דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

כוועל אנהייבן מיט א אומבאמערקטע לעצטיגע נייעס און כוועל געבן דערויף מיין קורצע צוויי צענט

סאיז דא א סארט העלט-אינשורענס וועלכע ווערט קאטעגאריזירט מיטן נאמען MLTC דאס איז געמאכט פאר מענטשן מיט קאנדישאנס וועלכע באלאנגען בעצם אין נורסינג האומס, די אינשורענס קאווערט זייערע מעדיקל עקספענסעס ווי האום קעיר/מעדיקל עקוויפמענט/טראנספארטאציע/פיזיקל טעראפי וכו'
בכדי צו וויסן וויפיל שעות און וועלכע עקוויפמענט צו געבן שיקט מען אראפ יעדע 6 חדשים א לייסענסד נורס צו אפשאצן די מצב, דאס הייסט א UAS assessment
יעדע אינשורענס קאמפעני האלט אויף א שטאב פון הונדערטער נורסעס וועלכע טוען די ארבעט פון אראפגיין צו די פאציענטן און זעהן אויב זיי דארפן טאקע דאס וואס זיי בעטן.. סאיז פשוט אז זיי דארפן לייגן זייערע געפילן אין א זייט און אפשאצן די מצב כמו שהו..
סאיז אלץ דא אן אפציע צו אפיעלן די באשלוס פון די נורס אויב פילט מען בעוולט

די סיסטעם גייט שוין אזוי אן פאר יארן און ס'ארבעט פיין, פשוט, יעדע MLTC אינשורענס קאמפעני האט קאמפעטישן במילה האבן זיי מורא פון פארלירן די קאסטומערס ווייל זיי קענען אייביג טוישן צו די קאמפעטישן במילה ווילן זיי אפראוון דאס וואס מבעהט אבער מצד שני וויל קיינער נישט ארויסגיין פון ביזנעס..

דאס איז אלעס געווען ביז די גאווערנמענט בולדאזער איז געקומען צו פארן..
פון די חודש למספרם נאוועמבער קען קיין שום אינשורענס קאמפעני שוין נישט אראפשיקן קיין נורסעס צו קיין פאציענטן..
די גאווערנמענט האט געעפנט א נייע ריזיגע דעפארטמענט מיטן נאמען Maximus וואס זיי גייען פארפיגן אויף די נורסעס און פון היינט אין ווייטער וועלן די אלע נורסעס ווערן עמפלאויד דירעקט צו די סטעיט..

אלע אינשורנס קאמפעניס וועלן פייערן די נורסעס רעכטס און לינקס און די גאווערנמענט ברוב רחמיו וחסדיו וועט אויסשטרעקן די איילבירט צווייג זיי צו ארייננעמען..

ביז דא זענען די טריקענע פאקטן

-----

יעצט, ווער סקען צאמשטעלן איינס מיט איינס וועט פארשטיין אז די גאווערנמעט האט נישט קיין שום אינטערעסע צו שפארן געלט, פשוט, סאיז א קדירה דבי שותפי אויף וועלכע קיינער נעמט נישט די אחריות, קיינער אין די גאווערנמענט וועט נישט שאדן האבן אויב רוב אינשורנס קאמפעניס וועלן ארויסגיין פון ביזנעס

אין אנדערע ווערטער די דאזיגע אינשורנס פאנד וועט ווערן א שטח הפקר וועלכע מקען אביוזן און רוב קאמפעניס וועלן מוזן ע"פ דרך הטבע ארויסגיין פון ביזנעס

יעצט וואס פארדינט די גאווערנמעט? כווייס נישט.. סאיז א שיף אן א רודער.. די עיקר ווי מער מאכט אוועקנעמען פון די פריוואטע קאמפעניס אריבער צו די גאווערנמענט...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די גאווערמענט גייט אראפשיקן זייערע אייגענע נורסעס אפצושאצן פאר די אינשורענס קאמפאניס אויב און וויפיל און וואס צו געבן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

פעיק ניוז האט געשריבן:די גאווערמענט גייט אראפשיקן זייערע אייגענע נורסעס אפצושאצן פאר די אינשורענס קאמפאניס אויב און וויפיל און וואס צו געבן?

יא
די אינשורנס קאמפעניס האבן נישט קיין שום ווארט מער זיי וועלן בלויז באצאלן די רבי געלט

(איך רעדט ספעציפיש פון MLTC)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די גאווערמענט פארדינט דערפון דאס וואס זיי פארדינען פון מעדיקעיר פאר אלל, כלומר'שט צו העלפן ארימע. ווי אויך - ווי דו זאגסט - קאנטראל אויף ביזנעסער.

#ליבעראלע גוטסקייט
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

דאס וואס דו שרייבסט אז אלע אינשורענס קאמפעניס וועלן פייערען זייערע נורסעס,
זענען זיי געצווינגען דאס צו טוהן?

אפשר קענען זיי האבן זייער אייגענע טערמינען מיט זייער אייגענע נורסעס וואס מ'וועט דארפן אויך נאכקומען אויסער די שטאטישע,

אזא זאך וועט טאקע שאטן פאר די קאמפעני אויף די מינוט ווייל מענטשן וועלן ענדערש גיין צו אנדערע מער פרייערע קאמפעניס, אבער לויט ווי דו לייגסט עס אראפ וועלן דאך די אנדערע קאמפעניס ממילא ארויסגיין פון ביזנעס סאאנער אר לעיטער, קומט דאך אויס אז אין די לאנג ראן וועלן זיי יא פארבלייבן,

חוץ אויב די נייע געזעץ לויטעט אז די אינשורענס קאמפעניס טארן נישט האבן זייער אייגענע אפשאצונגען,

ביטע ווער עס קען אריין קומען מיט די מציאת הדברים
The Divided States Of America
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ער שרייבט דאך:
שיעלע בהמה האט געשריבן:פון די חודש למספרם נאוועמבער קען קיין שום אינשורענס קאמפעני שוין נישט אראפשיקן קיין נורסעס צו קיין פאציענטן..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

פעיק ניוז האט געשריבן:די גאווערמענט פארדינט דערפון דאס וואס זיי פארדינען פון מעדיקעיר פאר אלל, כלומר'שט צו העלפן ארימע. ווי אויך - ווי דו זאגסט - קאנטראל אויף ביזנעסער.

#ליבעראלע גוטסקייט

בכלל,
מער גאווערנמענט עמפלויאיס = מער דעמאקראט וואוטס

סוועט לכאורה פארשטערקערן די נורסעס יוניאן ווייל די גאווערנמעט וועט עס שטארק סופארטן און נאכדעם וועט אטאמאטיש זיין מער געלט+וואוטס פאר די דעמאקראט פארטיי

---------

וועט קומען איינער און זיך ווינדערן, פארוואס זענען שפיטעלער פארמאכט? פארוואס האט א פאציענט די זעלבע (אומ)רעכטן ווי א תינוק שלא נולד?

די ענטפער איז ליידער גאנץ פשוט, מהאט איינגעטוישט די ציווילע המון עם מיט סטאדעס יוניאנס.. פאליס וואס באקריוודען.. נורסעס וועלכע פארנאכלעסיגן.. טיטשערס וועלכע ברענגען אינטער דיין פרייהייט צו אויפציען דורות און אפשליסן די חינוך בשעת קאראונע

פארוואס? ווייל אזוי קומט אויס גרינגער פאר אונזערע פאליטיקאנטן, ענדערש דיעלן מיט אפאר יוניאן קאמפאניס ווי איידער ארומגיין זיך אראפלאזן צום פשוטן פערדישן וויילער
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום מאנטאג אקטאבער 26, 2020 10:08 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

שיעלע בהמה האט געשריבן:די סיסטעם גייט שוין אזוי אן פאר יארן און ס'ארבעט פיין, פשוט, יעדע MLTC אינשורענס קאמפעני האט קאמפעטישן במילה האבן זיי מורא פון פארלירן די קאסטומערס ווייל זיי קענען אייביג טוישן צו די קאמפעטישן במילה ווילן זיי אפראוון דאס וואס מבעהט אבער מצד שני וויל קיינער נישט ארויסגיין פון ביזנעס..


ווי איך פארשטיי עס, דא ליגט די הונט באגראבן און דאס ווילן זיי אפשטעלן.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

יש בו האט געשריבן:דאס וואס דו שרייבסט אז אלע אינשורענס קאמפעניס וועלן פייערען זייערע נורסעס,
זענען זיי געצווינגען דאס צו טוהן?

אפשר קענען זיי האבן זייער אייגענע טערמינען מיט זייער אייגענע נורסעס וואס מ'וועט דארפן אויך נאכקומען אויסער די שטאטישע,

אזא זאך וועט טאקע שאטן פאר די קאמפעני אויף די מינוט ווייל מענטשן וועלן ענדערש גיין צו אנדערע מער פרייערע קאמפעניס, אבער לויט ווי דו לייגסט עס אראפ וועלן דאך די אנדערע קאמפעניס ממילא ארויסגיין פון ביזנעס סאאנער אר לעיטער, קומט דאך אויס אז אין די לאנג ראן וועלן זיי יא פארבלייבן,

חוץ אויב די נייע געזעץ לויטעט אז די אינשורענס קאמפעניס טארן נישט האבן זייער אייגענע אפשאצונגען,

ביטע ווער עס קען אריין קומען מיט די מציאת הדברים

די מציאות הדברים איז, אז סאיז מער נישטא אזא זאך אז די אינשורנס קאמפעני קען אראפשיקן נורסעס, אלעס קען נאר גיין דורך די סטעיט באשטימטע דעפארטמענט
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג אקטאבער 25, 2020 10:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

בענקעל האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:די סיסטעם גייט שוין אזוי אן פאר יארן און ס'ארבעט פיין, פשוט, יעדע MLTC אינשורענס קאמפעני האט קאמפעטישן במילה האבן זיי מורא פון פארלירן די קאסטומערס ווייל זיי קענען אייביג טוישן צו די קאמפעטישן במילה ווילן זיי אפראוון דאס וואס מבעהט אבער מצד שני וויל קיינער נישט ארויסגיין פון ביזנעס..


ווי איך פארשטיי עס, דא ליגט די הונט באגראבן און דאס ווילן זיי אפשטעלן.

אדרבה.. די נורסעס וועלכע ארבעטן דירעקט פאר די גאווערנמענט גייט גאנץ קנאפ אן צו אפראוון פאציענטן וועלכע קוואלעפייען נישט.. סוועט זיי אויף קיין פאל נישט בעקפייערן
די סטעיט וועט נישט שאדן האבן אויב איינער ווערט אפראווד אומזינסט, די קאמפאניס וועלן שאדן האבן

ס'ארבעט אזוי
די סטעיט שטעלט צו א באשטימטע סכום פאר יעדע קאמפעני לויט די סכום פאציענטן און פון דא און ווייטער קען די קאמפעני אדער בלייבן מיט געלט אין טאש.. אדער ארויסגיין פון ביזנעס...

אויב די סטעיט וועט הייסן יעדעם צו ווערן אפראווד וועלן זיי נישט ווערן דירעקט אפעקטירט, נאר די אלע קאמפאניס וועלכע חלומען צו פארדינען עפעס פון צושטעלן די אינשורענס
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

שיעלע קום אריים קלאר, דו רעדסט פון די פעדעראלע גאווערמענט אדער פון די קאומא-ליבעראלע- ניו יארק סטעיט?
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

קרייסלער האט געשריבן:שיעלע קום אריים קלאר, דו רעדסט פון די פעדעראלע גאווערמענט אדער פון די קאומא-ליבעראלע- ניו יארק סטעיט?

איך רעד פון ניו יארק סטעיט

בכלל איז אינשורנס א סטעיט זאך, כווייס אפילו נישט אויב סאיז דא אזא מין זאך ווי פעדעראלע אינשורנס
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

בעיל רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

בעיל רעפארם איז א נושא וועלכע פארדינט בעצם צו ווערן דיסקוסירט פאר זיך אליינס.

די מאס הפקרות און אנארכיע וואס דאס זייט אן איז פשוט אומבאשרייבליך, רוב רובם צידרייטע מעשיות זענען שוין ניטאמאל אויף די נייעס.. סאיז פשוט מער נישט קיין חידוש אז מהאמיר דא אין אונזער אייגענע בעקיארד די קאנצעפט פון "קעטש ענד רעליס"..
דאס אז די געזעץ איז געווארן א חוזק איז איין זאך, אבער דאס אז מלאזט ארויס שעדליכע פארשוינען אין די גאסן איז געהעריג זעלבסמארד..
ווער ווייסט פון וואו די וועיק-אפ קאלל וועט קומען און וואס דאס וועט קאסטן..
אבער ווי גייט דאס שפריכווארט, צוריק גייט א קאזע

די היפאקריטווע שרייט פאר זיך אליינס, פאר מיר פערזענליך איז פשוט אומגלויבליך צו זעהן וויאזוי עדאלטס פארטיידיגן דאס געזעץ אן קיין טראפ הגיון נאר פשוט ווייל די געזעץ גייט אויף עפעס א וועג אויסרייסן די אינעקוואליטי.. אין מיינע אויגן איז די ערשטע סטעפ פאר איקוואליטי און גלייכבארעכטיגונג אז אלע ראסעס זאלן אויפוואקסן די זעלבע ציווילזירט..

זעה די אשכול
viewtopic.php?p=2073159#p2073159
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער שטארק @שיעלע!

פון מיינע פעיווארוט "פאליטישע שיטות און טעאריעס" ניק'ס.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

סאיז מיר אויסגעקומען צו זיצן מיט אפאר אינשורענס קאמפעני רעפרעזענטעטיווס די לעצטע צוויי וואכן און דאס פאלגענדע האבעך געהערט:

קודם האפעך אז סאיז שוין קלאר ביי יעדעם אצינד אז די אינשורענס מארקעט אין ניו יארק אין אלגעמיין איז אין טיעפע קריזיס אזש די פענע איז צו ארעם עס צו אילוסטרירן. קאמפעניס פארלאזן ניו יארק און אנדערע קאמפעניס ווערן טייערער עד אין שיעור.

יעצט הערט און שטוינט: אינשורענס אלץ א סטעיט אנגעלעגנהייט פאלט אינטער אלבעניס יוריסדיקציע און רחמנות. כמובן אז די גאווערנמענט רעגולירט די מינימום פרימיומס וואס ממוז טשארדזשן פשוט אז די קאמפעניס זאלן זיך קענען דעקן אין פאל פון נויט, זיי ברויכן דאך זיין סאלווענט. אבער עקסטערדעם האט סדום ניו יארק א געזעץ אז יעדע ראטע העכערונג מוז אויכעט ווערן אפראווד... כלומרשט צו שיצן דעם קאנסומער.. אמער א פרייע מארקעט פון געזונטע קאמפעטישאן קען דאך נישט געמאלט זיין...
אלענפאלס, שטייען קאמפעניס אין די ליניע ביי די ניו יארק די עף עס יעדער מיט זייערע באדערפענישן און ווארטן פאר אפראוועלס... און יענע פאזיציעס זיצן בלויז 2 פערזאנען... יא יא! בלויז צוויי מענטשן!

שטייט א קאמפעני נעשענעל דזשענערעל מיט א נייע אוטא פראדאקט און ווארט עס צו אינטערדוסן צו די מארקעט... אבער די ניו יארק dfs גייט עס באשטעטיגן ווער ווייסט ווען... מווארט שוין 2 יאר... מהאפט אז ערגעץ מיטל צו ענדע דאס יאר וועט עס באשטעטיגט ווערן.

שטייט א קאמפעני גארד מיט פרישע ווארקערס קאמפענסעישאן אינשורענס ליניעס פון ביזנעס וואס גאר ווייניג שרייבן, א שטייגער ווי פעינטערס און טייל אינסטאלעישאן וכו’ אבער מווארט אויף די ניו יארק dfs..... מווארט אויף א באשטעטיגונג...

שטייט א קאמפעני nycm מיט אן אוטאו און אינוועסטמענט פראפערטי אינשורענס פראדוקט רעדי.... אבער די ניו יארק dfs איז ביזי פראקטיצירן אוטאריטי....

עקסטער ווארטן ”אלע” קאמפעניס צו קענען אינקריעסן די אוטאו רעיטס... פשוט די שאדנס וואס זיי האבן דערויף איז אומבאשרייבליך... אבער די dfs איז נישט צום האבן.... מדארף דאך פראטעקטן דעם קאנסומער... אבער גיי דערצייל די גאווערנמענט אז די קאמפעניס קעמפער, אדיראנדעק, מערקורי, נעישענווייד האבן לגמרי אויפגעהערט שרייבן אין ניו יארק צוליב דעם... זיי זענען נישט דא צו דערלייגן די הויזן!

גיי דערצייל די גאווערנמענט אז ביי פראגרעסיוו און סעיפקאו פליעט כמעט אלעס צו א א פרי-ביינד בלאק פאר עטליכע טעג ביז מקען פארטיגן א נערישע פאליסי...

קיינער זוכט נישט קיין ביזנעס דאהי! קיינער איז נישטא צו דערלייגן די הויזן!

יעצט פאפט אייך נישט, מרעדט דא 100% פראצענט פון א מענטשליך געמאכטע קריזיס!

די סעלושאן איז סימפל עז קען בי:
1 הייער נאך 100 חברה אין די dfs צו אפפראוון רעיטס און אינשורענס פראדוקטן
2 ערלויב ראטע העכערונגען אן קיין בלינק מיט די אויג וועט די געזונטע קאמפעטישאן צוריקקומען

זאגן די אלע קאמפעניס אפען און גראב, ערעב איד, די גאווערנמענט וויל פראקטיצירן מאכט אויף אונז (אונז??! אויף ענק קאנסומערס!) און במקום שיש מאכט אין שום לאגיק בעולם כלל.. לחיים.

וואוט פאר סענדער, סארי, ליבעראל, ער וועט דיר העלפן שטענדיג!
(פי’ ער וועט זיכערמאכן אז דו בלייבסט אייביג אין א פאזיציע אין וואס דו וועסט דארפן הילף)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8862
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

קומסט אריין גאר קלאר.

כ'ווייס אבער נישט צו דאס קומט פון ליבערליזים ענדערש פון שטייפע אלטגעזעצענע ביוראקראטיע.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג מארטש 15, 2024 9:02 am
קומסט אריין גאר קלאר.

כ'ווייס אבער נישט צו דאס קומט פון ליבערליזים ענדערש פון שטייפע אלטגעזעצענע ביוראקראטיע.
אז עס זענען נישט דא קיין שטייפע ביזנעס רעגולאציעס, טוט אלטגעזעסענע ביוראקראטיע נישט שאטן פאר ביזנעס.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: דיסקוסיע: ליבעראלע פאליסיס און זייערע קאנסעקווענצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג מארטש 15, 2024 9:02 am
קומסט אריין גאר קלאר.

כ'ווייס אבער נישט צו דאס קומט פון ליבערליזים ענדערש פון שטייפע אלטגעזעצענע ביוראקראטיע.
איבעריגע ביוראקראטיע, גאווערנמענט קאנטראל וכו’ וכו’ דאס זענען אלעס לינקע אנשיקענישן. אין א רעכטע סמאלל גאווערנמענט קלימאט איז אזא ביהעיוועיר אנעקסעפטעבל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”