ר' אברהם שמואל בנימין סופר, הכתב סופר - י"ט טבת תרל"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

ר' אברהם שמואל בנימין סופר, הכתב סופר - י"ט טבת תרל"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

איך האב נאך נישט געטראפן אן אשכול איבער איהם, אויב ס'איז יא דא ביטע מאכן א באהעפטונג.
ווייסט איינער ווי מ'קען טרעפן א רשימה פון אלע תלמידי הכתב סופר? אויב ס'איז דא בכלל אזא זאך? איי וויל עפרישיעיט איט.
הנותן לשכוי בינה...
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

תרנגול האט געשריבן:איך האב נאך נישט געטראפן אן אשכול איבער איהם, אויב ס'איז יא דא ביטע מאכן א באהעפטונג.
ווייסט איינער ווי מ'קען טרעפן א רשימה פון אלע תלמידי הכתב סופר? אויב ס'איז דא בכלל אזא זאך? איי וויל עפרישיעיט איט.

איז נאר דא א ספר אויף תלמידי חת"ס?
למה זה תשאל לשמי...
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ס'איז לעצטנס ארויסקומען א ספר מיט א אויספירליכע רשימה, א מייסטערהאפטע ארבעט אבער ס'קאסט אביסל טייער.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

הרב פלאי, לא זכיתי להבין את תגובתכם.
הנותן לשכוי בינה...
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

טאבאקא האט געשריבן:ס'איז לעצטנס ארויסקומען א ספר מיט א אויספירליכע רשימה, א מייסטערהאפטע ארבעט אבער ס'קאסט אביסל טייער.

וויאזוי הייסט עס?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

עס זענען דא דריי ספרים לפי ידיעתי וואס האבן א רשימה פון תלמידי כת"ס:
1) אין ס' איגרות סופרים.
2) אין ס' כתב זאת זכרון י"ל שנת תשי"ז ע"י נכד הכת"ס
3) והשלישי העולה על כלנה די גאר אינהאלטסרייכע ספר "החתם סופר ותלמידיו" האט אן אויספירליכע רשימה פון הונדערטער תלמידי הכת"ס המפורסמים. ע"י ר' מא"ז קונטסליכער.
טאבאקא האט געשריבן:ס'איז לעצטנס ארויסקומען א ספר מיט א אויספירליכע רשימה, א מייסטערהאפטע ארבעט אבער ס'קאסט אביסל טייער.
ער רעדט לכאורה פון די אויבנדערמאנטער ספר. איך האב עס געקויפט און בשעת מעשה אויך געטראכט די זעלבע, אבער נאכן קויפן קען איך אייך זאגן עס איז ווייט פון טייער. א ספר וואס זאל ענטהאלטן אזויפיל אינפארמאציע - ממש אן אוצר בלום.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

א ריזן דאנק הרב ללמוד וללמד
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מצבתו בביה"ח החדש בעיר פרעשבורג

IMG_3434.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

1. מציבת הרבנית מרת שרה מלכה אשת ר' יצחק לייב סופר מדרוהביטש בעמח"ס סופר מהיר בנו של הכתב סופר ונשיא כולל גאליציא לצדקת רמבעה"נ
2. מציבת ר' אברהם חיים דוד סופר מדרוהביטש בנו של ר' יצחק לייב הנ"ל ומ"מ כנשיא כולל גאליציא לצדקת רמבעה"נ

על הביה"ח בעיר בודאפעסט (אויף די 'בודא' זייט)
אטעטשמענטס
smsofer.jpg
achdsofer.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געטראפן א בילד פון די מציבה פון ר' משה בן הכתב סופר ז"ל, איך ווייס נישט ווי די מציבה געפונט זיך (אדער האט זיך געפונען פאר די קריג) און לע"ע געדענק איך נישט קיין פרטים איבער דעם זון, אפשר קענען איינער פון די חכמי הפורום ארויסקריכען פון די מויזען-לעכער מיט אינפארמאציע.
אטעטשמענטס
5908.jpg
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

נעוואדע ר' משה בן הכת"ס, כנראה היה הנכד הראשון שנקרא ע"ש החת"ס, גר בסעפלאק ואח"כ בוואמוש-אודווארהעלי, אחז באומנות אבותיו והיה מוהל מומחה, אינטרעסאנט אז ער איז געווען דער מוהל אין די באקאנטע גרים דערפל בעזד-אויפאלוי שנתגיירו בשנת תרכ"ח. היה אחד מן הצירים שנבחרו לקונגרס היהודי בשנת תרכ"ט אבל פרש לפני סיומו, מייסד חברת מחזיקי הדת בזיבנבירגן ועמד בראשה שנים רבות. שבעה תשובות בשו"ת כת"ס נכתבו אליו לדוגמא פה.

נפטר זקן ושבע ימים בן 86 כ"ו שבט תרפ"ז. בפשטות המצבה היא שם בוואמוש-אודווארהעלי או בסמוך. נספד פה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תודה רבה, הרב שרייבער

ווער זענען געווען זיינע קינדער? אינעם הספד שציינת ווערט דערמאנט חתנו אב"ד הידאלמאש, ווער איז דאס?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ר' יחיאל מאיר פאנעט אב"ד הידעלמאש בן ר' אשר שמואל פאנעט אב"ד הידעלמאש בן ר' חיים בצלאל פאנעט אב"ד טאשנאד.

נולד תר"ך, בהיותו אבך צעיר נתקבל לאב'ד באטשאם שם כיהן בין השנים תרמ"ו-תר"ע, משנת תר"ע אב"ד הידלמאש עד לפטירתו בשנת תש"ד. בזיו"ש חתן
ר' משה סופר הנ"ל.

בניו: ר' שלמה בהידעלמאש
ר' אברהם שמואל בנימין מאוזד
ר' שמעון ספור מאוזד
יתר חתניו: ר' יהודא ליב אויש בקישבער והידעלמאש
ר' בנימין הלוי פארקאש ממאקווא
ר' משולם רויזענפעלד בנאדי-קענד
ר' מנחם מענדל שטערענהעל מגראסווארדיין
ר' יצחק אייזיק בניאמין מסעפלאק
ר' צבי שטערענהעל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווי דערמאנט אין אן אנדערען אשכול האט דער כתב סופר געהאט אן איידעם ר' יעקב (יהודה) לייב הכהן שטראסער, ער איז געווען דער פאטער פון ר' שלמה צבי הכהן שטראסער דומ"ץ ורב בדעברעצין ז"ל, צצוישען זיינע קינדער איז אויך געווען זיין איידעם ר' לייב רובינשטיין מפרעשבורג ומח"ס קול יהודה..

ר' לייב איז געווען א מגי"ש אין די פרעשבורגער ישיבה און א מגיד אין די אוהבי תורה שול אין פרעשבורג, ווי אויך איז ער געווען א חבר בבי דינא רבא אין פרעשבורג, זיין זיידע ר' דוד רובינשטיין אב"ד קאבערסדארף וקארבלורג איז געווען א נאנטער ידיד מיט מרן החת"ס עס איז דא עטליכע תשובות צו אים פונעם חתם סופר, זיין ברודער ר' משולם רובינשטיין איז געווען רב אין קיש-קערעש, ר' לייב זעלבסט איז געווען א תלמיד פונעם מהר"ם שיק אין חוסט און דערנאך ביים שבט סופר אין פרעשבורג.

אין די הקדמה לספרו הנ"ל רעכנט אויס איבסל פון זיין יחוס וכו' אויך דערמאנט ער זיינע קינדער:

א. בנו ר' יחיאל
ב. בנו ר' משה דוד
ג. בתו העננע אשת ר' משה וואלף קריצלער פו"מ דק"ק שאלוואדקערט
ד. בתו רחל אשת ר' יוסף שמואל כהן מפרעשבורג
ה. בתו סירחא אשת ר' יוסף שמואל גאלדשטיין מראה"ק דק"ק קאשוי
ו. בתו פראדל אשת ר' יושע וויינבערגער מפרעשבורג
ז. בתו חוה לאה אשת ר' שלמה אונגאר מפרעשבורג

-

ווען איז ר' לייב רובינשטיין נפטר געווארן, און ווייסט איינער צו פון די דערמאנטע קינדער זענען דא היינט אייניקלעך יראים ושלימים?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך אן איידעם פונעם כתב סופר איז געווען ר' רפאל הלוי דייטש פון סעפלאק, זיין זון ר' שמחה בונם דייטש איז געווען א תלמיד פון זיין פעטער דער שבט סופר, און האט שפעטער געוואונט אין באניא ווי ער איז נפטר געווארן תרע"ח.

נאך די קריג האט זיין ר' שמה שמואל הלוי דויטש פון לאנדאן געדרוקט חידושי תורה פון ר' שמחה בונם דייטש נכד הכתב סופר בשם שפתי בינה.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

מיללער האט געשריבן:ז. בתו חוה לאה אשת ר' שלמה אונגאר מפרעשבורג
ווען איז ר' לייב רובינשטיין נפטר געווארן, און ווייסט איינער צו פון די דערמאנטע קינדער זענען דא היינט אייניקלעך יראים ושלימים?


כמדומה לי איז הגאון רבי נתן געשטטעטנער זצ"ל בעל להורות נתן
נמנה מבין נכדיה, אן אייניקעל פונעם כתב סופר דורך איר, שטימט?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אויף די בקשה פונעם רב שליט"א האמער אויפגעזוכט דעם בילד פון די מצבה פון ר' ליב רובינשטיין

נפטר געווארן ד' אייר תרפ"ג

IMG_3445-2.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

מיללער האט געשריבן:ווי דערמאנט אין אן אנדערען אשכול האט דער כתב סופר געהאט אן איידעם ר' יעקב (יהודה) לייב הכהן שטראסער, ער איז געווען דער פאטער פון ר' שלמה צבי הכהן שטראסער דומ"ץ ורב בדעברעצין ז"ל,

ווי אויך דער פאטער פון הג''ר עקיבא שטראסער זצ''ל אב''ד טאקאי.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שנאפס האט געשריבן:אויף די בקשה פונעם רב שליט"א האמער אויפגעזוכט דעם בילד פון די מצבה פון ר' ליב רובינשטיין

נפטר געווארן ד' אייר תרפ"ג

IMG_3445-2.jpg


א הערצליכען יישר-כח אייך, זאלט איר געבענטשט ווערן מיט אלע ערליי ברכות.

להערה, מיר שיינט אז אויפן מציבה איז איינגעקריצט דעם יום הפטירה אלס ך' (כ') אייר נישט ד' אייר.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:נאך אן איידעם פונעם כתב סופר איז געווען ר' רפאל הלוי דייטש פון סעפלאק


א שטר הסכם געשריבען אויף דייטש ביי די שידוך פון בתו של הכת"ס עם ר' רפאל דייטש הנ"ל.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ר׳ מרדכי שטראסער הי״ד אב״ד שאלא איז אויך געווען א זון אדער אייניקל . ר׳ יעקב האט אויפגעשטעלט א דור פון קינדער און אייניקלעך חשובע רבנים. כהיום ר׳ בנציון שטראסער שליט״א מב״פ.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ראש הקהל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ז. בתו חוה לאה אשת ר' שלמה אונגאר מפרעשבורג
ווען איז ר' לייב רובינשטיין נפטר געווארן, און ווייסט איינער צו פון די דערמאנטע קינדער זענען דא היינט אייניקלעך יראים ושלימים?


כמדומה לי איז הגאון רבי נתן געשטטעטנער זצ"ל בעל להורות נתן נמנה מבין נכדיה, אן אייניקעל פונעם כתב סופר דורך איר, שטימט?


ר' נתן געשטעטנער ז"ל בעל להורות נתן, איז געווען א זון פון ר' עמרם געשטעטנער הי"ד, ר' עמרם איז געווען אן איידעם ביי ר' שלמה שרייבער-סופר ז"ל ב"ר יעקב עקיבא בן הכתב סופר זצ"ל.

די קינדער פון ר' שלמה האבן בשנת תשי"א געדרוקט א חיבור פון זייער פאטער בשם זכרון לדוד, לע"נ זייון זון - זייער ברודער - ר' דוד שרייבער הי"ד וועלכער איז אומגעקומען ביים קריג. דער ספר איז לעצטענס געווארן נאכאמאל איבערגעדרוקט בשנת תשע"א און געפונט זיך אויף היברו-בוקס.

דער ר' שלמה ב"ר יעקב עקיבא איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק צבי ראצערסדארפער דער מייסד פון ק"ק מחזיקי הדת אין אנטווערפן, ר' שלמה האט געוואונט אין וויען און נאך די קריג איז ער אריבער וואונען קיין לאנדאן, ושם נפטר ונטמן בשנת תש"ח.

זיינע קינדער:
1. בנו ר' דוד שרייבער הי"ד
2. בתו מרת מלכה אשת ר' עמרם געשטעטנער הי"ד
3. בנו ר' משה שרייבער ע"ה
4. בנו ר' אברהם שרייבער ע"ה

-

נאך א זון פון ר' יעקב עקיבא סופר ממיאווא בן הכת"ס איז געווען ר' משה סופר, פון וועם עס איז געדרוקט איין מאמר בחידו"ת אינעם ספר הנ"ל

-

אן איידעם פון ר' יעקב עקיבא סופר איז געווען ר' אברהם פעלזענבערג איך האב געטראפן א בילד פון אים און עטוואס פרטים איבער זיין משפחה דא.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

טהור-עיניים האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' יעקב עקיבא איז גארניט געווען א קטלא-קניא,דער כתב סופר איז געלעגען 3 טעג ביז מהאט קובר געווען גופו הקדוש,די פרעשבורגער קהילה האט עם געוואלט אויפנעמען און די משפחה האט דייקא געוואלט דעם שבט סופר,ביז עס איז אנגעקימען איינער פון די גדולי ישראל און סדר געמאכט.


דאס איז מיר א ריזיגער חידוש, איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון דעם, אדרבה, אפשר קענסטו שרייבן עפעס מער וועגן דעם? אדער אנווייזן ווי מען קען זען מער וועגן דעם


ללמוד וללמד האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:הרב טהור איך האף אז איר פארשטייט אז דאס איז נישט פין די זאכען וואס מען דרוקט אין די היינטיגע תולדות ספרים,אבער אויף זיין מצבה שטייט קלאר וביום א י"ט לחודש טבת שנת תרל"ב לפ"ק נחשכו המאורות.......הובל לקבר איש אלקים ביום ג כ"א טבת....

אינטערעסאנט צוצוצייכנען די ווערטער פון זיין אייניקל הרב אברהם שמואל בנימין ב"ר משה בן הרה"ג ר' יעקב עקיבא אין זיין ספר כתב זאת זכרון, וז"ל:
בשנת תרל"ב נתקדרו שמים בעבים, כי הגיע עת הסתלקות רבינו הגאון בעל כתב סופר, וביום י"ט טבת עלתה נשמתו למרומים לדאבון לב כל ישראל, ובמעמד אלפים וביניהם כששים רבנים גדולי תורה שנתאספו לחלק לו את כבודו, הי' ראשון המספידים הבן הגדול רבי עקיבא ז"ל, אשר בדבריו החוצבים וכו' וברוב חכמה והשכל הודיע שהוא מוחל על כבודו במילוי מקום אביו, ובטוב טעם ודעת הלביש מחלצות הרבנות לאחיו הצעיר, הגאון רבי שמחה בונם בעל שבט סופר ז"ל, כי לו יאתה תהלה, בתום דבריו ענו קהל האלפים לאחריו: כן דברת, יחי אדוננו מורנו ורבנו לעולם!

דא ברענגט ער אביסל א אנדערע גירסה, נעמליך אז די מחלוקת איז געווען צווישען דעם שבט סופר און ר' פייש פישמאן, עכ"פ דאס איז זיכער אז גופו הק' של מרן הכת"ס איז געלעגען 3 טעג ביז ר' עזריאל הילדעסהיימער האט שלום געמאכט.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

הספד על מרן הכת"ס מאת ר' אברהם צבי (הארש) בן ר' מנשה קליין מווין.
רובו בגרמנית ומיעוטו בלה"ק ,איך טרעף נישט דעם קונטרס רעקאדירט אין ערגעץ.
אטעטשמענטס
eivel.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסף שרייבער האט געשריבן:הספד על מרן הכת"ס מאת ר' אברהם צבי (הארש) בן ר' מנשה קליין מווין.
רובו בגרמנית ומיעוטו בלה"ק ,איך טרעף נישט דעם קונטרס רעקאדירט אין ערגעץ.



האט דער ר' אברהם צבי עפעס א שייכות מיט ר' אברהם צבי קליין אב"ד סילאש-באלהאש?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”