געלעכערט אדר תשפ״א - וואס ליגט אינטערן משלוח מנות?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

געלעכערט אדר תשפ״א - וואס ליגט אינטערן משלוח מנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

עילם, הויפטשטאט פון בבל, צווישן די יארן ג'של"ח און ג'שס"ג
אינגאנצן אנידער געשלאגן און דערנידערט האט זיך מחסיה אהיים געשלעפט פון צענטער פון שטאט.

'שרעקליך איז נישט דאס ווארט' רופט ער זיך אן אזוי האלב צו זיך, אריינקומענדיג אין שטוב, 'דו ווייסט וועם כ'האב זיך געזעהן זיך בוקן צום געטשיק? נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער שכן שאלתיאל! ווער האט זיך געגלייבט אז ער וועט אזוי נידריג זיך דערקייקלען?
'הערסט יהושבע' רופט ער זיך אן צו זיין רעבעצין 'מער זאלסטו נישט אננעמען קיין שום זאך פון שאלתיאל'ס שטוב! דו הערסט? ווי קען איך זיך פארלאזן אויף זיין כשרות, אויב ער האט זיך נישט געקענט האלטן קעגן די דרוק, און, דו וועסט נישט גלייבן!! דו הערסט וואס איך זאג דיר? עבודה זרה!!! יא, יא!!! ער האט זיך געביקט צום גאלדענעם געטשיק וואס נבוכדנצר האט אויפגעשטעלט!! אן נאך בפני קהל ועדה!! ווי שעמט ער זיך נישט?!

יהושבע קומט צו לויפן פון קיך, 'זעץ דיר אוועק מחסיה טייערער, כ'ברענג דיר שוין וואסער צו וואשן די פוס, זאג מיר נאר וואס איז טאקע געווען? האבן זיך אלע אידן געהאלטן פעסט און מקדש שם שמים געווען? וואס הא נבוכדנצר געזאגט צום עם קשה עורף? הא? אויף אזא קעגנשטאנד האט ער זיך מן הסתם נישט געראכטן..'

'עהההם..' פאררויטלט זיך מחסיה, צו שארנדיג א בענקל צום טיש, און כאפנדיג דעם אטעם, אינאיינוועגס פרובירנדיג אויסצוקלייבן די ווערטער.. 'למעשה איז נישט ממש אזוי געווען.. וואס הייסט נישט ממש.. דו ווייסט דאך, ס'זענען דא שיטות דערין.. מ'זאגט נאך פון רבנים אז ס'איז בכלל נישט קיין געטשקע.. ס'איז נאר א צורה פון נבוכדנצר.. אין כולל האט מען גאר געשמועסט, אז מ'קען מצרף זיין די דעה אז אפילו אויף עבודה זרה דארף מען זיך נישט מוסר נפש זיין.. בקיצור ס'איז א א שאלה פון פיקוח נפש..'

'למעשה' פרעגט זי מיט שרעק 'האט זיך דער עולם טאקע געבוקט צו צלם'?

'יא, יעדער האט זיך געבוקט, בלי שום יוצא מן הכלל.. עהה נישט ממש יעדער, קענסט די דריי יונגעלייט וואס דרייען זיך ביים קעניג אין פאלאץ? שדרך, מישך און עבד נגו, זיי האבן זיך געהאלטן פעסט און זיך נישט געבוקט!

'אוי וויי, וואס האט דער קעניג געזאגט צו דעם?'

געזאגט?! געשריגן האט ער! ער איז ממש נישט געווען צו דערקענען פאר אויפברויז! ער האט גלייך געהייסן הייצן דעם קאלעך אויוון זיבן מאל שטערקער ווי נארמאל, און זיי אריינשליידערן אינעם פייער!

'אוי וויי, א רחמנות אויף זיי, גאט זאל באהיטן, לאמיר זאגן א קאפיטל תהילים, דער באשעפער זאל זיי ראטעווען.. זיי זאלן קענען אנטלויפן.. כ'ווייס נישט וואס..'

'הער אבער וואס איך זאג דיר יהושבע טייערע, איך האב מיר טאקע געבוקט.. ווייסט דאך כ'האב מיר נישט געקענט ארויסשטעלן אלץ דער פרומאק, ווען יעדער האט זיך געבוקט, אבער איך האב כאטש אדורך געטוען די סוגיא, כ'ווייס כאטשיג וואס די צדדים להיתר זענען.. און פארשטייסט אליינס, כ'האב מיר געגעבן אזא בוק און ארויס.. א רגע כמימרא, נאר אז ס'זאל זיי אויסקוקן ווי איך האב מיר געבוקט, אבער דער שאלתיאל.. ער האט געהאט אלע צייט אין די וועלט.. זיך אזוי געמיטליך געבוקט ביז צום ערד.. הערסט מער קען מיר זיך נישט פארלאזן אויף דעם שייגאצ'נס עסן! דו הערסט?

'אבער מחסיה טייערע' פרובירט זי מלמד זכות צו זיין, זיך דערמאנענדיג פון די געשמאקע מאכלים פון מיסיס שאלתיאל, 'דו געדענקסט נישט ווי שאלתיאל האט זיך צובראכן די פוס אפאר וואכן צוריק? מן סתם איז איהם נאך שווער זיך צו בייגן אזוי געשווינד ווי דיר, כ'גלייב נישט אז ער האט געוואלט זיך בוקן צום צלם'..

'וואס רעדסטו?! ביסט מלמד זכות אויף א עובד עבודה זרה?! אין מלמדין זכות על המסית!!' צושרייט זיך מחסיה.

'אבער מחסיה טייערער' פרובירט זי נאך די לעצטע מאל, 'דו האסט דען געהאלטן א אויג אויף די גאנצע עולם?! כ'גלייב אז אויב אונזער גאטספארכטיגער שכן שאלתיאל האט זיך געבוקט צום צלם מיט'ן גאנצן הארץ, זענען נאך דא אסאך אידן וואס שטייען אויף א נידריגערער שטאפל אין יראת שמים ווי איהם.. נו גייסט יעצט מחרים זיין די גאנצע שטאט? גייסט מער קיינמאל נישט אריננכאפן א איבערבייס ביי שריה'ס רעסטאראן'?

'די ביסט גערעכט! יא! פונקט ווי דו זאגסט! מער גיי מיר נישט עסן נאר פון זאכן וואס מ'האט געקאכט ביי אונז אין שטוב! מ'קען זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם!

*****

צו מארגנס...

מחסיה קומט אהיים פון שחרית, אינגאנצן צושוידערט, 'האסט געהערט א חוצפה!! דער שאלתיאל, נישט גענוג וואס ער האט זיך נעכטן געבוקט צום עבודה זרה מיטן גאנצן קנאק, האט ער נאך די עזות פנים מיר חושד צו זיין אז איך האב מיר געבוקט צום עבודה זרה פנעם אייגענעם ווילן! דו הערסט!! אן קיין שום בושה קומט ער צו צו מיר אין שוהל און זאגט מיר אז מער וויל ער נישט מיר זאלן איהם נישט אריינשיקן גארנישט, ער פארלאזט זיך מער נישט אויף מיין קאך!!
אזא חוצפה!! משיח קען שוין קומען, מ'האלט שוין ביי חוצפה יסגי!!
הערסט וואס איך זאג דיר? דאס מיינט די גמרא 'כל הפוסל במומו פוסל', יא! ממש דאס!!

*****

עילם, א שטאט ווי אלע שטעט אינעם גרויסן פערסישן אימפעריע, י"ג ניסן ג'ת"ד
דער עלטערער ר' מחסיה שלעפט זיך אהיים פון שוהל, ווערנדיג אפגעווארט מיט א ווארעמע קאווע דורך זיין געטרייע לעבנס באגלייטערן..

'יהושבע טייערע' הייבט ער אהן צו קרעכצן 'כ'האב דיר שוין דאן געזאגט, דו האסט מיר נישט געוואלט גלייבן, א שרעקליכע גזירה איז נגזר געווארן אויף כלל ישראל, דער קעניג אט ארויסגעגעבן א גזירה להשמיד להרוג ולאבד אלע יודן' צוכליפעט ער זיך 'טאטעס מאמעס, עלטערע און יונגערע, אפילו די פיצלעך קינדער שוינט מען נישט'..
'פארוואס מיינסטו קומט דאס, אויב נישט וועגן שאלתיאל און דאס זיינס גלייכע אידן וואס האבן זיך געבוקט מיט גאנצן הארץ צום צלם? כ'האב דיר שוין דאן געזאגט אז דער איז אן אויסווארף! קוק וואס א חורבן ער האט אנגעדרייט אויף כלל ישראל'.. 'אוי, וואס וועט דא זיין, ווי אזוי נעמט מען אראפ דעם חרון אף.. אויף עבודה זרה העלפט דאך אפילו נישט קיין תשובה.. אוי וויי.. אוי וויי'..

*****

עילם, אור לי"ד אדר ג'ת"ה
'אה איז געווען א טאג היינט, יהושבע', ווער האט זיך דאס געגלייבט.. האסט געמוזט זען... די יונגעלייט האבן געשחט'ן עמלקים אין די מאסן, אפילו איך האב אריינגעכאפט מקיים צו זיין די מצוה נדירה פון מחיית עמלק.. כ'בין גלייך אינדערפרי - פאר איינער כאפט מיר אויס - אריבערגעלאפן צום האלב געלעמטן פרמשתא בן המדתא.. יא, דער וואס האט זיך גערייצט מיט מיר לעצטעס יאר ערב פסח ביי שריפת חמץ.. אוי האט ער זיך געבעטן ביי מיר כ'זאל איהם שוינען.. וואס מיינסטע, כ'האב שנעל אפגעזאגט דעם לשם ייחוד וואס מ'האט נעכטן פארטיילט אין שוהל.. אנגעטוען מיין גראבע גארטל.. און.. לשם מצות מחיית עמלק!!

'געלויבט גאט' רופט זי זיך אהן, 'אלעס האט זיך איבעגעדרייט צום גוטן.. ברוך השם אז מ'איז אפגעקומען מיט שרעק.. ווייסט וואס איך טראכט יעצט.. קוקט אויס אז באמת האט עס קיינער נישט געמיינט שלעכט ביים זיך בוקן צום עבודה זרה.. יעדער האט נאר געמיינט לפנים.. ס'מוז דאך אזוי זיין, אזא נס..'

'יויש! ביסט נישט מער ווי גערעכט!! ווי נעם איך מיר די כוחות צו גיין איבערבעטן ר' שאלתיאל? נאך מער ווי פערציג יאהר, וואס כ'קוק איהם אהן ווי א גויאץ, א מאכיל נבילות וטריפות, א מומר לכעיס ולתיאבון..

'ווייסט וואס איך טראכט, מיין טייערע מאן? איך מיין מ'זאל מיר מאכן א תשובת המשקל.. פארשטייט זיך אז מארגן גייט דא זיין יום טוב אינדערוואכן, מ'גייט דא פראווענען א סעודה כיד המלך מיט אלע אייניקלעך און אור אייניקלעך.. כ'האלט אז ס'וואלט געוען גלייך אז מ'זאל מיר בעטן פון מיסיס שאלתיאל'טע אז מיר ווילן דווקא עסן די גאנצע סעודה פון איר געקעכטס!!

***

זאגט דער אסטראווצער רבי זצ"ל, דערפאר האבן חז"ל מתקן געווען לדורות די מצוה פון משלוח מנות איש לרעהו.. מ'זאל מיר תמיד געדענקען 'בצדק תשפוט עמיתך'.. פונקט ווי דו ביסט דיר אליינס דן לכף זכות מיט אלע אופנים.. זיי יענעם אויך דן לכף זכות...


יאפ ס׳איז געלעכערט!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - וואס ליגט אינטערן משלוח מנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אזא קאנצעפט אראפגעלייגט מיט א אדרדיגן שטימונג ווען ביידע נעמען נישט אוועק פונעם צווייטן איז מער פון א קונץ, אזוי פאכמאניש משלב צו זיין דעם ימלא שחוק פינו מיט א ערנסטן מעסעדזש דערביי...כהאב משוגע הנאה געהאט.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - וואס ליגט אינטערן משלוח מנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

משולבות!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - וואס ליגט אינטערן משלוח מנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

יעצט אפגעליינט.. אוראייניקל עט היס בעסט!
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - וואס ליגט אינטערן משלוח מנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

א געוואלדיגע לימוד, אזוי הערליך ממחיש געווען און א סיפור,

יישר כח, כ'האב שטארק הנאה געהאט!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - וואס ליגט אינטערן משלוח מנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

שטארק צום פינטל

שיין געשריבן
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - וואס ליגט אינטערן משלוח מנות?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

WOW סארא מאסיווע ארטיקל דאס, זיך באלעקט מיט יעדעס ווארט,

הלואי וואלסטו געשריבן די גאנצע מעשה פון די מגילה.. גאר געשמאק אראפגעלייגט.. גיב ארויס א ביך, כ'גיב מעות קדימה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”