סמא"ג

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ערגעצוואו אין די לעצטע פאר טעג האט זיך ארויפגעשטופט אויפן אויבערפלאך אן אשכול מיט אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות.
אני בעניי האב אויך געהאט א ליסטע פון זאכן וואס איך האב געוואלט אריינשרייבן דארט, אבער איך בין זייער קלאר געווען אז ס'איז דא ביניהם זאכן וואס זענען ממש נישט אינטערעסאנט, אבער איך בקט שכלי האב זיי געטראפן פאר אינטערעסאנט ווען איך האב זיי געהערט\געזעהן.
אשר על כן גרינד איך א נייעם אשכול אריינצושרייבן זאכן וואס זענען מיר אינטערעסאנט געווען צו געוואויר ווערן, הגם ס'מוז בכלל נישט זיין אז ס'איז אייך אינטערעסאנט, בעסער געזאגט, ס'קען זיין ברור ביי מיר אז פאר רוב עולם איז עס נישט אינטערעסאנט, דאך האב איך - מיט מיין קינדיש שכל - זיך געפרייט דערצו, און איך געב עס איבער בשער בת רבים.
די זאכן וואס וועלן דא געשריבן ווערן קענען זיין סיי וואס, פון א קאנספיראציע טעאריע ביז א מחודש'דיגע הלכה, פון א זאפטיג שטיקל היסטאריע ביז א פלא'דיגע מנהג פון א צדיק, עניטינג וואס ס'איז מ'יר א'ינטערסאנט ג'עווען (געכאפט?) ביים עס הערן\זעהן\אויפטראכטן.
ליינטס און האטס הקנאה.
לעצט פארראכטן דורך שטומפיג אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:24 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

סמא"ג #1

פארהאן א קליידער קאמפאני מיטן נאמען Uni-qlo, זיי זענען נישט מער ווי סיי וועלכע אנדערע גוי'שע קליידער קאמפאני וועמענס נאמען איך קען נאר פון אן עד דא און דארט, און פון די קרעדיט קארד סטעיטמענט.
די סיבה פארוואס עס אינטערעסירט מיך אבער מער ווי אנדערע ווייל פאר לאנגע יארן האב איך מיך געוואונדערט פארוואס זיי האבן באשלאסן ארויפצושטעלן לשה"ק אותיות אויף זייער לאגא.
דאס איז די לאגא פון די קאמפאני.
uniqlo logo.png
uniqlo logo.png (26.35 KiB) געזען 4563 מאל

אויף די רעכטע זייט שטייט uniqlo (וועלכער איז א פארקירצערונג פון unique clothing - אגב) און אויף די לינקע זייט זעען זיך קלאר אן די אותיות ב פ און אפשר אפילו אן ענדע-מם.
ס'איז מיר אינטערעסאנט געווען געוואויר צו ווערן אז די אותיות אויף די לינקע זייט זענען גענצליך נישט קיין לשה"ק אותיות! די קאמפאני, זייענדיג ארגינעל א יאפאנעזע קאמפאני, האט גענוצט א יאפאנעזע סימבאל-שפראך (Syllabary) וואס הייסט Katakana צו איבערטייטשן די נאמען פון זייער קאמפאני, און אין א מאדנע צופאל זענען די ספעציפישע סימבאלן פון Katakana זייער ענליך צו די אותיות.
להרחיב הידיעה קצת - Syllabary מיינט א שפראך אין וועלכע מ'נוצט סימבאלס צו רעפרעזענטירן סילעבעלס כדי ארויסצושרייבן ווערטער. איך וועל נישט אריינגיין טיפער כדי נישט צו באמוטשען די ליינער ווייל דעטס אלל וואס איך ווייס איבער Syllabaries, ואידך פרישא זיל גגול.
לעצט פארראכטן דורך שטומפיג אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:24 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

שטומפיג האט געשריבן:סמאג א'

פארהאן א קליידער קאמפאני מיטן נאמען Uni-qlo, זיי זענען נישט מער ווי סיי וועלכע אנדערע גוי'שע קליידער קאמפאני וועמענס נאמען איך קען נאר פון אן עד דא און דארט, און פון די קרעדיט קארד סטעיטמענט.
די סיבה פארוואס עס אינטערעסירט מיך אבער מער ווי אנדערע ווייל פאר לאנגע יארן האב איך מיך געוואונדערט פארוואס זיי האבן באשלאסן ארויפצושטעלן לשה"ק אותיות אויף זייער לאגא.
דאס איז די לאגא פון די קאמפאני.
uniqlo logo.png

אויף די רעכטע זייט שטייט uniqlo (וועלכער איז א פארקירצערונג פון unique clothing - אגב) און אויף די לינקע זייט זעען זיך קלאר אן די אותיות ב פ און אפשר אפילו אן ענדע-מם.
ס'איז מיר אינטערעסאנט געווען געוואויר צו ווערן אז די אותיות אויף די לינקע זייט זענען גענצליך נישט קיין לשה"ק אותיות! די קאמפאני, זייענדיג ארגינעל א יאפאנעזע קאמפאני, האט גענוצט א יאפאנעזע סימבאל-שפראך (Syllabary) וואס הייסט Katakana צו איבערטייטשן די נאמען פון זייער קאמפאני, און אין א מאדנע צופאל זענען די ספעציפישע סימבאלן פון Katakana זייער ענליך צו די אותיות.
להרחיב הידיעה קצת - Syllabary מיינט א שפראך אין וועלכע מ'נוצט סימבאלס צו רעפרעזענטירן סילעבעלס כדי ארויסצושרייבן ווערטער. איך וועל נישט אריינגיין טיפער כדי נישט צו באמוטשען די ליינער ווייל דעטס אלל וואס איך ווייס איבער Syllabaries, ואידך פרישא זיל גגול.


הייבט זיך אן גאר אינטערסאנט פאר מיר קליינע קעפעלע, יישר כח און פאר'ן נייעם יאר זאל דיין נייע קבלה שטייטצעך זיין אונז יעדן טאג מהנה צו זיין...

און דער ואידך גייט און די ביכער תיכף אריין מיט פאטוס!!
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

זיך אויך שוין געוואונדערט דערויף.
פיינע אשכול דאס
אוועטאר
קוועטש
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוועטש »

;l;p-
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

סמאג #2

געווענליך זענען מיר געוואוינט אז א ווארט אויף אידיש וואס האט די אות כ אדער ח וועט זיך איבערטייטשן מיט א ch אויף ענגליש. וו.צ.ב. גאלדען פלאו וועט אדווערטייזן זייער געשמאקע "Chrein" און חיימאוויטש (נישט פון קענטאקי נאר פון ברוקלין) וועט זיך רופן "Chajmovics".
סאיז מיר אינטערעסאנט געווען אז אין פאקט וועט די gh אין ענגליש דינען אלס א סאבסיטוט פאר די כ\ח, טראכט למשל פון night וועלכער איז נאכט, light וועלכער איז ליכט, eight וועלכער איז אכט און right וועלכער איז רעכט (ביידע מיינונגען).
אפילו אזעלכע ווערטער וועלכע זענען אביסל טיפער ווי די אויבערדערמאנטע, א שטייגער ווי fight וועלכער איז געפעכט, weight וועלכער איז געוויכט, straight וועלכער איז פון די זעלבע שורש פון שטריך און sight וועלכער האט זיכער א שייכות מיטן רבינס לעכטיגע "געזיכט" און אודאי מיט די שליסלעך וואס מ'האט "געזוכט" אין די בעקיארד.
די כלל קומט לכאורה ענדערש פון דויטש ווי פון אידיש ווייל דארט זענען די משלים שטערקער און בעסער, אבער איך ווייס נישט.
לעצט פארראכטן דורך שטומפיג אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 1:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

שטומפיג האט געשריבן:סמאג #2

געווענליך זענען מיר געוואוינט אז א ווארט אויף אידיש וואס האט די אות כ אדער ח וועט זיך איבערטייטשן מיט א ch אויף ענגליש. וו.צ.ב. גאלדען פלאו וועט אדווערטייזן זייער געשמאקע "Chrein" און חיימאוויטש (נישט פון קענטאקי נאר פון ברוקלין) וועט זיך רופן "Chajmovics".
סאיז מיר אינטערעסאנט געווען אז אין פאקט וועט די gh אין ענגליש דינען אלס א סאבסיטוט פאר די כ\ח, טראכט למשל פון night וועלכער איז נאכט, light וועלכער איז ליכט, eight וועלכער איז אכט און right וועלכער איז רעכט (ביידע מיינונגען).
אפילו אזעלכע ווערטער וועלכע זענען אביסל טיפער ווי די אויבערדערמאנטע, א שטייגער ווי fight וועלכער איז געפעכט, weight וועלכער איז געוויכט, straight וועלכער איז פון די זעלבע שורש פון שטריך און sight וועלכער האט זיכער א שייכות מיטן רבינס לעכטיגע "געזיכט" און אודאי מיט די שליסלעך וואס מ'האט "געזוכט" אין די בעקיארד.
די כלל קומט לכאורה ענדערש פון דויטש ווי פון אידיש ווייל דארט זענען די משלים שטערקער און בעסער, אבער איך ווייס נישט.

בדרך אפשר לויט די משלים וואס די האסט געברענגט
אנהייב ווארט שרייבט מען CH אין אינמיטן ווארט שרייבט מען GH
דוק וטישטעך.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ווייס איך נישט ווי אזא אומ-שטומפיגער אשכול קומט צו ווערן געשריבן גאר דורך "שטומפיג"?
מוז זיין ער פאררופט זיך נאר אזוי בלשון סגי נהור, ווייל דער איז שארף און גלייך, חד וחלק..

מיר האבן זייער הנאה, קום אריין ווי אפטער אונז מיטטיילן דיינע קרישקעלעך און אנעקדאטן, פארסט אינעם גוטן דירעקשאן.

להערה בעלמא, אפשר לייג אריין צוויי שטרעכלעך אין דעם סמאג, כזה: סמא"ג
---
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

בשבילי נברא האט געשריבן:ווייס איך נישט ווי אזא אומ-שטומפיגער אשכול קומט צו ווערן געשריבן גאר דורך "שטומפיג"?
מוז זיין ער פאררופט זיך נאר אזוי בלשון סגי נהור, ווייל דער איז שארף און גלייך, חד וחלק..

מיר האבן זייער הנאה, קום אריין ווי אפטער אונז מיטטיילן דיינע קרישקעלעך און אנעקדאטן, פארסט אינעם גוטן דירעקשאן.

להערה בעלמא, אפשר לייג אריין צוויי שטרעכלעך אין דעם סמאג, כזה: סמא"ג

שכח פאר די לויב-ווערטער.
הערה עקסעפטעד.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

די CH איז פאר אידישע ווערטער וואס מען שרייבט עס מיט ענגלישע אותיות.
די GH זעט אויב צו זיין די ריכטיגע וועג פון שרייבען.
וויבאלד די היזיגע גוים קענען נישט ארויס זאגען דעם ח' און כ' . דערפאר לאזן זיי טאקע די GH סיילענט.
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכאורה קומט דער געשרייבעכטס מיט CH פון די דייטשע שפראך, ווי מ'זאגט עס ענדליך צו א ח/כ, וכן אויף פלעמיש (די האלענדישע זאגן עס מיט א ח' ממש).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

קיפ איט אן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

סמא"ג #3

די פאלק וואס וואוינט אין Ronks, PA און פירן די לעבן לויט די שטרענגע פארשריפטן פון איינע פון די מהלכים אין די קריסטליכע גלויבן, זענען באוואוסט אלס "די עימיש (אדער אמיש) פיפל".
אגב, ס'איז פארהאן א גרויסע באפעלקערונג פון די Amish אין Ohio און אין נאך עטליכע סטעיטס, אבער פענסילוועניע איז פאר אונז אידן די באקאנטסטע.
זענט איר שוין אמאל געווען אין Amish town? איך יא! און אין מיינע אויגן איז עס נישט מורא'דיג אינטערעסאנט. זיי לאזן שוין נישט אריין אין די הייזער, די מענטשן וואס טראגן דיך אויף די טור וועלן על פי רוב זיך געהעריג באנוצן מיט פארגעשריטענע טעכנעלאגיע, און חוץ פון פלוידערייען איבער קריסטליכקייט און די ספעציפישע שטראם פון די רעליגיע האב איך נישט קיין סך געהערט.
אבער איין זאך וואס ס'איז מיר אינטערעסאנט געווען צו הערן איז, אז ביי די Amish עקזעסטירט נישט אזא זאך ווי זיך גט'ן! אויב די שלום בית הינקעט אביסל אונטער קען מען גיין צו ספעציעלע מערידזש קאונסלערס וואס זענען צוגעשטעלט מטעם די קירכע אדער אנדערע סארט העלפ.
אויב ברעכט איינער די געבאט און געט יא די 12 שורות ווערט ער ארויסגעווארפן פון די קהילה לעולמי עד!
ענליך און להבדיל צו די דרך התורה איז דער מאן באטראכט אלס דער וואס געט די גט, אזוי אז די מאן איז דער וואס וועט ווערן ארויסגעווארפן און די פרוי מעג דארט בלייבן. זארגט אייך נישט, זי וועט קיין האניג נישט לעקן דא, זי קען שוין קיינמאל נישט חתונה האבן מער! איר דין בלייבט ווי אן אשת איש כל ימי חייה!
אלזא, ווען איר באטראכט וואו אייערע אפציעס זענען ארויסצומופן פון ניו יארק און איר קאנסידערט אמיש טאון זאלט איר וויסן אין וואס איר לאזט זיך אריין.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

אינהאלטסרייכע אשכול.
אבער טויש ביטע דאס קעפל. דער עולם ווייסט נישט וואס סמאג מיינט.
--

שטומפיג האט געשריבן:סאיז מיר אינטערעסאנט געווען אז אין פאקט וועט די gh אין ענגליש דינען אלס א סאבסיטוט פאר די כ\ח, טראכט למשל פון night וועלכער איז נאכט, light וועלכער איז ליכט, eight וועלכער איז אכט און right וועלכער איז רעכט (ביידע מיינונגען).
אפילו אזעלכע ווערטער וועלכע זענען אביסל טיפער ווי די אויבערדערמאנטע, א שטייגער ווי fight וועלכער איז געפעכט, weight וועלכער איז געוויכט, straight וועלכער איז פון די זעלבע שורש פון שטריך און sight וועלכער האט זיכער א שייכות מיטן רבינס לעכטיגע "געזיכט" און אודאי מיט די שליסלעך וואס מ'האט "געזוכט" אין די בעקיארד.
די כלל קומט לכאורה ענדערש פון דויטש ווי פון אידיש ווייל דארט זענען די משלים שטערקער און בעסער, אבער איך ווייס נישט.

הויך - high
נאכבאר - neighbor
לאכן - laughing
געטראכט - thought
פראכט - Freight
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער הנאה פון די סמאג״ס יעדן טאג עקסטער. גיי אן מיט א פרישקייט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

ווי איז די היינטיגע סמא"ג
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

זייער הנאה א גרויסען יישר כח
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

סמא"ג #4

איר האט שוין זיכער אמאל געהערט דעם אויסדרוק "פון אסאך, איינס", אמת?
נייייין?! קיינמאל נישט געהערט?
אקעי, קען זיין אז איר האט עס נישט געהערט, אבער איר האט עס שוין זיכער געליינט, און נישט דוקא אין אידיש אבער אין לאטייניש.

אויב זענט איר ווי מיר האט איר זיך שוין אמאל געוואונדערט וואס עס מיינען די ווערטער וואס מען טרעפט אויף יעדע אמעריקאנע מטבע.
E PLURIBUS UNUM
אייגנטליך וועט איר אויך טרעפן די ווערטער אויך אין די אפיציעלע זיגל (seal) פון די פאראייניגטע שטאטן, ווי אויך אויף דעם פרעזידענטס און ווייס פרעזידענטס חותם, און אויף א רייע סימבאלן פון פארשידענע רעגירונג אפטיילונגען א שטייגער ווי די סענאט און די סופרים קאורט. אבער אויסער אויב איר זענט א רעגירונגס באאמטער האט איר עס ווארשיינליך אמערסטנס באגעגענט אויף די אמעריקאנע מטבעות.

איז היינט אלזא געקומען די צייט אז איר זאלט געוואויר ווערן איר באדייט.
ווי געשריבן איז די אויסדרוק די לאטיינישע איבערטייטש פאר "פון אסאך, איינס", די אויסדרוק שטאמט פון די ענדע 1700 יארן ווען אמעריקע איז באשטאנען פון 13 קאלאניעס און דאן האט מען ארויפגעשטעלט די פראזע - וואס באשטייט פון 13 בוכשטאבן - אויף די זיגל פון די דעמאלטסדיגע פאראייניגטע שטאטן. ס'האט גוט ארויסגעברענגט די יסוד פון די נייע פאראיין.
אין די נאכפאלגנדע יארן האט מען עס אנגעהויבן ארויפלייגן אויף געוויסע קופערנע מטבעות און שפעטער אויך אויף גאלדענע און זילבערנע, און כהיום ווערט עס אריינגעקריצט אין יעדע סארט coin וואס ווערט פראדוצירט אין די פאראייניגטע שטאטן. (ביסט אין פאר א טשעלענדזש? טרעף עס אויף די גאלדענע דאללער coin).
"יעדע" האב איך געזאגט? אקעי, אזוי דארף ווען טאקע זיין, אבער אין 2007 האט די Mint בטעות ארויסגעלאזט עטליכע טויזנט פון די 1 דאללער coin איידערן אריינקריצן די די פראזע. לכבוד דעם איז א 1 דאללער coin פון 2007 מיט פרעזידענט וואשינגטאן'ס בילד דערויף א געזוכטע ארטיקל צווישן coin זאמלער.
נישטערטס גוט אדורך דעם 5 גאללאניגער וואסער פעסל, ס'קען נאך זיין אז ס'דא דארט איינע פון די מטבעות.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

נעה האט געשריבן:ווי איז די היינטיגע סמא"ג

עוד היום גדול
https://www.google.com/search?safe=stri ... ent=psy-ab
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

סמאג #5

איך זיץ מיר אויפן מקוה באנק, איך קניפ העפטיג דעם בארדע, פלוצלינג "פסססט", ווער ציצקעט דא?
איך לאז אויס די בארד, איך דריי מיך ארום, אבער זעהט נישט אויס ווי איינער האט מיך גערופן.
צוריק צו די עבודה. נאך אפאר סעקונדעס, ווידער "פסססט".
אקעי איך גיי נישט דורכגיין יעצט די גאנצע שפיל, אבער די אונטערשטע שורה ווייסט איר אודאי, יעדע האלבע מינוט מוז איך איבערייסן מיין ארבעט לכבוד נאך א בחור\אינגערמאן וואס באנוצט זיך מיט דעאודערענט.
האב איך באשלאסן, גענוג איז גענוג! איך מוף מיר קיין סאוט קארעא!

ס'איז מיר אינטערעסאנט געווען צו הערן אז ס'זענען פארהאן אויף די וועלט פלעצער וואו די שווייס אונטערן ארעם איז נישט גורם אזא אומאגענעמע ריח.
פארשער האבן אידענטעפיצירט א gene גערופן מיטן קאוד ABCC11, מענטשן ביי וועם די gene איז שטערקער וועלן האבן מער פון די צעלן וואס זענען גורם די שמעק.
מער ווי 95 פראצענט פון די באפעלקערונג אין אנדערע קאנטינענטן איבער די וועלט וועלן האבן די שטערקערע ווערסיע פון די gene, אזוי אז ציצקערייען אין מקוה וועלן דארט פארקומען כסדר. אין די מערב טייל פון אזיע (אריינגערעכנט די אראבישע לענדער, מדינת ישראל און ארום) איז די גענע ביי ארום 40 פראצענט פון די מענטשן היפש שוואכער, אבער פיל שטערקער איז עס אין די מזרח-אזיאנע לענדער (ווי כינע, יאפאן, טייוואן נאך לענדער מיט די קליינע אויגן) ווי די פראצענט איז סך העכער, און אין די קארעאס איז די שווערע גערוך כמעט נישט בנמצא.

אקעי, צווישן אלע זאכן וואס דער קליינע ראקעט מאן טוט כדי צו פארבעסערען זיין אימעדזש דארף ער נישט אריינלייגן "שפריצן דעאדערענט"
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

שטומפיג האט געשריבן:סמא"ג #4

איר האט שוין זיכער אמאל געהערט דעם אויסדרוק "פון אסאך, איינס", אמת?

אין די נאכפאלגנדע יארן האט מען עס אנגעהויבן ארויפלייגן אויף געוויסע קופערנע מטבעות און שפעטער אויך אויף גאלדענע און זילבערנע, און כהיום ווערט עס אריינגעקריצט אין יעדע סארט coin וואס ווערט פראדוצירט אין די פאראייניגטע שטאטן. (ביסט אין פאר א טשעלענדזש? טרעף עס אויף די גאלדענע דאללער coin)..

מ'מעג שוין אויסזאגן?..

אויף די זייט רינגס-און-ארום.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

ביסט פיינע נייעס הרב שטומפיג
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

באקסער בוים האט געשריבן:ביסט פיינע נייעס הרב שטומפיג
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זאג א גוטס האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:סמא"ג #4

איר האט שוין זיכער אמאל געהערט דעם אויסדרוק "פון אסאך, איינס", אמת?

אין די נאכפאלגנדע יארן האט מען עס אנגעהויבן ארויפלייגן אויף געוויסע קופערנע מטבעות און שפעטער אויך אויף גאלדענע און זילבערנע, און כהיום ווערט עס אריינגעקריצט אין יעדע סארט coin וואס ווערט פראדוצירט אין די פאראייניגטע שטאטן. (ביסט אין פאר א טשעלענדזש? טרעף עס אויף די גאלדענע דאללער coin)..

מ'מעג שוין אויסזאגן?..

אויף די זייט רינגס-און-ארום.

13642.gif
13642.gif (64.06 KiB) געזען 4060 מאל
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

הרב סמא"ג, איך גלייך...

יעדער סמא"ג איז יוניק דיפרענט און אינטערעסאנט

לייק
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”