בחורים אנע ישיבות, איז פארהאן א לעזונג?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

רבותי, איך מיין אז מ'איז דא היפש פארפארען! ביטע שרייבן מיט מער איינגעהאלטענקייט,
א דאנק.
אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולש »

קארל האט געשריבן:ווען מיר רעדן פון א בחור וואס איז "פארדארבן" און מיר פארשטייען אז מען מוז אים ארויסווארפן, איז דאס ווייל מיר האבן מורא אז ער קען מיט איין שלעכט ווארט "עפענען די אויגן" פון דעם בחור, און ספאנטאן צעווארפן דעם פאפירענעם בנין פון מיסאינפארמאציע וואס מיר האבן פאר אים אויפגעבויעט אין לויף פון אלע זיינע יארן עלי אדמות.
אזא הבנה קומט נאך צוויי הנחות:
1) עס איז מעגליך אויסצורייניגן מוסדות התורה פון א.ג. "פארדארבענע" בחורים,
2) וואס האט געארבעט אמאל קען ווייטער ארבעטן, און מען קען נישט טוישן.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אקעי, אזא פארצווייגטע נושא...

מען האט דא דערמאנט עטליכע פראבלעמען, אנגעהויבן מיט בחורים, געגאנגען צו יונגעלייט, דעבאטירט דער סיסטעם פון ישיבות, קוואליפיקאציעס פון ראשי ישיבות און בכלל דער היינטיגער סיסטעם.

אלעס האט איין שורש'דיגע תשובה און איך וועל מסביר זיין:

כלל ישראל איז במשך דער גלות דורכגעגאנגען פארשידענע וואנדערייען, פון בבל קיין ספרד, תימן, אייראפע, און היינט אמעריקא. וואו מען איז אנגעקומען האט מען אריינגענומען אין זיך פון דער קולטור פון יענע מדינות. הגם אידן זענען אן עם לבדד ישכון - מען האט זיך נישט אויסגעמישט מיט גוים, אבער השפעות און דער לעבנסוועג איז איבעראל אריינגעקומען. והא-ראיה, אז דער ספרדישער איד לעבט אנדערש ווי דער פוילישער און דער תימנ'ער, ווייל יעדער איז מושפע געווארן פון דער לעבנס-שטייגער פון זיין מדינה.

יעצט אזוי:
דער ערשטער שטיק צייט וואס אידן זענען אנגעקומען צו א נייע מדינה, האט מען פראבירט זיך צו האלטן גענצליך אפגעזינדערט, נישט האבן קיין שום שייכות און זיכער נישט זיך אפלערנען אפילו א קלייניגקייט פונעם נייעם מהלך החיים, נאר זיך האלטן ווי אמאל, פארצייטיש און אייגנארטיק. ווען עס האבן זיך אונטערגערוקט דער נייער יונגער דור האט מען אין אכט גענומען פארשידענע פראבלעמען וואס נעמען זיך פון געוויסע הנהגות וואס האבן פיין געארבעט אין די מדינות פון וואו זיי זענען געקומען, אבער ארבעטן נישט אין די מדינות וואו מען איז אנגעקומען. דעריבער האבן זיך דער יונגער דור אביסל געטוישט און אביסל אריינגעבלענדט נייע געדאנקען אין זייער לעבנסשטייגער, אזוי אז עס זאל קענען שטימען סיי מיט אידישקייט און סיי אז עס זאל נישט אפעקטירן די פראבלעמען. במשך די יארן איז דאס אויסגעטרעטן געווארן אלס אן אייגענער קולטור און לעבנסשטייגער.

איך שטעל זיך פאר אז די ערשטע שטיק צייט וואס אידן זענען געקומען פון ספרד קיין מזרח פוילין, האבן זיך די אידן געהאלטן שטארק אייגנארטיק, געלאזט די קינדער פון זעקס יאר אליין ארבעטן, טון שידוכים אליין, געגעסן זייערע מאכלים, געזינגען ספרדי'שע לידער (כאפט מיר נישט אויפן ווארט... איך ווייס נישט פון וואו זיי זענען געקומען און וואס זייערע הנהגות זיי האבן געהאט, איך זאג נאר לשבר את האוזן...), די עלטערע דור האבן מסתמא נישט געוואלט הערן פון עפעס אנדערש און נישט געווען צופרידן פון דער נייער געדאנק פון "שדכנות" (לדוגמא)... צוביסלעך איז מען געקומען אויפן מסקנא אז דא אין פוילין ארבעט עס נישט און מען מוז זיך צושטעלן צום מצב הזמן והמקום. מיט די צייט האבן אידן זיך אויסגעטראטן א שיינער מיטל וועג, א אידישע לעבנסשטייגער מיט אן אייגנארטיגער קולטור.

נאר וואס דען:
די פראבלעמען הויבן נישט אן ארויסצוקומען אינעם ערשטן דור פון א נייע מדינה, ווייל דאן לעבט מען נאך אפגעזינדערט און אונטערן אלטן רושם פונעם אלטן היים. הערשט דער צווייטער דור הויבט אן צו זען אז עפעס קלאפט נישט, מען הויבט אן שפירן אז דא טויג נישט און דארט טויג נישט, און צוביסלעך זעט מען אז מען דארף עפעס טוישן. צוביסלעך ווערט די זאך געטוישט און מען הויבט אן א נייעם לעבנסשטייגער.

היוצא לנו מזה, אז דער מערסטער ליידט דער צווייטער דור פון ניי-געקומענע. זיי הויבן אן איינצוזען די פראבלעמען און אין יענעם דור מוז מען עס טוישן.

דאס איז א ביטער שווערע דורכגאנאנג, און איך וועל שרייבן פארוואס: מען הויבט אן פונדאסניי, מען מוז גרינדן א נייע יסוד וואס זאל ארבעטן פאר די קינדער און אייניקלעך ווייטער און פאר די קומענדיגע דורות וואס וועלן וואוינען אין דער מדינה. קיינער האט נאכנישט אויסגעטרעטן דעם וועג, עס איז נישט א זאך וואס מען קען זאגן "אזוי האבן זיך געפירט אונזערע עלטערן און זיידע'ס". דער צווייטער דור מוז זיך אליין ברעכן קאפ אין וואנט און אויפקומען מיט א לעבנסשטייגער ווי אזוי אנצוגיין ווייטער מיטן לעבן.

און דאס איז זייער שווער און א גרויסע אפקומעניש: דאס ווערט געמאכט אויף זייער הויט און ביינער, אמאל ארבעט עס יא און אמאל נישט און אינצווישן פאלן אוועק פיל אידישע קרבנות בגשמיות און ברוחניות.

לענינינו:
מיר האלטן יעצט אין דעם דור, מיר זענען דער דור פון טויש (נישט אזוי זאגט אבאמא? - טשענדזש...). אונזערע עלטערן האבן נאך געלעבט אונטערן אילוזיע אז מען בלייבט א פאלק פאר זיך, פונקט אזוי ווי מען האט געלעבט אין פוילין און אין רוסלאנד, און מען וועט זיך נישט רירן על ימין ועל שמאל - אין אנדערע ווערטער: מיר וועלן פארמירן א מדינה בתוך מדינה; אמעריקא רעדט נישט צו אונז. אונז, קומען שוין מיט דער מציאות אז דאס ארבעט נישט! קינדער פאלן אוועק רעכטס און לינקס, מען ווארפט ארויס פון ישיבות, עס איז דער אינטערנעט צייט, מען קען זיך נישט פארהוילן און אריינלייגן דער קאפ אין זאמד, מען מוז עפעס טון.

און דאס איז דער שווערסטער תקופה בזמן הגלות: דער צווייטער דור פון ניי-געקומענע, וואס מיר מוזן טוישן דעם סיסטעם און מען טאפט א וואנט נישט וויסנדיג ווי אזוי - עס האט עס קיינער נישט אויסגעטרעטן פאר אונז, מיר מוזן עס אליין טון און זיך ברעכן קאפ אין וואנט ווי אזוי דורצושוויצן דער תקופה, און בויען א יסוד פאר אונזערע קינדער אויף ווייטער.

און ווער ווייסט וויפיל עס וועלן דערווייל אוועקפאלן.

וואס מיר קענען יא טון:
זיך אליין מחשיב זיין און וויסן אז מיר זענען די בויערס פון כלל ישראל עלי אדמות אמעריקא, מיר וועלן - מיטן באשעפערס הילף - אויסטרעטן א ריכטיגע מהלך החיים און א ריכטיגע וועג פאר אונזערע קינדער און אייניקלעך, הגם מיר ווייסן נאכנישט ווי אזוי מיר וועלן עס מאכן.

אבער מיר וועלן עס מאכן.

מיטן אויבערשטנ'ס הילף.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

איז פארהאן א לעזונג?

אין די צעטליך ווערט טעגליך עדווערטייזט א נומער צו רופן וואס וועלן מסדר זיין אייער קינד אין א ישיבה.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

קארל דו ביסט 100% גערעכט הלוואי ווען אנדערע זעען דיינע וערטער סקען טוישן דעם היינטיגן מהלך און ראטעווען דורות
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

טראכטנדיג איבער די מצב פון בחורים וואס זיכן א ישיבה, און פון דעם אז יעדע קליינע ישיבה האלט אז זיי דארפן נישט זיין די גארביטש קען פון כלל ישראל, און פון די וועג וויאזוי טייל מנהלים ווארפן זיך מיט בחורים

איך האב געטראכט א געדאנק אז סזאל זיין א '' UN ארגאניזאציע '' נוי יארק נוי דזשערזי און קענאדע, וואס אלע ישובות וועלן דארפן זיין אינטער דעם אלץ יושר ( אפשר קען מען צווינגען דורך די גרויסע פראגרעמס וואס גייט דורך די 2 גרויסע ישובות )


לאמיר זאגן אז סאיז דא 1,000 בחורים וואס קיין איין ישיבה כאפט זיך נישט צו זיי אנצונעמען, און סאיז דא 50 ישיבות גרויסע און קליינע, און 5,000 בחורים
מיז איעדע ישיבה פערפארשן ווי גרויס זיי זענען נעמען אחריות אויף א פראצענט פון די שוואכערע למשל א ישיבה פון 100 בחורים וועט מיזן אנעמען 20 אזוי גערופענע שוואכע, א ישיבה מיט 200 וועט מיזן אנעמען 40,

אינמיטן זמן ווען א מנהל וויל ווארפן א נשמה מיז עס דורך גיין די ארגאניזאציע, אויב סאיז אמערזשענסי ווייל ער מאכט חרוב לשיטתו קען מען נאר ארויסשיקן פאר א וואך ביז די ארגאניזאציע גייען דורך די קעיס

איז עס יושר? מאכט עס סענץ?
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

לייטער האט געשריבן:טראכטנדיג איבער די מצב פון בחורים וואס זיכן א ישיבה, און פון דעם אז יעדע קליינע ישיבה האלט אז זיי דארפן נישט זיין די גארביטש קען פון כלל ישראל, און פון די וועג וויאזוי טייל מנהלים ווארפן זיך מיט בחורים

איך האב געטראכט א געדאנק אז סזאל זיין א '' UN ארגאניזאציע '' נוי יארק נוי דזשערזי און קענאדע, וואס אלע ישובות וועלן דארפן זיין אינטער דעם אלץ יושר ( אפשר קען מען צווינגען דורך די פראגרעמס וואס גייט דורך די גרויסע ישובות )


לאמיר זאגן אז סאיז דא 1,000 בחורים וואס קיין איין ישיבה כאפט זיך נישט צו זיי אנצונעמען, און סאיז דא 50 ישיבות גרויסע און קליינע, און 5,000 בחורים
מיז איעדע ישיבה פערפארשן ווי גרויס זיי זענען נעמען אחריות אויף א פראצענט פון די שוואכערע למשל א ישיבה פון 100 בחורים וועט מיזן אנעמען 20 אזוי גערופענע שוואכע, א ישיבה מיט 200 וועט מיזן אנעמען 40,

אינמיטן זמן ווען א מנהל וויל ווארפן א נשמה מיז עס דורך גיין די ארגאניזאציע, אויב סאיז אמערזשענסי ווייל ער מאכט חרוב לשיטתו קען מען נאר ארויסשיקן פאר א וואך ביז די ארגאניזאציע גייען דורך די קעיס

איז עס יושר? מאכט עס סענץ?

ארויפגעברענגט לכבוד די נייע זמן אפשר אביסל שוין אביסל שפעט וואס מווארפט זיך מיט נשמות ווי מקויפט עפלעך אין גראסערי
נאך 2 אשכולות
הישמע כזאת? שפיכות דמים ממש!! ראטעװעט דורות!!

לא נתקבל - וואס טוט מען?
אוועטאר
נייגעריגע תלמיד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 2:39 pm
לאקאציע: אויפן וועלטל

Re: בחורים אנע ישיבות, איז פארהאן א לעזונג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריגע תלמיד »

עס איז דא נאך א סיבה פארוואס שיעור א' בחור זאל פליען
ווייל ער איז נאך נישט אויפגוואקסן ער איז נאך א שטיקל בעיבי
און עס מאכט זיך אסאך און ווען מען קומט אהן צי שיעור ב' איז מען שוין אויסגעוואקסן
מיך האט א ראש הישיבה ארויס געווארפן פאר די סיבה איך האב געלערנט און א ישיבה יא איך האב מיך באהאלטן און וואלד און איך האב אנגעצינדן א טישא
און איך האב געטוהן נאך אפאר אזעליכע שטוסים וואס די מנהל האט זיך מיט מיך גאנצ גיט אן עצה געגעיבן אבער פארן ר"ה האט עס נישט געשמעקט
האט ער גערופן מיין טאטע אסרו חג פסח מודע זיין אז איך האב נשיט קיין פלאץ און ישיבה און יעצט גיי טרעפ א ישיבה אסרו חג
בקיצור א וואך אריין און זמן האט מיין טאטע געטראפן א ראש הישיבה וואס וויל מיך זעהן ווייל יענע ראש הישיבה האט מיך אראפגעלייגט ווי א...
און אין די נייע ראש הישיבה האט מיך פארהערט און ער האט געהאט איין פראבלעם די מנהל און ישיבה האט מורה געהאט וויל מען האט געהרט אויף מיך שרעקליכע זאכן
איך דאווען נישט און איך לערן נישט איך דריי יעידן טאג איבער די ישיבה וכו. בקיצר און אמת'ן מיילה וואס האב איך שוין געטוהן איך בין געוועהן קינדעריש
אבער פארוואס האט ער געמוזט מיך אזוי באשמיצן און זיכער מאכן אז מען נעמט מיך נישט אהן און די נייע ישיבה אין ער האט שווער געארבייט מען זאל מיך נישט אנעמען
ער האט מיך נישט גאוואלט צירוקנעמען בשום אויפן למעשה האט מען מיך אנגענומען אין די נייע ישיבה נאכן וויינען מיט טייכן טרערן אין מיטן ביהמ"ד עד היום ליגט מיר דאס בילד
און וואס מיינט איר די נייע ראש הישיבה מיט די מנהל מיט אביסל געדולד און ליבשאפט האט ער מיך מחנך געוועהן אזוי ווי ער האט געטוהן מיט אסאך בחורים
און איך בין ב"ה שיין אויפגעוואקסן
וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז פארן זיין אביסל קינדעריש פליען אסאך בחורים
וואס וויל מען פון איהם ער איז נאך א קינד ער וועט אויפוואסן. האב געדולד. ער וועט נאך באשיינען די וועלט!!!!!!!
און מיט אסאך זאכן איך קען א בחור וואס האט געדארפט גיין לערנען ביי זיין פעטער און ישיבה ער אויך געוועהן אביסל קינדעריש
שוין דער בחור האט פארציילט פאר איינע פון זיינע חבירים און עס גייט אדורך א טאג באקומט זיין טאטע א טעלעפאן פון זיין שוואגער די ראש הישיבה מיט טענות
פארוואס האט מען פארציילט אז ער קומט לערנען ביי מיך און ישיבה איך באקום רופן פון עלטערן אז אויב ער קומט אריין און ישיבה נעם איך ארויס מיינס
בקיצור די דריי עלטרן צווי מיט געלט און כח שלעכטע מענטשן וואס ווילן האבן זייער זוהן און די בעסטע ישיבה
די פעטער האט פארשאפט פארן נעפיו א גוטע ישיבה

עס איז דא אסאך פראבלעימען בנוגע ישיבות ווייניג האבן צוטוהן מיט יודושקייט עס איז דא א מהלך ווען עס קומט צו פראבלעימען יודושקייט וכדומה מען נעמט פאך לייט עס איז דא גענוג פאר אלע פראבלעימען און מען טוט עס ווי מען וויל העלפן בחורים
שיך פרוכט שטנז סיליפוטי סאלאמי
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”