געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

די נאמען פון די מעשה איז…

ביי מיין שכן אין סוכה!

ס'הערט זיך דראמאטיש, הא?

ווארט נאר ווארט, איך האב נאכנישט אנגעהויבן.

און אמת'ן אריין האב איך שוין לאנג געוואלט באשרייבן מיין נעקסטע טיר שכן, און מאכן קאצאוואקעס פון אים. אבער וואזשע זאל איך טאן אז לדאבונינו איז ער געווען א נארמאלע מענטש, ער פלעגט רעדן מיט רעספעקט צו מיר, קיינמאל האט מען נישט געהערט קיין קולות פון זיין הויז. און מיר האבן גאר גוט געלעבט צוזאמען.

ביז…

א פינקע מוצאי שבת איז עס געווען…

איך באקום א טעלעפאון, מיין גוטער שכן ברוך קאלט מיר אן!

"וואס מאכסטו?" פרעג איך מיט א פריינטליכע שטומע.

"ב"ה" ענטפערט ער, "טא דה פוינט, איך פלאן אי"ה צו מופן אין די קומענדיגע פאר וואכן!"

"אָה אַה! ווי קיין?"

"איך האב געקויפט א הויז אין די מאנצי, און מ'גיימיר זיך אי"ה אהין ציען."

"און דו פלאנסט צו פארקויפן דיין הויז דא אוודאי, יא?"

"אם… נאכנישט, קודם וויל איך אריין נעמען א טענענט, און עמער זעהן וויאזוי איך וועל זיך אויסקומען. אבער מיר זענען גוטע שכנים וויל איך דיר לאזן וויסן, און ווי אויך אויב דו ווייסט פון אן ארנטליכער איד וואס זוכט א דירה קענסטו מיר לאזן וויסן."


"נעוואדע אזוי! זאל זיין בשעה טובה ומצלחת!"

"אמן!"

און מיין מח נעמט זיך ווירבלען…

וועם באקום איך פאר א שכן?

איך הער דאך שטענדיג פון חבירים און משפחה כל מינע מעשיות ווי מ'רצח'עט זיך מיט שכינים, און איך שעפשע א תפילה פון טיפעניש פון הארץ אז דאס זאל נישט פאסירן.

אריבער איז פינעף וואכן מיר מאכן א מסיבת פרידה, און ברוך איננו, ער וואוינט שוין אינדרויסן פונעם ערד פלאנעט, ליין: מאנסי.

אויף מיין ציפעדיגע שאלה "ווער וועט זיין מיין נייע נעקסט דאר נעיבער" האט ער נאך נישט קיין קלארער ענטפער "אבער דאונט ווארי, ווייסטעך, א דירה אין וויליאמסבורג וועט נישט שטיין ליידיג פאר צו לאנג".

אין א וואך האט ער שוין געהאט אן טענענט.

ער רופט מיר אן מיט א שמחה אויסגעגאסן אויפן פלאר, "איך האב א טענענט!!!"

"ווער?" פרעג איך

"שעפטל יוקלוויטש! קענסט אים?"

אוטש… "אם… ניין, וועמענס זון, וועמענס איידעם?"

"ער איז נישט פון דאהי" דערקלערט ברוך, וויסנדיג אז דער יעניגער איז בכלל נישט דאהי, "ער איז אפשר א שטיקל יוקל, אבער נישט קיין שלעכטער, ער וועט זיך נישט שלאגן מיט דיר"

נא נא.... ימים יזמרו.

[align=center]:lol: :grin: :P :lol:[/align]

נישט גענומען קיין צוויי וואכן און איך זעה אן מאווינג טרעקל אין פארנט פון מיין הייזקע.

שטייט דארט א אידל, איך וואלט געזאגט בערך 30-35 יאר אלט, מיט א מעיל און א צוקנייטשטן ביבער פארשוויצטערהייט, און טיילט דעות פאר די ארבעטער. די גוים קוקן אים אן ווי פון די לבנה, אבער ער באמערקט נישט די בייזע בליקן, ער איז יעצט אן מישען.

ער זעהט מיר אנקומען

"דו ביזט דער טשאלענט?"

"יאאא" ענטפער איך פארדעכטיגט.

"אה…. שאמאלייכעם!!!"

"אלייכעמאלבענייכעם" מאך איך מיר ערענסט, "מיר קאנען זיך פון ערגעץ?"

"נעוואדע! איך בין דיין נייע שכן שעפטל!"

די הימל האט שיעור געקישט מיין שוך…

"דו??????" פרעג איך מיט וויזויהייסטעס, "אם… טשולדיגט…. זייער אנגענעם, ברוכים הבאים, מאך דיר היימיש" פרוביר איך צו פארווישן מיין שאק. "אבער איין מינוט, ס'האט נישט גערעגנט היינט, וואס איז די מעיל אנגעטואכץ?"

"אה, דעיס? ביי טיים איך האב געטראפן די מעיל איז שוין די באקס געווען צוגעמאכט, סאו האב איך עס אנגעטון, אזוי וועל איך עס נישט דארפן שלעפן אגאנצן צייט אין מיינע הענט… איין מינוט… אמיגאו!! טעיק דעיע באקס אויך!! דאנט לאז עס הער!! אלסא דעיע!! דאנט פארגעס עפעס ענד איי גיי דארפן זוכן פאר איט!!!"

אה… ענגליש קען ער אויך.

"איך מאך נאר זיכער אז זיי טוען טאקע א גוטע דשאב" ערקלערט שעפטל מיט א שמייכל. א רייע פארפוילטע ציין האט זיך אנטפלעקט פאר מיר.

"נאך וועם הייסטו שעפטל?" קען איך זיך נישט איינהאלטן פון פרעגן

"אם… איך האב נישט עכט געהאט א זיידע וואס האט אזוי געהייסן, מיין טאטע האט נאר געמאכט א מיסטעיק ביי מיין ברית, אנשטאט יחזקאל האט ער געזאגט שעפטל, אבער ער האט אפגעמאכט מיר נישט צו טוישן נאמען, ווייל ער האט שוין גראד געזעהן אויף מיר אז איך בין א שעפטל… אמיגאו!!"

שעפטל איז פארנומען געווארן מיט זיין "ארבעט", ווייל אויב ער וועט נישט שטיין אויף די גוים'ס גענירן וועלן די באקסעס לכאורה קיינמאל נישט אנקומען… און איך שפאציר אהיים מיט א פינגער אין מויל… איי איי, איי איי, איי…

א האלבע שעה שפעטער באקום איך א קאל פון שעפטלען (פון ווי האט ער מיין נומער?) "איך וויל נאר זיכער מאכן אז דיין ווייב ווייסט אז מיינע קינדער זענען עלערדשיג צו מילכיג'ס, סאו אויב זי וויל שיקן סאפער זאל זי נישט מאכן מילכיג…"

איך האב תיכף איבערגעגעבן פאר מיין ווייב די ריקוועסט אז אונזערע נייע שכינים ברויכן נאכטמאל היינט נאכט…

ביז צוויי שעה איז עס געווען רעדי, איך רוף אים אן און זאג אים אז ער זאל אזוי גוט זיין אריבער שיקן איינעם עס אויפיקן, "יא, איך שיק שוין אריבער מיין בחור!"

א בחור גאר, אקעי, איך טוה שוין אן א בלעכענע מאסק, איך ווייס שוין נישט וואס צו ערווארטן…

3 מינוט שפעטער הערט זיך א קלאפ אין טיר, איך עפן אויף, און איך פאל שיעור אראפ…

א געשטאלט, פארוויקלט אין א רעקל וואס איך בין נישט זיכער אז ס'האט שוין געזעהן בעסערע צייטן… אזאנע קוטשמע וואס דערמאנט אביסל פון א היט... ס'רינט שטיקער בחור פון אים… ער בייסט זיין גארטל נערוועזערהייט....

איך פרוביר צו כאפן א שמועס מיט אים, אבער די ווערטער זיינע קלעבן עפעס נישט…

אה… בד"וו, איך דערמאן זיך יעצט שרייבענדיג אז ניטאמאל א ש'כוח פאר די סאפער האמער אונז באקומען…

[align=center]:lol: :grin: :P :lol:[/align]

די עפאכע האט זיך אנגעהויבן, מיר האבן נייע שכינים!

"איך קען בארגן א מילך?
ניין?
פארוואס נישט?
האסט נישט?
האו קאם?
ס'האט זיך אויסגעניצט?
א שטוב מיט קינדער און די מאמע קען נישט זיכער מאכן אז ס'זאל אייביג זיין גענוג מילך?
ניין דו ביסט נישט קיין קוה, אבער ביסט א מאמע, און אביסל אחריות מעגסטו האבן…
אה ביי מיר?
אם…
דו גייסט שוין פערסאנעל"

גיי זיי איר מסביר אז די ליסטע אויפן פרידש איז שוין אויסגעוואקסן פון פראדוקטן וואס מיר האבן נאכנישט צוריק באקומען. אין די קוים 6 וואכן וואס זיי וואוינען שוין דא האבן זיי שוין געבארגט מער זאכן ווי דער אלטער שכן האט געבארגט און 13 יאר…

[align=center]:lol: :grin: :P :lol:[/align]

"טשולי? איך זעה אז דו האסט געארדערט אויף עמעזאן פארשטעלעכטס פאר דיינע קינדער, די סאלדאט מיט די פריץ, אפשר קען איך בארגן דאס וואס זיי האבן געהאט פאריאר?"

בומס! "וואו האסטו שוין מיטגעהאלטן וואס איך האב באשטעלט?"

"אה, גארנישט… איך האב פלעין געזעהן די באקס אנקומען צו דיר, האב איך געגעבן א בליק אריין, איך האב געזעהן גראדע אז דו קויפסט די נייע מינע גרעיפ דשוס, ס'איז גוט? ס'איז בעסער ווי קדם?"

"א גוט מארגן טשולי! דו האסט אפשר באקומען פאר א מיסטעיק מיין טשעק אויף פאסט?"

"דערווייל נישט, איך האב נאך קיינמאל נישט באקומען קיין פאסט וואס באלאנגט פאר דיר"

"אה… ווייל כ'האב פונקט געזעהן נעכטן ווען דער פאסט מענטש האט אריין געלייגט די פאסט אז דו האסט באקומען א ענוועלאופ וואס קוקט אויס ענליך צו דאס אויף וואס איך ווארט, איך זעה גראדע וואו דו באקומסט היבש אסאך פאסט…"

[align=center]:lol: :grin: :P :lol:[/align]

איך האלט זיך נאך אינמיטן ברעכן קאפ אויפן טייטש פונעם נאמען "שעפטל", קודם האב איך געקלערט אז ער איז א שעף און וועגן דעם רופט ער זיך "דער קעכער", האב איך זיך גאר גיך איבערצייגט אז דעטס נאט דה קעיס, נאר וואז'שע דען?

מיטוואך נאכמיטאג און איך באקום א פאון קאל פון שעפטי:

"טשולי? (יא? וואס שוין ווייטער?) איך וויל דער נאר לאזן וויסן אז מיין ווייב פארט קיין פלארידע די וואך."

"מיינסט צו זאגן דו פארסט מיט דיין ווייב". וויל איך אים פאררעכטן

"ניין, זי פארט מיט אירע שוועסטערס, און איך בלייב אינדערהיים מיט מיינע קינדער."

"אה… סאו? לענינינו?"

"ניין. סתם פארציילן די נייעס."

"אה… מורא'דיג! יישר כח פארן מיטטיילן די אזוי וויכטיגע אפדעיט! די אינפארמאציע איז מיר טאקע גאר וויכטיג צו וויסן…"

פרייטאג נאכמיטאג צוויי שעה צו זמן באקריג איך א קלאפ אין טיר:

"אונז קעמער בארגן גרעיפ דשוס?"

אופס… ס'הייבט זיך אן…

איך קום אהיים פון שול פרייטאג צונאכטס, א געהויבענע שבת געווען, שבת פר' מברכים, מיט גרויס התלהבות נעמער דעם כוס נאכן זינגן זמירות, די גאנצע משפחה איז שא שטיל, גרייט מיט א ערענסקייט…

א קלאפ אין טיר…

יעדער ווייסט שוין ווער ס'קלאפט, די שאלה איז נאר וואס מ'קען יעצט בארגן…

"מיין טאטע האט געפרעגט אויב אונז קעמער בארגן צוויי מצות…"

"פסח'דיגע?"

"אם… כ'ווייס נישט, כ'גיי אים פרעגן"

ביז א מינוט און דער פאטער איז ביים טיר.

"די חלות זענען מיר אראפגעפאלן און זיך צובראכן, איך דארף פשוט מצות פאר לחם משנה…"

נאך אפאר מינוט זענען זיי זיך געקומען אפרעדן אז די פיש איז נישט געלונגען…

"מיין טאטע האט אליינס געקאכט די פיש, קוקט אויס אז די פיש סטאר האט געשיקט א אנדערע מינע פיש ווי יעדע וואך…"

מיין ווייב האט שוין מיט די פיש גלייך איינגעפאקט זופ מיט רעטעך, פלייש מיט קוגל… אויב האט דער טאטע אליינס געקאכט דעמאלטס ווייס מיר שוין וואס נאך זיי ברויכן…

מיט אנגסט האבן מיר געווארט אויף סוף סעודה, נאכן זיך כאפן אז מ'האט פארגעסן איינצופאקן קאמפויט… זארגט אייך נישט, ס'האט נישט געשפעטיגט צו קומען…

"מיין טאטע האט באמת געמאכט קאמפאוט, אבער ער האט געלייגט פעפער אנשטאט צוקער…"

טרעפנדיג שעפטל'ן שבת צופרי זאגט ער מיר "האסט אונז ממש געראטעוועט! עכט בין איך בעצם א גוטער קעכער, אבער סאם האו האט זיך דער שטן דא אריין געמישט און איך ווייס נישט פארוואס אבער אלעס גייט מיט די לינקע פיס… ביי דע וועי, די טשאלענט האט עפעס זייער שטארק צוגעברענט, איך האב מורא אז איך וועל אויך מוזן נעמען פון דיר…"

"יא יא" רוף איך זיך אן מיט א שמייכל, "איך האב שוין געשפירט אין האול וועי…"

"יא? מ'קען שפירן אין האול וועי וואס טוט זיך אינעווייניג?" פרעגט ער מיט א קענטליכע שרעק, מורא האבנדיג אז איך קען דערשמעקן זיין גאנצן הלך ילך פונעם האול וועי… (גראדע קען איך.... ער שרייט גענוג הויך אז מ'זאל אלעס קענען אריבער הערן…)

"נאַאַאַאַ… איך האב נאר געשמעקט עפעס פארברענט און זיך פארגעשטעלט בלא בלא בלא…"

סאו פון דארט ווייס איך א א קעכער איז ער נישט… ממילא איז נאך א מיסטריע די פונקטליכע פשט פון זיין נאמען.

[align=center]:lol: :grin: :P :lol:[/align]

מוצאי ראש השנה שנת לפ"ק לפרט גדול

איך גיי ארויס צום פארטש צום האלב פארטיגן סוכה'לע, מ'גיימיר נאר צוענדיגן אפאר קלייניגקייטן און מ'גיימיר שלאפן.

"פס… פס… פס… טשולי?"

איך דריי זיך אויס…

שעפטל…

אונזערע פארטשעס גרעניצן זיך, און ער האט געטראפן א פאטענט וויאזוי מיר צו רופן… ער שרייט מיין נאמען הויך…

"אה… שעפטל! זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס! א גמר חתימה טובה!"

"אמן!" ענטפערט ער, ער באקראצט זיך קוים מיט די ווערטער "פאר דיר אויך, זאלסט האבן געקלויבט אלע שמוץ… א מיאוסע נעכטיגע יאר… דער מזל זאל פליען… שנה אחרונה ותיקין… וואטעווער…" פירט ער אויס מיט א לומדות שיטענדיג ברכות אויף די זאלציגע וואונדן…

"וואס זאגסטו עפעס שעפטל? דו מאכסט א סוכה?" אופס…. וואס האב איך געטון דא? ער'ט מיר נאך באלד בעטן איך זאל אים עס בויען…. אוטש… באשעפער העלף!!!

"שאאאר!" ענטפערט ער מיט אזא גאוה'דיגע שמייכל "אזאנס און אזעלעכס" (איי קנאו… עמער נאך אויסגעפינען…).

"זייער שיין" פרוביר איך צו ענדיגן דעם שמועס.

"איך קען אפשר בארגן דיין לייטער?" פרעגט ער מיט תמימות "און מיין אלטע הויז האב איך נישט געדארפט מאכן קיין שלאק, סאו איך האב נישט קיין לייטער"

א סוכה האסטו יא? אדער איך וועל דיר עס דארפן בארגן?

"יעצט נוץ איך מיין לייטער, איך מיין אז ס'איז כדאי זאלסט זיך אליינס איינהאנדלען א לייטער, ווייל איך נוץ עס זייער אפט און איך וועל דיר עס נישט קענען אוועק בארגן"

"נישט קיין פראבלעם" ענטפערט ער מיט גרויס פקחות "איך קען ווארטן ביז די ענדיגסט וואס דו טוסט יעצט, און איך וועל עס נאכדעם נעמען, איך זאל דיר קומען העלפן"

"ניין. פעלט נישט אויס" ער'ט מיר נאך נאכדעם צוריק בעטן ריבות… "איך גיב מיר ב"ה אן עצה"

"לאמיר דיר נאר פרעגן, וויאזוי מאכט מען א שלאק, וויאזוי קען זיין אז איך שלעפ אראפ די בענדל און די שלאק פארט ארויף?"

טאטע זיסער… "איך בין בכלל נישט קיין שלאק עקספערט, דאס דארפסטו פרעגן די מומחים"

צוואנציג מינוט שפעטער…

"פס… פס… פס… טשולי?"

ווא'גייט שוין ווייטער פָאהֶער?

"נו?"

"אה… איך האב נאר געוואלט טשעקן אויב דו ביסט נאך דא, איך בין אריין געגאנגען פאר א מינוט"

בוינוידקילעאלמע… ס'טו איך מיט אים? פארוואס האב איך זיך נישט ארויסגעשלייכט ווען ער איז אריין געגאנגען?

"קוק אהער שעפטל. איך פלאן צו נוצן מיין לייטער דורכאויס די גאנצע נאכט, סאו איך מיין אז זאלסט נישט ווארטן אויף מיר"

"אקעי, סאו איך וועל עס שוין בארגן פון די מארגן"

"אם… מארגן האב איך א חתונ… כ'מיין… איך גיי עס דארפן מארגן אויך… איך האב נישט קיין לייטער גמ"ח"

"סאו ווי קויפט מען לייטערס? און בכלל" פרעגט ער מיט א פארוואונדערטע מינע "וועלכע עקסעסריעס דארף מען פאר א שלאק?"

"ס'ווענדט זיך וועלכע סוכה דו האסט, און אויך ווענדט זיך וועלכע מין שלאק דו דארפסט, איך פארשטיי נישט דערצו, איך מיין דו זאלסט פרעגן די עקספערטן, א גוטע וואך!" ענדיג איך צו. און איך לויף אריין צו מיר אינדערהיים.

"וואו קויפט מען עקספערטן?" הער איך ווי ער שרייט מיר נאך...

[align=center]:lol: :grin: :P :lol:[/align]


ליל ראשון דסוכות.

איך זיץ מיר אין מיין סוכה'לע מיט ברעטעלעך און סכך, וואו ס'שטייט אין די תורה…

איך האב געסט אויך, לכבוד מיין אושפי… אופס… חשש גילוי… לכבוד יו"ט קומען אלע חתונה געהאטע, און איך האב די גרויס כבוד אז מיין שווער און שוויגער קומען צו מיר פאר די סעודה, און זיי ברענגען מיט דריי פון מיינע שוואגערס, א שיינע משפחה פארברענג.

מיט א שטילע קול שעפשע איך א בקשה אז די סעודת יו"ט זאל דורכגיין אן קיין עגמת נפש פון שעפטל'ס זייט… איך כאפ זיך אז יעצט איז די ערשטע סוכות אלס שכן מיט אים, און איך וועל צום ערשטן מאל (האפנטליך נישט) קענען מיטהאלטן די "אינסיידס" וויאזוי ס'קוקט אויס א סעודה ביי אים אינדערהיים…

איך האף נאר אז ס'וועט בעסער אויסקוקן ווי די אויפבויען די סוכה.

יעדע נאכט ביז 1:30 האבן די קולות געגרייכט מיינע מידע אויערן, איי איי איי, וויפיל מאל די דרילער איז אראפ געפאלן… און יעדע מאל האט ער באוואשן א צווייטע קינד, און נאך צוגעלייט אפאר מעלות אין די זייט צו געבן די קאמפליעט פיקטשער פאר די שכינים וואס הערן זיך (אונטער) [איבער], אז מ'זאל וויסן אז זי איז נישט א "פלעינע" שלימזל וואס די טאטעס דרילער פאלט אראפ פון זיינע הענט פונקט ווען זי איז דארט, נאר זי איז א "גאר גרויסע" שלימזל, ווייל זי האט היינט נישט אויפגעגעסן די גאנצע סאפער, און נעכטן האט זי נישט גוט געפילט, און אייער נעכטן איז זי אהיים געקומען וויינעדיג פון סקול……………………. ונאמר אמן!

און דאס אלעס האב איך געדארפט מיטהאלטן נאכ'ן זיך ראנגלען מיטן מלאך החלומות וואס האט שוין ענדליך באוויליגט מיר צו באזוכן, און שעפטל האט'ם פארטריבן.

שפעטער האט ער געדינגן אפאר בחורים (בחנם פארשטייט זיך… "איך וועל ענק באצאלן נאכ'ן צונעמען די סוכה מערצעשעם) און ער האט לויז געמאכט זייערע גענירן פון אזויפיל שפרינגעראצעיס דערויף.... פראגעס האט ער נישט אויפגעהערט פרעגן, און זיך געבייזערט פארוואס זיי געבן אזעלכע "אומפארשטענדליכע" תירוצים…

און מיין סעלפאון האט נישט אויפגעהערט קלינגן…

"וועלכע סקרול איז די בעסטע פאר האלץ?
ווי גרויס דארף זיין מיין שלאק?
איך קען בארגן א סקרול דרייווער?
האטס אפאר איבעריגע פענעלס?
וועלכע סכך איז גוט צו לייגן?
איך זאל לייגן די סכך אין די לענג אדער די ברייט?
וואס מיינט א פאלי?
ווער מאכט דא סטיטשעס אין די געגענט?"

ס'האט ערענסט אויסגעקוקט ווי איך בין אים א באצאלטע ארבעטער, און איך בין פשוט מחיוב געווארן אים אהער צו שטעלן א פארטיגע סוכה.

און יעצט שטיי מיר דא די ערשטע נאכט, און מיר האפן אויפן בעסטן…

מיין שווער מיט די משפחה קומען אן, מ'באגריסט זיי מיט א הילכיגן "גוט יו"ט!", און מ'גרייט זיך צו קידוש, און מיר הערן וויאזוי שעפטל קומט אריין אין די סוכה, און רופט זיך אן הויך "מאמי!!!! ווי איז די גרעיפ דשוס?? איך האב דיר געזאגט אז ווען איך קום אהיים זאל שוין די גרעיפ דשוס זיין אויפן טיש, מ'קען נישט לאזן די אושפיזן ווארטן הונגעריגערהייט!!!"

"שלוימי!!!! ברענג מיר א זמירות!!! יא, די צוריסענע… איך דארף דארט זאגן TV TV"

מיין שווער קוקט מיר אן פארוואונדערטערהייט, און איך פארצייל אים און קורצן איבער'ן שכן…

מיר מאכן נישט קיין עסק, מ'הייבט אן קידוש "סברי מרנ…

יאאאנקקקיייי!!!!!!!!!!!! גיי זאג פאר מאמי אז נעקסטע מאל זי גייט נישט אויסשווענקן די בעכער גייט זי דארפן אליינס מאכן קידוש!!!"

מיין שווער שיסט אויס מיט'ן כוס אינעם האנט… און איך האלט ביים וויינען. וואס טו איך מיט מיין חשוב'ע שכן?

נאכ'ן צוריק אנפילן דעם כוס פון די ביסל וואס האט זיך אויסגעגאסן, און מיין שווער פאנגט נאכאמאל אן קידוש, מיט א ברען דאסמאל איז שוין אביסל שטילער דארט, די איבעריגע משפחה מאכט קידוש ביי אונז, מ'גייט זיך וואשן, דער עולם פאנגט אן עסן די חלה, ווען פלוצים הערט מען קולות…

"טאטי!!! זאלמי נעמט צו מיין פלאץ!!"

"או נאו! דיין פלאץ איז נעבן טאטי!"

"יא, אבער היינט איז מיין אושפיזן, סאו לכבוד דעם וויל איך נישט זיצן נעבן טאטי"

"אבער איך וויל אויך נישט, און דא איז אייביג מיין פלאץ"

"קינדער" רופט זיך שעפטל אן "אויב קיינער קומט נישט זיצן נעבן מיר, וועל איך מוזן קומען זיצן נעבן ענק"

די קולות גייען אהין און צוריק אויף הויכע טענער… און מיר זיצן אין די נעקסטע סוכה און דערשטיקן זיך אויף די חלה…

שעפטל לייגט אוועק א קידוש…

סברי מרנן!!!! פראקלאמירט ער מיט עקסטאז...

... מקדש ישראל וראש הח… כ'מיין והזמנים!

און יעצט?

"נווווו!!!" שרייט ער אויס! "נא נו נא??"

"אה… נא?"

פאנגט ער אן מאכן א שהחיינו, און דאס ווייבל זיינע שרייט "נא… לישב!!!!"

מאכט ער א לישב, און גלייך דערנאך נאכמאל שהחיינו, נאכ'ן מאכן די צווייטע לישב רעגט ער זיך אויף "דא שטייט אז די רבי זכרוילערבאחע האט יא געזאגט!!!"
און נאכ'ן טרינקן דאס כוס טענה'ט מען זיך ווייטער אויף הויכע טענער, שעפטל וואשט זיך, מאכט א הילעכדיגן המוציא, און אוודאי אויך א לישב אלס חביבת הארץ, און הייבט אן מיט זיינע פערל ווערטער וואס גייט אויף די גענירן, ער רעדט גענוג הויך אז דאס אלעס זאל זיך שפירן ביז אין מיין סוכה'לע אריין, ביז איך שפיר אז ס'איז שוין גענוג געווען, און איך הייב אן א שיינעם לידל אויף די וואכעדיגע יו"ט.

גייט נישט פארביי קיין עטליכע מינוט, און שעפטי זיגט מיט אונז צוזאם!

צוזאם האב איך געזאגט?

אה… נישט ממש צוזאם, ווייל ער זיגט אפפ טאן, און ווי אויך פרובירט ער צו מאכן דעם ניגון אביסל שטייטער, אבער בערך צוזאמען.

ס'אסאך פאן, ניין?

און ער גייט א סטעפ ווייטער ביים הויכן פאל, און ער פאנגט אן נאכלויפן דעם פאל….

נאך א האלבע מינוט אזוי זינגען האבן מיר געזעהן אז תכלית וועט דאס נישט זיין, דער פארדרייטער הערט נישט אויף פארדרייען אונזער קאפ מיט זיינע פארדרייטע תנועות… האבן מיר אים געלאזט סאולא פאר צוויי מינוט…

מיר האבן געלאכט! ווען איך זיץ ווען אליינס אין סוכה וואלט איך זיך דאס געזונט געגעסן אז דער פאר'הרג'עט מיר דאס סעודה, אבער אז מיר זוצן מיט נאך משפחה איז דאס געווען א בחינה פון שרה'ס באבע לאצי'ס נשמה…

נאך 5 מינוט, און מיר הערן שעפטל'ן קרעכצן אז ער איז זייער מיד, און מ'זאל שוין ארויסטראגן די פיש און אריין ברענגן די זופ, נאכפאלגענדיג מיט א העפטיגן געשנארכעצריי וואס לאזט וויסן אז ער דרימלט ביים טיש…

פאר אונז ווערט לייכטער אויפן געמיט, ב"ה שעפטל שלאפט, און מיר קענען צוריק פירן דעם סעודה צו א שיינע יו"ט'דיגע סעודה, אן די גרידשערייען אין אויער, און די שמערצליכע קערל ווערטער פון שעפטל'ס "טוירע" וואס ער האט נאכגעזאגט פונעם גליון פארהאנקענדיג זיך ביי איטליכע זאץ...

מיין שווער זז"ג גלייכט זייער צו זינגען, הייבט ער אן א לידל, און די גאנצע משפחה שטעלט זיך צו, ווען אינמיטן הערן מיר קרעכצן פון שעפטלען, פון א קרעכץ ווערט א געשריי...

"שא!!! אביסל אחריות! אביסל מיטגעפיל מיט א שכן!! לאצמעך שלאפן אביסל! אזעלכע אוממענטשן…"

יאפ ס׳איז געלעכערט!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אקעי, ענדליך איז עס דא און איך קען קאמענטירן אויף דער ארטיקל וואס האט מיך אויפגעשאסן דעם שבת נאכמיטאג צענדליגע מאל אזש די 'טשולענט' אין מיין בויך האט מיטגעלאכט.

איך מיין אז דער ארטיקל האט מיך געמאכט דאס מערסטע לאכן פון סיי וועלכע!!

כאב נישט אויפגעהערט צו לאכן פון שעפטיל און פון טשולי, די אויסדריקן, אזוי שיין קלאר אראפגעלייגט, און דו לעבסט ממש מיט די מצב ווי דו ביסט ווען דארט לעבעדיג! א מחיה!

ווען איך דארף ווען מאכן סמיילי'ס נאך יעדע גוטס, וואלטיך אויסגענוצט אלע עמאוזשיס פון אייוועלט...
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
א קליינע וועלט!
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 9:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קליינע וועלט! »

דאס איז איינס פאר מיין בעסטע ארטיקל! און ס'האט מיר אנגעמאכט אסאך בישות ב"ה...

שכח פארן מיר צולעכערן אזוי!.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:






איך האב נישט מער וואס צוצולייגן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אזאנס צו לאכען געדענק איך שוין לאנג נישט.
א דאנק טשולענט פארן מהנה זיין די עולם.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

:lol: איך הער נישט אויף לאכן. א דאנק אייך
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

פון די בעסט אויף די בעסט
מעשי טשאלענט להתפאר
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

זכור אזכור דעם שבת זכור!
אזא טשאלענט האביך אין מיין לעבן נישט געהאט! מ'שטיי מיר שוין מאנטאג און די טשאלענט שפירט זיך נאך אווי שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען!

דער @טשאלענט האט ווי עס שיינט אדאפטירט די צוויי בוכשטאבן TV, און נוצט דאס פאר פארשידנארטיגע אויסדריקן, עיין גארבידש טראק
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

לא לחינם הלך השעפטל אצל הטשולי...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

:lol: :lol: :lol: :lol:

זייט כ'האב געליינט דער ארטיקעל, שיס איך אויס פאר געלעכטער יעדעס מאל כ'טרעף מיין שכן, איינער מיט הילף? טשולי??
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

עומד מן הצד האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol:

זייט כ'האב געליינט דער ארטיקעל, שיס איך אויס פאר געלעכטער יעדעס מאל כ'טרעף מיין שכן, איינער מיט הילף? טשולי??

דו ביסט דער שכן פון די אנדערע זייט?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

עומד מן הצד האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol:

זייט כ'האב געליינט דער ארטיקעל, שיס איך אויס פאר געלעכטער יעדעס מאל כ'טרעף מיין שכן, איינער מיט הילף? טשולי??

ער האט דיר געגעבן רשות צו לייגן זיין בילד?
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

ווער עס וויל איך זאל שרייבן "קאראנע בצל השעפטל" זאל אויפהייבן די הענט
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

;l;p- (האנט אויפגעהויבן)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

student-raising-hand-clip-art-image013.jpg
student-raising-hand-clip-art-image013.jpg (29.56 KiB) געזען 1251 מאל
raising-hands.png
raising-hands.png (49.96 KiB) געזען 1251 מאל
student-raising-hand-clipart-18.jpg
student-raising-hand-clipart-18.jpg (235.97 KiB) געזען 1251 מאל
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

נישט גענוג הענט, אז דער עולם וועט באמת ווילן וועל איך אי"ה ווייטער שרייבן בל"נ...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

כ'האב נאכנישט אויפגעהויבן מיין האנט ווייל די טעב איז נאך אפן פון צופרי... איך זוך נאך עפעס א פאסיגע קאמפלימענט/דעסקריפציע/וואטעווער פאר אזא ארטיקל, אבער אן ערפאלג...

אודאי זאלסטו שרייבן!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יעצט איז שוין גענוג?

א.jpg
א.jpg (490.61 KiB) געזען 1219 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

טשולענט, ס'איז א אייזערנע ארטיקל! נישט אויפגעהערט צו לאכן ביים ליינען! שכח!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מעכטיגע ארטיקל במלוא מובן המילה, איין זאך וואס איך פארשטיי נישט פארוואס סאיז נישט אויף די פראנט קאווער דאס איז דאך פון די פעיוואריטס שעבפעיוואריטס.

אגב מיין הענט טוט שוין וויי פון האלטן אזוי לאנג....נעוואדע זאלסטו שרייבן...
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אביי
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:34 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביי »

שטארק הנאה געהאט
צוויי גוטע סייטס צי באקומען פרי זאכן אויף עמעזאן
Get FREE Items on Amazon by Hundsonvine
Get FREE Items on Amazon by RebateKey
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זאל איך עפעס זאגן איבער דעם ארטיקל? ס'לוינט זיך נישט! ווייל וויפיל כעל זאגן וועט עס זיין צו ווייניג געזאגט!

אבער דאסיז סאמטינג ספעשיל!

געלאכט, און געלאכט, און נאכאמאל געלאכט, דערנאך געהאלטן אין איין אויסשיסן מיט א לעכעריגן געלעכטער נאכאמאל און נאכאמאל!

בנוגע צו זאלסט שרייבן איבער דיין שכן בתקופת קאראנע?!
כ'בין גארנישט אזוי זעכער ס'איז ראטזאם זיך אריינצולאזן דערין... ס'קען זיין זייער זייער מסוכן (אויב איינער שפאצירט פונקט אינמיטן עס ליינען אויף א ציקן שטריק העכער די טווין טאוערס... ס'איז א פסיק רישא אז ער גייצעך אויסגליטשן...)
---
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

בשבילי נברא האט געשריבן:בנוגע צו זאלסט שרייבן איבער דיין שכן בתקופת קאראנע?!
כ'בין גארנישט אזוי זעכער ס'איז ראטזאם זיך אריינצולאזן דערין... ס'קען זיין זייער זייער מסוכן (אויב איינער שפאצירט פונקט אינמיטן עס ליינען אויף א ציקן שטריק העכער די טווין טאוערס... ס'איז א פסיק רישא אז ער גייצעך אויסגליטשן...)

:lol: :lol:

אבער איך האב אסאך צו פארציילן...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

טשאלענט האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:בנוגע צו זאלסט שרייבן איבער דיין שכן בתקופת קאראנע?!
כ'בין גארנישט אזוי זעכער ס'איז ראטזאם זיך אריינצולאזן דערין... ס'קען זיין זייער זייער מסוכן (אויב איינער שפאצירט פונקט אינמיטן עס ליינען אויף א ציקן שטריק העכער די טווין טאוערס... ס'איז א פסיק רישא אז ער גייצעך אויסגליטשן...)

:lol: :lol:

אבער איך האב אסאך צו פארציילן...

אויב אזוי, קען מען דאך נישט לאזן א איד עובר זיין אויפן ל"ת פון "ולא יכול להתאפק" אז ס'זאל אים בלייבן שטעקן אין בויך...

לאז נאר וויסן א פאר מינוט בעפאר די קראך פונעם קרעקער... כ'מיין די קראנטש פונעם פיקל... טשולנ'דיגט! געוואלט זאגן.. די נאכוויי פונעם טשאלענט... וועל איך אנזאגן דעם טווין-טאוער שפאצירער אראפצוגיין עטליכע שטאק פאר א וויילע...
---
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: געלעכערט אדר תשפ״א - ביי מיין שכן אין סוכה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

בעסטע געלעכעראכץ פונעם געלעכערטן!!!

נ'וואדע ווארט מיר אויף נאך פון שעפטיל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”