאטיש און געפארפול. זיי האבן אים אויפגעקלערט אז די נאצי מאשין איז צו מעכטיג צו ווערן באקעמפט. זיי האבן געהאלטן אז א באוואפנטע רעוואלט וואלט נאר רעזולטירט אין א גאנצע אויסראטונג פונעם געטא.
איתמר האט צוריקגעשריגן אז מען האלט שוין אויף א וועג דערויף. זיי האבן צוריקגעשריגן אז ער האט נישט קיין באווייז. אבער יענעם טאג איז אנגעקומען די באווייז, און פארדעם איז איתמר געווען אויפן וועג צו רעדן צו זעליג מעכלאוויטש.

ער אריין אין הויז וואס האט געהערט צו די השומר הצעיר ארגאניזאציע, וואו די מיטלגלידער זענען זיך צוזאמגעקומען צו פאליטיזירן און שטודירן. ער האט זיך נאכגעפרעגט אויף מעכלאוויטש'ן און מען האט אים אנגעוויזן אז יענער האט זיך געפונען אויפן דאך. די הויז האט זיך געפונען נאנט צום מויער, דעריבער האט מען פונעם דאך געקענט זעהן וואס עס איז פארגעגאנגן סיי אינעם געטא, און סיי אויסער די שטאט. איתמר האט טאקע געטראפן זעליגן אויפן דאך, און ער האט זיך אויך צוגעשטעלט נאנט צום עק צו קענען אראפקוקן אויפן די גאסן אונטן. ער האט זיך פארראכטן זיין שאל און הוט קעגן די קעלט, צוזאמגעלייגט זיינע הענט איבער זיין ברוסטקאסטן צו קאנסערווירן ווארעמקייט, און זיך אנגערופן "איך מוז עפעס בעטן פון דיר, זעליג."

"רעד," האט מעכלאוויטש קורץ געזאגט.

"עס זענען אנגעקומען שמועות. איך האב געהערט דערפון היינט ביים דרוקן," האט איתמר געזאגט.

מעכלאוויטש האט נישט געענפערט. ער האט געוואוסט פון וועלכע שמועות איתמר רעדט. ער האט שוין געהערט די באריכטן וואכן פריער, אבער אין די לעצטע טעג האט זיך אריינגעשמוגלט אן אנטלאפענער פון לאדזשער געטא, און די שמועות האבן אנגעהויבן בויען א פאניק צווישן די אונטערגרונד מיטגלידער.

"עס גייט קומען אויך פאר אונז," האט איתמר צוגעלייגט.

"וואס גייט קומען אויך פאר אונז?"

"דער טויט. עס גייט קומען. א סיסטעמאטישע, גענצליכע אויסראטונג," האט איתמר געזאגט.

"דו ווייסט דאס נישט פאר זיכער," האט מעכלאווישט געזאגט.

"לאמיר זיך נישט נארן," האט איתמר געענטפערט היציג, "אז די דייטשן ליידיגן אויס די לאדזשער געטא, וועלן זיי אויסליידיגן די ווארשעווער געטא."

"זיי האבן נאר גענומען עטליכע צענדליגע טויזנטער. די געטא האט נאך איינוואוינער. און דאס זענען אלעס נאר שמועות. מיר ווייסן נישט וואו זיי ווערן גענומען. מיר ווייסן נישט וואס ווערט געטוען מיט זיי. מיר ווייסן נישט.."

איתמר האט איבערגעהאקט מעכלאוויטש'ן, "וואס הייסט מיר ווייסן נישט? דער לאדזשער אנטלאפענער האט קלאר איבערגעגעבן אז די אונטערגרונד מיטגלידער אינעם לאדזשער געטא האבן נאכגעפאלגט די טראנספארטן ביז כעלמנא. פון דארט זענען די גרופעס אידן אפגעפירט געווארן אין לאסט-אויטאס, אבער ווען זיי זענען געווארן אפגעלאדנט דערפון האבן זיי שוין נישט געלעבט. לאסט-אויטאס וואס ליפערן דעם טויט. מיט א סם, כעמיקאל, אדער גאז. ער האט נישט געוואוסט פאר זיכער וואס, כאטש ער אליינס האט עדות געזאגט אז ער האט געזעהן די געווארפענע קערפערס אינעם כעלמנא וואלד."

"אלזא, וואס ווילסטו פון מיר?" האט זעליג געפרעגט, ווי איינער וואס איז שוין אזוי געוואוינט צו זעהן טויט, אז ער איז געבליבן אומבארירט.

"איך זוך צו פארשאפן אן ארבעטס-שיין פאר מיין מאמע, און א קען-קארטע פאר מיין ברודער. מיין טאטע ארבעט שוין אינעם וואקס-פאבריק, און האפנטליך וועט אים דאס אפהאלטן פון ווערן געזיגלט אלץ ווערדלאז דורך די נאציס. פאקטיש וועלן די דייטשן מוזן האבן שקלאפן ארבעט אין די פאבריקן צו קענען שמירן זייער קריגס-מאשין. אבער איך זארג זיך פאר מיין מאמע און קיבא'ן."

"איך האב מיטלייד מיט דיין זארג, אבער עס איז יעצט אוממעגליך צו פארשאפן דאקומענטן, שוין אפגערעדט פון געפעלטשע קען-קארטען."

"וואס הייסט אוממעגליך? א צייט צוריק האסטו מיך געזאגט אז מיט געלט קען מען אונטערקויפן די אידישע פאליציי."

"יא, דאס איז געווען א צייט צוריק. יעצט איז נישטא קיין געלט, און ס'איז נישטא וואס צו קויפן אפילו אויב מען האט יא געלט. די יונגע שמוגלער ווערן גענוצט נאר אריינצוברענגען עסן אינעם געטא, און אפילו אזוי איז נישטא גענוג. יעדן טאג ווערן געשאסן קינדער אין די עלטער פון אכט, צעהן, צוועלף יאר. זיי זענען גענוג קליין זיך דורכצושווערצן די לעכער אינעם מויער, אין זיך גליטשן אין די וואסער און אפלויף ראהרן. און דו ערווארטסט אז איך זאל בעטן אינעם אונטערגרונד אז מיר זאלן נוצן די מיטלען צו פארשאפן געצייג צו מאכן נאך געפעלטשטע ארבעטס-קארטן? וואו איז דיין אחריות?"

"זעליג, און קען נישט שטיין און גארנישט טוען. איך זעה ווי די טויט קומט פאר מיין משפחה, און איך מוז טוען עפעס. איך בעהט דיר, העלף מיך."

זעליג האט זיך פארטראכט פאר א מינוט, און דערנאך געזאגט, "פאר דיין מאמע'ן קען איך יעצט גארנישט ערלעדיגן. אבער פאר קיבא'ן אפשר יא. איז ער א פלינקער? א קליינער? א שנעלער?"

איתמר האט שוין געזעהן אויף וואס זעליג צילט און ער האט קאטאגאריש אפגעווארפן, "עס קומט נישט אין באטראכט אפילו. ניין."

"זאג נישט ניין," האט זעליג צוריקגעזאגט, "איך קען ערלעדיגן פאר דיין ברודער אן אפיציעלע פוילישע קען-קארטע, נאר אויב עס צאלט זיך אויס. די קען קארטע קען ווערן איינגעהאנדלט פון איינס פון די ווארשעווער פאלאקן וועלכע האבן פארלוירן יונגע קינדער לעצטנס. אבער דאס וועט קומען מיט א פרייז. עס לוינט זיך אונז נאר אויב ער וועט אונז העלפן שווערצן עסן אריין אינעם געטא."

"ניין."

"איתמר, זיי נישט קיין עקשן. טראכט עס איבער. אלץ א שווערצער וועט ער האבן צוטריט צו מער עסן. ער וועט נישט אויסגיין. כאטש דיין משפחה האט נאך עטוואס צוטריט צו עסנווארג, איז עס קוים צום לעבן. זאג, ווי דאר איז ער שוין קיבא געווארן?"

"וואס איז מיר א חילוק אויב ער האט מער עסן, אויב ווערט ער דערשאסן בשעת'ן שווערצן איבער'ן מויער? לאז מיך עס טוען ענדערש. איך וועל באצאלן די חוב פונעם קען-קארטע מיט ריזיקירן מיט מיין לעבן," האט איתמר פרובירט צו האנדלען.

"דו ביזט אונז נישט ווערד צו פיל. די ערטער וואו ערוואקסענע קענען זיך דורכשווערצן ווערט מער און מער באוואכט טעגליך. און איך בין זיכער אז דו וועסט ברענגן מער נוצלאזע וואפן ווי עסן. איך קען דאס נישט צולאזן."

איתמר האט געלייגט זיינע הענט אויפן קאפ אין פארצווייפלונג. וויאזוי האט זעליג געקענט ערווארטן אז ער זאל מאכן א באשלוס.

"נאך א זאך, איתמר. די קען-קארטע וואס איך קען אים פארשאפן איז ריין פויליש. אמת, דא אינעם געטא וועט עס אים נישט העלפן, אבער אויב איז ריכטיג וואס דו זאגסט, און די נאציס וועלן איין טאג טוען מיט אונזער געטא דאס וואס די שמועות זאגן אז זיי האבן געטוען אין אנדערע אידישע שטעט, דאן וועט קיבא האבן די מעגליכקייט איבערצולעבן אינדערויסן פונעם געטא אלץ א פאלאק. דאס איז די מערסטע וואס איך קען טוען פאר דיר. לאז מיך וויסן."

מעכלאוויטש האט איבערגעלאזט א צושטורעמטן איתמר אויפן דאך. איתמר האט אראפגעקוקט אויף די ווארשעווער געטא גאסן אונטן. ביי איין עק גאס איז געלעגן א טויטער איד, דין, אלט, און ווייס, און קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף די פארפרוירענע קערפער. עס זענען יעדן טאג געשטארבן אידן, מענער, פרויען, און קינדער, אז וואס האט נאך איין געפאלענע קערפער אויסגעמאכט. א צווייטער איד, קליידער צוריסן און שמוציג, האט אויפגעהויבן א צייטונג פאפיר וואס איז געלעגן אויף די זייט צוקנייטשטערהייט, עס אויפגעקנייטשט, און פארדעקט דעם פנים פונעם טויטן איד. ער האט נישט געקענט טוען מער. ווען ער איז ווייטער געגאנגען איז געקומען א טריקענע ווינטער ווינט און אראפגעבלאזן דעם צייטונג, און ווידער פארשעמט דעם טויטן. ביי א טיר פון איין אפארטמענט הויז איז געזעצן א מאמע אויף די קאלטע טרעפ, אירע קינדער דערנעבן. זיי האבן זיך אנגעלאנט אויף איר, די קינדער, מיט זייערע לעהרע בליקן, געפאלענע פלייצעס, און טריקענע מיילער. זי האט ארויסגעהאלטן איר האנט פאר אלע וואס זענען דורכגעגאנגען, אבער עס איז נישט געווען וואס איר צו געבן. אויף די אנדערע זייט גאס האבן זיך געיאגט א גוט באקליידעטע פארל, די מאן אין א טייערע, וואלענע מאנטל, די פרוי אין א הערליכע, ברוינע פעלץ. די רייכע פונעם געטא זענען מער נישט געווען רייך, אבער זיי האבן נאך אלץ אנגעשטעלט א פנים, כאילו זיי זענען נישט אפעקטירט געווארן. כאילו זיי קענען נישט בארירט ווערן.

וויפיל איתמר האט פרובירט האט ער נישט געקענט פארשטיין די סצענע וואס ער האט געזעהן. עס האט עס נישט געקענט משיג זיין. ער האט געוואלט שרייען צו די הימלען, אבער קיין קול איז נישט געקומען. זיינע אויגן זענען געווארן פייכט, און ער האט זיי פרובירט צו קעמפן ,אבער זיי האבן אים גלייך פארראטן און אראפגעגאסן די טרערלעך אויף זיינע באקן. ער איז פלוצלינג געווען נישט א רעוואלוציאנערע שומר הצעיר'ניק. נישט קיין אונטערגרונד מיטגליג. נישט קיין שרייבער. נישט יונג, נישט ארעם, נישט אנדערש ווי די וועלכע זענען געווען אונטן אויף די גאס. ער איז געווען נאר א איד. אזויווי זיי. דאס איז געווען די איינציגסטע אידענטיטעט וואס איז אים פלוצלינג איבערגעבליבן. ער האט נישט געוואוסט אז די קול איז געקומען פון אים, אבער ער האט זיך גענומען ברימען א ניגון. די מאדזשיצער 'אזכרה' האט זיך ארויסגעדזשומעט פון זיין הארץ, פאל נאך פאל, אין די טרויעריגסטע מעלאדיע וואס ווארשע האט נאר אמאל געהערט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”