ר' יוסף ראזין מדווינסק זצ"ל - הראגאטשובער - י"א אדר תרצ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:נולד בשנת תרי"ח בעיר ראגאטשאוו לאביו רבי אפרים פישל שהיה מחסידי ליבאוויטש. בהיותו ילד בירכו האדמו"ר הצמח צדק ב" לומדות".
מגיל צעיר נראו אצלו כשרונות עצומים בלימוד. אביו שלחו ללמוד אצל רבי יוסף בער סאלאווייטשיק מבריסק שהיה אז בסלוצק, ולמד גם עם בנו רבי חיים.
אח"כ למד אצל המהרי"ל דיסקין זי"ע בשקלאוו. הרבנית שלו היתה ממשפחת גארפינקל מווארשא. רבי שלמה זלמן מקאפוסט מינהו לרב החסידים בדווינסק. הוא היה גאון הגאונים והיה מיחידי הדור בידיעת כל התורה כולה, לכלליה ולפרטיה ולפרטי פרטיה.שיטתו מזכירה את שיטת הגר"ח: ירידה לעומק המושג, וחלוקת הדין לגורמיו. דרכו בלימוד התורה היתה מופלאה : כל התורה כולה היא ענין אחד, וממילא אפשר להראות איך הכל קשור אחד עם השני. ענה תשובות לאלפים לשואלים אותו, ונודע בהתמדתו העצומה בתוה"ק. ספריו: " צפנת פענח " שו"ת , ועה"ת. הם מלאים כולם ב "עיין'ס" רבים שמציין בהם לכל התורה כולה, והוקם מכון שעוסק בפיענוחם.
חתניו : רבי ישראל אבא ציטראן, ורבי אבא דוד גאלדפיין שהיה רב במאסקווא. הם נפטרו לפני המלחמה, אבל נשיהם ובניהם נהרגו עק"ה.
זי"ע ועכ"י.


אינעם ארטיקל אין 'אוצרות' חדשי אדר-ניסן דהאי שתא איבער דעם פולמוס החליצה פון ניו יארק, ווערט אויך דערמאנט אז אויסער דעם דערמאנטן הרב ציטרון-קטרוני האט דער ראגאטשובער געהאט נאך אן איידעם בשם ר' אבא דוד גאלדפיין דארט איז אבער נישט דערמאנט געווארן צו דער איידעם האט געהאט קינדער, דער ערשטער איידעם האט זיכער נישט קיין קינדער, דאס ווייב האט דאך געברויכט נעמען חליצה פון די ברודער איר מאן, וואס איז נישט צושטאנד געקומען ווייל זיי זענען געווען פריי.

אט איז א באשרייבונג אין א צייטונג בשם 'דאר היום' צו די פטירה פון הרב גאלדפיין, אין דעם ארטיקל ווערט דערמאנט אז בשעת פטירתו האט הרב גאלדפיין איבערגעלאזט צוויי זון, דאס איז פאר מיר א חידוש אז דער ראגאטשובער האט געהאט אייניקלעך.
אטעטשמענטס
גאלדפיין.pdf
(153.23 KiB) געווארן דאונלאודעד 230 מאל
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

מכתב הגאון האדיר מראגאטשאוו נגד הציונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

ב"ה ג, י"ג טבת תר"ס
להג' הנכבדים שיחיו ברכה וכ"ט
קיבלתי מכתבכם אודות כת המעוקשה אשר מכנים עצמם בשם ציונים, לא לחינם, רק משום מ"ש רש"י יומא דף ע"ז ע"ב דציון חוץ לירושלים, והוא שוק העליון המובא בשקלים פ"ח ה"א, וזה קצרן של גויים המובא שם, כי המינים הידועים היו בשוק העליון בכל מקום, עיין ע"ז דף י"ח ע"א, וזה ר"ל בירושלמי בפ"ד דתענית סוף ה"ב חזרנו על כל המקרא ולא מצאנו שנקרא ישראל ציון אלא זה וכו', דר"ל דרק ע"י תורה ועבודה אז יקויים "ולציון יאמרו עמי אתה", ועי' סנהדרין דף צ"ט ע"ב דרק ע"י תורה יעוי"ש, ומ"ש הרמב"ם בפיה"מ בפ"א דסנהדרין שתרבה תשוקתם להי"ת ולתורתו ע"ש, וזה נראה לעין שאין בהכת הזאת לא מיניה ולא מקצתה.
ןשלא תהא שתיקתי וכו' ח"ו, כעין שכתב הרא"ש ז"ל במכתבו לרא"מ במנחת קנאות מכתב צ"ט יעו"ש.
כתבתי וחתמתי
יוסף ראזין רב דע"ק דווינסק
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

פון וואנעט איז דער בריוו?
אין קול השופר איז דא א בריוו אקעגען הר"ק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

זה נדפס בקונט' "לידע ולהודיע" פר' תרומה
אבל שמעתי על המכ' הזה כבר פעם
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אהא
ווייל פון דובב שפתי ישנים קען מען קיין בנינים נישט בויען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
kremenchunger
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 08, 2012 3:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kremenchunger »

שוטה האט געשריבן:שמעתי מפי החסיד הישיש התמים ר' מנחם מענדל מאראזוב שיחי' [בנו של החסיד הנודע ר' אלחנן (חאניע) מאראזוב הי"ד – מזכירו של הרבי הקודם מליובאוויטש] אז אלץ אינגל איז ער געווען א געוויסע תקופה אין פעטערבורג און דער ראגאטשאווער איז אויך געווען דארט [כמדומה מחמת מלחמת העולם הראשונה] און זיי האבן ביידע געדאווענט אינעם זעלבן בית המדרש, דער ראגאטשאווער האט געהאט א מקום קבוע פארן שטענדער פונעם בעל תפלה, און זייענדיג א קליין געוואקסענער האט מען איהם קוים ארויסגעזעהן.

איין אינדערפרי ביי שחרית איז דער ראגאטשאווער געשטאנען ביי זיין מקום קבוע, און ער – ר' מענדל – איז געשטאנען ביים מערב וואנט, און ס'איז צוגעגאנגען א איד צום עמוד און אנגעהויבן זאגן די ברכות הויעך אויפן קול [אצל חסידי חב"ד אומרים הברכות בבית ולא בבהמ"ד], איז דער ראגאטשאווער ארויסגעלאפן פון זיין פלאץ און איז צוגעלאפן צו ר' מענדל ביים אנדערען עק בהמ"ד און ווייזענדיג אויפן בעל תפלה האט ער געשריגן 'אינגעלע קוק א מתנגד, קוק א מתנגד'.

עוד שמעתי מפי הנ"ל ששמע מחסיד אחד ר' מיכאל שמו אז דער פריערדיגער רבי [הריי"ץ] האט איהם געשיקט איין אינדערפרי ער זאל גיין רופן דעם ראגאטשאווער [כ"ז הי' בהיותם בפעטערבורג], ווען ער איז אנגעקומען צום ראגאטשאווער אינדערהיים האט איהם די רעביצין געזאגט אז ער איז נאכנישט אהיים געקומען פון שחרית און קודם דארף ער עסן פרישטאג [כמדומה שהכינה לו כמה ענבים וכוס חלב].

ווען דער ראגאטשאווער איז אהיים געקומען און געהערט די שליחות האט ער געזאגט 'אז דער נשיא רופט דארף מען שוין גיין', אראפקומענדיג אין גאס האט ר' מיכאל געווינקען פאר א פערד און וואגן מיינענדיג אז דאס איז א טעקסי, האט דער ראגאטשאווער איהם געזאגט אז די פערד באלאנגען פאר פלוני בן פלוני [גביר מפורסם, כמדומה שר' מענדל פירש בשמו].

ווען ער איז אנגעקומען צום פריערדיגן רבי'ן האט ר' מיכאל געזעהן אז דער רבי פרעגט עפעס בענין ירושת הבת במקום שאין בן און דער ראגאטשאווער האט גענטפערט אפאר מינוט צוזאם ווארפענדיג כל התורה כולה דערנאך האט דער רבי עפעס צוריק געפרעגט דערויף און דער ראגאטשאווער האט ווייטער גענטפערט כנ"ל, והחסיד ר' מיכאל הנ"ל איז נישט געווען קיין גרויסער ידען אין נגלה, און ער האט נאר אויפגעכאפט וואו דער רבי זאגט 'משה רבינו איז דאך געווען א עצמי' [מן הסתם לענין בנות צלפחד].


איך מיין אז דאס איז געווען ר' מיכאל טייטלבוים מייסד פון די (ערשטע אין אמעריקע?) מוסד על טהרת הקודש - אהלי תורה.

די אויפטו איז אז דער ראגאטשאווער איז געווען אן אלטע מענטש און באוואסט ווי א גאון עולם און דער רבי איז געווען אסאך יינגער און א נייע רבי, און פונדעסטוועגן כדלעיל.
kremenchunger
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 08, 2012 3:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kremenchunger »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:נולד בשנת תרי"ח בעיר ראגאטשאוו לאביו רבי אפרים פישל שהיה מחסידי ליבאוויטש. בהיותו ילד בירכו האדמו"ר הצמח צדק ב" לומדות".
מגיל צעיר נראו אצלו כשרונות עצומים בלימוד. אביו שלחו ללמוד אצל רבי יוסף בער סאלאווייטשיק מבריסק שהיה אז בסלוצק, ולמד גם עם בנו רבי חיים.
אח"כ למד אצל המהרי"ל דיסקין זי"ע בשקלאוו. הרבנית שלו היתה ממשפחת גארפינקל מווארשא. רבי שלמה זלמן מקאפוסט מינהו לרב החסידים בדווינסק. הוא היה גאון הגאונים והיה מיחידי הדור בידיעת כל התורה כולה, לכלליה ולפרטיה ולפרטי פרטיה.שיטתו מזכירה את שיטת הגר"ח: ירידה לעומק המושג, וחלוקת הדין לגורמיו. דרכו בלימוד התורה היתה מופלאה : כל התורה כולה היא ענין אחד, וממילא אפשר להראות איך הכל קשור אחד עם השני. ענה תשובות לאלפים לשואלים אותו, ונודע בהתמדתו העצומה בתוה"ק. ספריו: " צפנת פענח " שו"ת , ועה"ת. הם מלאים כולם ב "עיין'ס" רבים שמציין בהם לכל התורה כולה, והוקם מכון שעוסק בפיענוחם.
חתניו : רבי ישראל אבא ציטראן, ורבי אבא דוד גאלדפיין שהיה רב במאסקווא. הם נפטרו לפני המלחמה, אבל נשיהם ובניהם נהרגו עק"ה.
זי"ע ועכ"י.


יש לציין אז אין אנפאנג איז ער געווען א קאפוסטער, אבער ער איז געווען זייער צום רש"ב פון ליובאוויטש אויכעט.

זיין שיטה איז נישט אזוי ווי ר' חיים בריסקער, נאר ווי די פוילישע וועג פון דעם אבני נזר און ר' יוסף ענגיל.
kremenchunger
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 08, 2012 3:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kremenchunger »

fiena nieas האט געשריבן:די ראגאטשאווער גאון איז אמאל געווען אין א בית החיים אין ער האט גערעדט אין לערנען האט אים איינער אויפגעמערקט, רבי עס גייט אריין אין גדר פון "לועג לראש" רופט זיך אן דער ראגעטשאווער עה אפילו ווען זיי וואלטן געלעבט וואלטן זיי אויך נישט פארשטאנען וואס איך רעד!


LIKE ;l;p-

זייער צוגעפאסט צו זיין סטייל, וואס כידוע איז ער געווען גאר א שארפער. און בפרט האט ער פיינט געהאט אז מ'האקט א טשייניקט מיט חצוניות וכו'
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

kremenchunger האט געשריבן:אז מ'האקט א טשייניקט מיט חצוניות וכו'

?????
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

חריפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

פעם בא רב אחד לא כ"כ חכם אל הגאון הראגאטשאווער וביקש ממנו שיברכו.
א"ל הראגאטשאווער: אני איני רבי ואין דרכי לברך.
א"ל הרב: הרי כבר אמרו חז"ל שאפילו ברכת הדיוט אל תהי קלה בעיניך, וקל וחומר הברכה שלכם !
ענה לו הגאון: עד שאתה רוצה שאני אברך אותך עם קל וחומר, ברך אתה אותי בלי קל וחומר !
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
kremenchunger
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 08, 2012 3:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kremenchunger »

איש האמת האט געשריבן:
msp האט געשריבן:איך האב אמאהל געהערט אז ר' מאיר שמחה זצ"ל האט זיך אמאהל אויסגעדריקט אויף'ן ראגאטשאווער זצ"ל אז ער האט נישט געהאט קיין שטארקע זכרון נאר עס איז נישט דא עפעס וואס ער האט פונקט יעצט נישט געלערנט..
אויך געדענק איך אז ער האט געלאזט ווילד וואקסען זיין האר ווייל עס איז איהם געווען א שאד דאס זיצען ביים שעהרער און נישט מעהגען לערנען


שמעתי ג"כ כזה, ועוד שמעתי אז האט זיך געהאלטן פאר א נזיר, און האט קיינמאל נישט געגעסן טרויבען אדער געטרינקען וויין


ווען ער איז געווען א קליינעם אינגל, האט אים זיין טאט'ן גענומען צום רבי'ן דער צ"צ, האט אים דער צ"צ געפרעגט עפעס א שאלה אין מסכת נזיר. ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון יחידות האט ער געזאגט זיין טאט'ן אז אויב דער רבי האט אים גערעדט וועגן מסכת נזיר, איז דאס א סימן אז ער וויל אז ער זאל זיין א נזיר. און פון דאנעט האט ער דאס גענומען אויף זיך.

(אפשר די פרטים זיינען נישט פונקטליך, אבער דאס איז די מעשה בכללות)

[די ענין פון ביטול תורה איז נישט וועגן אים נאר וועגן "הרב הנזיר"]
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

קרעמער האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:זיינע תשובות איז זייער שווער צו לערנען ווייל ער ברענגט נישט ארויס וואס ער וויל, מ'דארף האבן א ידיעה אין כל התורה כולה צו פארשטיין, משא"כ ווען ער האט גערעדט האט ער געהאט א געוואלדיגע כוח הסברה, ר' חיים קרייסווירטה ז"ל שרייבט אז אלס קינד איז ער געפארן אויף א באן מיטן ראגעטשאווער און ער האט גערעדט אין לערנען און ער האט פארשטאנען יעדעס ווארט.

מען זאגט טאקע אז דאס איז געווען דער חילוק צווישן דעם ראגאטשאווער מיט רבי יוסף ענגל, ר' יוסף ענגל האט זיך בעסער מסביר געווען אין שריפט ווי מונדליך, און דער ראגאטשאבער פארקערט.

דער חילוק זאגט מען צווישן ראגאטשאבער און חבירו ר' חיים בריסקער.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

SPUSMN האט געשריבן:איך האב געהערט אז ער פלעגט נישט לערנען קיין אחרונים און ווען ער האט געלערענט שלחן ערוך האט ער ארויפגעלייגט זיינע הענט אויך די נושא כלים. איינמאל האט זיך אביסעל אראפ געגליטשט זיין האנט און ער האט געכאפט א בליק, גיט ער א שריי אויס "וואס טומולט איר מיר". ו

דאס זעט מען אין זיינע ספרים, זעלטן דערמאנט א אחרון בכלל.
מ'דערציילט אז איינער האט אים אמאל אפגעפרעגט מיט א מגן אברהם, האט ער דעמאלט אפירגענומען דעם מגן אברהם און דורכגעלערנט אין איין נאכט. און זיך אויסגעדרוקט ווי ס'קומט אים אן שווער דער לימוד האחרונים.
שמעתי מהג"ר נטע פריינד הכ"מ הסיפור כשנסע ללוית אשתו ובדרך נסעו על הרכבת לא פסק פומי' מגירסא גם כשהגיעה למקום הלויה המשיך בלימודו, אמרו לו שממתינים עליו בהלויה, ענה ואמר, חז"ל אמרו נשים במאי זכיין בשכר דנטרין לגברייהו, "זאל זי ווארטן". ומי יעמוד בסוד קדושים. זי"ע.
kremenchunger
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 08, 2012 3:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kremenchunger »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:איך האב געהערט אז ער פלעגט נישט לערנען קיין אחרונים און ווען ער האט געלערענט שלחן ערוך האט ער ארויפגעלייגט זיינע הענט אויך די נושא כלים. איינמאל האט זיך אביסעל אראפ געגליטשט זיין האנט און ער האט געכאפט א בליק, גיט ער א שריי אויס "וואס טומולט איר מיר". ו

דאס זעט מען אין זיינע ספרים, זעלטן דערמאנט א אחרון בכלל.
מ'דערציילט אז איינער האט אים אמאל אפגעפרעגט מיט א מגן אברהם, האט ער דעמאלט אפירגענומען דעם מגן אברהם און דורכגעלערנט אין איין נאכט. און זיך אויסגעדרוקט ווי ס'קומט אים אן שווער דער לימוד האחרונים.
שמעתי מהג"ר נטע פריינד הכ"מ הסיפור כשנסע ללוית אשתו ובדרך נסעו על הרכבת לא פסק פומי' מגירסא גם כשהגיעה למקום הלויה המשיך בלימודו, אמרו לו שממתינים עליו בהלויה, ענה ואמר, חז"ל אמרו נשים במאי זכיין בשכר דנטרין לגברייהו, "זאל זי ווארטן". ומי יעמוד בסוד קדושים. זי"ע.


לכאורה, די שוועריקייט וואס ער האט געהאט מיט די אחרונים איז די אריכות ווי זיי שרייבן. וואס דאס א יסודות'דיקע אונטערשייד צווישן ראשונים און אחרונים. און ווי מ'קען זעהן אין זיינע ספרים ווי ער שרייבט בתכלית הקיצור.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א מרוגש'דיגער שיר-הספד אויפן גרויסן גאון דער ראגאטשובער וואס עס האט פערפאסט זיין תלמיד הג"ר יהודה יהושע פאלק איזרעאליטעט ז"ל יליד דווינסק ואב"ד טשעלסי, מאסאשוסעטס:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=214
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

אינטערסאנטע זאך באגעגנט די וואך אין די גליון פניני השער איבער די טאג פון די יארצייט
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הגאון שר התורה מראגאטשאוו זי"ע בצעירותו
אטעטשמענטס
הרב_יוסף_רוזין_בצעירותו.JPG
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 6:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בזקנותו
אטעטשמענטס
New Picture (19).jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

חכמת אדם תאיר פניו
אטעטשמענטס
87654321.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

הלויית הגאון מראגטשאוו זי"ע
אטעטשמענטס
____1_~1.JPG
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

שיינע בילדער!
די צווייטע קוקט אויס געפעינט, איז עס נישט?
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

מצבת קדשו בדווינסק בצמוד לספרי תורה וכתבי קודש
אטעטשמענטס
20091214_17592623922_jpg.jpg
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 6:29 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

האהל הגדול על קברות הרבנים בדווינסק. מימין מצבת הגאון האור שמח זצ"ל, והשניה מהס"ת והגאון הראגאטשאווער זצ"ל.
אטעטשמענטס
20091214_1758116869_jpg.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בחורהזעצער האט געשריבן:שיינע בילדער!
די צווייטע קוקט אויס געפעינט, איז עס נישט?

עס קוקט אויס אז יא
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

.
אטעטשמענטס
ROGOTZOVY.JPG
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”