א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

איך האלט גראדע זייער פון דעם בריוו פונעם טערעפיסט, אבער גיין פון דעם ביז אז אלע ר"י מיינער נאר זיך, איז א מרחק גדול!
אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

די מציאות איז ע"פ רוב אז די ר"י טרייען זייער בעסט. 90% פון זייער ענערדזשי, געבן זיי אוועק פאר די 10% שוואכע בחורים. עס איז נישט קיין גרינגע פעלד. אבער עס איז יתכן אז מיט אביסעל אויפפרישונג וועט עס זיי זיין גרינגער!
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

אויש איז דאס א ווייטאגליכע נושא.

ישיבות איז אויס געשטעלט היינט אזוי, אז פאר אן ערך פון 30 פראצענט בחורים איז נישט מעגליך זיך צוצישטלען, אין זיי פאלען טאקע ארויס. די איבריגע קענען זיך מאנעווירען זיך נישט אנצושטויסען אין צופיל פראבלעמען, אין אפשר 1 פראצענט איז מצליח.
99 פראצענט בוחרים האבען נישט קיין אהנונג וואס מען וויל פון זיי מיט 4 שעהיגע סדרים, מען רעדט נישט זייער שפראך בכלל מען איז זיך נישט מסייחת צו זייער נפש קיין כי הוא זה.
אין א וועלט וואס שטורעמט מיט גשם מאכט מען אין ישיבות זעכער ארויסצורייסן איעדע טעם פון רוחניות.

עס איז א חורבן הדת אויף א פארנעם וואס איז שרעקליך. ביפאר אלע מערכות דארף מען פארעכטן אונזער חינוך!
ערווארטסט פון אים נישט צו האבען א סמארט פאון, אבער אידישקייט האסטו אים פארסמט!
מען דארף זיך אויפוועקען באצייטענס ווייל עס ברענט א פייער!
די חורבן איז אזוי טיף אין ביטער אז מען קען טויב ווערן פון די שטילקייט וואס קומט פאר ארום די נושא
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שאבעלע האט געשריבן:. ביפאר אלע מערכות דארף מען פארעכטן אונזער חינוך!

ווי האט איינער געשריבן דא אויפן וועלטל:

מען דארף נישט "פארעכטן" אונזער חינוך, מען דארף פשוט "אנהייבן" מחנך זיין, אזאך וואס מען טוט שוין לאנג נישט.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

שאבעלע האט געשריבן:אויש איז דאס א ווייטאגליכע נושא.

ישיבות איז אויס געשטעלט היינט אזוי, אז פאר אן ערך פון 30 פראצענט בחורים איז נישט מעגליך זיך צוצישטלען, אין זיי פאלען טאקע ארויס. די איבריגע קענען זיך מאנעווירען זיך נישט אנצושטויסען אין צופיל פראבלעמען, אין אפשר 1 פראצענט איז מצליח.
99 פראצענט בוחרים האבען נישט קיין אהנונג וואס מען וויל פון זיי מיט 4 שעהיגע סדרים, מען רעדט נישט זייער שפראך בכלל מען איז זיך נישט מסייחת צו זייער נפש קיין כי הוא זה.
אין א וועלט וואס שטורעמט מיט גשם מאכט מען אין ישיבות זעכער ארויסצורייסן איעדע טעם פון רוחניות.

עס איז א חורבן הדת אויף א פארנעם וואס איז שרעקליך. ביפאר אלע מערכות דארף מען פארעכטן אונזער חינוך!
ערווארטסט פון אים נישט צו האבען א סמארט פאון, אבער אידישקייט האסטו אים פארסמט!
מען דארף זיך אויפוועקען באצייטענס ווייל עס ברענט א פייער!
די חורבן איז אזוי טיף אין ביטער אז מען קען טויב ווערן פון די שטילקייט וואס קומט פאר ארום די נושא

אוי ווי גערעכט

די תגובה איז בעיסיקלי מקיף די גאנצע נושא על רגל אחת
סהאט נישט דוקא מיט די קוריקולעם (אזוי צו זאגן) סאיז די גאנצע אויר פון נישט קעירן פאר די ציקונפט פון אידישקייט בכלל און פאר א צווייטע איד בפרט
אם אין גדיים אין תישים, די עסטעבלישמענט וועט עווענטועל אויסשטארבן כדרך העולם און ווער וועט זיין די נעקסטע דור?
אינדערהיים אין אונגארן איז אט די פראגע געווען די שטויס קראפט פאר די רבנים ראשי ישיבה
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
התבודדות
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 07, 2021 5:38 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

מסתמא האט געשריבן:
שאבעלע האט געשריבן:אויש איז דאס א ווייטאגליכע נושא.

ישיבות איז אויס געשטעלט היינט אזוי, אז פאר אן ערך פון 30 פראצענט בחורים איז נישט מעגליך זיך צוצישטלען, אין זיי פאלען טאקע ארויס. די איבריגע קענען זיך מאנעווירען זיך נישט אנצושטויסען אין צופיל פראבלעמען, אין אפשר 1 פראצענט איז מצליח.
99 פראצענט בוחרים האבען נישט קיין אהנונג וואס מען וויל פון זיי מיט 4 שעהיגע סדרים, מען רעדט נישט זייער שפראך בכלל מען איז זיך נישט מסייחת צו זייער נפש קיין כי הוא זה.
אין א וועלט וואס שטורעמט מיט גשם מאכט מען אין ישיבות זעכער ארויסצורייסן איעדע טעם פון רוחניות.

עס איז א חורבן הדת אויף א פארנעם וואס איז שרעקליך. ביפאר אלע מערכות דארף מען פארעכטן אונזער חינוך!
ערווארטסט פון אים נישט צו האבען א סמארט פאון, אבער אידישקייט האסטו אים פארסמט!
מען דארף זיך אויפוועקען באצייטענס ווייל עס ברענט א פייער!
די חורבן איז אזוי טיף אין ביטער אז מען קען טויב ווערן פון די שטילקייט וואס קומט פאר ארום די נושא

אוי ווי גערעכט

די תגובה איז בעיסיקלי מקיף די גאנצע נושא על רגל אחת
סהאט נישט דוקא מיט די קוריקולעם (אזוי צו זאגן) סאיז די גאנצע אויר פון נישט קעירן פאר די ציקונפט פון אידישקייט בכלל און פאר א צווייטע איד בפרט
אם אין גדיים אין תישים, די עסטעבלישמענט וועט עווענטועל אויסשטארבן כדרך העולם און ווער וועט זיין די נעקסטע דור?
אינדערהיים אין אונגארן איז אט די פראגע געווען די שטויס קראפט פאר די רבנים ראשי ישיבה

;l;p-
קענווי
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 1:37 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענווי »

כווייס נישט אויב עס קומט דא אריין
מארגען קומט פאר א גרויסע כינוס אין ישיבת מיר
פאר אלע חסידישע בחורים איבער טכנולוגיה און 4g טעלעפונען ווי די ראש ישיבה גייט רעדן
(נעכטען האט ער גערעדט פאר די בני א"י און היינט פאר די אמעריקאנע ליטווישע)
אלס איינער וואס דרייט זיך אין ישיבה אפאר יאהר קען איך זאגען אז פאר קרונה אין נאך קרונה איז עס את חילוק פון הימעל אין ערד סאיז נורא ואיום ואין פוצה פה ומצפצף
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

שאבעלע האט געשריבן:אויש איז דאס א ווייטאגליכע נושא.

ישיבות איז אויס געשטעלט היינט אזוי, אז פאר אן ערך פון 30 פראצענט בחורים איז נישט מעגליך זיך צוצישטלען, אין זיי פאלען טאקע ארויס. די איבריגע קענען זיך מאנעווירען זיך נישט אנצושטויסען אין צופיל פראבלעמען, אין אפשר 1 פראצענט איז מצליח.
99 פראצענט בוחרים האבען נישט קיין אהנונג וואס מען וויל פון זיי מיט 4 שעהיגע סדרים, מען רעדט נישט זייער שפראך בכלל מען איז זיך נישט מסייחת צו זייער נפש קיין כי הוא זה.
אין א וועלט וואס שטורעמט מיט גשם מאכט מען אין ישיבות זעכער ארויסצורייסן איעדע טעם פון רוחניות.

עס איז א חורבן הדת אויף א פארנעם וואס איז שרעקליך. ביפאר אלע מערכות דארף מען פארעכטן אונזער חינוך!
ערווארטסט פון אים נישט צו האבען א סמארט פאון, אבער אידישקייט האסטו אים פארסמט!
מען דארף זיך אויפוועקען באצייטענס ווייל עס ברענט א פייער!
די חורבן איז אזוי טיף אין ביטער אז מען קען טויב ווערן פון די שטילקייט וואס קומט פאר ארום די נושא

can you pls explain yourself, what should be the saider hayashiva according to you
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובה דורך פעיק ניוז »

זיי אמתדיג האט געשריבן:

לדוגמא דאס:
https://drive.google.com/file/d/1FU2OCP ... FMGa2/view
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

צק
קיין איין ראש ישיבה מיינט ח"ו נישט קיין שלעכטס. ראשי ישיבות זענען חשוב'ע אידן מרביצי תורה און ווילן טון דאס בעסטע וואס זיי קענען. אודאי מיינט יעדער בלויז זיין אייגענע כבוד, וואס איז אבער זיין כבוד אויב נישט די הצלחה פון די ישיבה.

אויב קען מען אנכאפן די שפיץ פאדעם פון אלע פראבלעמען איז עס די מיספארשטענדעניש וואס הערשט צווישן חברי הנהלת הישיבות און די תלמידים אויף א געפערליכע פארנעם. דער משגיח פארשטייט נישט [און קען נישט פארשטיין] דעם בחור, און דער בחור האט נישט קיין באגריף וואס דער משגיח וויל פון אים.

מ'קען זיין א קאר מעקעניק מיט פערציג יאר עקספיריענס און ארויסהאבן יעדע דיטעיל פון א קאר-ענדזשן, ווען ס'קומט אבער ארויס א נייע סארט קאר וואס פארט אויף וואסער אנשטאטס אויף געז וועט נישט העלפן די גאנצע ערפארונג. די וועג וויאזוי א קאר ארבעט האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה, און די איינציגסטע מהלך צו קענען בלייבן אין די ליין איז צו שטודירן די נייע מאדל און טוישן די וועג וויאזוי מ'געבט זיך אפ דערמיט לויט די נייע פארשריפטן.

די היינטיגע ישיבה סיסטעם האט מען דיזיינט און די ת"ר יארן, פאר [צוואנציג פארצענט...] בחורים פון ת"ר.
היינטיגע בחורים זענען נישט די זעלבע ווי בחורים פון ת"ר, און ניטאמאל די זעלבע ווי בחורים פון תש"ס. און בחורים פון תשפ"ה וועלן ווייטער נישט זיין די זעלבע ווי די בחורים פון היינט.
דא קומט מען מיט א סדר היום פון ישיבת חכמי לובלין, מ'שטעלט אריין טווענטי-טווענטי-וואן בחורים און מ'וואונדערט זיך פארוואס 90% קאפערירן נישט און ווערן פארביטערט אויף א בלאט גמרא אויף אייביג - אין בעסטן פאל.

מאכט דאס סענס?!

איבערמאכן א סיסטעם איז כמעט נישט מעגליך, און זיכער נישט אויף איין פוס, אבער קודם דארף זיין קאמיוניקעישן. בחורים און הנהלה דארפן זיך צונויפרעדן.

טייערע ראשי ישיבות, קיינער דארף נישט קיין מגיד שיעור וואס איז זיך ממית אויף תורה מתוך הדחק, און קיינער דארף נישט קיין משגיח וואס קען ראשית חכמה אויפן לשון. ברענג אריין אין די הנהלה אינגערלייט וואס האבן א שפראך צו בחורים, ברענג אריין אפאר געשמאקע ערנסטע אידן אויף וועם דער בחור וועט ארויפקוקן און פון וועם ער וועט מקבל זיין. רעד א שפראך וואס בחורים ווילן הערן, פארקויף זיי תורה ועבודה אויף א געשמאקע פארנעם און אויף זייער לעוול.

און איינמאל ס'וועט זיין א גוטע קאמיוניקאציע וועט מען קענען גיין צום קומענדיגן סטעפ.

א דאנק פאר אייערע שווערע ארבייט!
ברכה והצלחה וסייעתא דשמיא.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

ציגאנער האט געשריבן:צק

א ראש ישיבה איז נישט גענוג אז ער מיינט נישט שלעכטס!!
ער דארף ווילן גוטס נישט פאר א ישובה אדער נאמען וכו' ער איז דא פאר איין סיבה פאר די גוטס און מחנך זיין דעם בחור על פי דרכו. אין אויב קען ער דאס נישט איז ער א פושע פארן פירען א ישיבה!

הצלחה פון די ישיבה וויאזוי עס ווערט אנגעקוקט ביי מאנכע כעת, האט נישט גארנישט מיט די הצלחה פונעם בחורים.

און איבערמאכן א סיסטעים איז יא מעגליך! ווייל עס גייט ווערן איבער געמאכט במילא, עס איז נאר צום האפן אז עס וועט נישט געשען נאכען זיך טרעפן אז בערי וועבער האט מער בוחרים ווי קווינס.

-----------

יאך בין מסכים מיטן צוויטען חלק פון דיין תגובה, אלץ 'איינע' פון די שריט
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

שאבעלע האט געשריבן:
און איבערמאכן א סיסטעים איז יא מעגליך! ווייל עס גייט ווערן איבער געמאכט במילא, עס איז נאר צום האפן אז עס וועט נישט געשען נאכען זיך טרעפן אז בערי וועבער האט מער בחורים ווי קווינס.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :-( :-(
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

ציגאנער האט געשריבן:צק
קיין איין ראש ישיבה מיינט ח"ו נישט קיין שלעכטס. ראשי ישיבות זענען חשוב'ע אידן מרביצי תורה און ווילן טון דאס בעסטע וואס זיי קענען. אודאי מיינט יעדער בלויז זיין אייגענע כבוד, וואס איז אבער זיין כבוד אויב נישט די הצלחה פון די ישיבה.

אויב קען מען אנכאפן די שפיץ פאדעם פון אלע פראבלעמען איז עס די מיספארשטענדעניש וואס הערשט צווישן חברי הנהלת הישיבות און די תלמידים אויף א געפערליכע פארנעם. דער משגיח פארשטייט נישט [און קען נישט פארשטיין] דעם בחור, און דער בחור האט נישט קיין באגריף וואס דער משגיח וויל פון אים.

מ'קען זיין א קאר מעקעניק מיט פערציג יאר עקספיריענס און ארויסהאבן יעדע דיטעיל פון א קאר-ענדזשן, ווען ס'קומט אבער ארויס א נייע סארט קאר וואס פארט אויף וואסער אנשטאטס אויף געז וועט נישט העלפן די גאנצע ערפארונג. די וועג וויאזוי א קאר ארבעט האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה, און די איינציגסטע מהלך צו קענען בלייבן אין די ליין איז צו שטודירן די נייע מאדל און טוישן די וועג וויאזוי מ'געבט זיך אפ דערמיט לויט די נייע פארשריפטן.

די היינטיגע ישיבה סיסטעם האט מען דיזיינט און די ת"ר יארן, פאר [צוואנציג פארצענט...] בחורים פון ת"ר.
היינטיגע בחורים זענען נישט די זעלבע ווי בחורים פון ת"ר, און ניטאמאל די זעלבע ווי בחורים פון תש"ס. און בחורים פון תשפ"ה וועלן ווייטער נישט זיין די זעלבע ווי די בחורים פון היינט.
דא קומט מען מיט א סדר היום פון ישיבת חכמי לובלין, מ'שטעלט אריין טווענטי-טווענטי-וואן בחורים און מ'וואונדערט זיך פארוואס 90% קאפערירן נישט און ווערן פארביטערט אויף א בלאט גמרא אויף אייביג - אין בעסטן פאל.

מאכט דאס סענס?!

איבערמאכן א סיסטעם איז כמעט נישט מעגליך, און זיכער נישט אויף איין פוס, אבער קודם דארף זיין קאמיוניקעישן. בחורים און הנהלה דארפן זיך צונויפרעדן.

טייערע ראשי ישיבות, קיינער דארף נישט קיין מגיד שיעור וואס איז זיך ממית אויף תורה מתוך הדחק, און קיינער דארף נישט קיין משגיח וואס קען ראשית חכמה אויפן לשון. ברענג אריין אין די הנהלה אינגערלייט וואס האבן א שפראך צו בחורים, ברענג אריין אפאר געשמאקע ערנסטע אידן אויף וועם דער בחור וועט ארויפקוקן און פון וועם ער וועט מקבל זיין. רעד א שפראך וואס בחורים ווילן הערן, פארקויף זיי תורה ועבודה אויף א געשמאקע פארנעם און אויף זייער לעוול.

און איינמאל ס'וועט זיין א גוטע קאמיוניקאציע וועט מען קענען גיין צום קומענדיגן סטעפ.

א דאנק פאר אייערע שווערע ארבייט!
ברכה והצלחה וסייעתא דשמיא.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
יעדעס ווארט איז ריכטיג!

שוין לאנג נישט געזען א לענגערע תגובה וואס איך עגרי צו אלע פוינטס 100%

ווען מיין מנהל זאל ווען שפירן די טעם וואס דער בחור שפירט בשעתן רייכערן א צוגרעטל וכדו' וואלט ער קיינמאל געשריגן פעך!
אה! די זיסקייט אין א שטיקל גמרא!

די אינגע דור דארף אוודאי האבן ערנסטע תלמידי חכמים אויף וועם ארויפצוקוקן און זיי מעגן אפילו זיצן אין ישבה אויפן סטעידש אבער די מגי"ש און משגיח וואס דיעלן מיטן בחור און שטעלן אויס זיין סדר היום און געבן אים חזוק דארפן קענען פארשטיין דעם בחור און זיינע שווערעקייטן

פונקט ווי יעדער פארשטייט אז נישט יעדער קען טוען אין קירוב נאר איינער וואס פארשטייט וויאזוי צו דיעלן מיט דעם בחור און מ'קען אים נישט זאגן פעך אויף א זאך וואס ער שפירט א טעם דערינען,
די זעלבע זענען רוב היינטיגע בחורים ליידער עט סאם פוינט.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אלט מאנרא האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
Bissli האט געשריבן:אנטשולדיגט אויב עס איז צומישט אדער אומקלאר איך בין נישט קיין שרייבער אין איך האב קיינמאל געשריבן אזעלכע לאנגע תגובות
ס’איז נישט איך ס’איז מיין הארץ

דו שרייבסט ב"ה זייער קלאר!

דיין תגובה האט מיר פון פריש צושטורעמט.

איך גיי איבערזאגן וואס איך האב שוין דא געשריבן. אין מיינע אויגן איז דא נאר איין רעאליסטישע פראקטישע עצה.

מאכן א בינוני קוריקולעם! לערן הלכות. לערן חומש רש"י. שיינע שיעור כללי'ס, מיט שיינע פראזענטאציעס. לערן אידישקייט באופן השוה לכל נפש. לערן אויף א אופן אז דער דורכשניטליכער בחור זאל נישט נאר זיך נישט דארפן ברעכן קאפ, נאר ס'זאל אים זיין געשמאק.

ווען דער איינגעשטעלטער וועט "ארבעטן" "פארן" בינוני, וועט זיך זיין התייחסות אויך טוישן.

די פירות און תוצאות נאכן טוישן די ישיבת וועט מען הערשט זעהן און 5 10 יאר פון יעצט און מען וועט פריש איבער מאכן די סיסטעם

אלע וואס זענען פארנימען מיט מאך עס געשמאק, שיינע פראזענטאציעס, אידישקייט באופן השוה לכל נפש, וועט ער זיין א פיינער בחור איז נישט אמת די קענסט נישט מאכן געשמאק תורה און ערליכקייט ווי די געשמאק וואס די גאס ציעט אים וויפל די זאלסט נאר וועלן אינוועסטירן איז עס א טיפה מהים וואס די גאס שטעלט אהער אויב רעדט מען פון די בינוני איך רעדט פון די וואס מען רופט היינט און די ישיבות א בינוני... וועט די וועג נישט ארבעטן

אלעמאל וועט זיין פראבלעמען. כי לא יחדל אביון. אבער דאס וואס דו זאגסט אז עס ציעט פאר דעם בינוני בחור די גאס, איז א זאך וואס מ'קען שטארק דעבאטירן.

ווען דו רעדסט פונעם בינוני בחור, רעדסטו ווען ער איז שוין אין ישיבה גדולה. ער האלט שוין נאך א 4-5 יאר פון ווערן פארשימעלט. נישט ווערן פארשטאנען. אויפגעגעסן און אנגעגעסן. געפייניגט און דערנידערט. ועל כולם נאך 4-5 יאר אן קיין שום פראדאקטיוועטי! ער האלט שוין נאך 4-5 יאר גארנישט טוען!! חוץ הערן מוזיק אין בית הכבוד. גארנישט! נישט קיין שום אחריות! נישט קיין שום ערנסקייט! בלויז שטופעריי. א ווינדער אז ער וויל פון גארנישט הערן, נאר לאז מיר לעבן און לאכן?!

א נארמאלע מענטש, אפילו א בחור, אויב ווערט ער אויפגעצויגן נארמאל, וויל זיין א נארמאלער מענטש. ער וויל זיין א געסעטעלטער מענטש. קיין איין נארמאלער מענטש וויל נשיט לעבן ווי א בהמה. ווי א שיכור. אויב קען ער זיין א העכסט נארמאלער באזעצענער און סוקסעספולער בחור, מיט א פארשטאנד אין לעבן, א וויסנשאפט אין אידישקייט, א מסודר'דיגער, פארוואס זאל ער דאס נישט וועלן? איך רעד נישט יעצט פון פארלירן אלע תאוות עולם הזה. איך רעד פון האבן א גאול זיך צו לערנען און אויסוואקסן "אן ערליכער און סוקסעספולער מענטש". (א איד דארף נישט שטרעבן צו זיין סוקסעספול. אבער נישט דאס איז יעצט דער נושא)

אוודאי וועלן אלץ זיין היפיס. און לאו לייפס, וואס זענען נישט אינטערעסטירט אין גארנישט. אבער געווענליך די מענטשן קומען פון צובראכענע שטובער, אדער האבן פארשידענע אנדערע פראבלעמען. אויפן עווערעדזש בחור קען מען זיכער נישט אזוי זאגן. און די גרעסטע ראי' צו דעם איז, די פלעצער ווי די קוריקולעם איז טאקע אנדערש. גיי קוק ארום אין די ברייטע וועלט, און זאג מיר צו איז אזוי איבעראל אז דער מיטלגארטיגער טינעידזשער, וואס איז אויפגעוואקן אין א נארמאלע שטוב, האט נישט קיין שום אנדערע גאול אין לעבן חוץ אכול ושתה כי מחר נמות? אדער ניין. דער עווערעדזש טינעידזשער וויל זיך לערנען א פאך, וויל זיין סוקסעספול, און איז אסאך גרייט צו אינוועסטירן אין דעם.

גענאגעלט.

דאס וואס מען רעדט זיך איין אז מיטען צוקוועקשטען און מיטן פירן אידישקייט מיט פחד טוט מען עפעס אויף, איז א טויטליכע טעות וואס ליידער נישט נאר ר' אלט מאנרוא האט
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

איינער האט אן אהנונג וואס מחשב מיינט דא צו זאגן?
וואס זאל מען פינקטליך טאן?
וויפל שעה זאל זיין די סדרי הישיבה?
זאל מען געבן music classes אויך?
אדער אפשר שפילן באל?
קום אריין מיט א פלאן! נישט סטאם האק און זעץ אז די סיסטעם איז צובראכן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@זיי אמתדיג: ביטע זיי אמת'דיג, זוכסטו דא צו דערגיין דעם אמת, אדער בלויז צו טארגעטן אפאר ניקס? אויב די ערשטע, האסטו שוין געליינט דעם קונטרס וואס ליגט אין דעם לינק וואס איך האב דיר צוגעוויזן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

איך בין לעצטנס פארנימען מיט א אזויגערופנע בינינו בחור וואס האט א בארג מיט טענות אויף די מנהל משגיח וכו׳
ער האלט נישט ביים לערנען מער ווי 10 מינוט און א צו אפילו ער האט א אינגערמאן וואס לערנט מיט אים.
און יעדער איז עם שילדיג.
איך זעה באמת ווי די הנהלה פראבירט אים מו העלפן, ער האלט נישט דערביי.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

Bissli האט געשריבן:
א ניק אין אישי האט געשריבן:א גיט מארגן

איך האב נישט פארשטאנען וואס ער זאגט אין דעם צעטיל וואלסט מיר געקענט מסביר זיין

איך פארשטיי וואס דיך קרענקט אין איך האב אויך אזא בחור וואס איך בין אייביג מחזק אבער איך פארשטיי נישט דעם צעטיל

יישר כח

א גוט מארגן א גוט יאר יעדער איינער
איך גלייב אז עס איז דא נאך אידן וואס האבן נישט פארשטאנען וועל איך אים ענטפערן אין פאבליק.

ער שרייבט אז מען טאר נישט זאגן פאר בחורים אז מען מעג זיי געבן קוויטלעך ווייל דעמאלטס קען מען פארמאכן די ישיבה ווייל דער בחור גייט פילן רואיג נישט צו לערנען און ער וויל אז אין זיין ישיבה זאל יעדער זיין דער פיקטשער בחור אין ער קען נישט לאזן יעדען בחור בליען אויף זיין וועג אין תפקיד וויאזוי דער אייבערשטער האט אים באשאפן

ער ברענגט ארויס אז עס איז דא בחורים וואס זענען א שטאלץ פאר די ישיבה ער וויל זיי האבן, נאכדעם איז דא בחורים וואס ער מוז נעבעך האלטן ווייל זיי זענען נישט שלעכט און ער איז סטאק מיט זיי במילא קען ער זיי נישט זאגן א גוט ווארט ער קען זיי נישט געבן חיזוק ווייל ער וויל זיי זאלן גיין אדער אנהויבן לערנען וואס דאס גייט מיט אזא בחור נישט געשען זיכער נישט אן קיין גוט ווארט.

(און אלץ א זייטיגע נאוט וואונדערט מען זיך נאכדעם וויאזוי אלע היינטיגע נסיונות כאפן זיך אריין ביי שיינע משפחות, מען נעמט ארויס יעדן ביסל טעם און געפיל וואס מען וואלט געקענט אויפבויען אין אפאר מינוט אבער מען קען נישט וווייל דער בחור איז מיין שונא און ניטאמאל קען איך אים פארשיקן ווייל ער איז דאך וואויל

קען זיין עס פעלט די קאנטעקסט, אבער איך זע פונקט די פארקערטע פון וואס די שרייבסט. אין די שטיקל וואס די ברענגסט ברענגט ער ארויס די חשיבות פון האלטן א בחור צווישן די ווענט פון ישיבה אפילו ער זאל נישט זיין דער מציון, דאך האלט אים אין ישיבה צוליב דעם גרויסן תועלת. פארשטייט זיך אז מען קען דאס נישט זאגן פאר די בחורים ווייל דאן וועט נישט זיין ווער ס'זאל לערנען, וועט דאך די גאנצע אוויר געטוישט ווערן און די אויפטו פון זיצן אין ישיבה וועט אוועקפאלן און מען קען פארמאכן דעם ישיבה.

ער רעדט בכלל נישט ווי אזוי מען זאל עקסעפטן דעם בחור וואס "קען נישט" אנקומען מער, ער רעדט נישט פון יא צו נישט געבן חיזוק פאר די בחורים, ער מאכט קיינעם נישט פאר קיין נעבעך. אפשר אין זיין איבריגע דרשה זאגט ער דאס, אבער נישט אין דאס וואס די האסט מעתיק געווען.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

צו @אלט מאנראו, די היינטיגע סיסטעם נישט נאר סגעט נישט אריין א געשמאק אין אידישקייט נאר ליידער פארקערט ביי א ריזיגע פראצענט סאו מיטן זאגן אז די נסיונות פון די גאס וועט אים אלץ מער צוען איז פשוט אראפגעווארפן די ריספאנסעביליטי פון זיך.
לעצט פארראכטן דורך Rak Tov אום דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

פעיק ניוז האט געשריבן:@זיי אמתדיג: ביטע זיי אמת'דיג, זוכסטו דא צו דערגיין דעם אמת, אדער בלויז צו טארגעטן אפאר ניקס? אויב די ערשטע, האסטו שוין געליינט דעם קונטרס וואס ליגט אין דעם לינק וואס איך האב דיר צוגעוויזן?

געלליינט דעם קונטרס, דאס וואס שטייט דארט שריי איך שוין יארן.
חובות הלבבות שער הבחינה, עבודת א׳, בטחון, יחוד המעשה, איז פשוט ליפט צו אטעמען.
און די ישובות ווי איך האב געלערנט איז געווען אסאך שמועסן איבער דעם ״פאר די בחור וואס האט געוואלט הערן״.
איך בין חלילה קיינעם דן, יעדער האט זיין תחינת הנפש, אבער פליז בלעים נישט די ישובות
לעצט פארראכטן דורך זיי אמתדיג אום דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

זיי אמתדיג האט געשריבן:איך בין לעצטנס פארנימען מיט א אזויגערופנע בינינו בחור וואס האט א בארג מיט טענות אויף די מנהל משגיח וכו׳
ער האלט נישט ביים לערנען מער ווי 10 מינוט און א צו אפילו ער האט א אינגערמאן וואס לערנט מיט אים.
און יעדער איז עם שילדיג.
איך זעה באמת ווי די הנהלה פראבירט אים מו העלפן, ער האלט נישט דערביי.

אוודאי האלט ער נישט ביים לערנען.

וואס לערנט מען אין יענע ישיבה? אויב איך מעג פרעגן. חצי נזק צרורות?

ר' איד, דער בחור וויל עס נישט לערנען ווייל עס איז אים צו שווער, און ער זעט ליידער נישט וואס עס גייט אים ברענגען. זייט מיט מיר אפן, דער בחור פלאנט צו לערנען נאך די חתונה? ניין. ער גייט ארבעטן, און אין בעסטן פאל זיצן ביי א שיעור ביינאכט. וואס האט ער פון זיך יעצט מוטשענען און לערנען צוויי פילע סדרים חצי נזק וואס ער גייט פארגעסן אין צוויי חדשים ארום? איך רעד פון גשמיות'דיגן בליק. זאגט מיר, איז דער בחור בכלל מוכשר צו קענען נארמאל מסכת בבא קמא?

זאגט מיר נאך א זאך, אויב וואלט איר געהאט דעם בחור'ס כשרונות און ידיעות, וואלט איר געהאט געדולד צו זיצן 3 אהאלב שעה פארמיטאג און נאך 3 שעה נאכמיטאג אויף די הייליגע תורה, און זיך פלאגן צו כאפן א שטיקל גמרא? זייט מיט מיר אמת'דיג.

אויב נישט. וויאזוי ווילט איר אז דער בחור זאל דאס ווילן טוען?

נאך א זאך, האט שוין דער בחור אמאל אין זיין גאנצער ישיבה היסטאריע באקומען דעם געפיל אז: "איך בין א נארמאלער ערליכער 'פראדאקטיווער' בחור", אדער ניין?

אויב ניין, פארוואס זאל ער דיר אפילו ווילן אנקוקן?

.
לעצט פארראכטן דורך Bissli אום דינסטאג פעברואר 16, 2021 10:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

איך בין אים נישט דן איך רעד נאר פון דעם אז די ישיבה גדולה ווי ער לערנט איז דא אים צו העלפן
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: א היימישער טעראפיסט בעט זיך צו ראשי ישיבות - געווען פארשפרייט אין די בתי מדרשים דעם שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

כלל ישראל האט א אלטע רייכע היסטאריע. ביז צוויי הינדרעט יאהר צוריק איז נישט געווען א מציאות אז יעדע יוד איז געווען א בן ישיבה. איז געקימען רב חיים וואלאזינער זי"ע און נאך גדולים אין איבערגדרייט א וועלט אז לפי המצב מיז יעדער איד דורך גיין א ישיבה סיסטעם יעצט גייט כלל ישראל דורך אזא טרענזישען. וואס עס גייט זיין למעשה ווייסט נאר גאט ב"ה. קען זיין אז בערי וועבער אדער יואלי ראטא וועלען געדענקט ווערען לעולם ועד לשבח. עליונים למטה ותחתנים למעלה...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”