געלעכערט אדר תשפ"א - מצא בעל טוב לגבות את טובו / פארווארט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעכערט - אדר תשפ״א
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 11:41 am

געלעכערט אדר תשפ"א - מצא בעל טוב לגבות את טובו / פארווארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעכערט - אדר תשפ״א »

די זאל איז הערליך צוגעגרייט מיט הונדערטער בענקלעך אויסגעלייגט ביי די זייטן פון די אנגעפילטע טישן וואס גייען אט אט אויפנעמען די נדיבי בעם וואס שטרענגן זיך אן מיט גרעסערע סכומים לטובת די הייליגע ישיבה.

א שטענדער אויפ'ן אויבן-אן אנטהאלט א פונקטליכע סדר המעמד כדי די דרשנים זאלן וויסן זיך צו האלטן אויף א זייגער און נישט פארדרייען דעם רייכן פראגראם.

אויף דרום זייט פונעם זאל שטייט א הויכע סטעידזש אויסגעזעצט מיט בענקלעך און שטענדערס פאר די כלי זמר וואס גייען מהנה זיין דעם ציבור. אויף די וואנט פון הינטער'ן סטעיזש שטייט מיט שטאלץ די לאגא פון דעם נייעם בענד וואס רופט זיך ''פריי-דעך בענד'' און פון הינטער דעם ליינט זיך זייער סלאגאן ''דו-ביסט-פריי''.
דער נייער בענד ברענגט צום טיש א חידוש אין עולם הנגינה.

ווי עס איז באקאנט אין די נגינה וועלט איז מוזיק א נשמה שפראך וואס נאר די וואס פארשטייען דערצו ווייסן די טיפקייט פון דעם. א געלונגענע שטיקל מוזיק איז עפעס וואס קומט פון הארץ און גייט אריין אין הארץ פון די וואס ווייסן וואס צו שפירן.

נא, האט געשטעלט די פראגע איינע פון די שפילערס, וויאזוי קען מען שפילן לידער פון א צעטל אראפגעשריבן דורך איין מאן? אויב איז נגינה א נשמה שפראך זאל יעדער איינער שפילן וואס זיין נשמה שפירט.

זאפארט האט ער געגרינדעט זיין אייגענע ''פריי-דעך בענד'' און ער איז קאמפס גרייט אויף זיין ערשטע זשאב וואס ער גייט היינט האבן.

די נאכט הייבט זיך אן, דער אורח הכבוד פארבעט שוין די אריינקומענדע זיך צו גיין וואשן און אויפהענגען די מאנטלען אויף די לינקע זייט און די בעלי כלי זמרים שטייגן ארויף אויף זייערע פאזיציעס גרייט צו מהנה זיין דעם ציבור.

בורי, דער גוטאריסט וואס שפירט אז גלייך ווען מען קומט אריין אין זאל ווילן שוין מענטשן זען אז די זאך לעבט און נישט אז זיי זענען געקומען צו פרי הייבט גלייך אן צו פליקן אויף זיינע סטורענעס מיט א אימפעט און א פרייליכע זמר הייבט זיך אן הערן אינעם זאל.

סטיוו, דער מיט די לאנגע האר וואס האט די דראם שטעקענעס אין זיין באזיס טראכט אז פאר די ערשטע ליד קומט צו זיין מער געלאסן און איידל און טאקע ווי דער סלאגאן לויטעט צולאזט ער זיינע שטעקלעך אויף די היי העדס ווי א פריי פויגל ארויסלאזנדיג איידעלע קלאנגען מחיה צו זיין די געסט.

מנשה'ס נשמה האט אויך וואס צו זאגן, ער נעמט זיין קלארינעט אין די האנט און מיט צוגעמאכטע אויגן הייבט ער אן שפילן א אראבישן דעבקע מיטן גאנצן פלאקער ארויסלאזנדיג זיסע שטיקעס ווי נאר דער קלארינעט קען.

זשעקי דער טראמפייטעריסט האט אן אנדערע מהלך אינגאנצן, ער שפירט אז כדי אראפצוזעצן דעם עולם אויף די בענקלעך ברויך מען צו שפילן א שטייטע חזנות סטייל מעלאדיע און ער טוט טאקע גלייך צו די זאך און נעמט זיך סערווירן דעם ציבור מיט זיינע טאלאנטן.

גייט נישט אדורך קיין גאנצע מינוט און די שוין זיצנדע גבירים הייבן זיך אלע אויף מיט די אצבע אין די אזנים און רייטן ארויס פון זאל איבערלאזנדיג זייערע מאנטלען אלס א נדבה ווען פון הינטער זיי לויפן די סארווירער, קעכער, מענעזשער, בעלי דרשנים, רבנים, הנהלת הישיבה, ארויס פון זאל נישט קענעדיג פארנעמען די 'נשמה שפראך'

***

טייערע אידן. א יעדע זאך מיז האבן א פירער, אן קיין בעל הבית איז נישטא קיין בית.
זיצן דא מנהלים און פירן אן א ברייט פארצווייגטן וועלטל וואס הונדערטער אידן געניסן דערפון יעדע שעה אין טאג.
איך ווייס נישט אויב די מהלים ארבעטן שלא אל מנת לקבל פרס, אבער דאס איז אמאל זיכער אז זיי ארבעטן נישט אל מנת לקבל 'פראסק'
לאמיר זיי אלע באדאנקען פאר זייער הייליגע ארבייט וואס זיי טוען א גאנץ יאר מיטן צושטעלן א כשר'ע פלאץ פאר היימישע אידן זיך צו לופטערן ווען נויטיג, און ספעציעל מיטן שטיין צו די האנט פאר די דאזיגע פראיעקט אז עס זאל זיין א דבר השלום, און נישט זיי באזידלען פאר זאכן וואס זיי טוען מיט א גוטע רצון.

***

אין די וואקעדיגע משנה ווערט געקוואוט "אם אין למך אין סחורה", מוזן מיר זיך באדאנקן פאר די אלע וואס האבן זיך מטריח געווען, און אוועק געגעבן פון זייער טייערע צייט צו מהנה זיין דעם חשוב'ן ציבור מיט ערליכע אויסגעהאלטענע ליין מאטריאל אויף א געשמאקע פארנעם, די ארויסגעבער, די ארויסהעלפער, די שרייבער, די גראפיקער, און די קנאים וואס האבן מוחה געווען דערויף און זיכער געמאכט אז יעדער זאל וויסן דערפון...

(על פי סדר א״ב יש מוקדם ואין מאוחר) א קליינע וועלט, אור אייניקל, איינס, בלא בלא בלא, חבקוק, חוח בין השושנים, טשאלענט, כאניש וואס צו טון, זאג א גוטס, טעם וריח, ליקעריש, מתמודד, נאר מיט שמחה - נמש״ל, סיפורי צדיקים, עומד מן הצד, פופציגער, פרישע קוגל, קלאצקאפ, שטומפיג, שלום פ., שמארטיקל, שמחת עולם, און….פישי
יעדע לאך וואס וועט פאסירן דורך דעם אויסגאבע וועט גיין אויף אייער זכות, און איר גייט זיכער אריין אין די קאטעגאריע פון די "אינשי בדוחי אנן" וואס זענען מזומן לחיי העולם הבא.

א פרייליכן פורים, ליינט און לאכט.
לאמיר אלע גיין אויף א לאכעריי!
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - מצא בעל טוב לגבות את טובו / פארווארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

'אם אין למך אין סחורה' איז די קוואויט פונעם יאר.. :lol: :lol: :lol:
(--ווערטערלאז--)
קאלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 12:48 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - מצא בעל טוב לגבות את טובו / פארווארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלט »

זייער א גוטע פוינט.
בעסער אזוי האט געשריבן:'אם אין למך אין סחורה' איז די קוואויט פונעם יאר.. :lol: :lol: :lol:

אגרי 100% זייער א געשמאקע שפראך
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - מצא בעל טוב לגבות את טובו / פארווארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בעסער אזוי האט געשריבן:'אם אין למך אין סחורה' איז די קוואויט פונעם יאר.. :lol: :lol: :lol:

ס'ווערט געברענגט אין די תורות פונעם פורים רב.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - מצא בעל טוב לגבות את טובו / פארווארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

יאפ, אסאך פיינע מליצות אנגעטראפן, א גוטע התחלה.. ווער האט דאס געשריבן ווער?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - מצא בעל טוב לגבות את טובו / פארווארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמארטיקל האט געשריבן:יאפ, אסאך פיינע מליצות אנגעטראפן, א גוטע התחלה.. ווער האט דאס געשריבן ווער?

די ערשטע חלק איז פרישע קוגל
די צווייטע חלק פון די וואקעדיגע משנה איז טשאלענט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: געלעכערט אדר תשפ"א - מצא בעל טוב לגבות את טובו / פארווארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

גאר גוט, פיין הנאה געהאט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”