געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

א טעקסט מעססעדש פארט ארויס צום פאמיליע גרופע: עניבאררי דער?? אבער קיין אנטווארט קומט נישט אויף צוריק. פארשטייסט? ווען רייזי'ס שוועגערינ'ס שוועסטער'ס שכנ'טע האט געהאט א בעבי בshoe טויבי און צוקראך עס, האט די גרופע געווירבלט ווי א מורישקע שטאט ביי ריסעס, אזש מען האט געברויכט פארלעשן די נאטאפאקאציעס בלויז אן אטעם צו טוהן. אבער יעצט, ווען מען נויטיגט זיך אין ריכטיגע הילף איז ניכט דאַ צו וועם צו רעדן.

ווי מ'גייט פרעגט איהר? אהא, איהר פארשטייט לגמרי נישט. מ'גייט צו א שבע ברכות! yay! ש'טא קיין פריילעכערס פון מיר. די זיידע מאכט א שבע B ביים פעטער אין די ריים, און מ'מוז גיין.

שוין, כ'האב נישט קיין צייט צו ווארטן, ס'ווייב האט נישט אנגעגרייט קיין נאכטמאל היינט ווייל מ'טשוין עסן ביי די שבע.. דערווייל איז שוין היפש שפעט און איך בין אזוי הינגעריג אז כ'וואלט געהרג'ט פאר די לאך פון א בייגל...

ברית בלילה גיימער אריבער איינער אליין.

כ'קום אריין. די טיהר פראלט אויף גלייך צום דיינינג רום אריין, ערלויבענדיג פאר יעדעם איינעם צו אבזעווירן די גרינער וואס האט נארוואס געלאנדעט צום מעמד. כ'טוה מיר אויס ס'מאנטל. ווי גייט מען עס אויפהענגען? פעטער מעכל האט געשאפן א קאוט רעק וואס האלט זיך ביים צאמלייגן יעדע ליאדע מאמענט. כ'פאָאָאָָאָששש מיט אלע כוחות די מאנטלעך אהער און אהין, די עולם באטראכט מיר מיט אפענע שפאנונג, ווילנדיג זען צו איך וועל למעשה באווייזן אריינצושמאגלען מיין קאוט דארט, אז ס'קען זיך דאכט'ן אז זיי האבן געוועט דערויף. די גאנצע רעק ריקט זיך אהער און אהין מיט יעדע ריק, ארויסלאזענדיג מאוים'דיגע קולות אין ריכטונג פון די ביישויער וואס ריקן די קאפ מיטן רידעם פון די קאוט רעק נאכפאלגענדיג מיט נייגער די מ''ב מסעות תרתי משמע.

ענדליך דער חיצעף האט זיך אריינגעשווערצט צוושן די אלט געהענגעדיגע מאנטליך, און יעצט קומט די רייע פאר איהר בעה''ב זיך אריינצוזעצן צווישן די אלטגעזעסענע שבע ברעכערס.

די פיצי דיינינג רום איז אזוי געפאקט אז ווען די דיינינג רום וואלט ווען געווען א דשאר פון פיקלס, וואלט נישט געווען מעגליך ארויסצונעמען איינס... שעפער 1ציגער! ווי גיימער קונה שביתה זיין?

יעצט געלויבט ג-ט, מיין ברודער צייגט מיר פונדער ווייטענס (למעשה ולא להלכה) אז איין בענקל איז געבליבן ליידיג פאר מיר. אקעי, ס'נישט געווען ליידיג לכתחילה, באמת האט שוין דער קליינער שמואל אלי געכאפט ס'מקום, אבער אזוי ווי שמולעלי איז יעצט געווען פארנומען גיין פון טיש צו טיש ראבעווען די זויער פיקלעך ווי א לאגער ארויסקומער, האב איך זוכה געווען צום בענקל בקנין חליפין. אבער ס'נאך געווען א מהלך קצרה וארוכה, אנצוקומען צום צאמלייג בענקל טריפל משמע. איך בין דא, און די בענקל איז דארט. דאס הייסט אזוי, אנצוקומען צום דעזעגנירטע זיץ, דארף איך דורך שפרייזן צווישן די צוויי טישן. אויסער צוויי טישן פיט דאך נישט נאך עפעס אין דיינינג רום. ווען פעטער מעכל האט מסכים געווען צו מאכן די שבע ברכות ביי זי כינדעריים האט ער שיין אויסגעמאסטן די גאנצע זאך מיט די מעסטער פון סאואינג באקס, אבער ס'אים נישט געפיילן בויגן צו רעכענען עפעס פלאץ אריבער צו גיין אויכעט.

שטיי איך אזוי ביים פרשת דרכים, כ'קוק מיט גליסטעניש אויפן ליידיגן בענקל, אבער אנא יכנס? א טויט שטילקייט הערשט אין זאל, ווי נאר ביי א מיני שבע ברכות. איך שטיי דארט אזוי צומישט אז כ'האב נישט געוויסט צו איך זאל טשעקן די נאז אדער קראצן די זייגער...

אקעי, שטיין ווי א בעט באנעצטער דא איז מיר אויך נישט צופיל געווען אויפן הארצן, מ'דארף זיך ריקן. איך פרואוו זיך דורכצושטיפן צווישן די בענקלעך, צום ערשט גיי איך אריבער די כלה'ס ברודער'ס, די פעטער האט זיי גוטהארציג גערופען, פארוואס נישט. ער האט געהאט איין דאגה, ס'זאל נישט זיין ליידיג. יעצט אויף טיש א' האט זיך געזעצט פעטער קלמן נחום, און ריקן צו ריקן אויף טיש ב' זיצט עלטער פעטער ליפא. און צווישן זייערע בענקלעך איז געווען אזא שמאלע דורכגאנג אז אויב מען וואלט ווען געפעינט בעפאר, וואלט דאס אויך נישט געווען.

פעטער ליפא צו בעטן זיך צו ריקן א טראָפקי, קומט נישט אין באטראכט. נישט ווייל ער וויל נישט, נאר ווייל ער קעניש. איכל נישט זאגן אז ער איז רינדעכיג ווייל איך וויל נישט איבערטרייבן, אבער אויב וואלט ער געווען מיט בערך אן אינטש העכער, דאן וואלט ער געווען רינדעכיג.

ווידעראום, פעטער קלמנחום'ן, דערוואג איך נישט צו בעטן, ס'נישט קיין ד'כערעץ. ווען ער וויל ווען אריבערגיין וואלט ער אויך נישט געחלום'ט צו בעטן, ער וואלט העכסט ווארשיינלעך א שטופ געגעבן א באקס צום געדענקען און ער וואלט אריבער.

נו, למעשה וואס טומיר דא?

שמילעלי! יא, שמילעלי איז געקומען צו די רעסקיו, ער האט זיך נארוואס צוריק געקערט פון זיין פאַנג מיט די רויב אין די האנט, נעמליך מלא חפניו זויער פיקלס, גליקליך ווי א מייזל און ר' ישעי'לעס קאך, מאכט ער זיין וועג צוריק צום בענקל וואס איך האב שוין לאנג קונה געווען, ער ווייסט עס נאר נישט... געוואלד! די איין ליידיגע בענקל וועט מיר יעצט שמילעלי פארכאפן? איך פאלג נאך מיט אנגסט זיין שנעלע מהלך צו 'זיין' פלאץ, ווען די לעצטע מינוט טריי איך נאך אפשר דאך וועל איך אנקומען בעפאר. אבער ניין. שמילעלי האט זיך געגעבן א שלייכע אריין אינעם זיץ זיינער, אוועקלייגענדיג דעם הויפן פיקלס פארנט פון זיך, גרייט מאכנדיג זיך צו ווארפן אויפן פארציקונג אז קיין זכר זאל נישט בלייבן.

ס'מיר גרין געווארן פאר די אויגן. וואס טוה איך דא ג-טניו?

כ'וויל צוריק גיין, העכטסענס וועל איך זיצן אין קאך. איך שעפשע א שטילע געבעט פון טיעפן הארצן, למקדשך תוב ולקודש kitchen, און כ'דריי מיך ארום נאר צו זען אז די וועג איז פארשלאסן. נישטא קיין וועג צוריק. איך האב געשפירט ווי די אידן ביים ים סוף, ווען ס'איז ווען דא ים סוף פארנט פון מיר וואלט איך גענחשון'ט און א הארץ-קלאפ.

און אין יענעם סקונדע, איז די ישועה געקומען און די פארעם פון א עקספלאזאציע פון זויער פיקל זאפט וואס האט אומוועלנדיג ארויסגעשפריצט פון שמילעלי פארנומענע מויל גלייך אויף פעטער קלמנחום'ס גלעזער, נאז און מויל...
די פעטער האט זיך גענומען מאכן אזאנע שטילע קולות און שמילעלי'ס אויער אריין אז פרשת משפטים האט שוין אויסגעזען ווי א קינדער שפיל פאר אים... שעמסט זיך נישט?? נעמסט אלע פיקלס?? ס'דא עלטערע אידן דא! גיי זיץ לעבן דיין טאטע אדער גיי מיט די אינגלעך! זעהסט נישט דעיע טאטע שטייט? קיין טראפ דרך ארץ די היינטיגע קינדער!

שמילעלי האט אפגעיאגט פון שטח איבערלאזענדיג פאר מיר די הויפן זויערס.

זיץ איך דארט שיף קעגן איבער מיין ברודער, און מ'פרובירט אזוי צו שמועסן פון די ווייטענס, יעדעס ווארט געמאסטן ווארום די ארומיגע האבן וויזט אויס נישט וואס צו טוהן אויסער הערן מיט איטערעסע ווי איך דערצייל פארן ברודער ווי איך האב געפארקט.. איינער איז פארנומען שארן די ברעקלעך מיטן גאפל, איינער הויבט אויף יעדע ברעקל און ריקט אריין אין מויל, איינער באטראכט די דאך מיט אינטערעסע, וכהנה וכהנה..

יעצט איז דא דער מורא'דיגע פראבלעם ווי צו האלטן די אויגן. די טישן זענען צודרייט שמאל, און פינקט קעגן איבער זיצט די פעטער'ס חבר. ער קומט ווי די הויפט מחותן מיט זיין יערליכע דשאוק, אז ער קומט פשוט לערנען מיט זיין חברותא.

שייע הייסט ער. זיצט ער דארט קעגן מיר, כ'דערוואג מיך נישט צו קוקן אויף איהם ווייל יעדע מאל וואס איך קוק זעה איך אז ער באטראכט מיר... די פנים זיינער אזוי זויער אז ער קען פארוואנדלען פרישע מילך צו קעיז, בלויז דורכן קוקן דערויף... די הויפן זויער פיקל שטייט דארט פארשעמט נישט ווערד צו ווערן אנגערופן זויער און ר' שייע'ס געגנווארג...

א ששששש הערט זיך אין חלל, כאולי ס'דא וועם שטיל צו מאכן... די פעטער איז מכבד די זיידענע איידעם זיינער צו זאגן אפאר (?) ווערטער...

ער שטעלט זיך אויף רויט ווי סחוג, נאך א קורצע טענה'ריי ווי ער זאל שטיין, ביים אויבן אן אדער אינטען מיט... הייבט ער ענדליך אן,

מצוה לשמח חתן כלה, חחח העמער זאגן אפאר ווערטליך לכבוד חתן דינן, לכאורה די כלה איז נישט דא, אבער די חתן וועט איהר איבער זאגן באלד... חחח... קעמען זאגן א (אויסגעדראשענע, פון נאז קימער, צוקייטע, היינט אין כולל געהערטע) חקירה, אויב די כלה הערט די דשאוק נאכן שבע ברכות צו מ'האט יוצא געווען... חחח... כ'הא געטראכט, (ליגענער איינער) פארוואס טאנצן נישט די ליטווישע קיין מצוה טאנץ? ווייל זיי האבן נישט קיין גארטל... חחח...

און אזוי קראכט ער דשאוקס איינס נאכן צווייטן ווען די עולם האלט זיך ביי די זייטן נישט ארויסצולויפן... די געשטיפטע געלעכטער וואס די עולם טיילט לשם צדקה, קוקט אויס ווי א לאכן פארמעסט אין סאמע תשעה באב...

אבער איינער לאכט נישט. מיין כנגדו ר' שייע איז געבליבן זיצן ערנסט ווי א הארץ אטאקע. ער זיצט דארט באבלאזן ווי א שבת כ'מיטאג אויפשטייער, שאקלט די פיס נערוועז ווי א וואש מאשין וואס גוסס'ט...
כאטש ר' שייע ז'קיינמאל נישט אין א גוטע גוסטע, באמערק איך אבער מיט מיטלייד אז דאסמאל קוועטשט אים עפעס מער... כ'פרוביר צו טראכטן וואס עס באדערט איהם. אפשר האט ער מורא פון וואס איך האב מורא, פון נאכן בענטשן ווען די פעטער גייט ארום מיטן בעכער און טאץ, למען השם פון איין עק זאל בייזן צווייטן, און די עולם קוקט נאך מיט שרעק, צוטערנדיג נישט צו כאפן א שפריץ גרעיפ דשאוס, און נישט צו קריגן קיין ברכה. נאופ, זעט נישט אויס...

אבער צופיל צייט צו טראכטן האב איך נישט. די עולם שטעלט זיך אויף טאנצן... אבער גרייזט נישט, מען רעדט נישט דא פון א אנגענעמע שמח תשמח שפאציר, נאַההההה.. די איידעם מיט די זוהן פון די פעטער, שיגע פריש, הויבן אן אוועקצוריקן די טישן און בענק מיט א אימפעט, מ'גייט טאנצן!

די אינגסטע איידעם, דער מיט די ריפס, האט געשאפט א ספיקער פון ישיבה, און יאללא!!!! מ'גייט האפקענען!!

הטוב הטוב הטוב כי לא חלו רחמיך!!!

אוי לאמיר טאנצן ביזן נוראַ חמה!! אוי לאמיר אהיימגיין שלאפן!

זיי מאכן זיכער אז יעדער טאנצט מיטן חתן, צודרייט פריש און א גרינע ליל שלישי.. ווען די שכן איז שוין צום זעקסטן מאל זיך געקומען בעטן אז די גאנצע בילדינג וואקלט זיך, און די שוין געשלאפענע קינדער קענען נישט צוריק איינשלאפן, האבן זיי ענדליך באפרייט די עולם, זיך וואונדערנדיג זיך ווי ס'נעמט זיך צו איד אזא ביטערקייט נישט צו לאזן אידן טאנצן...

די עולם לויפט צוריק כאפן די פלעצער... ר' שייר איז געבליבן די גאנצע צייט זיצן ווי א קווארענטירטער. וואס גייט פאר מיטעם??

די דרשה!! דאס איז עס... ב'שייע ווארט בכליון אזנים מ'זאל אים מכבד זיין... אבער וויאזוי קום איך אן צום פעטער יעצט? איך מוז איהם דערמאנען! איך שיק א טעקסט פארן ברודער, ער רוימט אריין פארן קאזין אין אויער, חברא חברא שמועס ליה, אזוי איז די מעסעדש ארומגעפארן די טיש מפה להויזן, ביז ס'איז ענדליך אנגעקומען צום פעטער...

די צייט איז געקומען... ב'שייע שטעלט זיך אויף זאגן זיין שבע ברעכערליכע דרשה.

עהעם, עהעם, מאכט ער שטיל דעם בית הקברות שטילער זאל, נעמת'ן אריין בינעך נישט געוואוינט צו רעדן, (כעל דער באלד זאגן), נאר חותן געבעטן, 1 מרבסין לגדול, במקום שיינע איש, ש'פארגעקוקוקט, קם ליה בדרבה בדי, יאמר לצרתינו די, מצא אשה מצא טוב, מוציא מצה.. וכו' עס טריפט פון אים פערל רייד, הנחמדים מפץ, זיס ווי לעמאן, שארף ווי א פלעסטיג מעסער, לעכטיג ווי די נאכט, שיין ווי בלאטע, וואַרעם ווי א פענגווינס פיס, און טייער ווי מיללער'דיגע אייער...

פונקט דאן, אינמיטן די חלמיד תכם'ס דרשה האט מען אנגעהויבן צו סערווירן די פלייש. די אויבן אן דערווייגט זיך נישט צו אנהייבן עסן, ווארום זיי זענען טיף אריינגעטוהן אינעם פולפל וואס ר' שייע איז מחדש, זיי האלטן מיט יעדעס ווארט (מיי פוט).

די איבריגע ציבור, פשוט'ע בירגער, באטראכטן מיט בענקעניש די טעלער הייסע גלעזער-פארהויכער בהמה טשיקען, איינער נעמט די גאטס און שטעכט אריין ס'גאפל אינעם פלייש, א צווייטער הייבט אן שארן די פאטעיטאס פרובירנדיג צו פארגעסן פונעם נאגענדע הינגער אבער אן ערפאלג.. א דריטער קען שויניש אויסהאלטן מער און מיט די פינגער גנב'ט ער אראפ א חתיחה'לע פונעם פליישקע...

צוביסלעך צובאלט און צו ביסלי, האט דער עולם אנגעהויבן שטילערהייט צו עסן די פארציע, גאפל נאך גאפל, קייענדיג מיט די גרעסטע מאס פארזיכטאגקייט, נישט ארויסלאזענדיג א פיפס (וואס מיינט פיפס). אני הגראבער האב זיך צוגעשטעלט צום עולם קייערעס, און זיך א לאז געטאן איבער מיין טעלער, שיקענדיג א מעסעדש פארן מאגן מיינער אז איך לעב נאך יא צום גוטן...

דארט אינעם מעשש פאטעיטא, אוי דארט אינעם מעשש פאטעיטא'לע, איז געשטאנען א שטאלצע קרעקער'ל... דער קרעקער'ל, דער קרעקער'ל, איז געוועזן גאר קראנטשי, גאר קראנטשי... אוי ליבע ברודער גוטע ברודער, ווייסט איהר וואס איז געשען? אוי ווייסט איהר וואס איז געשען? אט הערט...

איך האב געגעבן א בייס אריין אינעם קרעקער... --- קחחחחחחחקחקחקחקחקחקקחקחקחקחקחק

די גאנצע עולם האט זיך אויסגעדרייט מיט בייז וואונדער. ערעפ שייע האט האסטיג אפגעשטעלט די דרשה קוקנדיג אויף מיר מיט אויפברויז, איך האב נישט געוויסט ווי זיך צו באגראבן פאר בישה... אראפצוטאנצן פון זיין עגא ביז צו זיין IQ וואלט געמיינט א זיכערע זעלבסט מארד... ר' שייע בלאזט נאך היינט אויף מיר זינט יענע געשעהניש... (כאולי פארדעם האט ער נישט...)

אבער די ערגסטע חלק איז געווען אז די קרעקער איז נאך אין מויל און ווארט אויפן צווייטן בייס, היה לא תהיה...

צופיל אפציעס איז נישט געווען אויפן טיש (ש'געווען קיין פלאץ...) טראכט איך אזוי צו מיר, די עולם קוקט סייווי, ערגער קען שוין נישט זיין, כאטש דעם וועלט זאל איך האבן.. לאמיך כאטש ענדיגן די קרעקער... איגנארירענדיג אלעמען האב איך געגעבן נאך א בייס, און דאן נאך איינס, קקחחחחחחחקחקחקחקחקקקחחחחחח....

אההההה, די קראך פונעם קרעקער...

ביז איך האב די גאנצע קרעקער פארענדיגט מיט אפעטיט... קראכטס אלע!


יאפ ס׳איז געלעכערט!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

די רעקארד ברעכן פון מיך מאכן לאכן אין א צירקע פון צען פופצן מינוט איז זיכער דער ארטיקל פון שמארטי!...

כמעט יעדע שורה עקסטער האט מיך אויפגעשאסן אין א הילכיגע געלעכטער, אזש כאמיך נישט דערוואגט צו אריינעמען עפעס אין מויל בשעת מעשה, א זאך וואס וועלט געווען געהעריגע זעלבסטמארד אויף דעם מאכל...

אזוי גוט אראפגעלייגט די מצב לעבעדיג מיט אלע דעטאלן, דיך ממש אריינגעפירט אין דעם קליינעם דיינינג רום דארט... נאך מיט דעם שייע וואס יעדער קען אזעלכע שייע'ס און מען קען גלייכן האבן א בערך'דיגע בילד אויף אים...

און ווער רעדט שוין פונעם הויכפונקט ווען עס פאסירט דעם שרעקליכן קראך פונעם קרעקער... דעם פארברעכן פונעם יאר הונדערט... דעמאלטס קען מען קראכן און קרעקן פון געלעכטער אז מען קען באלד האבן די זעלבע בושות וואס דער האט געהאט דארט ביים שבע ברכות...

בקיצור, ס'א מעכטיגע ארטיקל מיט צענדליגע באזינדערע אויסשיס פוינטס, און יא, עס פאסט פאר שמארטי אזאנס!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אה יעס! איך האב דאס מיטגעלעבט בחוש און זיך געראולט פאר געלעכטער אזש איך בין געפלויגן פונעם אויבן אן ביז'ן אונטן מיט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

דעי ארטיקל איז מיין בעסטע ארטיקל.. אפאר פוינטס.
די שפראך איז געוואלדיגער פון געוואלעגעוואלדיגעדיגעדיגגג!!!!
שמארטי ביזט ווערד יעדע פעני!!
און נאך אסאך פוינטס אין די ארטיקל וואס איז אומבאשרייבליך קרעיזי ווייסעכנישוואס, פראם טאפ טא באדעם ליין!.. ס'איז א געלונגענע ארטיקל!!.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

פיינע נייעס!! געקראכט און געלעכערט!!

זיך נעכטן געטראפן אינעם סיטואציע, עפענענדיג א סאדע פלעשל אינמיטן א דרשה...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

;l;p- ;l;p- פיין געלאכט!
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוי האט דאס אויסגעצויגען מיינע לעפצען ביזען מאקס.

א דאנק שמארטי! און פארשטייט זיך פאר אלע ארויסהעלפערס פונעם געלעכערט, ובראשם נמש און איינס.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

שמארררררררררררררטי!!! וואס האסטו געטוהן מיט מיר??? אזוי צו לאכן.... די ביסט אנביטיבעל!!
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

עס טוט מיר וויי דע זאטן פון לאכן.
ישר כח
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

Wow wow Wow, עפעס וואס נאר שמארטי קען, אזא שמארטיקל טרעפט מען נישט נישט אנליין און נישט אופליין
5 טריליאן סטאר רעטינג אן קיין צווייפל , בעסטע שמארטיקל פון יאר
ישר כוח שמארטי
יעדע שורה יעדע ווארט איז מלא חידושים
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

יו אר סאמטינג ספעשיל!
אזאנס געלאכט!

די טאלאנט אין קריעטיוועטי איז באמת אמעזינג!!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

דאס איז דאך א גע'גנב'עטע ארטיקל, קוקטס דא

יישר כח שמארטי פארן עס ענדיגן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

feine niyes!!!!!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

-y-
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

כמיין אונז שעירן פעטער....

כהאב געדארפט גיין מאכן סטיטשעס פאר מיינע ליפן....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מתמודד האט געשריבן:כמיין אונז שעירן פעטער....

כהאב געדארפט גיין מאכן סטיטשעס פאר מיינע ליפן....

דיין שווערס ברודער?
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

אזאנס געלאכט!!

זייער גוט געשריבן, ממש געפילט ווי איך לעב עס מיט

טענק יו
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דערמאנט מיר פון די נייע טשיפס כ'געדענק נישט די נאמען.
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

אזאנס געלאכט דא עפעס סאמטינג ספעשיל גוט!...
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
פארנדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2020 10:06 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנדיג »

הויהויהויפויפויחחחחחחמחח הויהאטשפועויחחחחחמח
די ווענט פון אלע סקיסעס אין סמעדרעש האבן געכאפט אזאנע זעצעס... ששששששש.... זענען איטליכע הייזעריק געווארן פון שושקען אויפ'ן הילכיגן לאכער אין עלעווטן שטעלכל.

שמארטי, כאניש געקענט אויפהערן לאכן! הוי לאכטי!!!! ס'בעסטע איז געווען ווען פעטער שיע האט געלאזט הערן א קו'אישע "ני......." פון זיין מנוחה נכונה.... הוי האט געהערט זעצערייען....
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

:lol: :lol: :lol: וכו'

אוי האב איך געלאכט און געקראכט און געקרעקערט און געלעכערט, כמנהג בית שמארטי מקדמת דנא!! זיך צו באסמאקעווען (וואס?) מיט יעדע ווארט!! מ'שפירטצעך אינעם קרעקער..

איבערמעכטיג! אזוי ווי אייביג, מיט א שמוץ אריבער. די קראך פונעם געלעכערט!

ישר כוח!!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נאר מיט שמחה האט געשריבן::lol: :lol: :lol: וכו'

אוי האב איך געלאכט און געקראכט און געקרעקערט און געלעכערט, כמנהג בית שמארטי מקדמת דנא!! זיך צו באסמאקעווען (וואס?) מיט יעדע ווארט!! מ'שפירטצעך אינעם קרעקער..

איבערמעכטיג! אזוי ווי אייביג, מיט א שמוץ אריבער. די קראך פונעם געלעכערט!

ישר כוח!!!!

שמארטי :roll: דו ביסטעס?
האסמער עס נאכאמאל געמאכט איבערלעבן..
--
אמאמער שיין דעם פעדער אין האנט ברויך מען זעך באדאנקן פאר די עומדים בראש כבוד הרב נמ"ש און הרב איינס..יה"ר שבזכות ההלבנת שיניים (ווייטנינ"ג בלע"ז) של ישראל יזכו שניהם להצלחה ולסייעתא דשמיא ולכט"ס
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

פשוט צולאכט געווארן אויף א אויגעלאכטעוועטע פארנעם
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
פרץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 5:07 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרץ »

שמארטיקל האט געשריבן:
"אראפצוטאנצן פון זיין עגא ביז צו זיין IQ וואלט געמיינט א זיכערע זעלבסט מארד

דאס איז א הייליג ווארט
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - די קראך פונעם קרעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

געליינט צום ערשטע מאל, שמאלציגע אויסדרוקען, ממש געשטיקט פאר געלעכטער, ס'האט מיר דערמאנט ווען כ'האב פרובירט צו עסען שטילערהייט סופער סנעק ביים שוויגערס שבת סעודה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”