פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
KEWL
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KEWL »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:צוועלפע וואשט מען זיך פאר פת שחרית אויף א קליינע חלה'לע פון איינע פון פילע שעלעכאמאנסער

איז דא עפעס א מקור פאר א צופרי סעודה כשחל בעש"ק?

רוב כלל ישראל עסט א צופרי סעודה יעדע יאר נאר ווייל מ'איז הונגעריג, געציילטע מקורות ברענגען יא א צופרי סעודה אלס פשרה צווישן די סעודת פורים צופרי אדער נאכמיטאג, אבער דאס איז נישט די סיבה...

עש"ק האב איך נישט געזען אין ערגעץ אז מ'זאל מאכן צוויי סעודות.

פת שחרית
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איינער האקט מיר דא אין קאפ אז לויטן רמ"א דארף מען ערש"ק מאכן בלויז איין סעודה, און דווקא פאר חצות...

ביי מיינע עלטערן האט מען זיך אנדערשט געפירט.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איינער האקט מיר דא אין קאפ אז לויטן רמ"א דארף מען ערש"ק מאכן בלויז איין סעודה, און דווקא פאר חצות...

דאס איז געמאכט פאר די אשכנעזישע ידון. וואס זענען פונקטלעך....
די רמ"א אין הלכות שבת זאגט קלאר אז א סעדות מצוה בדיעבד מעג מען זיך וואשען א מינט פארן זמן שבת
בדיעבד מיינט אז מקומט נישט אן זיך צו וואשען פריער
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

לגבי כבוד שבת איז די בעסטע ביז די שוואכסטע
1) וואשען פאר חצות אזוי איז די סעודת שבת לתאבון
2) פורס מפה אזוי איז די המשך הסעודה לתאבון
3) וואשען פאר 3 איז אויך לתאבון
3) וואשען שפעט נאכמיטאג איז די שוואכסטע
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איינער האקט מיר דא אין קאפ אז לויטן רמ"א דארף מען ערש"ק מאכן בלויז איין סעודה, און דווקא פאר חצות...

ביי מיינע עלטערן האט מען זיך אנדערשט געפירט.

פון הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א האב איך געהערט די זעלבע. אז מען זאל נאר מאכען 1 סעודה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איינער האקט מיר דא אין קאפ אז לויטן רמ"א דארף מען ערש"ק מאכן בלויז איין סעודה, און דווקא פאר חצות...

ביי מיינע עלטערן האט מען זיך אנדערשט געפירט.

בכוונה נאך חצות, אדער עס האט זיך פארשלעפט?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איך באצוה זיך בעיקר וועגן דאס אז מ'דארף זיך וואשן פאר חצות.

למעשה סתם א יו"ט כשחל בער"ש וואשט מען זיך אויך נאך חצות, (און אפי' נאך מנחה קטנה), און כש"כ ווען שבת איז ערב יו"ט וואשט מען זיך צו של"ס שפעטער.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אוראייניקל האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איינער האקט מיר דא אין קאפ אז לויטן רמ"א דארף מען ערש"ק מאכן בלויז איין סעודה, און דווקא פאר חצות...

ביי מיינע עלטערן האט מען זיך אנדערשט געפירט.

בכוונה נאך חצות, אדער עס האט זיך פארשלעפט?

לכאורה בכוונה.
דאס הייסט דער סעודה איז גערופן אויף 1 (חצות איז 12:10)

למעשה סתם ערב שבת איז דען אסור זיך צו וואשן נאך חצות פאר מנחה קטנה?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איינער האקט מיר דא אין קאפ אז לויטן רמ"א דארף מען ערש"ק מאכן בלויז איין סעודה, און דווקא פאר חצות...

ביי מיינע עלטערן האט מען זיך אנדערשט געפירט.

בכוונה נאך חצות, אדער עס האט זיך פארשלעפט?

לכאורה בכוונה.
דאס הייסט דער סעודה איז גערופן אויף 1 (חצות איז 12:10)

ועדיין השאלה, צו איז דאס ווייל מ'רעכנט זיך אז מ'ברויך טראגן משלוח מנות, ווארטן אויף כאנישל'ס אנקומען וכדו', אדער אפילו ווען נישט?

ביי מיינע עלטערן האט מען זיך יא פרובירט צו וואשן פאר חצות.

(נישט קיין סתירה, כ'האף דו ביסט נישט מיין ברודער...)...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אה... לכאורה ווייל מ'ברויך ארלעדיגן געוויסע ענינים... אבער מ'קען עס ווען מאכן ארבייטן.

(איך בין יא דיין ברודער)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:למעשה סתם ערב שבת איז דען אסור זיך צו וואשן נאך חצות פאר מנחה קטנה?

או"ח סי' רמ"ט ס"ב.
אָסוּר לִקְבֹּעַ בְּעֶרֶב שַׁבָּת סְעֻדָּה וּמִשְׁתֶּה שֶׁאֵינוֹ רָגִיל בִּימֵי הַחֹל, וַאֲפִלּוּ הִיא סְעֻדַּת אֵרוּסִין, מִפְּנֵי כְּבוֹד הַשַּׁבָּת, שֶׁיִּכָּנֵס לְשַׁבָּת כְּשֶׁהוּא תָּאֵב לֶאֱכֹל; וְכָל הַיּוֹם בִּכְלַל הָאִסוּר. הגה: וּסְעֻדָּה שֶׁזְּמַנָּהּ עֶרֶב שַׁבָּת, כְּגוֹן בְּרִית מִילָה אוֹ פִּדְיוֹן הַבֵּן, מֻתָּר, כֵּן נ''ל וְכֵן הַמִּנְהָג פָּשׁוּט. וְלֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת בְּלִי קְבִיעוּת סְעֻדָּה, אֲפִלּוּ סְעֻדָּה שֶׁרָגִיל בָּהּ בַּחֹל, כָּל הַיּוֹם מֻתָּר לְהַתְחִיל מִן הַדִּין, אֲבָל מִצְוָה לְהִמָּנַע מִלִּקְבֹּעַ סְעֻדָּה שֶׁנָּהוּג בָּהּ בַּחֹל, מִט' שָׁעוֹת וּלְמַעְלָה.

און סעודת פורים איז א סעודה גדולה.

(מיר זענען טאקע ברודער, און אפילו פון די זעלבע טאטע, אבער נישט פון יענע טאטע וואס וואשט זיך נאך חצות...)
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איך כאפ זיך יעצט אז ס'זיכער יש על מה לסמוך, עכ"פ במקום שנהגו.

קודם כל ווי געשריבן, סתם א שבת שחל בערב יו"ט (למשל פאריאר די צווייטע טאג פסח - שבת ער"פ איז נישט נוגע ווייל מ'טאר נישט עסן חמץ) וואשט מען זיך אויך שפעט, זיכער נאך חצות, און אפי' אויך נאך מנחה קטנה צו של"ס.

צווייטנס, אפי' שושן פורים וואשט מען זיך פרייטאג נאך חצות (געפרעגט א שאלה פון א מו"צ פאר צוויי יאר צוריק).
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אוראייניקל האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:למעשה סתם ערב שבת איז דען אסור זיך צו וואשן נאך חצות פאר מנחה קטנה?

או"ח סי' רמ"ט ס"ב.
אָסוּר לִקְבֹּעַ בְּעֶרֶב שַׁבָּת סְעֻדָּה וּמִשְׁתֶּה שֶׁאֵינוֹ רָגִיל בִּימֵי הַחֹל, וַאֲפִלּוּ הִיא סְעֻדַּת אֵרוּסִין, מִפְּנֵי כְּבוֹד הַשַּׁבָּת, שֶׁיִּכָּנֵס לְשַׁבָּת כְּשֶׁהוּא תָּאֵב לֶאֱכֹל; וְכָל הַיּוֹם בִּכְלַל הָאִסוּר. הגה: וּסְעֻדָּה שֶׁזְּמַנָּהּ עֶרֶב שַׁבָּת, כְּגוֹן בְּרִית מִילָה אוֹ פִּדְיוֹן הַבֵּן, מֻתָּר, כֵּן נ''ל וְכֵן הַמִּנְהָג פָּשׁוּט. וְלֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת בְּלִי קְבִיעוּת סְעֻדָּה, אֲפִלּוּ סְעֻדָּה שֶׁרָגִיל בָּהּ בַּחֹל, כָּל הַיּוֹם מֻתָּר לְהַתְחִיל מִן הַדִּין, אֲבָל מִצְוָה לְהִמָּנַע מִלִּקְבֹּעַ סְעֻדָּה שֶׁנָּהוּג בָּהּ בַּחֹל, מִט' שָׁעוֹת וּלְמַעְלָה.

און סעודת פורים איז א סעודה גדולה.

(מיר זענען טאקע ברודער, און אפילו פון די זעלבע טאטע, אבער נישט פון יענע טאטע וואס וואשט זיך נאך חצות...)

איז דאך דער רמ"א מתיר ביי א סעדה שזמנה ערב שבת.

(ווי זאגט נאר דער רבי (מהר"א)? מיר האבן טאקע איין פאטער, אבער מיט האבן נישט איין מותר (מוטער)...)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אעפ"כ שרייבט דער רמ"א אין הלכות פורים (תרצ"ה ס"ב) וּכְשֶׁחָל פּוּרִים בְּיוֹם שִׁשִּׁי, יַעֲשׂוּ הַסְּעֻדָּה בְּשַׁחֲרִית, מִשּׁוּם כְּבוֹד שַׁבָּת.

משמע אז לכתחילה זאל מען זיך נישט וואשן צו א סעודה גדולה אחר חצות, אפילו ס'איז זמנה היום.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

די מנהג איז אז סעודת מצוה ווי למשל פורים/שושן פורים/ברית/ראש חודש/אסרו חג/פסח שני/ל"ג בעומר/יו"ט ווען ס'געפאלט ערש"ק וואשט מען זיך אפי' 10 מינוט פארן זמן (און אפי' נאך די שקיעה למשל שמח"ת) וויבאלד ס'איז א סעודת מצוה איז מען נישט מקפיד

נ. ב. כ'רעדט פון חסידים נישט פון ליטאים
\
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

עכט נארמאל האט געשריבן:די מנהג איז אז סעודת מצוה ווי למשל פורים/שושן פורים/ברית/ראש חודש/אסרו חג/פסח שני/ל"ג בעומר/יו"ט ווען ס'געפאלט ערש"ק וואשט מען זיך אפי' 10 מינוט פארן זמן (און אפי' נאך די שקיעה למשל שמח"ת) וויבאלד ס'איז א סעודת מצוה איז מען נישט מקפיד

נ. ב. כ'רעדט פון חסידים נישט פון ליטאים

דו ביסט גערעכט, און איך האב נישט קיין ספק צו טון אנדערשט ווי מיינע עלטערן.
אבער איך וויל דאך אויסשמועסן דעם צד ההלכה וויאזוי מ'האט עס אריינגעזעצט.

לכאורה זעהט מיר אויס, פינקט ווי מיר גייען מיט בגדי שבת אום שבת חזון, וואס לויטן שו"ע שטייט מ'זאל נישט גיין,
אבער מ'פארלאזט זיך אויף אן אנדער סימן אין שו"ע אז אבילות בפרהסיא איז אסור שבת, אפי' למעשה ביי שבת חזון פסק'ט דער שו"ע מ'זאל יא גיין בגדי חול.
הגם די ליטאים האבן א גוטע טענה, אבער וויבאלד אונזערע עלטערן האבן זיך אזוי געפירט, און ס'איז יש על מה לסמוך אינעם שו"ע, טוען מיר אזוי.

דא איז וואהרשיינליך אויך די זעלבע (אדער כאטש ענליך...)
ווער זיינע עלטערן האבן זיך געפירט צו פראווען שפעטע סעודות, קען עס געהעריג אריינזעצן אין שו"ע.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דערפאר איז מען ענדערש מחמיר לכתחילה, ווייל סעודת פורים איז א סעודה גדולה במלוא מובן המילה מיט אלע קליפערליך און נאך מיט טרינקען, אנדערש ווי א געווענליכע סעודת מצוה און אפילו מער ווי ימים טובים.

**

געדענק מיר נאך ב"ה, ביינונז האט מען געוויס נאר געמאכט פורים ער"ש בלויז איין סעודה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

farshlufen האט געשריבן:דערפאר איז מען ענדערש מחמיר לכתחילה, ווייל סעודת פורים איז א סעודה גדולה במלוא מובן המילה מיט אלע קליפערליך און נאך מיט טרינקען, אנדערש ווי א געווענליכע סעודת מצוה און אפילו מער ווי ימים טובים.

ווער איז מחמיר?
**

farshlufen האט געשריבן:געדענק מיר נאך ב"ה, ביינונז האט מען געוויס נאר געמאכט פורים ער"ש בלויז איין סעודה.

פאר חצות?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

און אלע חצרות הקודש זענען די טישן משתי היין בערך צוויי אזייגער נאכמיטאג.

במילא כאפ איך נישט פונקטליך וואס די נידון איז דא.
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

אפילו פאריאר ווען שושן פורים איז געווען פרייטאג זענען געווען די טישן בערך צוויי אזייגער.
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

לא ימושו מפיך האט געשריבן:און אלע חצרות הקודש זענען די טישן משתי היין בערך צוויי אזייגער נאכמיטאג.

במילא כאפ איך נישט פונקטליך וואס די נידון איז דא.

רוב חצרות הקודש (אריינגערעכנט די אלע אידן ווארס דאוונען מיט די מנין פון די רביים)
האבן נישט די מעגליכקייט זיך צו וואשן צו די סעודה פאר חצות
מען רעדט פון די אידן וואס דאווענען פורים און א גאנץ יאר צווישן 8 און 6
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

ווען שמחת תורה איז פרייטאג עסט מען די סעודה נאך די שקיעה.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ווען מען פלאנט צו זיין פורס מפה ומקדש האבעך יא געזעהן מצדדים להיתר א סעודה ערש"ק נאכמיטאג, וויבאלד מען גייט דאך עסען א סעודת שבת לתיאבון.

מיין פלאן בעזה"י איז מנחה אום 3.15, חלה, סושי, יוהך מיט קרעפלעך, פלייש, הדלקת הנרות, קבלת שבת, קידוש, חלה (לחם משנה), סעמאן, דעלי ראול (פשטידא) מיט פערפל און מייערען, צושפייז, ברכת המזון על הנסים און רצה, מעריב.

(צופרי שטיי איך אויף פארטאגס, כ'לערן א שעה, שחרית, מגילה פאר'ן ב"ב - אינצווישען דאס אלעס דארף איך זעהן די סושי ארדערס זאלען קלאפען - האלט מען שוין כמעט 12 אזייגער. בלייבט אביסעל צייט אויף משלוח מנות און משמח זיין יודען, ביז מ'דארף גיין דאווענען מנחה.)
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: פורים ערב שבת. וויאזוי צו פראווענען..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
עכט נארמאל האט געשריבן:די מנהג איז אז סעודת מצוה ווי למשל פורים/שושן פורים/ברית/ראש חודש/אסרו חג/פסח שני/ל"ג בעומר/יו"ט ווען ס'געפאלט ערש"ק וואשט מען זיך אפי' 10 מינוט פארן זמן (און אפי' נאך די שקיעה למשל שמח"ת) וויבאלד ס'איז א סעודת מצוה איז מען נישט מקפיד

נ. ב. כ'רעדט פון חסידים נישט פון ליטאים

דו ביסט גערעכט, און איך האב נישט קיין ספק צו טון אנדערשט ווי מיינע עלטערן.
אבער איך וויל דאך אויסשמועסן דעם צד ההלכה וויאזוי מ'האט עס אריינגעזעצט.

לכאורה זעהט מיר אויס, פינקט ווי מיר גייען מיט בגדי שבת אום שבת חזון, וואס לויטן שו"ע שטייט מ'זאל נישט גיין,
אבער מ'פארלאזט זיך אויף אן אנדער סימן אין שו"ע אז אבילות בפרהסיא איז אסור שבת, אפי' למעשה ביי שבת חזון פסק'ט דער שו"ע מ'זאל יא גיין בגדי חול.
הגם די ליטאים האבן א גוטע טענה, אבער וויבאלד אונזערע עלטערן האבן זיך אזוי געפירט, און ס'איז יש על מה לסמוך אינעם שו"ע, טוען מיר אזוי.

דא איז וואהרשיינליך אויך די זעלבע (אדער כאטש ענליך...)
ווער זיינע עלטערן האבן זיך געפירט צו פראווען שפעטע סעודות, קען עס געהעריג אריינזעצן אין שו"ע.

אה.... ממש א זכי' אז @כאניש קוקט מיר אן און ער איז נאך אויף איין פעידזש מיט מיר און ער איז עס נאך גוט גוט מפרש ייש"כ
אגב מיין טאטע מאכט גראדע איין סעודה אבער לויט ווי איך געדענק (ס"ח בין איך געווען א "גרויסע ריזיגע" יונגל) האט מען געבענטשט שוין נאך מיין מאמעס לעכט צינדן
\
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”