א גאסט אין שטעטל!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

השכל ודעת
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:27 pm

א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השכל ודעת »

מגייט מופן! וואס??? האביך קליינער שכלי געפענט צוויי מעלאונע אויגן צו מיין טאטנ'ס מעלדונג, א נייע הויז? א גרויסע? א ריזיגע? ווען? וואו? קום לאמיך דיר אלעס פארציילן האט טאטי געזאגט און צו מיין קינדערישע פרייד איז קיין גרעניץ נישט געוועזן.

שפעטער אין טאג, האט דער בארג סיני באשלאסן צו מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג אויף מיין קליין קעפעלע, וואס העט זיין מיט בראמי? פרעג איך מיין פאטער שאקירט, מיין בעסטע חבר! כגיי מיך דארפן צושיידן פון אים? ער'ט מער נישט קענען קומען שפילן צו מיין הויז? מיטאמאל האט א דאגה'לע וואלקן געמאכט א מושב לצים אויפן צארטע פרצוף'ל מיינער, וואס העט זיין מיטן באליבטן מלמד מיינער רעבע שטיינגרויס? וואס העט זיין מיט מיינע חברים פון מיין קלאס? א נייע חדר? כ'גיי ווערן אויס מיוחס? טאטע קרוין וואס ווארט מיר דא אפ?

זארג נישט שכלי האט מיין פאטער מיר פרובירט צו בארויגן, כ'האב מיך נאכגעפרעגט אויף יענע חדר, ס'אפיינע קלאס מיט נאך א פיינערע רבי, אלעס העט מערצעהאשעם זיין פיין.

אט איז דער גרויסער טאג דא, מיט טרערעלעך געזעגן איך מיר פון מיינע באליבטע חברים אין חדר, פון מיין טייערע מלמד, מהאט אפילו געמאכט א פרייליכע גוד ביי פארטי מיט א באנטש נאש, די גרויסע אייער באקסעס ווערן ארויף געלאדענט אויפן ריזיגן טראק, מזעץ מיר זיך אריין אינעם אנגעשטאפטן מיני ווען, א לעצטע ביי פאר בראמי און היידע! מפארט!

מיין פיצי הענטעלע ליגט פעלזן פעסט אריין געלייגט אין מיין טאטנ'ס גרויסע האנד, און מיר שפאנען אריין אינעם גרויסן בנין התלמוד תורה, פארשטייט זיך נישט פאר א הייסער צוזאג פון טאטי'ן אז ער האט גערעדט מיט'ן נייעם רבי'ן און אלעס העט זיין פיין.

ווי די מאריטשקע מרגלים קעגן די בני ענק שפיר איך מיך בשעת'ן שטיין ביים פארקלעבטן פענסטער פון מיין נייע קלאס צימער, מיט א הויכער מאס אנגזייעטי עפן איך שטאטלעך דעם דלת, 24 פאר אויגן האבן האסטיג געלאנדעט אויף מיר, און איך קרוטשע מיך איין אינעם קאלירפולן העמד אזש ס'האט אויסגעזעהן ווי כ'טראג א מאסקע לכבוד'ן אויסברוך פון צוואנציג יאר שפעטער.

זעץ דיך דארט לעבן טפשי, הער איך ווי פון א חלום ארויס א שטימע פון א אידל מיט א רויט בערדל א שנעלע אפשאץ האט פעסטגעשטעלט אז דער דא גייט זיין מיין מלמד פארן קומענדיגע חלק יאר, איך דריי מיך אויס צום טייטל פינגער ציל פונקט, און כזעה א ליידיג ארט נעבן א אינגל מיט א גרויסע גרים מאסע אויפן פנים, ס'מיר גוט טראכט איך צו מיר בשעת'ן שפאנען פארקעקעצטערהייט צום אנגעגעבענע ארט.

ווי נאר ס'איז געווארן ריסעס, דער מלמד האט פארלאזט ס'ארט, און מיין נייע שכן געבט א שפרינג אויף פון ארט, דו ביסט דער נייער אינגל פון וועם דער רבי האט גערעדט?? כאכא! האט א הילכיג געלעכטער נאכגעפאלגט! האסט אזאנע פאני פרעקל'ס אויף דיין פנים! א נגע א נגע זינגט ער מיט פאטאס! די אינגל מיט די נגע! מיין פארפרעקלטע פרצוף האט אויסגעזעהן ווי בארשט באגאסן, קוים האצעך די נגעים פרעקל'ס ארויסגעשטעקט, און א גרויסע קנאבל האצעך פארמירט אין מיין קליין העלזעלע, מיט אלע כוחות וואס כ'האב נישט פארמאגט האביך אראפ געהאלטן די טרערן, נאר דאס האט מיר אויסגעפעלט, ווערן דא א וויינעדיגע מצורע...

נישט לאנג האט מיר גענומען געוואר צו ווירן אז דער טפשי איז דער גאנצער רעדל פירער דא אין קלאס, ועל פיו יומת כל אורח... און ס'גאנצער קלאס האט געמאכט א גל פון מיינע עצמות יבשות...

ענדליך איז דער רבי צירוק אריין געקומען, אבער ווי נאר ס'געווארן לאנטש, האט זיך די קאשמאר צוריק אנגעהויבן, וואו איז די לאנטש רום? וואו איז די הויף? וואס טוה איך דא? זילטש! קיינעם וועם צו פרעגן האביך נישט געהאט,און כהאב מיך ארום געדרייט ווי א גוי ביי שלש סעודות מיט די אויסגעלאשענע לייטס,

פארלוירן און צושמיסן ביניך דארט געשטאנען, א נייע פלאץ, כ'קען מיך נישט אויס, וואס טוט מען דא הייליגער טאטע אין הימל???

הנוגע לענינו... (שטייסט, ער לאזט אראפ דא א געהענגל... און האט נאך א נמשל אויך... שטעל דיך נישט אויפן פסוק העטיר עס נישט איינפאלן פלעגט מיין רבי זאגן, נישט יענער פון די נייע חדר...)

כבין א גאסט דא, כקען מיך נישט אויס, ניטאמאל ווייס איך צו כ'האב געפענט דעם אשכול אויפן ריכטיגן פלאץ... כקום אריין דא מיט א בלאסע אויסגעקלאפטע פנים'ל, נעם מיך אויף בסבר פנים יפות... ווייז מיר צו וואו דע לאנטש רום איז... וואו פארברענגט מען אין די פרייע צייט... סטעמפל מיך נישט אפ מיט מיין גאסט סטאטוס...

א דאנק.
אברהם ווייס
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 28, 2020 9:02 pm

Re: א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם ווייס »

wow דאס איז עפעס מוראדיג
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שלום עליכם א איד! דו קומסט אריין זייער קלאר, וועלמיר דיר נישט לאזן נאס ווערן אין די רעגן...

די מאנטלען הענגט מען אויף דא, און מ'נעמט עס קיינמאל נישט צוריק.
דא איז דער מיסטקאסטן.
פאר א טעלער קאשע באזוכט דא, און פאר א גלעזעלע שנאפס דא.
דאס איז פאר קריטיק, און דאס פאר קאמפלימענטן.
אויב איז אייך אמאל קאלט... דא איז אייביג שטיקעדיג הייס. לאז אפן דעם טיר פאר א באלאנסירטע טעמפעראטור.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:שלום עליכם א איד! דו קומסט אריין זייער קלאר, וועלמיר דיר נישט לאזן נאס ווערן אין די רעגן...

;l;p-
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו

שלום עליכם!
איך בעט דיך איבער פאר די אויפנאמע אין די קינדער-יארן, פארשטיי, איך בין געווען א קינד, אן קיין השכל ודעת, נישט געטראכט וואס איך טוה...... בלא בלא בלא...
איך שארף מיך די ציינער צו פארברענגען מיט דיר אין אלע אפטיילונגען, דו זעהסט אויס צו זיין פיינע נייעס!
בוא ברוך ה'!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

געבענטש'ט זענען די געקומענע, מאכט היימיש , מיר האפען אז איר וועט זיך לאזען הערען אפט.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטומפיג האט געשריבן:איך שארף מיך די ציינער צו פארברענגען מיט דיר אין אלע אפטיילונגען, דו זעהסט אויס צו זיין פיינע נייעס!

קענסט שארפן ביז איבערמארגן, שטומפיג וועסטו בלייבן!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
השכל ודעת
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:27 pm

Re: א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השכל ודעת »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:שלום עליכם א איד! דו קומסט אריין זייער קלאר, וועלמיר דיר נישט לאזן נאס ווערן אין די רעגן...

די מאנטלען הענגט מען אויף דא, און מ'נעמט עס קיינמאל נישט צוריק.
דא איז דער מיסטקאסטן.
פאר א טעלער קאשע באזוכט דא, און פאר א גלעזעלע שנאפס דא.
דאס איז פאר קריטיק, און דאס פאר קאמפלימענטן.
אויב איז אייך אמאל קאלט... דא איז אייביג שטיקעדיג הייס. לאז אפן דעם טיר פאר א באלאנסירטע טעמפעראטור.

סארא ווארימע אויפנאמע! ס'פנימ'ל בלאטשקעט מיט קאלירן פון די ווארימע אויפנאמען! כל אחד בניקו יבורך!
השכל ודעת
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:27 pm

Re: א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השכל ודעת »

שטומפיג האט געשריבן:שלום עליכם!
איך בעט דיך איבער פאר די אויפנאמע אין די קינדער-יארן, פארשטיי, איך בין געווען א קינד, אן קיין השכל ודעת, נישט געטראכט וואס איך טוה...... בלא בלא בלא...
איך שארף מיך די ציינער צו פארברענגען מיט דיר אין אלע אפטיילונגען, דו זעהסט אויס צו זיין פיינע נייעס!
בוא ברוך ה'!

פון די שלום עליכם היצטערט איז הוברר הדבר למרצע אז שטומפיגע קינדעריש'קייטן איז טאקע געוועזן ס'פאל דעמאלטס... סאו עפאלעדזשי עקסעפטעד !... :lol:
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ס'פיינע רוח אנגעקומען!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלום עליכם השכל ודעת, א הערליכע אריינפיר דאס צו דיינע האפנטליך-נאכפאלגנדע טויזנטער השכל ודעת'דיגע תגובות
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:שלום עליכם א איד! דו קומסט אריין זייער קלאר, וועלמיר דיר נישט לאזן נאס ווערן אין די רעגן...

די מאנטלען הענגט מען אויף דא, און מ'נעמט עס קיינמאל נישט צוריק.
דא איז דער מיסטקאסטן.
פאר א טעלער קאשע באזוכט דא, און פאר א גלעזעלע שנאפס דא.
דאס איז פאר קריטיק, און דאס פאר קאמפלימענטן.
אויב איז אייך אמאל קאלט... דא איז אייביג שטיקעדיג הייס. לאז אפן דעם טיר פאר א באלאנסירטע טעמפעראטור.

;l;p- ;l;p- :grin: :grin: :lol: :lol:

פאר אזא תגובה מעג מען עפענען א אשכול..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
השכל ודעת
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 8:27 pm

Re: א גאסט אין שטעטל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השכל ודעת »

לכאורה האט געשריבן:שלום עליכם השכל ודעת, א הערליכע אריינפיר דאס צו דיינע האפנטליך-נאכפאלגנדע טויזנטער השכל ודעת'דיגע תגובות

מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, רבינ'ס כוח און דע רעבעצין העט זיך נישט אריינמישן האף מיר בעז"ה אריין צו קומען דא מיט א שטארקייט!

און א גרויסן דאנק פאר'ן קאמפלימענט!
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”