טראק דרייווער האט געשריבן:שמע נא, ווילסט אויפשטיין פארטאג'ס אדער ווילסט האבן תירוצים? אז די ווילסט עכט דארפסטו מסכים זיין צו טוהן דראסטישע שריט, עכ"פ פאר די ערשטע תקופה, און כדי נישט צו צושטערן די שלום בית איז דא א קויטש אין א אידישע שטוב וואס דארט וועט די זייגער און די טעלעפאן נישט אויפוועקן קיינעם חוץ דיר, און אז דיין ב"ב וועט זעהן אז עס גייט דיר אין לעבן וועט דאס איר נישט באדערן.
זייער אויפריכטיג!
ב"ה איך בין היינט געווען אויף דער פוס 6:00 ווי דער פלאן איז געווען, און 6:20 בין איך שוין געווען ארויס פון שטוב, און 9:15 שוין געווען אין אםיס, (איך ארבעט פאר מיר, סא איך קען קומען און גייין ווען כ'וויל, [כ'רעד נאכדעם וואס מ'מאכט שוין גענוג געלט ב"ה] א חורבן...)
איך האב יא אנגעצינדן די אלערעם, אבער זיך נאך אויפגעכאפט ממש פאר דעם און עס פארלאשן.
ייש"כ פאר אלע, איך קען נאך נוצן נאך חיזוק און עצות, אבער מיטן באשעפערס הילף בין איך אנטשלאסן צו טוישן מיין סדר היום דראסטיש.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.