סמא"ג

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

זייער שיין! די קעפלעך געט טאקע אסאך צו.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

נאכן אפשרייבן א לאנגע סמא"ג און עס פארלירן (ווייל אינצווישן בין איך געווארן ארויסגעסיינט פון אייוועלט) האב איך נישט קיין כח איבערצושרייבן, וועט עס מוזן זיין מארגן.
ואתכם הסליחה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

שטומפיג האט געשריבן:נאכן אפשרייבן א לאנגע סמא"ג און עס פארלירן (ווייל אינצווישן בין איך געווארן ארויסגעסיינט פון אייוועלט) האב איך נישט קיין כח איבערצושרייבן, וועט עס מוזן זיין מארגן.
ואתכם הסליחה.

אוטש,

עצה טובה, שרייב עס אין א אנדערע פראגרעם,

(וויפיל מאל דארף איך עס זאגן)
The Divided States Of America
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

וואַו! גאר אן אינטערעסאנטער אשכול דאס!!!

איך און שפאנונג ווארטן אויף נאך..
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

זייער נייע זאכענעס ווערען די געבראכט, א דאנק
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

intellectual האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
הודו להשם האט געשריבן:אינהאלטסרייכע אשכול.
אבער טויש ביטע דאס קעפל. דער עולם ווייסט נישט וואס סמאג מיינט.
--


הויך - high
נאכבאר - neighbor
לאכן - laughing
געטראכט - thought
פראכט - Freight

נאך קײנמאל נישט געהערט די װארט ׳נאכבאר׳, און כ׳כאפ טאקע יעצט אז כאניש קײן אידישע װארט פאר שכן, אינטערעסאנט, נאר איך האב דאס נישט געװאוסט?

און נאך אן הערה, ׳לאכן׳ איז די אײנציגסטע פון די אלע װערטער װאס די gh איז נישט סײלענט, און מ׳זאגט עס גאר מיט א ׳פ׳, װאסי פשט?

והעיקר, א גרױסן ײש״כ הרב שטומפיג, זײער אן אינטערעסאנטע אשכול דאס, כ׳בין גראדע אין היבש א שטומפיגע מצב יעצט, און האסט מיך מהנה געװען, א זכות צום יום הדין

און בד״װ, מ׳זאגט עס נאָכבאר אדער נאַכבאר?

1- לאכן איז נישט די איינציגסטער, היסן (אדער היסטן?) זאגט מען אויף ענגליש cough מיט א פ קלאנג (און איך האב א פילינג אז ערגעץ בשורשו טרעפט זיך עס מיט "קייכן" פאר געלעכטער), אויך די ענגלישע enough איז מיט די פ קלאנג. און דער עולם איז מכובד צו ברענגען נאך משלים. אבער פשט פון דעם ווייס איך נישט.
2- שכח פאר די שיינע ווערטער.
3- ווי ווייט איך ווייס זאגט מען "נאכבאר" די ערשטע מיט א פתח און די צווייטע מיט קמץ


נאכבאר איז א ריין דייטשע ווארט,
מען זאגט עס מיט צווי פתח'ס,
האסט עס מעגליך געליינט אין אן אלטען אידיש/דויטשע ביכל,
אין אונזער ריין אידישע ליטעראטור האב איך מיך נאך קיינמאל נישט באגעגענט מיט דעם.


איז ווי זאגט מען אין יודיש?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

סמא"ג #9 - א שמעק רעקארדער

- שוועהמאנ'ס בלומען האו קען איי העלפ יו
- יא, איך דארף א קראנץ בלומען מיט זייער א רייכע שמעק
- נאו פראבלעם, איר האט אן אימעיל וואו איך קען אייך שיקן א סעמפל?
- יא שאר, זעליג גראכמאן שטרודל דזשימעיל
- איין מינוט נאר....
(שטיל)
- איר האט ערהאלטן דעם אימעיל?
- יא, געב א מינוט, איך האלט אינמיטן דאונלאודן די אטעטשמענט
די דאונלאוד עפנט זיך, זעליג דרוקט אויפן פייל און א אנגענעמע ריח צושפרייט זיך אינעם גאנצן צימער. אהההה.....

דמיונות?
פארוואס טאקע?
פארוואס קען יעדע טעלעפאן האבן א מעגליכקייט אפצוכאפן אלעס וואס זי הערט און זעהט און עס איבערשפילן אבער א שמעק רעקארדער נישט?

פאר עטליכע יאר צוריק האב איך באזוכט אינעם "ברוקלין באטעניקל גארדן", צווישן אנדערס האב איך געזעהן אן אינטערעסאנטע זאך, ס'איז געלעגן א מאשין וועלכעס האט געהאט עטליכע קנעפלען, און יעדעס קנאפ האט ביים דרוקן איר ארויסגעגעבן א שמעק פון אן אנדערע בלום אדער שמעקעדיגע געוואוקס.
איך האב געכאפט א קורצע שמועס מיט אן ארבעטער און גאנץ שנעל מברר געווען אז די סוד איז נישט אזוי גרויס, אינעווייניג ליגן ארגינעלע שטיקער פון די געוואוקסן, באשמירט מיט אוילן און קעמיקאלן צו פרעזערווירן די געוואוקס און ארויסברענגען איר מאקסימום ריח, ווען מ'קוועטשט דעם קנעפל טוט עס נישט מער ווי אקטיוויזירן א פען וואס בלאזט אביסל לופט צו פארשפרייטן די שמעק אין די גאנצע ארום.
אבער ווען איך האב דאס געזעהן (אדער, געשמעקט) האט די קשיא מיך אנגעהויבן עגבערן, איז די וועלט נאכנישט גענוג פארגעשריטן צו האבן א שמעק-רעקארדער און א שמעק פלעיער?
שטעלט זיך אויס אז נישט!
ריכטיג, נישט ממש "נישט" אבער נישט "גענוג".

אבער צוערשט לאמיר נעמען א טריט אויף צוריק און אויסשמעקן אביסל די חוש הריח.
פארשער זענען מודה אז די חוש הריח איז אייגנארטיג פון אסאך זייטן. צום אלעם ערשט איז עס די ערשטע חוש וואס מען נוצט ביים אראפקומען אויף די וועלט. אויך איז אינטערעסאנט אז די אינפארמאציע וואס די נאז כאפט אויף ווערט געליפערט דירעקט צו פארשידענע נערוון אין מוח וואו ס'דארף אנקומען, אנדערש ווי די זאכן וואס מ'זעהט אדער הערט וועלכע קומען צוערשט אן צו איין גרויסע צענטער אין מח און דיסטריביוטעד פון דארטן ווייטער! אויך טוישן זיך די מח-נערוון וועלכע כאפן אויף ריחות גאר אפט, אזוי אפט ווי יעדע 4 ביז 10 וואכן, דאס איז מער ווי סיי וועלכע אנדערע מח-נערוו!
אין די ספרי קודש זענען אויך דא מקורות אויף די ספעציעלקייט פון די חוש הריח, ווערנדיג באצייכנט אלס כולו רוחני. ס'ווערט דערמאנט (איך געדענק נישט וואו) אז דאס איז די איינציגסטע חוש וועלכע ס'איז נישט נפגם געווארן ביים אדם-חוה-נחש סומאטוכע וועלכע ווערט דערמאנט די וואך אין די סדרה (סמא"ג לשמה!). אנדערע צייגן אן אז ס'איז נישט דא קיין איין לאו אין די תורה וועלכע מ'איז עובר דורך ריח (יש פלוגתא על ריח חמץ בפסח יבואו הלומדים וילומדדו). און מ'דארף נישט קיין גרעסערס פון דעם אז צו איינשטילן דעם וועכנטליכן נשמה'דיגע פארלוסט, כאפט מען א שאכטל בשמים און מ'ציהט אריין.

זעען מיר דאך שוין אז די חוש הריח איז סאמטינג ספעשל, יעצט לאמיר זעהן פארוואס מען קען אים נישט רעקארדירן און איבערשפילן.
און די אמת איז אז ס'איז גאנץ לייכט צו רעקארדירן א שמעק, די עיקר פראבלעם איז אים אויפצושפילן.

אקעי, ס'האט זיך שוין גענוג פארצויגן אויף היינט, מעמיר ממשיכ'ן אינעם נעקסטן סמא"ג.
(און צו דיר גרויסער ידען וואס האט אויך באזוכט אמאל אינעם באטעניקל גארדן און שוין אויך אדורכגעטוהן די נושא, ביטע ווארט ביז איך קום צוריק און כאפ מיך נישט ארויס די ווערטער פון מויל פארדעם, ווייל איך וועל ווערן אויס סמא"געליטש מאכער, מיט דאנק פון פאראויס)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אייזן שטארק! איך ווארט אויפ'ן המשך. און א :lol: פאר דיינע הומאריסטישע זאצן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

פעיק ניוז האט געשריבן:אייזן שטארק! איך ווארט אויפ'ן המשך. און א :lol: פאר דיינע הומאריסטישע זאצן.
קנדה
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2017 5:10 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנדה »

איינער האט מיר אמאל געשיקט א לינק צו א וועב זייטל איך מיין עס איז די אמעריקאנע מיליטער אפשר ווייסט דא איינער עס איז אבאקאנטע איך האב נאר פארגעסן וואס האבן און געבן ארויס נייע טעקנאלעדזשי איינער פון די זאכן אויף וואס זיי ארבעטן אויף איז אויף קענען שיקן שמעקעס
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יישר רב שטומפל א געשמאק פון אן אשכול!

שטומפיג האט געשריבן:סמא"ג #1 ואידך פרישא זיל גגול.

;l;p-
דביה תחדי נפשא
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

שטומפיג האט געשריבן:
אין די ספרי קודש זענען אויך דא מקורות אויף די ספעציעלקייט פון די חוש הריח, ווערנדיג באצייכנט אלס כולו רוחני. ס'ווערט דערמאנט (איך געדענק נישט וואו) אז דאס איז די איינציגסטע חוש וועלכע ס'איז נישט נפגם געווארן ביים אדם-חוה-נחש סומאטוכע וועלכע ווערט דערמאנט די וואך אין די סדרה (סמא"ג לשמה!). אנדערע צייגן אן אז ס'איז נישט דא קיין איין לאו אין די תורה וועלכע מ'איז עובר דורך ריח (יש פלוגתא על ריח חמץ בפסח יבואו הלומדים וילומדדו). און מ'דארף נישט קיין גרעסערס פון דעם אז צו איינשטילן דעם וועכנטליכן נשמה'דיגע פארלוסט, כאפט מען א שאכטל בשמים און מ'ציהט אריין.

בני יששכר מאמרי חודש חשון; ע"פ ספר יצירה האט חשון א שייכות מיט'ן חוש הריח (whoops! לשמה) און ער'ז דארטן מסביר באריכות איבער מעלת חוש הריח כמש"כ לעיל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דערמאנסט מיר פונעם בעקריי נעבען מיין הויז וואס די ריח וואס קומט ארויס פון דארט איז געווען הימעליש, און עס פלעגט אייביג מאכן דאס שפייעכץ פון דאס געזענדל רינען. ביז איין פסח ווען זיי האבן פארגעסן דאס אויסצולעשן......

הערליך אשכול דאס. קיינער האט מיר נישט געקענט מודיע זיין דערפון?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אייזן שטארק! איך ווארט אויפ'ן המשך. און א :lol: פאר דיינע הומאריסטישע זאצן.



אגב האב איך מאל געלייענט וועגן א קאמפעני וואס האט געארבעט אויף אזא שמעק טעכנאלאגיע און איז נעבעך מיטגעגאנגען מיט די טווין טאוערס
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

קנדה האט געשריבן:איינער האט מיר אמאל געשיקט א לינק צו א וועב זייטל איך מיין עס איז די אמעריקאנע מיליטער אפשר ווייסט דא איינער עס איז אבאקאנטע איך האב נאר פארגעסן וואס האבן און געבן ארויס נייע טעקנאלעדזשי איינער פון די זאכן אויף וואס זיי ארבעטן אויף איז אויף קענען שיקן שמעקעס

דארפ״א?
...
שכח שטומפיג, זיך צום באלעקן מיט דיינע סמאג״ס..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אייזן שטארק! איך ווארט אויפ'ן המשך. און א :lol: פאר דיינע הומאריסטישע זאצן.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

שכויעך סמאג , איך באלעק מיך מיט דיינע שטומפיגס
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שטומפיג האט געשריבן:סמא"ג #9 - א שמעק רעקארדער


....
אין די ספרי קודש זענען אויך דא מקורות אויף די ספעציעלקייט פון די חוש הריח, ווערנדיג באצייכנט אלס כולו רוחני. ס'ווערט דערמאנט (איך געדענק נישט וואו) אז דאס איז די איינציגסטע חוש וועלכע ס'איז נישט נפגם געווארן ביים אדם-חוה-נחש סומאטוכע וועלכע ווערט דערמאנט די וואך אין די סדרה (סמא"ג לשמה!). אנדערע צייגן אן אז ס'איז נישט דא קיין איין לאו אין די תורה וועלכע מ'איז עובר דורך ריח (יש פלוגתא על ריח חמץ בפסח יבואו הלומדים וילומדדו). און מ'דארף נישט קיין גרעסערס פון דעם אז צו איינשטילן דעם וועכנטליכן

הערליך שיין ייש"כ רבי שטומפיג...
טאקע ראוי להביא דעם רבנו בחיי פארגאנגענעם וואך (לשמה 3X!)

(דרך אגב א מכוון להנות מריח עבודה זרה איז אסור מן התורה אויב איז עס דער דרך הנאה למשל בשמים וואס מ'האט געמאכט פאר א עבודה זרה, ווי אויך ערלה אויב איז דא א פרוכט וואס דרך הנאתה איז עס צי שמעקן...)
אטעטשמענטס
Capturerb1.JPG
Capturerb1.JPG (87.38 KiB) געזען 1832 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

סמא"ג #10 - שמעק רעקארדער המשך

שכח פאר אלע מגיהים מקאמפלימענטים און מצייני מקורות.

ווי דערמאנט אינעם פאריגן סמא"ג האבן מיר נישט אזא פראבלעם צו רעקארדירן די שמעק ווי עס אויפצושפילן.
אצינד לאמיר זיך אביסל בעסער מסביר זיין.
וויאזוי ארבעט אונזער נאז?
סאו בעיסיקלי וויאזוי ס'ארבעט איז, אז זאכן וואס האבן א ריח לאזן ארויס קליינע באשטאנדטיילן גערופן "מאליקיולס", די מאליקיולס גייען אריין אין די נאז, און קלאפן זיך אן אין סענסארס טיף אינעווייניג, אנדערע שטויבעלעך אויסער די מאליקיולס ווערן אפגעהאלטן פון אריינגיין דורך די האר און אנדערע מיטלען אין די פאדערשטע חלק פון די נאז לעכער, אבער די מאליקיולס גייען יא אריין טיפער ביז צו די סענסארס.
די סענסארס שיקן א מעסעדזש צו די מוח מיט די דאטא וואס זי האט אפגעליינט פון די מאליקיול און לויט דעם באשליסט די מח וויסן וואס מיר האבן געשמעקט.

עד כאן די עכטע נאז, יעצט גיימער אריבער צו די פעיק נאז (נדנ).
נאכצומאכן די נאז איז נישט קיין גרויסע תורה, זייט די 1950 יארן האט מען שוין אנגעהויבן אנטוויקלען טעכנעלאגיע עס צו קענען באווייזן און כהיום זענען שוין דא א רייע מאשינען וואס זענען גארנישט אונטערשטעליג פון אונזער חוטם.
די סיבה פארוואס איר האט קיינמאל נישט באגעגענט אזא מאשין איז פשוט ווייל ס'ברענגט אונז נישט קיין שום נוצן. אזעלכע כלים ווערן אמערסטנס גענוצט דורך פארשער און סייענטיסטן וועלכע קענען אזוי ארום סוקסעספול פארגלייכן די שמעקן פון פארשידענע געוויקסן, בעלי חיים און אטמאספערעס. ס'איז א גרויסע נוצן פאר זיי, ווייל ווי מיר אלע ווייסן איז דאך "על הטעם ועל הריח אין להתוכח", פאר איינעם שמעקט מער כבוד און פאר א צווייטן שמעקט מער געלט, אבער א מאשין קען זיך האלטן אביעקטיוו, ווערט נישט פארשטאפט און קען גרינגערהייט אפשרייבן וואספארא שמעק זי האט געשפירט נוצנדיג קאודס.
ס'זענען יא פארהאן אומגעהויערע נוצן וואס אזא נאז קען ברענגען פאר פשוט'ע מענטשן, אבער מיר וועלן דארפן ווארטן זי זאלן ווערן מער אנטוויקלט. Law Enforcement אגענטורן וועלן זיך מחי' זיין צו קענען נוצן ווירטואלע מאכטפולע נעזער אין ערזאץ פון טרענירטע שמעק-הונט. אויך אין די מעדיצינישע וועלט קען עס זיין א שטארקע נוצן, ווייל געוויסע קרענק קענען אידענטיפיצירט ווערן אין די פריע שטאפלען דורך א שמעק וואס ס'ברענגט מיט זיך.
אלזא, איז דא א שטיקל אינטערעסע אין אזא נאז, און די טעכנעלאגיע איז היפש פארגעשריטן און באנוצט צווישן די וואס דארפן עס.

די פאנטשער איז אבער ווען ס'קומט צום איבערשפילן די שמעק. די פראבלעם איז צווייפאכיג, ערשטנס איז נישט דא קיין ערנסטע סיבה פארוואס איינער – אדער א רבים – זאל זיין גרייט צו אינוועסטירן כח, צייט און געלט צו אנטוויקלען די טעכנעלאגיע, און צווייטנס איז עס זייער שווער אהערצושטעלן. (אייגנטליך זענען ביידע טעמים איינס אבער ס'איז מער דראמאטיש ווען איך מאך עס פאר א צווייפאכיגע פראבלעם, ניין?)
אנדערש ווי די Voice און Visual פלעיערס וועלכע ברענגען אומגעהויערע פראקטישע נוצן אין טאג טעגליכן לעבן, און אויך שטעלן זיי אהער שעות ע"ג שעות פון אינטערטעימענט, איז א שמעק-פלעיער א זאך וואס ברענגט גאר א מינימאלע פראקטישע באנוץ (א שטייגער ווי זעליג'ס ארדער ביי שוועהמאנ'ס בלומען), און גאנץ א שוואכע הנאה Accordingly.
די איינצעלנע קאמפאניס וועלכע האבן זיך יא איבערגעשטרענגט און באוויזן אהערצושטעלן אזאנס, האט עס געארבעט בערך אזוי: ס'איז געווען אן עלעקטראנישע שאכטל וואס האבן ענהאלטן אסאך אפטיילונגען, יעדע אפטיילונג האט געהאט א צווייטע סארט כעמיקאל, ווען דו האסט געוואלט אויפשפילן א געוויסע שמעק (אויך נאר געהאט די אפציע פון געוויסע ריחות), האט די מאשין לויט דעם ארויסגעלאזט א געמיש פון אפאר כעמיקאלן אויפצושפילן די שמעק.
די פראבלעמען?
1- שאדנס פאר די אויגן, מויל און הויט געשאפן דורך די כאמיקאלן.
2- שאדנס צו מאשינען וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט די ארויסגעלאזטע כעמיקאלן, דורך די Mist.
3- צוויי פראבלעמען זענען נישט גענוג?

די איינציגע וועלכע זענען יא געווען – און זענען נאכאלץ – היפש אינטערעסירט אין אזא ערפינדונג זענען די מאווי טעאטערס. אויב זאלן זיי באווייזן אויפצושפילן אינאיינעם מיט די מאווי, די שמעק פון יענע סצענע וואלט עס בלי ספק אריינגעברענגט דעם עולם אין א צווייטע וועלט.
אין פאקט האט איין טעאטער עס שוין גענוצט די מעטאד אין 1960, אבער די פראבלעמען זענען היפש שנעל אנדעקט געווארן. ערשטנס האט מען טאקע געקענט קאנטראלירן ווען די ריח זאל אנקומען, אבער ס'איז נישט געווען קיין וועג צו קאנטראלירן ווען ס'זאל זיך אויפהערן, און ס'האט געברענגט מער שאדן ווי נוצן, אויך איז צוגעקומען א פראבלעם אז ס'איז נישט געווען קיין מאשין וואס האט געקענט ארויסלאזן די שמעק און דעם וואס ס'זאל זיך הערן א פליסטער פון די מאשין (אזא "ססצסצצסס" וואס די Lysol באטל מאכט), און גאר א גרויסע פראבלעם איז אויך ווען עס האבן זיך געפונען צווישן די אוידיענץ (אזוי זאגט מען Audience?) אזעלכע וואס זענען געווען אלערגיש צו געוויסע כעמיקאלן וואס די מאשינען האבן ארויסגעלאזט.

בקיצעראמייסע...... זעהט נישט אויס ווי איך וועל בקרוב קענען רעקארדירן פאר מיינע אייניקלעך אז זיי זאלן געדענקען וויאזוי א מקוה האט אמאל געשמעקט....
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

אט דאס מיינט א שמעקעדיגע שטיקל סמא״ג! געוואלדיג הנאה געהאט.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
ישעילע
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 10, 2020 3:23 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישעילע »

אוי ביסטו שמעקעדיג, איך באלעק מיך מיט דיין שפראך.
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

אגב איך געדענק נישט ווי איך האב עס געהערט. אז פארוואס מען שעמט זיך נישט צו שנארן ציגערעטלעך אין טאביק ווייל אדם האט נישט געזינדיגט מיט ריח אין בושה קומט פונעם חט איז וואס סהאט מיט די ריח איז נישט דא קיין בושה
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

;l;p- הרב שומפיג.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

רב שטומפיג, דו ביסט מיר מחיה! די ידיעות, די לשונות, די הומאר.. קיפ איט אפ
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טעגליכע סמא"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אוי זאגסטו פיין!
שטומפיג האט געשריבן:בקיצעראמייסע...... זעהט נישט אויס ווי איך וועל בקרוב קענען רעקארדירן פאר מיינע אייניקלעך אז זיי זאלן געדענקען וויאזוי א מקוה האט אמאל געשמעקט....

אויב אזוי איז אין לנו שיור, נאר צו זארגן אז די מקוואות זאלן בלייבן שמעקן לדורות עולם...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”