ר' פינחס שלום הלוי רט"ב מ'קאסאן-בראנקס - כ"ד תמוז תשכ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

ר' פינחס שלום הלוי רט"ב מ'קאסאן-בראנקס - כ"ד תמוז תשכ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ברשות פונעם פותח האשכול ידידינו טהור-עיניים שטעלן מיר צוריק נאך א פארלוירענע אשכול

הודעהדורך טהור-עיניים אום דינסטאג יולי 06, 2010 8:57 pm
היינט, כ"ד תמוז פאלט אויס די זעקס און פערציגסטע יארצייט פון הרה"צ ר' פינחס שלום הלוי ראטטענבערג ז "ל, מ'קאסאן בראנקס, דער טאטע פון די אחים ר' ישראל'טשע זצ"ל און ר' משולם שליט"א פון קאסאן. מנו"כ בחלקת קאסאן בביה"ח בדיען ניו דזשוירזי.

איינמאל, מיט א שיינע פאר יאר צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זיין אויף זיין ציון בייי זיין יארצייט, איך בין געפארן מיט עטליכע פון די אייניקלעך און איר אייניקלעך. א אינטערעסאנטע זאך האב איך דעמאלס געהערט.

נאכ'ן מתפלל זיין, זענען זיי אריבער געפארן דעם אנדערן זייט ראוד, ערגעץ נישט ווייט פון דעם אפיס, צום ציון פון דעם בויבריק סטרעטין'ער רבי, (דאכצעך מיר ר' אורי האט ער געהייסן, אבער נישט זיכער), וואס זיין יארצייט געפאלט אויס צוויי טעג פריער. און איך האב דעמאלס געהערט, אז דער סטרעטינער רבי איז געווען דער סנדק פון ר' ישראל'טשע.

פון די ביסל וואס איך האב געהערט איבער אים פון זיינע קינדער און אייניקלעך.

ער איז געקומען צו פארן קיין אמעריקא אויף די ימים נוראים פון תרפ"ג (אויב איך געדענק גוט), ד"ה סוף תרפ"ב, אויף צו זיין בעל תפילה ערגעץ אין עפעס א היימישן שול ווי מען האט געוואלט הערן א באקאנטן נוסח, און ער האט געהאפט פון דעם צו האבן פרנסה דארט אין אונגארן אויף אפאר חדשים.

אבער נאכן זען וואסערע שלעפעניש דאס איז, האט ער מחליט געווען אז ער וויל דאס נישט דארפן דארכגיין נאכאמאל, נאר ער וועט בלייבן דא אפאר חדשים און שאפן גענוג געלט צו קענען אהיים פארן און נישט דארפן קומען נאכאמאל.

אבער ער האט נישט געמאכט קיין געלט, און זיך געוואלגערט דא ארום דריי יאר, און דאן זעענדיג אז ער האט נישט קיין אנדערע ברירה האט ער מחליט געווען צו בלייבן דא, און אהערגעברענגט די משפחה.


הודעהדורך ללמוד וללמד אום דינסטאג יולי 06, 2010 9:01 pm
די זעקס אין פערציגסטע אדער פיר אין פערציגסטע? איז ער נישט אוועק תשכ"ו?



הודעהדורך טהור-עיניים אום דינסטאג יולי 06, 2010 9:17 pm
יא, תשכ"ו, גערעכט, די פיר און פערציגסטע.

איך האב אמאל געהערט פון ר' משולם עטליכע אינטערעסאנטע מעשיות, איך טריי זיך צו דערמאנען, און איך וועל זיי שרייבן כסדר וואס זיי וועלן אויפקומען אין מיינן זכרון.

איין מעשה האט ער מיר דערציילט אז ער איז אמאל ארוםגעפארן נאך געלט, און ער איז אנגעקומען צו עפעס א היימישן אוגארישער איד וואס האט געהאט א קענדי סטאר, אזוי ווי ער איז אריינגעקומען האט זיין ארויסהעלפער דארט אין סטאר אים תיכף ארויסגערופן און ער איז געקומען צו לויפן און אים אריינגעפירט אין זיין אפיס און זייער שיין אויפגענומען און מכבד געווען מיט א שיינע נתינה, און ער האט אים פארציילט אזא מעשה.

ווען איך בין געווען א אינגערמאן האב איך נישט געהאט פרנסה, בין איך געווארן א שוחט, אבער איך בין נישט געווען ראוי לאותו איצטלא, האט דיין זיידע דער בני שלשים מיך געבעטן איך זאל ווערן אויס שוחט, און כדי איך זאל נישט האבן בושות, האט ער מיר באצאלט די שפעזן קיין אמעריקא, איך זאל דא קומען און אריינגיין אין ביזנעס, זיך נישט פארנעמען מיט שחיטה.

איך האב אים געפאלגט און עס איז מיר געווען א גרויסע טובה.

נעכטן נאכט איז דיין זיידע, דער בני שלשים געקומען צו מיר אין חלום און מיר געזאגט אז מארגן גייט זיין אייניקל קומען צו מיר אין געשעפט, און אזוי ווי איך קום אים דאך א הכרת הטוב, זאל איך אויפנעמען דעם אייניקל מיט דעם ריכטיגן כבוד און אים מטיב זיין.

כאטש איך האב נישט געגלייבט דעם חלום, האב איך איבערגעגעבן פאר מיין העלפער, אז אויב אזא איינער קומט אן, זאל ער מיך רופן.


הודעהדורך 11211 אום מיטוואך יולי 07, 2010 11:56 am

טהור-עיניים האט געשריבן:נאכ'ן מתפלל זיין, זענען זיי אריבער געפארן דעם אנדערן זייט ראוד, ערגעץ נישט ווייט פון דעם אפיס, צום ציון פון דעם בויבריק סטרעטין'ער רבי, (דאכצעך מיר ר' אורי האט ער געהייסן, אבער נישט זיכער), וואס זיין יארצייט געפאלט אויס צוויי טעג פריער. און איך האב דעמאלס געהערט, אז דער סטרעטינער רבי איז געווען דער סנדק פון ר' ישראל'טשע.

דער סטרעטין'ער רבי האט געהייסן ר' יצחק אייזיק לאנגנער ער איז געווען א קרוב פאר ר' פנחס שלום
ווייל די סטרעטין'ער איז געווען א איידעם ביי ר' מרדכי טאהש'ער בן הרה"ק רמ"פ מ'טאהש

א בילד פון מציבה
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט


הודעהדורך scy4851 אום מיטוואך יולי 07, 2010 2:02 pm
און אן אנדערע אשכול האב איך געשריבען:
איך האב געקענט ר' פנחס שלום ז"ל שוין אויף זיין עלטער ווען ער האט געוואוינט ביי ר' משולם זז"ג און באראפארק. ווען איך האב אוהם געזעהן איז ער שוין געגאנגען און ווייסע זאקען און דער וואכען.
ער האט געהאט א ריזיגע אוצר ספרים יקרי המציאות. איך אליינס האב אויך הנאה געהאט דערפון ווען שפעטערע יאהרען פלעגט מיר ר' משולם זז"ג לעיתים בארגען ספרים וואס איך האב מיך גענויטיקט. (מיין שווער ע"ה האט דארט געדאווענט, אזוי בין איך נאהנט געווארען צו ר' משולם)
ר' משולם האט מיר איינמאל דערציילט אז ווען זיי האבען געואוינט און די בראנקס, פלעגט דער 'מלאך' אסאך זיין ביי זיי און שטוב, וועגען דער זעלבע סיבה.
ער פלעגט קומען בארגען ספרים.


צוריק געשטעלט די תגובות, עס פעלט נאר א בילד פון מצבה וואס 11211 האט ארויפגעלייגט
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

א גרויסן שערקויעח ר' בן הרחמן פארן צוריק שטעלן דעם אשכול, און מיר וועלן טאקע בעטן פון 11211 אז אויב ער קען נאכאמאל איבערשטעלן דעם מצבה בילד, זאלער מוחל זיין און דאס טון און מיר וועלן אים מכיר טובה זיין
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ר' פנחס שלום האט געהאט א וועלט מיט ספרים און ירושה חפיצים ביי זיך אין שטוב, ווען רביה"ק מסאטמאר איז אמאל געוועהן ביים אים אין שטוב האט ער אים געפרעגט ווי זיין שטוב איז, ווייל ער האט געמיינט אז ער האט אים אויפגענומען אין ביהמ"ד צולב דעם וואס די ווענט זענען געוועהן פיל מיט ספרים ווי אין א ביהמ"ד,

רוב חפיצים און ספרים זענעם אריבער צו זיין זון ר' משולם פייש שליט"א און דער אנדערע ברודער ר' ישראל'טשע האט קיינמאל נישט פארלאנגט דער ברודער זאל אים געבן, אדרבה זיי זענען געוועהן זעלטענע גוטע ברודערס צווישן זיך,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

היינט איז די יארצייט, ווער עס קען זאל צינדן א לעכט און לערנען א פרק משניות.

ר' שאץ, עס איז נישט אריבער צו ר' משולם, נאר ר' פינחס שלום האט די לעצטע יארן געוואוינט ביי ר' משולם, ממילא זענען זיי געבליבן ביי אים. און דאס איז אמת אז ר' ישראל'טשע האט עס קיינמאל נישט געבעטן פון אים (דאס האב איך אליינס געהערט פון ר' משולם'ען) און זיי זענען געווען זעלטן נאנטע ברודער. דאס ווייזט אביסל אויף זייער טאטן אויך, וואס היינט איז די יארצייט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פון א אידישע אמעריקאנער צייטונג בשנת תרפ"ט (קרעדיט, עמקן אויך אוצה"ח
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 772#p82772)

א מודעה איבער א חזנישע קאנצערט אראנזשירט דורך דעם קאסאניער רבי'ס חברה, הרב יש ללמוד מזה; די נאמען פון רבי'נס חברה, די חזנים פון בימים ההם (על ר' ישראל שארר כתבנו מכבר, יבואו המלנקקים) ועוד.
אטעטשמענטס
koson.jpg
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

נישטא קיין בילד פון ר' פנחס שלום?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בן בוזי האט געשריבן:נישטא קיין בילד פון ר' פנחס שלום?

קוקט אויס אז מען האט נאך נישט געברענגט קיין סיראקיוז דעם נייעם ספר "פורת יוסף" לתולדות רבי יהוסף מקאסאן. דארט איז א הערליכע בילדער פון רבי פנחס שלום און די אנדערע צדיקי קאסאן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

viewtopic.php?p=802276#p802276

טהור-עיניים האט געשריבן:יעצט מוצאי שבת קודש קומט די שלעכטע בשורה פון א"י איבער די פטירה פון הרה"צ ר' משולם פייש זצ"ל ראטטענבערג מ'קאסאן.

ר' משולם פייש איז געבוירן אום חנוכה תרצ"ב (אזוי האט ער מיר אמאל פארציילט אז ער איז געבוירן נאך לעכט צינדן) אין בראנקס צו זיין פאטער האדמו"ר הרה"ק ר' פינחס שלום זצ"ל, ער האט געלערנט שפעטער אין די ישיבה תורה ודעת, און שפעטער ווען ר' מכאל בער זצ"ל האט אויפגעשטעלט די נייטרא ישיבה אין סאממערוויל איז ער געווען פון די ערשטע תלמידים.

ער איז געווען אן איידעם ביי איינם פון די שאצער רבי'ס (ר' יצחק אלעזר משאץ מאנסי-בני ברק און ר' יוסף חיים משאץ וויליאמסבורג זענען זיינע שוואגערס), און ער האט געוואוינט אין בארא פארק אויף די אכצענטע עוועניו ווי ער האט געהאט זיין בית המדרש.

איך האב געהאט די זכיה אים צו באזוכען אסאך מאל, איך האב אסאך געהערט און גענאשט פון אים. מיט קרוב צו צען יאר צוריק, נאך די פטירה פון זיין רביצין און זיין ברודער הרה"צ ר' מנחם ישראל זצ"ל האט ער זיך געצויגן קיין א"י ווי ער האט געוואוינט אין ב"ב ביי זיין זוהן ר' יעקב אלעזר (איידעם פון דעם טשערנאבל'ער רבי). די לעצטע שטיק צייט איז ער שוין ליידער נישט געווען בקו הבריאות, און ממש די לעצטע טעג איז ער געווען אריין און ארויס פון שפיטאל ביז דעם מוצאי שבת האט ער צוריק געקערט זיין נשמה למקור מחצבתה און געקומען למנוחה אויפן הר הזיתים.

הרה"צ ר' משולם איז געווען א זעלטענער איד, ספעציעל מיט דעם וואס ער איז געבוירן און אויפגעוואקסן דאהי אין אמעריקא, און, נאכגייענדיג אין די פוסטריט פון זיין עלטערן ברודער האט ער זיך געהאלטן שטארק כצור החלמיש און מיטן גאנצן חסיד'ישן טראכט האט ער זיך נישט דערשראקן פון אלע לאכערס און אפשפעטערס נאר ערליך זיך געהאלטן בדרכי אבותיו הקדושים והטהורים, ברענגענדיג זיי א נחת רוח אויבן און הימל און מאכנדיג א קידוש ה' דא אונטן.

זאלן אים די אלע זכותים אקעגן קומען דארט אויבן, אינאיינעם מיט זיינע הייליגע עלטערן, ויניח בשלום על משכבו, אין זיין היכל אין גן עדן, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מיחידי סגולה של האדמורים שגרו באמע-ריקא
שהקימו נכדים אדמורי"ם חסידישע רביס מיטן גאנצען קנאק
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט. דאס גייט זיין די ערשטע יארצייט זיינע וואס עס זענען שוין נישט דא קיין איינער פון זיינע קינדער דא אויף דעם עולם. און אזוי ווי די יארן רוקן זיך, איז כדאי צו פאראייביקן וואס מערער. ווער עס האט עפעס צו דערציילן איבער אים ווערט געבעטן עס אראפצושרייבן דא.

(גראדע בין איך געווען אויף זיין ציון פאר א צוויי וואכן צוריק, שוין אויך צוגעגאנגען צום סטרעטינ'ער אויף די אנדערע זייט גאס)

זי"ע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ושלום »

א בילד
(קרעדיט אחד מאנ"ש)
אטעטשמענטס
רפ"ש
רפ"ש
לעצט פארראכטן דורך חיים ושלום אום זונטאג יולי 20, 2014 1:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
העמיר זיך זען אויף שמחות
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דאס בילד אויפן וואנט איז פון זיין מחותן האדמו"ר ר' יהושע העשיל אייכנשטיין מחודרוב-זידיטשוב-שיקאגאו
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ושלום »

איז די צווייטער איינע פון זיינע קינדער?

(קרעדיט אחד מאנ"ש)
אטעטשמענטס
רפ"ש ביי א חתונה
רפ"ש ביי א חתונה
העמיר זיך זען אויף שמחות
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

האדמו"רים מ'קאסאני זצ"ל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

דא האט איר א'בילד פון הרה"צ רבי פנחס שלום זצ"ל מ'קאסאן ואביו הרה"צ רבי משה שמואל בן הרה"ק רבי יהוסף הלוי מ'קאסאן בעל בני שלשים זצ"ל וואס איז ארויס געקומען אויפן אמעריקאנער באדן פארן מלחמה בשנת תרצ"ה.
בשנת תרצ"ו האט זיך הרה"צ רבי משה שמואל זצ"ל ארויס געצויגן קיין לאס אנדזשעלעס אויפן דאקטאר'ס באפעל ווייל ער האט געליטן אויף אסטמא און די וועטער דארטן איז געווען בעסער פאר אים .
און ער איז געווען די ערשטע רבי און לאס אנדזשעלעס.

די בילד איז גענומען געווארן און לאס אנזשלעס וואו ס'מערקט זיך אן זענען זיי געגאנגען אנגעטוהן מיט די גאנצע רעבישע טראכט אזוי וואו אינדערהיים.

דא ברענג איך בילדער פון די מציבות זייערע.

רבי משה שמואל נפטר בט"ז אייר תש"ו לפ"ק ומנחתו כבוד בבית החיים אגודת אחים בלאס אנדזשעלעס .
ובנו הרה"צ רבי פנחס שלום מ'קאסאני זצ"ל נפטר כ"ד תמוז תשכ"ו לפ"ק.
ומנחתו כבוד בבית החיים וואשינגטאן נוא דזשערסי בחלקת קאסאן (מול חלקת באבוב) .
יהי זכרם ברוך
אטעטשמענטס
רבי משה שמואל ואחיו.jpg
קבר רבי פנחס שלום מקאסאן.jpg
moshe-shmuel-rottenberg קבר.jpg
moshe-shmuel-rottenberg קבר.jpg (43.34 KiB) געזען 5767 מאל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג יולי 21, 2014 9:58 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

חיים ושלום האט געשריבן:איז די צווייטער איינע פון זיינע קינדער?

(קרעדיט אחד מאנ"ש)

די ערשטע רעכטס איז הרה"צ רבי ישראל'טשע מקאסאן זצ"ל און די לינקע זייט איז אביו הרה"צ רבי פנחס שלום מ'קאסאן זצ"ל.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג יולי 21, 2014 1:45 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

האחים מ'קאסאן זצ"ל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אז מ'רעדט שוין פון הרה"צ רבי משולם פייש זצ"ל פון קאסאן וואס איז געבוירן דא און אמעריקא פון זיין מסירת נפש צו אידישקיייט, איז כדאי צו דערמאנען אחיו הרה"צ רבי מנחם ישראל (הנקרא רבי ישראל'טשע) מ'קאסאן זצ"ל געבוירן בשנת תרפ"ח אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט געהאט מסירות נפש צו אידישקייט און געטראגן די גאנצע חסידישע טראכט כולל לאנגע פיאות בימים ההם, געווען א'חריף עצום און א'בור סיד שאינו מאבד טיפה ,געווען א'טוען רבני מפורסם, נישט משנה געווען קיין זיז כל שהוא מדרך אבותיו הקדושים זיע"א און אויפגעשטעלט הערליכע שייינע ליכטיגע דורות לשם ולתפארת זיינע הייליגע אבות.

פארציילט מיר נכדו בן כ"ק מרן אדמו"ר הרב הצדיק רבי מאיר יוסף מ'קאסאן שליט"א אז כידוע זענען די אחים הנ"ל געבוירן און געוואינט און די בראנקס און זיין פלעגן טאג טעגליך אריין פארן מיט די באן פון די בראנקס קיין וויליאמסבורג צו ישיבת תורה ודעת וואו זיי האבן געלערנט.

א'שיינעם טאג זיצענדיג אויף די באן איז צו געקומען צו זיי א'אלטע אידישע זעצער און אים אנגעשייגעצט אויף אידיש זאגענדיג שגץ די מאכסט א'חילול השם פאר גיין מיט לאנגע פיאות.

האט אים רבי ישראל'טשע זצ"ל גענטפערט אויף ענגליש אנטשולדיגט איך בין אמיש איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט מיך (די אמיש זענען א'כת גוים און אמעריקא וואס טראגן א' בארד און שערן דאס נישט אפ).
האט די אלטע שמייסער זיך אנטשולדיגט זאגענדיג אויף ענגליש אז ער האט גארנישט געמיינט.

רבי ישראל'טשע וואס איז געבענטשט געווען מיט א'לשון לימודים האט אים גיט אפגעזידלט מנה אחת אפים כמו שכתוב און אידיש, זאגענדיג שעמען זאלסטו זיך, אז א'אמיש גוי פארשטייסטו זיייער גוט אז ער גייט אנדערש אנגעטוהן, משא"כ דיין אייגענער אידישע ברידער שייגעצט אפ פארן טראגן זיין לבוש.

בדרך אגב האט האדמו"ר רבי משולם פייש זצ"ל מ'קאסאן געהייסן נאך זקנו הרה"ק השרף מ'טאש זיע"א.

דא האט איר בילדער פון האחים האדמו"רים הצדיקים מקאסאן זצ"ל .(רעכטס הרה"צ רבי ישראל'טשע לינקס הרה"צ רבי משולם זצ"ל).הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו.
און פון מציבת הרה"צ רבי ישראל'טשע מ'קאסאן זצ"ל נלב"ע ביום ח"י מרחשון תשס"ג לפ"ק.

אינטערסאנט די נוסח וואס ס'מערקט זיך אן אויף זיין מציבה די מסירות נפש וואס ער האט געהאט דא און אמעריקא פאר אידישקייט בימים ההם .
ונטמן סמוך ונראה לציון אביו הקדוש רבי פנחס שלום זצ"ל בחלקת קאסאן בבית החיים וואשינגטאן נוא דזשערסי יצ"ו.

יהי זכרם ברוך.
אטעטשמענטס
אחים מקאסאן.jpg
רבכי ישראל'טשע קאסאן.jpg
רבכי ישראל'טשע קאסאן.jpg (66.14 KiB) געזען 5753 מאל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג יולי 24, 2014 7:39 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:דא האט איר בילדער פון האחים האדמו"רים הצדיקים מקאסאן זצ"ל .(רעכטס הרה"צ רבי ישראל'טשע לינקס הרה"צ רבי משולם זצ"ל).הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו.
און פון מציבת הרה"צ רבי ישראל'טשע מ'קאסאן זצ"ל נלב"ע ביום ח"י מרחשון תשס"ג לפ"ק.

אינטערסאנט די נוסח וואס ס'מערקט זיך אן אויף זיין מציבה די מסירות נפש וואס ער האט געהאט דא און אמעריקא פאר אידישקייט בימים ההים .
ונטמן סמוך ונראה לציון אביו הקדוש רבי פנחס שלום זצ"ל בבית החיים וואשינגטאן נוא דזשערסי יצ"ו.

יהי זכרם ברוך.


והנה לכם מציבת רמ"פ ואחותו מזידיטשוב-שיקאגו במרומי הר הזיתים בחלקת גאליציע
אטעטשמענטס
IMG_1989.JPG
IMG_1990.JPG
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פרעגער האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:דא האט איר בילדער פון האחים האדמו"רים הצדיקים מקאסאן זצ"ל .(רעכטס הרה"צ רבי ישראל'טשע לינקס הרה"צ רבי משולם זצ"ל).הנאהבים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו.
און פון מציבת הרה"צ רבי ישראל'טשע מ'קאסאן זצ"ל נלב"ע ביום ח"י מרחשון תשס"ג לפ"ק.

אינטערסאנט די נוסח וואס ס'מערקט זיך אן אויף זיין מציבה די מסירות נפש וואס ער האט געהאט דא און אמעריקא פאר אידישקייט בימים ההים .
ונטמן סמוך ונראה לציון אביו הקדוש רבי פנחס שלום זצ"ל בבית החיים וואשינגטאן נוא דזשערסי יצ"ו.

יהי זכרם ברוך.


והנה לכם מציבת רמ"פ ואחותו מזידיטשוב-שיקאגו במרומי הר הזיתים בחלקת גאליציע

די מאמע פון כ"ק אדמו"ר רבי יהושע העשיל מזידיטשויב שיקאגא שליט"א מיט זיינע שוועסטערס די רעבעצנ'ס פון כ"ק אדמו"ר מ'נאוואמינסק שליט"א.

בדרך אגב האט זי געהאט זייער א'אינטערסאנטע נאמען שארצא באבטשא א'נאמען וואס איך האב קיינמאל נישט געהערט דערוועגן.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מוצ"ש אוגוסט 02, 2014 11:03 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אז מ'רעדט שוין יא פון קאסאן
איז גוט צו דערמאנען
היינט כ"ג תמוז (תשע"ד)
איז די יאר צייט
פון הרה"ח רבי דויד פעלבערבוים זצ"ל תלמיד הרה"ק האור מלא זי"ע
און ארויסגעבער פון זיין הייליגן ספר "אור מלא" און "הליכות קודש"

שפעטער געוואוינט אין ק"ק סקווירא
נפטר געווארן כ"ג תמוז תשס"ח לפ"ק


שמו דויד ב"ר יצחק יעקב שו"ב
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מ'דארף אינזינען האבן שו"ב ביים לערנען לע"נ?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פארפאלן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

בן בוזי האט געשריבן:מ'דארף אינזינען האבן שו"ב ביים לערנען לע"נ?

בוזי סאן
פארפאלן דאס איז א'גוטס.
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

היום היא"צ
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מסירת נפש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

די מסירות נפש וואס הרה"צ רבי פנחס שלום זצ"ל האט געהאט דא און אמעריקא פאר נישט משנה זיין א'זיז כל שהוא ממנהג אבותיו הקדושים איז לא יאומן כי יסופר.

פארציילט מיר נכדו ידידי הרה"צ רבי פנחס שלום ראטענבערג שליט"א אז די זיידע איז ארויס געקומען שנת תרפ"ד קיין אמעריקא האבן אים אונגארישע אידין פון קראון ראוד איילענד איינגעלאדענט מכהן זיין ברבנות מיט א'שיינעם געהאלט.
אנקומענדיג דארטן מיט זיין גאנצע טראכט האט מען אים געזאגט אז ס'פעלט נישט אויס דא און אמעריקא גיין מיט אזא לאנגע בעקיטשע און מיט אראפגעלאזטע פיאות מ'קען עס ארויפדרייען .
האט ער זיי גענטפערט אז דאס איז ער און ער קען גארנישט משנה זיין פון די אלטע היים,וכך הוה מ'האט אים נישט אויפגענומען אלס רב.

פירט אויס די אייניקל הנ"ל דא זעט מען די געוואלדיגע מסירות נפש פון דעם זיידען אז ער האט אויפגעגעבן א'שיינע ' פרנסה פאסטן וואס ער מיט די גאנצע משפחה האבן געקענט לעבן כל ימי חייהם בהרחבה.

היות ס''איז היינט די יארצייט זאל מען צינדן ליכט און לערנען משניות לעילוי נשמתו הטהורה מרן פנחס שלום בן רבי משה שמואל הלוי זצוק"ל.
זאל ער זיין א'מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל אמן.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”