געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

די נאמען 'פישי' איז ברייט באקאנט געווארן אין די לעצטע עפאכע איבער דער גארער אידישע וועלט אלץ א נייער אויפגייענדער וועלט בארימטער צושטערן, וואס א בייזע ווינט האט אים אריינגעשטורעמט אינמיטן א העלן טאג מיט א פישי פרישקייט שלא מעלמא הדין. נישט אריבער קיין טאג צוויי און די גאנצע אידישע וועלט איז געווען פישי, כ'מיין ביזי, מיט'ן מעכטיגן פישי. פישי איז געווארן די געשפרעך פונעם (וויי)טאג! יעדער איז געווען נייגעריג ווער איז דער פישי, און וואס וויל ער און גייט ער פארקויפן. יעדער האט געקענט קוים ווארטן ווען קומט שוין פישי ארויס מיט זיינע ערווארטעטע מרה סחורה.
ויהי היום, אין ויהי אלא לשון נאר מיט שמחה, גיימער אויף א שפאציר אינעם גארטן אונטער די קוליסן פון אונזער מאסיווער מעכטיגער וועלט באשטימטער 'פישי'!
ליינטס און וויינטס, הערט און ווערט, און פאלט אייך געשפאנט!!!




[align=center]ערשטע סצענע:
ובא הנמש וזרח השטערן
[/align]

די שמייכל וואס כ'האב געזעהן צווישן פישי'ס ברייטע רויטע בעקעלעך האביך נאך קיינמאל נישט געזעהן.
זיינע אויגן האבן געשטראלט מיט א מיסטעריעזע גלאנץ, זיין נאז האט געהאלטן אין איין ארויפשווימען העכער און העכער, און א שטיקל שפייעכטסל איז שטייטעלעך ארויסגעשווימען פון זיינע לעפצן, ווען ער איז צוגעלאפן צו מיר אין סמעדרעש און מיר געשלעפט צו א ווינקל אז ער האט עפעס א וויכטיגס...

נמ"ש, כ'זאג דיר ס'קומט מעעעכטיגע צייטן!!!!!!!! כ'זאג דיר צו כ'וועל דיר נישט פארגעסן, אונז גיי מיר אייביג בלייבן חברים…

וואסי געשעהן פישי? וואס ביסטע אזוי עקסייטעד??

פרעג בעסער נישט, וועסט נאך הערן בקרוב מערצעשעם, הערן? נישט אויפהערן צו הערן!! די גאנצע וועלט גייט הערן!!! די גאנצע וועלט גייט זיך איבערקערן!!!

פישי!... ביסט פישי?... דערצייל מיר דיינע פלענער... וואס גייט פאר?

שוין כ'וועל דיר זאגן קורץ און שמאל… 'מערצשעם כ'קום ארויס בקרוב משמש מיט א מעכטיגע סינגל'… מומומרמומוררלט ער מיר אריין אין אויער, ווען די גלאנץ אין זיינע אויגן בלינקען ווי א באמבע וואס גייט אט אט פלאצן.

"פישי??? א סינגל??? ביסט טאקע פישי!"

"יא! פישי!!! א סינגל!!!
פ"וו נישט? כ'זאג דיר קענסט מיר נאכנישט, אבער די גאנצע וועלט גייט מיר בקרוב פיין קענען"

"פישי, זיי מוחל, אבער לאמיר רעדן אפן, דו קענסט זינגען? כ'מיין זינגסט שיין...?"

"כ'קען נישט זאגן אז כ'אב די בעסטע שטימע, כ'האלט גראדע אז יא, אבער נישט יעדער פארשטייט דערצו... אבער מיין הארץ...!! כ'זינג אמת'דיג ריין פון מיין טיפע ריינע נשמה!! כ'האב עפעס וואס כ'שפיר אז ס'גייט ציען יעדנ'ס נשמה!!
אחוץ פון דעם, וועסט הערן דעם סינגל וועסטו אויפשפרינגען!! נעקסט נעקסט נעקסט לעוול איז פיצי געזאגט, כ'זאג דיר, גלייב מיר, א גוטע שמעק האב איך אלעמאל געהאט ב"ה, און מיין פעטע נאז האט מיר נאך קיינמאל אנטוישט, אלעס איז א מתנה פון ג-ט שטייצעך…
די באמבע סינגל איז א חידוש פון א טאן, א שידוך פון ווערטער... אין איין ווארט: wowאאאאאאאאאאא!!!!!"

"נו אדרבה, לאמיר הערן פון וואס דו שרייסט.."

"ס'דארף נאך קומען מיט א גאנצע געמיינזעכטס, קום אריין דא אין ווייבער שוהל כ'וועל דיר עס זינגען, האלטעך געשפאנט ווייל דו גייסט משוגע ווערן, וואסי נייעס…"

ער שלעפט מיר אריין אינעם ליידיגן ווייבער שוהל, און טאנצנדיג ווי א טשיקי, רויט ווי א בער, ערנסט ווי א קאץ, עקסייטעד ווי א פיש, נעמט ער זיך זינגען...

איז אזוי, דאס איז די ערשטע פאל:
הבוחר בעמו, אוי אוי אוי אווווווי
בעמו ישראל, ליי ליי ליי לייייי
באהבה, אוי אהבה, אוי אהההההה בא

מעכטיג, ניין?

און דא קומט די ברידזש, לייג צו אויער וועסטו הערן א חידוש פון א גראם וואס וועט דיר אויפטרייסלען:
"טאטע מיר האבן זיך אזוי שטארק ליייייב
כ'גיי אויס, כ'שריי ארויס, פונעם טיפן גריב"

!!wow

און דא קומט די הויעכע פאל, וואס ראקט און באכעט:
"איך וואוט וואוט וואוט וואוט,
(עוילעם: יא! יא! יא!)
פארן ג-ט ג-ט ג-ט ג-ט,
(צוזאמען: יא! שטייצעך יא!)
וואס האט האט האט האט,
(אינאיינעם: וואס? וואס? וואס?)
אונז געוואוט וואוט וואוט וואוט
(אלע: אההה!! זיכער! יא!)

און נאכדעם פארט עס אזוי זיס אראפ:
"הבוחר בעמו ישראל באההההבה, ווייל איך און דיר האבן זיך געוואוט..."

Wow!!!!!!!! וואס זאגסטע נמ"ש?? מעכטיג איניש די ווארט, ניין? כאפסט וואס גייט דא פאר?? ווערי ווערי ווערי ניייעס!!!!!

כ'זע שוין מיט וועם כ'האב צוטון... וואס זאלעכ'עם זאגן, ס'האט נישט קיין הענט און פיש? נישט קיין ביט און טאן?? אראפ פון זין און טאכטער?! אבער מיין פינטל רחמנות האט זיך ערוועקט, און כ'האב איהם ברייט הארציג קאמפלימענט, "גיי אן! ביסט פרישע נייעס, דו פישי"...


און אזוי איז געבוירן געווארן אונזער פריש געבאקענער נייע אויפגייענדע שטערן אין עולם הנגינה: 'פישי פאלשוואויס'...

פישי האט עס אנגענומען מיט ברייטע פעטע הענט, ער האצעך אריינגעלייגט ראשו ורחבו דערינען, ער האט עס געאטעמט געגעסן און געשלאפן… פישי גייט זיין א וועלט זינגער! ביים דאווענען האט ער פארברענגט אינדרויסן מיט די שפילער און זינגער און אריינגעשטופט זיין ברייטן נאז אינעם קיפקע ווען ער פארשטייט ניטאמאל קיין ווארט… בקיצער, א עכטער זינגער! מיט אלע מטעמים שליו ופישיס.

ווי זאגט נאך די עולם הנגינה, 'און די רעשט לאז ביי דיר'...



[align=center][/align][align=center]2'טע סצענע:
אין סטודיא
[/align]

'נמ"ש', באקום איך א מעסעדזש פון פישי, 'דו קומסט מיט מיר מארגן אין סטודיא אי"ה 9'ע פארטאגס, דו ווילסט נישט און דו גייסט נישט פארפאסן אזא געלעגנהייט!'
כ'מוז זאגן אז ער איז געווען גערעכט, ס'מיר געווען עכטס אינטרעסאנט צו זיין מיט פישי אין סטודיא…

ויהי היום, און מארגן איז שוין דא. כ'ווארט שוין א האלבע שעה מחוץ לבנין, עד שעלה עמוד שחרו פון פישי און מ'זעהט שוין זיין נץ החמה'דיגן פארצוף.

פישי קומט אן אין סטודיא מיט נאך אזא 5/6 שיבעקטאנע בחורים וועם פישי איז געלונגען מיטשלעפן פון ערגעצוואו.

פישי שפאצירט אריין מיט געמאסטענע טאנצעדיגע טריט מיט א קליין רענצעלע אין די זייט, עקסייטעד ביזן הימל, מיט גלאנצעדיגע שעות-געדרייטע פיאות, אויסגעבילטע פרישע קליידער, נייע שפיציגע שיך, ס'פנים געפארבט ביי 'פנים חדשות', העכערן געפארבטן נאז דערקענט'צעך צוויי שלאפלאזע געפארבטע אויגן, וכו' וכו'

כ'זעה וואס דא גייט פאר, כ'זאג פישי'ן שארף 'אדער איך אדער זיי'. פישי האט נעבעך געמוזט פארשיקן די בחורים נישט פאר ער זאגט זיי צו אז ער גייטעך קומען דא יעדן טאג וועט ער זיי נישט פארגעסן צו רופן נעקסטיים..

מיר שטייען שוין ביים שוועל פון סטודיא! פישי ציטערט פון שמחה! ער ברומט זיך אונטער דעם הבוחר ניגון, און ביי יעדע שטיקל וואנט שטעלט ער זיך אפ און נעמט זיך פויקן אויף איהם… 'נמ"ש דו לעבסט יעצט מיט היסטאריע!' שפינט ער זיינע געדאנקען הויעך...

'פיין פישי נעם דיך זינגען..' כ'ביניש געקומען דא צו זיין פאר צו לאנג, איינס דריי, געזינגען און געגאנגען.
'העלאו נמ"ש, מ'זעהט דו ביסט נישט קיין זינגער, נעבעך. ס'קומט נישט אזוי, ס'נאך דא עטליכע זאכן וואס כ'מוז טוהן בעפארן זינגען'.

ער עפנט זיין רענצעלע און נעמט ארויס 2 אייער, א גאנצע פעלד פון טאבלעטן, א ריזיגע קעמערע, און ער ווארפט זיך אראפ אויף די ערד…

"פישי!!!!!!!" דער איז אינגאנצען נישט נארמאל...

'נמ"ש האלטעך רוהיג, אזוי גייט עס, מ'זעהט אז דו ביסט נישט קיין זינגער, נעבעך. וואס קעמען טוהן, נישט יעדער באקומט אזא מעכטיגע געשאנק פונעם ג-ט'.. פישי בלייבט פישי.

'ס'פארשטייסטו נישט, כ'מאך עקסערסייז!!!' שרייט ער אויס ווען ער ליגט ווי א כווייסישוואס און צודרייט'צעך אויף אלע זייטן ווי א קאץ וואס איז פארכאפט אינעם קאר'ס רעדל… 'קענסטעס נישט פארשטיין, אבער א זינגער דארף מאכן אסאך עקסערסייז פארן זינגען, איך מאך עס שוין פאר צוויי יאר יעדן טאג ארום 3 שעה, מיינע קינדער מאכן עס מיט מיט מיר, ס'מעכטיג!! געווענליך מאכן עס די זינגער'ס א פערטל שעה א טאג, אבער כ'בין דאך פישי! און פישי גייט זיין א וועלט'ס זינגער!!...

פיין, כ'ווארט. פארטיג מיט דעם שלינגט ער איין די אייער, מי שלא ראה מקצת געשמירטע איי בפניו לא ראה שבחו לעולם! ער נעמט זיך שרעקליך היסן, א שטיקל שולעכטצ'ל איז איהם ערגעצווי פארשטעקט, און ער האט אראפגעשלינגען צו שנעל… פיין, זעמיר אויך דאס אריבער בשעטומ"צ. פישי גייט שוין זינגען!

פישי וויינט! ער קעניש קומען צום ווארט, מ'גייט שוין זינגען!!

ער רופט אן ס'ווייב "א גוטן, איך בין פישי!... ווי האלסטו?.. קס"ג??... יאג זיך צו ווייל איך גיי שוין ממש יעצט זינגען, כ'וואלט געקענט באשטיין זאלסט האלטן ביי קאפיטל ק"ץ ווען איך הייב אן זינגען… וואס?... פערי וויינט??... נא, זינג איר מיין 'פישי' ניגון, כ'זאג דיר זי איז משוגע אויף דעם.. אקעי, איך יאג מיר זייער איך דארף גיין זינגען.. איך בין פישי!.. פויעל אלעס גוט… יאללה ביי…"

מיט טרערן פון התרגשות, תנועות פון התפשטות, היסנדיג ווי א כווייסנישוואס, גייט פישי אריין אינעם קליינעם צימערל, און טריט ביי טריט שפאנט ער צו צום מייק, שעפשנדיג א הייסע קאפיטל תהלים, אויפהייבנדיג די פארמאכטע אויגן אויף ארויף, ווען א פאר'גנב'עטע טרערל שטופצעך ארויס פון די אויגן…

פישי צינדט אן ס'פלעיבעק, ווען מיטאמאל לעשט ער עס צוריק אויס, ווייל א פרישע איידיע פליט איהם יעצט אריין אינעם דזשעלי..
ער טרעט אויס שמו"ע, און ער גייט צו שטילערהייט פיס ביי פיש צום מייק, און מיטאמאל גיבט א הארץ רייסנדע קוויטשע א פלי ארויס פון פישי'ן:

א גוט---ן, א-י-ך-ב-י-ן-פ-י-ש---י!!!!!!!

נאר יעצט קומען אריין די כלים משונים, און די פלעיבעק נעמט'צעך אזיינט'ס ראקן, אז מיין קאפ האט געפילט ווי אט ווערט ער צופלאצט…

פארטיג מיטן אינטרא… פישי הייבט אן: אוי הבוחחחחפפפפפפפפפפפ חחחחחחחחחחחיייי…

ער שיסט אויס אין א היליכיגן געלעכטער… 'כ'קעניש... כ'בין אזוי עקסייטעד'....

נאך צען מאל! איז איהם ענדליך געלונגען זיך שטעלן אויפן פיש, און פישי איז צוריק אונזער פישי… מיט פארקוועטשטע אויגן, מיט אפענע ארעמ'ס ווי איינער וואס פיהרט פיש.. און שפרינגעדיג-שפירנדיג ווי אויפן סטעדזש, איז ענדליך געלונגען פישי'ן אריינצוזינגען די… די… כ'ווייסניש צו כ'מעג פארשעמען ס'ווארט ניגון…

פישי האט שוין געזינגען אין א עכטע סטודיא! און ער האט שוין באשטעלט נאך א אפוינטמענט אויף מארגן… מ'גייט גלייך צו צום סידי… 'נישטא אויף וואס צו ווארטן' שרייט ער, 'כלל ישראל קען שויניש ציהען'...



[align=center][/align][align=center]3'טע סצענע:
אויפן סטעדזש
[/align]

"און יעצט וועלן מיר האבן דעם פארגעניגון צו הערן דעם וועלט בארומטן שטערן פ-י-ש-יייי-ייי פאלשוואאאאאאויססס!!!"
פייפערייען… געשרייען… קלאטשערייען... !!!!!!!!!!!!

מיטאמאל ווערט פינסטער אין זאל, די גאנצע ריזן עוילעם וואס האבן זיך צאמגענומען אויף א מעכטיג-מאסיוו-ריזיגע קאנצערט, וואס די גרעסטע שטערנס אין עוילעם הנגינה האבן שוין געזינגען דא היינט, זענען געזעצן און געווארט צו הערן די מעכטיגע אייגנארטיגן פישי שטומע…

די לייט'ס הייבן אן צו טאנצן און שפרינגען, מיטאמאל עפנ'צעך א פענסטערל אויבן העכער'ן סטעידזש, און מ'זעהט אונזער פישי געבינדן אין א שטריק אויפן לופט.. ווען 10 מענטשן האלטן אן די שטריק פון אויבן, און אזוי קומט אראפ פישי ווען ער קוויטשעט "איך בין פישי! איך בין פישי!"... און די עוילעם קלאטשט…!!!!!!!!!!

ענדליך קומט אן פישי אויפן סטעידזש, די מוזיק נעמ'צעך ראאאקן, די פראדזשעקטארס ווארפן זייערע ווילדע בלינקערייעכטס, און פישי ווארפ'צעך אויפן פלאור ווי א תינוק שנשבה, ער דריי'צעך אויף אלע זייטן.. און די עוילעם קלאאאאאטשט…

ענדליך ווערט אביסל רואיגער, פישי שפאנט צו צום מייק מיט זיין שוין-באקאנטן אויסגעצויגענעם שמייכל, זיינע אויגן שטראלן כאור החמה, און ער געבט א קוויטשע אריין אינעם מייק, ווי א הונגעריגער בער טרעפט א שמאלציגן אייס-קרעם…

א גוטןןןןן! איך בין פייייישששיייי!!!

ולעומתו משבשים ומצווחים ככלבים די גאנצער עוילעם "פישי!!!!"... א טייל שטעלן זיך אויף און לויפן צו זוכה צו זיין געבן ס'האנט פאר פישי, פישי זאגט צו אז נאכן קאנצערט געט ער צוריק אלע הענט…

די מוזיק נעמ'צעך ראקן… און פישי הייבט אן "הבוחר בעמו אויאוי"...
די עולעם קען שוין גוט דעם האר-אויפשטעלנדע ביבער היט.. יעדער זינגט מיט, ביים הויכן פאל איז די אטמאספער געווען אזוי קאכעדיג אז א אייזן וואלט'צעך צושפאלטן פון יסורים!!

אזוי איז ווייטער אנגעגאנגען ביז ווען ס'געשען וואסי געווען...

א חצוף מחוצף לויפט צו צו פישי און ער נעמ'צעך נישט מער ווי אראפשלעפן פישי פונעם סטעידזש...

פישי קוויטשעט: העלאו! איך בין פישי!! איינמאל און נאכאמאל…

ביז ווען זיין ווייב קומט צי און שרייט אים אריין אין אויער א הארצרייסנדע "פ-י-ש-י!!!!!!!! שטיי שוין אויף פאר א גוט יאר - איך בין פישי!..." נאר דאן הא'צעך פישי באוויליגט צו עפענען די אויגן און זעהן זיין קליינע פערי שטיין נעבן בעט און יאמערט, ווען פון קינדער צימער הער'צעך נאך וויינערייעכטס, און פערי טרייעט צו אראפשלעפן טאטי-פישי פונעם בעט…

ביקש פישי לישב בשלוה און זיך בארואיגן פונעם זעץ אינעם דזשעלי אז אלץ איז געווען בלויז א חלום, קפץ עליו רוגזו של פישי'טע זיין טייערע איישע ס'חייל…

"א גיטין, דו ביסט פישי! גענוג איז גענוג!!" נעמט זי זיך קוויטשען "שוין יארן וואס דו ברענגסט נישט קיין פעני… לויפסט און זינגסט פאר פרי פאר ווער ס'בעט נאר… אלע געלט פון דיין טאטע נוצסטו אויס פאר דיינע זינגערייעכטס… דיין ווייב/הויז/קינדער קוקסטו ניטאמאל אן… און ועולה על חרונה יעדע נאכט מיט דיינע חלומות ווען די גאנצע געגנט וועק'צעך אויף פון דיינע "איך בין פישי!" צעקה'ס … איך זאג דיר איינמאל פאר אלעמאל: גענוג איז גענוג!!"

פישי קוקט איר אן מיט א פארשעמטע בליק.. דו שעמסטעך נישט? האסט שוין געזאגט שכויעח פארן באשעפער אז ער האט'עך באשאנקען א מאן ווי פישי? שיין וועסטו אויסזעהן ווען וועסטעך דערמאנען ממש בקרוב ווען כ'גיי זיין ריייזיג אין די'ע געשרייען!…

אבער פיש'עטע לאזט נישט נאך, "איך זאג דיר טייערער דו ביסט פישי, גענוג איז גענוג! כ'קעניש מער, די נעקסטע 2 חדשים גיבסטו נישט אויס קיין פעני פאר נגינה, און זינגסט נישט פאר ווייניגער ווי.. און.. און..

'טייערע פישיטע!!' זאגט פישי מיט שטרענגע בליקן, 'איין זאך קען איך דיר זאגן, טאמער ביסטו ממשיך מיט די'ע מינע גערעדכטס, און טאמער מישסטו זיך אריין אין פישי'ס מעכטיגע געשעפטן, זאג איך דיר צו אז מערצאשעם ווען ס'קומט בקרוב ארויס מיין מעכטיגע סידי שרייב איך נישט קיין ווארט איבער דיר… קענסט פארגעסן פון א קרעדיט-טענק יו פארן אשת חיל'…

און ווי יעדעס מאל איזי געבליבן שטיל ווי א פיש, ובזה נסתתמו כל טענותיה ומענותיה נסכרו...



[align=center]4'טע קאפיטל (תהילים):
נייע סידי 'ברכאן דנפישי'!!
[/align]

[אידישע וועלט פורימ'ס, אדר תשפ"א:]
ברעיקינג: נייע סידי 'ברכאן דנפישי' פונעם וועלט בארומטן זינגער הרב פישי פאלשוואויס שיחי'


א גוטן אייך אלע, ש'לאנג נישדא געווען, נאר אזוי ווי ס'יעצט ארויס פון די גלעזן די נייע וועלט אויפגעכאפטע סידי פונעם וועלט בארומטן שטערן הרב אפרים פישל פאלשוואויס שליט"א, המכונה בלשון מכובה 'פישי', האביך זיך נישט געקענט איינהאלטן, און כ'בין דא ארויסצוברענגען מיינע קאכדיגע הרגיישים מיט א שטיקל פרישע קוגל-ריוויו.

צום ערשטנס מוזיך זאגן איין זאך, ווער ס'איז נישט אדורך די'ע סידי קען עס נישט פארשטיין… נאר דער וואס האטעס מיטגעמאכט קעמער ארויס האבן. פאקט בלייבט געפאקט!!

פישי איז נישט נאך א זינגער. פישי איז א ארטיסט. ער קאמפאוזט, זינגט, שרייבט, מיקסט, פיקסט, און אפי' די קווייער מאכט ער אליינס!! א טלית שכולו תכלית!! א תכלית שכולו מחלות!! א מושלמ'דיגע קאליע!!

אויפן קאווער אליין זעהט מען שוין די ריזיגע בילד פון פישי, וואס ס'רעדט מער ווי טויזנט בילדער! מ'זעהט זיין חן און זיין צורה צרורה, ס'זינגט שוין אלעס! און ווען מ'בליקט אריין זעהט מען די קרעדיט פאר זיין אשת חיל.. מ'קען זיך לערנען וואס שלום בית מיינט!!

שוין, לאמיר נישט צופיל מאריך זיין לאמיר גלייך פוינטן צום צוגיין.


ערשטע ניגון:
וואוט וואוט וואוט!

מ'צינדט אן דעם סידי.. ס'הייבט'צעך אן ווי מ'הערט פישי קוויטשען בכל מוחו כוחו כיחו וניעו: א גוטן, איך בין פישי!!!...

די'ע ניגון איז שוין ארויס אלץ סינגל מיט נאמען 'הבוחר', וואסי גלייך געווארן אפגעכאפט ביי אלע אידישע שמחה'ס איבער די גארער וועלט, ווי מענטשן זענען ניסוירער געווארן לתשובה פון היינט און מארגן צו וואוטן נאר פארן ג-ט, און אויך איז עס געווען כמים שמרים על נפש חפיצה נאכן אידישע קלאפ מיטן אויסוועלן ביידן אלץ פורימזידענט.

שוין באשריבן די ניגון צרה בשעתו, דא האטיר א לינקס (--------------)


2'טע ניגון:
טאטע

ווי קעמען אנהייבן באשרייבן אזא באמבע? די געפילן קענען פלאצן פון די הארציגע ניגון!!

ס'ווארט 'טאטע' הערט מען ש'לאנגע יארן אויף ניגונים, ס'ווערט גענוצט טאג איין טאג צוויי, צו ארויסברענגען די טיפע געפילן קראך איהם אויף על בנים.

אבער דא קומט דער ארטיסט פישי און נעמט ס'ווארט טאטע און קנעיט עס און באקט עס צאם פון אלע זייטן מיט אלע מטעמים שליו ודגן.

די ניגון הייבט זיך אן אזוי:
"אוי טאטע, טאטע, טאטע טאטע טאטע טאטע,
אוי טאטע, טאטע, טאטע טאטע טאטע טאטע,
כ'בין דיין קינד, דו ביסט מיין טאטע,
ביסט יא מיין טאטע, און איך בין יא דיין קינד"


און דא קומט די הויכע הארצרייסנדע פאל:
"טאטי, טאטע, טאטעניו!
טאטעניו, טאטע, טאטי!
פאטער, אבא, אבינו, אבי, טאאאאאאאטע!"


אאווי..
טאטי, טאטע, טאטעניו!
טאטעניו, טאטע, טאטי!
פאטער, דעעדי, פאדהער, פאפי, טאאאאאאאטע!"


אההה!! פשוטע ווערטער, אבער אזוווי טיף!! פשוטע תנועות, אבער אזוווי ריין!! א קינד רעדט פשוט צו זיין טאטע, אוי טאטע, כ'קעניש שרייבן מער..

כ'בין זיכער בלישימ'ספק אז ס'גייט ווערן אויפגעכאפט ביי אלע קומזיצן, און וואו נישט?!


צו3'טן ניגון:
משוגע

נעבעך, בימינו אנו דרייען זיך ארום אזויפיל משוגעים אויפן וועלט, קיינער קוקט נישט אויף זיי, יעדער לאכט פון זיי, מ'קוקט זיי אן כאילו זיי וואלטן געווען משוגעים. און ווער נאך ווי פישי קען ארויסהאבן זייער ווייטאג.

פישי מיט זיין ברייטע גראבע הארץ, איז אויפגעקומען מיט א מאסיווע חיזוק ניגון, מ'זאל זיך האלטן שטאלץ דערמיט, און פשוט מיטלעבן מיטן מצב, יא! כ'בין משוגע!!

פישי פארציילט אונטער די קוליסן, אז מיט דעם ניגון איז איהם געווען עפעס נישט נארמאל(!) גרינג זיך צו קאנעקטן. ער איז פשוט געווען אין.

פישי שיינט דא ארויס אלץ טאלאנטפולער ראפער, וואס קומט לעצנט'ס אריין אינעם חסידישן עוילעם, און אפי' בחצה"ק גייט מען שוין אן דערמיט...

אזוי גייט עס, לייגט צו קאפ צום טאפ, ווייל דא איז מען אן קיין קאפ:
כ'בין שטאלץ, כ'בין שטארק, כ'בין פעסט, כ'בין גוט,
איך בין משווו אי גע! כ'בין משווו איאיאי גע!!
כ'האק האלץ, פונעם בארג, און כ'טעסט, זיך דערמיט,
כ'בין משווו אי גע! כ'בין משוווו איאיאיאיאי געע!!

מיין צינג כ'כאפ אן און כ'שלעפ עס
ווי זעהט מען זעכע שוואכע קעפעס
האסט א פראבלעם? טוה מיר עפעס!
יאפ! כ'בין משוו אי גע!
יאפ! כ'בין משוווו איאיאי גע!

משוגע איז יענער נאר ווייל ער
וויל זיין א נארמאלער
משוגע איז ווערט א מיליאן דאאלער
יאפ! כ'בין משוו אי גע!
יאפ! כ'בין משוווו איאיאי גע!

אלע קלוגע, זענען משוגע, להתענג בתעניגע, ווי אויל אינעם קריגע, ווי א שווער און שוויגע, איך פלי מיט א פליגע, א נגע מנוגע, יאפ! יאפ! פישי... יאפ! יאפ! איך בין משוגע... יאפ! יאפ!...


און די מוזיק ראקט און פראקט.. ווען פישי קומט אריין אגאנצע צייט, "איך בין פישי! איך בין משוגע!" וחוזר חלילה וחס…

אינמיטן איז דא א שטיקל ווי פישי זינקט/פרעגט: "משוגע טוהט וויי?" און די קווייער ענטפערט: "ניין, וואס עפעס..", אזוי איינמאל און נאכאמאל...

אזוי ראקטער און טראקטער.. ביז ווען פישי לאזט ארויס א געשריי: "משוגעים הערט'ס אויף"... דעמאלטס לאזן זיך אראפ אלע אינסטרעמענטן אינאיינעם מבירא רמא לעמיקתא און ס'פארטיג ס'ניגון...

קיצער, איבערמעכטיג! כ'קען זאגן אויף מיר אליינ'ס אז כ'בין משווווווגע פאר די'ע ניגון… מ'קען צודרייירייייט ווערן פאר דעם…


גיימיר צום פערד:
4'ניגון
מיין מאמע האט מיר אליין געזאגט

די'ע ניגון איז מורא'דיג א טיפע פאזיע, ווער ס'פארשטייט פארשטייט, און ווער נישט - וויל איך איהם מודיע זיין - איז נישט.

די מעסעדזש איז געוואלדיג, מ'דארף גארנישט צולייגן, איז לאמיר זיך צולייגן:

ערשטע פאל:
מיין מאמע האט מיר אליין געזאגט...
ווען איך בין געווען קליין
אז איך וויין מורא'דיג שיין
איך וועל נאך זיין א זינגער…
איך וועל נאך אמאל זיין א גרויסער זינגער…

מיין מאמע האט מיר אליין געזאגט...
אז כ'האב א טיפע הבנה
כ'זינג מיט אסאך כוונה
איך וועל נאך זיין א זינגער…
איך וועל נאך אמאל זיין א גרויסער זינגער…


הויעכע פאל-פזמון:
א מאמע בלייבט א מאמע אויך אויף די'ע וועלט
היינט קוקט זי אויף מיר און זי קוועלט
אז פישי איז א זינגער…
פישי איז א גרויסער זינגער…

וואס א מאמע זאגט דארף מען גלייבן
אפי' אויב יעדער לאכט דארף מען אנהייבן
קוקט'ס אויף מיר דער זינגער…
פישי איז א מעכטיגער זינגער…


און ער קומט צוריק צום ערשטן פאל:
מיין מאמע האט מיר אליין געזאגט...
ווען איך בין געווען קליין
אז איך זינג זייער זייער שיין
איך וועל נאך זיין א זינגער…
איך וועל נאך אמאל זיין א גרויסער זינגער…

מיין מאמע האט מיר אליין געזאגט...
אז כ'האב א הערליכע שטימע'לע
און כ'ציה ארויף ביזן הימעלע
איך וועל נאך זיין א זינגער…
איך וועל נאך אמאל זיין א גרויסער זינגער…


הויעכע פאל-פזמון:
א מאמע בלייבט א מאמע אויך אויף די'ע וועלט וכו' וכו'

און פישי ענדיגט צו מיט אזא הכנעה'דיגן ישר כוח פאר זיין מאמע:
טענק יו מאמי...
אוווויי… אההה… טענק יו מאמי...


די מוסר השכל פונעם ניגון איז געוואלדיג! מ'קען זיך לערנען אזויפיל פון פישי'ס כיבוד אם, אזוי אויך אז וואס מאמי זאגט דארף מען פאלגן און גלייבן!!
קויפט עס פאר די קינדער, וועלן זיי אפקויפן פישי'ס מעסעדזש!!

אההה! נישטא קיין וועטער!!!


5'טן ניגון:
ברכאן דנפישי

א לעבעדיגע הארא ניגון, וואס גייט ראאאאקן ביי אלע חתונות, די ניגון טייטש אפ די ווערטער פשוטו'קע משמעא, און ס'ברענגט ארויס א שטארקע מעסעדזש מ'זאל זיך לערנען וויאזוי א זינגער בעט פונעם באשעפער, אט אזוי דארף א איד דאווענען! פישי בעט ברכאן דינע פישי! קלאר ארויסזאגן, ווי א פיצי קינד צו א טאטע…

אה! געוואלדיג!!!

ערשטע פאל:
ראשון שני שלישי
רביעי מיט חמישי
נאכדעם יום השישי
און שבת קומט ברכאן דנפישי,
אוי שבת קומט ברכאן דינע פישי!


און דא קומט א פיין שטיקל:
אוי אוי דינע פישי, דינע דינע פישי,
בעט פון דיר, רעדט צו דיר, פישי פישי


הויעכע פאל:
פישי פישי בעט, ברכאן דינע פישי
פישי פישי שרייט, ברכאן דינע פישי
שיק אריין אין אישי
ברכאן דינע פישי
איך שריי, איך טריי, פישי פ-י-ש-י!...


ס'מבהיל על הדרייען ווי פישי איז יעדעס מאל מחדש א נייע גאנג, איין מאל איז עס 'פישי פישי בעט' נאכדעם 'פישי שרייט', דערנאך קומען אריין 'קוויטשעט, וויינט, פאדערט, זאגט, פארציילט וכו', אין אלע לשונות שונות ומשונות, מעכטיג!!

פישי פארציילט א מורא'דיגע מעשה, וואס האט מיר ממש אראפגעווארפן פונעם זינען:
ער זאגט אז אלס בחור, זייענדיג אביסל פעשליך, האט מען איהם גערופן אין ישיבה בל' חיבה: פעטע פישי, און אין א קורצע צייט איז עס אריבער צו: 'געפילטע פישי'. פישי האטעס זייער געבאדערט, האט ער קאמפאוזט דעם מעכטיגן היט זאל יעדער זינגען און זאגן 'דינע פישי', להוציאו מלבן של צדיקים!!

מאסיוו!!!


6'טע ניגון:
איי, ס'טוהט מיר וויי!!

קיין הארץ קעניש בלייבן טרוקן, און קיין אויג פראבירט נישט צו בלייבן רואיג, הערנדיג דעם מעכטיגן הארצרייסנדן ניגון, וואס אזוינס קען נאר אונזער רגש'דיגער פישי צושטעלן!!

אכטונג! נישט פאר שוואכע קערצער!!

ערשטע פאל:
טאטע איך קען נישט מער
פאלט פון מיר א טרער
א קרעכץ לויפט ארויס
איך האלט עס נישט אויס


צווייטע פאל:
אייייייייי!
ס'טוהט מיר וויי!!
אייייייייייייייי!
גיב איך א געשריי!
איך קען שויניש, הער שוין אויף, פון הארץ איך שריי, איייייי!


מ'הערט די געשריי כאפט מען גלייך אז ס'קומט נישט צופיס… כ'קען פארציילן אז ס'געווען א אמת'ע עכטע קרעכטץ פון פישי'ס טיפעניש פון הארץ… מ'האט אריינגעברענגט אין סטודיא, נשמר איניש ווייניגער, הייסע קאכעדיגע וואסער, און אנגעגאסן פישי'ס האנט, איין מאל און נאכאמאל, און רעקאדירט פישי'ס 'איייי', און נאר אזוי איז ארויסגעקומען אזא באמבע ניגון!! מ'קענעס הערן און שפירן ביים ניגון!!

און דא זעהט מען נאכאמאל פישי'ס זילבערנע הארץ ווי ער וועט'צעך לאזן פארברענען צו מהנה זיין און אנווארעמען ס'הערצער פון אידישע קינדער! מסירות נפש פאר כלל ישראל!!

און אויך דא קעניך סורפרייזן די צוהערער אז מערצאשעם וועט ארויסקומען א הערליכן קליפ פונעם ניגון, מיט זייער אסאך הארץ רייסנדע סצענעס ווי פישי ליידט נעבעך און שרייט איי סי' טוהט מיר וויי… קיין אויג גייט נישט בלייבן דרוקן!! טויזנטער התעוררות לתשובה גייט עס אנמאכן אי"ה!

עמעיזינג!!


7'טע ניגון:
כאניש וואס צו טון

מאכט זיך ביי די שענסטע אידן פון די שענסטע משפחות פון די שענסטע שיכטן און קרייזן, אז פשוט מ'האט נישט וואס צו טון!

פישי קומט אויף מיט א מעכטיגע איידיע, כ'רעד שויניש פון די טאן, וואס איז פיבערמעכטיג, אבער די תוכן, רבוש"ע די תוכן!! איז דאך איינס אין די וועלט! די געדאנק איז מאסיווווו!!

פון היינט און פיס, ווען דו האסט נישט וואס צו טון, האסטו שוין וואס צו טון..! האסט דא א מעכטיגע ניגון, א טיפע פשוט'ע געלאסענע צולאזטע מארש, ס'קומט מיט א ספעציעלן פויק, וואס אטאמאטיש קענסטו עס נאכמאכן מיטן קלאפן אויפן טיש…!

נאך א קליינע אבער פעטע פוינט: כמעט ס'גאנצע ניגון לויפט אויף איין גראם! טיף און מעכטיג!!

איין קריטיק טאמער מעג איך, איז אז אין די סעקנד וואס די מאסיווע ניגון גייט ווערן אויפגעכאפט, וועט שוין יעדער האבן וואס צו טון… שוין, דעמאלטס קען ער עס טוישן צו 'כאשוין וואצו טון'…

און אזוי גייט די ניגון:

ערשטע פאל:
כאניש וואס צו טון, כאניש וואס צו טון,
כאניש וואס צו טון, כאניש וואס צו טון!


צווייטע פאל:
כאניש וואס צו טוּן, כאניש וואס צו טוּן,
כאניש וואס צו טוּן, כאניש וואס צו טוּן!


דריטע באמבע פאל:
כאניש וואצי טון, כאניש וואצי טון,
כאניש וואצי טון, כאניש וואצי טון!


און ביים צווייטן מאל זינגט עס פישי אויף ענגליש און לשה"ק, אז יעדער זאל זיך קענען קאנעקטן צום פארגעניגון:
I don't have what to do‏, I don't have what to do!
I don't have what to do‏, I don't have what to do!
אין לי מה לעשות, אין לי מאלאס האט,
אין לי מאלאס האט, אין לי מאלאס האט!


וואסי נייעס אידן, די וועלט רודערט!!

די ווארט 'כאניש וואצו טון' אישוין יעצט א היט, מ'קען הערן יונג און אלט דרייען זיך ארום און ברומען זיך אונטער דעם ניגון… אפי' ס'ווארט 'כאניש' אליין אישוין א ווארט וואס מ'הערט ווי מ'שטייט און זיצט...

ברעיקינג:
איש בשורה אנוכי היום! מערצאשעם בקרוב וועט ארויסקומען א מעכטיגע קליפ פונעם ניגון. די פראדוסער זאגן אז זיי האבן געלייגט קעמערעס ביי פישי'ס הויז, און איהם אויפגעכאפט לייוו ווען ער האט נישט געהאט וואצי טון (גראדע געשעהט עס גאנץ אפט), און ער צודרייט'צעך און באכעט 'כאניש וואצו טון'... מ'ארבעט אויף א מעכטיגע קליפ פון אלע אזעלעכע מאסיווע סצענעס… ווארט מיט שפאנונג!!


8'טע ניגון:
נשמה

דא קומט א סורפרייז! אלטערהאקטיוו מוזיק, עפעס א נייע דזשאנער וואס מאנכע זאגן אז ס'קומט אריין פיין ביים היימישן ציבור..

ס'זייער טיף, עמוק עמוק מאד שבמאד, זייער פשוט'ע ווערטער, ניטאמאל אלעס גראמט, ס'געמאכט בעיקר פאר די טיפע נשמות, וואס וועלן זיכער גלייך קאנעקטן צו דעם, און שעפן הויפענעס פון חיזוק!

דער וואס הערטעס אויס אשרי לא, ווייל לא ימלט אז ער וועט נישט קאנעקטן מיט פישי'ס טיפעניש פון הארץ!!

איז אזוי, ס'אן קיין פעלער, אבער ס'פארט ארויף אראפ איבערמעכטיג:

איך זינג ארויס פון הארץ,
און פון דארט גלייך צום מוח,
ס'פארט אריבער ווייס,
און הייבט אן שרייען הויעך,
שרייען הויעך, הויעך,
הויעך…

ווייל א ניגון בין איך אליין
און עס רעדט און שרייט שטארק
און אפי' פלייש און ביין
זעהט אויס ווי א בארג
שריי איך אויס צו דיר ט-א-ט-ע! אבא שלי…
מיין פינטל וויינט און לאכט
ווען איך זינג און שריי צוזאם
און מיין גאלדענע מוח טראכט
צו צאמשטעלן א גראם

אוי א גראם… אוי איי געלונגענע גראם…

עמוק עמוק! נישטא וואס ציציצילייגן, וכל המוסיף יוסיפו לו!


9'טע ניגון:
טעמי המקרא

כ'קעניש פארשטיין פ"וו קיינער איז נאכנישט אויפגעקומען מיט דעם מעכטיגן געדאנק צו מאכן א ניגון פון אלע טעמי המקרא.

פישי נעמט די טעמי המקרא, און מיט א זיסע באמבעדיגן הארא ביט שפאצירט ער ארום מיט זיי און זינגט עס אפ מיט זיין מ'סוכות'דיגן שטימע!

מ'קען צודרייט ווען ביים שלשלת ווי פישי דרייט אזוי מעכטיג!! און ביי תלישה גדולה ציהט ער ארויף עפעס נישט נארמאל הויעך, אא"וו, מאסיוו איז באמת נישט קיין ווארט!

די צווייטע מאל קומען אריין די קינדער קווייער און זינגען עס אפ זייער זיס, פישי'ס געדאנק איז געווען אז די תינוקות של בית רבן זאלן זינגען די ניגון און זיך אזוי אויסלערנען די טעמי המקרא. און בד"וו איז עס אויך א פיינעם אדווערטייזמענט פאר פישי.

ברעיקינג:
דא קעניך פארציילן אז ס'קומט א סורפרייז פאר די אידישע קינדערלעך! יעדע אינגל ס'וועט אריינשיקן פאר פישי א רעקארדירונג ווי ער זינגט אפ די ניגון גייט אריין אין א מעכטיגע גורל!!

דער געווינער וועט זוכה זיין אז פישי אליינ'ס וועט איהם גיבן די האנט ביי זיין געבורטס טאג! און מיט נאך בלויז 100 דאלער וועט ער אויך קענען מאכן א סעלפי מיט פישי, און נאך אסאך דעטאלן וואס וועלן נאכפלאגן…
אהה! פישי בלייבט פישי!!

מעכטיג!!!


10'טע ניגון:
איך בין פישי!

לאמיר זיך נישט נארן, מענטשן קאנעקטן היינט צוטאג'ס זייער שטארק מיטן זינגער, מ'וועט זיי נאכלויפן און אפקויפן, נאכקוקן טריט ביי שריט וואס זיי טוהען, ווי זיי גייען, וויפל זיי עסן, און ווען זיי שטייען אויף, און ווער ס'האט די זכיה צו שמועסן מיט זיי וכו' וכו', מ'זעהט א מאגאזין וכדו' וואס שטעלט צו א אינטערוויו מיט א זינגער, וועט דער גוילעם גלייך עס קויפן בתמים תרתי משמע… ס'איז א פאקט וואס קיינער קען זיך נישט זינגען דערמיט.

פישי, ווי נאר פישי קען, קומט ארויס דא מיט א מעכטיגע געדאנק, פשוט צו פארציילן וואס און ווער ער איז, אזוי ארום ארויסהעלפן די צוהערער מ'זאל קאנעקטן מיט פישי'ן, און אזוי קענען ארויסשלעפן די אלע באבמעדיגע מעסעדזשעס אויפן ריכטיגן הייליגן וועג.

Wow! איז קליין געזאגט. נאר פישי וואס האט אזויפיל קאנפידענץ קען אפקומען מיט אזא מעכטיגע פלאן.
איז הערט און האט הכנעה.

ערשטע פאל:
ווער איז דער וועלט בארימטער פישי?
איר ווילט וויסן ווער איז דער פישי?


2'טע פאל:
פארציילן איז פאסיג - איך ווער שוין באלד דרייסיג - ממש ערשט קלאסיק – איך בין פ-י-ש-י!
מיין תורה גאנץ שוואך – ביים דאווענען איך לאך – אבער כ'עס צום זאך – איך בין פ-י-ש-י!
איך האב א יענקי שלוימי פערי - און איך זינגג ווערי ווערי ווערי - איך בין פישי!

איך האב א טאלאנט - ס'ליגט אין מיין האנט - איך האב אסאך פריינד - איך בין פ-י-ש-י!
איך זינג הערליך - עמעיזינג געפערליך - יעדער לאזט טרערלעך - איך בין פ-י-ש-י!
איך בין אויך א ארטיסט - אין די גאנצע וועלט באוואוסט - איך בין פישי!


און דא קומט ער אריין - די דריטע פאל - וואס ראקט און באכעוועט:
אוי איך בין פישי! איך בין פישי!
איך בין פישי! פישיפישיפישיפישיפישי פ-י-אי-שי!
איך בין פישי! איך בין פישי!
איך בין פישי! פישיפישיפישיפישיפישי פ-י-אי-שי!


און ער זינגט איבער ס'ניגון און פארציילט נאך און נאך פון אים און אלץ ארום… ס'עפעס עמעיזינג עמעיזינג נעקסט לעוול!

און נאכן צווייטן מאל איז דא א מאסיוו שטיקל ווי פישי שרייט: איך בין פישי! און די עוילעם ענטפערט: 'פישי-פישי!', אזוי צענדליגע מאל אויב נישט מער. מ'קען אויפשפרינגען דערפון!!

און דאס גייט זיין א מעכטיגע היט פאר די נעקטסע פאר יאר זיכער!
אזוי אויך טענה'ט פישי, איז עס א שטארקע אדווערטייזמענט פאר זיין נאמען, די גאנצע וועלט גייט אויפרודערן פונעם, אי"ה שטייצעך.

(אן אינטרעסאנטע עפיזאד איז פארגעקומען איין טאג אין מקוה, ווען שטייענדיג ביים שאווער הא'צעך פישי צוזינגען הויעך: 'איך בין פישי! איך בין פישי! וכו'... די עוילעם האט זיך אויסגעלייגט פאר שמחה, די אידן אינעם בור האבן זיך שיער נישט דערטראקען…
אבער פישי'ן האט עס נישט געשטערט, ווי געווענליך, 'אדווערטייזמענט בלייבט אדווערטייזמענט' קוויטשעט ער…).


11'טע ניגון:
לאכן לאכט דער לעצטער

א מעכטיגע מעכטיגע יצירה, הערליך געפלאכטן און געבויעט, טיפע מוזיקאלישע תנועות, שטייצעך דורך פישי אליינס אינאיינעם מיט זיין טיפע טאלאנט.

פישי רעדט זיך אפ זייער אסאך אז ער פלעגט אסאך מיטמאכן אין די קינדערישע-בחור'ישע יארן, און אויך שפעטער, און נאר דערפאר מאכט ער היינט אסאך זאכן וואס מאנכע שרייען און האבן טענות, ער איז נישט גענוג חסידיש וכדו'.

קומט פישי, ווי נאר פישי קען, און גיבט אלעס ארויס אין איין יצירה, און ער האפט אז ער וועט אויפטון פאר די וועלט און יעדער זאל וויסן אז וואס מ'מאכט מאכט מען, און וואס ער מאכט לאכט מען פאר זיך אליין.

די מעסעדזש איז עמעיזינג!! נישטא וואצי מאריך זיין דא, לאמיר גלייך אויפפלאצן דעם באמבע:

ס'הייבט זיך אן מיט א הערליכע חזנות:
אוי אוי אוי…
איך וויל אייך פארציילן ליבע צוהערער און אנהענגער, איי איי איי…
מאנכע האבן טענות אז איך כאפ דארט א לינקס…
און פארוואס אסאך מאל מאדנע ניגונים דו זינגס…
וועל איך אייך אלעס פארציילן איר זאלט מיר גלויבן, אוי איי איי…
ווי אזוי פישי האט זיך אנגעהויבן…
ווי אזוי פישי הא'צעך א-נ-ג-ע-ה-ו-י-ב-ן…


און דא קומען אריין די פידלעך מיט א הארץ רייסנדע אינטרא, וואס ברענגט אונז אריין צום נעקטסן הארץ רייסנדע פאל, ווער ס'לייגט צו קאפ קען הערן ווי פישי בכי'עט ווען ער זינגט עס:

ערטשע פאל:
יענקי קליין האט געקוקט אויף מיר אמאל און געדריידט מיטן פינגער
און געשריגן אז פישי האלט ער וועט נאך זיין אמאל א זינגער
און מוישי האראוויץ ער האט פון מיר אסאך געלאכט
אז מיין אייזן קאפ האט נאך קיינמאל נישט געטראכט

מיין מלמד ר' חיים ווייס האט מיר א פראסק געגעבן
איך וועל עס נישט פארגעסן קיינמאל א גאנצן לעבן
און דער מנהל חיימאוויטש האט מיר ארויסגעווארפן פון תלמוד תורה
און מיין טאטע האט נישט געקענט שלאפן אוי וויי איום ונורא


צווייטע פאל:
די ראש ישיבה פון ריח התורה האט געטוהן אויף מיר ברומען
און דערנאך אין ישיבה האט ער מיר נישט אנגענומען
דרייוון אלץ בחור פארוואס האב איך נישט געמעגט
ווען כ'בין געווארן א חתן האט מען מיר נישט געפרעגט

זאנוויל דער שמש וויל מיר נישט צום עמוד צושיקן
אפי' יעדער ווארט שוין און וויל זיך דערקוויקן
און דעם רבינ'ס גבאי לאזט מיר נישט זינגען מער ביים טיש
ער מיינט כ'בין מאדערן, ניין! כ'בין פשוט ניי און פריש


די הויכע פאל וואס האקט שטיקער:
איך וועל ענק נישט פארגעסן קיינמאל ניין
וועגן ענק בין איך געבליבן שטיין
מיין דאווענען וואלט געקענט זיין בעסער
מיין לערנען וואלט געקענט זיין גרעסער
איך וויל דיר אזוי שטארק דינען הייליגער בורא..

די אלע וואס האבן פון מיר געלאכט
האבן נישט גענומען אין באטראכט
אז איך וועל נאך זיין אזוי גרויס
און אראפקוקן אויף זיי פונעם שויס
אבער איך מיין נאר דער באשעפער אונזער בורא..


אזוי הייבט זיך אן נאכאמאל די ניגון, ווי פישי רעכנט אויס אלעס אלעס, ער וויינט און רעדט זיך אפ אויף אלע וואס זענען אים געשטאנען אין וועג צו שטייגן און מצליח זיין אין קלעבן.

די מוזיק ווערט שטילער און שטילער, מ'הערט פישי וויינען ווי א קליין קינד ממש!, ביז מ'הערט שוין גארנישט…

און דא קומט א בום!!! א מעכטיגע פויק, און ס'נעמט זיך זינגען די לעבעדיגע שטיקל:
לאכן לאכט דער לעצטער
לאכן לאכט דער לעצטער
דו בלייבסט א אנגעזעצטער
און איך דער הויכגעשעצטער

לאכן לאכט דער לעצטער
לאכן לאכט דער לעצטער
דו בלייבסט פישי
און איך בין פישי!!


כ'מיין אז ס'נישטא וואס מוסיף צו זיין, די ניגון שרייט פון זיך אליין!

די סידי ענדיג'צעך ווי פישי זאגט א ליבליכע: א גוטן, איך בין פישי!.. יאללה ביי...
- - -

די סידי איז עוועילעבל אין אלע געשפעטן, מקוואות, ספרים סטארס, און וואו נישט?
קויפטס און אנטלויפטס!

זייט אייך מחיה רעה מיטן מעכטיגן סידי, איר ווע'צעך דערקוויקן און דערשטיקן דערמיט, איר וועט עס אראפשלינגען ווי א פיל, און נישט אויפהערן צו ווערן!!



[align=center]5'טע טייל:
פישי !!!
[/align]

ווער ס'האט פידבעק/הערות/פראגעס איבערן סידי וכדו'/פערזענליכע פראגעס/וכו' פאר פישי, האט פישי איבערגעגעבן, זאל זאפארט אריינפאלן דא:
viewtopic.php?f=21&t=46333#p2618652

האטס א פרייליכן פורים און א לוסטיגן תמיד!!!

און נאך איין זאך:
איך בין טאקע פישי'ס חבר, אבער געדענקט גוט:
איך בין נמ"ש,
איך בין נישט פישי!
יאללה, ביי...



יאפ ס׳איז געלעכערט!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

דאס איז זיכער אז דער ארטיקל איז די היט פון די אויסגאבע אין מערערע הינזיכטן!

ווען דו ליינסט עס גייסטו ממש אריין אין די מצב פון פישי, דו פילסט זיינע חלומות און דמיונות, דו האסט עכט רחמנות אויף אים פון איין זייט, ווען פון די אנדערע זייט האלטסטו דיך אויף די זייטן פון זיינע חלומות און וואנע ביעס... און נאך מיט די מליצות...

און נאך די צען סינגל'ס... יוש איז דעס גוט און מאסיוו! יעדע איינס א היט פאר זיך!...
איך פארשטיי נישט צופיל צו נגינה... אבער איך מיין אז די בעסטע איז די לעצטע ווי ער איז מסביר בטוב טעם ווער עס איז שולדיג אין זיינע פראבלעמען... דעס איז ממש צום לאכן...

און אויך ברענגט עס ארויס א ערנסטע פוינט, ווייל יעצט ווען אונז לאכן פון דעם פישי דא זענען דא הונדערטער אזעלכע פישי'ס צווישן אונז וואס פייגערן צו זיין אויפן סטעיזש און זינגען ווען יעדער (?) קוקט אויף אים און יעדער וויל מאכן א סעלפי מיט אים... נעבעך...

בקיצור, ס'א מעסיוו ארטיקל וואס האט מיך געברענגט צו אויסשיסן צענדליגע מאל אזש כאב אויפגעוועקט אלע מיינע שכנים פונעם שבת שלאף...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

א מאסיווע ארבייט וואס שפיגלט אפ נמש'ל מיט אלע קאלירן!!
קריעיטיוו און געשמאק און, איך האב אפילו נישט די ווערטער, א שטיק נמ"ש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שכח נמ"ש!! ביזסט סופער דופער!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

איך דארף גיין ביי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אין הימל באשעפער! ווא דע פישי סגעטוהן צו מיר!! נמ"ש אייזן אייזן וואדו האסט דא אלץ צאמגעקלאפט..!
:lol: :roll: ;1@ :i" o-h?e ;l;p-
כ'יאגזעך יאללה ביי
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

מעכטיג איז אינטערשאצונג. שקויעך
אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

מתוך מחזור ספרד ליום הכפורים - תפילה לשליח צבור בקול:
מִמְּקוֹמוֹ יִצֶף כַּחַשׁ רִטְפוּשִׁי. לִפְאֵר יָמִיר אֵפֶר כְּפוּשִׁי.
מֵעֹצֶב עֲבוֹדָה קָשָׁה לְהַנְפִּישִׁי. כִּי שָֹבְעָה בְרָעוֹת נַפְשִׁי
.

מעכטיג אייזן
;1@ ;1@ ;l;p- :grin:
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אין איין ווארט, מיין פעיוואריט ארטיקל פונעם אויסגאבע הן אלס די שפראך, הן אלס די קריעטיוועטי, און בפרט אויפן תוכן....שוין איבערגעליינט דריי מאל און איך לאך נאך אלס.....אויב אייזן מיינט שטארק וואלט איינשטיין אויפגעטראפן א נייעם מעטאל צו באצייכענען דעם ארטיקל....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

קרעיזי גוט
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

האסט מיר געמאכט א ריכטיגן עונג שבת
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטשיג 2.4 פראצענט אמת.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p-

א פעטע פיש'ל!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

וואו וואו ווא
אבער פארוואס טאקע גיבסטו עס נישט ארויס?
ס'דאך אזוי עכט און אזוי גוט די גראמען מיט די מעסעדש פון יעדע ניגון עקסטער!
קענסט דאך לייזן א מטבע דערויף?

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

נאר'לע ביסט מוקאש צוקאש דראקאש מיט דיינע גראמען! אזוי צולייגען די זאך וואז סאוי גוד!!!!!!!
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

ווי איז די אוידיו?
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

סופער דופער, פיינע נאה געהאט
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

א קליינע וועלט! האט געשריבן:א מאסיווע ארבייט וואס שפיגלט אפ נמש'ל מיט אלע קאלירן!!
קריעיטיוו און געשמאק און, איך האב אפילו נישט די ווערטער, א שטיק נמ"ש

רט
---
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

בשבילי נברא האט געשריבן:
א קליינע וועלט! האט געשריבן:א מאסיווע ארבייט וואס שפיגלט אפ נמש'ל מיט אלע קאלירן!!
קריעיטיוו און געשמאק און, איך האב אפילו נישט די ווערטער, א שטיק נמ"ש

רט

רט
מה זה?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

א קליינע וועלט! האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
א קליינע וועלט! האט געשריבן:א מאסיווע ארבייט וואס שפיגלט אפ נמש'ל מיט אלע קאלירן!!
קריעיטיוו און געשמאק און, איך האב אפילו נישט די ווערטער, א שטיק נמ"ש

רט

רט
מה זה?

ס'איז עפעס ווי א קליינע וועלט וואס איז א גלגל החוזר, און ס'איז גרינג צוריקקומען צו ווי מ'האט פריער געהאלטן...

רט =RT, וואס מיינט Retweet ווערט גענוצט ווי צו זאגן 'איך זאג אויך איבער דא זעלבע"

אדער ווי מ'וואלט געזאגט אין לשה"ק 'גם אני מצטרף'
---
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

בשבילי נברא האט געשריבן:
א קליינע וועלט! האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
א קליינע וועלט! האט געשריבן:א מאסיווע ארבייט וואס שפיגלט אפ נמש'ל מיט אלע קאלירן!!
קריעיטיוו און געשמאק און, איך האב אפילו נישט די ווערטער, א שטיק נמ"ש

רט

רט
מה זה?

ס'איז עפעס ווי א קליינע וועלט וואס איז א גלגל החוזר, און ס'איז גרינג צוריקקומען צו ווי מ'האט פריער געהאלטן...

רט =RT, וואס מיינט Retweet ווערט גענוצט ווי צו זאגן 'איך זאג אויך איבער דא זעלבע"

אדער ווי מ'וואלט געזאגט אין לשה"ק 'גם אני מצטרף'

שעין שעין
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

גם אני מצטרף.
פיינע דזשאב וועל דאן! צו לאכן און צו וויינען.

ויה"ר שילמדו פישיס בינה...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

;l;p- ;l;p- ;l;p- :grin: :grin: :grin: :smile: :smile: :smile: :lol: :lol: :lol: :oops: :oops: :oops: :P :P :P :P :P :P :x :x :x :!: :!: :!: :mrgreen: :mrgreen: :mrgreen: :wink: :wink: :wink: כאניש וואס צו טון, כאניש וואס צו טון,
כאניש וואס צו טון, כאניש וואס צו טון!

צווייטע פאל:
כאניש וואס צו טוּן, כאניש וואס צו טוּן,
כאניש וואס צו טוּן, כאניש וואס צו טוּן!

דריטע באמבע פאל:
כאניש וואצי טון, כאניש וואצי טון,
כאניש וואצי טון, כאניש וואצי טון!

און ביים צווייטן מאל זינגט עס פישי אויף ענגליש און לשה"ק, אז יעדער זאל זיך קענען קאנעקטן צום פארגעניגון:
I don't have what to do‏, I don't have what to do!
I don't have what to do‏, I don't have what to do!
אין לי מה לעשות, אין לי מאלאס האט,
אין לי מאלאס האט, אין לי מאלאס האט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אין לי מאלאס האט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

יא יא, כאניש איז ש'לאנג אייוועלט'ס היט!

זינגטס אלע: כאניש וואצו טון וכו'...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

געוואלדיג! נישט אויפגעהערט צו לאכן ביים ליינען! שכח!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - וועלט'ס שטערן: סאמטינג פישי!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

קומט אריין שטימען:

viewtopic.php?f=106&t=46646
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”