סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שאבעלע האט געשריבן:לדעתי איז וויכטיג אז מען זאל וויסן וואס עס קומט פאר.
אבער לדעת תורה איז בכלל נישט וויכטיג צי וויסן וואס עס קומט פאר, פארקערט עס איז וויכטיג נישט צי וויסן וואס עס קומט פאר.
עס איז וויכטיג צי וויסן אז מ'האט אינז פיינט ווייל אינז זענען א עם הנבחר, ווייל אינז ריקן זיך נישט אוועק פון אינזער מסורה צי די בייזע רוחות הזמן.
אפגעזעהן צי אינז טוהען ריכטיג צי נישט וועט מען אינז דעקן נעגעטיוו, דערפאר גייט אינז בכלל נישט אן קיין ספעציפישע געשעענישן אפילו אין א פאל וואס ס'איז נישט ריכטיג.
והייתם נקיים מה' ומישראל, נישט פון די כופרים און גוים וכו'
עס איז וויכטיג צי וויסן אז ס'איז דא א גרויסע ריזיגע וועלט אינדרויסן פון אינז וואס ווערט געפירט פינקט פארקערט פון כל הכתוב בתורה, א געשמאקע וועלט פיל מיט גאלדענע גליק, תאוות לאין ספור. ס'איז אבער וויכטיג נישט צי וויסן וואס דארט טוט זיך אפ ווייל קיין אמת'ע גליק איז דארט נישטא.
נאכן דורכליינען דעים אשכול, דאכט זיך אז מען קען אויסקלארן:
ווי @סטאוו ברענגט שטארק ארויס. פעלט אוודאי נישט אויס אז ״יעדער יחיד״ זאל זיין פאר אינטערסירט און הערן וואס די גויאישע מידיע האט צו דערציילן וועגן אונז, און אוודאי נישט זייערע אנדערע נייעסן און לעבן-שטייגער חלילה. דאס איז אוודאי נגד דעת תורה לגמרי.
לאידך גיסא האב איך אריינגעלערנט אינם פותח האשכול כוונתו:
ווי עס איז ידוע פלעגט סאטמאר רב האבן אזוינע וואס פלעגן אים איבעזעצן פון די גויאישע צייטונגען הנוגע בעניני ציונות ועוד.
און ווי אנדערע האבן שוין געשריבן האבן פולע מנהיגי הדור הקודמים, געהאלטן אז מען ברויך נזהר זיין נישט צו פארשמירען און מסכן זיין כלל ישראל, און זיך יא לאזן הערן וואס אונז תורה טרייע אידן האלטן, א דוגמה אז מיר זענען דורש בשלום העיר והמלכות, וואס פולע ערליכע רבנים האבן שוין אונטערגעשריבן, און מען האט געצאלט עפרות זהב דאס צו ליפטערן אין אפ-עדס וכדו׳.
ווי עס שיינט און איז מסתבר פעלט אויס אזוינע מנהיגים וכלל טוער וואס זאלן יא האלטן א אויסערליכע בליק און נעמען די ריכטיגע שריט ווען נויטיג, און ווען דאס פארלאנגט זיך נעמען דעים ציבור אויף צוזאמען ארבעט.
בו בעת וואס יעדער שמויגער דארף נישט און טאר נישט זיין איינגעטינקען און שמיץ.
אבער אזויפיל איז יעדער איינשטימיג האפנטליך אז אויף יעדן איד ליגט א חוב קדוש אז שיהא שם שמים מתאהב על ידך און נישט דאס פארקערטע חלילה, און ווי פארשטענדליך אנע זיך בייגן פון א קוצו של יוד. די פאקט איז אז ווען א איד פירט זיך מיט אלע הידורים כדת של תורה, בו בעת וואס ער אנערקענט אז ער איז צווישן אנדערע מענטשן (ממילא איז ער זיך מסביר און קורצען: אז דאס פארלאנגט זיין רעליגיע, און אנטשולדיגט זיך אויב איינער האט דאס שלעכט פארשטאנען), און ממילא נעמט ער די ריכטיגע מאסנאמען צו פארמיידן וואס מען קען, פון ציען אומגינסטיגע אויגן, ווייל דאס פארלאנגט אויך די תורה, דאן איז ער און כביכול דורך אים רעספעקטירט און געשעצט.
יא אמת די מידיע האט אונז פיינט און וועט ווייטער שטענדיג אונז פרובירן צו פארשמיצען, אבער ווער עס שטעלט זיי לייכטזיניגערהייט צו סחורה, איז ליידער א נטפל למחללי השם, און איז עתיד ליתן את הדין סיי אויף דעים, און יא אויך אויף אלע תוצאות ברוחניות ובגשמיות ה״י.