ארגינעלע יוד האט געשריבן:לבלוב האט געשריבן:maybeeynot האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון סאטמאר אין ליבאוויטש ?
ביי חב"ד איז יעדע שייגץ א צדיק. ביי סאטמאר איז יעדע צדיק א שייגעץ
וואס איז דע חילוק פון ברסלב און ליובאוויטש?
ביי ברסלב: אין ייעדע ייוד איז דא א פינטל.
ביי ליובאוויטש: אין ייעדע פינקטל איז דא א ייוד
לובאוויטש איז א קאמפליצירטע דרך פאר פשוטע מענטשן און ברסלב איז א פשוטע דרך פאר קאמפליצירטע מענטשן. געהערט פון הערשל פריעדמאן.
מענין לענין
אין אויבערלאנד איז מען פרייליך אויף א דעפרעסטן אויפן און אין ברסלב איז מען דעפרעסט אויף א פריילכן אויפן
אמטשולדיגס פארן פארדרייען די נושא דא, אבער היות איך זעה מען פרעגט שקשיות אויף ווערטלעך, וויל איך אויך פרעגן.
דער וואס האט געמאכט דער ווערטל וועגן פשוטע תורות פאר קאמפלעצירטע מענטשן, הייבט נישט צו וויסן וואס ברסלב איז, אמטשולדיגס.
מענטשן הערן דא עפעס א ווארט און קוקן דא אריין אין עפעס א גליון און ווייסן שוין וואס גאנץ ברסלב איז... ער האט שוין ארויס די זאך און ער קען שוין פרעגן און זאגן.
אמטשולדיגס פארן זיין אזוי שארף, אבער איך האב אזויפיל צוטון מיט די סארט מענטשן אז איך קען מיך נישט איינהאלטן.
זאל איינער דא מיר קומען זאגן אז ער האט געלערנט איין לענגערע תורה אין ליקוטי מוהר''ן און עס קלאר פארשטאנען! און נאך מיט די ליקוטי הלכות אויף דעם, און ווער רעדט שוין מיט די ביאור הליקוטים דערויף!
נישט דא נאך אזא טיפע ספר ווי ליקוטי מוהר''ן וואס אפילו די גרעסטע מקובלים פאלגן זיך דערויף און טרעפן נאך און נאך חידושים אין יעדע תורה עקסטער, כמעיין הנובע המתבגבר וואס כל זמן שאתה ממשמש בו אתה מוצא בו חידושים נוראים, ממש כפשוטו, איך רעד פון עקספיריענס.
אוודאי איז דא אויך אסאך אסאך פשוטע דיבורים וואס יעדער איינער קען פארשטיין, און טאקע דאס איז ברסלב, דאס וואס חסידות איז אריגינעל געווען, צו אריינברענגן די געפיל אינעם אייבערשטן פאר יעדן איינעם ווי ער איז נאר און וויאזוי ער איז נאר, אז איטליכער זאל זיך דערמאנען פונעם אייבערשטן פון זיין מקום מיט א יראה און אהבה וכו' וכו'.
אבער פון די אנדערע זייט איז דא דארט די טיפסטע תורות וואס מען זיך פלאגן דערויף, און מען פלאגט זיך דערויף, און גיין טיפער און טיפער כמים שאין להם סוף, דאס איז א פאקט, און מען דארף מיר נישט גלייבן, ניתי ספר ונחזה, עי' בליקו''מ, ליקוטי הלכות, ביאור הליקוטים ועוד ועוד.
און באמת גייען די צוויי זאכן צוזאמען, פשטות און עמקות, די גרעסטע עמקות איז די פשטות, פשוט דינען דעם אייבערשטן מיט א תמימות, און ווי מער מען פארשטייט די עמקות ווערט מען מער פשוט, מאן דהוא זעיר איהי רב, ואכמ''ל.
נחזור לענינינו, רוב מענטשן וואס מאכן ווערטלעך אויף ברסלב, קומט עס פון אן אויבפלעכליכע בליק, פון הערן דא און דארט האלבע דיבורים, און פון זען אפאר בילדער פון אומאן ראש השנה, און ער איז זיכער אז ער ההאט שוין ארויס די גאנצע זאך, און ער האט שוין קשיות און דיעות, און ער פארשטייט שוין אפילו פארוואס מען האט נישט געהאלטן דערפון וכו' וכו'....
ברסלב איז טיפע טיפע תורות, מיט א טיפע דרך אין עבודת ה', עס איז נישט קיין נייע זאך פון די לעצטע צוואנציג יאר, שוין הונדערטער צדיקים און קדושים בעלי רוח הקודש געווען אין ברסלב, וואס זענען נאך אזוי קלוג ווי דיר. מען מעג פרעגן אבער נישט אפפרעגן...
אמטשולדיגס פארן זיך אריינמישן דא, און פארן אזוי מאריך זיין, אבער אורייתא דקא מרתחת בי, ואתכם הסליחה.
גייטס ווייטער אן מיט די אנדערע ווערטלעך, און זייטס מחיה און משמח דעם עולם!!