רבי גדלי' יוסף בערינשטיין מבראנזוויל
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
בנימין ליב, יעקב יצחק און משה בער, די טאכטער מרים גיטל סאנקין מיטן מאן, ליגן באערדיגט אין א חלקה וואס רופט זיך די "גדליהו יוסף בערינשטיין פאמיליע אסאסיאציע" אין מאנטיפיורע סעמיטערי, דארט ליגן אלע ארומיגע פאמיליע מיטגלידער ווי די היממעלשטיין'ס, קעסין'ס, שבת, באגאסלאוו א.נ.
אברהם אשר איז געווען א מיטגליד אין די פירמע Caldwell Holmes & Bernstein און שפעטער פון O'Dwyer & Bernstien זיין געביין האבן מיר נאכנישט אפגעפונען. זיין פרוי, מרת רבקה (דרוקער) די לעצטע משפחה מיטגליד פון ר' גדלי' יוסף וועלכע איז געווען א רעפארטער פארן נוא יארקער טריביון, איז געשטארבן אין הויכן עלטער פון 105 יאהר אום 1995.

הרב רייכבערג וואס מאכט א תעמולה ארום בערינשטיין, האט מיר אריינגעשיקט א דעפעשע אויפצואווייזן שווארץ אויף ווייס וויאזוי כ'האב אלץ א טעות געהאט וועגן בערינשטיין און אט ווייזט זיך בעשיינפערליך אויס אז שוין מיט 90 יאהר צוריק איז דאס געווען א צו ציאונגסט ארט פאר אלפי רבבות אידן אזש אום די הייליגע טעג פון תרפ"ט זענען אזויפיל ווי 150,000 אידן ארויס זיך משטח צו זיין אויף די קבר פונעם צדיק רבי גדלי' יוסף זצ". איך ברענג אהער דער פיקטשער מיט די אויפשריפט.
איך קען זיך נאר דאס נישט מוחל זיין אז כ'האב אפילו אמאל נאר א טעות געהאט אין דעם, ווארשיינליך האב איך נישט געהאט די זכי'.
פֿאָרװערטס, יום שני, ספטמבר 10, 1928 = ערב סוכות תרפ"ט

-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
בן בוזי האט געשריבן:הרב רייכבערג וואס מאכט א תעמולה ארום בערינשטיין, האט מיר אריינגעשיקט א דעפעשע אויפצואווייזן שווארץ אויף ווייס וויאזוי כ'האב אלץ א טעות געהאט וועגן בערינשטיין און אט ווייזט זיך בעשיינפערליך אויס אז שוין מיט 90 יאהר צוריק איז דאס געווען א צו ציאונגסט ארט פאר אלפי רבבות אידן אזש אום די הייליגע טעג פון תרפ"ט זענען אזויפיל ווי 150,000 אידן ארויס זיך משטח צו זיין אויף די קבר פונעם צדיק רבי גדלי' יוסף זצ". איך ברענג אהער דער פיקטשער מיט די אויפשריפט.
אינטערסאנט מ'זעט דארט אויף לינקס פילע קעסטלעך סאדא אדער וויטשי וואסער, וואס איז לכאורה געווען אנגעגרייט פאר די פילע משתטחים אויפן ציון.
דער עצם בילד איז גאר א אינטערסאנטע זאך, אז אזויפיל אידן פלעגן נאך דאן גיין אויפן בית החיים ערב די הייליגע טעג.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
בן בוזי האט געשריבן:הרב רייכבערג וואס מאכט א תעמולה ארום בערינשטיין, האט מיר אריינגעשיקט א דעפעשע אויפצואווייזן שווארץ אויף ווייס וויאזוי כ'האב אלץ א טעות געהאט וועגן בערינשטיין און אט ווייזט זיך בעשיינפערליך אויס אז שוין מיט 90 יאהר צוריק איז דאס געווען א צו ציאונגסט ארט פאר אלפי רבבות אידן אזש אום די הייליגע טעג פון תרפ"ט זענען אזויפיל ווי 150,000 אידן ארויס זיך משטח צו זיין אויף די קבר פונעם צדיק רבי גדלי' יוסף זצ". איך ברענג אהער דער פיקטשער מיט די אויפשריפט.
איך קען זיך נאר דאס נישט מוחל זיין אז כ'האב אפילו אמאל נאר א טעות געהאט אין דעם, ווארשיינליך האב איך נישט געהאט די זכי'.
פֿאָרװערטס, יום שני, ספטמבר 10, 1928 = ערב סוכות תרפ"ט
פלא והפלא הפלא ולעפעלע, אינטערסאנט אז ער זעהט דא בלויז 150 טויזענד, מ'קען זעהן לכה"פ אכט מיליאן.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35432
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
נא_שכל האט געשריבן: דער עצם בילד איז גאר א אינטערסאנטע זאך, אז אזויפיל אידן פלעגן נאך דאן גיין אויפן בית החיים ערב די הייליגע טעג.
אין דעם איז באשטאנען דאס אידישקייט! למעשה איז אזוי געווען איינגעפירט אין רוסלאנד צו פארן אום חדשי אלול-תשרי אויף "קבר אבות" אזוי אז גאנץ אוקראינע איז געפארן אויף רעדער, ס'האט ראטעיטעט.
דא אין אמעריקא איז די זאך בטל געווארן און שפעטר נאך וואס בערינשטיין איז נסתלק געווארן איז עס צוריק נתחדש געווארן אזש ס'פלעגן פארטיילט ווערן ח"י רוטל ווישי וואסער אא"וו.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35432
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
דער פאעט דאליצקי איז זייענדיג אין מאסקווא בעפארן קומען אויף אמעריקא (נאך גירוש מאסקווא) געווען א "מורה עברית" אין שטוב פונעט טעה מאגנאט קלמן וואלף וויסאצקי מיט וועמען ער איז געווען גאר שטארק באפריינדעט, עס איז דא א ספעציעלער ביכל [url=מופת לרבים]http://www.hebrewbooks.org/46650[/url] וואס דער מורה/פאעט האט געשריבן לכבודו פון זיין האר מר. וויסאצקי צו זיין גאלדענע הויכצייט. עס איז דעריבער גאר אינטערעסאנט און מערקוועדיג ווי די צוויי מציבות פון בערינשטיין און וויסאצקי האבן גאר ענליכע שטריכן (מיר ברענגען זיי ביידע, עס איז אן אויסשניט פונעם בוך "רבה של מוסקבה".
איך גלויב אז אויב וויסאצקי וואלט געווען באערדיגט אין אונזער "בעקיארד" וואלט ער פונקט אזוי געצויגן א מאסע ציבור פון בארפיסיגע מתפללים, ליידער האט ער עס נישט דערלעבט...

- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
ס'איז א 'לא יאומן כי יסופר' וויאזוי איין יחיד פירט אומשולדיגע אידישע קינדער אין באָד אריין על לא עול בכפם, באזירט אויף וואס א פארצייטישער משכיל איז באצאלט געווארן צו שרייבן.
דאס ארויסנעמען די ווערטער אז די נוסח המצבה איז געמאכט געווארן דורך: "המשורר הגדול רמ"מ דאליצקי הי"ו", איז מוכיח אז דער יחיד וויל דא עפעס פארהוילן פונעם המון, וואס דאס איז א פארברעך אקעגן מענטשליכקייט און אקעגן נארמאלקייט צו מסלף זיין פאקטן און פארקויפן שטרוי פארן תמימות'דיגן המון עם.
אידישע קינדער לעכטצן זיך אויסצוגיסן דאס הארץ ביי קברי צדיקים אמתיים וואס האבן באלויכטן אידישע הערצער און מקרב געווען אידן לאביהם שבשמים, און פילן זיך געטראפן אז אנשטאט דעם שיקט מען זיי צו אומבאקאנטע שוכני עפר וואס די ערליכקייט פון זיי (אפילו בימיהם) איז אונטער א ערנסטע פראגע-צייכן.
אידישע קינדער האבן נארוואס געענדיגט מתפלל זיין קנאפע זיבן וואכן א הייסע תפלה, און זענען אנגעוויזן דערויף אויך אויף ווייטער: 'הוֹרֵנִי וגו' וּנְחֵנִי בְּאֹרַח מִישׁוֹר לְמַעַן שׁוֹרְרָי; אַל תִּתְּנֵנִי בְּנֶפֶשׁ צָרָי, כִּי קָמוּ בִי עֵדֵי-שֶׁקֶר וִיפֵחַ חָמָס'. מיר דארפן שטיין ווייט נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך בייזוויליגע פארשוינען וואס מאכן א לעבן אויף אונזער תמימות.

לחיים ולברכה!
נחמן נתן האט געשריבן:ס'איז א 'לא יאומן כי יסופר' וויאזוי איין יחיד פירט אומשולדיגע אידישע קינדער אין באָד אריין על לא עול בכפם, באזירט אויף וואס א פארצייטישער משכיל איז באצאלט געווארן צו שרייבן.

אפשר דארף דא ווערן באצייכנט די ווערטער פון הגה"צ ר' שמון מזשעליחוב קעגן די וואס גייען מתפלל זיין ביים קבר פון הגה"צ ר' מאיר שפירא אב"ד לובלין.
ר' שמעולע האט געהאלטן פון ר' מאיר שפירא אלס א גדול בישראל און מרביץ תורה, און האט געהאט צו אים א שטארקע הכרת הטוב, אבער דאך האט ער געהאלטן אז דאס מיינט נאך נישט אז זיין קבר דארף יעצט ווערן א מקום תפלה.
בן בוזי האט געשריבן:הרב רייכבערג וואס מאכט א תעמולה ארום בערינשטיין, האט מיר אריינגעשיקט א דעפעשע אויפצואווייזן שווארץ אויף ווייס וויאזוי כ'האב אלץ א טעות געהאט וועגן בערינשטיין און אט ווייזט זיך בעשיינפערליך אויס אז שוין מיט 90 יאהר צוריק איז דאס געווען א צו ציאונגסט ארט פאר אלפי רבבות אידן אזש אום די הייליגע טעג פון תרפ"ט זענען אזויפיל ווי 150,000 אידן ארויס זיך משטח צו זיין אויף די קבר פונעם צדיק רבי גדלי' יוסף זצ". איך ברענג אהער דער פיקטשער מיט די אויפשריפט.
איך קען זיך נאר דאס נישט מוחל זיין אז כ'האב אפילו אמאל נאר א טעות געהאט אין דעם, ווארשיינליך האב איך נישט געהאט די זכי'.
פֿאָרװערטס, יום שני, ספטמבר 10, 1928 = ערב סוכות תרפ"ט
איך פארשטיי נישט רייכבערג, אנשטאט צו זאגן, איימסארי... איך האב געגלייבט א מצבה, איך האב גע'דמיונ'ט איך בין אין גאליציע ווי מען קען גלייבן א מצבה (?), ויהי רחום יכפר טעות, קומט ער יעצט מתריע זיין בשער בת רבים, רבותי, איך בין א קאפ פארדרייער...
אגב, דאס וואס רייכבערג זאגט אז הגאון ר' משה פיינשטיין פלעגט גיין א יעדעס יאר צום ציון פון הרב דר. הלל קליין, איך האב געפרעגט ביי משפחה און נאענטע תלמידים, זיי האבן דאס קאטאגאריש אפגעלייקענט.
באמת פארשטיי איך נישטו רייכבערג, עס ליגן דאך בסביבות ב"פ, וויליאמסבורג וכו' אזעלעכע גרויסע מענטשן [נישט נאר פול גרעסער פון בערנשטיין נאר גרעסער פון הרב קליין] פארוואס מאכט ער נישט תעמולה פון זיי. קוקט וואס יונה לאנדא האט געמאכט פון קבר פונם רב הכולל, דאס איז דאך אן אמת'ע זכות פאר אים און פארן כלל, עס זענען דא נאך אסאך גדולים וטובים, ווי מען האט נישט אנגעקומען.
נחמן נתן האט געשריבן:ס'איז א 'לא יאומן כי יסופר' וויאזוי איין יחיד פירט אומשולדיגע אידישע קינדער אין באָד אריין על לא עול בכפם, באזירט אויף וואס א פארצייטישער משכיל איז באצאלט געווארן צו שרייבן.
דאס ארויסנעמען די ווערטער אז די נוסח המצבה איז געמאכט געווארן דורך: "המשורר הגדול רמ"מ דאליצקי הי"ו", איז מוכיח אז דער יחיד וויל דא עפעס פארהוילן פונעם המון, וואס דאס איז א פארברעך אקעגן מענטשליכקייט און אקעגן נארמאלקייט צו מסלף זיין פאקטן און פארקויפן שטרוי פארן תמימות'דיגן המון עם.
אידישע קינדער לעכטצן זיך אויסצוגיסן דאס הארץ ביי קברי צדיקים אמתיים וואס האבן באלויכטן אידישע הערצער און מקרב געווען אידן לאביהם שבשמים, און פילן זיך געטראפן אז אנשטאט דעם שיקט מען זיי צו אומבאקאנטע שוכני עפר וואס די ערליכקייט פון זיי (אפילו בימיהם) איז אונטער א ערנסטע פראגע-צייכן.
אידישע קינדער האבן נארוואס געענדיגט מתפלל זיין קנאפע זיבן וואכן א הייסע תפלה, און זענען אנגעוויזן דערויף אויך אויף ווייטער: 'הוֹרֵנִי וגו' וּנְחֵנִי בְּאֹרַח מִישׁוֹר לְמַעַן שׁוֹרְרָי; אַל תִּתְּנֵנִי בְּנֶפֶשׁ צָרָי, כִּי קָמוּ בִי עֵדֵי-שֶׁקֶר וִיפֵחַ חָמָס'. מיר דארפן שטיין ווייט נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך בייזוויליגע פארשוינען וואס מאכן א לעבן אויף אונזער תמימות.
די גאנצע מעשה איז מאדנע, אבער אפילו לשיטתו, איך ווער בכלל נישט אנטציקט פון דעם דאליצקיס נוסח, ער שרייבט אפילו נישט קדוש אויף בערנשטיין, נאר אויף דעם גרוב, און וועלכע גרוב איז דען נישט הייליג?
חוץ מזה וואס זעט מען אין דעם נוסח עפעס מער ווי אז ער האט מקיים געווען מצות לימוד התורה און מחנך געווען קינדער??
נאר דאס אז עס איז נישט געבליבן אזוי ווי ר' גדלי יוסף, אוודאי אזוי, וועלכע איד לאזט דען איבער איינעם ווי אים. יעדער איד איז אן עולם מלא.
א תעמולה אין א גלעזל וואסער.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 621
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm
מענין לענין לגבי נאמנות פון א מצבה, זע דא אין שבט הלוי (ד"ה אבל כשגם), אז א אויפשריפט "כהן" אויף א מצבה האט קיין שום משמעות און מען דארף זיך נישט רעכענען מיט דעם
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=181
און בכלל האבן מיר שוין לאנג געוויסט אז אין אמעריקא זענען אפילו די שטיינער טריפה, קיינמאל פארשטאנען פשט דערויף ביז יעצט... (נאטינג פערסענל אויף הרב בערנשטיין ז"ל)
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=181
און בכלל האבן מיר שוין לאנג געוויסט אז אין אמעריקא זענען אפילו די שטיינער טריפה, קיינמאל פארשטאנען פשט דערויף ביז יעצט... (נאטינג פערסענל אויף הרב בערנשטיין ז"ל)
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 621
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm
קאזאבלאנקא האט געשריבן:געהערט היינט א אינטערויוו אויף ק"מ פון דרעזנער מיט ר' יונה לאנדא איבער הרב בערנשטיין, ר' יונה הערט זיך עפעס זייער פארווע און טרוקן, זעט אויס אז ער איז אינפארמירט איבער די באריכטן דא
זעט אויס איר זענט א קליינע חסיד פון ר' יונה לאנדא, מען דארף נישט זיין עפעס קיין חכם ההרזים צו פארשטיין אז א מצבה מיינט גארנישט. די זעלבע מיט אייזנשטאט [דורות האחרונים] ווער עס ווייסט אז קיבל מה ששמע. איז איינער וואס טוט נאר אביסל אין היסטוריא וויסט גלייך גאנץ גוט אז עס איז גארנישט.
בפרט אז די מצבה איז מתמיה פאר זיך אליין, וואס עפעס של נעלך מעל רגליך, אויפן רמ"א שטייט עס אויך? אויף הרה"ק רבי ר' אלימלך דען יא? נאר אויף וועם יא??? אפשר איז ער גלייך צום סנה, אבער נישט צו וועם האט גערוענט אויפן סנה...