געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

צייט: 12:17.
פלאץ: אין מנהל'ס אפיס.

געווען בין איך בין א כיתה ו' אינגל מיט א שטארקע ווילן צו זיין וואויל, אבער נאר ביז דא. פון די ווילן און ווייטער איז גארנישט געגאנגען ווי געפלאנט.
די טעג האבן אויסגעזען כמעט די זעלביגע, טאג איין טאג אויס, זיך אנגעטון אינדערפרי טאנצענדיג אויפן בעט פראדוצירנדיג פרישע ניגונים אדער גאר חרוב געלייגט אלטע...
אנגעקומען אין חדר האלב פארשוויצט ווען די רעכטע שפיץ פונעם העמד הענגט שוין ארונטער, און מיט א ליידיגע ריסעס בעג אין די האנט נאכדעם וואס די אינהאלט האט אריינגעבלאנזשעט אין מיין מויל בשעת דער באס דרייווער - וואס האט געהאט די צוויי לופט פענס ביי זיין זייט וואס בלאזן זיינע שוין לופטיגע פיאות - זוכט צו כאפן יעדע באמפ אויף די ראוד, און רוב מאל טאקע מיט סוקסעס...
די פרישטאג האט שוין געהאט א טעם פון זאלציגע פאטעטא טשיפס אבער עס האט מיר נישט פארדראסן. ווארום די פייכטע פיקלס און אומגעצייטיגטע טאמאטן האט מיר בכלל נישט געצויגן, אפילו איך בין מער פון די דיקערע פונעם דור און ״אכילה״ איז על פי רוב מיין ידיד...
ס'פלעגט מיר טאקע וואונדערן פארוואס ביי מיר אינדערהיים איז אלץ דא איידעלע וואוילע שיין גרינע אוגערקעס אבער אין חדר זעען זיי - די ברייט געשניטענע שאלאכץ פארפלעקטע פיקלס - אויס ווי א גרופע געפאנגענע מיליטער לייט...
אבער וואס ווייס איך... מיר קינדער מוזן יעצט אויסהערן דיבורים פון א פינף און פערציג יעריגער איד וואס לערנט פאר אן הלכה און מאכט קארני זשאקס אויף א גריצעלדיגע מייק. ווי למשל: שטיינבערג פארוואס שטייסטו?... קקחחחחח... אדער: שווימער שווים צו דיין פאלאץ... (כ'האף אז דו האסט געכאפט. ער האט געזאגט 'פאלאץ' נישט פלאץ) יוי... איך אטעם נישט פאר געלעכטער... וואס קען מען טון. זיין אשת חיל האט אים קלאר געמאכט אז אינדערהיים זיצסטו נישט... טרעף דיך א זשאב!
וכך הוה. האט ער געטראפן א זשאב וואס הייסט ״פרישטאג רבי״...
פרישטאג וואס? צו וואס רבי? צו מיר איז דאס מער ווי א גבאי...
סיידן אנפראקן קינדער מיט טונא-פארשמירטע שעפלעפלעך האט ער מיר גארנישט געלערנט...
די בענטשן איז געווען א גאנצע סענזאציע. די ניגונים זענען ממש געווען געגאסן אויף די ווערטער ווי ציין פיץ אויף א ווינשיעלד. ווער רעדט נאך ווען ראש חודש איז די גאנצע לאנטש רום געווען אויף היי לעוועל ווייל ''יראו'' האט מען געזינגען 'האפ קאזאק'. אוי איז געווען פאן... געבאכעט אויף די טישן, מילך איז גערינען פון אלע זייטן, קיין איין פלעסטיק קאפ איז נישט געבליבן לעבן, און נאך א דריי-פיר מינוט ווען די מצב האט אנגעהויבן ארויסגיין פון קאנטראל האט דער פרישטאג רבי אנגעהויבן ארומלויפן ווי א צעווילדעוועלטער שעפס און געגעבן מיט די הענט און די פיס פאר ווער ס'האט זיך נישט אויפגעהויבן פון פלאץ. די מנהל איז אריינגעקומען פאר בעקאפ און זיך גענומען סטראשענען וואס עס האט זיך נאר געלאזט... עניוועי, ס'געווען אמאל צייטן.
הכלל, פארמיטאג איז געווען גאנץ כמעשה, ביז ווילאנג מ'האט זיך אויסגעקריגט מיט די שכנים פונקטליך וואו די גרעניצן זענען אויף די העווי דוטי האלצערנע טישן אנגעמאלן און אנגעקאלערט מיט יעדע מין פען, האט מען שוין געהאלטן ביי ריסעס.
וואס אין די פיפצן מינוטיגע ריסעס האט מען אלץ געטון איז ממש נישט משיג צו זיין...
אנגעהויבן א געים, דערנאך זיך צוקריגט מיט האלב קלאס, און שטייצעך ווייטער געשפינט די נעכטיגע פייט און זיך נאך צוריסן די הויזן ביים זיך אריינהאנקענען אין די רבי'ס טיש...
אבער ווען מען האט זיך דערמאנט אז ביז צוויי אזייגער וועט מען נישט קענען גיין אין טוילעט האט מען שנעל א לויף געטאן צום בית הכבוד און נאך עספיעט צו זען די געשיקטערע פון צווישן אונז שטיין אין די ליין און זיך אריינבייגן אין די וואסער מאשין (פאונטען. בלשון הגוים) וואו קעמלען און ווערן באשפריצט מיט א קאלטע שטרוץ וואסער פון די נאז און אראפ, אבער איך האב נישט געהאט צו דעם קיין צייט, עס איז שוין צוועלעף פערצן, ביז א מינוט דארף איך זיין אין קלאס...
די הכנה אליינס האט נישט גענומען צו לאנג אבער זיך אפגיסענדיג מיט די טשענלאזע איינהענטעלדיגע טעפל האב איך באגעגענט מיט א ארבטייל פון נאסע טישוס און איך האב ממש געפילט א מוז דאס ארויף פראסקענען אויף די וואנט מיט קראפט...
איך דארף אייך אפילו נישט זאגן אז וכך הוה...
די פאנטשער איז אבער געווארן אז פארברענגענדיג מיט די נאסע טישו געים איז שוין געווארן 12:16 און איך בין שוין א מינוט שפעט אנצוקומען אין חדר...
מיט צוויי בהלות שמייס איך ארויס פון חדר הנטילת ידים נתנדב דורך פרומט פערל בת ר' משה'ס זון, און מיט מיין רעכטע אויג זעה איך נאך מיין פארשלעפטע מלמד זיך קריגן מיט זיין אלטען סעלפאון אז עס זאל אריינפיטן אין דעם צוריסענעם כאלאט טאש וואס ענערהאלט שוין אין זיך א הויפן פאפירן, מיט א חבורה צוגעכאפטע פענס... דאס האט מיר בארואיגט אז איך גיי אנקומען אין קלאס פאר מיין רבי, אבער דאן האט עס פאסירט...
אומגעראכטן, אומפאראויסגעפלאנט, און אומווילענדיג, האב איך ביים אדורך לויפן די מנהל'ס אפיס זיך אנגעשטויסן אין זיין שווארצע לאנגע פארקנעפעלטע רעקל וואס איז נאר געווען ווי א הקדמה צו די געדרייטע וואנצעס וואס האט ענדגילטיג געפירט צו די סאמע מערסט שרעקעדיגסטע פלאץ אין די אומגעגענט...
יאפ... איר האט צוגעטראפן... די מנהל'ס שטרענגע בליקן האבן אריינגעטרויטן אין מיין טערעטאריע און מיט אזא ווייז פון די צווייטע פינגער וואס קנייטשט זיך אין האלב צוויי דריי מאל אין א סקונדע בין איך אריינגערופן געווארן אין דעם אפיס...
די טיר אונטער מיר האט זיך פארמאכט, און ווי א וואקעלדיגער 0.3 לעט אין א 0.5 לעט פענסיל האב איך אריינגעוואקט אין דעם אפיס. א כוואליע פון שאק האט אדורך געריסן מיינע ביינער ווען די מנהל האט אדורגעוואקט די שאנק וואו עס ליגט דעם אלעמען באקאנטן קאנטשיק, און צו מיין גרויס שרעק האט ער אויס געשטרעקט זיין הענט צו הינטערוויילעכס...
מיין שרעק איז געקומען צו א צייטווייליגע ענדע ווען איך האב באמערקט אז זיין הענט איז געווען געצילט צו א מערקבארע געגנט אויף זיין רוקן וואס האט זיך ווארשיינליך געבעטן פאר א הילכיגן קראץ, און די מנהל האט דאס פארשטייט זיך נאכגעגעבן מיט א פארגעניגן.
אבער אנקומענדיג צו זיין בענקל האט זיך זיין סעלפאון צוקליגען מיט א גריזשדיגע הויכע קול.
זיינע הענט האבן אנגעהויבן וואנדערן אין די זייטיגע רעקל טאשן - זעהט אויס ווי א גזירת הכתוב אז מנהלים מוזן האלטן די סעלפאון אינעם רעקל טאש. פארוואס? גיי פארשטיי - ביז די סעלפאון איז אפגעפונען געווארן און אויפגעהויבן געווארן א ספליט סעקונדע פאר דער רופער האט זיך מייאש געווען און א סעקונדע פאר איך בין טויב געווארן לעולם.
זיין שמועס איז מיר נישט אינטערעסאנט געווען, ליבערשט האב איך געקליבן זיך ארומצוקוקן אין דעם אנגעווארפענעם אפיס וואס האט ענהאלטן עטליכע אויפגעפליקטע באקסעס ספרים געדריקט נאך פאר מיר זענען געבוירן, און פלעגט פארטיילט ווערן סוף יאר פאר ווער עס האט געקענט די מערסטע פאפן פון די גאנצע קלאס. ליגט מיר נאך טאקע אין די ביינער ווען א שכן מיינער - שוין א ריזיגע שיבע קטאנע בחור - האט מיר פארבעטן צו גיין פרעגן די מנהל אויב איך קען אויפפיקן די סעט ספרים וואס די מנהל איז עם שולדיג, און איך - ווי א תמימות'דיגע טשערי טאמאטע - בין צוגעגאנען צום מנהל און געבעטן די סעט ספרים וואס ער איז שולדיג פאר משולם נחום...
די פראסק וואס איך האב געכאפט פאר דעם שאלה וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן... איך תמים האב ניטאמאל געוואוסט אז איך ריר צו א ווייטאגליכע קנעפל נאכדעם וואס דער משולם נחום איז געווען די סאמע גרעסטע טראבל מעיקער אין זיין צייט.
פון די אנדערע זייט אינעם אפיס זעה איך די באקאנטע באטל וואס שטעלט צופרידן א יעדנס פראבלעם פון ווען מען קומט אן אין חדר ביז מען לויפט אהיים... יאפ... די טיילענאל שטייט דארט מיט שטאלץ און ווארט אז די מנהל זאל איר קומען נעמען און אריינשלייכן אין די האנט פון א אינגל מיט פארטרערטע אויגן וואס קומט זיך אפרעדן אויף קאפווייטאג.
אבער איין זאך וואס דער נעבעכדיגער טיילענאל האט נישט געוויסט איז אז רוב מאל ענדיגט זיך זיין לעבן נאסערהייט אין א גרויסע גארביטש קען נאכן אדורכפאלן די פראבע עס ארפצושלינגען איבעלאזנדיג אן איבעלדיגן טעם אין מויל פון דעם מזל'דיגן יונגל וואס האט באוויזן צו זיין אינדרויסן פון חדר פאר עטליכע מינוט.
מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ ווען די מנהל האט פיינעלי אראפגעלייגט דעם טעלעפאון און זיך גענומען איבער מיין געביין.
זיינע בליקן זענען געווען שטעכעדיג, זיין האנט איז געווען אויסגעלייגט אויפ'ן טיש אין א פארעם ווי צי זאגן: דא קומט א אויספארשונג וואס שוין לאנג נישט געווען...
''דו ווייסט פארוואס איך האב דיך אריינגערופן?'' שטעלט ער זיין ערשטען אלעמען באקאנטן שאלה.
''יא'' ענפער איך מיט גרויס שרעק ''ווייל כ'בין נישט געווען צייטליך אין קלאס''
דאונט געט מי wראנג, איך האב פיין געוואוסט צו וואס ער וויל צוקומען אבער איך האב געמוזט שפילן דעם געים.
דער הייבט אויף זיינע ביידע אויגן צו מיר מיט א שטעכעדיגע בליק, מיין שוין אויפגעהויבענע האר האט זיך צוריק אראפגעלייגט פאר שרעק... ער קוקט מיך אן און איך קוק צוריק, ס'ווערט פארוואנדלט אין א בלוטיגע אויגן קאמפ ווער ס'קען קוקן לענגער, ביז ער האט זיך געכאפט אז ער איז א חוזק פארן זיך קריגן מיט מיר...
ער האט זיך געגעבן א האסטיגע שטעל אויף און זיך דערנעטערט צו מיר מיט א שנעלקייט ווען זיין רעכטע הענט איז געצילט צו מיין לינקע באק.
אינסטינקטיוו האב איך געגעבן א זשאמפ אוועק אריינטאנצנדיג אין א עקסטענטשאן ווייער וואס האט זיך דראמאטיש אויסגעפלאגט און ארויסגענומען דעם גרויסן פרינטער פון דינסט.
די מנהל האט זיך באקוועם געמאכט אויף זיינע צוויי פיס און איבערגעטראכט זיינע פלענער, לויט ווי עס קוקט אויס האט ער באשלאסן צו גיין ווייטער מיט מאכט.
ער האט צו גענענט זיינע ידים צום שראנק און צוגעצויגן דעם קאנטשיק צו זיין לייב און זיך געגרייט אנצוגרייפן דעם קרבן מיט קראפט.
מיינע הענט האבן גענומען פאזיציעס אין די הויזן טאשן און מיט א אנטשלאסענקייט צוריק געוויזן די באפעל פון אויסשפרייטן די פלאכן מקבל צו זיין די פייער'דיגע מתנות.
די מנהל האט באשלאסן אז ער גייט גיין א בחינה פון יד תחת יד און האט אנגעהויבן פראבירן ארויסצושלעפן מיינע הענט פון הויזן טאש.
איך האב געארבעט איבערמידלעך צו האלטן מיין סטאטוס אלטץ געווינער אינעם קאמפ.
עס האט אנגעהויבן ווערן מער און מער שרעקעדיג ווען צווישנרופן פון ביידע צדדים ווערן אויסגעשריגן א שטייגער ווי
צד א': מחוצף דו...
צד ב': כאגאניש געטון...
צד א': ליגענער...
צד ב': ס'ניש מיין שולד...
צד א': זאג מיר נישט קיין ליגענט אין פנים אריין...
צד ב': ס'איז געווען יענקל...
צד א': ס'איז געווען דו...
צד ב': ס'נישט...
צד א': ס'יא...
צד ב': די מנהל וויל נישט זאגן אז ס'איז יענקל ווייל ער איז די מיוחס...
''באאאאאאססססט''
צד א': דו עזות פנים עזות מצח! גיי דיר אהיים פון דא און קום נישט צוריק אן דיין טאטן...
דערנידערט און באזארגט בין איך ארויס פון אפיס און באשלאסן אז איך גיי נישט זאגן פאר מיין טאטע גארנישט.
איך בין נישט צוריק אין קלאס נאר געגאנגען זיצן אין שול און געציילט די ציגל.
ביי לאנטש בינעך אראפ געגאנגען שפילן ווי געהעריג, און ביי סדר הלימוד האב איך זיך באשעפטיגט מיטן אויסשפיאנירן דעם גאנצן בנין.
די קאך מענעזשער האט ארויסגעוויזן מיטגעפיל און מיך געגעבן פאטעיטעס צו שיילן... פארשטייצעך אז כ'האב נישט געשיילט מער ווי פינף מינוט און געגאנגען זוכן בעסערע גליקן.
אהיים געגאנגען בינעך געהעריג און גארנישט געזאגט דעם טאטן.
די נעקסטע טאג בין איך צוריק געקומען אין חדר באוואפנט מיט א דיקע נאוועל בוק צו ליינען און אזוי האב איך זיך געדרייט אינדרויסן פאר דריי טעג פארוויילענדיג מיט וואס כ'האב נאר געקענט...
די פערטע טאג האב איך שוין געפילט ווי איך פלאץ און איך בין צוגעגאנגען צו די מנהל'ס אפיס און אנגעקלאפט אויפן טיר.
איך בין אריין צום מנהל און אויסגעבראכן אין א געוויין און אים געבעטן ער זאל מיך צוריק ארייינלאזן אין חדר.
איך האב מיך געבעטן אז ער זאל מיר מוחל זיין אז איך בין געווען א מחוצף און איך האב שוין געהאט גענוג בושות פון אלע רבי'ס וואס האבן מיר געזען זיך דרייען אינדרויסן ווי א בעבי...
די מנהל האט זיך פארטראכט און באשלאסן מיר צו פארגעבן.

וואס איך האב ארויסגענומען פון די מעשה איז, אז מיט עקשנות קומט מען אן...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יע יע...
דאס אידאך אזוי גוט אראפגעלייגט וואס ס'שפילט זיך אפ אינטער דעם בלויע טיר מיט דעם גרעיע הענטל וואס באזזט אזוי שרעקעדיק צוריק ווען מ'קלאפט דעראויף...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

Wow! נעקסט לעוועל געלעכטער! איך האב נישט קיים אהנונג פארוואס איך האב געלאכט - ווער ס'ווייסט פון וואס מען רעדט, ווייסט אז מען דארף וויינען. ב"ה דא האט זיך די מעשה גיט געענדיגט, אהן קיין עגמ"נ פאר דיינע עלטערן.

אגב: מיין מנהל האט נישט געהאט קיין סעלפאון, נישט געוויסט אז אין די סעלפאון צייטן איז נאך דאס פארגעגאנגען.
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דו האסט מיר געהעריג צוריקגעטראגן צו "יענע" יארן.


פרישע קוגל האט געשריבן:ס'פלעגט מיר טאקע וואונדערן פארוואס ביי מיר אינדערהיים איז אלץ דא איידעלע וואוילע שיין גרינע אוגערקעס אבער אין חדר זעען זיי - די ברייט געשניטענע שאלאכץ פארפלעקטע פיקלס - אויס ווי א גרופע געפאנגענע מיליטער לייט...

:lol: :lol:
ליבערשט האב איך געקליבן זיך ארומצוקוקן אין דעם אנגעווארפענעם אפיס וואס האט ענהאלטן עטליכע אויפגעפליקטע באקסעס ספרים געדריקט נאך פאר מיר זענען געבוירן, און פלעגט פארטיילט ווערן סוף יאר פאר ווער עס האט געקענט די מערסטע פאפן פון די גאנצע קלאס.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:יע יע...
דאס אידאך אזוי גוט אראפגעלייגט וואס ס'שפילט זיך אפ אינטער דעם פעינט אפגעקראצטן בלויען טיר מיט דעם גרעיע הענטל וואס באזזט אזוי שרעקעדיק צוריק ווען מ'קלאפט דעראויף...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

כ'אטעם נישט....
כ'פיל מיך ממש היימיש אין דעם ארטיקל... ס'אפשר געווען אין א בנין צווישען בארטלעט און וויפעל????
אדער אפשר סדנא דארעא חד הוא
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

געלייענט מיט איין אטעם
צוריקגעדרייט דעם זייגער צו כיתה ח ווי א זיידע ווען ער מיינט אז ער איז אין נאך בוכענוואלד
----
די מנהל ריפטיך
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ס'אידיר נישט איינגעפאלן ס'צווייטע טאג אז דער מנהל האט שוין לאנג פארגעסן?

ווענד זיך אפשר ווער דער מנהל איז ..
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

:lol: :lol: :lol:
אוי די אלטע גוטע צייטן!... הלוואי ווען כקען ווען צוריק גיין דארטן און אנהאקן אפאר אנעמפלויט יודן דארט'ן מיט (מאריא'ס) בעזים שטעקן!....
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

משה בעלז האט געשריבן:Wow! נעקסט לעוועל געלעכטער! איך האב נישט קיים אהנונג פארוואס איך האב געלאכט - ווער ס'ווייסט פון וואס מען רעדט, ווייסט אז מען דארף וויינען. ב"ה דא האט זיך די מעשה גיט געענדיגט, אהן קיין עגמ"נ פאר דיינע עלטערן.

אגב: מיין מנהל האט נישט געהאט קיין סעלפאון, נישט געוויסט אז אין די סעלפאון צייטן איז נאך דאס פארגעגאנגען.

:wink: זיי נישט באזארגט... די מנהל האט אסאאאאך געלוטן פון מיר, ס'יזעך מיר געקומן אביסל צרות, אבער אזויווי די זאגסט, נישט פאר מיינע עלטערן.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

און שוין! האט געשריבן:כ'אטעם נישט....
כ'פיל מיך ממש היימיש אין דעם ארטיקל... ס'אפשר געווען אין א בנין צווישען בארטלעט און וויפעל????
אדער אפשר סדנא דארעא חד הוא

נאפ... נישט אין טרופ... ניטאמאל אין וויליאמסבורג...
אזויווי די זאגסט, אלעס די זעלבע
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

לייטער האט געשריבן:געלייענט מיט איין אטעם
צוריקגעדרייט דעם זייגער צו כיתה ח ווי א זיידע ווען ער מיינט אז ער איז אין נאך בוכענוואלד
----
די מנהל ריפטיך

;l;p-
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:ס'אידיר נישט איינגעפאלן ס'צווייטע טאג אז דער מנהל האט שוין לאנג פארגעסן?

ווענד זיך אפשר ווער דער מנהל איז ..

נעע... נישט די מנהל, און נישט פון דעם תלמיד.
נישט געווען אזא גרויסע חדר,
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

פרישע ;l;p-
דער ארטיקל איז א געשטויגנס איינס און א גוטס! געליינט און איין שאס, זייער גוט אראפגלייגט אייזן שפראך זיסע לשונות זיך צו באלעקן... איי די זכרונות...

וואלסט עס געקענט מאכן אלס א געהעריגע ארטיקל
אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm
לאקאציע: בית המדרש הגדול

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך no way »

באטעמטקייטן האט געשריבן::lol: :lol: :lol:
אוי די אלטע גוטע צייטן!... הלוואי ווען כקען ווען צוריק גיין דארטן און אנהאקן אפאר אנעמפלויט יודן דארט'ן מיט [size=150](מאריא'ס) בעזים שטעקן!....[/size]

נא גילו....
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm
לאקאציע: בית המדרש הגדול

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - ווען איך בין געווען ארויסגעווארפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך no way »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”