דאס מצוה טאנץ איבערלעבעניש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7029
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

שכח פאר'ן ארויפברענגען
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

אפגעשטויבט
זאל א צווייטער אויך הנאה האבן
שמחהלע קאפשטיק
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע קאפשטיק »

יאפס ! מען האלט שוין איבער א צעהן יאר פון ווען דאס אשכול איז געבוירן, און איך קען זאגן בפה מלא אז "אכשר דרא" הגם ס'איז נאך א לאנגע וועג צו אנגקומען ביז'ן תיקון השלם אבער מען קען שוין זאגן אז א גרויסע פראצענט פון חתונות ענדיג זיך שוין פרי...
דרך אגב כ'בין געווען פאריגע וואך ביי א חתונה און די מצוה טאנץ האט זיך געענדיגט 12:50 און דער בדחן האט זיך אנגערופען הויעך אז דערוילעם שעמט זיך אהיים צו גיין אזוי פרי...
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

זיידעניו האט געשריבן:דער בדחן... ער שטייט אויף א אנדערהאלבען בענקל, און שאקלט זיך אזוי עהרליך אריין אין זיין צעטיל, וואס עס איז דארט פינקטליך פארשריבן, וואס מען האט אים געהייסן נעבעך אויסריפן הויעך, פארן....? ציבור, און דער ציבור זיצט אויפן פלאץ, און ווערט צופלאצט,

גראד מיין שכן זיצט דא מיט א קליינע משניות מיט א ווייכע דעקל, אין איין האנט, און די צווייטע האנט ניצט ער פאר א קישן, אינטער צוהאלטן די רינדעכיגע טאבע וואס הענגט, יא עס הענגט, פון די האלז, און יעדע פאר סקונדעס דערהערט מען די אנגעבליכע סימנים, פון א שינת הסוס, וואס מען קען כמעט פארטוישן מיט א טרעקטאר טרעילאר'ס שארט סטאפ.....

איינער דארט יאגט שוין אריין די דריטע געהענגעל טרויבן, און ולא נודע כי באו אל קרבו, ער ווייסט ניטאמאל דערפון, אה!! די צוויי געשמאקע שוואגער'ס, טענה'ן זיך, ווער עס איז שילדיג אויף די ליידיגקייט פון די מעלוינע טאץ, וואס איז ניטאמאל געווען געאייגענט פאר א צען מענטשן, נאר פאר א גאנצע טיש, און דא האט דאס ווינדערליכע פאסירט, אז ממש שנים שעשוה, די צוויי האבן עס געמאכט..., פטורין, און זיי עס אפגע'פטר'ט. גיי שטעל דיך פאר, וואס עס טוט זיך ביי זיי אין מאגן, ווי די טרויבעלעך זינגען און טאנצען... מצוה טאנץ, און מאכן זיכער אז די גאנצע ארום זאל וויסן פון זיי, דורך צוויי פון פינעף גאר סענסעטיווע סענסארס, וואס איז נאטירליך באשערט אינעם מענטשליכען קערפער, דאס איז די שמיעה, מיט די ריח, לקיים מה שנאמר, ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה. אבער דאס איז גארנישט צו דעם איינער וואס זיין לעצטע טרויבעלע, איז געווען א פארדארבענע, אין דער טעם איז אים געבליבן אויף די ערשטע דריטל פון זיין צינגל........ נעבעך, טאקע א רחמנות.

אבער די בעסטע איז נאך, צו כאפן א בליק אויף די אידען וואס דרימלען, מיט קאפ ארויף, געב א קוק, יענער שלאפט מיט א אפענע מויל, און עס רינט שוין פון אים די שלאפן זאפט, כ'וואלט אים אריין געווארפן א טענשזערין אין מויל, און עס וואלט ניטאמאל ציגערירט זיינע ליפן, אבער די קליינע קינדערליך וואס ליגן אויסגעצויגן ווי יצחק ביי די עקידה, און זיי זענען אנגעוויזען אויף רחמי שמים, אז מען זאל זיי נישט איבערלאזן אין זאל, זיי זענען גאר די גליקליכע, הלמאי זיי האבן א געהעריגע געלעגער, און נאך אלעם גייען זיי מאגען נישט אין חדר.

און דער בדחן דארף זיין דא פארן ציבור ......

דער אינטערטענער,

דער אויסריפער,

דער הארם-מענייזער,

דער איינשלעפער,

דער אויפוועקער,

דער דאלער קאלעקטער,

און מסתמא אויכעט א גראמער.

אקעי, יעצט האט ער פארענדיגט איין משפחה אויסצוריפן, לאמיר כאפן א בליק אויף זיי, זיי ציען זיך אויס זייערע הענט, ווי דער מנהג לויטעט, אז מען איז פורש ידים כלפי מעלה, מיט א גענעצדיגע תפילה אז מען זאל נישט איינשלאפן אינמיטן טאנצן, און אוודאי זאל מען זיך נישט אויסגליטשן בפישוט ידים ורגלים, אז די גאנצע עזרת נשים, זאלן געבן א קוויטש, ווי א מייז וואלט ערשינען אין זאל, אנשטאט די כלה.., מען שטעלט זיך אויף, און מען זיכט.., א ברוינפן מיט גלעזעלך, דערווייל זינגט דער בדחן זיך אינטער דער אף טאן ניגון, יא דער אינגער מבין זאגט שוין, אז עס אז גאר לויא הארמעני, נו, גיי זיי אים מסביר, אז ער זאגט ניטאמאל גיט ארויס דאס ווארט פון מויל.

מען גראד אויס די אויסגעביגעלטע קנייטשן פון די בעקיטשע, נאכאלעם גייט מען יעצט שטיין פאר'ן גאנצן עזרת מבינים, און אויב וויל מען מארגען נישט צירוק הערן, וואס די יענטעס האבן באמערקט, דאן ברויך מען זיין א מענטש, און מען גייט צו צום בדחן אין מען גיט אים די שבת געלט, נו, וויפיל מיינט איר אז ער באקומט, לכאו' באקומט ער, וויפיל א כולל אינגעמאן מאכט א שעה (איין טאלער.. ווער עס ווייסט נישט), און דער עלצטער ברידער גייט צו צום יוגעל מיט די רויטע אויגן, וואסיס שוין מעכטיג, ווייל ער האלט די צווייטע עק פונעם גארטל, און מען פארעמט אויס א גראדע שורה פון אלע ברודער'ס און שוואגער'ס, און ס'נעמט נישט לאנג און ס'ווערט אז בחינה פון א S און ביז אפאר סעקונדען ווער עס שוין א זיג זאג, דארפסט פארשטיין די שוואגער וואס האט זיך נארוואס געבענדט, און ער האט שוין טאקע פארלוירן 19 פונט, די וואך אליין קען נאך אלץ נישט מיט לויפן גלייך מיטן שורה, און ווערט רעדט נאך פונעם אינגסטן וואס בטבע קען ער נישט מיט טאנצען אויף די ביעט, נאר ער הייבט די בויך און די פיס, ווען עס שמעקט אים, דאס זענען גענוג גוטע גורמים אויף אן אומגראדע געטאנץ, אבער מיט האלב פארשעמטע פנים'ער, קוקט מען אראפ, און מען טאנצט לעבעדיג, איי הנה מהאהא טוב... אוי אימה נעים מוי שבת מאחים...., ווען ביי מיסטעיק האט די גארטל זיך אראפ געלאזט, פונעם בעל אחראי.

דאן קומט די צווייטע פאזע, ס'פארמיט זיך א רינדעכיגע רינג, ווי מען מאכט יעצט שוין שנעלע טריט, באנאזאם מיט'ן חתן, וואס איז זיך גראדע אויך משתתף ביי די חתונה, משמח צו זיין די מסובין, ביז דער מוזישאן'ס פינגער ווערט פויל, און דער ריקוד ענדיגט זיך, און דער גאנצע געזינדל גייט צירוק צו די דריטע פאזע... די שלאף,

איז אזוי, די גראמען איז דאך איינגעטיילט און גאנצעטע חלקים, עס הייבט זיך אן מיט די זיידעס, און נאכער די פעטערס, און נאכדעם די קינדער, די ברידערס און שוואגערס, און די צוויי מחותנים, און נאכדעם ווייסט שוין קיינער נישט אז מען רופט אויס די חתן כלה, ווייל יעדער האט באשטעלט א שומר, וואס זאל אים אויפוועקן ווען עס גייט זיין, זיין לעבעדיגע הספד, אזוי אז ער זאל וויסן ווי ער האלט, מיט דאס וואס די גמרא זאגט, במה שיאמרו אחריו, און די גאנצע צייט איז מען פארנומען מיט מיט שאקלען, די גימען דורך קייען, אדער רעדן, און אנדערע זענען פארנומען מיט די עולם הדמיון, יא, מיט א טיפע דרימעל.

איין מינוט, איך זעה דארט ביי די שפילער א גאנצע קופה של קינדער, זיי זענען מסתמא אהיים פון חדר פריער צילוב די חתונה, און געגאנגען שלאפן אויף פיר, פינעף שעה, צו זיין אויסגעבריהט צו די מצוה טאנץ, גיי ווייס וואס זיי זעהן שוין א האלבע שעה, ביי די קיבארד פון די שפילער, אבער אלע צוזאם, כ'קינד אחד ולייוו אחד, שטייען פארפרוירען, פון די צען פלייש שטעקלעך, וואס טאנצען אויף די ווייס שווארצע קנעפלעך, און....... מען קוקט.......

איין מינוט ער זאגט אז גייט יעצט מאכן א וויצל,

גארנישט אויף איבערזאגן, מסתם האט ער עס באקומען אויף א טעקסי מעזידש.

און יעצט האט זיך ווינדערליך אומגעמאלדן, ברייט געעפענט מיינע לעפצען, כפתחו של אולם, און א אזא גרויסע אטעם איז אריין געצויגן געווארן אז ממש עס איז געווארן א מאנגל מיט לופט אין זאל, אזש ס'האט זיך שוין געקענט גודר זיין מיט פיקוח נפש, האביך דאס גלייך מיט פאטאס ארויס געבלאזן, אז כ'בין כמעט זיכער, אז די נאצינאלע האריקיען קאמיטע, האט שוין געגעבן א ווארענונג איבער א מעגליכע האריקעין, צילוב די פילע געגענעכצער, וואס דא קומט פאר, און נאכאלעם זעהט נאכנישט אויס, ווי מען האלט מיר ביים אויפריפן, ממש א חופצה,

קוק אהער ווי ווינדערליך, ווי נאר כ'האב עס געשריבן, האט מען מיר אנגעהויבן אויסריפן, אקעי, לאמיר אויסהערן מיט פארמאכטע אויגן, זיך צו גרייטן צו די הייליגע מצוה טאנץ מיט א ציבראכן הארץ, הלמאי נאר דאס האט אויף מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”