ר' שלמה זלמן כ"ץ מגראסווארדיין-בראנקס ז"ל
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ר' שלמה זלמן כ"ץ מגראסווארדיין-בראנקס ז"ל
בלעטערענדיג אין תולדות אנשי שם (http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 78&hilite=) טרעף איך אז בשנת תרצ"ח איז ארויסגעקומען אהער קיין אמעריקא א חשובער אונגארישער רב ר' שלמה זלמן ב"ר יונתן בנימין כ"ץ, וועלכער איז געווען א פעטער פארן סאמבאהטעלי רב (ר' יהושע ב"ר אשר אנשיל ב"ר יונתן בנימין כ"ץ - אבי הרבנים מסעדרעהאל, וויען, תו"א-ארה"ב שליט"א), דא איז הרב כ"ץ געווארן רב אין די בראנקס בביהמ"ד אנשי קוטנא, ווי ער איז געווען אן אקטיווער רב און א ר"מ בישיבת בית שלמה (?), עטליכע חידושים זענען בשעתו געדרוקט געווארן אין 'הפרדס' ביז אזוי שפעט ווי די תש"כ יארען, עס ווערט דערמאנט אז ער האט מחבר געווען א ספר עמ"ס גיטין בשם 'שב גיטין' שלא מצאתי עדיין.
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' פנחס צימעטבוים הי"ד דער ראב"ד אין גראסווארדיין (ומשו"כ היה גיסו של הגאון בעל מנח"י בזוו"ר) ווי ער האט זיך באזעצט אין גראסווארדיין און געדינט אלס רב אין די חברה משניות שול און געעפנט זיין ישיבה 'בית שלמה' וועלכע ער האט ווי דערמאנט אריבערגעפלאנצט אהער בשנת תרצ"ח קומענדיג קיין אמעריקא.
בשנת תשי"ז טרעפן מיר אז ער האט חתונה געמאכט זיין זון ר' שמואל כ"ץ מיט מרס. רחל ב"ר מנחם מענדל הערינג ז"ל (?)
-
ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם רב?
מתי נפטר, מי הוא ר' שמואל כ"ץ בנו, האם היו לו עוד צאצאים, האם היה בן-אחיו הסאמבאהטעלי רב מקושר אליו, וכדו?

- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
און אויך א פעטער פאר הרה"ג ר' אהרן ארי' כ"ץ אב"ד בית אהרן פלעטבוש (ר' אהרן ארי' בן ר' מרדכי אברהם כ"ץ מסאטמאר ב"ר יהונתן בנימין כ"ץ מטשענגער בעמ"ח חלק יהונתן). ר' אהרן ארי' הוא אבי ר"י כ"ץ אבד"ק מאגרוב ועוד אחים.מיללער האט געשריבן:ר' שלמה זלמן ב"ר יונתן בנימין כ"ץ, וועלכער איז געווען א פעטער פארן סאמבאהטעלי רב (ר' יהושע ב"ר אשר אנשיל ב"ר יונתן בנימין כ"ץ - אבי הרבנים מסעדרעהאל, וויען, תו"א-ארה"ב שליט"א)
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
מיללער האט געשריבן:איז ר' יהונתן בנימין כ"ץ מטשענגער געווען משפחה מיט די יונגרייז אדער עסטרייכער משפחות?
איך איבערגעקוקט די תולדות המחבר אין חלק יהונתן (י"ל בשנת תשס"ז לשמחת נישואי אחד מנכדי ר' אהרן ארי' כ"ץ ז"ל מפלעטבוש), און געזעהן אז רבי יהונתן בנימין כ"ץ איז נישט געווען קיין משפחה מיט זיי, אבער יא געהאט שייכות מיט ביידע, דורכדעם וואס זיין משפחה האט געוואוינט אין טשענגער (מתחילה בעיירה קטנה אויווארי שע"י טשענגער, ואח"כ עברו לדור בטשענגער גופה).
דהיינו זיין נאמען יהונתן בנימין איז טאקע געגעבן געווארן נאך הג"ר יהונתן בנימין אסטרייכער זצ"ל אבד"ק טשענגער, ווייל ער איז איז געקומען אין חלום צו זיין מוטער בליל הוואך נאכט, (ראה ההעתקה מתולדות המחבר בחלק יהונתן ממש"כ המחבר בספר זכרונותיו).
און זיין שייכות צום מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל, ער איז געווען זיין תלמיד מובהק ובן ביתו ויד ימינו, דארט אינעם תולדות ברענגען זיי אז ער פלעגט לערנען מיט איהם בחברותא אין די לאנגע ווינטער נעכט, אויך האבן זיי דארט א קאפי פונעם כתב "חבר" וואס דער מנוחת אשר האט געגעבן פאר ר' יהונתן בנימין.
אויך האב איך געזעהן דארטן ווי זיי רעכענן אויס זיינע קינדער ויו"ח (הי"ל ד' בנים וז' בנות), און ביי דעם ר' שלמה זלמן איבער ווען דעם אשכול איז גע'עפנט געווארן, רעכענן זיי אויס דריי קינדער, 1) הרב ר' חיים שליט"א רב בבראנקס, 2) הרב ר' שמואל ז"ל, 3) הרב ר' בנציון ז"ל. קומט אויס אז פאר דריי יאר צוריק האט נאך געלעבט איינער פון ר' שלמה זלמן'ס קינדער, אפשר ווייסט איינער אינפארמאציע איבער איהם?
אגב האב איך דארט געזעהן ווי זיי ברענגען בשם הגר"י כ"ץ אב"ד סאמבאטהעלי שכתב בהקדמה לספר אביו שו"ת ולאשר אמר, וואס ער האט געהערט פונעם פעטער ר' שלמה זלמן הנ"ל, אז דער זיידע ר' יהונתן בנימין'ס משפחה האט געהאט א כתב יחוס בא"ב צום סמיכת חכמים.
נתגלתה מציבת הרב ז"ל בוועלוואוד סעמעטערי
אויפן בילד זעהט אויס ווי זיינע קינדער ליגען ארום אים, מיט ענגלישע אויפשריפטען אויף זייערע מציבות.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער האט געשריבן:נתגלתה מציבת הרב ז"ל בוועלוואוד סעמעטערי
אויפן בילד זעהט אויס ווי זיינע קינדער ליגען ארום אים, מיט ענגלישע אויפשריפטען אויף זייערע מציבות.
א שיינע מציבה:
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בןהרחמן האט געשריבן:אויך האב איך געזעהן דארטן ווי זיי רעכענן אויס זיינע קינדער ויו"ח (הי"ל ד' בנים וז' בנות), און ביי דעם ר' שלמה זלמן איבער ווען דעם אשכול איז גע'עפנט געווארן, רעכענן זיי אויס דריי קינדער, 1) הרב ר' חיים שליט"א רב בבראנקס, 2) הרב ר' שמואל ז"ל, 3) הרב ר' בנציון ז"ל. קומט אויס אז פאר דריי יאר צוריק האט נאך געלעבט איינער פון ר' שלמה זלמן'ס קינדער, אפשר ווייסט איינער אינפארמאציע איבער איהם?
אגב האב איך דארט געזעהן ווי זיי ברענגען בשם הגר"י כ"ץ אב"ד סאמבאטהעלי שכתב בהקדמה לספר אביו שו"ת ולאשר אמר, וואס ער האט געהערט פונעם פעטער ר' שלמה זלמן הנ"ל, אז דער זיידע ר' יהונתן בנימין'ס משפחה האט געהאט א כתב יחוס בא"ב צום סמיכת חכמים.
א מז"ט וואונטש אין הפרדס שנת תשי"ז צו די חתונה פון ר' שמואל ברש"ז כ"ץ מיט די טכאטער פון ר' מנחם מענדל הערינג ז"ל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 32&hilite=
ויאמר האט געשריבן:ביי וועמען איז זיין שווער הגאון ר' פנחס צימעטבוים ז"ל געווען א איידעם?
שלום עליכם וברוך בואך.
זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=14
נוסח מציבת הרבנית טויבא צפורה אשת ר' פנחס סג"ל צימעטבוים, בתו של ר' ארי' לייב אב"ד קרעניצא, נכדת הרבי ר' העשיל, בעל מעשי השם והצדיק ר' דוד מזאלין.
שם משפחת חותנו היה 'ברוינפעלד' דורך דעם שווער האט ער זיך באקענט מיט פילע גדולים וועלכע פלעגן קומען באזוכען די שטאט קרעניץ, וואס איז כיודע געווען א אפרוה ארט מיט די נאטורליכע בעדער.
מהג"ר ארי' לייב ברוינפעלד אב"ד קרעניץ נשאר חיבור על סוגיות ודרשות בשם 'עליות אריה', נדפס ע"י מכון י-ם :
http://www.machonyerushalayim.com/book_h.php?id=332
באוצר החכמה
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?147381&
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
פונעם וויענער גליון:
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 1&gil=1619
פון א שמועס ביי די שבעה פון מרן אב"ד קהל תו"א.

- אטעטשמענטס
-
- רשזכץבראנקס1.jpg (351.45 KiB) געזען 2227 מאל
-
- רשזכץבראנקס2.jpg (364.01 KiB) געזען 2227 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 894
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2020 4:19 pm
Re:
בןהרחמן האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:איז ר' יהונתן בנימין כ"ץ מטשענגער געווען משפחה מיט די יונגרייז אדער עסטרייכער משפחות?
איך איבערגעקוקט די תולדות המחבר אין חלק יהונתן (י"ל בשנת תשס"ז לשמחת נישואי אחד מנכדי ר' אהרן ארי' כ"ץ ז"ל מפלעטבוש), און געזעהן אז רבי יהונתן בנימין כ"ץ איז נישט געווען קיין משפחה מיט זיי, אבער יא געהאט שייכות מיט ביידע, דורכדעם וואס זיין משפחה האט געוואוינט אין טשענגער (מתחילה בעיירה קטנה אויווארי שע"י טשענגער, ואח"כ עברו לדור בטשענגער גופה).
דהיינו זיין נאמען יהונתן בנימין איז טאקע געגעבן געווארן נאך הג"ר יהונתן בנימין אסטרייכער זצ"ל אבד"ק טשענגער, ווייל ער איז איז געקומען אין חלום צו זיין מוטער בליל הוואך נאכט, (ראה ההעתקה מתולדות המחבר בחלק יהונתן ממש"כ המחבר בספר זכרונותיו).
און זיין שייכות צום מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל, ער איז געווען זיין תלמיד מובהק ובן ביתו ויד ימינו, דארט אינעם תולדות ברענגען זיי אז ער פלעגט לערנען מיט איהם בחברותא אין די לאנגע ווינטער נעכט, אויך האבן זיי דארט א קאפי פונעם כתב "חבר" וואס דער מנוחת אשר האט געגעבן פאר ר' יהונתן בנימין.
אויך האב איך געזעהן דארטן ווי זיי רעכענן אויס זיינע קינדער ויו"ח (הי"ל ד' בנים וז' בנות), און ביי דעם ר' שלמה זלמן איבער ווען דעם אשכול איז גע'עפנט געווארן, רעכענן זיי אויס דריי קינדער, 1) הרב ר' חיים שליט"א רב בבראנקס, 2) הרב ר' שמואל ז"ל, 3) הרב ר' בנציון ז"ל. קומט אויס אז פאר דריי יאר צוריק האט נאך געלעבט איינער פון ר' שלמה זלמן'ס קינדער, אפשר ווייסט איינער אינפארמאציע איבער איהם?
אגב האב איך דארט געזעהן ווי זיי ברענגען בשם הגר"י כ"ץ אב"ד סאמבאטהעלי שכתב בהקדמה לספר אביו שו"ת ולאשר אמר, וואס ער האט געהערט פונעם פעטער ר' שלמה זלמן הנ"ל, אז דער זיידע ר' יהונתן בנימין'ס משפחה האט געהאט א כתב יחוס בא"ב צום סמיכת חכמים.
עס איז דא ערגעץ ווי מ'קען דאנלאוד'ן דעם חלק יהונתן
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re:
בןהרחמן האט געשריבן:אויך האב איך געזעהן דארטן ווי זיי רעכענן אויס זיינע קינדער ויו"ח (הי"ל ד' בנים וז' בנות), און ביי דעם ר' שלמה זלמן איבער ווען דעם אשכול איז גע'עפנט געווארן, רעכענן זיי אויס דריי קינדער, 1) הרב ר' חיים שליט"א רב בבראנקס, 2) הרב ר' שמואל ז"ל, 3) הרב ר' בנציון ז"ל. קומט אויס אז פאר דריי יאר צוריק האט נאך געלעבט איינער פון ר' שלמה זלמן'ס קינדער, אפשר ווייסט איינער אינפארמאציע איבער איהם?
פון
הפרדס ניסן תשט"ז
- אטעטשמענטס
-
- Capture.JPG (104.05 KiB) געזען 532 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: ר' שלמה זלמן כ"ץ מגראסווארדיין-בראנקס ז"ל