געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ס'איז טומל און ערד מיט פרא און אנטי…

יעדע נושא וואס מ'רעדט ווערט גלייך צוטיילט אין צוויי זייטן, פרא אדער אנטי.
'די אנטי חברה' איז שוין היינט א נארמאלע וועג פון באצייכענען מענטשן…

פון די צווייטע זייט איז היינט א וועלט פון 'שלום'... די טעג פון פורים דערנענטערן זיך שוין, ‬און די ‭ ‬5:45‬שלום‭ ‬מאמענט‭ ‬קומט‭ ‬צו‭ ‬פליען, הגם היי יאר ביי 5:45 וועט מען שוין האלטן נאכן בענטשן, משום קוצר היום און כבוד שבת,‭ ‬איז‭ ‬אבער פארט א פאסיגע‭ ‬צייט‭ ‬אביסל‭ ‬צו‭ ‬אראפ‭ ‬נידערן‭ ‬די‭ ‬טענער‭ ‬און‭ ‬צומאל‭ ‬אויך‭ ‬הערן‭ ‬די‭ ‬צווייטע‭ ‬צד‭…

איז וועלן מיר פראבירן אין די ראמען פון דעם ארטיקל צו פראקטעצירן דעם 'ונהפוך הוא' פראגראם… און‭ ‬טאקע‭ ‬איך‭ ‬וואס‭ ‬איך‭ ‬זעה‭ ‬זיך‭ ‬אלס‭ ‬א‭ ‬פרא‬ וועל‭ ‬איך‭ ‬אביסל פראבירן צו מסביר זיין‭ ‬אויף‭ ‬א‭ ‬רואיגע‭ ‬וועג‭ ‬די צווייטע‭ ‬זייט פונעם מטבע ‬און‭ ‬אביסל‭ ‬זעהן‭ ‬וואס‭ ‬שטופט‭ ‬די‭ ‬אנטי'ס‭ ‬און‭ ‬פארוואס‭ ‬זענען‭ ‬זיי‭ ‬אזוי‭ ‬איינגעגעסן‭ ‬אויף‭ ‬זייער‭ ‬שיטה‭.‬
איך‭ ‬וויל‭ ‬נישט‭ ‬נאכאמאל‭ ‬איבערקייען‭ ‬אויסגעדראשענע‭ ‬אויסגעדרשנ'טע שמועסן, ‬אבער‭ ‬דאך‭ ‬וויל‭ ‬איך‭ ‬צאמענעמען‭ ‬די‭ ‬הויפט‭ ‬טענות,‭ ‬און‭ ‬אזוי‭ ‬אביסל‭ ‬מקרב‭ ‬זיין‭ ‬ביידע ‬צדדים‭ ‬מ'זאל‭ ‬זיך‭ ‬איינמאל‭ ‬פאר‭ ‬אלעמאל‭ ‬קענען‭ ‬צאמרעגן‭ ‬אן‭ ‬קולות‭ ‬וברקים‭.‬

צום‭ ‬אלעם‭ ‬הערשט‭ ‬דארף‭ ‬מען‭ ‬פארשטיין‭ ‬אז‭ ‬די‭ ‬נייע‭ ‬איז‭ ‬געבויעט‭ ‬אויף‭ ‬א‭ ‬נייע‭ ‬סארט‭ ‬טעכנעלאגיע‭(‬nRMB‭) ‬ וועלכע‭ ‬איז‭ ‬קיינמאל‭ ‬פריער‭ ‬נישט‭ ‬גענוצט‭ ‬געווארן‭ ‬אויף‭ ‬מענטשן. ‬איר‭ ‬מיט‭ ‬אייערער‭ ‬קינדער‭ ‬דארפן‭ ‬ווארשיינליך‭ ‬זיין‭ ‬די‭ ‬פראבע‭.‬

די‭ ‬פירמעס‭ ‬וועלכע‭ ‬פאבריצירן‭ ‬דאס‭ ‬טענה'ן‭ ‬אז‭ ‬כדי‭ ‬דאס צו ‭ ‬קענען‭ ‬מאכן‭ ‬דארפן‭ ‬זיי‭ ‬גענצליך‭ ‬אויסגעשאלטערט‭ ‬ווערן‭ ‬פון‭ ‬דארפן‭ ‬באצאלן‭ ‬סיי‭ ‬וועלכע‭ ‬אנטשטענדיגונגס געלטער, ‬וויבאלד‭ ‬זיי‭ ‬קענען‭ ‬נישט‭ ‬נעמען‭ ‬קיין‭ ‬אחריות‭ ‬אויף‭ ‬דעם, ‬נישט‭ ‬וויסנדיג‭ ‬וואס‭ ‬די‭ ‬זייטיגע‭ ‬עפעקטן‭ ‬וועלן‭ ‬זיין. ‬היינט‭ ‬צו‭ ‬טאגס‭ ‬נאך‭ ‬וואס‭ ‬א‭ ‬גרויס‭ ‬חלק‭ ‬האבן‭ ‬גענומען‭ ‬די‭ ‬שריט‭ ‬און‭ ‬זיך‭ ‬נישט‭ ‬צוגעהערט‭ ‬צו‭ ‬די‭ ‬אנטיס,‭ ‬נאר‭ ‬געגאנגען‭ ‬ווי‭ ‬שאף‭ ‬צו‭ ‬שחיטה‭ ‬פון‭ ‬די‭ ‬פארגלייבטער‭ ‬פראו'ס‭ ,‬ווייסט‭ ‬מען‭ ‬שוין‭ ‬אז‭ ‬אויסער‭ ‬דעם‭ ‬וואס‭ ‬דאס‭ ‬קען‭ ‬טוישן‭ ‬די‭ ‬גענעטישע‭ ‬אויסטשעל‭ ‬פון‭ ‬די‭ ‬דיענעי‭ ‬פונעם‭ ‬מענטש‭ ‬אן‭ ‬די‭ ‬מעגליכקייט‭ ‬צו‭ ‬דאס‭ ‬פארעכטן‭ ,‬ווערט‭ ‬דאס‭ ‬באגלייט‭ ‬מיט ‬שרעקליך‭ ‬און‭ ‬אומבאשרייבליך‭ ‬קאנסיקווענצן, ‬און‭ ‬כאטש‭ ‬מאנכע‭ ‬ווילן‭ ‬דאס‭ ‬פארשרייען‭ ‬און‭ ‬טענה'ן‭ ‬דאס‭ ‬קומט‭ ‬פון‭ ‬אנדערע‭ ‬זאכן, ‬קען‭ ‬מען‭ ‬נישט‭ ‬פארמאכן‭ ‬די‭ ‬אויגן‭ ‬און‭ ‬זאגן‭ ‬ידינו‭ ‬לא‭ ‬שפכו‭ ‬את‭ ‬האדם, ‬נאך‭ ‬וואס‭ ‬יעדער‭ ‬וואס‭ ‬האט‭ ‬גענומען‭ ‬די‭ ‬שריט‭ ‬האט‭ ‬שרעקליך‭ ‬אפגעשניטן‭ ‬מיט‭ ‬שרעקליכע‭ ‬שמערצן‭ ‬און‭ ‬בויך‭ ‬דרייעניש‭.‬
וכבר‭ ‬אמר‭ ‬החכם‭ ‬במליצה‭ ‬אז‭ ‬די‭ ‬וואס‭ ‬נעמען‭ ‬זענען‭ ‬חייב‭ ‬מיט"ה‭ ‬נאכן‭ ‬וואס‭ ‬דאס‭ ‬ווארפט‭ ‬אריין‭ ‬דעם‭ ‬מענטש‭ ‬זיך‭ ‬צו‭ ‬וואלגערן‭ ‬פאר‭ ‬יסורים‭ ‬פאר‭ ‬שעות‭ ‬ארוכות‭.‬

צו‭ ‬דעם‭ ‬אלעס‭ ‬איז‭ ‬דאס‭ ‬די‭ ‬ווייניגסטע‭ ‬שטודירט‭ ‬אינעם‭ ‬פעלד (‬ווי‭ ‬עס‭ ‬טענה'ן‭ ‬אויך‭ ‬גרויסע‭ ‬שטיצער‭ ‬און‭ ‬אלגעמיינע‭ ‬דאקטורים).

דאס‭ ‬וואס‭ ‬די‭ ‬פירמעס‭ ‬פראקלעמירן‭ ‬אז‭ ‬סאיז‭ ‬95‭ ‬פראצענט‭ ‬עפעקטיוו‭ ‬איז‭ ‬אין‭ ‬פאקט‭ ‬נישט‭ ‬מער‭ ‬פון‭ ‬בערך‭ ‬א‭ ‬האלבע‭ ‬פראצענט, ‬עס‭ ‬ווענדט‭ ‬זיך‭ ‬ווי‭ ‬אזוי‭ ‬מען‭ ‬קוקט‭ ‬אויף‭ ‬דעם‭ ‬שטודיע‭.‬
וויבאלד פאר‭ ‬קינדער‭ ‬איז‭ ‬די‭ ‬גאנצע‭ ‬מעשה‭ ‬בכלל‭ ‬נישט‭ ‬שעדליך,‭ ‬און‭ ‬דאס‭ ‬זעלבסט‭ ‬טראגט‭ ‬יא‭ ‬א‭ ‬ריזיקע,‭ ‬דארף‭ ‬מען‭ ‬ערנסט‭ ‬אריין‭ ‬קלערן אויב‭ ‬עס‭ ‬איז‭ ‬פארהאן‭ ‬א‭ ‬היתר‭ ‬על‭ ‬פי‭ ‬הלכה‭ ‬דאס‭ ‬צו‭ ‬געבן‭ ‬פאר‭ ‬קינדער‭.‬

די‭ ‬פירמע‭ ‬טייזער זעלבסט‭ ‬באריכטעט‭ ‬דאס‭ ‬פאלגנדע: ‬עס‭ ‬האט‭ ‬זייטיגע‭ ‬עפעקטן‭ ‬וועלכע‭ ‬זענען‭ ‬מן‭ ‬הסתם‭ ‬מער‭ ‬ווי‭ ‬דאס‭ ‬קינד‭ ‬וואלט‭ ‬ווען‭ ‬אריבער‭ ‬אן‭ ‬דעם (‬עלובה‭ ‬עיסה שנאכט'ומה ‬מעיד‭ ‬עליה)...‬

עס‭ ‬איז‭ ‬דערווייל‭ ‬נישט‭ ‬באוואוסט‭ ‬אויב‭ ‬ס'וועט‭ ‬למעשה‭ ‬שפארן‭ ‬לעבנס, ‬קיין‭ ‬איינס‭ ‬פון‭ ‬די‭ ‬פראבעס‭ ‬האבן‭ ‬נישט‭ ‬נאכגעקוק‭ ט‬אויב‭ ‬ס'וועט‭ ‬האבן‭ ‬איינגטליך‭ ‬רעדוצירט‭ ‬די‭ ‬ראטע‭ ‬פון‭ ‬האספיטיליזאציע‭ ‬און‭ ‬טויט‭.‬

‭‬די‭ ‬רעגירונג‭ ‬שאצט‭ ‬פאר‭ ‬אז‭ ‬איינס‭ ‬פון‭ ‬טויזנט‭ ‬וועלן‭ ‬שאטן, ‬רעכנט‭ ‬צוויי‭ ‬דאזנס‭ ‬פער‭ ‬מענטש‭ ‬קומט‭ ‬אויס‭ ‬די‭ ‬שאדן‭ ‬איינס‭ ‬פון‭ ‬500‭ ‬מענטשן‭.‬

ענגלישע‭ ‬רעגירונג‭ ‬דאקומענטן‭ ‬דרוקן‭ ‬אויס‭ ‬זארג‭ ‬אז‭ ‬זייער "‬‮‬ריפארטינג‭ ‬סיסטעם"‮‬‭ ‬וועט‭ ‬ווערן‭ ‬איבערגעשטרענגט‭ ‬און‭ ‬נישט‭ ‬קענען‭ ‬פארנעמען‭ ‬די‭ ‬פילע‭ ‬באריכטן‭ ‬פון‭ ‬די‭ ‬געשעדיגטע‭...‬

בלויז‭ ‬17‭ ‬פראצענט‭ ‬וואס‭ ‬טוען‭ ‬אפציעל‭ ‬אינעם‭ ‬פעלד‭ ‬שטימען‭ ‬דערווייל‭ ‬איין‭ ‬צו‭ ‬נעמען‭ ‬פאר‭ ‬זיך‭ ‬זעלבסט, און‭ ‬נאך‭ ‬א‭ ‬קלענערע‭ ‬פראצענט‭ ‬עסערס‭ ‬בכללות‭..‬

צוויי‭ ‬דאר‭ ‬פערמנירטע‭ ‬שעפס (‬איינער‭ ‬פון‭ ‬זיי‭ ‬האט‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬פארגאנגענהייט געדינט‭ ‬אלס‭ ‬ווייס‭ ‬פרעזידענט‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬טייזער‭ ‬פירמע)‭ ‬פארלאנגען‭ ‬אז‭ ‬מען‭ ‬זאל‭ ‬זאפארט‭ ‬אפשטעלן‭ ‬שטודיעס איבער‭ ‬דעם‭ ‬וויבאלד‭ ‬לויט‭ ‬זייער‭ ‬מיינונג‭ ‬איז‭ ‬פאראהן‭ ‬א ‬"שטארקע‭ ‬חשש"‬ ‬אז‭ ‬דאס‭ ‬זאל‭ ‬ברענגען‭ ‬ערנסטע‭ ‬פראבלעמען‭ ‬פון‭ ‬קענען‭ ‬ברענגען‭ ‬קינדער‭ ‬אויף‭ ‬די‭ ‬וועלט‭!‬

ר‮' ‬אי‭ ,ד‬ביטע‭ ‬בארעכנט‭ ‬זיך‭ ‬גאר‭ש ‬טארק‭ ‬פאר‭ ‬איר‭ ‬טוט‭ ‬אזא‭ ‬ערנסטע‭ ‬שריט! ‬איך‭ ‬בעט‭ ‬אייך‭ ‬פון‭ ‬פאראויס‭ ‬זייט‭ ‬נישט‭ ‬קיין‭ ‬צועק‭ ‬לשעבר‭ ‬לייג‭ ט‬נישט‭ ‬אריין‭ ‬קיין רויטע‭ ‬בונדלעך‭ ‬אינעם‭ ‬טשולנט‭!‬

יאפ ס׳איז געלעכערט!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מיינסטעס שט'אמת'דיג!
פארדעם לייד איך וואך איין וואך אויס יעדן זינטאג!
געענדיגט מיט די ברוינע בונדלעך!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

און טאקע א הילכיגע דאנק פארן שטיין מאחורי הקלעים, און העלפען טויזענטער אידען מקיים זיין די מצוה פון משנכנס אדר מרבין בשמחה, און אלץ שלא על מנת לקבל פרס.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

:lol: ;l;p-

ציווישן די מעכטיגע ארבעט שלעפט ארויס @איינס נישמיר נישדיר אן ארטיקל אזיינט'ס און אזעלעכט'ס! קורץ און שארף.

כ'האף נאר אז די'ע פון די אנדערע זייט גייען עס נישט אננעמען צו ערנסט...

ישר כוח, וללמד על הכלל כולו יצא!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שכוח הרב @איינס א. פאר דיין שיינע ארבעט, די גראפיק, און בכלל שטיין אונטער דעם מעכטיגן אויסגאבע.
ב. אזוי קלאר ארויס ברענגען דעם צד וואס דו ביסט כנגדם, ווייזט אויף דיין שכל הישר.

א פלעזשער זיך צו דינגען מיט דיר. :lol:
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו האט געשריבן:שכוח הרב @איינס א. פאר דיין שיינע ארבעט, די גראפיק, און בכלל שטיין אונטער דעם מעכטיגן אויסגאבע.
ב. אזוי קלאר ארויס ברענגען דעם צד וואס דו ביסט כנגדם, ווייזט אויף דיין שכל הישר.

א פלעזשער זיך צו דינגען מיט דיר. :lol:

וויזוי דו ווילסט

























מצידי לייג יא אריין רויטע בינדלעך....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

:lol: די פאנטשליין!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:שכוח הרב @איינס א. פאר דיין שיינע ארבעט, די גראפיק, און בכלל שטיין אונטער דעם מעכטיגן אויסגאבע.
ב. אזוי קלאר ארויס ברענגען דעם צד וואס דו ביסט כנגדם, ווייזט אויף דיין שכל הישר.

א פלעזשער זיך צו דינגען מיט דיר. :lol:

מצידי לייג יא אריין רויטע בינדלעך....

נו, אהער מיט די רויטע בונדלעך
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

ווואו וואו וואו גוטע נייעס דער איינס
הייבט אן מיט קאנספירעסי און ענדיגט מיט א נשמה יתירה טשולענט
שיין און גוט באשריבן
הערליך הערליך
און א גרויסן יישר כח פאר די מייסטער שיינע גראפיקס

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

איך בין געווען מיט די צינג אינדרויסן ביזן פאנטש ליין..

איך האב פיין געלאכט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

הלעיטני נא מן האדום האדום זה!!

שיק אריין נאך פון די רויטע באנדל ארטיקלען!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הא הא
ס'ערשטע מאל כ'האב געזען דעם ארטיקל האבעך פשוט אוועקגעמישט ...
גענוג געהאט פרא אנטי..

ס'צווייטע מאל האבעך באטראכט דעם לעצטן שורה.. און כ'בין געווארן פרא..

@איינס דא איז די הונדערטער
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
יוש.... כאלט עס נישט אויס!!!....
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - די צווייטע זייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

ס'איז טומל און ערד, ווי קען מען מישן ווייטער נאך אזא הקדמה? קיין אנונג וואס דער האט אלס צאמגעשריבן דא, צוטומלט און צוערט ביז גאר.. רויטע צובאנדלטע טשאלנט וואס לאזט נישט בלייבן זיצן גראד.. איין זאך איז קלאר, ס'איז גוט צולעכערט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”