טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אזויפיל דראמא, און מען האלט נאך דערווייל אין אישי קעסטל, דא קומט פיינע סחורה.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א שאד אז כ'האב גארנישט געשריבן אין אישי מיט די הרב לכאורה אזוי וואלט די דראמא געוועהן אסאך העכער.... :lol:
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

סתם אזוי, ווארט איך מיט גרויס נייגער דער המשך פון הרב לכאורה... עס איז העכט'ס אינטערסאנט אין ארגינעל אין אמת'דיג.

איך ווייס אז דאס איז א אמת'דיגע נסיעה, וואס א קומץ חשובע יודן האבן מיט געהאלטן.
נאר איך האב ליידער מחמת א פערזענליכע סיבה נישט זוכה געוועהן צו משתתף זיין ביי די דערהויבענע נסיעה. א שאד..

אבער א טעימה איז זיכער גוט צו הערן ווי אזוי איז געוועהן אין מיט פילען.

הצלחה רבה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

ש'כח לכאורה!

הערליך באשריבן!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

זינט מוצאי האמיר נאכנישט זוכה געווען צו א אפדעיט.

מנהל ביטע שעהן, שארט אייך ארויף די ארבעל.
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

ארחיקה נדד האט געשריבן:זינט מוצאי האמיר נאכנישט זוכה געווען צו א אפדעיט.

מנהל ביטע שעהן, שארט אייך ארויף די ארבעל.

אויב אבער קען ער בעסער טייפן מיט אראפגעשארטע ארבעל, זאל ער זיך נישט וועגן דעם אפהאלטן פון גיין ווייטער... די פונקטליכע ארבעל פלאצירונג איז נישט מעכב...

וויאזוי אימער אין סיי וועלכע טשיטאועישען ס'איז נאר, זאל ער ביטע ממשיך זיין צו מהנה זיין דעם עולם וואס לעכצט און קוקט ארויס אויף דעם געשמאקן יום-ביך.
---
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שפאנענד!! ווארט מיר פאר נאך!!

שכח!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זייט מיר מוחל, איך בין געווען זייער פארנומען (מ'האט מיר אריינגעדרייט אין א דבר מצוה, און אויסערדעם האב איך ב"ה געהאט א שמחה אין שטאט - א זאך וואס פארנעמט אזא זיבן שעה), אפשר וועט קומען עפעס פריש היינט נאכט
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

לכאורה האט געשריבן:זייט מיר מוחל, איך בין געווען זייער פארנומען (מ'האט מיר אריינגעדרייט אין א דבר מצוה, און אויסערדעם האב איך ב"ה געהאט א שמחה אין שטאט - א זאך וואס פארנעמט אזא זיבן שעה), אפשר וועט קומען עפעס פריש היינט נאכט

שוין נאכט.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

כ'ווארט און ווארט. ס'איז צום שלינגען יעדן אות!
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

נו?
נעקסטע נסיעה פארן מיר מיט איה
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

מעג מען אריין קומען מיט מער פון איין ניק בעהטן פאר נאך ?
הצלחה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

המשך בס"ד

יעצט גיי איך שרייבן אביסל פון זכרון, מסתמא וועט עס נישט זיין צו קיין לאנגע שמועס (צוליב די שפעטע שעה).

מ'האט אנגעהויבן שמועסן וואס מען דארף אלץ מיטנעמען אויף אזא נסיעה. אלס אן ערשטמאליגע רייזנדער האב איך צוגעלייגט אן אויער צו אלע די סארט געשפרעכן, און הגם איך האב נישט אנגענומען אלע פארשלאגעס (שיין וואלט איך אויסגעקוקט, כ'וואלט געברויכט שלעפן מער ווי די 2 רענצלעך וואס איך האב יא געשלעפט), האב איך איבערגעטראכט יעדע זאך און לויט דעם באשלאסן אויב איך זאל דאס איינפאקן אדער נישט.

ליכט איז א מוז, כ'האב געלאזט איינקויפן א שאכטל פון 50 טרעוול ליכט, וואס דאס האט מען מיר אנגעזאגט צו האלטן אין א פלאסטישן זעקל צו דער האנט, איך זאל דאס האבן כסדר מיט מיר ביים אראפגיין צו די ציונים הקדושים. למעשה איז עס גאר שטארק צוניצגעקומען, רוב אויב נישט אלע ציונים האבן נישט פארמאגט קיין ליכט, און צומאל האבן אנדערע אויך פון מיר געבארגט אין פאל זיי האבן פארגעסן מיטצונעמען ביי איין ציון. ביים אהיימקומען איז מיר נאך אלץ געבליבן א שיינע פאר ליכט, כאטש מיר האבן פרובירט צו צינדן צוויי ליכטלעך ביי איטליכן קבר וואס מיר האבן באזוכט. (יא, עס מיינט אויך אז מיר זענען נישט גענוג ארומגעפארן... / גראדע האב איך באקומען צוגעשיקט א טאגבוך פון איינער וואס איז אויך ממש לעצטנס געווען אין אוקריינע, און יענער איז יא ארומגעפארן צו כמעט יעדן שטאט און שטעטל וואס האט נאר א אידיש שטיינדל, כ'האב געהאט גרויסע קנאת סופרים ביים ליינען די נעמען פון אלע צדיקים און שטעט וואס יענע חבורה האט באזוכט, אבער נישט מקנא געווען די אויסגעמוטשעטקייט זייערע ביים ארומרייזן נאנט צו א וואך צייט אין דיזע אומשטענדן, בעת מיר האבן דאס געטון א קארגע דריי מעת לעת וואס איינס דערפון איז געווען א שבת טאג)

מ'האט גערעדט אז עס איז וויכטיג צו מיטנעמען א פלעשלייט, וויבאלד מען גייט ארומגיין ביינאכט אין פינסטערע בתי חיים און מען דארף זען ווי צו גיין. איך האב מיך געלאזט איבעררעדן און איינגעפאקט א קליינע זילבערנע פלעשלייט וואס האט זיך אפגעפונען ביי מיר אינדערהיים, אבער דאס איינציגסטע מאל איך האב דאס ארויסגענומען פון רענצל איז געווען אנקומענדיג קיין לופטפעלד אין אוקריינע אויפ'ן וועג צוריק, ווען דער דזשאנדאר האט מיר געפרעגט נאכ'ן איבערקוקן דעם מאשין וואס קוקט אדורך דעם אינהאלט פונעם באגאזש אויב איך האב דארט א פלעשלייט, און ווען ער האט מיר נישט געוואלט גלייבן אויפ'ן ווארט האב איך געדארפט אויפמאכן דעם רענצל און דאס ארויסנעמען און אים צייגן.

א תהלימ'ל האב איך מיטגעברענגט פונדערהיים, און עס האט זייער וויכטיג אויסגעפעלט, הגם געוויסע ציונים האבן יא פארמאגט אייגענע תהלימ'לעך. איך האב גענומען איינס מיט מיטלגארטיגע אותיות כדי צו קענען גרינג ליינען דערפון און די בלעטער זאלן זיך האלטן אין פלאץ, נישט פארמאכן אויף מיר אינמיטן א קאפיטל. אז מען רעדט שוין פונעם תהלימ'ל, איז אינטערעסאנט צו איבערגעבן דער סדר פון זאגן די קאפיטלעך תהלים וואס מיר האבן געטון: ביים ערשטן קבר - דער הייליגער בארדיטשובער זי"ע - האבן מיר געזאגט מיט א פרישקייט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז (אדער ק"ח, כ'געדענק שוין נישט), אזוי ווי דער שטייגער ווען מען באזוכט א קבר פון א צדיק אדער משפחה מיטגליד. פון דארט און ווייטער האבן מיר באשלאסן אנצוהייבן פון אנהייב ספר תהלים און זאגן אפאר קאפיטלעך ביי יעדן ציון. עס איז אבער געווען א מחלוקת הנוסעים צי פינף קאפיטלעך פער ציון אדער צען, און קיינער האט נישט געהאלטן חשבון פונקטליך וואו מען האלט, נאר יעדער האט זיך געהאט זיין סימן און קנייטש אינעם תהלים (איך האב דארט געהאלטן די פאפירן וואס האבן ענטהאלטן די נעמען מזכיר צו זיין) און ביי יעדן ארט האט מען ווייטער געזאגט פון וואו מ'האלט ביז מ'האט באשלאסן אז מ'האט שוין גע'פועל'ט. דער סדר אמירת יהי רצון איז אויך געווען אינטערעסאנט, ווען ביים בארדיטשובער איז נאך געווען איידער חצות, און מען האט נישט געזאגט די י"ג מדות (אפשר יא? דערמאנט מיך), ווידער ביי די אנדערע וואס מען האט באזוכט שוין נאך חצות הלילה, האט מען יא געזאגט די י"ג מדות של רחמים. עס האט מיך געבאדערט אז דער עולם קוקט כסדר צו מיר, כאילו איך בין דער געדינגענער פארזאגער.. איך האב כסדר פרובירט מדחה זיין און מכבד זיין אנדערע צו פארזאגן, אבער רוב מאל איז עס יא געבליבן ביי מיר.

און אז מ'רעדט שוין פון חילוקי דעות און מנהגים שונים, האבן מיר נאך יעצט נישט קיין קלארקייט (אדרבה, אויב איינער ווייסט - זאל מען ביטע שרייבן) וואס דער דין איז לגבי זאגן דעם ברכה פון "אשר יצר אתכם בדין" ווען מען פארט אויף אזא נסיעה. טייל האבן געמאכט בלויז אין בארדיטשוב, אנדערע האבן געמאכט ביי יעדן בית החיים. מיר דאכט זיך אז על פי הלכה דארף מען זאגן ביי יעדן בית החיים, אבער עס האט זיך געשפירט אביסל מאדנע צו זאגן יעדע פאר שעה די זעלבע ברכה, האב איך מיך צומאל געלאזט מוצא זיין מיט אן אנדערן, אדער געזאגט אליינס אבער אנע שם ומלכות.

צוריק צו זאכן וואס מ'האט אנגעזאגט מיטצונעמען. איינע פון די וויכטיגע פראדוקטן איז אשר יצר פאפיר (וואס מאנכע זענען מקפיד נישט אנצורופן אזוי..). איך האב מיר איינגעפאקט איין פעקל צעשניטענע 'שבת' פאפיר, און איין שאכטל 'נאז פאפיר' [וואס איז געבליבן פארמאכט, זינט דער שפייכלער פון פאפיר וואס איך האב מיר אנגעגרייט אין די רעקל טאשן האבן געקלעקט פאר די גאנצע נסיעה]. די שבת פאפיר איז פיין גענוצט געווארן, סיי אינעם האטעל - וואו די פארוואלטונג האט טאקע געלייגט ערב שבת צום זמן אויף יעדן טיר א שאכטל געשניטענע פאפיר, אבער אן אנדערע סארט ווי דאס וואס איך בין געוואוינט צו נוצן, און אויך אביסל ווייניג, און סיי אויפ'ן באס ווען עס האבן זיך אויסגעגאסן געטראנקען אדער אנגעשמירט עסנווארג אויף די טישן און בענקלעך...

המשך יבא אי"ה
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

שכח!
גיי ווייטער מיט די עבודת הקודש

גראדע איך האב געזאגט פון צ' ביז ק"ז ביי יעדן ציון, כהוראת רביה"ק זי"ע

(נישט געוואלט מיך איינרייסן מיט ארחיקה אויף דעם, נאך וואס מען האט עס געדארפט לאזן אויף קריטישע ענינים...)
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

האסט געהאט גענוג צייט דערפאר? ס'דויערט לענגער ווי פינף/צען קאפיטלעך
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1832
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

לכאורה האט געשריבן:האסט געהאט גענוג צייט דערפאר? ס'דויערט לענגער ווי פינף/צען קאפיטלעך

צען אומבאקאנטע ווס 17 באקאנטע (וואס כ'קען אויסעווייניג) האב איך נאך געהאט צייט פאר א ציגארעטל..
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

בנוגע די ברכה אויפן ביה"ח, פשטות גייט עס ארויף אויף די מתים און ממילא דארף מען עס זאגן פריש ביי יעדער מקום, וכ"כ בספר ניצוצי תומר.
כמדומה לי אז כהאב אמאל געזעהן א שמועס דערוועגן דא אויפן וועלטל.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כ'ווייס נישט צו דער עולם ווייסט אבער דאס מיטנעמען אשר יצר פאפיר איז קריטיש וויכטיג מיטצונעמען אויף אזא נסיעה
נעמליך, די אוקריינישע פאפיר דערמאנט פון די גמרא לגבי נוצן שטיינער פון מרקיילוס ודי
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

לגבי די ברכה אויפן בית החיים
איך בין יארן צירוק געפארען אויף א נסיעה
האט דער ראש הנסיעה אנגעפרעגט ביים דיין/ראב״ד ז״ל
האט ער געפסקנט אז אויף א יעדע בית החיים זאל א צווייטער מוציא זיין דעים עולם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לא הבנתי דעם פסק, ווייל אויב האט ער שוין יוצא געווען אלס שומע כעונה, האלט מיר ביים אלטן.

אולי מיינט עס אז מ'האט אינזינען על תנאי, אבער דאן פעלט אים פון די פריערדיגע ביה"ח.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

באקומען אין אישי פון א ניק (מסתמא איז ער רוצה בעילום שמו, ווען נישט קען ער דאך דאס אליין שטעלן אהער):

ס'איז א מחלוקה צו מ'זאגט איבער ביי א צווייטע ביה"ח אין די 30 [שלמים] טאג, ווער ס'זאגט יא איבער האט אויף וועמען זיך צו פארלאזן, אבער לויטן תניא אין סידור איז א ברכה לבטלה.

וויכטיג צו וויסן, די ברכה מאכט מען ווען מ'זעט שוין א קבר, בעסער איז אויב מ'איז שוין אין ד' אמות פון א קבר, נישט פון אינדרויסן ביים טויער.

אתה גבור זאגט מען הערשט ביים ארויסגיין, אזוי שטייט אין מעבר יבק.

ווען מ'גייט ארויס פון ביה"ח רייסט מען אויס גראז מיטן שורש מיט עפר, אזוי שטייט אין די ראשונים.

כתבתי מזכרוני, ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.

---
בנוגע די פאפיר אין אוקריינע, איך וואלט נישט געזאגט אז דאס איז אזוי געפערליך ווי קרייסלער שטעלט עס אראפ, עס איז גאנץ פיין געווען לדעתי
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

רינדעכיג האט געשריבן:שכח!
גיי ווייטער מיט די עבודת הקודש

גראדע איך האב געזאגט פון צ' ביז ק"ז ביי יעדן ציון, כהוראת רביה"ק זי"ע

(נישט געוואלט מיך איינרייסן מיט ארחיקה אויף דעם, נאך וואס מען האט עס געדארפט לאזן אויף קריטישע ענינים...)

וועלכע רביה"ק זי"ע ?
איך מיין אז ווען די ברך משה איז געווען תשנ"ב אויף מקמות הקדושים האט מען געזאגט אופן סדר חוץ ביי קברי אבות
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

maybeeynot האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:שכח!
גיי ווייטער מיט די עבודת הקודש

גראדע איך האב געזאגט פון צ' ביז ק"ז ביי יעדן ציון, כהוראת רביה"ק זי"ע

(נישט געוואלט מיך איינרייסן מיט ארחיקה אויף דעם, נאך וואס מען האט עס געדארפט לאזן אויף קריטישע ענינים...)

וועלכע רביה"ק זי"ע ?
איך מיין אז ווען די ברך משה איז געווען תשנ"ב אויף מקמות הקדושים האט מען געזאגט אופן סדר חוץ ביי קברי אבות


ווייסט טאקע נישט וועלכע? אבוויסעלי נישט די ברך משה, אפשר מיינט ער בעלזא רב
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

קרייסלער האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
רינדעכיג האט געשריבן:שכח!
גיי ווייטער מיט די עבודת הקודש

גראדע איך האב געזאגט פון צ' ביז ק"ז ביי יעדן ציון, כהוראת רביה"ק זי"ע

(נישט געוואלט מיך איינרייסן מיט ארחיקה אויף דעם, נאך וואס מען האט עס געדארפט לאזן אויף קריטישע ענינים...)

וועלכע רביה"ק זי"ע ?
איך מיין אז ווען די ברך משה איז געווען תשנ"ב אויף מקמות הקדושים האט מען געזאגט אופן סדר חוץ ביי קברי אבות


ווייסט טאקע נישט וועלכע? אבוויסעלי נישט די ברך משה, אפשר מיינט ער בעלזא רב

איך פארשטיי אז נארמאל מיינט עס בעל דברי יואל אבער בימיו איז נאך כמאט נישט געווען קיין געפארעכץ אין סאיז מיר נישט באקאנט אזא הוראה איז מיר געווען א חידוש זיין סטעיטמענט.
וואס איך האב געשריבן פון ברך משה איז געווען א עקסטרע מעשה רב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טאגבוך פון די ערשטע אייוועלט נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ער מיינט א הוראה פאר די רעבעצין, ס'איז באקאנט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”