געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

מיין קאפ שיסט, מיין בויך קנאקט מיט זעכציג האמערליך, וואס זאליך שרייבן???, געזען האב איך היינט אין מקוה 'כאניש' גנב'ענען א רעקל, אבער ער האט מיר האסטיג אויסגעכאפט עס צו באשרייבן (זארגט נישט.. אסאך פרטים האט ער אויסגעלאזט). איך טראכט און איך קלאץ, על דא ואל דא (ווי אזוי ספעלט מען עס?), אפשר זאל איך אראפ לייגן די פלאפ וואס איך האב פאריאר געהאט מיט יענע זיסע זיידע'לע, אזוי צוקער זיס געווען פארשטעלט דער אינגעלע.. איך האב שוין געהאלטן נאך היפש אפאר גלעזלעך ווען איך האב אים אנגעטראפן אינעם פרוזדור פון באר יצחק שול'עכל, ער האט אויסגעזעהן עפעס ספעשיל גוט. איך קען דעך נישט מסביר זיין, איך האב א שלעפ געטאן זיין בארדע, "אינגעלע!! דו זעהסט אויס פיין!..." און יעדער ארום מיר האט אויסגעפלאצט אין א הילכיגע געלעכטער, יענע זיסע בארד איז געבליבן הארט און סטאביל.. און אפאר פאלשע פארבליבענע ציינער האט זוך אנטפלעקט פאר מיר מיט פארדרוס.. "יונגערמאן, דו קענסט אפפוצן פון דא?! ", איך האב געכאפט מיין בראך און זיך פלוצלונג געיאגט אים צו פאלגן אין גיכן..

מקוה, לחיים, קידוש, ברית, קאווע שטיבל, סענז-טריט, בעיבי סיטינג, ישיבה, און חדר,

סעודות שבת, איך האב אלע דריי!

אלעס אויסגעקרישקלטע נושאים. סא טאטע אין הימל!! וואס שרייבט מען פאר א גוט פורים??

אפשר זאל איך מסביר זיין וואס א קליינע וועלט איז אין ריעל לייף?, 'ביהיינד מיין מיינד' האב איך שטארק פארשטאנען אז דאס וואלט באמת געווען די פורים'דיגסטע ארטיקל.. אבער איך האב אויך פארשטאנען די קאנסעקווענסן, איך שוויץ און איך טראכט, און איך בלאז און איך קראך, ווי קומט מען אויף מיט א מחשבה'לע, עפעס אהן איידיע 'לייק נעווער בע..' "לייק!". מיין 'ווארד דאקומענט' איז אפן און איך סקריבל שוין פינף גאנצע מינוט, אבער קיין פשוט פשט איז נאכנישט פארהאן.


איך האב ערהאלטן א אישי פון 'נאר מיט שמחה'לע', איך בין געווארן פיבערדיג.. ס'ליינט זיך ווי פאלגנד...

"נו, וואס טוצעך מיטן ארטיקל,

זיי זאגן אז מ'דארף עס אויף היינט האבן, זאג מיר וואו דו האלסט דערמיט.

א גרויסן יישר כח, און א פרייליכן פורים..."


מיט יאוש ענפער איך אן קיין גראבע טראכט..

"מיט גרויס טרויער..

מיין ארטיקל וועט שוין נישט זיין

צום באדויער,"


און א ענטפער קומט באלד.

"ריבוינע דעלמא'לע... אפשר דאך...

פיין חבל על דאבדין, כ'האף אז וועסט נאך געבן אזא שרייבעלע...

ישר כח פארן וועלן, און צען מאל פאר'ן ענדליך שרייבן.."


און דאן הער איך א קלונג, און אן אימעל ערשיינט פון מיין בעל באטע, ווי ער רופט מיר אויף א פערזענליכע אויפרוף צו אים'ען אין אפיס. מיין פוס קיצלט.. איך מוז לויפן, איך וועל זיין צוריק אין אפאר מינוט מיט אפדעיטס.
-
הערט וואס ס'געווען, איך קאן נישט גלייבן!.. מיין בעלעבאס זיצט דארט מיט אזא שטרענגע שמייכל'דיג געזיכט און ער שארט ארויס פון אינטער די לעפצן מיט אזא לאכעדיגע עדיטוד, "איך וויל מער נישט זאלסט זיצן אויף אייוועלט אינמיטן די ארבעט שעות, עס נעמט אוועק צופיל צייט פון דיין אטענטשן", איך שטיי דארט פארוואונדערט און פארגאזט, אבער איך האב אים פארשטאנען.. אבער מיר באדערט נאר איין זאך...

"פון ווי אינעם קליינעם וועלטל האט ער געוואוסט אז איך בין געזעסן אויף אייוועלט??????"

איך קראץ מיך דאס שטערן מיטן גארגל בענאזאם, און איך פראביר ברעכן די מיסטעריע, איך טראכט, און איך טראכט, (און איך שרייב,) איך ריפרעש מיין מוח... נאפ! נאכנישט אריינגעקומען קיין אפדעיטס... און... אה! אפ. איך מיין אזזז... "חברה איך האב עס געכאפט!"...
-
שפעטער פארנאכטס נאך די ארבעט, צוזאמלייגנדיג די גארטל נאכן מנחה'לע נארוואס געכאפט, שפאציר איך אזוי אהיים און אונטערוועגנס טאנץ איך אריין אינעם קאלירפולן בלומען געשעפטל, און איך קוק מיך גוט אום ביי די פרישע משלוח מנות אייל, ביז איך האב געטראפן, א הערליכע משלוח מנות סעט, נישט צו טייער און ספעציעל געפאסט צו געבן פאר אזא געוואלדיגע בעל הבית, ער וועט זיך זיכער פרייען. איך גיי צו צום רעדזשיסטער און איך סיין אריין פאר 'פורים דעי דערליווערי', און איך שלעפ אפיר מיין קארטל צו באצאלן און דער רעדזשיסטער פרעגט מיר צו איך וויל צולייגן א נאוט. "זיכער." האב איך זוך שיער נישט צושריגן. כמעט אינגאנצן פארגעסן פונעם עיקר!


און אויפן נאוט קארטל שרייב איך די שורה'לעך ווי פאלגנד.

פון: א קליינע וועלט

צו: נאר מיט שמחה

איך בין זייער פרייליך זיך צו באקענען, און איך וויל זיך באדאנקען פאר דיר און אלע איבריגע אינוואלווד, פאר די הערליכע ארבייט פון אהערשטעלן אדר'דיגע ענטערטעינמענט פאר אונזער גאנצע וועלט...


אפ!.. איך האב שוין וואס צו שרייבן!... "זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן יא געטראפן וואס צו שרייבן!"

דאס איז די גאנצע, און מיט דעם וועל איך פארענדיגן, און חותם זיין מיין אנגעסקריבלטע 'ווארד דאקומענט'. פארגעסט נישט, איך האב נישט וואס צו שרייבן...

און מיט דעם וועל איך פארטיגן און אייך באוואונטשן די לעכטיגסטע שמחת פורים וואס איז נאר שייך טייערע פריינד!


יאפ ס׳איז געלעכערט!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כא'מזל כ'האב גארנישט אריינגעשיקט... נאר דאס פעלט מיר אויס צו הערן אז מיין נאר מיט שמחה איז גאר מיין בעה"ב...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קריעיטיוו!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

:lol: :lol: :lol:
וואו דרמאטישע ענדע
גוט געלאכט

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

און זיי מוחל בעט מיר איבער פארן ציען מיין זיידנס בארד פארגאנגענעם פורים, עס איז נישט געווען שיין פון דיר...
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

ווערי גוד! נייס געלאכט.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

הלוואי אויף מיר געזאגט אזא באס ווי נמש....ווייסיך נאר נישט ווער סהאט גענומען די קריעטיוויטי פון וועמען...

מעכטיג אסאך מאל....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

האמיר פיין געשמייכלט!

יישר כח @א קליינע וועלט, שוין נישט די ערשטע מאל וואס די ביסט אונז אזוי גוט מהנה מיט דיינע ארטיקלען!

(אויב איז מיר באשערט כ'זאל נתגלה ווערן, זאל עס טאקע זיין צו @נאר מיט שמחה, כ'וואלט איהם געקענט באשטיין צו קענען און ריעל לייף,)
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

גוט גוט..
אוועטאר
הודונאנאש
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 24, 2021 5:39 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודונאנאש »

:lol: :lol: כאזעך אזאנץ צילאכט נאך א מזל אז קיינער איז נישט יעצט אין אפיס!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - גילוי כדבעי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

חא חא חא.. קריעטעוו איידיע ;l;p-

נו, אז נמש איז דיין בעה''ב איז דאך טאקע א קליינע וועלט...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”