געלעכערט אדר תשפ''א - פרישע קוגעלעך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

געלעכערט אדר תשפ''א - פרישע קוגעלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

שריפה אין טיפן קעלער פארברענט געהיימע אינפארמאציע

א גאר דראמאטישע פאסירונג וואס האט זיך אפגעשפילט ביי אונז אין די טיפענישן פונעם קרעטשמע איז היינט באקאנט געווארן ווען א געהיימע דאקומענט וואס איז ארויסגעפלויגן פון ״וויכי'ס״ פליענדע סיירין אויטא ביים אדורכפליען די אנגעלייגטע ''מופת פון טאהש'ע רבי'' אשכול.
ווי עס שיינט פונעם דאקומענט האט מיט א קנאפע ערך פון א יאר צוריק - גענוי אין די זעלבע צייט ווען ״סטיטשי״ האט געטוישט זיין אוועטער צו א טרויריגע עמאזשי אנגעטאן אין א מאסק - אויסגעבראכן א פייער און די קעלערן פונעם קרעטשמע, וואו עס זענען פארברענט געווארן גאנצערטע פיילס פון אלטע גאר וויכטיגע נושאים. א שטייגער ווי דער ״ספר הגילוי״ וואס איז באקאנט מיט די גאר שרעקעדיגע לשונות און מיחושים פאר ווער עס איז עובר אויף דעם גילוי פארבאט, וואס איז שוין היינט באקאנט אז דאס האט צוגעברענגט אן אויפשטייג זיך מגלה צו זיין, און נאך.
ווי דער דאקומענט צייגט זענען אלע מנהלים געקומען צו לויפן מיט טעפלעך וואסער צו פארלעשן די העלישע פלאמען, אבער די מערסטע מערקבאר איז געווען ווען ״למעלה משבעים״ איז געקומען אין איילעניש פונעם ווייטן מאנטריאל ארויסצוהעלפן מיט די רעטונגס אפעראציע.
״וויכי״ - וואס האט שטארק געוואלט אנטיילנעמען אין די פארלעשונג איז אנגעזאגט געווארן דורך ״סאכדעס״ נישט צו קומען מיט זיינע לייטס און סיירינס כדי נישט אויפצווועקן פארדאכטן. מאנכע שפעקולירן אז ״וויכי״ איז נאך אלץ אנגעווייטאגט פון דעם אינצעדענט און דאס האט אים געשטופט ארויסצוגעבן דעם געהיימען דאקומענט פארן פובליקום.
אלנפאלס, דער גאנצער קעלער איז נאכאלס פארויכערט, שטויביג, און ארומגענומען מיט ''העי טעיפ'' (ליין: קאושען טעיפ) און דאס איז די סיבה פארוואס טייל מאל שטויסן זיך די מיטגלידער אן אין א מעלדונג וואס זאגט: ''העי, די אשכול געפינט זיך נישט.''


די ''רויט-האנטיגע'' סקאנדאל.

א שוידערליכער סקאנדאל איז אויפגעדעקט געווארן דורך אונזער באקאנטן זשורנאליסט ״נקדימון״ וואס האט פארכאפט אין שאק אלע ״אייוועלט״ מיטגלידער.
ווי מיר אלע ווייסן האט דער מנהל ״לכאורה״ געטוישט זיין אוועטאר פון אן אזוי גערופענער מענטש מיט א האנט צו א בלויער פייגל, און נישט לאנג דערויף איז זיין נאמען געפארבט געווארן אויף רויט.
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס אלעס געווען גאר א געהיימער און געוואגטע אקציע מיטן נאמען ''ר''ח פיקלס'', וואס איז געווען געצילט אוועקצונעמען די ״סעקאנד אמענדמענט״ רעכטן פון אונז אנשטענדיגע בירגער זיך אויסצודריקן אויף דעם מנהל די סטעיטמענט ''געכאפט רויט - האנטיג'' נאכדעם ווי לכאורה איז געזען געווארן שרייבן א נארישע תגובה אין די גאר ערנסטע ''איך האב היינט א…'' אשכול.
מיר וועלן נאכברענגען ווארט ביי ווארט פון ״נקדימון'ס״ באריכט:
''א תגובה געשריבן געווארן דורך ״לכאורה״ איז באמערקט געווארן אונטערהאלטנדיג קלאסיפיצירטע אינפארמאציע וואס האט געדראעט ארויסצוגעבן די אינדענטיטעט פון ״קרעטשמער״ און איז געווען פולקאם ערלויבט דורך די תקנות שקאווי כן קאנסטוטוציע צו אנגערופן ווערן ''רויט-האנטיג''. אבער די אבנארמאלע קארופציע פון די טיפע שטאט האט צוגענומען די רעכטן אנצורופן דעם מנהל רויט-האנטיג ממילא מוזן מיר זיך אן עצה געבן מיט א קאמבענאציע פון א רויטע ניק מיט א בלויע פויגל''.

די באריכט ענדיגט צו מיט א ווענדונג צו אלע וואס האבן א שפראך מיט די באהערדע, זיך אנצונעמען פאר די רעכטן פון די איינוואוינער און צוריק ברענגען גלייכבארעכטיקייטן אין די ראיאן.




אלעמען באקאנטן ״התאחדות״ באווייזט אין די לעצטע מינוט אפצושטעלן א בלוטיגע קריג צווישן צוויי זייטן.

א מאמענט פון שפאנונג איז פארגעקומען אויפן וועלט ווען צוויי צדדים האבן זיך בפני כל עם ועדה געגרייט אויף א בלוטיגע קריג. ווארט זאגערס זענען געווען אנגעגרייט אויף אלע פראנטן און פולע צוקוקער האבן ערווארטעט ערנסטע שלאכטן. די סיטואציע האט זיך געשאפן ווען א געוויסע ניק האט מיט גאר סאפיסטיקירטע טעכנעלאגיע פארדרייט געוויסע שטריכן און איינצעלהייטן און ארויסגעקומען מיט פארדאמונגען אנטקעגן א מנהל און אים באשולדיגט מיט קארופציע.
די באהערדע האבן נישט געהאט קיין ברירה נאר מען האט איינגעשפאנט אלע כוחות און אראפ מיט די הצלה לייט צו די ''אייוועלט כשרות'' אשכול און אראפ געברענגט התאחדות אין א וויעל טשעיר איינצושטילן די געמיטער.
די געוואגטע אקציע איז באגריסט געווארן דורך די איינוואוינער און האט באוויזן צו סטאביליזירן די מצב.


מיסטעריע: ווער שטייט אונטער די אינדענטיטעט פון 'אחראי' וואס באצירט יעדע איינציגסטע אשכול?

מאנכע שפעקולירן אז 'אחראי' איז גאר א באג אהין געשטעלט דורך די מנהלים וואס כאפט אויף ווען איינער שטעלט ארויס אינפארמאציע וואס איז אין קעגנערשאפט פון די מאכטן וואס קאנטראלירן אלע אידן אויף די וועלט מיט טשיפס וואס ליגט אין די קאצקע ציקער וואס דו בייסט געווענליך צו צום קאווע - וואס אגב, אין די קאווע שטויב ליגט אויך אזא טשיפ ספעציעל פאר די וואס גייען אויף דייעט - און גלייך ווען א תגובה וואס ענהאלט אין זיך די געוויסע ווערטער - א שטייגער ווי: קאווע שטיבל, טאהשע רבי, נארישקייט און נאך ווערט עס פארשווינדן אויף אייביג.

א שפאגל נייע טראק געקויפט דורך די קרעטשמע פארוואלטונג.

נאך פולע פלאגענישן און שווערע ארבייט האט די הנהלת הקרעטשמע זיך איינגעהאנדלט א שפאגל נייע שארער טראק אויפצורוימען און אפצופיצן די אשכולות אין צייט פון נויט, נאך וואס די אלטע האט נאכאנאנד געליטן פון מעכאנישע פראבלעמען ווי למשל מיטגענומען נוצבארע סחורה צוזאמען מיט די גארביטש וואס האט אנגעזייט א געפערליכע צומישעניש אין די אשכולת.
די נייע טראק האט אויך באקומען א נייע פארקינג לאט ערגעץ צווישן וויליאמסבורג און קרית יואל - גענוג נאנט צו ביידע - כדי עס זאל אייביג זיין צו די האנט ווען מ'ברויך עס.
די הנהלה האט ארויסגעלייגט א מעלדונג אז ווער עס וויל קען זיך נאך משתתף זיין מיט די הוצאות הטראק. דעם נדבן'ס נאמען וועט באצייכנט ווערן מיט גרינע אותיות נאך יעדע זשאב וואס דער טראק וועט טון.

פראטעסטירער ביים ''צענזור'' הויפטקווארטיר באווייזן צו שטעלן א ווידערשטאנד איבער די פארשליסונג פון געוויסע אשכולות.

נאכנאנדע שטורעמישע פראטעסטן באווייזן זיך אינעם צענזור אשכול נאכדעם וואס מנהלים נעמען איבערגעטריבענע מאכט צו פאשליסן אשכלות על לא עון וחטא.
א באזונדערע שטורעם האט אנגעמאכט א געוויסע ניק נאכדעם וואס תגבות אין זיין אשכול האט געצויגן צו זיך זייער ווילדע רעטאריק און אגעהויבן פארמירן געפארפולע שמועסן וואס האט באדראעט אויפצופלאמען די געמיטער.
א מנהל וואס האט זיך זאפארט גענומען די מיה און געמאכט א בא'שלוס' אויף דעם אשכול, איז באשריגן געווארן דורך די מאסן און האט נאך גרויס דרוק צוריק געפענט די טיר פון די אשכול אבער מיט א צווייטע נאמען אויפן הויפט אריינגאנג.
נאך א לאנגע דין ודברים און א פארצויגענע קאמפ איבער די נאמען פונעם אשכול זענען די צוויי צדדים געקומען צו א החלטה צו די פרייד פון ביידע זייטן.
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - פרישע קוגעלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

פרישע קיגל! איך ווייס נישט וואס צוצולייגן, איך האב פלעין משוגע'דיג הנאה געהאט, יוש. טאטע, איך ווייסנישוואס.. רינעדיג און זאפטיג
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - פרישע קוגעלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פרישע קוגל במלוא מובן המילה, אבער פשעווארסקע און געפעפערטע...

שטארק און לאכעדיג....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - פרישע קוגעלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

פריש!!
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - פרישע קוגעלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

נו שוין!... וואס זאלעך זאגן?... ווען איך ווייס ווען פון פארדעם אז די קאנסט וואלט איך אפשר נישט אמממ... יא!
פיינע נייעס!!!
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ''א - פרישע קוגעלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

פרישע קיגעלעך! זייער זיס... נישט אלעס האב איך פארשטאנען אזוי גוט אבער הנאה געהאט פון יעדן סלייס קוגל באזינדער...
אזא פראיעקט קאסט ארבעט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”