רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

שוועמל האט געשריבן:זי"ע ועכי"א, לכבוד היארצייט א' מטות תשעד.

געזען לעצטענס א "סידור אור החיים" מלוקט מספרי רבינו זי"ע אלע פירושים על עניני התפילות.

י"ל ע"י הרה"ח ר' שמואל שיש שליט"א מירושלים עיה"ק
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

יקוםפרקן האט געשריבן:
msp האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:זכותו יגן עלינו ועכי"א, זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אלע אידען אין ארץ ישראל און פאר אלע אידען אין די גאנצע וועלט.

לויט די אויסגאבעס געלייענט די וואך איז דער אוה"ח הק' געווען בלויז א קנאפע 2 יאר אין ארץ ישראל ביז זיין פטירה בעודו ארבעים ושבע שנים

בירושלים היה פחות משנה. הגיע שם באלול ונפטר בתמוז.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

הגאון האט געשריבן:אין די וועלט איז אנגענומען אז דער אור החיים הקדוש האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות.

איך בין לעצטענס געווען אינעם גרויסן ביה"ח אין נוי דזשערסי. (די ביה"ח ווי עס איז מנוחת כבודו פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל, ר' יונתן שטייף זצ"ל, דעברעצינער רב זצ"ל, ועוד)

ארומגייענדיג צווישן די קברים האב איך באמערקט א געוואלדיגע חידוש א מציבה פון א איד רפאל עמרם בן עטר נכד למוה"ר חיים בן עטר זצוקללה"ה מח"ס אור החיים.

בייגעלייגט א בילד.

יש אומרים אז ער האט איבער געלאזט דורות פון א טאכטער, נאר קיין זון האט ער נישט געהאט.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

דא האט איינער מיטן ניק נאמען "ליבא לתיובתא" דאס געשריבען, אינטערסאנט.

לכבוד יום הילולתו, אמרתי אעלה בתמר ואציגה לפניכם שיר שנכתב עליו ע"י אחד מגדולי מרוקו, רבי יעיש קריספין, מח"ס רבים, ובו רומז מעשיותיו. אבקש את עזרת החכמים דכאן לבאר הרמזים, כי נר' שרומז גם לדברים לא ידועים.

לפניכם צילום השיר כת"י פריז, ופיענוחו על ידי אני הצעיר.

אוהח ב.png
אוהח ב.png (702.13 KiB) געזען 2498 מאל

פיוט לכבוד רבינו חיים בן עטאר זלה"ה
שחובר ע"י המקובל האלהי רבי יעיש קריספין ז"ל
רואה אור לראשונה מכת"י

פיוט סימן אני יעיש בן משה חזק
נועם אני אשיר בשירים
לכבוד הרב חיים ן' עטאר
אני אשיר לאל ח"י. בכתר נעטר. לכבוד הקדוש רבי חיים ן' עטאר.
נתעלה על כל נברא. ברוב קדושה. תמיד עוסק בתורה. לנו מורשה. התלמידים במור"א. עולה קדושה. לומדים בסתרי תורה. פריש פירושא. אשרי עין ראת"ה. הוד זיו יקר וגדולה. אליו שבח יאת"ה. גודל שיר גם תהלה. ישתבח בורא עולם. סתרו מה נפלא. ברא צדיק זה. בכתר שם טוב נעטר. לכבוד.
יעידו הכשירי"ם. נסיו נפלאים. עשה לו צר יצורים. אותות נוראים. בני דורו ראשם הרים. בכפלי"ם. בסתרי תורת אל חי גילו פלאים. מעיינותיו החוצ"ה נפצו. שתו צמאי"ם. ראשי עדה קדושה עדפו. מן הנביאים. אשרי הדור לו ככ"ה. זכים ונקיים. יושב מלכם בראשם מלך מעוטר: לכבוד.
ידוע מקום שבת"ו. במדינת ארבאט. שם זרח אור תורתו. מהם לא נשמט. בכל עת מחשבתו. ללכת לאט. עיר קודש ירושתו. עיר עוז ומפלט. עדתו הטהור"ה. לא רצו להניח"ו. חשקו באור מנור"ה. להיותם עומדים נכח"ו. משתעשעים בשיח"ו. ונבואת רוחו. משיב רוחם בקרבם כרביעית מטר: לכבוד.
על צדיק זה סיפרו. לא זכה לבן. התענה אחז יושרו. עד פניו הלבין. המעד לאיש סתר"ו. בא לו והבי"ן. שכבר זכה בדור הראשון לבן. לא בא לזה העולם. כי אם לישיבת אר"ץ. מקום מחזה סול"ם. מרום מוצב לארץ. שם תתעדן נשמת"ו. כגבור עריץ ירוץ. לפני ה' בחביון נסתר: לכבוד.
ידיד יה ואוהבו. אנשי מקומו. הפצירו עד מאד בו. לבלתי לכת בזאת השנה. חשבו כי יום במקומו. טוב מאלף שנה. כי הוא ראש ממלכת נסי הים. אספר, עלה לשטוף מדינה. יצא שוקל וסופר גזר אומר בבינה. לא תעבור מקום ז"ה אל מול מדינ"ה. ועד היום לא עבר בזכות בן עטאר: לכבוד.
שלח תלמידו הת"ם לירושלים. לקח מכתב בידו אל דר שמים. ביום שנכנס הת"ם אל קריתיים. הלך אל רב הגדול הרמתיי"ם. פתח מכתב וקר"א. לא פנה אלא התלמיד. אזי רוחו נשברה. בוכה יום וליל תמיד. ברוך אשר רגלי חסידיו מעמי"ד. עלה בכיו לפניו כקטורת מוקטר: לכבוד.
במהרה שם בלב"ו. כותל מערב"י. שמה יוליך ויפתח טוהר מכתבו. במהרה נגלה אליו. איש כמו ערב"י. לקח מכתב מידו. תכפר חביבו. נתן לו מתן דמים חריפים גם שלימים. אכול ושמח בן תמים. ציר מפרש נעלמים. עד אשר יבוא רב"ך בקרב ימים. אז אני משירות זה פטור ונעטר: לכבוד.
נפל אפים ארצ"ה. ונתן תודה לנארץ בקדושה. מכין סעודה לכל קורא הוא נרצ"ה. אומה יחידה עונה אותם במצר. עד חרב חדה. ביום בא הרב לעי"ר. כלתה פרוטה מהכי"ס. תלמיד בצער מצעי"ר. הלך אל מקום העיר . אמר לו המלא"ך. לך מותניך שנ"ס. להקביל פני הרב חיים ן' עטאר: [לכבוד].
מורינו בחפצו הלך לאשכנ"ז. שם הראה עוז ידו בכל חכמה. ור"ז משבחים לשמו. כמו מלך מונב"ז. ומנשקים ידיהם בזכרו נפרז. עונים אחריו מקוד"ש. שקדשוהו שמי"ם. בלעדו מתכן יוד"ש. אין לו חלק במי"ם. חכמים שלמים להם פי שני"ם. בחכמה שהאציל אל בכתר ונעטר: לכבוד.
משם תכן צעדיו לעיר טברי"א. לחזות בנועם זוהר אור אספקלרייא. הוא הרב הקדוש הרב אבואלעפייא. הפליא עצה בתורה. הגדיל תושייה. כסא כבוד מלכותו גבה מאד ונש"א. כמלך תוך טירת שם ענוה וקדושה. אשריו אשרי יולדתו אבן הראש"ה. במשפחת דוד המלך הוא נעטר: לכבוד.
שדי מבין כל נעלם גילה את סוד"ו. להרב הקדוש הרב אבולעפייא. הנה הרב אור החיים בא לנגד"ו. ונתקשה יותר באחת הסוגייא. חצב עמודים שבע"ה. ביני ביני והכי בתוך זמן ושעה. תורת אל בעייא. הכי הרב ספר דעה הבי"ן ואסתפ"י. ונתפלא מורינו הרב בן עטאר: לכבוד.
הנה שפתי תבענה. שיר ושבחה לכבוד הרב. זה לו הדר ולו תוא"ר. לספריו היקרים אין ערך. (ולק...) ספר אור החיים וגם פרי תוא"ר. ענה אותי במצר. בצער לידת בת"י. דפק שער לא נעצ"ר. פנה לרוב דמעתי. הכניס בקשתי. ליוצר נשמתי. ובטל גזירה מור חיים בן עטאר: לכבוד.
חכמים שמחו גילו בזאת הילולא. של הרב מורינו הקדוש מה נפלא. זכותו יגין לנו לדור דור סלה. יגביה מזלינו ברום מעלה. קדשו שם חי תמי"ד. יקרב קץ משי"ח. סוכת דוד יעמי"ד. עלינו לשבי"ח. יתברך ויתעלה שיר למנצח. להודות לאל חי הוא בכתר נכתר: תם.
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

וועלכע תקופה האט דער פייטן ר' יעיש געלעבט? שנת פטירתו?
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

איינער האט מעשיות לקראת יודה"ל קדישא?
יצח וועבערמאן
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצח וועבערמאן »

קדוש ונורא האט געשריבן:איינער האט מעשיות לקראת יודה"ל קדישא?

היינט געהערט פון אן אדם חשוב,
געווען א מושל אין די צייטען פונעם אוה"ח הקדוש וואס האט געהאט חשק זיך צו טרעפן מיט איינער וואס איז געבורען אינעם זעלבען טאג וואס ער איז,
און אזוי זוכענדיג האט ער זוך געטראפען אז דער אוה"ח איז דער וואס ער זוכט.
איז ער געפארען צום אוה"ח און זעהט לפי ראות עינו אז ער איז א פשוטע ארעמע יוד, ניו האט ער זוך פארגעשעלט פארן אוה"ח אלץ דער גרויסע מושל!
האט דער אוה"ח גענפערט "יא די ביזט א מושל בגשמיות אויף וואס די זעהסט און פארמאגט אבער לאמיר דיר עפעס ווייזען",
דער אוה"ח ווייזט עהם אין שפיגעל און דער מושל זעהט דארט זיין פאלאץ!!
דער אוה"ח גיבט א וויש אויפן שפיגעל אין פרעגט " די זעהסט וואס דא גייט פאהר? " יא ענפערט דער מושל דאס איז מיין געטרייע רייהטגעבער און ער לקחענט פון מיינע אוצרות!!!
דער אוה"ח פרעגט " די ווילסט עהם שיסען? " יא איך וויל עהם שיסען !!
דער אוה"ח גיבט ווידער א וויש אויפן שפיגעל און זאגט " יעצט שיס!! "
יא די ביזט א מושל בגשמיות
און איך מיט מיין כח דקדושה בין מושל בגשמיות וברוחניות, און עס שטימט אז מיר זענען געבורען אינעם זעלבען טאג אין דעם אינעם זעלבען שעה

זכיתו הטהור יעמוד לנו
rach44
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rach44 »

עס איז דא יעצט א שיינע סעט סידור אור החיים הקדוש לימות החול\ ויום השבת.
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

מה שם אמו?
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
ברוך'ל
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:46 pm

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך'ל »

ארויף געברענגט לכבוד די יארצייט היינט פנעם אור החיים הק' זי"ע
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יאסל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איז פארהאן עפעס אינפארמאציע איבער א שייכות פונעם אור החיים הק' מיט גדולי החסידות בחיים חיותם?

זכותו הג' יגן עלינו.

.

בחיים לויט די יארן אויב שייכות האט עס נאר געקענט זיין מיט בעל שם הקדוש זעלבסט,

מיט דעם אלעם אז דער בעל שם האט געזאגט גרויסע זאכען איז נאך אלץ א גרויסער חידוש דאס ציגעבינדענקייט צי זיין הייליגען חיבור ביי די חסידישע קרייזען.
נאך מער די ספרדישע קרייזען פון וואס דער אורהחה"ק איז געווען, האבען דאס מחשיב זיין דעם ספר אויך נאר גענומען פון די חסידישע קרייזען.

ידוע אז דער מנחת אלעזר זצ"ל ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל און זיך משתטח געווען אויפן ציון פונעם אוה"ח הק', האט ער געזאגט אז דאס וואס די ספרדים האבן נישט אזוי מחשיב געווען דעם אוה"ח הק' איז געווען ווייל ער האט זיי אסאך מוסר געזאגט אויף זייערע הנהגות.

ווען ער איז צוריקגעקומען קיין חו"ל האט ער באקומען א בריוו פון די ספרד'ישע רבנים אין א"י היתכן ער זאגט אזוי אויף זיי, און ער האט זיי צוריקגעשיקט א בריוו וואו ער פארענטפערט זיך, עס איז געדרוקט אין די נייע מסעות ירושלים (איך מיין אז דער שרייבער פונעם בריוו איז געווען ר' משה גאלדשטיין ע"ה).
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ווען הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאַטש זצ"ל איז געווען אין ארה"ק שנת תר"צ האָט ער דערציילט אויפ'ן ציון פון אור החיים הק',
ווען ער האָט זיך דאָרט משתטח געווען י"א אייר, אַ מעשה רב וואָס איז געווען מקובל בידו פון אבותיו הק' זי"ע וועגן גדולת קדושת נוראות פונעם אור החיים הק' זי"ע.
אַז איינער פון די אנשי שלומו פון אוה"ח הק' וואָס איז געווען גאָר נאָנט צו אים, און האָט זיך מפרנס געווען מיגיע כפו, האָט אַמאָל זיך איבערגעדרייט ביי אים דער ראָד און ער איז געוואָרן אַ יורד ל"ע. איז ער געקומען צום אור החיים הקדוש זי"ע און זיך פאַר אים אויסגעגאָסן זיין פאַרביטערט האַרץ, ווי ביי אים אין שטוב הערשט אַזאַ עניות און ממש מ'איז מחוסר לחם ר"ל. און ער האָט זיך געבעטן בתחנונים דער אוה"ח הק' זאָל אים טאָן אַ טובה, בעטן פאַר אים און אים צוזאָגן אַז זיין מצב וועט בעסער ווערן.
דער אור החיים הק' איז שטאַרק איבערגענומען געוואָרן פונעם צעקת הדל, האָט ער אָפּגעשריבן אַ קוויטל אויף אַ שטיקל פּאַרמעט מיט כתב אשורית, עס גוט איינגעדרייט און עס געגעבן אין די הענט פונעם אָרימאַן. דער אוה"ח הק' האָט אים געזאָגט: זאָלסט גוט אָנכאַפן דאָס קוויטל, גיי גלייך צום כותל המערבי און צווישן די הייליגע שטיינער זאָלסטו אויפזוכן אַ ליידיגן חלל, וואו דו זאָלסט אַריינשטעקן דאָס קוויטל, און נאָכדעם קענסטו אַהיים גיין ווייל דו וועסט האָבן אַ ישועה.
יענער האָט אַזוי געטאָן. ער האָט זיך שנעל געלאָזט אין וועג צום כותל המערבי, און אָנגעהאַלטן דאָס קוויטל אין די האַנט. גייענדיג איז געוואָרן אויף די גאַס אַ געפערליכער שטורעם-ווינט, אַז יענעמס היט איז אַראָפּגעפלויגן, אָבער ער האָט זיך דערפון נישט וויסנדיג געמאַכט. ער איז געבליבן מיטן קאַפּל אויפ'ן קאָפּ וואָס ער האָט אָנגעכאַפּט מיט די לינקע האַנט, און דאָס קוויטל האָט ער געהאַלטן מיט די רעכטע האַנט.
דאָס ווינט איז אָבער געוואָרן שאַרפער און שטורמישער. פּלוצלינג איז אים דאָס קאַפּל אויך אַוועקגעבלאָזן געוואָרן און ער איז געבליבן שטיין אין הוילן קאָפּ. אָנהויבנדיג נאָכצולויפן זיין קאַפּל וואָס איז געפלויגן אינעם שטאַרקן ווינט, איז אים דאָס קוויטל אויך אַרויסגעפלויגן פון די האַנט, און איז פאַרשוואונדן געוואָרן מיטן ווינט.
במר לבב האָט זיך יענער צוריקגעקערט צום שטוב פון אור החיים הק' און אים דערציילט די גאַנצע מעשה, האָט ער אים געענטפערט: וואָס זאָל איך דיר טאָן, אַז ס'איז לא איסתייע מילתא!
שפּעטער האָט מען געטראָפן זיך וואַלגערן אין די ירושלימ'ער געסלעך אַ קוויטל אויף פּאַרמעט אויף וועלכן ס'איז געשטאַנען אויפגעשריבן "חיים בן עטר". ווען מען האָט עס געעפנט האָט מען געזען אַז ס'איז געשטאַנען דערין כביכול צו די שכינה הק' בזה הלשון: "אחותי רעיתי יונתי תמתי, במטו מינך ברחמים, שתשפיע פרנסה טובה, לפלוני בן פלוני". אונטערגעשריבן מיט זיין הייליגן נאָמען (מסעות ירושלים עמ' צג).
ברוך פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 12:09 pm

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פריעדמאן »

הגה״צ רבי אליעזר דוד פרידמאן זצ״ל / אור החיים הקדוש

3808D378-29BD-464F-92A0-4418097F821D.jpeg
3808D378-29BD-464F-92A0-4418097F821D.jpeg (35.73 KiB) געזען 1007 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים טובים ולשלו' זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פין די הייליגע אור החיים הקדוש זי''ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

Ban Mazel האט געשריבן:ווען הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאַטש זצ"ל איז געווען אין ארה"ק שנת תר"צ האָט ער דערציילט אויפ'ן ציון פון אור החיים הק',
ווען ער האָט זיך דאָרט משתטח געווען י"א אייר, אַ מעשה רב וואָס איז געווען מקובל בידו פון אבותיו הק' זי"ע וועגן גדולת קדושת נוראות פונעם אור החיים הק' זי"ע.
אַז איינער פון די אנשי שלומו פון אוה"ח הק' וואָס איז געווען גאָר נאָנט צו אים, און האָט זיך מפרנס געווען מיגיע כפו, האָט אַמאָל זיך איבערגעדרייט ביי אים דער ראָד און ער איז געוואָרן אַ יורד ל"ע. איז ער געקומען צום אור החיים הקדוש זי"ע און זיך פאַר אים אויסגעגאָסן זיין פאַרביטערט האַרץ, ווי ביי אים אין שטוב הערשט אַזאַ עניות און ממש מ'איז מחוסר לחם ר"ל. און ער האָט זיך געבעטן בתחנונים דער אוה"ח הק' זאָל אים טאָן אַ טובה, בעטן פאַר אים און אים צוזאָגן אַז זיין מצב וועט בעסער ווערן.
דער אור החיים הק' איז שטאַרק איבערגענומען געוואָרן פונעם צעקת הדל, האָט ער אָפּגעשריבן אַ קוויטל אויף אַ שטיקל פּאַרמעט מיט כתב אשורית, עס גוט איינגעדרייט און עס געגעבן אין די הענט פונעם אָרימאַן. דער אוה"ח הק' האָט אים געזאָגט: זאָלסט גוט אָנכאַפן דאָס קוויטל, גיי גלייך צום כותל המערבי און צווישן די הייליגע שטיינער זאָלסטו אויפזוכן אַ ליידיגן חלל, וואו דו זאָלסט אַריינשטעקן דאָס קוויטל, און נאָכדעם קענסטו אַהיים גיין ווייל דו וועסט האָבן אַ ישועה.
יענער האָט אַזוי געטאָן. ער האָט זיך שנעל געלאָזט אין וועג צום כותל המערבי, און אָנגעהאַלטן דאָס קוויטל אין די האַנט. גייענדיג איז געוואָרן אויף די גאַס אַ געפערליכער שטורעם-ווינט, אַז יענעמס היט איז אַראָפּגעפלויגן, אָבער ער האָט זיך דערפון נישט וויסנדיג געמאַכט. ער איז געבליבן מיטן קאַפּל אויפ'ן קאָפּ וואָס ער האָט אָנגעכאַפּט מיט די לינקע האַנט, און דאָס קוויטל האָט ער געהאַלטן מיט די רעכטע האַנט.
דאָס ווינט איז אָבער געוואָרן שאַרפער און שטורמישער. פּלוצלינג איז אים דאָס קאַפּל אויך אַוועקגעבלאָזן געוואָרן און ער איז געבליבן שטיין אין הוילן קאָפּ. אָנהויבנדיג נאָכצולויפן זיין קאַפּל וואָס איז געפלויגן אינעם שטאַרקן ווינט, איז אים דאָס קוויטל אויך אַרויסגעפלויגן פון די האַנט, און איז פאַרשוואונדן געוואָרן מיטן ווינט.
במר לבב האָט זיך יענער צוריקגעקערט צום שטוב פון אור החיים הק' און אים דערציילט די גאַנצע מעשה, האָט ער אים געענטפערט: וואָס זאָל איך דיר טאָן, אַז ס'איז לא איסתייע מילתא!
שפּעטער האָט מען געטראָפן זיך וואַלגערן אין די ירושלימ'ער געסלעך אַ קוויטל אויף פּאַרמעט אויף וועלכן ס'איז געשטאַנען אויפגעשריבן "חיים בן עטר". ווען מען האָט עס געעפנט האָט מען געזען אַז ס'איז געשטאַנען דערין כביכול צו די שכינה הק' בזה הלשון: "אחותי רעיתי יונתי תמתי, במטו מינך ברחמים, שתשפיע פרנסה טובה, לפלוני בן פלוני". אונטערגעשריבן מיט זיין הייליגן נאָמען (מסעות ירושלים עמ' צג).

נורא נוראות!!
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

[align=center]דער הייליגער אור החיים הק' מיט דער הבעל שם טוב[/align]
עס איז ספּעציעל באַוואוסט די געוואַלדיגע הערצה פון מרן רבינו הבעל שם טוב זי"ע, און אַלע זיינע תלמידים ותלמידי תלמידיו צום הייליגן אור החיים הק'. עס איז מקובל אַז דער בעש"ט האָט זייער משתוקק געווען צו זען דעם אור החיים הק', אָבער עס האָט זיך נישט געפירט פון הימל.
דער הייליגער קאָמאַרנער שרייבט: מרן הבעל שם טוב האָט געזאָגט אויפ'ן אור החיים הק' אַז זיין נשמה איז פון 'רוח' דוד של אצילות. יעדע נאַכט האָט ער געהערט תורה מפי הקב"ה. זיין געוואַלדיגע קדושה איז נישט מעגליך צו שרייבן, ער איז געווען פון די יורדי המרכבה, גילוי נשמות, און מדריגות פון אמת'ע רוח הקודש.
און אַזוי ווי דער הייליגער בעש"ט איז געווען 'נפש' דוד דאצילות, האָט דער אוה"ח געוואָלט זיי זאָלן זיך מקשר זיין אינאיינעם דער נפש און רוח. עס זאָל נתגלה ווערן די נשמה וחיה דאצילות און עס וועט זיין די גאולה שלימה. האָט ער געשיקט פרעגן דורך זיין הייליגן שוואָגער רבי גרשון קיטובער אויב עס איז מעגליך ער זאָל פאָרן קיין ירושלים, און ער זאָל זיך זען מיטן אור החיים הקדוש פנים בפנים. האָט ער געענטפערט אַז ער וועט אים שרייבן. ער האָט נאָכדעם געהייסן פרעגן דעם בעש"ט אויב ווען ער זעט צלם דמות תבניתו אין די עולמות עליונים, זעט ער אַלע זיינע אברים און זיין דיוקן אָדער נישט. האָט דער בעש"ט הקדוש געענטפערט אַז ער זעט נישט זיינע עקבים. האָט דער אור החיים הק' צוריק געשריבן ער זאָל זיך נישט מטריח זיין ווייל זיין טירחא וועט זיין בחנם.
דער בעש"ט הק' האָט אָבער נישט באַקומען דעם בריוו און האָט זיך מוסר נפש געווען צו פאָרן, טראָצדעם וואָס מען האָט אים מרמז געווען פון הימל ער זאָל נישט פאָרן. דער בעש"ט האָט זיך אַרויסגעלאָזט ווינטער און פסח איז ער געווען אין איסטאַמבול וואו ער האָט געפּראַוועט נוראות ונפלאות וכו'. צום סוף האָט דער בעש"ט געדאַרפט אַנטלויפן מיט אַ שיף און מען האָט אים געזאָגט פון הימל ער זאָל צוריק אַהיימפאָרן, האָט ער אָבער נישט געוואָלט. און מען האָט אים צוגענומען אַלע מדריגות, אויך זיין תורה ותפלה, אַז ער האָט נישט געקענט מער זאָגן אפילו "ברוך" אינעווייניג אין סידור ווייל ער האָט נישט פאַרשטאַנען די אותיות. אָבער דער בעש"ט האָט געזאָגט: איז וואָס? וועל איך פאָרן ווי אַן ע"ה צום צדיק אור החיים לארץ הקדושה.
דער בעש"ט האָט טאַקע אַלעס אָנגענומען ביז די שיף האָט זיך צובראָכן און זיין טאָכטער די צדקנית מרת אדל ע"ה האָט זיך געהאַלטן ביים טרינקען, ביז ער האָט צוגעזאָגט אַז ער פאָרט אַהיים. דעמאָלט איז תיכף געקומען צו אים זיין רבי מובהק אחיה השילוני הנביא, און אים געברענגט אין אַ סעקונדע צוריק קיין סטאַמבול פון וואו ער איז אַהיימגעפאָרן. פירט דער הייליגער קאָמאַרנער אויס "ומזה תראה גדולת רבינו אור החיים. ומתוך ספרו ניכר אורו וגדולתו!" (ספה"ק נתיב מצותיך, נתיב אמונה, שביל א' אות ט').
*
הגה"ק בעל בית אברהם מסלאָנים זצ"ל האָט נאָכגעזאָגט פון זיין זיידן הרה"ק בעל יסוד העבודה זי"ע אַ הסבר אויף דעם דערמאַנטן. ווייל דער דרך העבודה פון בעש"ט זי"ע איז געווען דורך תפילה, וואָס דאָס איז געווען נפש דוד, ווי עס שטייט אין פסוק 'נפשי שפכי כמים לבך נוכח פני ה''. דער אור החיים הק' איז געווען דער רוח דוד, ווייל זיין עבודה בקודש איז געווען דורך תורה. און אויב וואָלטן זיי זיך געטראָפן אינאיינעם וואָלט זיי ממשיך געווען נשמת דוד אויפ'ן נפש ורוח, און משיח בן דוד וואָלט געקומען (בית אברהם לשבועות).
*
אין שנת תק"ב איז הרה"ק רבי גרשון קיטובער אַרויף דאָס ערשטע מאָל קיין ארץ ישראל. זיין שוואָגער מרן הבעל שם טוב הקדוש זי"ע האָט מיט אים מיטגעשיקט אַ פריסת שלום צום אור החיים הקדוש וועלכער איז דעמאָלט געקומען קיין ארץ ישראל. רבי גרשון קיטובער איז צו ערשט אָנגעקומען קיין צפת, און שפּעטער איז ער אַריבער קיין ירושלים וואו איז ער אַריינגענומען געוואָרן אַלס תלמיד פון אור החיים הקדוש.
עס זענען דאָ פאַרשידענע גירסאות אויף דעם ווען רבי גרשון קיטובער האָט זיך געטראָפן מיטן אור החיים הק' און צי ער איז געוואָרן זיין תלמיד.
איין מעשה ווערט דערציילט אַז דער בעש"ט האָט אים פון פאָראויס אָנגעזאָגט אַז דער אור החיים הק' האָט צוויי ישיבות, איינס פאַר לימוד גפ"ת בנגלה און איינס פאַר לימוד תורת הקבלה. דער בעש"ט האָט אָנגעזאָגט זיין שוואָגער הרה"ק מקיטוב ער זאָל זיך משתדל זיין צו לערנען אין די ישיבה פאַר נסתר, און ער זאָל בכלל נישט זאָגן פאַרן אוה"ח הק' ווער ער איז, ביז ער וועט אַליין שפּירן דערין.
למעשה האָט ער געלערנט איין וואָך אין די ישיבה פאַר נגלה, און ווען ער האָט געבעטן רשות צו לערנען אין די ישיבה פאַר נסתר האָט אים דער אוה"ח הק' געפרעגט פון וואו ער ווייסט אַז ער האָט אַזאַ ישיבה, האָט ער אים געענטפערט אַז זיין שוואָגער רבי ישראל בעל שם האָט אים דערציילט. דער אוה"ח הק' האָט אים געגעבן תשובה אַז ער קען נישט זיין שוואָגער, אָבער דאָך זעט ער אויף אים אַז ער איז ראוי צו לערנען קבלה און ער האָט אים געגעבן רשות דערצו.
נאָך דריי טאָג לערנען דאָרט האָט דער אוה"ח געהייסן פאַרן שומר-הפתח מ'זאָל מער נישט אַריינלאָזן רבי גרשון' אין די ישיבה. ווען הרה"ק מקיטוב איז אַריבער צום אוה"ח הק' אין שטוב געוואויר ווערן די סיבה פאַרוואָס מען לאָזט אים מער נישט אַריין, האָט אים דער אוה"ח פאָרגעהאַלטן פאַרוואָס ער האָט נישט געזאָגט אויף זיין שוואָגער 'בעל שם טוב', נאָר סתם בעל שם. ווייל רבי ישראל בעל שם קען איך טאַקע נישט, אָבער דעם רבי ישראל בעל שם טוב קען איך גוט, איך זע אים אין די עולמות העליונים.
דער אוה"ח הק' האָט אָבער מער נישט געלאָזט רבי גרשון קיטובער קומען אין זיין ישיבה, זאָגנדיג אַז אויב האָט ער אַזאַ רבי'ן ווי דער בעש"ט דאַרף ער נישט זוכן קיין צווייטן רבי'ן (דורש טוב, אחרון של פסח).
*
אַן אַנדערע מעשה ווערט דערציילט אַז אין יענע תקופה איז געווען אַמאָל אַז וואו דער בעש"ט האָט געוואוינט איז אַרויס אַ גזירה פון שריפת התלמוד. האָט דער בעש"ט געשריבן צו זיין שוואָגער ער זאָל זיך משתטח זיין אויף קברי אבות אין חברון און זיי זאָגן אַז כלל ישראל איז אין אַ גרויסע צרה, מען וויל פון אונז אַוועקרויבן תורה שבעל פה, און זיי זאָלן איינרייסן אויף רחמים.
רבי גרשון קיטובער איז דעמאָלט געווען אין מערת המכפילה און ער איז ניצול געוואָרן בדרך פלא פון די אַראַבער וועלכע האָבן אים פאַר'משפט צו טויט. און מיט אַ שם פון קפיצת הדרך איז ער אָנגעקומען אויף שבת צום אור החיים הקדוש ביי קידוש.
*
דער אור החיים הק' איז נפטר געוואָרן ט"ו תמוז תק"ג אין ירושלים. אין אַ שבת קודש. ווערט דערציילט אַז מרן הבעל שם טוב הקדוש זי"ע האָט זיך גענוי בשעת די פטירה געזעצט צו שלש סעודות אין די שטאָט מעזיבוזש, און באַלד נאָך די ברכה פון המוציא און עסן אַ שטיקל חלה, האָט ער זיך אָנגערופן צו די תלמידים: כבה נר מערבי!
שבת האָט דער בעש"ט הק' גערעדט נאָר אין לשון הקודש, און האָט בכלל ממעט געווען בדיבור, דעריבער האָבן די תלמידים נישט איבערגעפרעגט פשט אין די ווערטער. נאָר מוצאי שבת האָט זיי דער בעל שם טוב הק' מסביר געווען זיין כוונה, אַז רבי חיים בן עטר איז שוין נישטאָ און ער איז פון ארצות המערב דעריבער ווערט ער אָנגערופן "נר המערבי".
אויף די שאלה פון די תלמידים פון וואו דער בעש"ט ווייסט דאָס האָט ער געענטפערט אַז ס'איז פאַראַן אַ כוונה ביי נטילת ידים לסעודה, וואָס מען איז עס נישט מגלה בלויז פאַר אַ חד בדרא. און דאָס האָט ביז יעצט געוואוסט נאָר דער אור החיים הק'. יעצט בשעת נטילת ידים צו שלש סעודות האָט זיך אַנטפּלעקט פאַרן בעש"ט דער סוד. דאָס איז אים אַ צייכן אַז דער אור החיים הק' איז שוין נישטאָ.
אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראנפן גלעזל »

זכותו יגן עלינו ועכ"י אמן.
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

זייער אינטערעסאנט אז א צדיק פון די אנפאנג ת"ק יארן זאל זיין אזעלכע שטארקע חילוקי דעות צו ער האט איבערגעלאזט דורות
סאיז מיר א פלא... מען רעדט נישט פון קיין ראשון...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

א גלעזעל חכמה האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט אז א צדיק פון די אנפאנג ת"ק יארן זאל זיין אזעלכע שטארקע חילוקי דעות צו ער האט איבערגעלאזט דורות
סאיז מיר א פלא... מען רעדט נישט פון קיין ראשון...

מען קען אפשר זאגן א השערה אז די סיבה איז וויבאלד ער איז נישט געווען אזוי מקובל ביי די ספרדים (כידוע, דער מנח"א זצ"ל האט דאס געזאגט ווען ער איז געווען אין א"י און נאכדעם האט מען געדארפט נאכשיקן פאר זיי א מכתב פיוס ווייל זיי האבן זיך באליידיגט, געדרוקט אין מסעות ירושלים) נאר מער ביי די חסיד'ישע רביים וואס האבן מרגיש געווען גודל קדושתו אבער זיי זענען דאך נישט געווען צוזאמען מיט איהם, ממילא האט געקענט בלייבן ספיקות.

בדרך אפשר
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

איז דער אור החיים הקדוש געווען א מוהל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רבי אברהם כלפון ("האבר"ך". ליוורנו, תצ"ה, 1735 – צפת, תק"פ, 1819):
גאון בתורה, משורר, פרשן והיסטוריון, מנהיג קהילת יהודי טריפולי בסוף המאה ה-18.
נולד בליוורנו ונימול על ידי רבי חיים בן עטר ה"אור החיים" הקדוש ששהה באותה עת בליוורנו. תלמיד רבי מסעוד חי רוקח מטריפולי בעל "מעשה רוקח". בצעירותו הקים בביתו ספרייה מהגדולות ביותר בטריפולי שהכילה גם כתבי יד עתיקים ונדירים. ניהל קשרים והתכתבויות עם החיד"א והפיץ את ספריו בלוב. בשנת תקל"ח מונה לשמש כקאייד וכמנהיג קהילת יהודי טריפולי עד שנת תקמ"א. כדי לתעד את עברה ההיסטורי של יהדות טריפולי, חקר רבות בארכיוני הממשל המקומי, והעלה על הכתב את הממצאים שמצא. כך גם תיעד בכתב חידושים, סיפורים, מאורעות היסטוריים ופסקי הלכה ששמע משד"רי ארץ ישראל שביקרו בביתו.
מתוך כתבה של בית המכירות תאג ארט
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

א היסטארישער שורה געשריבן פינעם הייליגן אור החיים הק' ליגט יעצט אויף א אויספארקויף
בינ'ך נייגעריג וויפיל געלט חברה גייען זיך אויף דעם פארלייגן [זעלטן וואס מען טרעפט אויף אויספארקויף געשריבענע כתבים פינעם הייליגן אוה"ח הק']
גאר היסטאריש דאס
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

סמעטענע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 8:34 pm

סתם נייגעריג פון ווי ווייסט מען אז די אוה"ח הק’ האט עס געשריבן?
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

מקובל אלוקי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 8:43 pm
סמעטענע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 8:34 pm
א היסטארישער שורה געשריבן פינעם הייליגן אור החיים הק' ליגט יעצט אויף א אויספארקויף
בינ'ך נייגעריג וויפיל געלט חברה גייען זיך אויף דעם פארלייגן [זעלטן וואס מען טרעפט אויף אויספארקויף געשריבענע כתבים פינעם הייליגן אוה"ח הק']
גאר היסטאריש דאס
סתם נייגעריג פון ווי ווייסט מען אז די אוה"ח הק’ האט עס געשריבן?
לכאורה פון דארט ווי אלע ווייסן אויף אלטע כתבי ידות וואס מען האט פון די פריערדיגע איבער זייער קראנטקייט
עפעס א גרויסע מומחה ברענגן זיי אראפ שרייבט דערוועגן

זיי ברענגן דארט אראפ דאס, כ'האב נישט קיין מושג ווער דאס איז, אבער דאס איז זייער סיפור דערוף
הטופס הנוכחי נמצא במשך דורות אחדים,
בבעלות משפחת הרבנים אלבאז מצפרו ועיטרו את הספר בחתימת ידיהם. בדף הפארזעץ הראשון, מופיעה חתימת הגאון רבי עמור יתאח, מחשובי חכמי צפרו במחצית הראשונה של שנות הת"ק. מידיו עבר הספר לבעלות הגאון רבי יהודה אלבאז (תק"ל-תר"ז) שחתימתו מתנוססת בדף הפארזעץ השני. ממנו עבר הספר בירושה לבנו הגאון רבי שמואל אלבאז, אביו של ר’ רפאל משה אלבאז, שחתימתו מופיעה בדף הפארזעץ האחרון: "הצעיר שמא"י [שמואל אלבאז יצ"ו] ס"ט." ר’ שמואל אלבאז השלים בכתיבת ידו התמה והמיושרת את חמשת העמודים האחרונים שנשמטו מעותק שלפנינו.

מצורף אישור ומאמר נפלא ע"י המומחה הגדול לכתבי יד מרבותינו חכמי הספרדים, ספרא רבא, הרב משה הילל ס"ט שליט"א.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: רבי חיים ן' עטר האור החיים הק' ט"ו תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

.
לעצט פארראכטן דורך מקובל אלוקי אום פרייטאג מארטש 10, 2023 1:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”