ר' דוד דייטש זצ"ל בעל אהל דוד - כ"ב סיון תקצ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מי יודע האט געשריבן:כ'האב נאכגעקוקט אין ספר דברי דוד פון ר' דוד הכהן זאלצער דומ"ץ מונקאטש, א זון פון ר' מיכאל, זע איך אז זיין מאמע האט געהייסן רחל לאה, זעט אויס אז זי איז א שוועסטער פון דעם ר' דוד

גערעכט. אזוי שטייט דא.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=7
צו באמערקן אז אין ספר החתם סופר ותלמידיו עמ' שטו שטייט אז רבי מיכאל הכהן זאלצער איז געווען אן איידעם ביי רבי אליעזר אסטרייכער בן רבי משה ארי' אסטרייכער אב"ד קראלי. פונעם מעטריקאל זעט מען אז זיין שווער האט געהייסן "דייטש" נישט אסטרייכער.
רבי דוד הכהן זאלצער דער זון פון רבי מיכאל ער איז געווען אן איידעם בזיוו"ר ביי ר' יוסף שלמה אסטרייכער ב"ר אליעזר הנ"ל און בזיוו"ש ביי זיין שוואגער ר' מרדכי אסטרייכער ב"ר יוסף שלמה.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ס'איז געווען צוויי ר' מיכאל זאלצער, קוק דארט אין חתם סופר ותלמידיו
ר' דוד דייטש האט געהאט א איידעם ר' מיכאל ער איז אוועק יונגערהייט נאכדעם וואס ער איז אוועק האט זיין ווייב געהאט א אינגל און מ'האט א נאמען געגעבן מיכאל, און זיין זון איז געווען ר' דוד זאלצער, קען זיין דער צווייטער ר' מיכאל איז געווען א איידעם ביי עסטרייכער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ר' מיכאל השני איז געווען אן איידים ביי די באקאנטע עסטרייכער משפחה פון מונקאטש. זיין זון ר' דוד איז געווען רב אין "ר' זרח'ס בית מדרש" געבויעט דורך זיין פעטער ר' זרח עסטרייכער וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ל"ע.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מי יודע האט געשריבן:ס'איז געווען צוויי ר' מיכאל זאלצער, קוק דארט אין חתם סופר ותלמידיו
ר' דוד דייטש האט געהאט א איידעם ר' מיכאל ער איז אוועק יונגערהייט נאכדעם וואס ער איז אוועק האט זיין ווייב געהאט א אינגל און מ'האט א נאמען געגעבן מיכאל, און זיין זון איז געווען ר' דוד זאלצער, קען זיין דער צווייטער ר' מיכאל איז געווען א איידעם ביי עסטרייכער

אונז רעדן דא פונעם צווייטן רבי מיכאל - פאטער פון רבי דוד זאלצער ממונקאטש - וואס זיין פרוי [מאמע פון רבי דוד] איז געווען רחל לאה.
אינעם מאטריקאל זעט מען אז זי איז געווען פון משפחת "דייטש" און נישט פון משפחת אסטרייכער.
דאס איז נישט קיין סתירה צו דעם אז רבי מיכאל הראשון איז געווען אן איידעם ביי רבי דוד דייטש בעל אוהל דוד, עס איז מעגליך אז רבי מיכאל השני איז אויך געווען אן איידעם ביי משפחת דייטש.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

אשת רבי מיכאל השני זאלצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אינעם מאטריקאל פון סערדעהעל זעט מען למעשה אז אשת רבי מיכאל (השני) זאלצער האט געהייסן "קאהן".

אינעם מעטריקאל פון יאר תר"ח טרעפט מען: ר' מיכאל זאלצער – 37 יאר [=געבוירן תקע"א]. זיין פרוי רעגינא קאהן – 35 יאר [=געבוירן תקע"ג]. די קינדער: דוד – 6 יאר [=געבוירן תר"ב]. מוריץ – 5 יאר [=געבוירן תר"ג]. בערנאט – 4 יאר [=געבוירן תר"ד]. קאטי 2 יאר [=געבוירן תר"ו].

ווי אויך טרעפט מען פארשריבן די פטירה פון Regi Saltzer וועלכע איז נפטר געווארן אין סערדעהעל ה' ניסן תרמ"ז אין עלטער פון 80 יאר [=געבוירן תקס"ז]. איר משפחה נאמען איז געווען "קאהן". איר מאן איז Mihaly Salczer.

עס איז דארט אויך דא די פטירה פון רבי מיכאל ה' טבת תרנ"ד אין עלטער פון 84 יאר [=געבוירן תק"ע].
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דריידל האט געשריבן:ר' מיכאל השני איז געווען אן איידים ביי די באקאנטע עסטרייכער משפחה פון מונקאטש. זיין זון ר' דוד איז געווען רב אין "ר' זרח'ס בית מדרש" געבויעט דורך זיין פעטער ר' זרח עסטרייכער וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ל"ע.

דו מיינסט ר' יוסף זרח הורוויץ, מיט אים איז געווען די באקאנטע מעשה פון ישמח משה מיט ר' מאיר פרימישלאנער
ר' דוד איז געווען א איידעם ביי עסטרייכער, פון וואו נעמסטו אז ר' מיכאל (השני) איז געווען א איידעם ביי עסטרייכער?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

אז מ'רעדט שוין פון ר' מיכאל הכהן זאלצער.
אין ספר חת"ס ותלמיד' זע איך נישט אויסגערעכנט א זון יחיאל.
אבער אויף דעם כתובה בכתובה מיום כ"א אדר ב' שנת תרמ"ג בעיר פעסט זעט מען חתימת ר' יחיאל בן כהר"ר מיכאל הכהן זאלצר עד.
אפשר זיין זון געווען.
אטעטשמענטס
s-l1600.jpg
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מי יודע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ר' מיכאל השני איז געווען אן איידים ביי די באקאנטע עסטרייכער משפחה פון מונקאטש. זיין זון ר' דוד איז געווען רב אין "ר' זרח'ס בית מדרש" געבויעט דורך זיין פעטער ר' זרח עסטרייכער וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ל"ע.

דו מיינסט ר' יוסף זרח הורוויץ, מיט אים איז געווען די באקאנטע מעשה פון ישמח משה מיט ר' מאיר פרימישלאנער
ר' דוד איז געווען א איידעם ביי עסטרייכער, פון וואו נעמסטו אז ר' מיכאל (השני) איז געווען א איידעם ביי עסטרייכער?

טעיתי
ר' דוד זאלצער אי געווען אן ביי ר' יוסף זלמן עסטרייכער וואס איז געווען א שוואגער מיט ר' זרח
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מי יודע האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ר' מיכאל השני איז געווען אן איידים ביי די באקאנטע עסטרייכער משפחה פון מונקאטש. זיין זון ר' דוד איז געווען רב אין "ר' זרח'ס בית מדרש" געבויעט דורך זיין פעטער ר' זרח עסטרייכער וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ל"ע.

דו מיינסט ר' יוסף זרח הורוויץ, מיט אים איז געווען די באקאנטע מעשה פון ישמח משה מיט ר' מאיר פרימישלאנער
ר' דוד איז געווען א איידעם ביי עסטרייכער, פון וואו נעמסטו אז ר' מיכאל (השני) איז געווען א איידעם ביי עסטרייכער?

אקעי שבת האב איך אבערגעקוקט אין חת"ס ותלמידיו, האב איך געזען אז ר' מיכאל איז טאקע געווען א איידעם ביי ר' אליעזר עסטרייכער ב"ר משה ארי'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מי יודע האט געשריבן:
יענקל האט געשריבן: דאכט זיך מיר אז דער סעקעלעהיד'ער רב מהר"י ראזנער איז גיוועהן אן אייניקל.

יא איר האט רעכט
ווי דערמאנט איז ר' מיכאל זאלצער געווען זיין איידעם, ער איז אוועק יונגערהייט שבועות שנת תקע"ב, דער חתם סופר האט אים מספיד געווען און געזאגט וביום העצרת בהקריבכם מנחה חדשה לה' בשבועתיכם, אז ער איז נעדר געווארן צוליב א שבועת שוא וואס צוויי מענטשן האבן יענע צייט געשוואוירן ביים ביים בי"ד.
ר' מיכאל'ס רעבעצין האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרה"ג ר' דוב הלוי ראזנער וואס דער סעקעלהעידער רב איז געווען א אייניקל פון אים.

דער רבי מיכאל האט געהאט א זון וואס איז געבוירן נאך יענעם יאר, און האט געטראגן דעם נאמען נאכן טאטן, ער איז נתגדל געווארן אין הויז פון זיידן ר' דוד דייטש, כמדומה אז ער איז אויך געווען א תלמיד פון חתם סופר, איך מיין אויף אים שרייבט זיין אייניקל בהקדמת ספר דברי דוד אז ער איז געווען מאוכלי שולחנו הטהור פונעם חתם סופר.
דער ערשטער רבי מיכאל האט אויך געהאט א איידעם ר' מנשה גאלדבערגער, דאכט זיך אז ער איז א זיידע פאר משפחת גאלדבערגער פון פאפא. (אזוי האב איך לעצטענס געהערט, ווער עס ווייסט זיכער זאל ביטע קאנפירמען)
.

על ר' מנשה ב"ר גבריאל ג"ב חתנו של ר' מיכאל זאלצער וצאצאיו ראה פה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=29
שיח יצחק
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 4:07 pm

ר' דוד דייטש זצ''ל בעל אוהל דוד -כ''ב סיון תקצ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיח יצחק »

אין די ספר דברי דוד ברענגט ער זיין פעטער רבי ר' שמעון פריעדמאן ז''ל וויאזוי איז ער געווען זיין פעטער
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שיח יצחק האט געשריבן:אין די ספר דברי דוד ברענגט ער זיין פעטער רבי ר' שמעון פריעדמאן ז''ל וויאזוי איז ער געווען זיין פעטער

דברי דוד מיינסטו פון ר' דוד זאלצער, נישט פון ר' דוד דייטש.
אין תולדות אנשי שם שרייבט ער אז ר' שמעון פריעדמאן איז געווען אחי אמו, אבער עפעס שטימט נישט, ווייל זיין טאטע ר' מיכאל דאכט זיך איז אויך געווען א איידעם ביי עסטרייכער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שיח יצחק
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 4:07 pm

ר' דוד דייטש זצ''ל בעל אוהל דוד -כ''ב סיון תקצ''א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיח יצחק »

אויבן שטייט דייטש
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

וואו האסטו א ספר דברי דוד פון ר' דוד דייטש?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
לבנת הספיר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:39 am

ר' דוד דייטש זצ"ל בעל אהל דוד - כ"ב סיון תקצ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנת הספיר »

כ'האב אמאל געזען אן מורא'דיגע מעשה-דאכט זיך מיר דא נאכנישט געברענגט- אז ר' דוד דייטש איז אמאל געקימען קיין פרעשבורג אינמיטען נאכט אין די תלמידים האבן עם ווייזטאויס נישט געקענט האט ער זיך געלייגט שלאפען אויפ'ן ערד , אינדערפרי ווען דער חת"ס האט דאס ביימערקט האט ער גוזר געווען א תענית בהיות אן ספר תורה איז געווען אויפ'ן ערד .
דאכט זיך מיר ער האט געהייסען אן תלמיד חבר פין חת"ס לערנענדיג ציזאמען ביים נודע ביהודה
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ווען האט די ח"ס געלערנט ביים נודע ביהודה?
זיי זענען סתם געווען חברים און די ח"ס שרייבט געוואלדיגע טיטלן אויף ר' דוד אין די תשובות.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
לבנת הספיר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנת הספיר »

דריידל האט געשריבן:ווען האט די ח"ס געלערנט ביים נודע ביהודה?
זיי זענען סתם געווען חברים און די ח"ס שרייבט געוואלדיגע טיטלן אויף ר' דוד אין די תשובות.

כהאב עס זיכער גענימען פין ערגעץ איך וועל עס נאכקוקען
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לבנת הספיר האט געשריבן:כ'האב אמאל געזען אן מורא'דיגע מעשה-דאכט זיך מיר דא נאכנישט געברענגט- אז ר' דוד דייטש איז אמאל געקימען קיין פרעשבורג אינמיטען נאכט אין די תלמידים האבן עם ווייזטאויס נישט געקענט האט ער זיך געלייגט שלאפען אויפ'ן ערד , אינדערפרי ווען דער חת"ס האט דאס ביימערקט האט ער גוזר געווען א תענית בהיות אן ספר תורה איז געווען אויפ'ן ערד .
דאכט זיך מיר ער האט געהייסען אן תלמיד חבר פין חת"ס לערנענדיג ציזאמען ביים נודע ביהודה

כ'האב מורא דו מישט מיט די מעשה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 55&hilite=
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

מי יודע האט געשריבן:
לבנת הספיר האט געשריבן:כ'האב אמאל געזען אן מורא'דיגע מעשה-דאכט זיך מיר דא נאכנישט געברענגט- אז ר' דוד דייטש איז אמאל געקימען קיין פרעשבורג אינמיטען נאכט אין די תלמידים האבן עם ווייזטאויס נישט געקענט האט ער זיך געלייגט שלאפען אויפ'ן ערד , אינדערפרי ווען דער חת"ס האט דאס ביימערקט האט ער גוזר געווען א תענית בהיות אן ספר תורה איז געווען אויפ'ן ערד .
דאכט זיך מיר ער האט געהייסען אן תלמיד חבר פין חת"ס לערנענדיג ציזאמען ביים נודע ביהודה

כ'האב מורא דו מישט מיט די מעשה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 55&hilite=

די נסיעה צוזאמען מיט זיין רבי'ן דערמאנט דער חת"ס אין די תשובות אין יו"ד סי' של"ח (די תשובה וועגן הלנת מתים) 'ונהירנא כד הוינא טליא יוצק מים ע"י מורי חסיד שבכהונה הגאון מה"ו נתן אדלער ז"ל שנת תקמ"ג, בעברנו דרך פראג ראה פני הגאון נב"י זצ"ל והיה כו' ואני הייתי מוציא ומביא הדברים', און אויך אין סי' רנ"ב דערמאנט ער ער אז ער האט פארענטפערט א קושיא פארן נוב"י וואס ער פרעגט אין צל"ח, דאס ווערט אויך דערמאנט אין די חידושים אויף פסחים ווי ער שרייבט 'ילדות היתה בי והעזתי פני הגאון', עכ"פ מכל הנ"ל זעהט נישט אויס אז ער איז געווען א תלמיד פון אים, נאר דעמאלטס האט ער אביסל גערעדט מיט אים אין לערנען.
אטעטשמענטס
Screenshot_2016-11-23-14-48-56-1.png
אוועטאר
יענקל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 31, 2009 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל »

ווילוויסן האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:ווי ליגט הגה"ק רבי דוד דייטש זי"ע? זיין מצבה שטייט נאך היינט?

אין נאוואמעסטא, די מצבה שטייט.


די מצבה שטייט נישט.
מ'האט חרב געמאכט די גאנצע ביה"ח,
אבער ארום מקום קבורתו האט מען ארומגענעמען מיט א גדר.

טאקע א חידוש אז קיינער האט נאכנישט געהארבעט מ'זאל טאקע אויפשטעלן דארט א מצבה [און א אהל] כראוי וכיאות.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8740
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

היינט די יארצייט

זכותו יגן עלינו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יענקל האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:ווי ליגט הגה"ק רבי דוד דייטש זי"ע? זיין מצבה שטייט נאך היינט?

אין נאוואמעסטא, די מצבה שטייט.


די מצבה שטייט נישט.
מ'האט חרב געמאכט די גאנצע ביה"ח,
אבער ארום מקום קבורתו האט מען ארומגענעמען מיט א גדר.

טאקע א חידוש אז קיינער האט נאכנישט געהארבעט מ'זאל טאקע אויפשטעלן דארט א מצבה [און א אהל] כראוי וכיאות.

עס איז יא דא א נייע שיינע איבערגעמאכטע מציבה שוין אפאר יאר.
די ביה"ח איז היינט א פארק ארום גענומען מיט א געיט, עס איז נעבעך פיסט אויסער די איינע מצבה פין ר' דוד דייטש. זיין מצבה איז אויך ארום גענומען מיט א געיט.
אוועטאר
יענקל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 31, 2009 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל »

אזוי? ס'איז ביי מיר א חידוש. איך פריי זיך צו הערן.

ווער האט דאס געטוהן?
קענסטו אפשר ארויף לייגן א בילד?
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

בילד פינעם ציון הקדוש ר' דוד דייטש זי"ע
אטעטשמענטס
בילד פינעם ציון הקדוש
בילד פינעם ציון הקדוש
IMG-20170617-WA0008.jpeg (742.1 KiB) געזען 2325 מאל
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אויפן טאוועל שטייט ר' יצחק ב"ר משה ראזענבערג אן אייניקל האט דאס געמאכט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”